בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - דער גוי טמא דארף אייך נישט, ער זוכט נישט אייער גוטס
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, שידוכים, גוים

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט נישט נאריש, זייט נישט קינדיש; דער גוי טמא דארף אייך נישט, ער זוכט נישט אייער גוטס, ער וויל אייך נאר אויסנוצן פאר אן עבירה און נאכדעם וועט ער אייך הרג'ענען צום טויט.


איר זענט קלוגער פון דעם, פאלט נישט פאר א פאלשע שמייכל, פאלט נישט פאר א גוט ווארט פון א גוי טמא; אז אייער טאטע שרייט אויף אייך, טאג און נאכט מאכט ער חוזק פון אייך - לויפט מען נאך נישט צום טויט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיין שטארק; נאך אביסל וועט איר א כלה ווערן. אז איר ווילט ווארעמקייט, איר ווילט איינער זאל רעדן שיין צו אייך א גאנץ לעבן, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין א פארלוירענע, איך דארף ווארעמקייט און ליבשאפט, איך קום פון א שטוב וואו מען הרג'עט זיך; מיין טאטע שרייט אויף מיין מאמע, מיין טאטע שרייט אויף מיר, ער רופט מיר אן מיט מיאוס'ע ווערטער, ער רופט מיר "בהמה"; דאס מאכט מיר איך זאל זוכן מענטשן וואס שמייכלען צו מיר ביז איך פאל אין די הענט פון גוים.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן א גוטע שידוך; א וואוילער חתן, א וואוילער מאן, א מאן וואס וועט רעדן צו מיר שיין, ער וועט מיר נישט רופן מיט נישט שיינע ווערטער. העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין שטארק, נישט גיין צו קיין גוים; העלף מיר אייבערשטער, איך וויל אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב".


איין זאך וויל איך פארשטיין, פארוואס ווען עס קומט צו א שידוך טון זאגט איר אז איר קענט עס נישט טון פאר אייערע עלטערן, אבער ווען איר שרייבט זיך מיט'ן גוי טמא, איר גייט צו אים אין די קאר - דעמאלט פרעגט איר נישט אייער טאטע אויב ער איז מסכים? פארוואס ווען איך וויל אייך געבן א ערליכע שידוך איר זאלט חתונה האבן אזוי ווי די תורה זאגט, דעמאלט שפירט איר זיך שולדיג, דעמאלט דערמאנט איר זיך אז איר האט א טאטע און ווען איר קוקט מאוויס און איר שרייבט זיך מיט שדים דעמאלט פרעגט איר נישט?


אז איר געבט מיר רשות וועל איך דערציילן פאר אייערע עלטערן וואס גייט אריבער אויף אייך און היינט ווערט איר א כלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה'
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה, מחשבות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


קענסט פרובירן אנדערע עצה געבערס, אפשר וועלן זיי האבן פאר דיר אן עצה; איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה', אויב דו וועסט זיין שטארק מיט די עצה פון תפלה וועסטו זען גרויסע וואונדער.


איך שרייב דיר א קליינע תפלה וואס דו זאלסט זאגן אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך האב שרעקליכע ווייטאג, איך האב שמערצן אין מח; איך טראכט נאר שלעכטס, איך טראכט נאר שווארץ. איך קען זיך נישט ליידן, איך וויל יעדע רגע נאר אנטלויפן פון מיר אליין. אנא ה', אייבערשטער העלף מיר איך זאל טרעפן אין מיר גוטס.


ווען וועל איך שוין קענען זיין א געזונטע מאמע פאר מיינע קינדער? ווען וועל איך שוין זיין א רואיגע ווייב פאר מיין מאן נרו יאיר? איך הער זיך נישט אויף צו קלאפן, דאס קלאפט נאכדעם אויס אויף מיין מאן און קינדער.


רחם נא, הייליגער באשעפער דערבארעם זיך אויף מיר; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, איך שטעל א שיינע פנים פון אינדרויסן, אבער פון אינעווייניג דריידט זיך מיין קאפ ווי א וואש-מאשין, איך האב נישט קיין מנוחה.


הושע נא, העלף מיר טאטעניו איך זאל האבן שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, איך זאל גלייבן אז דו האסט מיר ליב, איך בין יא ווערד".


אויך זאלסטו זאגן קאפיטל כט פון תהילים, דאס איז מסוגל פאר אלע שלעכטע מחשבות: "מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַיְיָ בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַיְיָ כָּבוֹד וָעֹז: הָבוּ לַיְיָ כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַיְיָ בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ: קוֹל יְיָ עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים יְיָ עַל מַיִם רַבִּים: קוֹל יְיָ בַּכֹּחַ קוֹל יְיָ בֶּהָדָר: קוֹל יְיָ שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר יְיָ אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן: וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִֹרְיוֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים: קוֹל יְיָ חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ: קוֹל יְיָ יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל יְיָ מִדְבַּר קָדֵשׁ: קוֹל יְיָ יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשּׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד: יְיָ לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב יְיָ מֶלֶךְ לְעוֹלָם: יְיָ עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן יְיָ יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


צינד א ליכט פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זאג די תפלה מיט די קאפיטל, וועסטו האבן א ישועה.

#6 - בעטן דעם אייבערשטן די קינדער זאלן גיין און קומען בשלום
קינדער, תפילות אויף אידיש, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דאס האט געקענט פאסירן, מען האט פארגעסן אייער טאכטער; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי איז אנגעקומען בשלום אהיים, איך וועל רעדן אין סקול מען זאל זיין מער פארזיכטיג.


אינדערפרי ווען מען שיקט די קינדער אין חדר און אין סקול דארף מען בעטן דעם אייבערשטן ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער, העלף די קינדער זאלן אהיים קומען געזונט. הייליגער באשעפער, העלף מיינע קינדער זאלן לערנען און זיך פירן מיט יראת שמים, הייליגער באשעפער היט מיינע קינדער און אלע אידישע קינדער זיי זאלן האבן נאר גוטע חברים, גוטע חבר'טעס"; מען ווייסט נישט וואס קען פאסירן גייענדיג אין חדר און אין סקול און אזוי אויך קומענדיג פון חדר און פון סקול, און וואס די קינדער טוען אין חדר און אין סקול.


מוהרא"ש שרייבט (סדור עת רצון) ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי חשוב און וויכטיג די קליינע תפילה איז וואלט מען דאס געזאגט מיט גרויס כוונה, ווייל אלע פראבלעמען וואלט מען ווען געקענט איינשפארן ווען מען בעט אינדערפרי דעם קליינעם יהי רצון: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקַי וֵאלֹקֵי אֲבוֹתַי", איך בעט דיר אייבערשטער, "שֶׁתַּצִּילֵנִי הַיּוֹם וּבְכָל יוֹם", אז דו זאלסט מיך אפהיטן, "מֵעַזֵּי פָנִים", פון עזות פנימ'ער, "וּמֵעַזּוּת פָּנִים", און איך זאל נישט זיין קיין עזות פנים צו אנדערע. "מֵאָדָם רָע", פון א שלעכטן מענטש, "מִיֵּצֶר רָע", פון דעם יצר הרע, "וּמֵחָבֵר רָע", פון א שלעכטן חבר, "וּמִשָּׁכֵן רָע", פון א שלעכטן שכן, "וּמִפֶּגַע רָע", און פון א שלעכטע באגעגעניש, "מֵעַיִן הָרָע", פון מענטשן וואס קוקן שלעכט, "מִלָּשׁוֹן הָרָע", פון מענטשן וואס רעדן שלעכט, "מִמַּלְשִׁינוּת", קיינער זאל מיר נישט מסר'ן, "מֵעֵדוּת שֶׁקֶר", מען זאל נישט מאכן אויף מיר קיין פאלשע עדות. "מִשִּׂנְאַת הַבְּרִיּוֹת", פון פיינט האבן מענטשן, "מֵעֲלִילָה", פון פאלשע באשולדיגונגען, "מִמִּיתָה מְשֻׁנָּה", פון אומנאטירליכן טויט, "מֵחֳלָיִם רָעִים", פון שלעכטע קראנקהייטן, "מִמִּקְרִים רָעִים", פון שלעכטע פאסירונגען, "וּמִשָּׂטָן הַמַּשְׁחִית", פון דעם שלעכטן שטן, "מִדִּין קָשֶׁה", פון א שווערן דין, "וּמִבַּעַל דִּין קָשֶׁה", פון א שווערן בעל דין, "בֵּין שֶׁהוּא בֶן בְּרִית", סיי אויב ער איז א איד, "וּבֵין שֶׁאֵינוֹ בֶן בְּרִית", און סיי ווען ער איז נישט קיין איד, "וּמִדִּינָהּ שֶׁל גֵּיהִנֹּם", און פונעם עונש פון גיהנם.


נאך איין קלייניקייט, ווען עס פאסירט אמאל אז די באס פארשפעטיגט דעמאלט קומט ארויס דאס געטריישאפט פון אונזערע דרייווערס, דאס מסירת נפש פון הבחור ... ווי ער טראגט און ברענגט די קינדער מיט אזא מסירות נפש, אן קיין שום באצאלונג; ער דארף גארנישט און וויל גארנישט, ער וויל נאר העלפן דעם רבי'ן. און ווען מען פארגעסט א מיידל אין סקול דעמאלט קומט ארויס די איבערגעגעבנקייט פון אונזערע טיטשערס וואס זיי לייגן אריין זייער לייב און לעבן פאר אונזער סקול; דארף מען געדענקען זיך שטענדיג באדאנקען פאר אלע וואס העלפן די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - א תפלה צו האבן קינדער גרינג און געזונט
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


האסט מיר געבעטן בשם דיין ווייב, זי וויל א תפילה וואס צו זאגן בשעת זי גרייט זיך צו האבן למזל טוב.


דא האסטו א קליינע תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און האבן א געזונט קינד ברמ"ח איברים ושס"ה גידים. הייליגער באשעפער, איך בין אזוי דערשראקן, איך בין דערשראקן ווי צום טויט חס ושלום, איך בין אין א פאניק; העלף מיר אייבערשטער אז אלעס זאל זיין גוט, אלעס זאל אריבערגיין בשלום, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען זייער גאנץ לעבן פאר דיינעט וועגן. העלף מיר איך זאל געדענקען אז איך ליג אין דיינע הענט, עס קען גארנישט פאסירן צו מיר, נאר דו טוסט אלעס, אמן".


זאג דיין ווייב דער עיקר איז אייגענע ווערטער, אמת'ע ווערטער - ארויס פון הארץ.

#4 - אז דו וועסט וויינען צום אייבערשטן פאר א שידוך וועסטו זען א גרויסע נס
תפילות אויף אידיש, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשטאט מיר וויינען אויפ'ן קאפ פאר א שידוך - וויין צום אייבערשטן; אז דו וועסט וויינען צום אייבערשטן פאר א שידוך וועסטו זען א גרויסע נס.


דא האסטו א תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים צו זאגן יעדן טאג; זאג די תפילה, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר
תפילות אויף אידיש, ריינקייט, בית המדרש, היכל הקודש, זכותים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב לאנגע יארן אליינס גערייניגט דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג; שפעטער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה איז מיר אביסל גרינגער געווארן, ווייל די תלמידים די בחורים האבן מיר צוגעהאלפן און עס איז שוין איבער צען יאר וואס די בחורים און אינגעלייט רייניגן דעם בית המדרש.


מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן. קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס רייניגט, ער פלעגט וויינען בשעת'ן רייניגן דעם בית המדרש צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען רייניגן נשמות ישראל בזכות וואס איך בין משמש דעם הייליגן רבי'ן, בזכות וואס איך רייניג דעם שול".


טו דו אויך אזוי, נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר, און אז דו האסט נישט קיין כח אליין צו רייניגן דעם בית המדרש, נעם אפאר בחורים און אינגעלייט און אינאיינעם זאלט איר רייניגן דעם בית המדרש.


אין בית המקדש האבן די כהנים גערייניגט מיט די גרעסטע שמחה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", די כהנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון טון די עבודה פון רייניגן.


אין דעם זכות וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש, דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן - וועסטו ריין ווערן אינגאנצן פון אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן.

#2 - העלף מיר באשעפער איך זאל קענען אפלאזן מיין טעלעפאן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן א תפלה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן זאלסט האבן די כח אוועקצולייגן דעם טעלעפאון וכו'.


דאס אליינס אז דו בעטסט חיזוק אויף דעם פרט - דאס ווייזט אז דו ביסט א טייערע נשמה, א ריינע נשמה; עס פארשטאפט דאס מויל פון אלע מקטריגים וואס שרייען אויף אידישע קינדער שלעכטס, דאס ווייזט אז אלע ווילן זיין גוט, עס איז נאר שווער זיך אפצוגעוואוינען פון וואס מען איז צוגעוואוינט.


איך שרייב דיר דא א תפלה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן וואס דו האסט מיר געגעבן.


העלף מיר טאטע זיסער איך זאל קענען אפלאזן מיין טעלעפאון, איך האב זיך צוגעוואוינט צו לעבן מיט דעם, איך קען זיך נישט אפשיידן פון דעם, איך וויל זיין א וואוילע ווייב און א איבערגעגעבענע מאמע פאר מיינע קינדערלעך, אבער דער טעלעפאון איז אזוי גלאנציג און ציענדיג, עס שלעפט מיר אוועק פון דעם לעבן, איך זיץ אויפ'ן טעלעפאן זייער אסאך.


הייליגער באשעפער דו זעסט מיין הארץ, דו ווייסט אז איך וויל זיין א גוטע ווייב, א גוטע מאמע; דו ווייסט אז איך וויל זיין וואויל, אבער עס איז מיר ממש אוממעגליך דאס אוועקצולייגן, נאר דו קענסט מיר העלפן; העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


פאר דו זאגסט די תפלה לייג א פרוטה אין די צדקה פושקע.


וועסט זען די נסים וואס עס וועט פאסירן; תפלה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון נאטור.

#1 - דער אייבערשטער ווארט צו הערן די תפילות פון די אידישע פרויען ביי ליכט צינדן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, ליכט צינדן, תפילות פון פרויען, שבת תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מרת ... תחי'.


די שבת איז זייער א גרויסע שבת, עס איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר; דעם שבת רופט מען 'שבת תשובה' ווייל אלע טוען יעצט תשובה, מען גייט אוועק פון די אלטע וועג און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפנעמען דעם שבת מיט א שמחה, מיט א שטארקע פרייליכקייט; עס זאל אייך גארנישט אנגיין. לאזט נישט אריין די נישט גוטע אין שטוב, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", די נישט גוטע קומען דארט וואו מען קריגט זיך; לאזט נישט אריין דעם שטן אין שטוב, זייט מותר, זייט מוחל, זייט ווייעך - בפרט צו אייער מאן, וועט דער אייבערשטער קומען אין שטוב, עס וועט זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט פונעם נייעם יאר זאלט איר בעטן ביי די ליכט פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן. פרויען ווייסן נישט און טראכטן נישט וואס פאר א כח זיי האבן; ווען זיי צינדן אן די ליכט צינדן זיך אן אלע הימלען און דער אייבערשטער שטייט און ווארט צו הערן די תפילות זייערע.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן און איר זאלט צולייגן צו דעם תפילה אייערע אייגענע תפילות:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי נֵייעֶ יָאר זָאל זַיין אַ גֶעזוּנְטֶע יָאר, אַ גְלִיקְלִיכֶע יָאר; אַ יָאר פוּן שִׂמְחָה, אַ יָאר פוּן יְשׁוּעוֹת, אַ יָאר וָואס מִיר וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן - יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן זַיין פְּרִיוַואטֶע צָרוֹת אוּן אַלֶע אִידְן אִינְאֵיינֶעם וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן בִּכְּלָלִיּוֹת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אִין אוּנְזֶער שְׁטוּבּ, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, מִיר זָאלְן אוֹיפְצִיעֶן דִי קִינְדֶער זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן"; אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.