בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער שכר לימוד, אלץ מער שפע
צאלן שכר לימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


רפאל פורסט נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען אז אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אין מוסד זאלן צאלן שכר לימוד, און דו זאלסט נישט מאכן קיין מעשיות פון 'פאלשע רחמנות' - לאזן שיקן די קינדער אן צאלן שכר לימוד; ווייל וויסן זאלסטו, ווי מער דו וועסט נעמען פון די עלטערן 'שכר לימוד' אלץ מער שפע וועלן זיי האבן, ווייל אז מען צאלט נישט 'שכר לימוד' פארלירט מען די גאנצע געלט; נישט איך זאג דאס, דאס זאגן די הייליגע חכמים (ביצה טז.): "כל מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה ועד יום הכפורים", די גאנצע געלט וואס מען גייט האבן פאר די קומענדיגע יאר - פארשרייבט מען ראש השנה, "חוץ מהוצאת שבתות והוצאת יום טוב והוצאת בניו לתלמוד תורה", אויסער וואס מען געבט אויס פאר שבת און יום טוב, און אויף 'שכר לימוד', "שאם פחת פוחתין לו, ואם הוסיף מוסיפין לו", וואס אויב מען פארמינערט - טוט מען פארמינערן די פרנסה, און אויב מען צאלט מער - טוט מען פארמערן די פרנסה.


איך האב יעצט געזען באשריבן פון די נסיעה פון דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער, די נסיעות קיין ארץ ישראל אין שנת תשי"ב (ספר דרך המלך), אז עס זענען געקומען עלטערן זיך אפרעדן אז מען בעט צו סאך שכר לימוד, האט זיי דער רבי געזאגט: "עס איז פארקערט ווי ענק קוקן דאס אן, אז ענק וועלן צאלן שכר לימוד וועלן ענק האבן מער און מער, אזוי ווי עס שטייט 'ואם הוסיף מוסיפין לו'".


איך בעט דיר זייער, האב רחמנת אויף אנשי שלומינו און זע אז אלע זאלן צאלן אין צייט, אזוי וועלן אלע האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.