בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - מ'דארף מיטהאלטן משפחה שמחות אפילו ווען ס'נישט באקוועם
חסידות ברסלב, משפחה, שמחות, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו גיין צו די באווארפן פון דיין ברודער; א משפחה שמחה דארף מען מיט האלטן, אפילו מען איז נישט באקוועם וכו'.


אז דו וועסט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ וועסטו מאכן א שיינע נאמען פארן רבי'ן; דיינע עלטערן וועלן זיך פרייען אז דו האלסט מיט אלע משפחה שמחות, וועסטו זיך נאך איינקויפן דעם זכות פון מחי' זיין טאטע מאמע.


בכלל איז א וואונדער פארוואס עס דארף דיר באדערן אריין צו גיין ביי זיי אין בית המדרש, זיי זענען נישט קיין מתנגדים אויפן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס - אויף אים דארף מען טאקע קריגן, און אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


אונזער ארבעט איז אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס עס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויף קוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ע חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור.


מיר דארפן פאלגן וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ אז אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.


דיין ווייב זאל פאסטן תשעה באב ביינאכט, און אינדערפרי ווען זי שטייט אויף קען זי עסן (עיין שאלות ותשובות שבות יעקב חלק ג, סימן לז).


פרויען מאכן נישט קיין הבדלה; זאל דיין ווייב עסן אן הבדלה און זונטאג נאכט ווען דו וועסט אויספאסטן וועט זי הערן הבדלה פון דיר (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם פינסטערן גלות מיט משיח צדקינו, אמן.

#9 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, פרנסה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


מען זעט ממש בחוש אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה און דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן על פי "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.


איך פריי מיך זייער אז דו האסט געטראפן א פרנסה; אז מען דאווענט שחרית מנחה מעריב מיט מנין איז מען זוכה צו האבן פרנסה בשפע. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מיר זאלן דאווענען מיט מנין, אזוי וועלן מיר האבן א דבר שבמנין (געלט).


אויב איז דא ביי דיין ארבעט אפענע אינטערנעט דארפסטו זען וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט נישט פארלירן ביידע וועלטן; פראביר צו בעטן דיין בעל הבית ער זאל פארמאכן דיין אינטערנעט אז דו זאלסט נישט קענען אנקומען צו שלעכטע פלעצער. שלמה המלך זאגט (משלי ז, כה): "וְעַתָּה בָנִים, שִׁמְעוּ לִי, וְהַקְשִׁיבוּ לְאִמְרֵי פִי", איך בעט ענק הערט מיר צו, נעמט אן די רייד פון מיין מויל, "אַל יֵשְׂטְ אֶל דְּרָכֶיהָ לִבֶּךָ", גייט נישט נאך די וועגן וואס ברענגען עבירות, "אַל תֵּתַע בִּנְתִיבוֹתֶיהָ", ווערט נישט פארבלאנזשעט פונעם גוטן וועג, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה", ווייל אסאך זענען שוין אוועקגעפאלן פון נאך גיין נאך עבירות, "וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ", און אן א שיעור מענטשן זענען שוין גע'הרג'עט געווארן דורך טון עבירות; דאס גייט ארויף אויפן אינטערנעט וואס שלעפט אוועק מענטשן פונעם אייבערשטן, איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז שוין זייער שווער ארויס צו קריכן דערפון.


בענין וואס דו שרייבסט אז דו ווילסט איך זאל דיר ענטפערן דיינע ספיקות וכו'; איך וועל דיר פראבירן צו ענטפערן אויף אלעס וואס דו פרעגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - געב אכטונג אויף כיבוד אב, אפילו ווען דיין טאטע שרייט אויף דיר
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מכבד דיין טאטע און ווער נישט באליידיגט אז ער שרייט אויף דיר; עס איז נישט געפערליך ווען א טאטע זאגט פאר א קינד וואס צו טון. דו זיי אים ווייטער מכבד אפילו ער שרייט אויף דיר אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער וכו', און אז דו וועסט אים ווייטער מכבד זיין וועט זיך ביים סוף אלעס איבערדרייען לטובה.


וואס דארפסטו מער פון ר' נתנ'ס טאטע, ווי ער האט גע'רודפ'ט ר' נתן עד לחרמה; ער האט אים נישט אריין געלאזט ביי זיך אין שטוב און ער האט נאר געוואלט אז זיין שניר - ר' נתנ'ס ווייב - זאל זיך גט'ן פון אים... און שפעטער האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'' רבי נתן, און ר' נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


עס זענען דא צענדליגע מעשיות ביי ברסלב'ע חסידים וואס אין אנהייב האבן זיי געהאט שרעקליכע רדיפות פון זייערע עלטערן און משפחה, מען האט זיי ארויס געווארפן פון שטוב, מען האט זיי נישט גערופן צו קיין שמחות און נישט געגאנגען צו זייערע שמחות, אבער ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט לטובה, ווען זיי האבן געזען די דרך ארץ ווי זיי זענען זיי מכבד און די נחת וואס זיי האבן פון זיי.


בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער דארפסטו זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, ווייל קינדער פירן זיך אזוי ווי זיי זעען ביי די עלטערן; ווען קינדער וואקסן אויף אין א שטוב וואו מען איז מכבד די עלטערן, מען רעדט שיין אויף די עלטערן, מען רעדט שיין צו די עלטערן - וועלן זיי אויך מכבד זיין זייערע עלטערן, אבער אז זיי זעען ווי מען לאכט זיך אויס אונטערן ריקן פון זיידי און באבי, מען מאכט ליצנות און מען שפעט אפ אונטערן ריקן, דאן וועלן זיי אויך אהיים גיין און חוזק מאכן פון דיר.


האב נישט מורא אז דיינע עלטערן רעדן צו דיינע קינדער אנטקעגן דיר, דאס איז סתם דמיונות; ממה נפשך - איז דא וואס צו רעדן אויף דיר, אז דו דאווענסט נישט, דו לערנסט נישט, דארף מען זיי דאס נישט דערציילן ווייל זעע זעען דאס אליינס, איז נישט דא וואס צו רעדן אויף דיר, דאס הייסט אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו ביסט מכבד דיין ווייב, איז וואס דארפסטו מורא האבן אז מען רעדט אויף דיר, וואס איז דא צו רעדן אויף דיר?! און אפילו מען וועט רעדן אויף דיר וועלן דיינע קינדער וויסן ביי זיך אז זיי האבן א טאטע וואס איז אן ערליכער איד.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה פלעגט מען סטראשען אז מען וועט מיר מסר'ן פאר די פאליציי; יעדן שני וחמישי פלעגן קומען פאליציי אין ישיבה. זענען געווען חברים וואס האבן מורא געהאט און געלאפן צו מוהרא"ש דערציילן וואס טוט זיך אין ישיבה און אלעס וואס די עסקנים ווארפן א פחד און א מורא, האט מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "וואס וועט מען אריין שרייבן אינעם פאליס ריפארט, אז יואל הייסט זאגן משניות?!" דאס הייסט ממה נפשך, האט איינער פוטער אויפן קאפ, ער פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אמת ארויס קומען פריער אדער שפעטער, און אז נישט - וואס איז שייך צו רעדן?


דאס וואס דו גייסט אריבער אז דיינע עלטערן רודפ'ן דיר אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן מקורב. דאס האט נישט צו טון מיט דיר און נישט מיט זיי, זיי זענען וואוילע מענטשן און זיי ווילן נאר דאס גוטס ביי דיר, דאס איז פשוט מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער האט ער פיינט מוהרא"ש און זיינע תלמידים, מאכט ער א שלעכטע נאמען און פארשפרייט לשון הרע'ס וכו', וואס אז עלטערן הערן דאס ווילן זיי נישט אז זייערס א קינד זאל אנקומען צו א פלאץ וואס מען הערט אזעלכע לשון הרע'ס.


דעריבער זאלסט זיך נישט נעמען צום הארצן אז מען רודפ'ט דיר און עס זאל דיר נישט אנגיין דאס וואס דו ביסט אראפגעקוקט ביי די משפחה; דו זאלסט זיי מכבד זיין מיט דיין גאנצע כח - ביז מסירת נפש, וועסטו זען אז נאך א שטיק צייט וועט אלעס אריבערגיין און דו וועסט פאראייניגט ווערן מיט דיינע עלטערן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; ווען דו האסט אן איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן נאך א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר אריינברענגען א שטארקע ישוב הדעת אז דו וועסט נישט ווערן צעפאלן פון יעדע קלייניקייט וואס גייט אריבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - קינדער מאכן נאך די עלטערן
כיבוד אב ואם, צניעות, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביז דערווייל שיקטס אייער אינגל אין די ... חדר און אייער מיידל אין זייער מיידל שולע; אז אייערע קינדער וועלן זען ווי טאטע מאמע פירן זיך מיטן רבינ'ס וועג וועלן זיי אויך וועלן זיין ברסלב'ע אידן. דער עיקר זעט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אייך, עס זאל זיין שלום.


אז מען מאכט א פריוואטע קליינע סווימינג פאל פאר די קליינע קינדער איז נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלן שווימען צוזאמען.


בזכות וואס איר זענט מכבד אייערע עלטערן, איר העלפט זיי אינעם טאג טעגליכן לעבן און איר וואוינט מיט זיי מיט אזא איבערגעגעבנקייט וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס די תורה געבט פאר די מצוה (שמות כ, יא): "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ".

#6 - זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה
הפצה, חסידות ברסלב, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה; האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו געבסט יעדע חודש פאר די רענט פון ישיבה הונדערט דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו די ברכה פון (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


אויף די פראגע צי דו זאלסט איבער לאזן דיין ארבעט וכו'; ביז דערווייל בלייב ארבעטן וואו דו ארבעטסט און דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס; אז דו וועסט זען אז דו דארפסט ארבעטן צוזאמען מיט וכו' וואס דאס איז יחוד, דעמאלט זאלסטו אוועק לויפן פון דארט ווי מען לויפט אוועק פון א שריפה.


זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה; ר' נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, עס זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'; איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'" (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס דארפן מיר טון: עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט, און מיר דארפן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; אז איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, אז איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט צו האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - אויב מ'נעמט נישט אן די קינדער, מוז מען אליין עפענען נאך מוסדות
מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיין ביזנעס, בזכות די צדקה וואס דו האסט געגעבן.


איך האב נעכטן געהערט אז דו האסט געוואלט איינשרייבן דיין טאכטער אין ... פארן זומער, און זיי האבן דיר געזאגט אז זיי נעמען נישט אן קיין קינדער פון ברסלב; אפילו דיין מיידל איז אינגאנצן צוויי יאר אלט.


קודם האט מיר דאס זייער וויי געטון און איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון; איך האב געמאכט התבודדות: "רבונו של עולם, וואס זענען מיר אזוי אפגע'פסל'ט? פארוואס זאלן מיר זיין אזוי פארשעמט? פארוואס זאל מען נישט אנעמען א קליין קינד פון צוויי יאר אלט אין דעי קעמפ פארן זומער ווייל זי גייט אין בית פיגא?"


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט ווערן צעבראכן דערפון; קוק זיך אן, דו האסט געלערנט ביי זיי אין ישיבה און דו ביסט געווען דארט פון די גרויסע לומדים, ווי וואלסטו היינט געווען ווען דו טרעפסט נישט דעם הייליגן רבי'ן? וואס וואלט דיר יענער מפורסם געקענט העלפן? דו ביסט א אינגערמאן וואס דארף לויפן ארבעטן מבוקר עד ערב צו קענען שפייזן דיין משפחה, ווען נישט דעם דרך הלימוד וואלסטו געלערנט א אידיש ווארט? ווען נישט דעם רבינ'ס התחזקות ווי אזוי זיך צו פירן מיט א שווער און שוויגער, מיט טאטע מאמע, ווי אזוי זיך צו פירן מיט א ווייב, ווי וואלסטו געשטאנען היינט?! טאנץ פאר שמחה אז דו ווייסט פונעם הייליגן רבי'ן.


די גאנצע מחלוקת אויף ברסלב איז ליידער מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט זייער מורא פונעם רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווי נאר א מענטש ווערט געוואויר פון רבי'ן, א מענטש הייבט אן הערן דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - איז אויס וועלט; אלע וועלן אפלאזן זייערע נארישקייטן און אלע וועלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינציגסטן איד צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע נשמות; דאס איז די סיבה פארוואס דער ס"מ האט זיך אזוי פארלייגט אויפן רבי'ן.


ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, דער רבי האט זיך אנגערופן צו ר' נתן: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר, אזאנע לשון הרע'ס וואס מען דערציילט אויף מיר רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט איז ער ארויס פון שטוב. האט ר' נתן שפעטער דערציילט: "דעמאלט האט איך נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט?" אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון דער וועלט און ער האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעהויבן א שרעקליכע התנגדות, מען האט אים גע'רודפ'ט מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן דעמאלט געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".


יעצט זע איך א סימן פון הימל אז איך זאל בלייבן אויפן זומער מיט די חדר און מיידל סקול אין שטאט; הגם רוב משפחות פארן אוועק אין די קאנטרי און עס בלייבן אינגאנצן איבער אפאר משפחות, וועל איך זיך אבער אנשטרענגען צו בלייבן אפן אפילו פאר צוויי דריי משפחות; איך וועל אם ירצה ה' אויסארבעטן אז דיין טאכטער זאל קענען בלייבן לערנען זומער אין בית פיגא.


באמת איז די גאנצע מיידל סקול וואס מיר האבן צו פארדאנקען די ... מוסד; זיי האבן ארויסגעווארפן א מיידל ווייל איר ברידער לערנט ביי אונז אין ישיבה, דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געשריבן א בריוו אז מיר זאלן עפענען א מיידל סקול.


פון בזיונות קען מען נישט אנטלויפן, אויב עס איז באשערט אריבערצוגיין שוועריקייטן דארף מען דאס אריבערגיין; וואויל איז דעם וואס זיינע בזיונות זענען פארן אייבערשטן, אונזערע בזיונות זענען אז מיר זענען ברסלב'ע חסידים.


איך געדענק ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון ... ישיבה האט מיר מוהרא"ש מחזק געווען מיט די ווערטער: "אַשְׁרֶי שֶׁנִתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן וועגן גוטע זאכן, און מוהרא"ש האט מיר דערציילט: "יעצט האט מען ארויס געווארפן א מנהל פון א גרויסע ישיבה נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט מיט עבירות; ער פלעגט נעמען יונגע ריינע בחורים און זיי באצוואונגען מיט עבירות רחמנא לצלן. ברוך השם אז דיר האט מען ארויסגעווארפן ווייל דו האסט מזכה געווען בחורים מיט לימוד משניות וכו'".


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער.

#4 - ווי אזוי צו מאכן די חיזוק יומי
הפצה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענע מיידל תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב תחי', בזכות וואס דו העלפסט מיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט.


רעד צו ... נרו יאיר און צו ... נרו יאיר, זיי ווילן מאכן א נייע זאך: "בליץ חיזוק", ארויס שיקן יעדן טאג אפאר סקונדעס חיזוק וכו'. עס איז זייער א גוטע זאך אז זיי ווילן אויפקומען מיט נאך וועגן ווי אזוי אריין צו ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די גאנצע וועלט. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען נעמט ארויס פון א לאנגע דרשה אפאר מינוט חיזוק; ווייל אסאך מאל הערט זיך אנדערש אפאר סקונדעס וכו' ווי ווען מען וואלט ווען געהערט די גאנצע דרשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יא): "חֲכָמִים, הִזָּהֲרוּ בְּדִבְרֵיכֶם, שֶׁמָּא תָחוֹבוּ חוֹבַת גָּלוּת וְתִגְלוּ לִמְקוֹם מַיִם הָרָעִים, וְיִשְׁתּוּ הַתַּלְמִידִים הַבָּאִים אַחֲרֵיכֶם וְיָמוּתוּ, וְנִמְצָא שֵׁם שָׁמַיִם מִתְחַלֵּל", מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט צו תלמידים אז עס זאל נישט ארויס קומען א חילול השם פון די ווערטער.


עס איז זייער א גוטע זאך וואס זיי ווילן טון, אז זיי ווילן פארשפרייטן חיזוק פאר אידישע קינדער, אבער מען דארף וויסן אז אויב מען שניידט ארויס אפאר ווערטער פון א דרשה, קען זיך עס הערן אנדערש און עס קען ארויס קומען א חילול השם פון דעם; קוק וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מז): "סַכָּנָה גְּדוֹלָה לוֹמַר תּוֹרָה. וְצָרִיךְ לָזֶה יְגִיעָה גְּדוֹלָה וְאָמָּנוּת יְתֵרָה שֶׁיּוּכַל לִשְׁקֹל בַּפֶּלֶס דְּבָרָיו, בְּאֹפֶן שֶׁלֹּא יִשְׁמַע כָּל אֶחָד וְאֶחָד מֵהַשּׁוֹמְעִים רַק מַה שֶּׁצָּרִיךְ לוֹ, לֹא יוֹתֵר", עס איז א גרויסע סכנה צו זאגן תורה און מען דארף זייער אכטונג געבן אז יעדער איינער זאל הערן נאר וואס ער דארף וכו'. דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בעל דרשן וואס רעדט די דרשה און זיכער פאר איינער וואס נעמט ארויס שטיקלעך פון א דרשה, אזא איינער דארף זייער אכטונג געבן וואס ער שניידט ארויס און וויפיל וכו'.


אז דו וועסט פרעגן ווי אזוי קענען מיר זאגן תורה אדער פארשפרייטן די ווערטער פון צדיקים אז דער רבי זאגט אז דאס איז א סכנה? נאר אז א מענטש בעט דעם אייבערשטן יעדעס מאל פאר ער רעדט, אדער פאר ער שיקט ארויס דרשות וכו', דעמאלט איז ער פארזיכערט אז ער וועט נישט מאכן קיין טעותים.


דער רבי זאגט (שם): "וְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת יֵשׁ לוֹ אֵימָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁאוֹמֵר תּוֹרָה, יוֹתֵר מֵאֵימַת ראשׁ-הַשָּׁנָה וְיוֹם-הַכִּפּוּרִים", דער אמת'ער צדיק ווען ער זאגט תורה האט ער א גרעסערע פחד ווי דער פחד פון ראש השנה; ער געבט זיך איבער פארן אייבערשטן און ער בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט ארויס קומען קיין שום מכשול פון זיינע דיבורים, עס זאל נאר ארויס קומען פון זיין תורה מער קדושה און מער טהרה אויפן וועלט.


יעדעס מאל ווען מוהרא"ש פלעגט געבן א שיעור, פלעגט ער פאר דעם וויינען צום אייבערשטן און זיך איבערגעבן צו אים וכו'; דאס דארפן מיר טון פאר מיר רעדן אדער מיר שיקן ארויס דרשות וכו'.


איך האף אז דו וועסט איבער געבן פאר אלע וואס העלפן ארויס מיטן מתרגם זיין די שיעורים, סיי אויף לשון הקודש סיי אויף ענגליש און סיי אויף ספאניש וכו', אז זיי זאלן נעמען דוקא די שטיקלעך וואס דו גרייטסט אן, ווייל מען דארף אכטונג געבן עס זאל נאר ארויס קומען גוטס פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.

#3 - וואו ביסטו אויף דער וועלט?
חברים, חסידות ברסלב

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז איך זע דיר מער נישט און איך הער נישט פון דיר; דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא ווען ער האט זיך באליידיגט און אוועק געגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיך מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם; דאס זעלבע פרעג איך דיר טייערער ...: "איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט מען איבער אזא טייערע חבורה וכו'", געדענקסט דיך ווי אזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו האסט געפונען דעם הייליגן רבינ'ס מענטשן? קוק דער לשון וואס דער רבי שרייבט פאר אנשי שלומינו (מכתבי רבינו ז"ל, מכתב א; נדפס בתחלת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי אזוי איך האב אייך געפונען".


איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט שיין אויספירן מיט דיר.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך ווארט דיר צו זען, אדער כאטשיג צו הערן פון דיר בכתב וכו'. 

#2 - סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע
חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר חיים ווייס נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה ביי ר' נתן'ס יארצייט.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסד אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי לערנט מיט אונז אזעלכע שיינע עצות אין לעבן, און צו לעבן מיטן תכלית, אזוי ווי דער בעל תפילה פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן".


מען האט אמאל געפרעגט ר' נתן צי ער איז דער בעל תפילה פון וועם דער רבי רעדט ביי די מעשה פונעם בעל תפילה, ווייל דער רבי דערציילט דארט, אז דער בעל תפילה האט ארויס געגעבן ספרים פון תפילות און דאס געגעבן פאר זיינע לייט אז זיי זאלן מתפלל זיין אין דעם, און ר' נתן האט דאך ארויס געגעבן דעם ספר "ליקוטי תפילות"; האט ר' נתן אויף דעם געענטפערט: "דער רבי איז דער בעל תפילה, און איך בין דער מליץ", ווייל ר' נתן האט מלמד זכות געווען אויף יעדן איינעם, אפילו אויף דעם ערגסטן מענטש.


ר' נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי – איך ווייס דאך ווער איך בין, איך ווייס אז איך האב נישט קיין זכות אז איך זאל זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, אויב אזוי פארוואס האב איך זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן? נאר וואס דען, בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויסן חסד האסטו מיר געהאלפן באשעפער, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


דאס דארפן מיר אויך זאגן פארן אייבערשטן: "וַאֲנִי, וואס האב איך זוכה געווען צו קומען צו אזא רבי, וואס האב איך געטון מער ווי א צווייטן אז איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, און אז איך בין נישט קיין מתנגד – ה' ירחם - אויף אזא רבי? נאר בְּרֹב חַסְדְּךָ – מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן, אז אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


דער רבי לערנט מיט אונז ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן און זיך נישט פארלירן, אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות וכו' זאלן מיר זיין שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר ר' נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט ר' נתן געפרעגט דעם רבי'ן:  "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ?" ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט אנקעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע ברכה והצלחה און זאלסט ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט, אמן.

#1 - די גרויסקייט פון לערנען ליקוטי מוהר"ן
חסידות ברסלב

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די ליקוטי מוהר"ן וואס דו האסט מיר געגעבן א מתנה, עס איז א הערליכע דרוק, שיינע גרויסע אותיות; איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר קויפן צוואנציג ליקוטי מוהר"ן'ס דיקא פון דעם דרוק "מהדורת פארקאש", איך וועל דיר באצאלן פאר דעם.


איך וויל אז אלע בחורים זאלן האבן שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) אז מען קען ווערן א אמת'ער בעל תשובה דורך לערנען זיין ספר. נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן, "וְאָמַר, שֶׁכָּל אָדָם צָרִיךְ לְהִשְׁתַּדֵּל לִקְנוֹת הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ. וּמִי שֶׁאֵין לוֹ בַּמֶּה לִקְנוֹת [ימכור כל ספריו שיש לו, ויקנה זה הספר שלו, ומי שאין לו ספרים למכור] יִמְכֹּר כַּר מִתַּחַת ראשׁוֹ וְיִקְנֶה הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס האט נישט קיין געלט זאל פארקויפן זיינע ספרים און קויפן מיט די געלט מיינע ספרים, און ווער עס האט נישט קיין ספרים, זאל פארקויפן זיין קישן און דעק און קויפן מיינע ספרים"; ווען מען קוקט אריין אין חיי מוהר"ן איז ארויס גענומען די ווערטער "ימכור כל ספריו שיש לו ויקנה זה הספר שלו", ווייל מען האט נישט געוואלט מאכן מחלוקת וכו' אז דער רבי הייסט פארקויפן אלע ספרים און קויפן נאר זיינע ספרים. דערפאר האט מען ארויס גענומען די ווערטער און עס געלייגט אין די השמטות (עיין בהשמטות).


געווענליך זענען אלע ליקוטי מוהר"ן'ס געדרוקט מיט קליינטשיגע אותיות, אבער מוהרא"ש האט דאס ארויס געגעבן מיט שיינע גרויסע אותיות, געפענט אלע ראשי תיבות. יעצט האט דאס דיין שווער איבער געדרוקט הערליך שיין, וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר ברענגען צוואנציג ליקוטי מוהר"ן'ס, איך וועל דיר באצאלן דערפאר.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", און די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פון די אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט אזוי ווי א משוגענער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגענער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן זינדיגן.


דערפאר בעט איך דיר זייער, נעם א משניות און הייב אן זאגן פרקים משניות, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט און קוים וואס דו קענסט די עברי, דאך זאג א פרק נאך א פרק, אפילו דו זאגסט עס מיט גרייזן און אן פארשטיין, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז דער עיקר איז מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, עיי"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.