בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - קום אין ישיבה, וועסטו אויסוואקסן אן ערליכער איד
בחור, ישיבה, נחת, שיעור, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט צוריק קומען אין ישיבה, עס לוינט צו קומען אפילו עס נעמט צייט דאס פארן און קומען. די הייליגע חכמים דערציילן (חגיגה ה.), עס איז געווען אן אמורא רב אידי וואס פלעגט זיך אנשטרענגען צו גיין אין ישיבה דריי חדשים - צו קענען זיין אין ישיבה איין טאג און גלייך צוריק אהיים גיין דריי חדשים - צו קענען זיין אין שטוב פסח און סוכות, און רבי יוחנן האט אים זייער אויסגעלויבט, אז דאס איז גערעכנט ווי ער איז א גאנץ יאר אין ישיבה, אפילו אנדערע האבן געלאכט פון אים.


קום אין ישיבה, און אז דו שטייסט אויף שפעט - זאלסטו נאכאלץ קומען אין ישיבה; ווייל איין שיעור, איין דרשה אין ישיבה - קען דיר ראטעווען דיין לעבן. מען רעדט אין ישיבה אזעלכע וויכטיגע זאכן פאר די לעבן, עס זעט אויס פשוט'ע זאכן, אבער עס איז אזוי וויכטיג. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (שבת פב.), רב הונא האט געפרעגט זיין זון רבה: פארוואס גייסטו נישט אין ישיבה פון רב חסדא? האט רבה געזאגט: "וואס האב איך צו גיין? מען לערנט אין ישיבה מילי דעלמא, פשוט'ע זאכן, ווי אזוי מען זאל זיך אכטונג געבן ווען מען גייט ארויס אין בית הכסא", האט אים רב הונא געזאגט: "הוּא עָסֵיק בְּחַיֵּי דִּבְרִיָּיתָא וְאַתְּ אָמְרַתְּ בְּמִילֵּי דְעָלְמָא כׇּל שֶׁכֵּן זִיל לְגַבֵּיהּ", ער לערענט אזעלכע וויכטיגע זאכן און דו זאגסט אז ער לערנט נישט וויכטיגע זאכן? איז דאך זיכער אז דו דארפסט גיין הערן וואס ער לערנט.


קום אין ישיבה וועסטו מיר מאכן א נחת רוח, און א נחת רוח פאר דיינע עלטערן, און דער עיקר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#4 - פרענדס טוישן זיך, אבער א מאמע בלייבט א מאמע
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, מוהרא"ש, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א מיידל וואס זיך צו מקבל זיין אדער מאכן עפעס א סגולה וכו' - ווי זיך מקבל זיין צו העלפן מער די מאמע.


איך בעט אייך זייער, זייט נישט ווי די מיידלעך וואס זענען פארנארט מיט פרענדס, יעדע איבריגע מינוט וואס מען האט - רעדט מען מיט פרענדס, מען שפאצירט מיט פרענדס, מען גייט מיט פרענדס וכו'; פרענדס זענען אזוי ווי קליידער, היינט טוט מען עס אן און מארגן לייגט מען עס אין מיסט, אזוי זענען פרענדס, אבער א מאמע בלייבט א מאמע; א מאמע איז די איינציגסטע פרענד, די איינציגסטע זאך וואס בלייבט.


יעצט ווען ענק האבן געהאט א צווילינג למזל טוב דארפט איר מער העלפן, אז אייער מאמע זאל זיך קענען אביסל אפרוען און קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע וכו'; איך וויל נישט זאגן אנדערש ווי אייער טאטע מאמע, איר האט טייערע עלטערן, און איך גיי נישט זאגן אנדערש וואס זיי זאגן; פרעגט אייערע עלטערן אויב זיי זענען מסכים, און אויב זיי זאגן יא איז גוט איר זאלט עס האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי פירט מען זיך שבת ביי די עלטערן?
כיבוד אב ואם, דרך ארץ, שווער און שוויגער, שבת, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק האבן חתונה געהאט דארפן ענק געדענקען פון ענקערע עלטערן, מען דארף יעדן טאג רופן די עלטערן און מען דארף גיין אויף שבתים צו די עלטערן, עס מאכט נישט אויס אויב עס איז יא באקוועם אדער נישט, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, בפרט דיין טאטע מאמע וואס זענען שוין עלטער, דו ביסט דער יונגסטער ביי זיי, דארפסטו גיין אויף שבתים עסן ביי זיי, און אויך צו דיין שווער און שוויגער דארף מען גיין.


אויך זאלסטו זיצן מיט א פארמאכטע מויל ביי דיינע עלטערן, און ביי דיין ווייב'ס עלטערן. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ז), דאס איז דער סימן פון א חכם, ער רעדט נישט ווען עלטערע און קלוגערע זענען נעבן אים; נאר אז מען פרעגט דיר און מען בעט דיר דו זאלסט עפעס זאגן אדער דערציילן – זאלסטו רעדן און דערציילן, אבער סתם אזוי זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, מיט א פארמאכטע מויל, מיש זיך נישט אין די חינוך, זיי נישט מחנך דיינע געשוויסטער אדער דיין ווייב'ס געשוויסטער, און טייל נישט איין ווען מען זאל בענטשן און וואס מען זאל געבן צו עסן, און אז דו האסט א געוויסע חלה וואס דו גלייכסט – קענסטו דאס עסן אין שטוב, עס איז נישט שיין צו ברענגען צום שווער עסן ווען עס איז אומגעבעטן וכו'.


איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים, דיר אויסלערנען הלכות דרך ארץ, א-ב פון איידלקייט ווען מען גייט צו עלטערן.

#2 - הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך
לערערין, דרך ארץ, בית פיגא, עלטערן, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בין זייער צופרידן צו הערן זייער גוטע גריסן אויף אייך, ווי איידל איר פירט זיך, און ווי איר העלפט אלעס וואס מען דארף אין 'בית פיגא', און פון אייער דרך ארץ, און איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט זיך ווייטער פירן אזוי איידל און דרך ארץ'דיג, און בקרוב וועט איר זוכה זיין צו טרעפן אייער באשערטע שידוך, און קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


הערט זיך צו צו וואס אייערע לערערינס לערנען אייך, ספעציעל זאלט איר זיך צוהערן צו די לערערין מרת ... תחי', זי האט זייער אסאך שיינע זאכן אייך צו לערנען, עס קען זיין אז יעצט איז עס נאכנישט אזוי נוגע, אבער באלד האט איר חתונה און עס הייבט זיך אן די לעבן, און דעמאלט דארף מען האבן אסאך חכמה און אסאך שכל ווי אזוי צו האלטן א שיינע, פרייליכע, ערליכע שטוב, און דעמאלט האט מען שוין נישט די שיעורים פון שולע, דעמאלט קען מען ניצן די שיעורים וואס מען האט אויסגעהערט אלס קינד, דעמאלט קומט צוניץ די שיעורים.


איר האט זייער טייערע עלטערן, סיי אייער טאטע און סיי אייער מאמע זענען גאר ספעציעלע גוטע מענטשן וואס זייער לעבן האבן זיי אוועק געגעבן פארן אויפבויען קהלת היכל הקודש, זעלטן צו טרעפן א משפחה וואס סיי דער מאן און סיי די ווייב זאלן נישט טראכטן פון זיך, און נאר טראכטן פון אויפבויען אידישקייט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט גיין אין זייערע וועגן, איר וועט אויך טון פארן הייליגן רבינ'ס מוסדות און קהילה.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, און זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].

#1 - די שוועריקייטן אין אנהויב, דאס העלפן דעם מענטש
מוהרא"ש, לשון הרע, מניעות, צדיק, עלטערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו גייסט זייער שטארק מצליח זיין ביים הייליגן רבי'ן, לויט דאס וואס גייט אריבער, און יעצט האט מען זיך פריש גענומען אויף דיר וכו'; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קפה), ווי מער מען גייט אריבער שוועריקייטן ביים קומען צום צדיק – אלץ מער איז מען זוכה מקבל צו זיין, ווייל די מניעות ורדיפות מאכט א כלי לקבל הרבה קדושה וטהרה.


אזא שאד אז עלטערן הערן די לשון הרע וואס מען רעדט אויף ברסלב'ע חסידים, און זיי זענען דאס מקבל, און דאס איז גורם אז זיי זאלן האבן אזופיל צער און ווייטאג; וואלטן די עלטערן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ, וואס פאר א יראת שמים און אמונה דער רבי געבט אונז – וואלטן זיי געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז זיי האבן א קינד וואס איז נתקרב געווארן צום צדיק אמת, און איז זוכה צו באקומען פון צדיק חיזוק און עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "אויף מיר קריגט קיינער נישט, מען קריגט אויף איינעם וואס מען האט אויסגעטראכט אויף אים לשון הרע וכו', און אויף אים קריג איך אויך, אבער אויף מיר קריגט קיינער נישט".


שטארק זיך און דערהאלט זיך, עס וועט אריבערגיין, אויך אויף מוהרנ"ת איז דאס אריבערגעגאנגען; זיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער האבן אים גע'רודפ'ט פארן ווערן א ברסלב'ער, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז דאס אריבער, אלע גייען דאס אריבער, אבער ביים סוף זענען טאטע מאמע מודה אז דיקא די ברסלב'ע קינדער פירן זיך מיט גרויס דרך ארץ, מיט כיבוד הורים וכו'.