בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - פרוביר אנצוהייבן היטן דיינע אויגן, וועסטו זען א נס
תשובה, פרנסה, שמירת עינים, חיזוק, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו ביסט נאכאמאל אראפגעפאלן זאלסטו גלייבן באמונה שלימה אז דו קענסט נאך תשובה טון און ווערן א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס - גלייב אז דו קענסט פאררעכטן; אפילו מען איז געפאלן אין גאר שלעכטע פלעצער, און גאר הארבע עבירות - קען מען פון דארט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח:): "בָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווען איינער וויל זינדיגן עפנט מען אים אויף א טיר; בפשטות מיינט דאס אז מען עפנט אים א טיר ער זאל קענען גיין זינדיגן, דער רבי איז אבער מגלה גרויסע סודות דא, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט): "בא לטמא", איינער וואס איז נעבעך אראפגעפאלן, "פותחין לו", עפנט מען אים א טיר, מען העלפט אים ער זאל קענען צוריק קומען; פון הימל האט מען רחמנות אויף אים, מען ווארט ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


קוק נישט קיין מאוויס, קליפס, ווידיאוס און סטעטוס; אז מען פארשמירט די אויגן פארלירט מען די פרנסה, מען פארלירט די אריכות אפים, מען ווערט א נערוועזער, מען באקומט שוואכע נערווען; ווייל אז מען איז פוגם בברית קודש - פארלירט מען אלעס, און דאס ווילן זיי, דער סמ"ך מ"ם וויל אלעס אוועק נעמען, מאכן דעם מענטש אומגליקליך סיי ברוחניות און אויך בגשמיות, דעריבער זוכט ער אראפצואווארפן דעם מענטש אין פוגם זיין באות ברית קודש, ער מאכט אים קוקן עבירות רחמנא לצלן, ביז ער פאלט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און דעמאלט פארלירט מען אלעס.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט, ער האט געדארפט א גרויסע ישועה, עפעס פריוואט, עס איז נישט יעצט צו דערציילן, און ער האט זיך מקבל געווען צווישן אים אינעם איבערשטן אז ער גייט מער נישט קוקן קיין קליפס, מאוויס וכדומה (ער האט נישט געקוקט עבירות, ער פלעגט קוקן נייעס מיט סתם זאכן), און ער האט געזען א ישועה, ממש א נס; זאלסטו אויך דאס אויספרובירן, אנהייבן היטן דיינע אויגן - וועסטו זען א נס, וועסט זען ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - יעדע רגע מאכט דער אייבערשטער מיט אונז ניסים
תודה והודאה, אמונה, חיזוק, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן - וועסטו באקומען כח, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן געבט פיזישע כוחות און בעיקר גייסטישע כוחות; פרוביר עס אויס יעצט, עס קאסט נישט קיין געלט, זאג יעצט ארויס די ווערטער: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן, שכוח אייבערשטער פאר אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט מיט מיר"; ווי אזוי שפירסטו זיך? שפירסט אודאי בעסער, זאג עס נאכאמאל - וועסטו שפירן נאך בעסער, און ווי מער דו וועסט עס טון - וועסטו ווערן מער און מער אנגעפילט מיט חיות צום לעבן.


די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער מיט די נייעס וואס האט פאסירט חול המועד ווי א טעראריסט האט געהאלטן אינמיטן אראפווארפן אן אנגעפילטע פליגער מיט אידן השם ישמרינו, און ניסים האט פאסירט אז איינער אויפן פליגער האט געראטעוועט די גאנצע פליגער; מענטשן קענען נישט קומען צו זיך פון די מעשה, אבער קיינער כאפט נישט אז יעדע רגע מאכט דער אייבערשטער מיט אונז ניסים און קיינער ווייסט נישט און קיינער רעדט נישט פון דעם, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (נדה לא.): "לעולם אפילו בעל הנס אינו מכיר בנסו", דער מענטש וואס האט געהאט א נס כאפט זיך נישט און אנערקענט נישט די גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תהלים, קו), די וועלט קען נישט אנגיין אן ניסים, און מענטשן ווייסן נישט וויפיל ניסים דער אייבערשטער טוט מיט זיי יעדע רגע, אויף דעם שטייט (תהלים קלו, ד): "לעושה נפלאות גדולות לבדו", נאר דער אייבערשטער אליין ווייסט די נסים וואס ער מאכט מיט אונז.


עס קומט א לאנגע ווינטער, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיך מאכן א סדר היום ווען אויפצושטיין און וויפיל זיין אין שול, און וויפיל זיין ביי די ארבעט; דו ווערסט עלטער, דו דארפסט שוין אנהייבן טראכטן מער פון תכלית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מיט'ן העלפן די מוסדות און קהלה, פארדינט מען נאר
צדקה, מוסדות, קהילה, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף דעם וואס דו האסט מיר צוריק געשיקט די שטר הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער, אז דו ביסט מוחל די הלוואה, דו ווילסט נישט צוריק נעמען די געלט; דו זאגסט אז דו מאכסט א קל וחומר, מה דאך נאר ביים בארגן געלט צו בויען די מוסד און די קהילה – האסטו געזען אזעלכע אפענע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, איז דאך זיכער אז ביים געבן די סכום – וועסטו נאר פארדינען.


טאקע אזוי, דו וועסט נאר פארדינען. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנ): "ביי וועם איך נעם געב איך"; דו וועסט זיכער זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.

#1 - צוויי דריי מינוט דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חתונה, מזל טוב, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו ענקער חתונה, איך וואונטש ענק א ברכה, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט געזונטע ערליכע דורות, אמן.


לכבוד די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט, ענק האבן חתונה געהאט אזוי שיין, זאלן ענק נעמען אויף זיך יעדן טאג פאר צוויי דריי מינוט צו דאנקען דעם אייבערשטן. ווייל מוהרנ"ת האט געזאגט, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו', זאגט מען אין הימל: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס", ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.