בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - אכטונג געבן יענער זאל נישט האבן צער און ווייטאג
קינדער, בין אדם לחבירו, תפלה, סגולה, ווייטאג

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע בעטן אייער עלטערע שוועגערין וואס איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער – זי זאל טון די סגולה וכו'; עס איז נישט כדאי, עס קען איר וויי טון, מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען וויל רעדן א סגולה וכו' ווי אזוי מען זאגט דאס און ווער עס זאל עס זאגן, אז עס זאל נישט ארויסקומען צער און ווייטאג.


מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס פאר א צער א פרוי וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו קינדער - גייט אריבער; מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן, קיינער קען איר נישט פארשטיין, און ווער רעדט נאך ווען זי גייט צו איר מאמע אדער שוויגער פאר שבת און יום טוב און זעט אירע יונגערע שוועסטער און שוועגערינס קומען מיט די קינדער, און אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, אלע שמועסן איז פון קינדער, און זי זיצט דארט אין די זייט און שלינגט אירע טרערן און עסט אירע טרערן; דאס קען מען נישט פארשטיין.


בעטס דעם אייבערשטן פאר איר, זי זאל געהאלפן ווערן שנעל מיט קינדער, און נעמט זיך פאר גוטע זאכן, גוטע קבלות פאר א זכות פאר איר, זי זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - האב אים ליב, וועט ער ווערן דיין בעסטער תלמיד
תלמיד, אהבת ישראל, חינוך, תפלה, מלמד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין תלמיד ... נרו יאיר; זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, עס מוז זיין אז דו האסט אים נישט ליב, וואלסטו אים ליב געהאט - וואלט ער זיך נישט אזוי מתחצף געווען.


איך בעט דיר זייער נעם אן מיינע ווערטער ריכטיג, ווער נישט באליידיגט, אבער דאס איז די פאקט, עס מוז זיין אז דו האסט אים נישט ליב, אדער אז ער שפירט נישט גענוג אז דו האסט אים ליב.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אים שטארק ליב האבן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט מיט אים האבן א שפראך - וועט ער ווערן דיין בעסטער תלמיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג
צניעות, שייטל, שול, תפלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


פארוואס מאכט איר אוועק די שיינע זאך וואס מיר פירן איין אין די קהילה אז די פרויען זאלן קומען אין שול מיט א צוגעדעקטע שייטל? איר זאגט אז עס זעט אויס ווי קינדער שפילן מצוה קינדערלעך, מען שפילט א שפיל פון גיין איידל וכו'.


איך וויל פרעגן, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז אין שול קומט מען אנגעטון מער איידל און מער הייליג; און אז מען קומט אינעם בית ה', דעם אייבערשטנ'ס הויז - דעקט מען זיך צו, מען מאכט זיך מער איידל? אזוי ווי ביי די מענער שול קומען אלע איידל, מען קומט אנגעטון, און אפילו במשך דעם טאג גייען נישט אלע אנגעטון איידל, דאך קומען אלע אין שול דאווענען מיט הכנעה, איז וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אז מען זאל קומען אין שול צוגעדעקט?!


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א טעם און א געפיל צו איידלקייט, און זיך פירן בצניעות - וועט איר ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב:): "צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בְּךָ הִיא חָסָה עָלֶיךָ", אז מען פירט זיך איידל ווערט מען געראטעוועט פון פיינט וואס ווילן הרג'ענען; נאך זאגן זיי (תנחומא וישלח, ו): "בִּזְמַן שֶׁהִיא צְנוּעָה בְּתוֹךְ הַבַּיִת, כְּשֵׁם שֶׁהַמִּזְבֵּחַ מְכַפֵּר, כָּךְ הִיא מְכַפֶּרֶת עַל בֵּיתָהּ", ווען די פרוי פירט זיך איידל אויך אין שטוב, איז זי אזוי ווי די מזבח; אזוי ווי דער מזבח איז מכפר אויף עבירות, טוט די פרוי מכפר זיין אויף אלעס, און די גאנצע שטוב ווערט געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.