בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#70 - טאטע הייל מיך אויס, דו ביסט דאך דער בעסטער און גרעסטער דאקטער
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איר האט מיר דערציילט אז אייערע פחדים זענען צוריק געקומען, אויך האט איר לעצטנס יסורים פון וכו'.


דא האט איר א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; דו טוסט מיט מיר נאר גוטס, איך וועל דיר קיינמאל נישט קענען גענוג לויבן אויף אפילו איינס פון די חסדים.


איך האב לעצטנס פחדים, עס קען מיר אנכאפן א פלוצימ'דיגע שרעק, איך ווער אזוי דערשראקן, איך הויב אן פאניקן, איך ווייס נישט וואס צו טון; בעט איך דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, שטארק מיר מיין אמונה אין דיר. איך ווייס אז דאס קומט פון חסרון אמונה, ווייל ווען מיין אמונה וואלט געווען קלאר און שטארק, איך וואלט געדענקט אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויסער דיר; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז דו, עס איז נאר פארשטעלט - דאן וואלט איך נישט מורא געהאט פון קיינעם, איך וואלט נישט געהאט קיין שום שרעק.


דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, טאטע זיסער, געב מיר א קלארע אמונה, שטארק מיין אמונה, אזוי וועל איך מער נישט האבן די אלע שרעק. אויך די ווייטאג ביי מיינע ביינער, מיין קאפ, איך מאך אינטערעסאנטע פאקסן וכו', - דאס אלעס זאל אוועקגיין פון מיר.


טאטע הייל מיך אויס, הייל מיך אויס, דו ביסט דאך דער רופא נאמן, דער בעסטער און גרעסטער דאקטער, הייל מיך אויס איך זאל נישט בייגן מיין קאפ אזויפיל, איך ווייס עס איז אלעס פון מח, העלף מיר, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


זאגט די תפילה יעדן טאג, וועט איר זען גרויסע נסים.

#69 - עס איז א נארמאלע זאך זיך צו פארבענקען אהיים
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


עס איז א נארמאלע זאך ביי א פרוי, נאך די חתונה קען מען זיך זייער שטארק פארבענקען אהיים, צו די מאמע אדער שוועסטער וכו', עס קען אנכאפן א פליצומ'דיגע בענקשאפט, עס שפירט זיך ווי אן אטאקע וכו'; שטופט עס נישט אוועק, לאזט די געפילן אייך איבערנעמען, עס וועט אליינס אריבערגיין.


שטארקט זיך מיט אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה - שפירט מען זיך זיכער, מען שפירט נישט ווי מען איז אליין. אמונה בויט אויף דעם מענטש, אמונה נעמט אוועק אלע סארט פחדים און שרעק.


זינגט זיך: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר. דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא".


בנוגע די קורצע צייטן וכו'; גייט צום דאקטער, א שאד צו לעבן אזוי, מען קען דאס מסדר זיין גרינגערהייט.

#68 - געוואלד און געשריגן, פארוואס איז דער הייליגער רבי אזוי פארשעמט?
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, משפחה, בזיונות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


מזל טוב פאר'ן אפשערן פון דיין זון נחמן נתן נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א צדיק, זאלסט זען נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער, צוזאמען מיט דיין ווייב.


איך הער זאגן אז דיין טאטע נרו יאיר האט נישט געוואלט אפשערן דיין זון, ער איז נאכאלץ ברוגז אויף זיין נאמען, עס שטעכט אים די נאמען נחמן נתן, דו האסט צער פון דעם.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן, נאך נישט קיין עסק פון דעם, מאך מיט חכמה, קיינער זאל נישט כאפן אויב ער שערט יא אדער נישט, רעד נישט פון דעם, מאך נישט קיין עסק פון דעם, ביים סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.


פאר'ן אייבערשטן קענסטו זיך יא צואוויינען, און דו זאלסט וויינען; זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק ווי פארשעמט דער רבי איז, מיין טאטע וויל נישט אפשערן מיין זון ווייל ער טראגט דעם רבינ'ס נאמען; רבונו של עולם, געוואלד און געשריגן, פארוואס איז דער הייליגער רבי אזוי פארשעמט?!"


זיי שטארק!

#67 - וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי איז עס חוצפה; אז אייערע עלטערן זאגן אייך עפעס צו טון קענט איר נישט אנהויבן בעטן הויך אויפ'ן קול: "באשעפער העלף איך זאל נישט דארפן טון וואס מיין טאטע זאגט, אדער וואס מיין מאמע זאגט"; מען קען בעטן דעם אייבערשטן שטילערהייט, אבער הויך אויפ'ן קול זיי צו ווייזן אז מען וויל נישט טון וואס זיי בעטן - איז נישט קיין דרך ארץ.


אז דו ווערסט צעדרוקט פון טראכטן אז מען דארף בעטן אויף יעדע זאך און דאס מאכט אייך איר זאלט בכלל נישט בעטן, זאלט איר מאכן פון דעם אליינס א תפילה, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט ווערן צעדרוקט, איך זאל נישט האבן קיין פרעשור פון תפילה והתבודדות; העלף מיר איך זאל האבן ישוב הדעת, איך זאל זיך קענען אויסשמועסן מיט דיר און וויסן ווי אזוי צו בעטן אויף יעדע זאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - עס איז נאר דא איין עצה ווי אזוי אויסצוארבעטן די שלעכטע מידות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איין עצה איז דא אויסצוארבעטן די שלעכטע מידות: "התבודדות ותפילה"; נישטא קיין אנדערע עצה. ווער עס האט אין זיך די מדה פון טשעפען, פליקן, שטעכן מיט ווערטער, - דארף בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש - ביז דער אייבערשטער וועט אים העלפן.


דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד שמואל אייזיק, ער איז געווען א גרויסער צדיק, איינמאל האט אים דער רבי אנגעכאפט ביים הארץ און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תמא): "שמואל אייזיק, שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!" ווייל יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט שלעכטע מידות, אז אלעס קומט זיך אים און ער איז אייביג גערעכט, דאס מאכט ער זאל גרינגשעצן אין אנדערע, ער רעדט שטעכעדיג און פליקעדיג; דאס אלעס קומט פון די הייסע בלוט פונעם מענטש.


די עצה איז, מען זאל נעמען די הייסע שלעכטע בלוט און דאס אויסלייטערן דורך זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות", א מענטש זאל אויסשמועסן זיין הארץ פאר'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלע שלעכטע מידות, אלע שלעכטע תאוות; דאס זויבערט דעם מענטש.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפילה): "די לייט פונעם קעניג האבן זיך געטראפן, האבן זיי געבעטן דעם פרומען בעל תפילה זאל אריינגיין אין די מדינות זיי אויסרייניגן פון זייער שמוץ", דער רבי דערציילט דארט איבער אלע כיתות וואס האבן גענומען תאוות רעות און עבירות, און געמאכט דערפון אן אמונה, נישט נאר זיי זענען אריינגעפאלן אין די תאוות, נאר עס איז געווארן ביי זיי ווי א שיטה, זיי האבן געגלייבט אז אזוי דארף מען זיך פירן און דאס איז דער תכלית, דאך האט דער בעל תפילה זיי אלע אויסגערייניגט; ווייל תפילה איז אזא שטארקע זאך, ווער עס בעט דעם אייבערשטן ברחמים ובתחנונים ער זאל אים העלפן - איז זוכה צו ווערן אויסגערייניגט, דאס איז וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד: "שמואל אייזיק, שמואל אייזיק, וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס!"


דאס זאגט דער רבי פאר יעדן פון אונז, קענסט עס זאגן פאר דיר מיט דיין נאמען: "... ... וועגן אביסל בלוט זאלסטו פארלירן די וועלט און יענע וועלט? קרעכץ עס אויס"; רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין א גוטער מענטש, העלף מיר איך זאל נישט רעדן שטעכעדיג, איך זאל נישט וויי טון אנדערע; העלף מיר איך זאל האבן גוטע מידות, איך זאל קענען ליידן יעדן איינעם, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן - וועסטו קענען אויסארבעטן די מידות.


קענסט ליינען שבת קריאת שמע של אריז"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - וואס צו טון פאר די טובה פון א נשמה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, תעניתים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט זיך אוועקגעגעבן איר לעבן פאר תורה, זי האט געקאכט פאר די בחורים אין ישיבה, זי איז געווען איבערגעגעבן פאר די ישיבה בלב ונפש, זי איז יעצט אויבן אין גן עדן אין א גוטע פלאץ.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך הער אז דו פאסט תעניתים און דו טוסט כל מיני זאכן פאר איר נשמה; טו נישט די זאכן, דו ווייסט אז דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן פאסטן. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "דער וואס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן? און דער וואס ווייסט נישט פון מיר - וואס וועט אים שוין העלפן די פאסטן?" אז מען ווייסט פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע עצות - קען מען עסן, און שלאפן, און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


צדקה איז א גרויסע זאך פאר א נשמה און לערנען תורה איז א גוטע זאך פאר א נשמה, אבער די תעניתים - דאס זאלסטו אפלאזן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; זיי זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים אין דיין שפראך, דערצייל אים אלעס וואס ליגט אויף דיין הארץ, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר, איך זאל שטענדיג נאר טראכטן פון דיר"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע זאך, די גרעסטע עבודה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#64 - מען מאכט קינדער פאר פראבלעמען, צו מאכן געלט דערויף
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד נישט צו דיין ווייב פון אריינשיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות, זי קען עס נישט נעמען, זי ווערט פשוט משוגע ווען דו רעדסט פון דעם.


איך ווייס אז עס גייט דיר ממש אין לעבן אז דיינע קינדער זאלן קומען אין אונזער מוסד, דו האלסט נישט אויס אז מען מאכט פון זיי א קעיס, מען מאכט זיי פאר ספעציעלע קינדער, מען רייט אויף דיר השם ישמרינו. אזוי טוט מען ליידער מיט צענדליגער הונדערטער קינדער, מען מאכט פון קינדער א ביזנעס, מען מאכט זיי פאר פראבלעמען כדי די שטאט זאל געבן געלט ה' ירחם. דאך בעט איך דיר, לאז אפ דיין ווייב, זי קען דאס נישט נעמען; זי הערט נאר דאס ווארט 'ברסלב'ער מוסדות' - ווערט זי ממש צעדרייט.


דו האסט איין ברירה, גיי צום אייבערשטן; בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט ברוח ונפש, העלף מיר מיינע דורות זאלן האבן אמונה אין דיר באשעפער און אמונה אין צדיקים, זיי זאלן לעבן מיט הייליגע צדיקים, זיי זאלן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן צוזאמען מיט אלע אידן".


דאס איז די וועג צו באקומען וואס מען וויל, וואס מען דארף; תפילה און נאכאמאל תפילה.


ברודער טייערער, זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם הייליגן רבי'ן, העלף די מוסדות; ביי מיר איז דער עיקר די יוגענט. איך האב ברוך ה' אסאך ארבעט, אלעס איז ביי מיר א טפל אנטקעגן די חדר און מיידל סקול. ביז דערווייל האבן מיר שוין מוסדות אין דריי שטעט, אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל און אין ליבערטי, נאך אביסל עפענען מיר אין מאנסי און אזוי ווייטער וועלן מיר אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, דער בעל תפילה מיט'ן גיבור גייען ארום פון שטאט צו שטאט, מען נעמט אלעס איין מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום קעניג (ספורי מעשיות, מעשה יב).


"קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען" - האט דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח); אז דער רבי האט אזוי געזאגט - איז טאקע אזוי, דארף מען דאך זייער פרייליך זיין!

#63 - הער אויף זיך צו באקלאגן, הויב אן דאנקען און לויבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, אמונה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך דריי זיך ארויס פון רעדן מיט דיר, איך קען נישט ליידן עצבות ומרה שחורה. וויפיל איך רעד מיט דיר פון די עצות פון רבי'ן, שעות אויף שעות - ווארפסטו עס צוריק אין פנים, א שאד פאר מיין צייט און כח.


איך זע ממש מיט מיינע אויגן דעם דיבור וואס רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען איינער רעדט זיך אפ, זאגט מען פון הימל מען וועט אים געבן נאך מער צרות, ער זאל האבן אויף וואס זיך צו באקלאגן, און פארקערט, ווען איינער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, זאגט מען פון הימל, מיר וועלן אים געבן נאכמער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען".


וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט גענומען א שלעכטער וועג, דו הערסט נישט אויף וויינען און קרעכצן, אנדערע וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא שיינע לעבן וואס דו האסט; דו ביסט געזונט, דו האסט א טייערע ווייב; וואס פעלט דיר? אנשטאט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, זאגן: "עס איז מיר גוט", "דער אייבערשטער איז גוט צו מיר", - טוסטו קרעכצן טאג און נאכט. ווען איך רעד מיט דיר פאל איך אליינס אריין אין עצבות, דעריבער רעד איך נישט מיט דיר.


זיי מיר מוחל; אדער, אז דו ביסט מחליט צו טוישן דיין וועג פון טראכטן - דעמאלט וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי א שפאציר און בעט נאר אויף די איינע זאך, אויף שמחה:


"רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך; נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל גלייבן אין דיר; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, דאס גוטס - ביסטו, און דאס שלעכטס - ביסטו; נישטא קיין גוטס, נישטא קיין שלעכטס, אלעס אלעס ביסטו אליין.


רבונו של עולם, זכינו להיות בשמחה תמיד! העלף מיר איך זאל זיין שטענדיג פרייליך; וואס קען איך טון, איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי נעגעטיוו; איך זע נאר שלעכטס, איך הער נישט אויף צו קרעכצן, העלף מיר טאטע, רחם עלי בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל".


אויך זאג קאפיטל כט: "מזמור לדוד, הבו לה' בני אלים", וגומר; דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה".


אויך זאלסטו אנצינדן א לעכט לזכות רבי מאיר בעל הנס און געבן אפאר פרוטות לצדקה דו זאלסט קענען ארויסקריכן פון די עצבות ומרה שחורה.


לאז מיר וויסן וואס פאר א וועג דו ווילסט נעמען; די וועג פון זאגן און זינגען: "עס איז מיר ביטער", אדער די וועג פון זאגן און זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט צו מיר!"


איך האב ליב געהאט צו שמועסן מיט דיר, איך פלעג זיצן מיט דיר שעות, איך פלעג שפאצירן מיט דיר, איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן נאכאמאל און נאכאמאל גוטע ווערטער אויפ'ן אייבערשטן. יעדעס מאל מען זאגט: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר" - מאכט עס אזוי גוט און פרייליך, אבער פון ווען דו זינגסט: "עס איז מיר ביטער" - דאס קען איך נישט נעמען, איך עקל זיך פון די ווערטער.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; ביי די חנוכה ליכט בעט איך זייער אסאך פאר דיר, ווייל איך האב דיר זייער ליב; איך האב גרויס רחמנות אויף דיר.


 

#62 - רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שבת קודש, קנאה, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער; פארלירט זיך נישט, זייט נישט מקנא קיינעם; איר וועט האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


איך בין יעצט אינמיטן א נסיעה אין אייראפע, מיר זענען יעצט ביים גרעניץ צווישן אונגארן און רומעניא, מען ווארט דא מען זאל אונז דורכלאזן, קען איך שרייבן אביסל בריוו.


איך בעט פאר ענק ביי אלע צדיקים; איך האב מזכיר געווען אייער נאמען אין אוהעל און אין קערעסטיר, איר וועט בקרוב זען א ישועה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קומענדיגע דורות.


נעמט זיך פאר צו צינדן שבת ליכט אפאר מינוט פריער; צום ביישפיל, אז דער זמן הדלקה איז 4:20 זאלט איר צינדן 4:10 אדער 4:15, און בעטס ביי די ליכט: "רבונו של עולם, געב מיר קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה און דיך דינען, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט. רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיר זאלן לעבן מיט אמת'ע ליבשאפט", אמן.

#61 - א שיינע תפלה פאר געזונטע ערליכע קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


דא האט איר א שיינע תפלה צו זאגן יעדן טאג פון די חדשים:


"רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיר אז איך בין חתונה געהאט, איך האב א מאן, און יעצט ווארט איך בשעה טוב ומוצלחת א שמחה.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר, מאך מיר א גרינגע לידה, העלף מיר עס זאל אלעס אריבערגיין גרינג, בנקל ובנחת. דער קינד זאל זיין געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, דער קינד זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנץ לעבן פאר דיינעט וועגן, העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, בזכות משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק און דוד המלך, בזכות דער גרויסער צדיק רבי יצחק לוריא אשכנזי און דער גרויסער צדיק רבי ישראל בעל שם טוב און בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו, ובזכות רבינו מוהרא"ש זכר צדיקים לברכה, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".

#60 - דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, אמונה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס טראכסטו אז דאס איז א שטראף? פארוואס טראכסטו נישט אז דער אייבערשטער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד?!


ביי מיר איז געווען אזא מעשה, מיין ווייב האט פארלוירן וכו'; האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן וואס ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד"; פון דעמאלט זאג איך פאר אלע וואס קומען מיר דערציילן אז זיי האבן פארלוירן וכו' - וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף שלעכטס, "כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", אזוי ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף גוטס; לכאורה, פרעגן אלע, ווי אזוי קען מען זאגן פאר'ן מענטש, זאג יישר כח אויף שלעכטס מיט די זעלבע שמחה וואס מען דאנקט אויף גוטס? נאר מען זאגט דעם מענטש 'דאנק אויף שלעכטס, ווייל עס איז נישט שלעכט, דו מיינסט אז עס איז שלעכט, ווייל עס איז גוט'; דו מיינסט אז דו האסט פארלוירן - ווען פון הימל היט מען דיר פון נישט גוטע זאכן.


חזר אמונה, זינג נגוני אמונה, זינג דעם ניגון: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז דאך גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט - ווייס איך ער איז גערעכט, איך דארף נאר איין זאך זען - איך זאל אייביג רעדן צו אים, איבערשמועסן יעדע זאך - וועט עס ווערן בעסער גלייך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - ס'איז אזוי געשמאק צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן צווישן די ביימער און גראז
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שטעטל, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דו וואוינסט דאך אין שטעטל, דארט איז דאך אזוי געשמאק צווישן די ביימער און גראז; גיי אביסל שפאצירן צווישן זיי. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "עס איז זייער גוט צו זיין פרום צווישן זיי"; זיי זיך קובע יעדן טאג בקביעות א צייט צו רעדן, שמועסן און קרעכצן צום אייבערשטן.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזא עצה 'התבודדות ותפילה'. הייב אויף דיינע הענט צום הימל, קוק ארויף צום הימל און זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד"; מה אומר לך ידידי היקר, כשזוכין להתבודד, מרגישין טעם גן עדן, מרגישים את נועם זיו חיות אלוקותו יתברך שמו, מרגישין ורואים שהכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, מען דארף קיינעם נישט, מען באקומט א ישוב הדעת.


זיי מיר מודיע וואס מען רעדט אין שול אין שטעטל, מען רעדט פונעם אייבערשטן? מען רעדט פון רבי'ן? איך האף דאס זענען ענקערע דיבורים.

#58 - אפזאגן א שידוך ווייל דער טאטע איז א שלעפער?!
תפילות אויף אידיש, שידוכים, משפחה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן פון א תלמיד היכל הקודש אזעלכע ווערטער; האסט גארנישט געהערט שלעכטס אויף די מיידל, אדרבה, האסט געהערט אז זי איז אן איידעלע, א וואוילע, און דו זאגסט אפ די שידוך ווייל די עלטערן זענען שלעפערס? ווייל דער טאטע גייט נאך געלט?!


פלאי פלאים, א איד גייט נאך געלט צו קענען מפרנס זיין די שטוב - דאס מאכט אים פאר א שלעפער? א איד נעמט פון קופת צדקה - דאס מאכט אים ווייניגער חשוב? וואו בין איך אויף די וועלט? ביסטו אפשר פון די מדינה פון עשירים וואס אלעס איז וועדליג דאס געלט? מיר זענען דאך פון די בעל תפילה'ס לייט וואס מען קוקט גארנישט אויף געלט.


מענטשן זענען מזלזל אין משפחות וואס זענען נצרכים, זיי ווייסן נישט אז דאס גייט פאסירן ביי די אייגענע קינדער אדער אייניקלעך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנא:) דער הייליגער רבי חייא האט געזאגט פאר זיין ווייב: "כי אתי עניא", ווען אן ארעמאן קלאפט אין טיר, "אקדימי ליה ריפתא", זאלסטו אים געבן ברויט צו עסן, "כי היכי דלקדמו לבניך", אזוי וועט מען אויך געבן פאר אונזערע קינדער ווען זיי וועלן בעטן צדקה, האט זי געפרעגט רבי חייא: "מילט קא לייטת להו", דו שעלטסט מיר, פארוואס זאגסטו אזוינס? אונזערע קינדער גיין קלאפן ביי די טירן פאר צדקה?! האט רבי חייא איר געזאגט: "קרא קא כתיב", נישט איך זאג דאס, דער פסוק זאגט דאס (דברים טו, י): "כִּי בִּגְלַל הַדָּבָר הַזֶּה יְבָרֶכְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ..." די חכמים זאגן, "גלגל הוא שחוזר בעולם", די וועלט דריידט זיך ווי א רעדל, ארעמקייט קומט צוריק צום מענטש, "אם הוא לא בא", און אז עס קומט נישט צום מענטש, דער מענטש האט יא געלט, "בא בנו", קומט די ארעמקייט צום קינד, "ואם בנו לא בא, בן בנו בא", און אז די קינדער זענען נישט ארעם - וועט עס אנקומען צום אייניקל, דעריבער טאר מען נישט מזלזל זיין אין קיין ארעמעלייט.


ביי א שידוך קוקט מען אויף דריי זאכן. די ערשטע זאך פרעגט מען זיך נאך אויב די מיידל איז געזונט, מוהרא"ש זאגט "בראשית ברא", בראשית - די ערשטע זאך, ברא - געזונט, געזונט איז דאס וויכטיגסטע, דאס דארף מען גוט מברר זיין, אויב מען באהאלט נישט עפעס, אויב איז דאס געזונט מיט די נערווען. די צווייטע זאך - אויב זי איז ערליך, אויב זי האט יראת שמים, זי וויל אויפשטעלן א שטוב על דרך התורה, אויפציען קינדער אויף די אידישע וועג. דאס קען מען גרינג מברר זיין, מען קוקט ווער זענען אירע חברט'עס, מוהרא"ש זאגט אז מען וויל דערקענען א מענטש - קוקט מען ווער זענען די חברים; דער מענטש אליינס קען זיך אסאך מאל גוט פארשטעלן, ווען מען זעט די חברים זעט מען אלעס. דריטנס, אויב זי האט גוטע מידות; די דריי זאכן קוקט מען ביי א שידוך.


אויב איז די מיידל געזונט, ערליך און האט גוטע מידות - מאכט מען א צייט און א פלאץ וואו דער בחור און מיידל טרעפן זיך און רעדן פאר א שטיק צייט, מען פרעגט דעם בחור אויב זי האט חן, און מען פרעגט די מיידל אויב ער האט חן און מען ענדיגט די שידוך, דאס איז אויף וואס מען קוקט און מען זוכט.


ווער איז דער טאטע? וואס טוט די מאמע? ווי אלט איז די זיידע און ווי קלוג איז די באבע? די פעטערס זענען רייכע? די מומעס זענען באלעבאסטעס? ווער זענען די מחותנים? זיי האבן יא געלט אדער נישט געלט וכו' וכו'? - דאס איז נישט וויכטיג.


דאס וואס מען האט געזען א בילד פון די מיידל, זי גייט אנגעטון זייער פשוט; אויף דעם דערציילן שוין די הייליגע חכמים (נדרים סו.), א בחור האט אמאל געמאכט א נדר, ער גייט נישט טון א געוויסע שידוך, שפעטער האט דער הייליגער תנא רבי ישמעאל געזאגט מען זאל אנטון די מיידל מיט שיינע קליידער און איר שיין מאכן, מען האט געמאכט נאך א בעשוי און דער בחור האט געזאגט: "די מיידל וויל איך יא", האט דער הייליגער תנא רבי ישמעאל געוויינט, ער האט געזאגט: "וואס קען מען טון אז עס איז דא ארעמע מיידלעך וואס קענען זיך נישט אנטון שיין און עס גייט זיי נישט קיין שידוכים..."


איך וויל דיר נישט וויי טון, אבער קוק ביי דיר; דו ביסט א טייערער בחור, איך האלט זייער פון דיר, איך פרוביר דיר אנצוטראגן שידוכים; וועט איינער קומען זאגן ער וויל דיר נישט נעמען פאר אן איידעם ווייל ער הערט אז דיינע עלטערן קריגן זיך וכו'? איי, וואס ביסטו שולדיג? איי, וואס האט דאס מיט דיר? וואס קענסטו טון אז דיינע עלטערן האבן נישט געהאט דעם רבי'ן אין זייער לעבן? זיי ווייסן נישט פון דעם אז מען קען לעבן דא בזה העולם א חיים טובים; די קשיא איז נישט אזוי שווער אויף אנדערע מענטשן, ווייל אזוי טראכטן מענטשן, מען קוקט אויף די ארום און ארום; אבער מיר תלמידי היכל הקודש וואס מוהרא"ש האט אונז שוין געעפנט דעם קאפ - דארפן אנדערש צו גיין צו א שידוך.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאג פאר'ן אייבערשטען ווי שווער עס איז דיר צו זיין אליין, אז דו ווילסט חתונה האבן, מער נישט זיין קיין פלג גוף, און זאג נישט אפ קיין שידוך נאר אויב עס איז דא א פראבלעם אין געזונט און יראת שמים.


דא האסטו א שיינע תפילה צו זאגן יעדן טאג ביז דו טרעפסט דיין שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - נישט חוזק מאכן, שפעטן און לאכן, פון מענטשן
תפילות אויף אידיש, רעדן, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, דו דאווענסט ערנסט און דו לערנסט פלייסיג.


איין זאך דארפסטו פאררעכטן, בעט דעם אייבערשטן זאלסט ארויסגיין פון די קטנות הדעת, פון די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מענטשן, א וועג פון שפעטן, א וועג פון לאכן. בעצם לאכן איז זייער גוט און זייער וויכטיג, אבער ווען עס איז אויף יענעמ'ס חשבון איז דאס עקלדיג און גרויליג.


איך זאג דיר דעם אמת, איך וויל דיר זייער אסאך מאל געבן א גוטע געפיל, א שמייכל, א גוט ווארט; און ווען איך קום נאנט צו דיר און איך הער ווי דו רעדסט, אלעס איז איין שטיק חוזק, איין שטיק שפעטן, נאכמאכן מענטשן אדער שפעטן - ווער איך אזוי פארעקלט אז איך קען נישט שמייכלען און געבן גוטע ווערטער, ווייל ברוך ה' איך קען נישט זיין אחד בפה ואחד בלב, אויב אין הארץ בין איך נישט צופרידן קען איך זיך נישט מאכן.


א שאד פאר דיר, א שאד די צעדרייטע וועג וואס דו גייסט. בעט דעם אייבערשטן די ווערטער:


"רבונו של עולם, איך וויל אנהייבן רעדן צו אלעמען אויף א גוטע וועג, בדרך הישר והרצוי לפניך, נישט א וועג פון חוזק, שפעטן און לאכן; העלף מיר אייבערשטער".


אזוי זאלסט בעטן טאג נאך טאג.


 

#56 - א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, וויטאמינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


אז איר ווילט צוריק קומען צו אייערע כוחות איז דא א גוטע וויטאמין וואס ארבעט וואונדערליך, עס ארבעט אויפ'ן פלאץ, גלייך ווען מען נעמט עס איין שפירט מען ווי מען באקומט מער און מער כח.


די וויטאמין קען מען באקומען וואו אימער, עס ליגט אין אלע געשעפטן, אין אלע הייזער, עס קאסט נישט קיין געלט; מען דארף דאס נישט אייננעמען, דאס דארף מען ארויסנעמען, ארויסזאגן פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"יישר כח אייבערשטער פאר מיין לעבן, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, יישר כח אייבערשטער פאר די ביסל כח וואס איך האב. יישר כח אייבערשטער אז איך בין א איד, יישר כח אייבערשטער אז איך גלייב אין דיר, יישר כח אייבערשטער פאר אלעס".


יעדע דאנק צום אייבערשטן - געבט נאך כח און נאך כח.


יעצט זענט איר שוואך, עס איז נארמאל; איר מעגט וויינען, עס איז נארמאל; צוביסליך וועט איר צוריק קומען צו אייערע כוחות פון אמאל, און אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן וועט איר ווערן שטערקער פון אמאל.


א חתימה טובה.

#55 - ס'איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט מענטשן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ביסל צייט וואס דער שטעטל שטייט זע איך אז וואוינען אין שטעטל איז פון איין זייט זייער א געשמאקע זאך און פון די אנדערע זייט היבש שווער; פון איין זייט האבן מיר א פלאץ וואו מען קען אויפציען די קינדער זיי זאלן האבן די לעבן פון רבי'ן, די חדר און סקול זענען עפעס וואס מען האט נישט ערגעץ אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט חברים, מיט שכנים, מיט אנשי שלומינו. אויב מען גייט נישט התבודדות יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? ווען וועל איך קענען דערליידן א צווייטן? ווען וועל איך שוין ליב האבן יעדן איד?" - קען מען ווערן גוט אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן.


נישט אז אין אנדערע פלעצער איז אלעס גוט, נאר דא קלאפט אלעס אויס אויף אנשי שלומינו. ווען מען וואוינט נישט אין שטעטל, דעמאלט ווען מען האט צוטון מיט שכנים - טראכט מען: 'די חסידים זענען חיות, די מענטשן זענען נישט נארמאל', אבער ווען אלע זענען איין משפחה, אלע זענען אנשי שלומינו, הייבט מען זיך אן עסן אויף די פלאץ, מען האט חלישות הדעת; אנשטאט טראכטן: 'וואס איז מיט מיר אליינס? ווען וועל איך זיך אביסל אויסארבעטן צו קענען ליידן אנדערע? ווען וועל איך שוין גארנישט וועלן?' - גיסט מען דעם פראבלעם אויף אנדערע, אדער אויף די פלאץ.


מוהרא"ש האט דערציילט די באקאנטע מעשה, דער גרויסער הערש לויפט אין וואלד און זיינע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער לאזן אים נישט לויפן, עס האנקערט זיך אריין אין יעדן בוים; דער הערש האלט עס נישט אויס, ער קען נישט לעבן, מען לאזט אים נישט אטעמען; נעכטן האט ער געהאט צוטון מיט דעם בוים און יעצט האט ער צוטון מיט א צווייטן בוים, אזוי האט ער יעדן טאג חלישות הדעת פון ביימער. דער הערש זוכט דעם פיקח שבחיות, דער קלוגער חי', ער וויינט צום פוקס, ער בעט זיך ביים פוקס פאר אן עצה און שלאגט אים פאר: "אפשר זאל מען אפשניידן אלע ביימער? אזוי וועל איך האבן א חיים טובים?" זאגט אים דער פקח שבחיות: "אז דו ווילסט האבן א חיים טובים - זאלסטו אפשניידן דיינע אייגענע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער; וועסטו קענען לויפן, גיין און קומען, דו וועסט האבן א חיים טובים".


מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך דערציילן די מעשה און אויספירן: "ווער עס וויל האבן א חיים טובים האט איין ברירה, אפשניידן זיינע אייגענע איינגעגעסענע שלעכטע נאטורן, נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, עס האט נישט מיט דעם און מיט יענעם".


ווי אזוי שניידט מען אפ די אייגענע הערנער? ווי אזוי קען מען ארויסרייסן די שלעכטע נאטורן? דורך בעטן דעם אייבערשטן, דורך קרעכצן צום אייבערשטן; דאס האט דער רבי אונז געלערנט, מיר זאלן זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן, אים בעטן מען זאל זיך קענען רייניגן און ווערן לויטער.


דא אין שטעטל איז דאך געאייגנט פאר התבודדות, מען קען זיך דא גוט מתבודד זיין. גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל קוקן גוט אויף יעדן איינעם, קיינער זאל מיר נישט נערוועז מאכן. רבונו של עולם, פארוואס זע איך נאר שלעכטס? פארוואס זע איך אין יעדן איינעם א חסרון? פארוואס זע איך אלעס שווארץ? העלף מיר איך זאל זען דאס שיינקייט פון יעדן איינעם, איך וויל זען דעם שיינעם ליכט פון אלעמען".


מיר אלע האבן חסרונות, דאך קענען מיר אינאיינעם ארויסגעבן א שיין און א ליכט פאר די גאנצע וועלט. דער רבי האט דערציילט, אמאל איז געווען א קעניג, ער האט געהאט א בן יחיד; דער קעניג האט אוועק געשיקט זיין איינציגער זון ער זאל זיך לערנען חכמה מיט גדולה, ווען דער בן יחיד איז אהיים געקומען האט אים דער קעניג געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט עפעס גרויס חכמה די אלע יארן וואס דו ביסט נישט דא געווען?" האט דער זון געזאגט: "טאטע, איך וועל דיר ווייזן עפעס א שיינע זאך וואס דו האסט נאכנישט געזען"; ער האט ארויסגענומען א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר און געזאגט: "טאטע, קוק וואס פאר א שיינע טשילאר איך האב געמאכט".


דער קעניג האט געטראכט: 'איך וועל צאמרופן אלע שרים און חכמים זיי זאלן זען די חכמה און גדולה פון מיין איינציג קינד'. ווען אלע חכמים און שרים זענען געקומען צום פאלאץ האט דער בן יחיד ארויסגענומען דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר און אלע האבן דאס באטראכט, דער קעניג האט אבער באמערקט אז אלע קרומען מיט די נאז, זיי זענען נישט אזוי צופרידן, ווען דער קעניג האט זיי געפרעגט: "וואס זאגט איר צו מיין זון?" האבן זיי געזאגט: "דער טשילאר איז טאקע זייער שיין, אבער עס האט א חסרון"; יעדער איינער האט געוויזן עפעס א חסרון אינעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר. דער קעניג איז געווארן באליידיגט און פארשעמט, ער האט גערופן זיין זון און אים געפרעגט: "וואס האסטו דא געמאכט?! אלע זאגן אז די הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר האט חסרונות!" האט דער קינד געענטפערט: "טאטע, דאס איז מיין שיינקייט; איך האב צאמגענומען אלע חסרונות און געמאכט פון זיי א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר".


דאס איז דער שיינקייט ווען מען מאכט א שטעטל פון אלע סארט מענטשן; עס ווערט פון דעם א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר, ביז עס קומען מענטשן און הייבן אן קרומען מיט דער נאז; דער זאגט עס האט אזא חסרון, א צווייטער זאגט עס האט אן אנדערע חסרון, זאגט דער בן יחיד: "דאס איז דאך דער שיינקייט פון שטעטל, אז מען האט געמאכט א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר פון אלע חסרונות".


איך האף אז דו וועסט אנקוקן דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר גאר אנדערש ווי דו האסט געקוקט אויף דעם ביז יעצט, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אנשי שלומינו וואס יעדער איינער האט נאך אסאך ארבעט ביז מען וועט זיך אויסארבעטן, אלע האבן חסרונות; אבער אז מען וועט לעבן באחדות, מען וועט קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן, וועט ווערן א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע שטעטל.


א גוט געבענטשט יאר.

#54 - א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, וואקסינען, לשון הרע, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן בעט מיר איך זאל אייך בארואיגן, איר זענט אריין אין א שוידערליכע פחד אז ער האט גענומען די קאראנע וואקסין, איר זענט ממש נישט ביי זיך; אייער מאן וויינט צו מיר "ראטעווע מיר, מיין ווייב איז אין א סכנה".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין נארישע דמיונות, א שאד איר הערט אויס די נארישע מענטשן וואס פארדרייען דעם קאפ יעדן טאג מיט א צווייטע שרעק; היינט דערשרעקט מען מיט די קאראנע וואקסין, נעכטן שרעקט מען אן מיט אן אנדערע וואקסין, אייער נעכטן שרעקט מען אן אז מען גייט שטארבן פון א מין מאסקיט"א אדער טי"ק, אדער ווען מען שמעקט די פעינ"ט און די גלאנץ וואס מען שמירט אויף די פארקע"י, איינער שרעקט אן אז די מעל איז שעדליך, מען וואשט עס מיט סם; א צווייטער זאגט, אויב מען עסט מער פון דריי אייער א טאג – באקומט מען א הארץ אטאקע; יעדער איינער מיט זיינע פאנטאזיעס.


א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך ארויסצוגיין פון דמיון און באקומען שכל; ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דמיונ'ט אדער מען האט שכל? שכל איז איין זאך, שכל איז אייבערשטער, ווען א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן, ער געבט זיך איבער פאר'ן אייבערשטן – דער האט שכל, אלעס אנדערש איז דמיון.


גלייבט מיר, איין לשון הרע איז אסאך מער שרעקעדיג, איין שלעכטע קוק, איין שלעכט ווארט וואס מען רעדט – דאס איז שעדליך, דאס הרג'עט מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות לג) מען האט דערציילט פאר'ן הייליגן צדיק רבי חנינא בן דוסא אז עס איז דא אין שטאט א הייל און ווער עס גייט דארט אריבער קומט ארויס א שלאנג און געבט א שטעך, דער שלאנג לייגט אריין א גופט און מענטשן שטארבן. עס איז געווארן א פחד און א שרעק, אלע האבן געציטערט ארויסצוגיין פון שטוב, אלע פרויען האבן גערעדט נאר פון די זאך, וואו מען איז געגאנגען וואו מען איז געשטאנען איז געווען די נייעס "די שלאנג, די שלאנג". איז דער הייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא געגאנגען צום הייל, ער האט אויסגעטון זיין שיך און אריינגעשטעקט זיין פוס אינעם לאך פונעם הייל, די שלאנג איז ארויס פון די הייל און געביסן די פוס פונעם צדיק און איז גלייך געשטארבן, האט דער צדיק גענומען די שלאנג, דאס ארויפגעלייגט אויף זיין אקסל און געקומען אין שול, ער האט געזאגט: "מורי ורבותי, אלע ציטערן פונעם שלאנג, אלע רעדן פון די צרה פונעם שלאנג, קוקט! דא האט איר דעם שלאנג, דער שלאנג איז טויט, קוקט און בארעכנט זיך, פון וואס דארף מען מורא האבן? 'לא הנחש ממית', נישט דער שלאנג הרג'עט, 'אלא החטא ממית', נאר די עבירות הרג'ענען".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין פאניק און אומזיסטיגע שרעק, ווער עס וויל נעמען די וואקסין האט נישט וואס מורא צו האבן. גדולי הרבנים שליט"א האבן געשריבן אז מען קען דאס נעמען, אז אייער מאן נרו יאיר וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און איינע פון די וועגן ווי אזוי מען קען אריינקומען קיין אוקריינע איז דורך נעמען די וואקסין און ער האט דאס גענומען – דארפט איר נישט מורא האבן, עס וועט אים נישט שאטן.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא, י.): "גוף קשה, פחד שוברו", דער שטערקסטער מענטש קען ווערן אינגאנצן אפגעשוואכט פון פחד; פחדים איז זייער נישט געזונט, פחדים איז ערגער פאר'ן מענטש ווי אלע וואקסינען און אלע עסן און גערוכן.


ווען איר הערט איינעם רעדן פון דמיונות זאלט איר אוועקגיין פונעם שמועס, ווייל די פחד פון די שמועסן דאס איז זייער נישט גוט.


צינדט אן די אמונה ניגון פון "טאנץ מיט אמונה נומער דריי"; צינדט עס אן הויך, שטעלט אן די ניגון עס זאל איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל, און טאנצט: "דארפסט געדענקען און פארשטיין, אלעס איז פון אייבערשטן אליין, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין, דער באשעפער פירט אזוי שיין. יעדע פייגל יעדע בין, יעדע פליג און יעדע שפין, אלע חיות אלע סארט, איז אנגעשריבן אין הימל דארט. יעדע ווינט וואס בלאזט, יעדע בוים יעדע גראז, אלעס האט א טעם פארוואס פון הימל פירט מען דאס, יעדע זאך וואס מען טוט איז אויסגערעכנט גוט, מיט א חשבון יעדע טריט, די ווייב, דער מאן, די דירה, גארנישט איז סתם, דער באשעפער מאכט די פלאן".


א כתיבה וחתימה טובה.

#53 - זיי פעלזן פעסט קעגן דעם יצר הרע
תפילות אויף אידיש, בחור, שמירת עינים, חן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, תלמיד מחנה היכל הקודש ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר, דראפע זיך און דערהאלט זיך; זיי פעלזן פעסט קעגן דעם יצר הרע, הער אים נישט אויס, פאלג אים נישט, היט זיך דיינע אויגן, היט זיך בקדושת היסוד.


גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, היט מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג! רבונו של עולם, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין אפגעהיטן בקדושת היסוד, ראטעווע מיר, טאטע!" אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דו פרעגסט ווי אזוי מען איז זוכה צו חן; נעם דעם רבינ'ס ספר המדות, קוק אריין ביי אות חן וועסטו זען ווי אזוי מען באקומט חן; "יִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ מִמַּאַכְלֵי אִסּוּר (שם, סימן ד)", דורך אכטונג געבן וואס מען עסט, נאר מיט א גוטע הכשר; "יִשְׁמֹר אֶת פִּיו מִדִּבּוּר אָסוּר; דִּבּוּרִים הַיּוֹצְאִים בְּנִיחוּתָא נִתְקַבְּלִים אֵצֶל בְּנֵי אָדָם (שם, סימן ד, יא)", דורך אכטונג געבן וואס מען רעדט, רעדן נאר איידל. "עֵסֶק הַתּוֹרָה בַּדֶּרֶךְ נוֹתֶנֶת חֵן (שם, סימן יג)", אויך דורך לערנען תורה אויפ'ן וועג. "כְּשֶׁתַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתֶיךָ תִּמְצָא חֵן (שם, סימן ו)", יעדע מאל אז מען שטעלט זיך נישט אויף זאכן, מען איז מוותר; דאס אלעס ברענגט חן. "עַל יְדֵי הַיִּרְאָה מִתַּלְמִיד חָכָם תִּזְכֶּה לְחֵן (שם, סימן י)", אויך דורך האבן הכנעה פאר תלמידי חכמים, דאס ברענגט חן.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#52 - איך ווייס ס'איז דיר זייער ענג, אבער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
תפילות אויף אידיש, שידוכים, התחדשות, פרישע כוחות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מיט דיין עבודות השם. איך ווייס אז עס איז דיר זייער ענג, דו ביסט צעבראכן אויף פיץ פיצלעך; שוין אזויפיל יארן ווארטסטו אויף דיין שידוך, דו זעסט נישט קיין שום שטראל פון ליכטיגקייט, מען טראגט דיר גארנישט אן, אלע דיינע חברים האבן שוין שטובער מיט קינדער, דו ביסט אזוי צעבראכן.


דאך בעט איך דיר טייערער ברודער, דראפע זיך מיט אלע דיינע כוחות; דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך, בלייב פריש. טו זיך אן שיינע זויבערע קליידער, מאך זיך שיין דיין בארד און פיאות, לאז זיך נישט נאך. והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער טאטע, דערבארעמדיגער פאטער, געב מיר מיין שידוך; געב מיר מיין פאר, געב מיר מיין באשערטע, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס, איך קען זיך מער נישט דערהאלטן, איך האלט אין איין פאלן, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל אראפ אין גראבע ביטערע עבירות.


טאטע זיסער, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט טון קיין עבירות; העלף מיר, שטארק מיר, ברענג מיר מיין שידוך ווייל איך קען נישט מער".


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות; די תפילות וועלן ארויפגיין צום אייבערשטן, שפאלטן אלע הימלען און דיר ברענגען דיין ישועה.


 

#51 - בעטס דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גרינג און געזונט
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, סיום, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זיכער כדאי אייער מאן זאל שוין מאכן א טיקעט, די יאר קען מען פארן מוצאי שבת, דעמאלט וועט איר שוין האלטן נאכן האבן.


איך מוז אייך זאגן, עס איז זייער שיין צו הערן כסדר פון אייער מאן זיינע סיומים, ווען איך רעד מיט אים – האט ער שטענדיג א סיום.


בנוגע אויף וואס צו בעטן וכו'; בעטס דעם אייבערשטן די תפלה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א געזונט קינד; אלעס זאל אריבערגיין גרינג, איך זאל זיין געזונט, איך זאל זיין א געזונטע מאמע פאר מיינע קינדער.


הייליגער באשעפער, געב מיר קינדער צדיקים; קינדער וואס וועלן טון דיין ווילן, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר; בזכות אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, בזכות דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און זיינע הייליגע תלמידים, בזכות דער הייליגער רבי יצחק לוריא אשכנזי זכותו יגן עלינו, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - ביים אייבערשטן איז זייער באליבט ווען מען טוט תשובה
תפילות אויף אידיש, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל אז איך האב זיך פארזוימט אזוי לאנג, איך בין אזוי פארנומען מיט אזויפיל זאכן, איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


וויסן זאלט איר, ביים אייבערשטן איז זייער באליבט ווען מען טוט תשובה; ווען א מענטש זאגט פאר'ן אייבערשטן ער וויל זיין גוט, ער בעט איבער דעם אייבערשטן – ווערט ער ניי געבוירן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין, צַדִּיקִים גְּמוּרִים אֵינָם עוֹמְדִין", איינער וואס טוט תשובה איז אויף אן העכערע פלאץ ווי די וואס האבן נישט געזינדיגט; ווער רעדט נאך אז מען איז אן אונס, מען האט נישט געוויסט, מען האט נישט געלערנט אין די יונגע יארן ווי צו זיין אפגעהיטן, האט מען דאך ווערטער אין מויל וואס צו זאגן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל פאר די נישט גוטע זאכן וואס איך האב געטון אין מיינע יונגע יארן, איך האב נישט געוויסט אז מען טאר נישט, איך האב נישט געוויסט ווי שעדליך דאס איז פאר'ן לעבן, וואס בין איך שולדיג; העלף מיר איך זאל פארגעסן די אלע זאכן און עס זאל מיר נישט שטערן אין מיין לעבן, אין מיין חתונה געהאטע לעבן, וואש מיר אפ".


די אלע וואס מען האט זיי נישט געלערנט אין די יוגענט וואס איז אסור – האבן דאך א פתחון פה צום אייבערשטן, און אויך די וואס האבן יא געוויסט און דאך האבן זיי געטון נישט גוט, האבן אויך א פתחון פה, זיי קענען זאגן: "אייבערשטער, זיי מיר מוחל, איך וויל זיין גוט, וואס זאל איך טון אז איך האב א יצר הרע; זיי מיר מוחל אויף וואס איך טו, אויף וואס איך קוק, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל".


איך בעט אייך זייער, צעקלאפט אייך נישט; איר זענט זייער חשוב, ביי מיר זענט איר פון די טייערסטע משפחות אין שטעטל.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל אייך נאך שרייבן.

#49 - די סגולה פון וויין וואס א צדיק האט געקוקט דערויף
תפילות אויף אידיש, סגולות, רפואה, צדיקים, וויין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהאט אזא מעשה נאך איינער פון מיינע קינדער, איך האב געבעטן מוהרא"ש אז איך דארף א ברכה פאר מיין ווייב, וויפיל זי פרובירט – האקט זיך עס אפ וכו'; מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויפ'ן טעלעפאן: "איך קום היינט נאכט קיין וויליאמסבורג, איך וועל דיר עפעס ברענגען", איך האב נישט פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, 'עפעס ברענגען? וואס?' איך האב איבערגעפרעגט, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך ברענג דיר א סגולה פון רבי'ן", איך האב נישט געהאט קיין שום אנונג וואס מוהרא"ש זאגט.


ביינאכט האב איך געטראפן מוהרא"ש ביי די חתונה, מוהרא"ש האט מיר געגעבן א באטל גרעיפדזשוס און מיר געזאגט: "דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): 'אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, אַף שֶׁיַּיִן מַזִּיק לָהּ וְכוּ', עִם כָּל זֶה רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "געב דיין ווייב צו טרינקען אביסל פון די גרעיפדזשוס וועט זי האבן א ישועה", וכך הוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ווילסט אן עצה וואס צו טון, עס נעמט שוין עטליכע וואכן; די פראגע איז נאר 'וואו נעמט מען א צדיק אמת?' מיר דארפן וויינען און שרייען: "רבונו של עולם, וואו איז מען זוכה צו טרעפן דעם אמת'ן צדיק וואס קען אונז העלפן?"


אינטערעסאנט, מיר האבן דאס געהאלטן פאר א לאנגע צייט; מיין ווייב האט געגעבן דערפון פאר נשות אנשי שלומינו, אלע האבן גלייך געזען ישועות.


ביי מיר איז געווען א חידוש וואס מוהרא"ש ברענגט מיץ ענבים (גרעיפדזשוס), אז דאס איז וויין.

#48 - הייליגער באשעפער, היט מיך, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין טאטע נרו יאיר האט מיר דערציילט אז דו האסט פחדים; זייער אסאך מאל אינמיטן טאג כאפט דיר אן א פחד, דו ווילסט אן עצה, דו ווילסט די פחדים זאלן אוועק גיין.


טייערער ... נרו יאיר, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, די עצה פון תפלה והתבודדות. יעדעס מאל עס פאסירט א פחד, דו הייבסט אן מורא האבן, זאג די ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, היט מיך, וואטש מיך, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן, איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט טון".


יעדעס מאל עס קומען די שלעכטע מחשבות, זאלסטו זאגן שטילערהייט די תפלה – וועלן אוועקגיין אלע פחדים.


איך בין זיכער אז אלע נישט גוטע מחשבות וועלן בקרוב אוועקגיין; איך ווארט דו זאלסט מיר דערציילן די גוטע נייעס.

#47 - בארד און פיאות איז די שיינקייט פון א איד
תפילות אויף אידיש, שידוכים, בארד און פאות, עזות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי זוהר הקדוש איז א גרויסע איסור צו שניידן די בארד; אז מען שניידט די בארד שניידט מען אפ אלע צינורות וואס ברענגען די שפע.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות, שנייד נישט דיין בארד. דער רבי האט געזאגט: "וואס דארף א נפטר זארגן אז ער ליגט אויף דער ערד מיט זיין בארד און פיאות"; בארד און פיאות איז דער באווייז אז מען איז א איד, די בארד און פיאות איז דער צלם אלוקים.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת קנב ע"א; זוהר הקדוש נשא קלט:): "הַדְרַת פָּנִים, זָקָן", דאס שיינקייט פונעם מענטש איז ווען מען האט א בארד; מיר דארפן זיין שיין אין די אויגן פון די חכמים, שיין איז וואס איז ביים אייבערשטן שיין; אז מיר שפירן אן אנדערע שיינקייט, אז אין אונזערע אויגן איז שיין אן א בארד, מיט לאנגע האר וכו' - דארפן מיר תשובה טון.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל דיר ליב האבן; איך זאל ליב האבן דיין תורה, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי די תורה זאגט מען זאל גיין, איך זאל ליב האבן א בארד און פאות, איך זאל ליב האבן די וועג ווי אזוי א איד שערט זיך אפ די האר, איך זאל ליב האבן אידישקייט", - וועסטו מיט די צייט באקומען א געפיל צו די זאכן.


האלט זיך שטארק מיט דיין בארד און פאות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכע מיידל, און דו וועסט מיט איר אינאיינעם אויפשטעלן א אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - די גרויסקייט פון א מענטש מעסט זיך איז זיין גוטן ווילן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, עבודת השם, שאלות, ספיקות, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, נישט דורך פרעגן שאלות ווערט מען א תלמידה. אז איר זעט אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער תלמידה פון די וואס פרעגן.


ביי מוהרא"ש איז אויך אזוי געווען, עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן יעדן טאג געהאט צו פרעגן שאלות און ספיקות און עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן געהאט אפשר איינמאל א יאר א שאלה צו פרעגן; נישט דאס איז קובע אויב מען איז א תלמידה אדער נישט.


ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א תלמידה בית פיגא? ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א ברסלב'ער חסיד? אז מען וויל זיין גוט, אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל טון דיין ווילן"; אזוי מעסט מען דאס גרויסקייט פונעם מענטש, מען זעט זיין הארץ, זיין ווילן, זיין בענקשאפט.


איר זענט א חשוב'ע תלמידה, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט זייער חשוב. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו יעדעם, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן גוטע ווערטער צו יעדן איינעם.