בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ברענג נישט אריין אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן און דאס גלייכן, און אז דו דארפסט האבן די זאכן פאר דיין ארבעט - זאלסטו דאס האלטן אין אפיס, און נישט אהיים ברענגען.
האלט דיין שטוב ריין, האלט דיין שטוב הייליג און ערליך, און אפילו דו טראכסט אז דו קענסט זיך אכטונג געבן פון שלעכטס, דו ווייסט ווי אזוי דאס צו ניצן נאר אויף גוטע זאכן, און די לייגסט ארויף א פילטער - דארפסטו וויסן אז דיין ווייב און קינדער קענען פון דעם געשעדיגט ווערן, יונגע קינדער ווייסן ווי אזוי אויסצושפילן די פילטער און אנקומען צו די ערגסטע זאכן השם ישמרינו, און וויסן זאלסטו, אסאך אינגעלייט און בחורים טענה'ן: "וואס זאלן מיר טון אז מיר זענען אריינגעפאלן אין קוקן עבירות ווען מיר זענען געווען יונג אויף אונזער טאטעס טעלעפאן, און היינט דארפן מיר זיך אזוי מוטשען, עס איז אונז ביטער, מיר דארפן זיך רייסן צו זיין ערליך"; דער טאטע און די מאמע ווייסן נישט, זיי מיינען אז אלעס איז גוט און אלעס איז פיין, זיי טראכטן: 'עס איז נישט אזוי געפערליך ווי די רבנים מאכן דאס, מען קען זיין אפגעהיטן וכו'', בשעת ווען זייערע קינדער מוטשען זיך מיט שווערע נסיונות, מיט נסיונות אין קדושה און מיט נסיונות אין אמונה; טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות השם ירחם, פון האבן פוגם געווען מיט די אויגן, מיט קוקן דאס ערגסטע רחמנא לצלן, און דאס טוט אפשוואכן די הייליגע אמונה, ווייל ווען מען קוקט עבירות - ווערט אפגעשוואכט די אמונה, מען הייבט אן האבן קשיות און ספיקות רחמנא לצלן. אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "לְעוֹלָם אֶשְׁמָר לוֹ חַסְדִּי וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א סימן לא, אות ג): "שֶׁאֵין קִיּוּם אֱמוּנָה", מען קען נישט האבן א קלארע לויטערע אמונה, נאר אז מען איז אפגעהיטן פון עבירות, מען מען איז הייליג; און אז מען קוקט עבירות רחמנא לצלן הייבט זיך אן קשיות און ספיקות, און דאס איז גורם שרעקליכע יסורים.
על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, ברענג נישט אהיים די נישט גוטע זאכן, און נוץ אויס די ווינטער נעכט מיט לערנען די הייליגע תורה; מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג תורה, אביסל חומש, אביסל משניות, גמרא און אזוי ווייטער, און וויסן זאלסטו, אויך דער מענטש וואס איז נעבעך אין א טיפע בלאטע, ער האט געטון אסאך עבירות רחמנא לצלן, אויך פאר אים איז דא א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן; אויב וועט ער תשובה טון, ער וועט אפלאזן די שלעכטע זאכן און ער וועט חרטה האבן אויף וואס ער האט געטון - איז אים דער אייבערשטער מוחל און נעמט אים צוריק מיט גרויס ליבשאפט.
אבער מען דארף וויסן אז איינמאל מען איז אריינגעפאלן אין קוקן עבירות, אין טון עבירות, אפילו ווען מען טוט תשובה - שפירט מען כסדר ווי עס ציט צוריק צו גיין צו יענע צייטן און צו יענע מעשים, מען האלט זיך אין איין וואקלען אהער און אהין, איין מינוט וויל מען זיין גוט און איין מינוט שפירט מען ווי מען וויל צוריק לויפן צו די צייטן; דארף מען וויסן אז עס איז אויך דא אן עצה פאר דעם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
על כן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, אז דו ווילסט זיך דערנענטערן צום אייבערשטן, דו ווילסט שוין מער נישט צוריק גיין צו די אלטע נישט גוטע מעשים - זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות, מה טוב ומה נעים אז דו וועסט יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות בגירסא - מיט זאגן די ווערטער; ווייל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט א קבלה פון אלטע ברסלב'ע חסידים פון פריערדיגן דור, אויף דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט (פריער דערמאנט): "אפילו א מענטש וואס איז אריינגעפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' איך שיהי', וועט אים די תורה ארויסנעמען פון די בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד", אז דאס גייט ארויף אויף "אכצן פרקים משניות"; אז אפילו א מענטש וואס איז נעבעך אראפגעפאלן אין די בלאטע, אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויסנעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים און ער וועט ווערן א גרויסער ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.