בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - איידל און צניעות'דיג, אפילו ווען מ'איז אליין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, יראת שמים, שלחן ערוך, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צער פון וואס איר שרייבט אינעם בריוו, אז איר טוט זיך אויס ווען איר זענט אליין אין אייער שלאף שטוב און איר גייט צום שפיגל וכו'; א אידישע טאכטער טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, מען דארף זיין אנגעטון אפילו מען איז אליין אין שטוב, מען דארף מורא האבן פונעם אייבערשטן; די ערשטע סימן אין שלחן ערוך הייבט זיך אן מיט די הלכה, אז אפילו מען איז אליין אין א הויז - דארף מען זיך פירן אזוי ווי מען וואלט געווען מיט מענטשן, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך געפירט ווען איך בין אין מיין צימער מיט א קעניג? איך וואלט זיך זיכער אויפגעפירט איידל, און אזוי דארף איך זיך פירן אפילו ווען איך בין איינער אליין, ווייל דער אייבערשטער איז דא'.


איר ווילט אן ערליכע שידוך, און איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט זיך נישט דארפן מוטשען אין לעבן מיט קינדער וואס זענען נישט ערליך, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק א, סימן ט): "נאר אז מען איז איידל האט מען ערליכע קינדער"; און דאס הייבט זיך שוין אן אלס מיידל, און אפילו מען איז אליין אין שטוב דארף מען וויסן אז מען איז נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר.


אז איר וועט זיך אכטונג געבן פון היינט און ווייטער צו זיין איידל אפילו ווען איר זענט אליין, און איר וועט חרטה האבן אויף וואס איז געווען ביז אהער - קענט איר נאך אלעס פאררעכטן און נאכאלץ זוכה זיין צו אן ערליכע שידוך מיט ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דער בחור וויל זיין ערליך, ריין, הייליג, און פאלט כסדר
אמונה, תהלים, משניות, התבודדות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, שטארק זיך מיט אמונה, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט אלעס נאר פאר דיין גוטס, און אויך דו האסט א שידוך, און דאס וואס עס האלט זיך אויף – איז נאר לטובתך, אויך זאלסטו זיך פרייען אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזעלכע ליכטיגע און זיסע עצות ווי זיך צו קענען דערהאלטן.


בנוגע די שידוך וואס די מיידל האט געזאגט 'ניין' נאכן שמועסן מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן פאר דעם, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקצה), אז אמאל איז דא א שידוך וואס מען דארף זיך טרעפן און שמועסן און דאס איז די גאנצע שידוך, איינער זאגט ניין און עד כאן איז די שייכות, עיין שם; טארסטו נישט ווערן צעפאלן, גלייב באמונה שלימה אז דאס איז געווען א קליינע שידוך, און יעצט וועט קומען די שידוך פאר די לעבן.


העיקר זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן, זאג די ווערטער, דארפסט נישט דוקא פארשטיין, זאג די ווערטער בקול ובניגון ובנעימה, מיט א געשמאק, און אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג פון דיין לעבן – תהלים, מי יתן אז דו קענסט ענדיגן יעדן טאג ספר תהלים, אדער לכל הפחות יעדע וואך תהלים, און אויך זאלסטו זיך ערגעץ באהאלטן אין א פלאץ וואו קיינער וועט דיך נישט שטערן, (עס קען אפילו זיין אינמיטן בית המדרש צווישן מענטשן, אויף א וועג וואס מען האט נישט מיט קיינעם יעצט, ודי לחכימא), און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ריין, הייליג, און ווי דו האלטסט און איין אראפפאלן, טענה זיך אויס אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן יונג און ריין און יעצט ווערסטו עלטער און עלטער און דו האלטסט אין איין פוגם זיין, וויין צום אייבערשטן, זאג פארן אייבערשטן אז דו ביסט א שוגג און אן אונס, און ווי שווער עס איז צו זיין אליין אן א שידוך, זיין א פלג גוף, א האלבע מענטש, ווייל וויסן זאלסטו אז עס איז דא א הייליגע מלאך מיטן נאמען ..., וואס ער נעמט ארויף די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן נעבעך אראפ און קומען נאכדעם צום אייבערשטן וויינען אז זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי קענען נישט; דער מלאך מאכט פון די תפילות שיינע קרוינען פארן אייבערשטן, מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם בבחינת מגלה טפח ומחסה טפחיים וכבוד אלקים הסתר דבר, ודי לחכימא.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#3 - ביז דיין שידוך קומט, זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות
בחור, מוהרא"ש, התבודדות, חיזוק, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות, גיי נישט ארום מיט עצבות, גלייב אז דער אייבערשטער האט פאר דיר אויך אנגעגרייט א שידוך, און ביז דיין שידוך קומט - זאלסטו זיך שטארקן מיט התבודדות, און אז דו פאלסט וכו' - זאלסטו זיך אויס'טענה'ן צום אייבערשטן אז דו שפירסט ווי דו האסט נישט די מעגליכקייט צו זיין אפגעהיטן וכו' וכו', און וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס כביכול מיט אים, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין; ספעציעל בחורים וואס זיי זענען אזוי צעבראכן ביי זיך, קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן זיין אפגעהיטן און ריין און עס גייט זיי נישט, און וויפיל זיי בעטן זיך: 'טראגט אונז אן א שידוך', 'רעדט א שידוך' - גלייבט זיי קיינער נישט, מען מיינט אז זיי מאכן זיך וכו'; קיינער ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער, נאר די אמת'ע צדיקים - זיי טענה'ן פאר די בחורים פארן בית דין של מעלה, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן: "איך וועל טענה'ן אויבן אין הימל פארן בית דין של מעלה אז בחורים זענען נישט שולדיג, בחורים זענען וואויל, דאס וואס זיי פאלן אין עבירות, זיי זענען פוגם אין פגם הברית, זיי פאלן אראפ אין עֲשָׂרָה כִּתְרִין דִמְסָאֲבוּתָא - דאס איז ווייל זיי דארפן חתונה האבן, מען קען זיי נישט געבן קיין עונש".


איך וועל דיך נישט לאזן פאלן, איך וועל דיך שטענדיג מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#2 - הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך
לערערין, דרך ארץ, בית פיגא, עלטערן, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בין זייער צופרידן צו הערן זייער גוטע גריסן אויף אייך, ווי איידל איר פירט זיך, און ווי איר העלפט אלעס וואס מען דארף אין 'בית פיגא', און פון אייער דרך ארץ, און איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט זיך ווייטער פירן אזוי איידל און דרך ארץ'דיג, און בקרוב וועט איר זוכה זיין צו טרעפן אייער באשערטע שידוך, און קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך, ספעציעל זאלט איר זיך צוהערן צו די לערערין מרת ... תחי', זי האט זייער אסאך שיינע זאכן אייך צו לערנען, עס קען זיין אז יעצט איז עס נאכנישט אזוי נוגע, אבער באלד האט איר חתונה און עס הייבט זיך אן די לעבן, און דעמאלט דארף מען האבן אסאך חכמה און אסאך שכל ווי אזוי צו האלטן א שיינע, פרייליכע, ערליכע שטוב, און דעמאלט האט מען שוין נישט די שיעורים פון שולע, דעמאלט קען מען ניצן די שיעורים וואס מען האט אויסגעהערט אלס קינד, דעמאלט קומט צוניץ די שיעורים.


איר האט זייער טייערע עלטערן, סיי אייער טאטע און סיי אייער מאמע זענען גאר ספעציעלע גוטע מענטשן וואס זייער לעבן האבן זיי אוועק געגעבן פארן אויפבויען קהלת היכל הקודש, זעלטן צו טרעפן א משפחה וואס סיי דער מאן און סיי די ווייב זאלן נישט טראכטן פון זיך, און נאר טראכטן פון אויפבויען אידישקייט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט גיין אין זייערע וועגן, איר וועט אויך טון פארן הייליגן רבינ'ס מוסדות און קהילה.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, און זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].

#1 - טראכטן פאזיטיוו, און ווארטן מיט געדולד
כיבוד אב ואם, סבלנות, עצבות, מחשבות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זארגט נישט, נאך אביסל וועט איר האבן אייער שידוך, ווערט נאר נישט צעקוועטשט פון טראכטן אז עס מוז שוין זיין היינט; די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס – "הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ" ווערט צעדריקט, מען פארלירט די מח; זארגט נישט, איר וועט א כלה ווערן; נאר איין זאך, העלפט אין שטוב, זייט מכבד טאטע מאמע.


זעט צו האבן גוטע חבר'טעס, איר קענט בלייבן מיט די חבר'טעס וואס האבן שוין חתונה געהאט, עס מוז נישט זיין דוקא חבר'טעס וואס האבן נאכנישט זייער שידוך, און ווארטס מיט סבלנות, און הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


די גרעסטע עבודה איז אוועק שטופן די עצבות, אוועק שטופן די מרה שחורה, די נעגעטיווע מחשבות וואס האקט אין קאפ אז מען וועט קיינמאל נישט געהאלפן ווערן חס ושלום, מען דארף פארטרייבן די מחשבות, מען דארף טראכטן פאזעטיוו און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, זייער איידעלע וואוילע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.