בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - זאגן תהלים יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט תהלים יעדן טאג.


מען האט אמאל פארציילט פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא געוויסע חסידים וואס פירן זיך צו לייגן פארן גיין שלאפן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך אלץ נישט דא?" דאן הייבן זיי אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, זייער צוגאנג איז אז ווי לאנג משיח איז נאכנישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל ווען מען שלאפט זינדיגט מען נישט. האט ר' נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א 'תהילים' אונטערן קישן און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען אפיר נעמען דעם תהילים, זאגן אפאר קאפיטלעך און שרייען צום אייבערשטן".


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך - אויף אידיש, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי תפילה והתבודדות.


פאלג דיינע עלטערן; דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן, וואס זיי זאגן דיר זאלסטו פאלגן מיט שמחה און פרייד.

#7 - די גרויסקייט פון זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך געב דיר א מתנה דעם 'ספר תהילים', זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אלע ישועות ליגן אין תהילים און ווער עס זאגט תהילים ווערט זיין אמונה געשטארקט. עס ליגט א גרויסע קדושה אין די ווערטער פון תהילים און ווען מען זאגט תהילים איז אזוי ווי דוד המלך האט דאס געזאגט.


מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים, מען איז זוכה צו האבן קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); וועט אים גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#6 - אלע ישועות ליגן אין תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים; אלע ישועות ליגן אין תהילים. אזוי אויך אז איינער זאגט תהילים ווערט זיין אמונה געשטארקט, ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן און אלע פחדים גיין צוביסלעך אוועק פון אים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); דורך דעם וועט אים זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#5 - די וויכטיגסטע זאך איז אכטונג צו געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע תלמידות פון "בית פיגא" ברסלב שתחיו.


געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר ענדיגן נאך א יאר סקול.


עס איז אריבער א שיינע יאר ביי אייך אין סקול; איך האב געהערט גריסן פון אייערע טיטשערס און פון אייער מנהלת אויף אייך ווי שיין איר האט זיך אויפגעפירט דעם גאנצן יאר - מיט דרך ארץ און גוטע מידות. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואסְפַארַא דֶּרֶך אֶרֶץ אִיך לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶך אֶרֶץ", דאס זעט מען ממש ביי אייך אין סקול, אלע תלמידות פירן זיך איידל און טייער ווי קעניגליכע קינדער.


יעצט ווען די יאר איז אריבער דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש צי מיר האבן גענוג אכטונג געגעבן אויף א צווייטע מיידל'ס כבוד, אויב מען האט חס ושלום וויי געטון א צווייטן קינד. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, מען זאגט א ווארט וואס קען שטעכן אזוי ווי א מעסער אין יענעמס הארץ, אדער מיט א לַא קען מען יענעם זייער וויי טון.


יעצט ווען איר קומט אין קעמפ, און מען גייט פארברענגען א זומער אין "מחנה בית פיגא ברסלב", וויל איך אייך זייער שטארק בעטן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו א צווייטע מיידל; מען דארף זיין זייער סענסעטיוו צו א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט לאכן פון א צווייטן, און קיינמאל נישט שפילן א שפיל אויב מען לאזט נישט א צווייטן שפילן מיט דעם שפיל. אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל, אבער אז מען טשעפעט א צווייטן האט מען נישט קיין מחילה ביז מען בעט יענעם איבער.


זוכט אויף די מיידלעך וואס זיצן שטענדיג שטיל און איינזאם, און חבר'ט זיך מיט מיידלעך וועם קיינער קוקט נישט אן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", מען פירט זיך פון הימל צום מענטש אזוי ווי דער מענטש פירט זיך צו א צווייטן; אויב מען איז מקרב א צווייטן דעמאלט וועט דער אייבערשטער אים מקרב זיין, און אויב מען איז מרחק א צווייטן, דעמאלט וועט מען אים פון הימל אויך מרחק זיין.


טייערע "בית פיגא" תלמידות, איך בעט אייך פון טיפעניש פון מיין הארץ איר זאלט מיר דאס צוליב טון; האט אביסל הכרת הטוב פאר די סקול, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די סקול, איך ארבעט זייער שווער פאר אייך אלע אז איר זאלט זיין צופרידן, בעט איך אייך אז די טובה זאלט איר מיר צוריק טון: איר זאלט זיך נישט קריגן מיט א צווייטן און איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן; אז איר זעט א מיידל איז נאכגעלאזט, זי שטערט דעם סדר וואו מען שלאפט וכו', זאלט איר חס ושלום איר נישט פארשעמען, נאר איר זאלט דאס פארציילן פאר מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן שיינערהייט וכו', ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן ברבים קען מען פארלירן די חלק אין עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א חבר ברבים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (שם): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁיַּפִּיל עַצְמוֹ לְכִבְשַׁן הָאֵשׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים", ענדערש זאל א מענטש זיך לאזן אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלך אויוון ווי צו פארשעמען א חבר.


דערפאר, אז איר שפירט ווי א מיידל איז נאכגעלאזט, עס גייט א גערוך פון איר וכו', אדער זי רוימט נישט איר בעט; אירע חפצים פליען ארום די גאנצע שטוב, טאר מען איר נישט פארשעמען חס ושלום. גייט רעדט דאס דורך מיט מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די מיידל אז זי זאל נישט חס ושלום פארשעמט ווערן.


איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט מיט אייער מנהלת מרת ... תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל. הערט אויס יעדע ווארט וואס זי זאגט אייך, דאס וועט אייך העלפן פאר אייער גאנץ לעבן, זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט די מיידלעך; חס ושלום איר זאלט פארשעמען א צווייטן, דאס איז א שפיל מיט פייער. אז מען פארשעמט א צווייטן און יענער וויינט צום אייבערשטן נעמט זיך דער אייבערשטער אן פאר יענעם אפילו יענער איז נישט גערעכט.


איך האב אייך געגעבן א מתנה א ספר תהילים; זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים. אין תהילים ליגן אלע ישועות, אין ספר תהילים ליגט אלע רפואות, אז איר קענט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים' איז גאר גוט, אבער אז איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטש וויפיל איר קענט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט הנאה האבן דעם זוממער, און איר וועט אהיים קומען אנגעפילט מיט אמונה.


א פרייליכן זוממער.

#4 - מיט תהלים און התבודדות, באקומט מען אלע ישועות
תפילה והתבודדות, תהלים, ישיבה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק איך האב הנאה דיר צו זען ווי דו כאפסט זיך ארויף אין ישיבה יעדן טאג ווען דו האסט לאנטש און דו זאגסט תהילים.


וויסן זאלסטו אז אין תהלים ליגן אלע ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; ר' נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אז מען זאגט יעדן טאג דעם יום ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


איך פריי מיר צו הערן אז דו העלפסט די מוסד און דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין דעם זכות זאלסטו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


יעדעס מאל דו האסט אפאר פרייע מינוט אדער א טאג וואס דו ארבעטסט נישט קום ארויף אין ישיבה, טינק דיך איין אינעם רבינ'ס קוואל. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; אז מען קומט צו א פלאץ וואו מען רעדט נאר פון רבי'ן איז מען זוכה צו שיינע זאכן, אלע פלעקן און אלע עבירות ווערן אפגעוואשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - מיט א "תפלה צעטל" וועסטו געהאלפן ווערן
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר שטייען יעצט ערב יום טוב שבועות די יום טוב פון מתן תורה ווען משה רבינו איז ארויף אויפן בארג סיני נעמען די תורה פאר אונז אידן. דער אייבערשטער האט אים געזאגט ער זאל קודם גיין צו די פרויען און נאכדעם צו די מענער, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס זענען די מענער. לכאורה, פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען און ערשט נאכדעם צו מענער? ווייל פרויען האבן א שטערקערע אמונה ווי מענער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן - וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן – גלייבן; דערפאר האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען, ווייל די תורה קען מען נאר מקבל זיין אז מען האט א שטארקע אמונה.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן אויף אידיש; איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל וואו איר זאלט אראפ שרייבן אלעס וואס איר דארפט, אלעס וואס באדערט אייך און אלע נאטורן וואס איר דארפט פארעכטן. איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט ווייזן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם באשעפער; יעדן טאג זאלט איר ארויסנעמען דעם צעטל און בעטן דעם אייבערשטן, ביז איר וועט זען די ישועה. נאכדעם זאלט איר מאכן א סימן ביי יעדע זאך וואס איר זענט שוין געהאלפן געווארן; אזוי זאלט איר טון במשך אייער גאנצע לעבן, וועט איר זען מיט אייערע אויגן באשיינפערליך ווי ווייט מען קומט אן מיט תפילה.


וואויל איז אייך אז איר זאגט תהילים; אלע ישועות ליגן אין ספר תהילים.


נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך.

#2 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען ביי אלעמען; אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל, ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן מיט דעם וואס איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט יעדן טאג תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א גוטע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אביסל תהלים איז אויך גוט
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' נתן פלעגט זאגן אז פון ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; האט ער זייער מצליח געווען.


זייער אסאך מאל האלט זיך דער מענטש צוריק פון טון גוטע זאכן ווייל ער מיינט אז ווייניג איז גארנישט ווערד. און וויבאלד ער קען נישט טון קיין סאך טוט ער גארנישט. אבער אז מען ווייסט אז "מְעַט גַם כֵּן טוֹב" פרובירט מען אריין צו כאפן וואס מען קען; דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זאגן תהלים, אפילו דו קענסט נישט זאגן דעם גאנצן 'יום תהלים'. און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו נישט טראכטן אז דו דארפסט עס ענדיגן. קיינער הייסט דיר נישט ענדיגן תהלים, נאר זאג תהלים - איין קאפיטל נאכן צווייטן און בעט דעם אייבערשטן נאך יעדע קאפיטל פאר דיר און פאר אלע אידן.


דער רבי האט דערציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו, זיין חבר איז געווארן זייער צעבראכן דערפון, האט ער געפרעגט דעם חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און ווידער גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטלעך מיט בכיות און געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך"; אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן.


דער רבי האט פארציילט דער מעשה אריין צו ברענגען אין אונז וואס הייסט זאגן תהילים מיט תמימות און פשיטות, אז גלייך ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים זאל מען פרעגן דעם חולה צי ער איז שוין אויסגעהיילט. און אויב זאגט ער אז נישט, זאל מען נאכאמאל נעמען דעם תהלים און זאגן נאך קאפיטלעך - אן קיין חכמות, נאר מיט אמונה אז בזכות די קאפיטלעך תהלים וועט דער חולה האבן א רפואה שלימה.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אויפנייען שיינע מחיצות פאר די חתונה זאל, ווייל ווען מען מאכט קלענערע שמחות פעלט נישט אויס מען זאל נוצן די שול און מען קען צעטיילן די זאל פאר מענער און פרויען.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א בריוו.