בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - זיבן יאר פון די סקול "בית פיגא"
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות "בית פיגא" ברסלב


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען אויף וואס איר טוט מיט אונזערע מיידלעך; די וואך ענדיגן מיר נאך א יאר סקול. נאך א יאר איז אריבער מיט אריין לייגן אין קינדער אמונה, נאך א יאר איז אריבער מיט אריין לייגן אין קינדער רעדן צום אייבערשטן, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט דעם וויסנשאפט אז עס איז נישט פארהאן קיין אנדערע תכלית - נאר צו דינען גאט ברוך הוא, צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען האט א צרה און צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל סיי וואס. נאך א יאר איז אריבער מיט אריין לייגן אין קינדער צניעות; די קינדער זאלן וויסן אז צניעות איז נישט קיין קנס, נאר אז צניעות ברענגט ארויס דאס חשיבות פונעם מענטש, נאך א יאר איז אריבער מיט אריין לייגן אין די קינדער דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


יעדער איינער אויף דער וועלט מוטשעט זיך; עס איז נישט דא וואו אוועק צו לויפן פון די פלאג פון דער וועלט. וואויל איז פארן מענטש וואס לייגט אריין זיין פלאג פאר א זאך וואס בלייבט, ער לייגט אריין זיין לעבן אין אויפבויען אידישע קינדער. געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן מיטן מחנך זיין מיידלעך זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן - דורך רעדן צום אייבערשטן.


יעצט האלטן מיר זיבן יאר פון ווען מיר האבן געעפענט אונזער סקול "בית פיגא"; שנת תשע"ב האבן מיר געעפענט דעם סקול מיט דרייצן מיידלעך - פון דריי ביז צוועלעף יאר, מיר האבן אויסגעזען ווי א חוזק, אלע האבן געלאכט, אבער ברוך השם אז מיר שטייען שוין דא אז מיר האבן שוין אייגענע טיטשערס תלמידות פון בית פיגא וואס האבן באקומען די הייליגע חינוך אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט אייער ארבעט ביתר שאת וביתר עוז; איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער. אייער זון ... נרו יאיר וואקסט אן ערליכע איד; ער דאווענט מיט א פייער, מיט זיין דאווענען וועקט ער אויף אלע מתפללים פון שלאף, אלע זעען ווי א יונג קינד דאווענט מיט א ברען הייבט מען אן טראכטן 'וואו בין איך אויף דער וועלט?' ווי אויך לערנט ער זייער פלייסיג; זעט מען אז ווען מען טוט פאר אנדערע אידן העלפט דער אייבערשטער ביי די אייגענע קינדער.

#4 - אז מ'טוט תשובה איז מען זייער חשוב ביים אייבערשטן
אמונה, שבת קודש, תשובה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דערפאר, אז דו האסט אנגעהויבן היטן שבת קודש, וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות וואס דו האסט עובר געווען, ווייל ווען מען היט שבת איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות (שבת קיח:).


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען אינעם הייליגן רבינ'ס ישיבה, וואס דאס איז באמת א 'ישיבה', אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): פארוואס רופט מען א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבה'? "כְּשֶׁיֵּשׁ רַבִּי אֲמִתִּי עִם תַּלְמִידִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְקַבֵּץ וְנִתְלַקֵּט חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה", ווייל דער אמת'ער צדיק לערנט מיט זיינע תלמידים אמונה, ער לייגט איין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, "וְעַל כֵּן נִקְרָא לִמּוּד הָרַב עִם הַתַּלְמִידִים יְשִׁיבָה, עַל שֵׁם קִבּוּץ חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה, כִּי הָרַב הוּא מַשְׁגִּיחַ עַל חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה שֶׁל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, וּלְהַעֲלוֹתָם", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קא, ו): "עֵינַי בְּנֶאֱמְנֵי אֶרֶץ לָשֶׁבֶת עִמָּדִי" 'לָשֶׁבֶת עִמָּדִי' איז 'יְשִׁיבָה', עיין שם; זעט מען אז אויב עס איז דא א פלאץ וואו מען לערנט מיט תלמידים אמונה - דאס איז א ישיבה, אבער אז מען לערנט נישט קיין אמונה מיט די תלמידים איז דאס נישט קיין ישיבה. כאטשיג עס שטייט אויפגעשריבן אויפן בנין "ישיבה ..." אבער א ישיבה איז נאר וואו מען לייגט אריין אמונה אין די תלמידים.


דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען ביים הייליגן רבינ'ס ישיבה; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


ביז דערווייל פרוביר זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות; רעד נישט קיין ניבול פה חס ושלום און טשעפע נישט קיינעם אזוי וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען, און דו וועסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מ'דארף שוין מאכן נאך א סידי פון ניגוני אמונה
אמונה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיין גרעסטע הנאה איז צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט; דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט די בשורה טובה אז דו האסט מסיים געווען מסכת כתובות די וואך. נאר דאס וועט איבערבלייבן פון אונז, די בלעטער גמרא, פרקים משניות און סימנים שלחן ערוך.


אפשר קענסטו רעדן מיט האברך ... נרו יאיר ער זאל אונז העלפן ריקארדירן נאך א סידי; מיר האבן שוין גרייט נאך א סידי: "טאנץ מיט אמונה #3", און עס איז ממש א שאד די צייט וואס מען ווארט, ווייל אין אפאר וואכן פארן מיר שוין אין קעמפ, און גלייך נאך קעמפ פארן מיר קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וועט זיך דאס אפשטופן פאר נאך א יאר...


זיי אים מסביר דאס גרויסקייט פון הפצה; אפשר ווייסט ער נישט וויפיל אידן זענען זיך מחי' און מחזק מיט די ניגונים פון אמונה. צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מחזק מיט די ניגונים וואס ברענגט אריין אין זיי אמונה; בעט אים אז ער זאל מאכן צייט פאר דעם.


שטארק דיך טייערער ...; זיי ממשיך צו העלפן מיט וואס דו קענסט נאר אז מיר זאלן קענען אריין ברענגען דעם אייבערשטן אין די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מיט א שטארקע אמונה וועסטו ארויסקריכן פון דיין צרה
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך בעט נישט פאר דיר, דיין ווייב און קינדער.


ווער איז מיר אזוי נאנט צום הארצן ווי דו און דיין משפחה, דו ביסט דאך ביי מיר ווי א קינד; איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו גייסט איין טאג ארויס קריכן פון דיין צרה. און אויב דו און דיין ווייב וואלטן געגלייבט אז די ישועה איז שוין גאר נאנט, וואלט איר שוין לאנג ארויס פון דעם פלאנטער.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצג): "דַּע שֶׁהַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל, וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כַּך", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, און אויב א מענטש לייגט אריין זיין מחשבה אין א געוויסע זאך, וועט ער ברענגען די זאך צו זיך, סיי לטוב און סיי פארקערט חס ושלום, "וַאֲפִילּוּ אִם יְחַזֵּק מַחֲשַׁבְתּוֹ מְאֹד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ מָמוֹן, בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ, וְכֵן בְּכָל דָּבָר", און אפילו אויב דער מענטש וועט אריין לייגן זיין מח מחשבה אין געלט וועט ער האבן געלט, און אזוי איז ביי יעדע זאך, אויב א מענטש טראכט א גאנצן צייט א געוויסע מחשבה וועט ער אנקומען צו דעם.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ח): "כְּשֶׁלּוֹמְדִין מִלֵּי דְּפוּרְעָנוּתָא (כְּגוֹן כְּשֶׁלּוֹמְדִין הִלְכוֹת אֲבֵלוּת וְכַיּוֹצֵא) אֵין לְעַיֵּן שָׁם הַרְבֵּה", ווען מען לערנט הלכות אבילות זאל מען זיך נישט אריין טון צו שטארק דערין, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהַעֲמִיק הַמַּחֲשָׁבָה בִּמְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ. כִּי הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", עס איז נישט גוט מען זאל טראכטן שלעכטס, ווייל די מחשבה האט א שטארקע קראפט אויפן מענטש, "וְעַל־כֵּן צְרִיכִין לַעֲבֹר בִּמְהִירוּת מְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ", דעריבער זאגט דער רבי איז נישט גוט צו טראכטן שלעכטע מחשבות, ווייל דאס קען ברענגען שלעכטס.


ווען מען לעבט מיט בטחון, מען פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן דעמאלט האט מען נישט קיין שום פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער ליגט אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איי וועסטו פרעגן וואס וועט זיין ביז דער אייבערשטער וועט העלפן? ביז דער אייבערשטער וועט העלפן וועט אויך דער אייבערשטער העלפן; דער אייבערשטער שיקט נישט א צרה פאר א מענטש נאר אז דער מענטש קען עס דערהייבן.


שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות און שטארק דיין ווייב; מיין נישט אז איך פארשטיי דיר נישט, איך ווייס זייער גוט וואס דו גייסט אריבער. מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, עס שטעכט מיר אין הארץ דיין צרה, אבער אויפגעבן איז נישט קיין עצה; אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו ארויסקריכן פון דעם.


איך האף אז דו לערנסט דיינע שיעורים יעדן טאג; אביסל חומש רש"י, אביסל משניות און לכל הפחות א דף גמרא. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי גוט עס איז זיך צו באהאלטן אין די תורה וואלטן אלע געלערנט תורה, בפרט אז מען האט דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) איז דאך נישט דא קיין בעסערע זאך אויף דער וועלט.


וואס האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי געטון ווען עס איז ארויס אויף אים א גזירה און מען האט אים געוואלט הרג'נען? דערציילט די גמרא (שבת לג:): "אֲזַל הוּא וּבְרֵיהּ טָשׁוּ בֵּי מִדְרָשָׁא", ער האט זיך באהאלטן אין שול מיט זיין זון רבי אלעזר; זעט מען פון דעם אז אויב מען וויל זיך באהאלטן ווען מען האט א צרה קען מען זיך נאר באהאלטן ביים אייבערשטן און ביי די תורה.


נאכאמאל, איך בין זיכער אן קיין שום ספק אז דו וועסט ארויס קריכן פון דיין צרה בקרוב ממש.

#1 - חיזוק פאר פרויען - אמונה, פחדים
פחדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, יד מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך בעט דיר זייער שטארק דו זאלסט אריין נעמען אין דיר די אמונה, אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און ער טוט וואס אים געפעלט; קיינער קען גארנישט טון פאר א צווייטן אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל אזוי הייסן - נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס.


ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסערן אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, און ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם". און מוהרא"ש האט פארציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "ממלא כל עלמין, וסובב כל עלמין, ובתוך כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיו יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


וויסן זאלסטו אז ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים שטארק זיינע נערוון, און אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, און ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, ער מיינט אז עס איז דא טבע מקרה מזל - אזא מענטש לעבט שטענדיג מיט פחדים, מיט שלעכטע מחשבות; מען באשולדיגט זיך כסדר, און פון דעם קומען אלע נערווען קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם, און די איינציגסטע רפואה פאר די וואס ליידן אויף די נערווען איז נאר "אמונה".


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִי כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, זיי ליידן נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם, דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט נישט קיין רפואות, און עס העלפט נישט קיין תפילה, און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה, א גאנצן טאג זאלסטו נאר זינגען ניגונים פון אמונה; היינט איז דא זייער שיינע ניגונים פון אמונה, צינד אן דעם סידי 'טאנץ מיט אמונה' ביי דיר אין שטוב, א גאנצן טאג זאלסטו טאנצן מיט די ניגונים פון אמונה, ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין דיר אז אלעס איז דער אייבערשטער. דו וועסט זיך אויפהערן צו באשולדיגן, דו וועסט זיך אויפהערן צו דערנידערן וכו', און דו וועסט וויסן אז אלעס אלעס איז דער הייליגער באשעפער, און מען קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן.


איך שיק דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט יעדן טאג זאגן, און איך זאג דיר צו, אז אויב דו וועסט יעדן טאג זאגן די תפילה - לכל הפחות איין מאל, וועסטו ביז א קורצע צייט ווערן געזונט און שטארק, דו וועסט האבן שטארקע נערוון, דו וועסט מער נישט האבן קיין פחדים מיט דמיונות, און דו וועסט זיך נישט באשולדיגן וכו'.


איך האב באקומען א בריוו פון א אינגערמאן פאריגע וואך, ער שרייבט מיר אז ער איז געווען ביי מיר פאר א האלב יאר צוריק מיט זיין ווייב; זיין ווייב האט געהאט בערך דאס וואס דו גייסט אריבער, זי האט געהאט שרעקליכע פחדים, עד כדי כך עס פלעגט איר אנכאפן אן ענקזייעטי אטאקע. איך האב איר געגעבן א תפילה וואס צו זאגן יעדן טאג, און ער שרייבט מיר די ווערטער: "מיין ווייב איז ארויס געקראכן אינגאנצען פון אירע שלעכטע מחשבות, אן קיין טערעפי און אן קיין מעדיצין, ממש א מופת פון די ראש ישיבה"; ער מיינט אז דאס איז מיין מופת, עס איז א מופת פונעם אייבערשטן, א מופת פונעם הייליגן רבי'ן וואס זאגט אז די איינציגסטע רפואה פאר שוואכע נערוון, פחדים, דמיונות, איז נאר אמונה.


דערפאר בעט איך דיר אויך דו זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה, נישט איין מאל, נישט צוויי מאל - נאר יעדעס מאל דו שפירסט ווי דיינע מחשבות קומען צו לויפן און שטורמען דיין קאפ, דו שפירסט ווי דער קאפ דרייט זיך דיר מיט אלע נעגעטיווע מחשבות, זאלסטו נעמען די תפילה און דאס זאגן אויפן קול, וועסטו זען ביז א קורצע צייט אז  עס וועט דיר בעסער ווערן.


הייליגע באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלעס גוטס וואס דו געבסט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין טייערע מאן, פאר מיינע ליכטיגע קינדער, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגע באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט מיט מיר - אלעס קומט פון דיר, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, נישט קיין גוטס און זיכער נישט קיין שלעכטס, איך זאל גלייבן אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פון דיר. העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל לעבן מיט אמונה, איך זאל לעבן מיט דיר, איך זאל דיר שפירן, הייליגע באשעפער עס איז מיר אזוי ענג, מיין קאפ דרייט זיך מיר א גאנצע טאג מיט שלעכטע מחשבות, איך טראכט א גאנצן טאג נאר שלעכטס אויף מיר, איך באשולדיג מיר, איך האב מיר נישט ליב, מיינע מחשבות פייניגן מיר, איך שפיר אסאך מאל ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך שפיר אז מיינע נערוון פלאצן מיר פון אלע שלעכטע מחשבות.


איך בעט דיר אייבערשטער, טאטע זיסער, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל טראכטן נאר פאזעטיוו, איך זאל נישט טראכטן שלעכטע מחשבות, העלף מיר איך זאל מיך נישט באשולדיגן, איך זאל געדענקען אז אלעס קומט פון דיר. באשעפער, קוק צו מיינע טרערן, קוק ווי איך וויין, קוק אויף מיין צעבראכן הארץ, אתה חונן לאדם דעת - דו גרויסער באשעפער געבסט שכל פאר יעדן איינעם, ומלמד לאנוש בינה - דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, בעט איך דיר טאטע - וחנינו מאתך חכמה בנה ודעת, געב מיר אויך שכל און פארשטאנד איך זאל מיך נישט פייניגן.


באשעפער, אסאך מאל שפיר איך ווי מיין לעבן איז מיר גארנישט ווערד, איך טראכט שלעכטע מחשבות, איך וויל אנטלויפן פון מיין לעבן, אבער איך ווייס דאך דעם אמת אז עס איז נישט דא וואו צו אנטלויפן, נאר צו דיר טאטע זיסער.


דערפאר קום איך צו דיר און איך בעט דיר העלף מיר! העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנצע לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, בזכות דער הייליגע רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, בזכות זיין תלמיד רבי נתן זי"ע, און בזכות מוהרא"ש זי"ע, אמן.


די תפילה זאלסטו האלטן מיט דיר, און יעדן טאג זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו האבן א רפואה שלימה בקרוב ממש.


זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


א פרייליכן שבת.