בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - אלע קענען תשובה טון
תשובה, עבירות, חיזוק, ייאוש, פרשת נח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קלאפ זיך נישט און צעברעך זיך נישט, ווייל אפילו מען זאל האבן געטון ביטערע עבירות - קען מען פאררעכטן און צוריק קומען צום אייבערשטן, אזוי ווי מיר זעען די וואך אין די פרשה שטארקע חיזוק אז אלע קענען תשובה טון; רש"י (בראשית ו, יד; דבור המתחיל עשה לך תיבת), ברענגט אראפ וואס די הייליגע חכמים זאגן (מדרש אגדת בראשית נח א, ב), פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר נח צו בויען א תיבה, עס איז דא גענוג וועגן פארן אייבערשטן צו ראטעווען נח מיט די משפחה? נאר דער אייבערשטער האט געוואלט מענטשן זאלן תשובה טון, דער אייבערשטער האט געזאגט, אפשר ווען נח וועט בויען א תיבה פאר אזוי לאנג, פאר הונדערט און צוואנציג יאר - וועלן מענטשן תשובה טון; און דא רעדט מען פון די ערגסטע עבירות, למעשה האבן זיי נישט תשובה געטון; אבער פאר אונז איז דאס שטארקע חיזוק, אז מיר קענען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה, אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל, הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה, וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, די טירן זענען שטענדיג אפן, ווער עס וויל צוריקקומען צום אייבערשטן - קען שטענדיג צוריקקומען צו אים, און נאך זאגן די הייליגע חכמים (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריינגעכאפט ביים סמ"ך מ"ם און רייסט זיך ארויס פון דארט, ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ביסט נישט קיין פארפאלענער
אמונה, תשובה, פרנסה, סדר היום, ייאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך זייער, לאז זיך נישט פונעם יצר הרע וואס ברענגט דיר שלעכטע מחשבות אז דו ביסט א פארפאלענער וכו'; הער אים נישט אויס, גלייב דעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז דו ביסט יא ווערד; ווייל אפילו אויב מען האט געזינדיגט, אויב טוט מען תשובה – ווערט מען צוריק באליבט ביים אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש שוחר טוב תהלים, יח): "כל העושה תשובה מעבירה שבידו", ווער עס טוט תשובה אויף די עבירות וואס ער האט געטון, "הקדוש ברוך הוא מוסיף לו כבוד", געבט אים דער אייבערשטער מער כבוד, "וקורא לו שם חביב", און ער רופט אים מיט באליבטע ווערטער, "בא וראה בבני קרח", אזוי ווי מען זעט ביי די קינדער פון קרח, "שעד שלא עשו תשובה לא נקראו חביבים, ומשעשו תשובה נקראו חביבים", נאכן תשובה טון רופט זיי דער אייבערשטער אן 'חביבים' און 'ידידים'.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט מקלקל זיין – "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", זאלסטו גלייבן און וויסן אז דו קענסט אלעס פאררעכטן; דאס הייסט, מען האט אמונה שלמה, א גאנצע אמונה, מען גלייבט אז מען קען אויך מתקן זיין.


גיי נישט ליידיג, אדער טו עפעס ארבעט, אדער קאר סערוויס; אויך זאלסטו נאכמיטאג גיין הפצה, אז דו זאלסט קענען אהיים ברענגען פרנסה און ארויסגיין פון דיינע חובות. אויך איז וויכטיג צו האבן א סדר היום ווען מען שטייט אויף, ווען מען דאווענט, וואס איז נאכן דאווענען, און ווען אהיים צו גיין.