בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן ענטפערס אויף די זאכן וואס שטערן אייך.
איר פלעגט זאגן זייער אסאך תהילים, אבער יעצט איז אייך שווער צו זאגן תהילים ווייל איר זעט ווען איר בעט אזויפיל פאר חולי ישראל, איר זענט אזויפיל מתפלל און איר זאגט תהילים - און למעשה איז דער חולה נישט געהיילט געווארן; איר פארשטייט נישט וואס גייט פאר, וואו גייען די אלע תפילות? איר דריידט זיך ארום מיט קשיות.
וויסן זאלט איר אז עס מוז זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; דאס איז די שיינקייט, אז מיר פארשטייען נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין - קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ, אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.
איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער זאגן תהילים, איר זאלט ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות; זוכט נישט, ווילט נישט און ערווארטס נישט צו פארשטיין וואס דער אייבעשטער מאכט און טוט. עס איז נישט מעגליך אז מיר קליינע מענטשן זאלן פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט, אלעס וואס פאסירט איז נאר צום גוטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס.
דאס איז געווען די גרויסקייט פון די אבות הקדושים. דער אייבערשטער האט זיי אויסגעפרואווט מיט ביטערע שווערע נסיונות און זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות. דערפאר האבן זיי זוכה געווען אז ביים דאווענען רופט מען דעם אייבערשטן: "אלקי אברהם, אלקי יצחק ואלקי יעקב", ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה.
מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה, א ריינע אמונה - אזוי ווי די אבות הקדושים, מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער הייליגער צדיק רבי אלימלך זכותו יגן עלינו פון ליזענסק האט געמאכט א תפילה וואס מען זאל בעטן פאר מען הייבט אן דאווענען, אין די תפילה בעט מען: "'וְתַשְׁפִּיעַ רוּחַ קָדְשְׁךָ עָלֵינוּ, שֶׁנִּהְיֶה דְבֵקִים בָּךְ', העלף מיר באשעפער, איך זאל זוכה זיין צו זיין איינס מיט דיר, 'וְשֶׁנִּשְׁתּוֹקֵק תָּמִיד אֵלֶיךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר', און איך זאל שטענדיג מער און מער גליסטן צו דיר, 'וּמִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה תַּעֲלֵנוּ, שֶׁנִּזְכֶּה לָבוֹא לְמַעֲלַת אֲבוֹתֵינוּ הַקְּדוֹשִׁים, אַבְרָהָם, יִצְחָק וְיַעֲקֹב', און איך זאל זוכה זיין צו קומען צו די מדריגה פון די אבות הקדושים, אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ווי זיי, 'וְתִקְבַּע אֱמוּנָתְךָ בְּלִבֵּנוּ תָמִיד בְּלִי הֶפְסֵק', איך זאל שטענדיג האבן א פעסטע אמונה, 'וּתְהֵא אֱמוּנָתְךָ קְשׁוּרָה בְּלִבֵּנוּ כְּיָתֵד שֶׁלֹּא תִמּוֹט', די אמונה זאל זיין אזוי שטארק אין מיר אזוי ווי א נאגל וואס איז גוט אריינגעהאקט אין דער ערד, אזוי שטארק זאל זיין מיין אמונה אין דיר אייבערשטער, איך זאל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר".
לייגט אריין די ווערטער אין הארץ וועט איר שפירן די זיסקייט פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.