בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - קריג דיך נישט מיט דיין ווייב
תפילה והתבודדות, שלום בית, שטעטל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט האלטן טייער דיין ווייב תחי'; קריג זיך נישט מיט איר. זי שרייבט מיר אז דו קריגסט זיך מיט איר אסאך, איך בעט דיר טייערער חבר, הארציגער ברודער, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב, זאג איר צו אז דו וועסט איר שעצן און ליב האבן. פיר זיך אויף ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו זען א גרויסע נס, דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


ווער עס איז מכבד די ווייב האט ברייט פרנסה און גרויס עשירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע געלט קומט בזכות די ווייב.


אויך זאלסטו אנהייבן דאווענען שחרית, מנחה און מעריב וואס דאס האלט א איד ביים אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.


זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.


איך בין נעכטן נאכט געווען אין שטעטל און געגעבן א שיעור התחזקות; איך האב דיר געוואלט טרעפן און רעדן צו דיר פנים אל פנים, איך האף אז ביי דעם קומענדיגן שיעור וועל איך דיך טרעפן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3 - נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין
קדושה, בית המדרש, נסיונות, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פארנעמען צו דאווענען מיט מנין, גיין דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות טז.): "אָמַר רַבִּי חָמָּא בֵּרַבִּי חֲנִינָא: לָמָּה נִסְמְכוּ אֹהָלִים לַנְּחָלִים וכו'? לוֹמַר לָךְ: מַה נְּחָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִטֻּמְאָה לְטָהֳרָה, אַף אֹהָלִים מַעֲלִין אֶת הָאָדָם מִכַּף חוֹבָה לְכַף זְכוּת", פונקט אזוי ווי ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך אין טייך ווערט ער ריין, אזוי אויך ווען מען גייט אין שול דאווענען און לערנען – נעמט מען אראפ פון זיך אלע שלעכטס.


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען אין בלומינג גראוו, איז צוגעקומען דיין ברודער זיך באדאנקען פאר די דרשות און התחזקות; ער זאגט מיר אז דאס איז פאר אים ווי אטעמען. זעט מען ווי צוביסלעך גייט אריין דעם רבינ'ס דיבורים מער און מער אין די וועלט.


אז דו שטייסט אין געשעפט אינמיטן די ארבעט און דו שפירסט ווי דו ווערסט פארברענט, עס הייבט אן ברענען די תאוות – השם ישמרינו, זאלסטו דארט שרייען צום אייבערשטן פון צווישן די מענטשן, זאג ארויס: "אייבערשטער, ראטעווע מיר!" "איך ווער פארברענט!" דאס וועט דיר היטן פון נישט אראפפאלן אינגאנצן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#2 - זאלסט מקפיד זיין צו דאווענען אלע תפילות דוקא במנין
תפילה והתבודדות, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך שרייב דיר די בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס. איך זיץ יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל נעמען אביסל פון איר הייליגקייט וואס מען איז זוכה דורכ'ן זיין דארט; אמונה, אריכות אפים, תיקון הברית, ועוד.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט מקפיד זיין צו דאווענען אלע תפילות דוקא במנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון, "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאוונט; אז מען דאוונט מיט מנין איז אן עת רצון אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן, נאך זאגן חז"ל (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאוונט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך שטייט נאכדעם (תהלים עח, לח): "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאוונט ביחידות קוקט מען נאך דעם גאנצן דאווענען אויב מען האט אינזין יעדעס ווארט, מה שאין כן ווען מען דאוונט בציבור דעמאלט, "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', ווערן אנגענומען די תפילות אפילו אן כוונה.


דו האסט א שטארקע עקשנות, זאלסטו דאס נוצן בקדושה; זיי אן עקשן צו דאווענען אלע תפילות מיט מנין וועסטו האבן פרנסה בשפע.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; יעצט ווען איך פאר צו מקומות הקדושים וועל איך דאווענען פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


...

#1 - דאווענען מיט מנין איז ממשיך השגחה
תפילה והתבודדות, מנין, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, נר א' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך ברודער און זיי זיך מחזק צו גיין ווייטער דאווענען יעדן טאג אלע דריי תפילות.


די ערשטע זאך זאלסטו גיין אין שול דאווענען; אז מען דאוונט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך די השגחה און דער אייבערשטער היט אפ דעם מענטש.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה דאווענען און לערנען.


א גריס פון דיין ברודער ... נרו יאיר, ער איז זייער א וואוילער בחור; געב איבער פאר דיין טאטן נרו יאיר א גריס, זאל ער שעפן נחת.


איך האב נעכטן פארהערט משניות אין כתה ד', דיין נעפיו האט זייער גוט געקענט; געב איבער פאר דיין ווייב תחי' זי זאל זאגן פאר איר שוועסטער אז דער קינד איז א ליכטיג קינד, עס איז נישט צום גלויבן אז מען האט אים ארויסגעווארפן פון תלמוד תורה וכו'.


פאר דעם קינד אליינס האט זיך מיר געלוינט צו עפענען אונזער חדר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


זיי געזונט.


...