בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?
סמארטפאון, מוהרא"ש, ליצנות, פילטער, תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו דערהאלסט זיך, דו גייסט אן מיט לערנען און מיט דאווענען, און מיט זיך פירן ערליך אויפן רבינ'ס וועג, זיין א תם; נישט א נאר, נאר זיך פירן בתמימות ופשיטות.


וואס וועט זיין מיט אונזער געשעפט? דו האסט מיר געזאגט אז דו מאכסט מיט מיר א געשעפט, אז דו גייסט נישט אהיים ברענגען דיין סמארטפאון אין שטוב נאך די חתונה און איך זאל ארויסגיין פון מיין וועג און יא זיין מסדר קידושין ביי דיין חתונה; איך האב געטון מיינ'ס, איך בין ארויס פון מיין וועג, יעצט וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט דיר, ווען וועסטו אנהייבן טון דיין צוזאג, ווען וועסטו שוין אפלאזן די טעלעפאן?


טעג און נעכט גייען דיר אוועק מיט די טעלעפאן, ממש וואס מוהרא"ש זאגט אז דאס איז כישוף, ביי זיי רופט מען דעם קאמפיוטער 'מחשב', מוהרא"ש פלעגט אלץ צושרייבן (מחשף), ווייל דאס איז מכחיש די קדושה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין סז.), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", זיי טוען אפשוואכן די כח פון די קדושה; אזוי אויך די כלים, קאמפיוטער, טעבלעט, טעלעפאן - טוען "מכחישין פמליא של מעלה" אפשוואכן די קדושה, די יראת שמים, און אפילו עס איז היינט דא גוטע פילטערס, דאס איז אפצוהאלטן ניאוף, אבער עס איז נאכנישט דא א פילטער וואס זאל פילטערן ליצנות; מען פארלירט די תמימות, מען פארלירט די געפיל צו זיין א איד.


זאג משניות אנשטאט מיש'נ-נייעס, זאג משניות אנשטאט קוקן סטעטוס; עס איז אריבער תשפ"ו, וואס האסטו פון די גאנצע יאר קוקן סטעטוס? וואס האסטו מרוויח געווען? הייב אן די יאר מיט יראת שמים, מיט לערנען תורה; מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה - וועסטו מרוויח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זיך פארהערט הלכות בשר בחלב
צדקה, הלכה, לערנען, תורה

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געלערנט פלייסיג הלכות בשר בחלב און זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים און גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין און ווייטער ממשיך זיין צו לערנען פלייסיג הלכות תערובות, מליחה און טרפות, און ענדיגן יורה דעה חלק א, דאס גוט קענען, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, אמן.


לכבוד יום טוב שיק איך דיר טויזנט דאלער, איך וויל האבן א חלק אין דיין לערנען תורה.