בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ווי אזוי פארצולערנען הלכה פאר די בחורים
ישיבה, הלכה, תלמיד, שיעור הלכה, מגיד שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, מגיד שיעור בישיבתינו הקדושה


איך פריי זיך צו הערן גוטע גריסן אז די זמן האט זיך אנגעהויבן מיט הצלחה.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט ביים פארלערנען הלכה געדענקען אפאר וויכטיגע נקודות; זאלסטו אלץ אריינלייגן הלכה למעשה, דאס הייסט אזוי, אויסער דאס לערנען אינעווייניג טור בית יוסף און ווייטער מחבר רמ"א מיט די טורי זהב און מגן אברהם און אחרונים – זאלסטו כסדר שטעלן פראגעס פאר די תלמידים, וואס איז די הלכה אויב עס פאסירט אזוי און אזוי, שטעל פאר מעשיות וואס האט פאסירט ביי אידישע שטיבער, צום ביישפיל, אז דו לערנסט יעצט הלכות מוקצה – זאלסטו זיי שטעלן פראגעס פון הלכות מוקצה; אזוי וועלן זיי ווערן אינטערעסירט און וועלן מיט האלטן, און אויך וועלן זיי דאס געדענקען.


נאך א וויכטיגע זאך, זאלסטו אלץ דערמאנען נעמען פון תלמידים, סיי פון די וואס הערן אויס און סיי פון די וואס זענען פארטראכט און פארדרימלט, נעם אריין יעדן אינעם שיעור, און ווען דו פרעגסט א פראגע פון א תלמיד – זאלסטו אים אויסרימען, סיי ווען ער ענטפערט גוט, און סיי ווען מען דארף אים פאררעכטן דארף מען קענען נעמען זיין נישט גוטע ענטפער און עס מאכן ריכטיג אויף אן אנדערע שאלה, אזוי וועלן זיי דיך ליב האבן און דו וועסט זייער מצליח זיין.


העיקר בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע תלמידים זיי זאלן מצליח זיין, און אז דו זאלסט זיי ליב האבן.

#1 - נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען
תודה והודאה, משניות, הצלחה, התבודדות, שיעור הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך בין שוין צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג נאכן נישט זיין פון אנהייב זומער, איך האף צוריק צו באנייען די שיעור הלכה פאר אברכים יעדע נאכט אין ישיבה, איך האף דו וועסט קומען מיטהאלטן די שיעור, עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, די יאר איז נאך לענגער, עס איז אן עיבור יאר, און נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען און זיך דערהאלטן.


הייב אן דיין טאג מיט התבודדות, גיי א שפאציר און בעיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, דאס וועט דיר עפענען דיין מח און הארץ, דו וועסט שפירן גדלות המוחין; דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן מאכט אויף די מח, עס ווערט ברייט, מען גייט ארויס פון די קטנות הדעת, און אזוי איז מען מצליח סיי ברוחניות, אין עבודת השם יתברך, און סיי בגשמיות, מען איז מצליח אין געשעפט, אין ביזנעס.


אויך זאלסטו טראגן מיט דיר א קליינע משניות, און ווען דו האסט צייט – זאלסטו ארויסכאפן נאך א פרק משניות, און נאך א פרק משניות.