בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - אלע וואס קריגן אויף ברסלב האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גערעדט מיט אייערע עלטערן און זיי אנגעטראגן א וואוילער בחור פון ישיבה. עס איז נישט גרינג פאר זיי צו טון א שידוך מיט א בחור פון די ברסלב'ער ישיבה ווייל ליידער ליידער רעדט מען אויף אונז לשון הרע און מען איז מוציא שם רע, ווייל דער ס"מ האט זייער פיינט דעם רבי'ן, ער האט מורא פון רבי'ן ווייל ווי נאר א מענטש ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן רייסט ער זיך ארויס פונעם ס"מ.


וויסן זאלט איר אז די אלע וואס קריגן אויף ברסלב האבן נישט קיין אנונג וואס ברסלב איז, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווייסן נישט. אזוי אויך די אלע וואס רעדן אויף די ברסלב'ע ישיבה ווייסן נישט וואס טוט זיך באמת אינעווייניג, ווען זיי וואלטן געוויסט וואס ברסלב איז און וואס מען לערנט אין ישיבה וואלטן זיי נישט געקריגט, אדרבה, זיי וואלטן ווען אויך געקומען נעמען חיזוק פון רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, מען קריגט אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


זייטס נישט באזארגט און געבט זיך איבער צום אייבערשטן, נעמטס אריין אין קאפ אז א שידוך ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): מיר געפונען סיי אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה ווערט געברענגט (בראשית כד, נ) וואס לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט געוואלט נעמען רבקה פאר יצחק אבינו, "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", מיר זענען מודה אז דער שידוך איז פונעם אייבערשטן, אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד) אז שמשון הגיבור האט גענומען א פרוי זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זאגט די תורה: "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", זיינע עלטערן האבן נישט געוויסט אז דער שידוך קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד) שלמה המלך זאגט א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון עלטערן אבער: "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א שידוך קומט פונעם אייבערשטן, זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


איינמאל אייערע עלטערן וועלן זען דעם בחור און שמועסן מיט אים וועלן אלע דמיונות, קשיות און ספיקות אוועק פאלן.


איך האף צום אייבערשטן אז בקרוב וועט איר שוין א כלה ווערן.

#29 - צום סוף וועלן דיינע עלטערן דיר מקרב זיין
קינדער, כיבוד אב ואם, התחזקות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; אלעס וועט זיך נאך טוישן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "יש ענין שנתהפך הכל לטובה"; ביים סוף וועט זיין ביי דיר אזוי ווי עס איז געווען ביי רבי נתן זכרונו לברכה, וואס אין אנהייב האבן אים אלע אויסגע'רודפ'ט, זיין טאטע מיט די גאנצע משפחה, אזוי ווייט אז זיין טאטע האט אויפגעהעצט זיין שווער אנטקעגן אים און האט געהעצט זיין ווייב זי זאל זיך גט'ן פון אים (דאס האסטו נישט ב"ה), אבער ביים סוף האבן אלע שלום געמאכט מיט אים און אים מכבד געווען, עד כדי כך אז זיין טאטע פלעגט אים רופן מיט טיטל: "רבי" נתן.


אזוי וועט זיין ביי דיר, אז דו וועסט זיך דערהאלטן און דו וועסט זיך ווייטער פירן מיט שיינע מידות. דו פון דיין זייט פרוביר צו רופן דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר צוליב דעם גרויסן חטא פון פארן קיין אומאן און פאר'ן שיקן די קינדער אין ברסלב – זאלסטו זיי איבערלאזן א שיינע הודעה (מעסידזש), צום ביישפיל: "א גוט שבת טאטי", "א גוט שבת מאמי", "א גרוס פון די קינדער"; וועסטו זען אז צוביסליך וועט זיך אויפלאזן די הארטע אייז.


איך האב גערעדט צו ... ער זאל דיר פארדינגען אן אפיס אין די מיידל קעמפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיך נישט אויסלעשן די פייער פון רבי'ן ביי דיר, עס זאל נאר ווערן שטערקער און שטערקער.

#28 - באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן
שמחה, חסידות ברסלב, התחדשות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גריס פון דיין טייערער זון הבחור ... נרו יאיר; ער לערנט בהתמדה רבה. ער האט היינט מסיים געווען מסכת שבת, אויך האט ער די וואך מסיים געווען די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה. דאס איז דאך די גאנצע שטרעבן פון עלטערן, צו זען זייער קינד לערנט די הייליגע תורה.


געב איבער פאר דיין ווייב תחי' די גוטע גריס אויף דיין זון, זאל זי שעפן נחת.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט א פרישקייט און באניי זיך יעדן טאג מיט די עצות פון רבי'ן. ברענג אריין אין שטוב א פרייליכקייט; טאנץ מיט דיינע קינדער: "בך רבינו נגילה, בך רבינו ונשמחה", איז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס געבט אונז לעבן, ער געבט אונז עצות ווי אזוי צו לעבן און ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד.


אלע צדיקים זאגן אונז אז מען דארף זיין א צדיק, אבער דער רבי געבט אונז "א וועג" ווי אזוי צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - ארויסהעלפן די מוסדות
מוסדות, חסידות ברסלב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פרשת קדושים, ה' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער אויב איר קענט אנטייל נעמען אין די יערליכע פארטי וואס מיר מאכן פאר די מוסד. דעם זונטאג וועט אם ירצה ה' פארקומען די יערליכע פארטי אין ישיבה, בעט איך אייך איר זאלט רופן אייערע באקאנטע און משפחה צו אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין אין די מצוה פון אויסהאלטן די מוסד וואס געבט אונז חיות און לעבן - פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.


טוט מיר א טובה, הייבט אויף דעם טעלעפאן און רופט אייערע באקאנטע זיי זאלן קומען לכבוד אייך, לכבוד אייער מאן און לכבוד אייערע קינדער.


אין דעם זכות זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און מיר זאלן זוכה זיין צו אויפשטעלן א דור פון ערליכע אידן, אידן וואס לעבן מיטן אייבערשטן און פירן זיך מיט די תורה.


א גוט שבת.

#26 - מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען זיך שפארן צענדליגע יארן פון צרות
פחדים, הפצה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו און די געלט.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איר שרייבט בפרטיות פון אייער לעבן וואס האט זיך געטוישט, אז נאך פערציג יאר זיך קריגן איז אייער שלום בית בעסער געווארן, אייער נאנטקייט מיט אייערע קינדער איז פארבעסערט און בעיקר לגבי אייערע מחשבות וואס האט זיך געטוישט נאך פופציג יאר ליידן פון מחשבות וכו', אז זייט איר האט געטראפן דעם ספר עצתו אמונה איז אייך בעסער געווארן, און ווען איר זאגט די תפילה פון עצתו אמונה (פרשת בשלח ע"ט, דף ח) גייען אוועק פון אייך אלע דמיונות און פחדים.


איר דערמאנט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש האט געהאט; מוהרא"ש האט אמאל דערציילט ביי א שיעור אז פאר פופציג יאר צוריק בשעת ער איז געגאנגען "הפצה" אין וויליאמסבורג איז ער אריין אינעם סיגוט'ער בית המדרש וואו ער האט מפיץ געווען דעם ספר "השתפכות הנפש". איינער פון די אידן פאר וועם ער האט דאס מפיץ געווען איז געווען זייער אן אלטער איד, נאכ'ן אריינקוקן אינעם ספר איז ער צוגעקומען צו מוהרא"ש און אים געזאגט מיט א געוויין: "אוי אוי אוי, ווען איך וואלט ווען געוויסט פון די עצה אז מען קען רעדן צום אייבערשטן וואלט מיר מיין לעבן געווען גרינגער"; דער איד איז אריבער דעם דייטשן גיהנום בשעת די צווייטע וועלט מלחמה - וואו ער האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה, ער איז געווען אין לאגער וואו ער איז געפייניגט געווארן דורך די רוצחים וכו' וכו', "ווען איך וואלט געוויסט פון די עצה פון רעדן צום אייבערשטן וואלט מיין לעבן מיר געווען אסאך גרינגער" - האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש.


דאס זעלבע איז ביי אייך; ווען איר זאלט וויסן ביים אנהייב פון אייער לעבן די זיסע עצות פון רבי'ן וואלט איר זיך נישט געדארפט מוטשען פופציג יאר מיט שלעכטע מחשבות.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן פאר די זיסע לעבן וואס איר האט און פאר די ליכטיגע קינדער און אייניקלעך, וועט דער אייבערשטער אייך געבן נאך מער גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין בית המקדש (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#25 - מיר האבן א לעבעדיגער רבי און ער געבט אונז לעבן
חסידות ברסלב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב יעצט ערהאלטן פון דיר די שיינע הודעה אז דו האסט מסיים געווען 34 מאל 'ששה סדרי משנה' און 25 מאל 'ספר המידות'; דו האסט מיר ממש מחי' געווען, ווען די הודעה איז אריין געקומען האט דאס מיר ממש אויפגעלעבט, זעענדיג וואס מיר זענען זוכה דורכדעם וואס מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחיה מתים; ער נעמט טויטע מענטשן און מאכט זיי לעבן. מען שפעט אפ פון אונז אז מיר זענען "טויטע חסידים" ווייל מיר האבן נישט קיין לעבעדיגער רבי, ביז דערווייל שטעלט זיך ארויס אז מיר זענען גאר די לעבעדיגע. מיר האבן א לעבעדיגער רבי און ער מאכט אונז לעבן; ער נעמט צעשלאגענע מענטשן, יעדער מיט זיינע וכו' און מאכט אונז לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג און מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#24 - כאטש איינמאל א חודש זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מיידלעך תושבי ארץ ישראל שתחיו, וואס זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט אייך מיטן הייליגן רבי'נס עצות; איר לעבט מיט אמונה, און אייער גאנצע חיות איז 'מעשיות פון תפילה' וואס דאס קלעבט צו דעם איד צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט א מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן. תפילה איז א לשון פון באהעפטן, אזוי ווי רש"י זאגט אויפן פסוק (בראשית ל, ח): "נַפְתּוּלֵי אֱלֹהִים נִפְתַּלְתִּי עִם אֲחֹתִי גַּם יָכֹלְתִּי".


זאלט איר זיך ווייטער אזוי פירן; יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען ער האט רחמנא לצלן א צרה. עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן.


פון דעם באשטייט די גאנצע ברסלב'ע חסידות; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס דערציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס דער רבי לערנט אונז וואלטן אלע געקומען לערנען ביים רבי'ן. ליידער איז דא אויף "ברסלב" א שלעכטע נאמען, מענטשן האבן מורא פון ברסלב, מען האט א פחד אז די קינדער זאלן נישט אנקומען קיין ברסלב - נאר צוליב די וואס מאכן די שלעכטע נאמען וכו'.


דערפאר בעט איך אייך, אזוי אז אלע ווייסן אז איר זענט פרישע מקורבות דעריבער קוקט מען מער אויף אייך, מען וויל זען ווי אזוי איר פירט זיך אויף, זאלט איר זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ, בפרט די אלע מיידלעך וואס לערנען נישט אין ברסלב'ע שולעס נאר אין אנדערע מיידל שולעס, זאלט איר זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות אזוי ווייט אז דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר"; איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן א לערערין און וואס אייערע לערערינס זאגן זאלטו איר פאלגן, וועט איר מיט אייער התנהגות זיין גרויסע מיפיצות, אייער אויפפירונג וועט ציען מענטשן צום רבי'ן.


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק, אזוי וועט איר מקרב זיין וואס מער מיידלעך זאלן הערן די זיסע עצות און התחזקות וואס דער רבי לערנט מיט אונז, נאכדעם וואס זיי וועלן זען ווי שיין און איידל ברסלב'ע מיידלעך פירן זיך.


זייער גוט טוט איר אז איר נעמט זיך צאם איינמאל א חודש, איך האף אז איר וועט דאס מאכן לכל הפחות איינמאל א חודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע בקרוב טרעפן אייערע זיווגים און אויפשטעלן שיינע שטובער מיט די הקדמות פון רבי'ן.

#23 - וויפיל אידן האסטו מזכה געווען מיט הפצה?
הפצה, חסידות ברסלב, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו לעבסט א זיס לעבן מיט דיין ווייב און דו פירסט זיך מיט די וועג וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה - די וועג וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט אלע יארן, אז מען קען זיין אן ערליכער איד דבוק צום אייבערשטן - מיט א ווייב וכו'.


מזל טוב אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס - תלמוד בבלי! זיי ווייטער ממשיך מיט דיינע שיעורים און הייב נאכמאל אן ש"ס כסדרן.


והעיקר שכחתי, איך ווארט צו הערן פון דיר צי דו ביסט עוסק אין הפצה; אין דיין בריוו זע איך נישט קיין איין ווארט וועגן הפצה. שרייב מיר וויפיל אידן דו האסט מזכה געווען די וואך דורך דיין הפצה; דאס וואס דו האסט געטון אלץ בחור ווען דו האסט געלערנט אין ישיבה זאלסטו ווייטער טון.


בנוגע וואס דו שרייבסט זיך אונטער דיין נאמען מיט א צו-נאמען "ברסלב'ער"; וויסן זאלסטו אז מען קען זיך נישט רופן: "... ברסלב'ער" נאר אז מען איז עוסק אין הפצה טאג און נאכט אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן. מן הסתם ווילסטו מיט דעם נאך מאכן מוהרא"ש וואס האט זיך א נאמען געגעבן "א. ש. ברסלב'ער" ווען ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים נאך זיין חתונה מיט מסירות נפש, (מיר האבן דא אין ישיבה ספרים וואס עס שטייט אויפ'ן שער בלאט: "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלב'ער)", אבער סתם זיך שרייבן מיט א צו-נאמען "... ברסלב'ער" האט נישט קיין פשט.


איך ווייס נישט צי דו האלסט מיט די נייעס, אבער זאלסט וויסן אז מיר האבן היינט מפיצים איבער די גאנצע וועלט; מענטשן וועם איך האב נאך נישט געזען און איך ווייס נישט ווער זיי זענען שרייבן מיר אז זיי פארשפרייטן די גליונות, ספרים און קונטרסים איבעראל. איז דאך זיכער אז דו וואס דו פלעגסט אלץ בחור זיין זייער שטארק אין הפצה זאלסטו יעצט נאך דיין חתונה ווייטער ממשיך זיין מיט דעם ביתר שאת וביתר עוז - טאג און נאכט נאר הפצה.


א גוט שבת.

#22 - דער גרויסער טעות פון "נ נח"
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מנהלת פון ... אין אלעד, תחי'.


אשריך ואשרי חלקיך אז איר זענט זוכה צו מחנך זיין אידישע קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איר לייגט אריין אין די קינדער דאס שיינקייט און דאס גרויסקייט פון גיין בדרך התורה והיראה. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט שטענדיג מצליח זיין אין אייערע וועגן.


איך וויל אייך שרייבן אויף א געוויסע ענין וואס מען האט געטון ביי אייך אין סקול וואס איז נישט קיין דרך ארץ, איך טראכט אז מן הסתם ווייסט איר נישט און איר האט נישט אריין געטראכט אין וואס מען האט געטון. דאס איז דער זאך וואס מען האט געמאכט ביי אייך ראש חודש אדר, אז מען האט געהייסן די קינדער ברענגען קאפלעך וואס שטייט אויפגעשריבן אויף דעם דעם הייליגן ברסלב'ער רבי'ס נאמען אויף א חוזק וועג: נ' נח'.


אסאך מענטשן זענען זיך טועה און מיינען אז דאס איז א ברסלב'ע זאך ווען באמת איז דאס א גרויסע פארשעמונג פאר אונז און פאר אונזער רבי; שטעלט אייך פאר מען זאל ווען נעמען דעם נאמען פון אייערע רבי'ס און דאס אויפשרייבן אויף קאפלעך און אויף ווענט וכו', וואלט עס וויי געטון פאר אייך און פאר אלע חסידים און פאר אלע אידן, אזוי אויך טוט וויי פאר אונז ברסלב'ע חסידים אז מען שפעט אפ פון גרויסע צדיקים.


ליידער זענט איר נישט די איינציגסטע וואס טוען דאס, אסאך חדרים און מיידל שולעס טוען דאס און מען טראכט נישט אריין אין די הארבקייט פון טשעפען א צדיק. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן פח): "הַצַּדִּיק יָכוֹל לַעֲנֹשׁ אֶת הָאָדָם בְּמִיתָה, אֲפִלּוּ עַל יְדֵי חֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ, אֲפִלּוּ בְּטָעוּת"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, י): "וֶהֱוֵי זָהִיר בְּגַחַלְתָּן שֶׁלֹּא תִכָּוֶה, שֶׁנְּשִׁיכָתָן נְשִׁיכַת שׁוּעָל, וַעֲקִיצָתָן עֲקִיצַת עַקְרָב, וּלְחִישָׁתָן לְחִישַׁת שָׂרָף".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות וואס מיר האלטן חשוב אלע צדיקים זאלן מיר זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערן פון גלות, אמן.

#21 - די באבע מעשה פון די "נ נח'ס"
חינוך הילדים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז די מנהלת האט געבעטן אייערע טעכטער זיי זאלן קומען אין סקול מיט א נ' נח' קאפל פאר א ראש חודש אדר פראגראם און אייערע טעכטער זענען זייער פארשעמט געווארן וכו'.


וואס זאלן מיר טון אז דאס האט זיך דער ס"מ אויסגענומען מיט'ן בית דין של מעלה; דער ס"מ האט געזאגט פאר'ן בית דין של מעלה אז ער איז מסכים אז דעם רבינ'ס נשמה זאל אראפ קומען אויף דער וועלט נאר בתנאי אז ער וועט מאכן א געשפעט פון רבי'ן.


איר קענט אודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז' מזבוב ועכביש) וואס עס האט זיך אפגעטון מיט זיין נשמה איידער זי איז אראפ אויף דער וועלט, ווי דער סמ"ך מ"ם האט געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפ קומען אויף דער וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה איז אז מען וועט מאכן א משוגעת פון "נ' נח'", מען וועט לאכן וכו'; אזוי וועלן אלע מורא האבן פון ברסלב.


שטארקט אייערע קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן פון דעם; רעדט צו זיי וואס ברסלב איז. פארציילט זיי די גאנצע באבע מעשה (טשאדעלע באדעלע) פון דעם נ' נח', אז עס איז געווען א איד אין טבריה ר' יואל אשכנזי ז"ל, א פרייליכער איד, ווען ער האט שוין מער נישט געקענט צוזען ווי מען רודפ'ט דעם ר' ישראל בער אודסר ז"ל האט ער אים אריין געלייגט אין זיין ליקוטי מוהר"ן א צעטל אויפגעשריבן דערויף: 'פתקא מן השמים' מיט די ווערטער נ' נח' און פון דעם איז געווארן די גאנצע משוגעת. ער האט אים געוואלט פרייליך מאכן ער זאל מיינען אז ער האט באקומען א צעטל פון רבי'ן וכו' און נעבעך דער ישראל בער האט געמיינט אז דער רבי האט אים אריין געלייגט א צעטל וכו' און פון דעם ליידן מיר עד היום הזה, אבער דאס האט גארנישט מיט ברסלב.


איך שיק אייך א בריוו וואס איר זאלט איבער געבן פאר די מנהלת; לייגט דאס אריין אין א פארמאכטע ענוועלאפ אז אייערע קינדער זאלן נישט וויסן פון דעם כדאי זיי זאלן ווייטער מכבד זיין די טיטשערס מיט די מנהלת.


 

#20 - ווער ס'נעמט חיות פון רבי'ן, האבן אנדערע חיות פון אים
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז איך בעט פאר דיר כסדר און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט.


דערמאן זיך די ברען און חיות וואס דו האסט געהאט אלץ בחור ווען דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; עס איז געווען ביי דיר ביטול הבחירה. דו ביסט געווען אזוי פרייליך אז דו האסט יעדן איינעם פרייליך געמאכט; אלע בחורים האבן באקומען חיות פון דיר, מיט וועם דו האסט גערעדט האסטו יענעם מחזק געווען, זאלסטו היינט אויך אזוי טון; אפילו עס גייט אריבער אויף דיר וכו' זאלסטו ווייטער מחזק זיין יעדן איינעם.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו זייער א שיינע געדאנק. אז א מענטש איז פונקט ווי א ווייער, אויב איז ער מחובר צו לעקטער קען ער ווייטער טראגן לעקטער, דאס הייסט אז אלע מענטשן וואס וועלן זיך אנכאפן אין אים וועלן לייכטן און זיין לעבעדיג, אבער אויב ער איז זיך מנתק, ער טשעפעט זיך אפ פון די לעקטער, דאן איז ער א פשוט'ע שטיקל טויטע ווייער וואס מען קען גארנישט האבן נוצן פון אים.


אזוי אויך, ווען א מענטש איז מחובר צום רבי'ן, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים דעמאלט האט ער אין זיך לעקטער – חיות, קען ער געבן פאר אלעמען חיות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "כָּל מִי שֶׁיִּיגַע וְיִתְחַבֵּר לְאֶחָד מֵאַנְשֵׁי-שְׁלוֹמֵנוּ, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", יעדער מענטש וואס וועט זיך באהעפטן מיט אנשי שלומינו וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, "וְלֹא אִישׁ כָּשֵׁר בִּלְבַד אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיק גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁאֲנִי רוֹצֶה", נישט סתם אן ערליכער איד נאר אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "מִי שֶׁיִּתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמִי, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁרַק יִגַּע בָּהֶם, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט מקורב ווערן צו איינער פון אנשי שלומינו, אפילו ער וועט נאר אנרירן - דאס הייסט ער וועט נאר האבן עפעס שייכות מיט אים - וועט ער שוין זיין אן ערליכער איד.


דאס זעט מען ממש בחוש ביי ווער עס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בפרט די ספרים פון מוהרא"ש וואס האט גענומען די ספרים פון רבי'ן און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אזעלכע שיינע פשוט'ע ליכטיגע דיבורים וואס מען הערט נישט ביי קיינעם אין דער וועלט, דער מענטש ווערט ממש ווי א ווייער וואס איז מחובר צו לעקטער, יעדער וואס האט נאר שייכות מיט אים באקומט חיות פאר זיין זאך; זאל דער מענטש זיין דער פשוט'סטער איד, אויב איז ער אנגעהאנגען אין א צדיק, ער טראכט פונעם צדיק, ער לעבט מיטן צדיק - איז ער אזוי ווי א ווייער וואס טראגט לעקטער פאר טייערע מאשינען. אלע זענען זיך מחי' מיט דעם ווייער; דער ווייער פאר זיך איז טאקע גארנישט מיט נישט, א פשוט'ע שטיקל דראט ארום גענומען מיט א צודעק פון פלעסטיק, אבער אז ער איז מחובר לטהור האבן אלע נוצן פון אים.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, קום אמאל ארויף אין ישיבה וואו דו האסט פארברענגט דיינע יארן און קום הערן ווארימע ווערטער פון רבי'ן. באניי זיך; דערמאן זיך די צייטן ווען משניות איז געווען א חלק פון דיין לעבן, ווען תהילים איז געווען א חלק פון דיין לעבן.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי א מענטש קען אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן.


נעם אן מיינע ווערטער וואס קומט ארויס פון מיין הארץ - צום גוטן.

#19 - דער אייבערשטער טוט מיט אונז גרויסע ניסים
תודה והודאה, חנוכה, חסידות ברסלב, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


מיר שטייען יעצט פאר דעם הייליגן יום טוב חנוכה; היינט נאכט צינדן מיר אן די ערשטע ליכטל פון די הייליגע מנורה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז די טעג פון חנוכה זענען טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים, דאס איז שעשוע עולם הבא; ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן איז דאס 'עולם הבא', עס איז נישט פארהאן עפעס בעסערס פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און ווי מער א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן איז ער נענטער צום אייבערשטן.


גיב א קוק די נסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט און די האסט שוין ליכטיגע קינדער קיין עין הרע, ווי אויך האסטו פרנסה – נסים ונפלאות! ועל כולם – דער גרעסטער נס – אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס ברענגט אונז יעדע רגע נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן; ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן?!


דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארטן מענטשן: 1) וואס קומען הערן מיין תורה; 2) וואס קומען עסן קויליטש; 3) וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ"; דארפן מיר זיך כסדר באנייען און זען אז מיר זאלן זיין פון די כתה וואס זענען איינגעקריצט אין הארץ.


מיר זעען זיך טאקע ווייניג אבער דו ביסט מיר אויסגעקריצט אין הארץ...


פון דיין ראש ישיבה.


...

#18 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; אלע דיינע טיטשערס - סיי די אידישע טיטשערס און סיי די ענגלישע טיטשערס - זאגן אז דו ביסט א בעלת דרך ארץ.


נאר א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ איז א ברסלב'ע מיידל, ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן תהילים ביינאכט; מוהרא"ש ברענגט נאך פון ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) וואו ער פסק'נט אז מען קען זאגן תהילים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#17 - ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א גרויסער עיקר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז מיין גאנצע נחת - צו הערן ווי איר לעבט א שיין לעבן, ווי איר שרייבט אז אייער מאן נרו יאיר מאכט שיינע שבת סעודות, ער זינגט זמירות און דערציילט שיינע זאכן, ער פירט זיך ווי א ברסלב'ע חסיד.


מענטשן מיינען אז עס איז א רחמנות אויף די ברסלב'ע פרויען ווייל זייערע מענער לאזן זיי איבער ראש השנה אליינס; ווען די וועלט וואלט געוויסט ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף צו זיין ווייב א גאנץ יאר וואלטן אלע מקנא געווען די ברסלב'ע פרויען.


עס איז נישט דא נאך א פלאץ וואו מען זאל לייגן אזא דגוש אויף 'שלום בית' ווי ביים רבי'ן, ווייל 'שלום בית' איז א יסוד היסודות אין ברסלב; מיר פארן טאקע אוועק איין מאל א יאר קיין אומאן אויף ראש השנה און מיר פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער א גאנץ יאר פאלגן מיר אויך דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן מכבד זיין די ווייב.


בנוגע רעדן אידיש וכו'; עס איז זיכער בעסער אז איר וועט רעדן אידיש צו אייערע קינדער, בפרט אז זיי קומען ביי אונז אין מוסד וואס אידיש איז דער שפראך וואס אלע רעדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן צעמישט.


בענין איבער טייטשן די שאלות ותשובות פון עצתו אמונה אויף ענגליש; הלוואי זאלט איר ווייטער ממשיך זיין עס איבער צו טייטשן און מיר עס שיקן אז מען זאל דאס קענען דרוקן פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר זענט מכיר וואס די מלמדים טוען פאר אונזערע קינדער; אלע מלמדים ביי אונז אין מוסד זענען אויסנאם גוטע מלמדים. דאס איז די ערשטע אויף די ליסט פון מיינע תפילות יעדן טאג צום אייבערשטן, אז מיר זאלן האבן מלמדים און טיטשערס יראי השם וואס וועלן אויפשטעלן א דור ערליכע אידן פארן אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#16 - ווען נישט דעם רבינ'ס עצות, איז די ווייב שולדיג אין אלע שוועריקייטן
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, לימוד התורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב זייער הנאה דיר צו זען לערנען בהתמדה רבה אזוי ווי אין דיינע ערשטע יארן ווען דו ביסט מקורב געווארן; א מחי' צו זען א אינגערמאן זעצט זיך אוועק אין ישיבה לערנען משניות אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


די הייליגע חכמים זאגן (מנחות ק.) אויפן פסוק (מלאכי א, יא): "וּמִנְחָה טְהוֹרָה", אז דאס מיינט מען א מענטש וואס לערנט תורה, "נושא אשה", קודם האט מען חתונה, ואחר כך לומד תורה", און נאכדעם לערנט מען תורה; ווייל נאך די חתונה האט מען מער נישט קיין שלעכטע מחשבות, מען איז ריין, אויף דעם אופן קען מען לערנען תורה ריינערהייט.


יעצט אז דו האסט שוין ברוך ה' חתונה געהאט איז די בעסטע צייט אין לעבן צו לערנען.


ווען איך האב זיך דערוויסט פונעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" נאך מיין חתונה, איז ממש געווען ביי מיר ביטול הבחירה; איך בין געזיצן און געלערנט זייער פלייסיג, איך פלעג זאגן א גאנצע סדר משניות א טאג און צענדליגער בלעטער גמרא. דאס איז געווען בשנת תשס"ה – פיר יאר נאך מיין חתונה; דאס איז א תקופה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות, די קינדער זענען נאך קליין וכו', מען האט שוין א זויבערע קאפ וכו' וכו' – ממש א מחי'.


דעריבער אז איך זע דיר אויסנוצן די צייט פריי איך מיר זייער.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, דו האסט באקומען א מתנה א טייערע ווייב תחי', און נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט דיר. זאלסט שטענדיג געדענקען ווען דו ביסט געווען א בחור אין וואלד און ווי דער אייבערשטער האט דיר געשיקט די זיבן בעטלערס וועלכע האבן דיר געגעבן ברויט און דיר חתונה געמאכט.


זע צו העלפן דיין ווייב, בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען זי ווארט וכו', די טעג זענען שווערע טעג פאר א פרוי – בפרט אין אנהייב וכו', דארף מען זען צו העלפן אין שטוב; אסאך מאל דארף מען אליינס קאכן עסן אדער אהיימברענגען עסן וכו'.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; אלע וואס העלפן די מוסד זע איך אין דעם זייער "הכרת הטוב", אז זיי געדענקען וואס די מוסד האט געטון פאר זיי. דאס וואס איך טו, איך ארבעט טאג און נאכט מיט בחורים, אינגלעך און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך וכו' וכו' אן קיין שום אינטערעסע, דאס טו איך נאר ווייל איך געדענק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר.


איך קום יעצט פון הייליגן רבינ'ס ציון; איך בין צוויי מאל געווען אין אומאן. מיר זענען אוועק געפארן פון אומאן פינף אזייגער פארטאגס צו כאפן די פליגער עלעף אזייגער פארמיטאג, אינמיטן וועג האבן מיר באקומען א ידיעה אז דער פליגער פארט הערשט אכט אזייגער ביינאכט, זענען מיר צוריק געפארן קיין אומאן; יעצט זיץ איך אין ערפארט פון אכט אזייגער, ווייל פון אכטע האט זיך עס אפגעשטופט אויף עלעף אזייגער ביינאכט.


וואס מיינסטו האב איך געטון אין אומאן? איך האב געזאגט פארן רבי'ן איין זאך: "רבי, יישר כח פאר מיין לעבן!" דאס האב איך איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל ווען טרערן פון שמחה זענען מיר גערינען פון מיינע אויגן. אויך אין יבנאל האב איך דאס געזאגט פאר מוהרא"ש: "יישר כח מוהרא"ש פאר מיין לעבן"; איך וועל מיין גאנץ לעבן ווייטער משמש זיין מוהרא"ש און דעם רבי'ן – דערציילן פאר יעדן איינעם פון די זיסע לעבן וואס דער רבי געבט אונז.


איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס מיר האבן יעצט געהאט אין עירפארט; מיר זיצן דא שוין פאר לאנגע שעות, איך, מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער; דער פליגער פארט נישט און שטופט זיך אלץ אפ מער און מער, אזוי זיצנדיג רוף איך זיך אן פאר מיין ווייב און איך זאג איר: "ווען איך בין ווען נישט מקורב צו מוהרא"ש וואלסטו געווען שולדיג אז דער פליגער האלט זיך אין איין אפשטופן"; מיינע קינדער קוקן מיר אן און פארשטייען נישט וואס איך רעד, וואס האט צו טון מוהרא"ש מיט די פליגער-פארשפעטיגונג מיט מיין ווייב?! האב איך זיי פרובירט מסביר צו זיין ווי אזוי מענטשן לעבן, אז אפילו די וואוילע מענטשן וואס האבן כלומ'ריש שלום בית איז דאס ווילאנג אלעס גייט מער ווייניגער אויפן סדר היום, אבער ווען עפעס גייט ארויס פון זייער וועג – ווער איז שולדיג? די ערשטע איז שולדיג די ווייב, און אויב די ווייב לאזט זיך נישט כאפן די קינדער; בקיצור מיינע קינדער האבן דאס נישט געוואלט פארשטיין, ברוך ה' אז זיי ווייסן נישט וואס איך רעד.


עס גייט נישט אריבער מער ווי אביסל צייט און עס קומט אן א משפחה – א מיטליעריגער איד מיט זיין ווייב און קינדער, אינמיטן באמערקט דער איד אז ער האט פארגעסן זיין רעקל און מאנטל אין שטוב, ער איז געווען אנגעטון נאר מיט א מעיל (רעגן מאנטל); דער איד הייבט אן שרייען אויף זיין ווייב: "וואו איז מיין רעקל? ווי אזוי וועל איך קענען גיין אין גאס?!" זיין ווייב האט זיך אנגעהויבן צו פארענטפערן אז זי האט געמיינט אז ער האט אן זיין רעקל אונטערן מעיל, און ער שרייט אויף איר: "וואס רעדסטו? שווייג!" בקיצור מיינע קינדער קומען צו צו מיר און זאגן מיר אז יעצט פארשטייען זיי שוין וואס איך האב פריער געזאגט פאר מאמי אז ווען נישט מוהרא"ש וואלט זי געווען שולדיג אינעם פארשפעטיגונג; דאס געדענק איך און דערפאר וועל איך במשך מיין גאנצע לעבן ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות און ווי שיין מען קען לעבן דורכן הייליגן רבי'ן.


ווי פריער דערמאנט קום איך יעצט פון רבינ'ס ציון; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ביים ציון זיצן אורחי פורחי, אלע וואס קומען זיך נישט אויס מיט די ווייב אדער די וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיט חובות און האבן געדארפט אנטלויפן - די זיצן דארט, עס פעלט א ראש בית וואס זאל זיי אלעמען פארטרייבן פון דארט, אזוי ווי רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט פארטרייבן די אלע וואס פלעגן זיך אריין זעצן אין אומאן, ער פלעגט זיי זאגן: "אומאן איז נישט קיין ערי מקלט; אז דו קומסט זיך נישט אויס מיט דיין ווייב איז נישט אומאן דאס פלאץ וואו צו קומען"; האב איך געזען די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר אז איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש – קודש קדשים.


באמת האט מיר דאס צוריק געהאלטן פון מקורב ווערן צו ברסלב, ווייל פון אלץ יונג בחור'ל האב איך געצויגן צו ברסלב,  אבער ביז איך האב נישט געפונען דעם ספר "אשר בנחל" וואס זאל מיר אויסקלארן וואס ברסלב איז, האב איך נישט געקענט נעמען ברסלב.


איך האב דיר נאך אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך זיץ נישט דא באקוועמערהייט ביי א טיש און בענקל, איך שטיי ביי א קאונטער וואו מען טשעקט אריין, דא שרייב איך, דעריבער דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיינע גוטע מעשים; יעצט קומט דער יום טוב חנוכה, וואס מיר גייען לויטן שיטת בית הלל צו זיין "מוסיף והולך", מען דארף אלץ פארמערן נאך נירות, נאך ליכטלעך, נאך פעולות אז נאך אידן זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב און ווארט פאר דיין הצלחה.


...

#15 - זיך פרייען אז מ'איז זוכה משמש זיין דעם רבי'ן
זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם חלקינו וגורלינו, אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם רבי'ן דורכן העלפן פארשפרייטן זיינע ליכטיגע עצות פאר די וועלט. אין חב"ד רופט מען די וואס פארשפרייטן תורת החסידות 'שלוחים', מוהרא"ש האט דאס גערופן 'שמשים'; מוהרא"ש שרייבט צענדליגער מאל אין אשר בנחל אז ווי לאנג ער לעבט וועט ער זיין א 'שמש' פארן רבי'ן צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות פאר די וועלט. דארפן מיר זיך פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו משמש זיין דעם רבי'ן און מיר דארפן בעטן אז מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן בלייבן געטרייע שמשים.


ווען מען רופט אריין אין אפיס און מען וויל געבן צדקה פאר א פדיון קען די געלט נישט גיין פאר קיין שום זאך, די געלט דארף אנקומען צו מיר פריוואט.


שטארק דיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט אויפצובויען מוסדות וואו מען איז מחנך קינדער - אינגלעך און מיידלעך - מיט די ריינע אמונה.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח!" איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן.

#14 - די קינדער זאלן אויך אויפוואקסן מיט די לימודים פון רבי'ן
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזהשי"ת - יוֹם א' פַּרְשַׁת וַיֵּשֶׁב, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע לִיבֶּער  ... נ"י


פוּן דִיר זָאל זִיך יֶעדֶער אָפְּלֶערְנֶען; הָאסְט גֶעהַאט אַ דִירָה אִין ... פַאר בִּילִיג רֶענְט, אַ גְרוֹיסֶע דִירָה, אוּן דוּ הָאסְט אַלֶעס אָפְּגֶעלָאזְט אוּן גֶעקוּמֶען דָא אִין אַ קְלֵיינֶע דִירָה פַאר טַייעֶר רֶענְט, אַבִּי דוּ זָאלְסְט שִׁיקְן אִין דִי הֵיילִיגֶע מוֹסָד דַיינֶע קִינְדֶער, וָואס עֶס אִיז נִישְׁט דָא קֵיין גְרֶעסֶערֶע זַאך אוֹיף דִי וֶועלְט. נַארִישֶׁע אִינְגֶעלַייט שִׁיקְן זֵייעֶרֶע קִינְדֶער אִין אַנְדֶערֶע מוֹסְדוֹת וואוּ מֶען לַאכְט פוּנֶעם רֶבִּי'ן בִּכְלַל, אוּן פוּן מוֹהַרָא"שׁ בִּפְרַט, אוּן וֶוען דִי קִינְדֶער וֶוערְן עֶלְטֶער שֶׁעמֶען זֵיי זִיך מִיט בְּרֶסְלֶב, אוּן זֵיי וִוילְן נִישְׁט וִויסְן פוּן אוּמַאן אוּן פוּן בְּרֶסְלֶב וְכוּ', אָבֶּער בָּרוּך הַשֵׁם בַּיי אוּנְז זֶענֶען דִי קִינְדֶער שְׁטָאלְץ מִיט בְּרֶסְלֶב, אוּן מֶען צֶעבְּרֶעכְט נִישְׁט קֵיין אֵיין קִינְד, וָואס דוּ וֵוייסְט גַאנְץ גוּט וָואס טוּט זִיך אָפּ אִין אַנְדֶערֶע מוֹסְדוֹת.


הַלְוַואי זָאלְסְטוּ רֶעדְן צוּ דַיינֶע חֲבֵרִים תַּלְמִידֵי יְשִׁיבָה אַז זֵיי זָאלְן הָאבְּן שֵׂכֶל אוּן נִישְׁט זַיין קֵיין צוֹעֵק לְשֶׁעָבַר; מוֹהַרָא"שׁ הָאט מִיר גֶעזָאגְט אַז דִי אַלֶע וָואס שִׁיקְן נִישְׁט אִין דִי מוֹסָד וֶועלְן שְׁפֶּעטֶער חֲרָטָה הָאבְּן, אָבֶּער עֶס וֶועט שׁוֹין זַיין צוּ שְׁפֶּעט.


אַשְׁרֶי ... אַז דוּ הָאסְט אַ גֶעפִיל אִין רֶבִּי'ן, אוּן אִיך פְרֵיי מִיך יֶעדֶעס מָאל וֶוען דוּ קוּמְסְט אַרוֹיף אִין יְשִׁיבָה דַאוֶוענֶען דִיך צוּ זֶען.


פוּן דַיין רֹאשׁ יְשִׁיבָה וָואס אִיז שְׁטָאלְץ מִיט דִיר.

#13 - סעודת הילולא ביים רבינ'ס יארצייט
חסידות ברסלב, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין די סעודה פארן הייליגן רבינ'ס יארצייט; בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע קינדער און קינדס קינדער.


מיר האבן גערעדט ביי די סעודה פון די תורה וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קטו) אז מענטשן וואס לעבן נישט מיט א צדיק, ווען עס גייט אריבער אויף זיי א צרה ווערן זיי זייער מבולבל, זיי האבן קשיות אויף די אמונה און זיי פאלן אוועק פונעם אייבערשטן, אזוי ווי מען זעט ליידער זייער אסאך וואס זענען אוועק געפאלן נאר פון קשיות וכו'. אבער ווען מען קומט צום צדיק, לערנט ער אויס אז דער אייבערשטער איז אין די צרה, אז דער אייבערשטער אליינס באהאלט זיך אינעם נעפל, און דער צדיק געבט אונז אן עצה ווי אזוי מיר זאלן ארויס גיין פון די נעפל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן און ליכטיג מאכן מען זאל וויסן וואס צו טון.


מיט דעם טייטשט דער רבי דעם פסוק (שמות כ, יח): "וַיַּעֲמֹד הָעָם מֵרָחֹק", כִּי כְּשֶׁרוֹאִין הָעֲרָפֶל, הַיְנוּ הַמְּנִיעָה, עוֹמְדִין מֵרָחֹק, דאס הייסט מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום צדיק, ווען זיי זעען א מניעה שטייען זיי פון דערווייטנס וכו', זאגט דער רבי: "וּמֹשֶׁה, שֶׁהוּא בְּחִינוֹת דַּעַת כָּל יִשְׂרָאֵל, נִגַּשׁ אֶל הָעֲרָפֶל אֲשֶׁר שָׁם הָאֱלֹקִים, הַיְנוּ אֶל הַמְּנִיעָה, שֶׁבָּהּ בְּעַצְמָהּ נִסְתָּר הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער דער צדיק גייט נאנט צו די מניעה ווי דער אייבערשטער באהאלט זיך, און דאס לערנט ער אויס פאר זיינע מקורבים; ווייל עס איז נישט דא קיין שום מציאות אן דעם אייבערשטן, און אפילו ער זעט די גרעסטע מניעה פאר זיינע אויגן וועט ער נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן, ער וועט נאר ווערן שטערקער מיט די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע סגולות פון די הייליגע סוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מח) אז סוכה איז מסוגל פאר קינדער, סוכה איז מסוגל עס זאל אנטפלעקט ווערן דער רבי, עס זאל ווערן פון רי"ב רב"י, מען זאל זיך אויפהערן צו קריגן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו א גוט יאר און הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - א זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן
מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב יעצט ערהאלטן די בילדער פון די נייע אפיס וואס דו האסט געמאכט פאר די מוסד.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא זכות דאס איז פאר אונז, אז מיר האבן די זכיה צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן.


ר' נתן האט זיך אמאל אפגעשטעלט פאר ער איז אריין אין רבינ'ס שטוב און געזאגט: "וַאֲנִי" – איך ווייס דאך ווער איך בין, איך ווייס אז איך האב נישט קיין זכות צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן, אויב אזוי פארוואס האב איך זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן? נאר וואס דען, "בְּרֹב חַסְדְּךָ" – מיט דיין גרויסע חסד האסטו מיר געהאלפן באשעפער, אז "אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


דאס דארפן מיר אויך זאגן: "וַאֲנִי", וואס האב איך זוכה געווען צו קומען צו אזא רבי, צו משמש זיין דעם רבי'ן, צו האבן א חלק אין אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס לימודים אין די וועלט וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, וואס האב איך געטון מער פון א צווייטן אז איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן, ווי אזוי איז דאס אז איך בין נישט קיין מתנגד – ה' ירחם - אויף אזא רבי? נאר "בְּרֹב חַסְדְּךָ" – מיט דיין גרויס חסד האסטו מיר געהאלפן, אז "אָבוֹא בֵיתֶךָ, אֶשְׁתַּחֲוֶה אֶל הֵיכַל קָדְשְׁךָ".


מיט דעם וואס דו העלפסט די מוסד נעמסטו א טייל אין די תורה תפילה און אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פון דעם הייליגן פלאץ.


זיי געזונט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#11 - מ'דארף שיקן אין א גוטע חדר; יעדער מענטש האט זיין באשטימטע פלאץ
חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב מיך זייער געפריידט צו זען אייער בריוו וואו איר שרייבט אז איר האט זיך מחי' געווען מיט די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן.


אלע בריוו וואס איך שרייב זענען נישט מיינע ווערטער, איך שרייב דאס וואס איך האב געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש וואס האט אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער אזוי ווי עס שטייט און גייט; אן קיין דריידלעך, חכמה'לעך און פשעטלעך. איך פריי מיך אז איך קען עס ווייטער איבער געבן און מחי' זיין אידישע קינדער.


ברסלב איז נישט קיין פארטיי וואו מיר מוזן געהערן און דארט שיקן אונזערע קינדער; איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים: "אויב אייערע קינדער קומען אהיים פון אונזער חדר/מיידל שולע אן קיין אמונה, אדער אויב איר זעט אז די תלמוד תורה און סקול פירט זיך נישט אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, זאלט איר אלע ארויס נעמען די קינדער; מיר שיקן די קינדער אין ברסלב נישט ווייל מיר געהערן צו די פארטיי, נאר ווייל אין די מוסדות לערנט מען מיט די קינדער אמונה, יראת שמים און מידות טובות אזוי ווי דער רבי האט געוואלט".


דעריבער אז עס געפונען זיך דארט מלמדים וואס טוען מעשי תועבה, און די הנהלה מיט די רבנים ווייסן דערפון און זיי ווילן נישט אוועק שיקן דעם מלמד, דאן זאלט איר ארויס נעמען אייערע קינדער פון דארט וואס שנעלער און זיי לייגן אין א ערליכע מוסד וואו עס געפונען זיך נאר ערליכע מלמדים; עס איז נישט ווערד זיך צו עקשנ'ען דוקא צו שיקן קיין ברסלב וכו'.


מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז געווען א איד וואס האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען דעמאלט קיין 'ברסלב'ע תלמוד תורה' און אלע זיינע קינדער זענען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן.


אזוי אויך, אויב האדעוועט מען אויף קינדער מיט מחלוקת, מען פרעדיגט אין זיי שנאת חינם וועלן אלע קינדער ארויסגיין לתרבות רעה. זוכט א חדר וואס האט נישט קיין שייכות מיט מחלוקת, קנאה, שנאה און רשעות - דארט וועלן אייערע קינדער מצליח זיין.


דאס וואס איר שרייבט אז איר געפונט זיך נישט דאס פלאץ וכו'; וויסן זאלט איר אז יעדע זאך איז פונעם אייבערשטן – גענוי וואו א מענטש דארף וואוינען, וואו א מענטש דארף גיין און שטיין, און אזוי ווייטער.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן ג; אשר בנחל ח' תקע"ח): "גאט איז גרויס, גרויס, גרויס, מען ווייסט גארנישט"; מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים. א מענטש קען צומאל טראכטן: 'פארוואס דארף איך וואוינען דוקא דא און דער וואוינט דארט?!' 'פארוואס האב איך חתונה געהאט מיט אזא איינעם?' 'פארוואס האב איך די סארט קינדער?' אויף די און אויף אלע פראגעס און קשיות איז דא איין תירוץ: "דער אייבערשטער פירט די וועלט".


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליינס געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען דארט וכו' וויל ער נישט דעם שידוך ווייל ער וועט זיך נישט געפונען דארט דאס פלאץ. האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּך אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


גלייבטס מיר, מען קען זיין פון דערווייטנס און מען איז פיל נענטער ווי די וואס דרייען זיך פון דער נאנט, און מען קען זיין נאנט און נישט האבן קיין שייכות וכו'; דער עיקר איז אז די הארץ זאל זיין וואך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח צו אייערע קינדער און ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים פאר אלע אידישע קינדער.

#10 - מ'דארף מיטהאלטן משפחה שמחות אפילו ווען ס'נישט באקוועם
חסידות ברסלב, משפחה, שמחות, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו גיין צו די באווארפן פון דיין ברודער; א משפחה שמחה דארף מען מיט האלטן, אפילו מען איז נישט באקוועם וכו'.


אז דו וועסט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ וועסטו מאכן א שיינע נאמען פארן רבי'ן; דיינע עלטערן וועלן זיך פרייען אז דו האלסט מיט אלע משפחה שמחות, וועסטו זיך נאך איינקויפן דעם זכות פון מחי' זיין טאטע מאמע.


בכלל איז א וואונדער פארוואס עס דארף דיר באדערן אריין צו גיין ביי זיי אין בית המדרש, זיי זענען נישט קיין מתנגדים אויפן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס - אויף אים דארף מען טאקע קריגן, און אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


אונזער ארבעט איז אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס עס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויף קוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ע חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור.


מיר דארפן פאלגן וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ אז אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.


דיין ווייב זאל פאסטן תשעה באב ביינאכט, און אינדערפרי ווען זי שטייט אויף קען זי עסן (עיין שאלות ותשובות שבות יעקב חלק ג, סימן לז).


פרויען מאכן נישט קיין הבדלה; זאל דיין ווייב עסן אן הבדלה און זונטאג נאכט ווען דו וועסט אויספאסטן וועט זי הערן הבדלה פון דיר (משנת יעקב, אורח חיים סימן תקנ"ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם פינסטערן גלות מיט משיח צדקינו, אמן.

#9 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, פרנסה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


מען זעט ממש בחוש אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה און דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן על פי "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.


איך פריי מיך זייער אז דו האסט געטראפן א פרנסה; אז מען דאווענט שחרית מנחה מעריב מיט מנין איז מען זוכה צו האבן פרנסה בשפע. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מיר זאלן דאווענען מיט מנין, אזוי וועלן מיר האבן א דבר שבמנין (געלט).


אויב איז דא ביי דיין ארבעט אפענע אינטערנעט דארפסטו זען וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט נישט פארלירן ביידע וועלטן; פראביר צו בעטן דיין בעל הבית ער זאל פארמאכן דיין אינטערנעט אז דו זאלסט נישט קענען אנקומען צו שלעכטע פלעצער. שלמה המלך זאגט (משלי ז, כה): "וְעַתָּה בָנִים, שִׁמְעוּ לִי, וְהַקְשִׁיבוּ לְאִמְרֵי פִי", איך בעט ענק הערט מיר צו, נעמט אן די רייד פון מיין מויל, "אַל יֵשְׂטְ אֶל דְּרָכֶיהָ לִבֶּךָ", גייט נישט נאך די וועגן וואס ברענגען עבירות, "אַל תֵּתַע בִּנְתִיבוֹתֶיהָ", ווערט נישט פארבלאנזשעט פונעם גוטן וועג, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה", ווייל אסאך זענען שוין אוועקגעפאלן פון נאך גיין נאך עבירות, "וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ", און אן א שיעור מענטשן זענען שוין גע'הרג'עט געווארן דורך טון עבירות; דאס גייט ארויף אויפן אינטערנעט וואס שלעפט אוועק מענטשן פונעם אייבערשטן, איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז שוין זייער שווער ארויס צו קריכן דערפון.


בענין וואס דו שרייבסט אז דו ווילסט איך זאל דיר ענטפערן דיינע ספיקות וכו'; איך וועל דיר פראבירן צו ענטפערן אויף אלעס וואס דו פרעגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - געב אכטונג אויף כיבוד אב, אפילו ווען דיין טאטע שרייט אויף דיר
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מכבד דיין טאטע און ווער נישט באליידיגט אז ער שרייט אויף דיר; עס איז נישט געפערליך ווען א טאטע זאגט פאר א קינד וואס צו טון. דו זיי אים ווייטער מכבד אפילו ער שרייט אויף דיר אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער וכו', און אז דו וועסט אים ווייטער מכבד זיין וועט זיך ביים סוף אלעס איבערדרייען לטובה.


וואס דארפסטו מער פון ר' נתנ'ס טאטע, ווי ער האט גע'רודפ'ט ר' נתן עד לחרמה; ער האט אים נישט אריין געלאזט ביי זיך אין שטוב און ער האט נאר געוואלט אז זיין שניר - ר' נתנ'ס ווייב - זאל זיך גט'ן פון אים... און שפעטער האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'' רבי נתן, און ר' נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


עס זענען דא צענדליגע מעשיות ביי ברסלב'ע חסידים וואס אין אנהייב האבן זיי געהאט שרעקליכע רדיפות פון זייערע עלטערן און משפחה, מען האט זיי ארויס געווארפן פון שטוב, מען האט זיי נישט גערופן צו קיין שמחות און נישט געגאנגען צו זייערע שמחות, אבער ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט לטובה, ווען זיי האבן געזען די דרך ארץ ווי זיי זענען זיי מכבד און די נחת וואס זיי האבן פון זיי.


בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער דארפסטו זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, ווייל קינדער פירן זיך אזוי ווי זיי זעען ביי די עלטערן; ווען קינדער וואקסן אויף אין א שטוב וואו מען איז מכבד די עלטערן, מען רעדט שיין אויף די עלטערן, מען רעדט שיין צו די עלטערן - וועלן זיי אויך מכבד זיין זייערע עלטערן, אבער אז זיי זעען ווי מען לאכט זיך אויס אונטערן ריקן פון זיידי און באבי, מען מאכט ליצנות און מען שפעט אפ אונטערן ריקן, דאן וועלן זיי אויך אהיים גיין און חוזק מאכן פון דיר.


האב נישט מורא אז דיינע עלטערן רעדן צו דיינע קינדער אנטקעגן דיר, דאס איז סתם דמיונות; ממה נפשך - איז דא וואס צו רעדן אויף דיר, אז דו דאווענסט נישט, דו לערנסט נישט, דארף מען זיי דאס נישט דערציילן ווייל זעע זעען דאס אליינס, איז נישט דא וואס צו רעדן אויף דיר, דאס הייסט אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו ביסט מכבד דיין ווייב, איז וואס דארפסטו מורא האבן אז מען רעדט אויף דיר, וואס איז דא צו רעדן אויף דיר?! און אפילו מען וועט רעדן אויף דיר וועלן דיינע קינדער וויסן ביי זיך אז זיי האבן א טאטע וואס איז אן ערליכער איד.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה פלעגט מען סטראשען אז מען וועט מיר מסר'ן פאר די פאליציי; יעדן שני וחמישי פלעגן קומען פאליציי אין ישיבה. זענען געווען חברים וואס האבן מורא געהאט און געלאפן צו מוהרא"ש דערציילן וואס טוט זיך אין ישיבה און אלעס וואס די עסקנים ווארפן א פחד און א מורא, האט מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "וואס וועט מען אריין שרייבן אינעם פאליס ריפארט, אז יואל הייסט זאגן משניות?!" דאס הייסט ממה נפשך, האט איינער פוטער אויפן קאפ, ער פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אמת ארויס קומען פריער אדער שפעטער, און אז נישט - וואס איז שייך צו רעדן?


דאס וואס דו גייסט אריבער אז דיינע עלטערן רודפ'ן דיר אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן מקורב. דאס האט נישט צו טון מיט דיר און נישט מיט זיי, זיי זענען וואוילע מענטשן און זיי ווילן נאר דאס גוטס ביי דיר, דאס איז פשוט מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער האט ער פיינט מוהרא"ש און זיינע תלמידים, מאכט ער א שלעכטע נאמען און פארשפרייט לשון הרע'ס וכו', וואס אז עלטערן הערן דאס ווילן זיי נישט אז זייערס א קינד זאל אנקומען צו א פלאץ וואס מען הערט אזעלכע לשון הרע'ס.


דעריבער זאלסט זיך נישט נעמען צום הארצן אז מען רודפ'ט דיר און עס זאל דיר נישט אנגיין דאס וואס דו ביסט אראפגעקוקט ביי די משפחה; דו זאלסט זיי מכבד זיין מיט דיין גאנצע כח - ביז מסירת נפש, וועסטו זען אז נאך א שטיק צייט וועט אלעס אריבערגיין און דו וועסט פאראייניגט ווערן מיט דיינע עלטערן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; ווען דו האסט אן איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן נאך א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר אריינברענגען א שטארקע ישוב הדעת אז דו וועסט נישט ווערן צעפאלן פון יעדע קלייניקייט וואס גייט אריבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - קינדער מאכן נאך די עלטערן
כיבוד אב ואם, צניעות, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביז דערווייל שיקטס אייער אינגל אין די ... חדר און אייער מיידל אין זייער מיידל שולע; אז אייערע קינדער וועלן זען ווי טאטע מאמע פירן זיך מיטן רבינ'ס וועג וועלן זיי אויך וועלן זיין ברסלב'ע אידן. דער עיקר זעט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אייך, עס זאל זיין שלום.


אז מען מאכט א פריוואטע קליינע סווימינג פאל פאר די קליינע קינדער איז נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלן שווימען צוזאמען.


בזכות וואס איר זענט מכבד אייערע עלטערן, איר העלפט זיי אינעם טאג טעגליכן לעבן און איר וואוינט מיט זיי מיט אזא איבערגעגעבנקייט וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס די תורה געבט פאר די מצוה (שמות כ, יא): "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ".

#6 - זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה
הפצה, חסידות ברסלב, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה; האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו געבסט יעדע חודש פאר די רענט פון ישיבה הונדערט דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו די ברכה פון (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


אויף די פראגע צי דו זאלסט איבער לאזן דיין ארבעט וכו'; ביז דערווייל בלייב ארבעטן וואו דו ארבעטסט און דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס; אז דו וועסט זען אז דו דארפסט ארבעטן צוזאמען מיט וכו' וואס דאס איז יחוד, דעמאלט זאלסטו אוועק לויפן פון דארט ווי מען לויפט אוועק פון א שריפה.


זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה; ר' נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, עס זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'; איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'" (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס דארפן מיר טון: עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט, און מיר דארפן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; אז איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, אז איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט צו האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.