בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#376 - ווען עס קומען אריין אנגעצויגענע מחשבות
תפילות אויף אידיש, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט גיין מיט שמחה צו די חתונה און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


זיי נישט נערוועז, זיי נישט אנגעצויגן, געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט אלעס זיין גוט.


ווען עס קומען אריין די אנגעצויגענע מחשבות, זאלסטו גלייך זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, הייליגער באשעפער העלף מיר אלעס זאל זיין גוט און פרייליך, אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, העלף מיר איך זאל זיין רואיג, איך זאל נישט זארגן".


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר, נאר אז מען נעמט אריין אמונה איז מען רואיג, נאר מיט אמונה קען מען אנגיין אין לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#375 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט געבעטן אן עצה צו זיין פרייליך, צו זיין א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, איר ווילט אזוי שטארק זיין פרייליך, און אלץ ווערט איר אראפגעשלעפט אין עצבות און מרה שחורה, און דאס קלאפט אויס אויף די קינדער און נאכדעם אויף אייער מאן און אויף אייך אליינס; איר דארפט אן עצה.


די עצה איז: דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון זוכן דאס גוטס, און טראכטן נאר פון דעם, און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי איז מגלה א סוד ווי אזוי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה", וועט מען זען, "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען מען האט שווערע צייטן, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", איז אויך דארט באהאלטן דער אייבערשטער און מאכט מיטן מענטש גרויסע חסדים, און אז מען קוקט גוט, זעט מען אז עס איז מיט גרויסע חסדים, און אז מען דאנקט אויף די חסדים ווערט מען פרייליך.


דא האט איר א קליינע תפילה אויף שמחה, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, העלף מיך האבן א שטארקע אמונה איך זאל דיך שפירן שטענדיג, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ביז איך וועל ווערן זייער פרייליך, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#374 - הייליגער באשעפער, איך וויל שלום אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו נאר זיין בשמחה און נישט מאכן קיין עסק אויב די שטוב איז נישט מסודר אדער די עסן איז נישט לויט דיין טעם; פארגעס נישט אז ערב שבת ווילן די קליפות נאר איין זאך, עס זאל ווערן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב; זאלסט דאס זיי נישט נאכגעבן.


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל, איך וויל דו זאלסט וויסן אז מען מוז האבן שלום בית, נאר מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין, נאר מיט שלום בית קען מען זיין הייליג, און דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס אבי עס זאל ווערן א ריס צווישן מאן און ווייב, בפרט ווען עס קומט די הייליגע טעג.


גיי אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל שלום אין שטוב, איך וויל רעדן שיין אין שטוב, איך וויל זען דאס גוטס אין שטוב, ראטעווע מיך פון די קליפות וואס מאכן מיך נערוונדיג און גערעגט, העלף אונז מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן לעבן בשלום".


גיי התבודדות, גיי שריי אויס דיין הארץ, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א פריינד, וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם און פאלגט דעם רבי'ן; גייט התבודדות, שמועסן מיטן אייבערשטן.


א פרייליכן שבת.



 

#373 - סוכות איז מוהרא"ש'ס זאך
תפילות אויף אידיש, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


סוכות איז מוהרא"ש'ס זאך, מוהרא"ש'ס יום טוב. מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט געזאגט זיין זאך איז ראש השנה, מוהרנ"ת האט געזאגט זיין זאך איז יום הקדוש, דער אייבערשטער איז מוחל יעדן איינעם און מוהרא"ש זאגט: "מיין זאך איז סוכות", ווען מען זעט אז עסן, טרינקען, שלאפן - איז רוחניות אלקות, מען מאכט פון גשמיות – רוחניות, עס ווערט א שילוב פון די צוויי שמות הקדושים הוי"ה אדנ"י, וואס ביידע אינאיינעם איז סוכ"ה, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, תיקון יג; ועוד) סוכה איז איין און ניינציג אזוי ווי די צוויי הייליגע שמות יאהדונה"י; מען זיצט ארום גענומען מיט די הייליגע אושפיזין, די הייליגע געסט.


מארגן וועלן מיר זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שאקלען די ד' מינים, ביים שאקלען זאלסטו זיך מתבודד זיין, ביי אלע זייטן זאלסטו בעטן נאר די איין זאך, זאלסט בעטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין מיט דיר, סיי רעכטס סיי לינקס, סיי פאראויס, סיי ווען איך בין בבחינת עייל, בחינת רצוא, בחינת אם אסק שמים - זאל איך זיין מיט דיר און וויסן אז איך קען גיין העכער און העכער", און ווען דו שאקלסט אונטן זאלסטו וויינען און שרייען: "הייליגער באשעפער געב מיר נאך א געלעגנהייט, איך וויל נישט בלייבן ליגן אין די בלאטע, איך וויל זיין מיט דיר", און ווען דו שאקלסט צו מערב זאלסטו אויך בעטן: "הייליגער באשעפער איך וויל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר אפילו אלעס גייט מיר פארקערט".


דאנערשטאג נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבי'ן, מיר וועלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן 'אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אז מיר האבן א רבי וואס האט רחמנות אויף אונז און געבט אונז עצות ווי מיר זאלן קענען זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן'.


א פרייליכן יום טוב.

#372 - נישט אויפגעבן ווען מען פאלט
תפילות אויף אידיש, שמחה, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן ביי התבודדות: "רבונו של עולם, 'אחת שאלתי מאת ה' איין זאך בעט איך דיר רבונו של עולם, 'אותה אבקש' און נאר דאס איז מיין געבעט, 'שבתי בבית ה' כל ימי חיי' איך זאל בלייבן זיצן שטענדיג אין דיין הויז, איך זאל בלייבן ביים צדיק, 'לחזות בנעם ה' איך זאל שפירן די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פון דיר רבונו של עולם, 'ולבקר בהיכלו'".


דאס דארף זיין אונזערע תפילות צום אייבערשטן, מיר זאלן קיינמאל נישט אוועק גיין פון אים, אפילו עס זאל אריבערגיין וואס עס זאל נאר אריבערגיין זאלן מיר בלייבן שטארק מיט אמונה בו יתברך, זוכה זיין יעדן טאג אנצוטון די הייליגע תפילין, זוכה זיין יעדן טאג צו קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות, זוכה זיין צו היטן אות ברית קודש, און דער עיקר - נישט אויפגעבן ווען מען פאלט.


בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל דיך שטענדיג שפירן, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר גיין צו דיר, און אויב איך האב א נפילה, איך פאל - זאל איך זיך נישט מייאש זיין, איך זאל גלייבן אז איך קען נאך תשובה טון און זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד".


גיי א טענצל, ווייל אויך ווען מען טוט תשובה - דארף עס זיין מיט שמחה, אזוי ווי אלע מצוות דארפן מיר טון בשמחה - דארפן מיר אויך תשובה טון מיט שמחה.


מארגן וועט זיין די געזעגענונגס שיעור פון תשפ"ה, קומענדיגע וואך פארן מיר שוין קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#371 - פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


פרויען זענען נישט צווייט-קלאסיג, פרויען זענען ערשט-קלאסיג, פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל.


בנוגע די ברכה פון "שלא עשני אשה", דאס מיינט מען צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מחויב צו לערנען תורה, אבער נישט צו זאגן אז איינער איז ערשט און איינער איז צווייט, (אגב, מיין מאמע תחי' ענטפערט נישט 'אמן' אויף די ברכה שלא עשני אשה).


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, דער אייבערשטער האט אייך אויסדערוועלט צו זיין פון די בויערס פון כלל ישראל, ברענגען אידישע קינדער, זיי מגדל זיין און מחנך זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעטס:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז עס זאל איבער רינען די שמחה אז יעדער וואס זעט מיך זאל ווערן פרייליך, הייליגער באשעפער געב מיר כח צו זיין א מאמע און א ווייב..."


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זייער מצליח זיין.

#370 - א געבעט אויף שלום בית ביי די שבת ליכט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן די בריוו.


אויב איר ווילט אמת'ע שלום בית זאלט איר בעטן ביים צינדן די שבת ליכט א געבעט אויף שלום בית.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן א): "נֵרוֹת שֶׁל שַׁבָּת מַרְבִּין שָׁלוֹם", די שבת ליכט ברענגט שלום; איז דעמאלט א פאסיגע צייט צו בעטן אויף דעם, דא האט איר א קליינע תפלה צו בעטן ביים צינדן די ליכט:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין מאן מיר זאלן זיין בשלום, מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן זען נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן; הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל צעברעכן אונזער שטוב, ער מאכט מיר טראכטן כאילו עפעס פעלט מיר, ער מאכט עס זאל מיר שטערן זאכן אויף מיין מאן וואס דארף עכט נישט אנגיין, ער וויל נאר אפקילן אונזער ליבשאפט; העלף מיר טאטע, מאך רוען די שכינה ביי אונז".


הצלחה רבה.

#369 - זיך רעגן, כעס, און געשרייען אין שטוב
תפילות אויף אידיש, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


צעברעך זיך נישט, און אז דו ווילסט זיך העלפן נישט צו ווערן בכעס, עס טוט דיר וויי פארוואס דו רעגסט זיך אויף אין שטוב, און פון צייט צו צייט ברעכט אויס א כעס און געשריי אויף דיין ווייב; מיט תפילה וועסטו געהאלפן ווערן.


דא האסטו א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען אויסרייסן פון מיר די שלעכטע מדה פון כעס, איך זאל זיך חס ושלום נישט אויפרעגן און חס ושלום שרייען אויף מיין טייערע ווייב, אנא ה' איך בעט דיר געב מיר א רואיגקייט, געב מיר א שלוות הנפש, איך זאל נישט זיין נערוועז, איך זאל געדענקען אז איך בין דא נאר א גאסט, די גאנצע וועלט האט נישט מיט מיר, דו פירסט אלעס, דו מאכסט אלעס, איך זאל זיך מבטל זיין צו דיר, איך זאל זיך קיינמאל אויפרעגן חס ושלום.


אנא ה', איך בין אזוי פארשעמט פון מיר אליין און פון מיינע קינדער, זיי זעען ווי איך שריי אויף מיין ווייב, איך מאך איר וויינען, נאכדעם ווילן זיי נישט רעדן צו מיר, זיי ווערן וויי געטון פון מיר (איך פארשטיי זיי), איך געדענק אויך ווען מיין טאטע פלעגט מאכן וויינען מיין מאמע, ווי עס האט געריסן שטיקער פון מיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר, ראטעווע מיך, וכו'".


אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, דו וועסט ווערן א רואיגער מענטש, א נארמאלער מענטש, א פרייליכער מענטש, א צופרידענער; נאר תפילה איז די עצה פאר די שווערע מידות.


צעקלאפ זיך נישט, ביסט נאכאלץ זייער טייער, און דאס אליין אז מען שרייט צום אייבערשטן: "הצילינו, מלטינו, פלטינו" – דאס איז די ישועה.

#368 - וויינען ווען דער מאן שרייט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גערעדט צו אייער מאן, אויך האב איך אים געשריבן ער זאל פאררעכטן וכו', נישט ווארפן קיין פחד אויף אייך וכו'.


אויף אייער פראגע אז איר מורא צו וויינען ווען ער שרייט אויף אייך ווייל איר ווייסט פון די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (כתובות סב:), איר ווילט נישט אייער מאן זאל געשטראפט ווערן, אבער פון די אנדערע זייט שפירט איר ווי דאס בארירט אייך.


איר מעגט וויינען, און אז עס וועט חס ושלום נאכאמאל פאסירן, ער וועט שרייען קולות אויף אייך אדער דערקוטשען (עס זאל נישט פאסירן), זאלט איר יא וויינען, דאס וועט אים דערשרעקן, ער וועט כאפן אז ער קען נישט שרייען און ווארפן א פחד, ווייל אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, עכט עכט וויל ער אייך נישט וויי טון, ער פארלירט זיך, ער פארגעסט זיך, און דאס מאכט אים שרייען וכו', און אז איר וועט אויסשיסן אין א געוויין וועט ער אייך זיכער איבערבעטן, און במילא וועט נישט זיין קיין סכנה.


שטארקט זיך, בעטס דעם אייבערשטן אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן, איר זאלט האבן חן אין זיינע אויגן, און ער זאל האבן חן אין אייערע אויגן. תפילה איז אזוי שטארק, א שאד מען איז מזלזל אין דעם; וואלט מען געגלייבט אין תפילה, וואלט מען געהאט א שטארקע אמונה – וואלט מען שוין לאנג גע'פועל'ט.


ובכן, ווען איר צינדט אן די שבת לעכט, איר לייגט די הענט אויפן פנים – זאלט איר בעטן א שטילע תפילה צום אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער מאך ליכטיג אונזער שטוב, מאך רוען דיין שכינה אין שטוב, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, איך זאל אים אזוי ליב האבן אז איך זאל נישט נערוועז ווערן ווען ער זאגט און מוטשעט וכו', און אויב ער פארלירט זיך און שרייט – זאל איך נישט ווערן וויי געטון, איך זאל בלייבן פרייליך און ווייטער נאר זען גוטס אין אים".


אזוי זאלט איר טון, און אויך אינמיטן די וואך קען מען בעטן ביי די לעכט, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ס, טו), אז ביי די הייליגע אמהות שרה און רבקה האט א גאנצע וואך געברענט די לעכט, זיי האבן זיך שטענדיג מתבודד געווען.


וואויל איז דער וואס לעבט מיט תפילה, דער לעבט א חיים טובים.

#367 - שרעקליכע פחדים און ענקזייעטי
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נאר מיט אמונה און מיט תפילה קען מען בלייבן געזונט פיזיש און גייסטיש, און אויב חס ושלום מען לעבט נישט מיט א שטארקע אמונה, אויב מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אז ער פירט אלעס, ער פירט די וועלט בכלליות און אויך יעדן איינעם בפרטיות, קען מען כאפן א נערווען בראך און פאניק אטאקעס, ענקזייעטי וכו'.


דעריבער בעט איך אייך זייער, שטארקט אייך מיט אמונה און תפילה, חזר'ט זיך יעדן טאג די אמונה, און בעטס דעם אייבערשטן נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; בעטס:


"הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף מיר איך זאל האב א שטארקע לויטערע אמונה, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, דו טוסט אלעס, גארנישט קען פאסירן פון זיך אליין; מיין געזונט, מיין לעבן, מיין מאן, מיינע קינדער וכו' – אלעס פירט זיך מיט א פינקטליכער חשבון, אלעס איז נאר פאר מיין גוטס, פאר מיין תיקון, פאר מיין תכלית.


אנא ה' העלף מיר, מאך מיך פרייליך, מאך מיך רואיג, איך האב שרעקליכע פחדים און ענקזייעטי, איך בין אין א טונקלקייט, איך הער נישט אויף זארגן, אנשטאט צו זיין פרייליך, אנשטאט צו זינגען, דאנקען און לויבן, טאנצן און שפרינגען, זיך פרייען אז איך בין א איד, זיך פרייען מיט די מצוות און מיט וואס איך טו יא – זארג איך און איך זארג, איך הער נישט אויף זיך אליין פייניגן, העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר כלל ישראל, איך זאל זיין פרייליך און אויך פרייליך מאכן יעדן איינעם, בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו מיט זיינע הייליגע תלמידים, אמן סלה".

#366 - מ'שלאפט אסאך און מ'ווערט נישט אויסגערועט
תפילות אויף אידיש, שלאפן, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו דארפסט א סגולה פאר דיין ווייב'ס שלאפן, דו זאגסט אז די מצב איז אזוי געפערליך, זי שלאפט און שלאפט, וויפיל זי זאל נאר שלאפן, אפילו צוואנציג שעה – איז זי ווייטער מיד; נעם די סגולה פון רבי'ן (ספר המדות אות שנה חלק ב', סימן ג): "חֲמִשָּׁה עָשָׂר שִׁיר הַמַּעֲלוֹת שֶׁבַּתְּהִלִּים", די פופצן קאפיטלעך פון שיר המעלות, "מְסֻגָּלִים לְבַטֵּל הַשֵּׁנָה", האט א כח אוועק צו נעמען די שלאף און מידקייט.


געב פאר דיין ווייב די סגולה, זי זאל זאגן יעדן טאג די פופצן שיר המעלות, און אויב עס איז צו סאך פאר איר – זאל זי זאגן יעדן טאג וויפיל זי קען, און ווען זי ענדיגט זאגן די קאפיטל זאל זי זאגן די תפילה: "הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך זאג די פופצן קאפיטלעך שיר המעלות, זאלסטו מיר העלפן איך זאל נישט זיין אזוי מיד, און נישט דארפן אזויפיל שלאפן, איך זאל האבן כח צו זיין א מאמע פאר מיינע קינדער, איך זאל האבן כח צו מאכן די שטוב ארבעט, רייניגן, קאכן, באקן, וועש וכדומה, בזכות רבינו נחמן בין פיגא זכותו יגן עלינו זאלסטו מיר העלפן איך זאל זיין פרייליך, אמן".

#365 - אייבערשטער ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט
תפילות אויף אידיש, בין המצרים, צדקה, משניות, גמרא, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער יצר הרע פלאקערט און ברענט, דער יצר הרע פון קוקן אויף פרעמדע ברענט און בריט, ער לאזט נישט אפ, ער ווארפט אראפ אן רחמנות. די איינציגסטע עצה איז - נאכאמאל גיין שרייען צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, אייבערשטער ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, וויפיל איך פרוביר ווער איך נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, העלף מיר..."


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא, און אז דו פארשטייסט נישט די גמרא - זאלסטו ווייטער לערנען אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא. לערנען גמרא און זאגן גמרא פארברענט די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, בפרט גמרא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


האלט מיט דיר א פושקע, און ווען דו ווילסט א ישועה - לייג אריין אפאר פרוטות און בעט אין אידיש, אין דיין מאמע לשון, אויף דיין שפראך: "הייליגער באשעפער געב מיר א ישועה, העלף מיר..." וועסטו זען ישועות.


יעצט אין די דריי וואכן גייט מען נישט אין פלעצער וואס זענען מסוכן, עס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנ"א) אז קטב און מרירי זוכן ווי צו שעדיגן השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#364 - רייס אויס די עקלדיגע מידה פון כעס
תפילות אויף אידיש, סגולות, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואש זיך אינדערפרי אויף ברויט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן יז): "סגולה לכעס שיאכל פת שחרית", עסן פת שחרית איז א סגולה צו ווערן געראטעוועט פון כעס, און אויך איז דאס מסוגל אוועקצונעמען אלע קרענק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צב:) פת שחרית נעמט אוועק דריי און אכציג קרענק; דעריבער איז כדאי זיך צו וואשן אינדערפרי, עסן ברויט, און בענטשן מיט א סידור וואס דאס איז מסוגל פאר עשירות.


כעס איז זייער אן עקלדיגע מידה, אלע צרות קומען פון כעס, ווייל דורך כעס פארגעסט מען פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות הרהורים, סימן טז): "על ידי כעס בא הרהורי עבודה זרה", דורך כעס קומט מען צו טראכטן פון עבודה זרה; וואלט מען געהאט א שטארקע אמונה אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן - וואלט מען זיך נישט אויפגערעגט, מען וואלט אלעס געקענט ליידן און דערהייבן, און דורך כעס פארלירט מען די אמונה, מען קומט צו ספיקות אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, רייס אויס די עקלדיגע מידה פון כעס, בפרט אין שטוב זאלסט זיך נישט כעס'ן אויף דיין ווייב, עס איז א גרויסע עבירה, דאס ברענגט אויף דיר צרות השם ישמרינו, די געלט פארלירט מען דורך כעס, און די נשמה פארלירט מען דורך כעס, עס וועט דיר גארנישט העלפן די כעס, ביי התבודדות זאלסטו זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך וויל א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, יעדע מאל עפעס גייט מיר נישט - פאל איך אריין אין א כעס, איך פיר זיך אויף ווי א נישט נארמאלער, איך שריי, איך צעברעך זאכן, איך שלאג, איך ווער ממש ווי א חיה אן דעת, בעט איך דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן פון דיר פאר איין רגע, איך זאל בלייבן מיט א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל זיין פרייליך, רואיג און נישט בכעס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - שולד געפילן וועלן נישט העלפן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט פון די שולד געפילן וואס פייניגן אייך, אז איר זענט שולדיג וכו' אז זי איז אראפ פון די אידישע וועג רחמנא לצלן, און דאס איז צוליב דעם וואס איר האט זי געטשעפעט וכו' וכו'.


די שולד געפילן וועלן אייך נישט העלפן, די שולד געפילן וועט איר נישט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, עס ווערט נאר אייך אריינלייגן אין דעפרעסיע און אייך חרוב מאכן; ענדערש זאלט איר זאגן יעדן טאג א תפילה צום אייבערשטן פאר איר, בעטס אויף אייער אייגענע שפראך, אין אידיש, א תפילה, זאגט:


"הייליגער באשעפער העלף אז ... זאל תשובה טון, זי זאל צוריק קומען צו די תורה וועג, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף ...'ס נשמה און אויף אלע פארבלאנזשעטע נשמות, אידישע טייערע נשמות וואס זענען פארבלאנזשעט, וואס האבן אפגעלאזט די תורה.


הייליגער באשעפער ברענג זיי אלע צוריק צו דיר, און אויך אויף מיר האב רחמנות, איך בין א רחמנות, עס פייניגט מיר מיין געוויסן, איך הער נישט אויף טראכטן אויף וואס איך האב געטון ווען איך בין געווען יונג און נאריש, זיי מיר מוחל און נעם אן מיין צעבראכן הארץ, איך קען נישט זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב אזוי, מאך מיך פרייליך, אנא ה' הושיעה נא".


זאגט די תפילה יעדן טאג וועט די שולד געפיל אוועק גיין, און זי וועט תשובה טון און חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע דורות.

#362 - שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות
תפילות אויף אידיש, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, ווי דו שטארקסט זיך אויף דיינע נסיונות, און דו קויפסט נישט קיין סמארטפאון. איך בין זייער צופרידן פון דיר, און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בלייבן פעלזן פעסט נישט צו האבן די כלי וואס נעמט אוועק יעדע ברעקל יראת שמים.


דא האסטו א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך האב שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר ווי איך גיי אט אט דורכפאלן און זיך קויפן א כלי צו קוקן נאוף. הייליגער באשעפער היט מיך, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל נישט פארלירן מיין יראת שמים, איך וויל נישט פארלירן מיין ווייב, מיינע קינדער, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל אמונה, איך וויל קדושה..."


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.

#361 - איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת
תפילות אויף אידיש, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס איר זאגט אז שבת איז אייך נישט קיין פרייליכע צייט, איר ווערט לאנגווייליג (באורד), איר בעט א תפילה אויף דעם; דא האט איר א תפילה:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלע חסדים, פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, פאר מיין מאן און קינדער, אלעס איז מיר אזוי גוט, אלעס איז אזוי זיס, איין זאך איז מיר שווער, ווען עס קומט שבת ווער איך נישט פרייליך, איך ווארט שבת זאל אריבערגיין, על כן באתי, דעריבער קום איך צו דיר, העלף מיר, איך וויל ליב האבן שבת, איך וויל זיין פרייליך שבת; וואס איז מיט מיר? ווי קען זיין אזוינס? שבת איז דאך אזא הייליגע טאג, שבת איז דאך הייליג, שבת איז שיין, שבת איז פיין, שבת איז ריין. איך וויל דיך ליב האבן אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק ליב האבן שבת, איך זאל שוין אפווארטן שבת פון פרייטאג נאכמיטאג, זיין אנגעטון שבת'דיג, צינדן לעכט אביסל פריער, און זיך נישט יאגן מוצאי שבת אוועק צו גיין פון שבת.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, ליב האבן יעדע אידישע מנהג, יעדע אידישע קלייד, יעדע אידישע עסן, און אזוי ווייטער".

#360 - א קינד וואס איז אנדערש פון די קלאס
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע דיין טאכטער וואס מען רופט דיר פון בית פיגא אז זי איז אנדערש פון די קלאס, און אז זי דארף הילף, דו מיט דיין ווייב פרעגן וואס ענק קענען בעסער מאכן; איין זאך קענען ענק טון, יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט צו בעטן דעם אייבערשטן פאר איר, ווייל תפילה איז די שטערקסטע סגולה, תפילה איז קעגן די טבע, אפילו על פי דרך הטבע זעט נישט אויס ווי מען קען טוישן די זאך, מיט אמונה און תפילה קען מען אלעס טוישן לטובה.


פאלג מיך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג מיט א קביעות בעטן דעם אייבערשטן פאר דריי מינוט אז זי זאל זיין א גוט קינד, זי זאל זיין א געזונט קינד, זי זאל מיט האלטן און אויפכאפן וואס זי דארף מיט האלטן און וויסן.


זאג: "הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר מיינע קינדער, העלף מיר אז ... תחי' זאל אויפכאפן און פארשטיין וואס מען לערנט, אויך זיין א קינד וואס קומט זיך אויס מיט קינדער און לערערינס וכו'", וועסטו זען ווי ניסים וועט פאסירן מיט איר.

#359 - הייליגער באשעפער, איך האב גארנישט קיין געלט
תפילות אויף אידיש, צדקה, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט קענסטו נישט געבן קיין גרויסע צדקות, יעצט דארפסטו באצאלן פאר דיין מארטגידזש אז מען זאל דיר נישט צונעמען דיין הויז, טו אלעס צו באצאלן חודש'ליך דיין מארטגידזש אז דו זאלסט האבן א דירה.


אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו נעמען די אלטע סגולה, די סגולה וואס אונזערע עלטערן האבן געטון; בעט דעם אייבערשטן, זאג: "הייליגער באשעפער איך האב גארנישט קיין געלט, מאך מיר א נס אז איך זאל האבן צו צאלן די מארטגידזש און פאר עסן און שכר לימוד", וועסטו זען ניסים.

#358 - קינדער זאלן זיין אפגעהיטן
תפילות אויף אידיש, מוסדות, סכנה, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר זעט אין סקול זאכן וואס זענען נישט סעי"ף, זאכן וואס קען זיין א סכנה – זאלט איר דאס זאגן פאר די סעקריטערי, און אז זיי לאכן זיך אויס זאלט איר רופן די מענידזשער; ווייל איך האב געשריבן דעם מענידזשער וואס זיין ארבעט איז, איינע פון די זאכן איז, עס איז זיין אחריות אז די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן און נישט קומען צו קיין סכנה.


בנוגע וכו'; מיט תפילה וועט יום טוב ווערן די שענסטע טעג, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל קענען מקבל זיין די ימים טובים מיט שמחה און מיט ישוב הדעת, איך וויל ליב האבן חודש תשרי, ליב האבן יעדע רגע, אפילו עס איז א פארדרייטע סדר היום וכו' מיט די קינדער וכו', העלף מיר איך זאל נישט וועלן יום טוב זאל אריבער גיין וכו' וכו'", אזוי זאלט איר בעטן, וועט זיך אלעס איבער דרייען, עס וועט ווערן א זיסע צייט, ווייל אלעס איז אין מח, אלעס איז ווי אזוי מען טראכט, און מיט תפילה ווערט די מח מסודר.

#357 - קאמפלעקסן
תפילות אויף אידיש, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


בנוגע דיינע קאמפלעקסן וכו' וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, דער וואס פאלט אריין מיט די יצר הרע פון די שלעכטע מחשבות, פון לעבן מיט קאמפלעקסן – איז זייער געפערליך; נאר איין עצה איז דא, גיין יעדן טאג התבודדות, שרייען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ראטעווען פון די שלעכטע מחשבות.


טייערער ליבער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, הייל מיך אויס, די קאפ דרייט זיך מיר, די קאפ שווינדלט מיר, יעדע זאך טראכט איך 'יא' 'ניין', די מח איז מיר צערודערט, הייל מיך אויס, געב מיר ישוב הדעת, העלף מיר איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל נאר דיר געפעלן, איך זאל נאר דיך דינען, נעם אוועק פון מיר די גאוה, ווייל דאס טראכטן פון מיר אזוי סאך דאס לאזט מיך נישט לעבן, העלף מיר איך זאל נאר טראכטן פון דיר, נאר דיך וועלן, נאר דיך דינען", וכו' וכו'.

#356 - געדענק ווי אזוי דו ביסט געווען אלס קינד
תפילות אויף אידיש, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז אנשי שלומינו ווען זיי ווערן עלטער, מען ווערט מער און מער ערנסטער - דארפן זיי רחמי שמים נישט אוועק צו שטופן די בני הנעורים, און ווער רעדט נאך ווען מען איז א מגיד שיעור, א מנהל, אדער מלמד - איז דאס נאך א גרעסערע סכנה, ווייל ווי מער ערנסטער מער ווערט - אלץ מער סכנה איז מען פאר בני הנעורים, מען זאל זיי נישט מרחק זיין און מחליש דעת זיין וכו'.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היות דו ווערסט עלטער און מער ערנסטער, און דו ביסט א מלמד - זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן סבלנות צו יעדן תלמיד, דו זאלסט מקרב זיין יעדן תלמיד, פארגינען א גוט ווארט פאר יעדן תלמיד און פארגינען א שמייכל פאר יעדן תלמיד, והעיקר זאלסטו דערמאנען ביי התבודדות דיין התנהגות אלס קינד און אלס בחור, זאג: "רבונו של עולם, איך בין דאך געווען אזוי און אזוי, איז וואס פארברען איך יעצט מענטשן, איך וואלט דאך נישט געוואלט מען זאל מיך פארברענען, און אזוי ווי איך ווייס ביי מיר אז עכט אין מיין הארץ בין איך גוט און ווען איך האב געטון די אלע נארישקייטן בין איך נאכאלץ געווען גוט, און איך וואלט נישט געוואלט איינער זאל מיך פארשעמען און פארטרייבן פון צדיק, אזוי זאל איך קיינעם נישט מרחיק זיין און קיינעם נישט פארטרייבן פון צדיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#355 - שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון
תפילות אויף אידיש, אמונה, מורה דרך, ליצנות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, קוק נישט קיין שום קליפס פון קיינעם, קוק נישט קיין פאדקעסט, און זיכער נישט פון מינים און אפיקורסים; דו וועסט פארלירן דיין אמונה, דו וועסט פארוואגלט ווערן, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן, אן אמונה איז מען א טויטער.


אז דו האסט קשיות אויף די אמונה זאלסטו גיין וויינען און שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו), ווען מען האט קשיות אויפן אייבערשטן, "אֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב, וַאֲזַי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׁוֹמֵעַ קוֹלוֹ וּפוֹנֶה לְצַעֲקָתוֹ", ווען מען האט קשיות דארף מען שרייען צום אייבערשטן, ביז דער אייבערשטער העלפט, מען באקומט א שטארקע אמונה, "קֻשְׁיָא, רָאשֵׁי תֵבוֹת שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא", די אותיות פון "קשיא" איז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים כז, ז): "שְׁ'מַע יְ'יָ ק'וֹלִי אֶ'קְרָא"; אז מען האט קשיות אויפן אייבערשטן דארף מען שרייען צום אייבערשטן.


גיי שרייען אין פעלד: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה אין דיר, איך זאל שפירן ווי דו ביסט מיט מיר; הייליגער באשעפער איך האב אזויפיל בלבולים, איך האב ספיקות אין די אמונה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין ספיקות און קשיות אויף די אמונה, איך זאל וויסן אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, העלף מיר איך זאל האבן הייליגע אויגן און א הייליגע מח, הייליגע מחשבות, העלף מיר איך זאל נישט אויסהערן מינים ואפיקורסים, ליצנות אויף די תורה און אויף די הייליגע חכמים".


טייערער ברודער איך האב געזען מיט מיינע אויגן ווי טייערע בחורים, טייערע אינגעלייט און אזוי אויך ווייבער - זענען צוגרינד געגאנגען, זיי האבן פארלוירן זייער יראת שמים, זייער אמונה, זייער חן, זייער הייליגקייט - ווייל זיי האבן געטראכט אז מען מעג האבן א האלבע טעלעפאן, א פערטל טעלעפאן, אהער מיט אהין, מיט די קלוגשאפט האבן זיי אלעס פארלוירן. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אין די פרשה, "וקרח שפיקח היה" (במדבר רבה יח, ח), וויבאלד קרח איז געווען קלוג איז ער נעבעך אראפגעפאלן און געווארן א מין, אן אפיקורס.


איך בעט דיר זייער, שוין גענוג ליצנות איינגעזאפט, שוין צייט תשובה צו טון און אנהויבן לעבן מיט אמונת חכמים, אן א טעלעפאן, אן קליפס, אן פאדקעסט. אדרבה, איך וויל וויסן ווער איז דיין גוטער איד וועם דו פרעגסט דיינע שאלות? ווער איז דיין ערליכער איד וועם דו בעטסט ברכות איידער דו גייסט אריין אין א געשעפט? פרעג אים אויב מען מעג קוקן ליצנות, אויב מען מעג קוקן אויף פרעמדע פרויען; נישטא קיין ערליכער איד וואס וועט דיר זאגן אז מען מעג.


איך מוז מקצר זיין, עס טרעט מיר צו צום הארצן.

#354 - ווען ס'איז נישטא קיין עצה ארויס פון די צרה
תפילות אויף אידיש, משלי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי כא, ל): "אֵין חָכְמָה", עס קען נישט העלפן קיין קלוגשאפט, "וְאֵין תְּבוּנָה", און עס קען נישט העלפן קיין פארשטאנד, "וְאֵין עֵצָה", און עס קען נישט העלפן קיין עצה, "לְנֶגֶד ה'", קעגן דעם אייבערשטן.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן קען זיין נאך א פשט, 'אֵין חָכְמָה', ווען מען האט נישט קיין קלוגשאפט, 'וְאֵין תְּבוּנָה, וְאֵין עֵצָה', ווען מען האט נישט קיין עצה און פארשטאנד, דאס הייסט ווען א מענטש געפינט זיך אין א צרה און ער ווייסט נישט קיין עצה, ער ווייסט נישט וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן, ער שפירט זיך פארלוירן, זאגט אים די פסוק: "לְנֶגֶד ה'", שטעל זיך אנטקעגן דעם אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט (תהילים טז, ח): "שִׁוִּיתִי ה'", איך לייג דעם אייבערשטן – "לְנֶגְדִּי תָמִיד", אנטקעגן מיר, און רעד זיך אויס דיין הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, און ווי א קינד רעדט זיך אויס צו זיין טאטע, בעט אים אין דיין אייגענע שפראך: "רבונו של עולם, אין חכמה, איך האב נישט קיין קלוגשאפט, ואין תבונה, און איך האב נישט קיין פארשטאנד, ואין עצה, און איך האב נישט קיין עצה, דערפאר קום איך לנגד ה', צו דיר אייבערשטער".


והבן למעשה.

#353 - איך בין אזוי צעבראכן, פאר גארנישט און פאר נישט
תפילות אויף אידיש, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו הערסט מער נישט קיין שיעורים, ווען דו פלעגסט הערן שיעורים פלעגסטו זיין זייער פרייליך; ווייל די ווערטער, שכל פון הייליגן רבי'ן - האט אזא כח, עס מאכט פרייליך, עס מאכט תחיית המתים, עס לעבט אויף טויטע מענטשן; הלואי זאלסטו יעדן טאג אויסהערן א שיעור, אדער א האלבע שיעור, וועסטו ווערן זייער זייער פרייליך.


אויך וויל איך דיר בעטן, היות דו ביסט פון די וואס העלפן בויען אונזערע מוסדות, ערווארטן מענטשן פון דיר א שמייכל און א גוט ווארט. אז דו גייסט אין שול און איינער קומט דיר אנטקעגן און דו גרוסט אים נישט, מיינט יענער אז דו ביסט א בעל גאוה, אז דו גרויסט זיך וכו', יענער חלומ'ט נישט אז דו ביסט צעבראכן אויף טויזנט פיצלעך, דערפאר ביסטו מחויב צו גריסן אנשי שלומינו און שמייכלען צו יעדן איינעם.


גיי אינדערפרי א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעבראכן פאר גארנישט און פאר נישט, איך ווייס אליין נישט פארוואס איך בין צעבראכן, מיינע עבירות צעברעכן מיך, זיי מיר מוחל, איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין א צדיק. איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל זיין נאר פרייליך און איך זאל שמייכלען צו יעדן איינעם, גריסן יעדן איינעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#352 - קוק מיט רחמנות אויף מענטשן, וועט 'דיר' גוט ווערן
תפילות אויף אידיש, בזיונות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


דער מנהל זאגט מיר אז דו האסט ווייטאג אויף איינע פון דיינע תלמידים, הילד ..., ווייל דער טאטע האט דיך מבזה געווען און גערעדט אויף דיר אין שול וכו'.


איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן, ערשטנס, וואס איז דער קינד שולדיג אז דער טאטע פירט זיך אזוי אויף, א מלמד דארף זיך שטארקן און בעטן דעם אייבערשטן אז דער צוגאנג צו די תלמידים זאל נישט זיין לויט די חשבונות מיט די עלטערן וכו'.


צווייטנס, ווען דער טאטע רעדט אזוי ברייט וכו' מיינט ער נישט צו פארשעמען. אזוי זענען מענטשן, מען רעדט הויך, מען געבט אויס ווייטאג, מען כאפט נישט אז דאס איז גורם ווייטאג פאר אנדערע.


איך האב אויך אזעלכע מעשיות, און אז איך הויב אן קוקן מיט רחמנות אויף יענעם ווערט 'מיר' גוט, און אויב חס ושלום איך פארגעס פון רבינ'ס שכל, איך פארגעס צו קוקן מיט רחמנות, איך טראכט שלעכט, איך האב טענות 'היתכן יענער זאגט אזוי און אזוי?' ווערט 'מיר' נישט גוט.


פריער בין איך געגאנגען אין גאס, א אינגערמאן גייט מיר אריבער און זאגט מיר: "דו שגץ", די ערשטע רגע האב איך געטראכט 'פארוואס זאגט ער אזוי?' נאכדעם האב איך געטראכט 'ער מיינט נישט שלעכט, ער וויל נאר גוט, ער האט מן הסתם געהערט לשון הרע, און ער טראכט ער וויל טון עפעס גוטס, ער וויל מוחה זיין, האט ער געזאגט די ווארט'; און עס איז מיר גלייך גוט געווארן.


טייערער ברודער, טייערער מלמד, אויב דו וועסט אנהויבן קוקן מיט רחמנות אויף מענטשן וועט 'דיר' גוט ווערן, דו וועסט זיך נישט אויפעסן, דו וועסט לעבן א גן עדן לעבן, און אז איינער זאגט דיר אז מען האט דיך היינט באזינגען אין מקוה אז דו ביסט נישט קיין גוטער מלמד וכו' וכו', זאלסטו נישט מאכן קיין חשבונות מיט די קינדער, און אויך נישט מיט די עלטערן. זאלסט טראכטן (עיין בבא בתרא טז:): "אֵין אָדָם עַל צַעֲרוֹ", א מענטש ווען עס גייט אים אריבער שוועריקייטן און ער צערעדט זיך, קען מען אים נישט דן זיין; אזוי וועט דיר 'דיין' לעבן ווערן זיס און געשמאק.


גיי א שפאציר אינדערפרי און זאג: "הייליגער באשעפער געב מיר די אויגן פון צדיקים וואס קוקן גוט אויף יעדן און זענען יעדן איינעם דן לכף זכות, און זוכן נאר דאס גוטס ביי יעדן איינעם. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האלטן פון מיר אליין, איך זאל מיך אליין ליב האבן, איך זאל גלייבן אז דו האסט מיך ליב, און אז איינער זאגט מיר עפעס זאל איך נישט ווערן אויסער זיך, העלף מיר איך זאל מצליח זיין מיט מיינע תלמידים, בפרט מיט הילד... און הילד... זיי זאל איך ליב האבן און זיי מאכן גוט פילן".


שרייב מיר דיינע געפילן, דיינע מחשבות, איך וועל דיר העלפן מיט די רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.