בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים פון ישיבת היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו
איך הער זייער גוטע גריסן אויף ענק פונעם מגיד שיעור ר' משה שמואל, און איך האב הנאה צו הערן אז ענק גייען נאך געלט, מוהרא"ש האט מיר געהייסן אוועק שטעלן די תקנה אין ישיבה אז די בחורים דארפן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה, איך פריי זיך אז ענק גייען נאך געלט.
איך וויל ענק בעטן ענק זאלן זיין געטריי פארן מגיד שיעור, און פארן מנהל ר' יצחק; ווארטס נישט אז דער מנהל זאל ענק בעטן העלפן, ווען ענק זעען דעם מנהל - זאלן ענק צו גיין מיט דרך ארץ פרעגן וואס קען מען העלפן אין די מוסד, וואס קען מען העלפן אין חדר, ישיבה אדער שול; ווייל אז ענק העלפן דעם מנהל - מאכן ענק מיר גרינגער מיין ארבעט, ווייל ער קען נישט אלעס אליין טון, ער דארף מיט ארבעט פון אנשי שלומינו.
איך וויל ענק נאכאמאל בעטן נישט צו רעדן און נישט זיך חבר'ן מיט בחורים און אינגעלייט וואס רעדן ניבול פה, דאס זאל זיין ענקער סימן, אז ענק הערן איינעם רעדן ניבול פה - זאלן ענק אוועק גיין פון יענעם. חבר'ט ענק נישט מיט חברים וואס רעדן נישט איידל, און אויב ענק הערן איינעם רעדן נישט אזוי איידל - זאלן ענק אנטלויפן ווי מען אנטלויפט פון פייער.
לערנט יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן איז אזא שיינע מתנה, ווער עס נעמט דאס אן בתמימות ופשיטות - קען זוכה זיין דורכצוגיין די גאנצע תורה אן א שיעור מאל. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער; ווייל אז מען לערנט אסאך - וועט מען ביים סוף זוכה זיין צו פארשטיין וואס מען האט פריער נישט פארשטאנען, דער רבי זאגט מיר זאלן לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, און מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט; מען זאל זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת סג.; עבודה זרה יט.), אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
איך בעט ענק מיינע טייערע תלמידים, ניצט אויס די צייט מיט לערנען די הייליגע תורה, מאכט ענק א הויפן ספרים און לערנט בהתמדה רבה, זייט אייך נישט מבלבל אויב ענק פארשטייען גלייך אלעס וואס ענק לערנען, ווייל ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד - איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', אנדערש איז ווען מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד, דעמאלט איז מען זוכה צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה צו לערנען די גאנצע תורה, גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.
מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד', אויב אזוי פארוואס זאלט איר זיך טענה'ן מיט מענטשן? געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, וואויל איז אים בזה ובבא".
דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.