בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#997 - נישט צווינגען דאס קינד צו זאגן קדיש
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ער איז א קליין קינד, קוים אריין געגאנגען אין כתה א', א שעמעדיג קינד, זאלסטו אים נישט צווינגען ער זאל זאגן קדיש נאך זיין מאמע; ווי מער דו וועסט אים צווינגען אלץ מער וועט ער נישט וועלן זאגן קדיש, נישט נאר דו וועסט מאכן ער זאל נישט זאגן קדיש נאר דו וועסט אים אינגאנצן פארלירן, ער וועט נישט וועלן גיין אין שול וכו', וכו'.


דעריבער אז דו האסט זיך אונטערגענומען צו זיין א מגדל יתום בתוך ביתך, דו האסט אריין גענומען דיין נעפיו וואס איז געבליבן א יתום פון זיין מאמע השם ירחם, זאלסטו אים נאר אויפבויען און רעדן צו אים נאר דיבורי אמונה; וועסטו זוכה זיין צו די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (מדרש תנחומא דברים, סימן יח): "אִם אַתָּה מְשַֹמֵּחַ אֶת שֶׁלִּי אֲנִי מְשַֹמֵּחַ אֶת שֶׁלָּךְ"; דו וועסט זען דורות ערליכע אידן און פיל נחת.


אמת, דיין שוועגערין עליה השלום האט נישט נאך קינדער וואס זאלן זאגן קדיש נאך איר, און זי פלעגט רופן דעם אינגל - אין די לעצטע צייט ווען זי איז געווען זייער נישט געזונט - "מיין קדיש'ל", אבער מען קען נישט צווינגען; מיט צווינגען מאכט מען נאר ערגער.


דאס מערסטע וואס דו זאלסט טון יעדעס מאל ווען דו גייסט מיט אים אין שול, קענסט אים פרעגן: "ווילסט זאגן קדיש?" אבער נישט מער פון דעם, אויב זאגט ער "ניין" זאלסטו אים זאגן מיט א שמייכל: "אויב דו ווילסט נישט דארפסטו נישט".


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, איך האב געשיקט א בריוו פאר דיין ווייב איר מחזק זיין; דער אייבערשטער זאל איר געבן כח זי זאל האבן די כחות צו מגדל זיין די קינדער און ווייטער אנגיין מיט עבודת הבית בשמחה.


אויב דו וועסט צוגיין אויף דעם וועג וועט ער מיט די צייט מסכים זיין צו זאגן קדיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#996 - דיין זון איז פון די בעסטע תלמידים
גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו האסט מיר זייער דערקוויקט מיט די גוטע נייעס אז דו האסט אנגעהויבן לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא, דאס וועט דיר ברענגען אלע ישועות ברוחניות ובגשמיות און פרנסה בריווח.


איך האב א גרוס פאר דיר פון דיין זון ... נרו יאיר; איך האב געפרעגט דעם מלמד שליט"א וועגן דיין זון, זאגט ער מיר אז ער איז פון די בעסטע תלמידים, סיי מיט'ן לערנען און סיי מיט דרך ארץ. איך האף אז דו וועסט איבערגעבן די גוטע גרוס פאר דיין אשת חיל, זי וועט האבן נחת דאס צו הערן.


א שאד אז דו ביסט נישט געווען אין ישיבה הושענא רבה, איך האב גערעדט ביי די הושענות פאר אלע תלמידים זייער וויכטיגע זאכן פאר'ן עתיד פון אונזערע דורות; איך האף אז דו וועסט זיך צוהערן צו די ווערטער, מען קען עס הערן אויפ'ן האטליין "קול ברסלב". איך וויל דו זאלסט בלייבן מיט דיינע דורות, קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.


איך האב דיר ליב.

#995 - פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות
חיזוק פאר מיידלעך, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן פאר אנדערע; עס איז נישט דא נאך אזא חשוב'ע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק צוריק צו ברענגען מענטשן צו די אמונה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען פון אים אזא רעש?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט פון אים אזא רעש דא אין הימל; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט רבי יצחק מדראהביטש ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", רש"י הקדוש האט אבער נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


עס זענען פארהאן אסאך זאכן אין וואס מען קען אויפטון וכו' וכו', אז איר ווילט און איר האט א געפיל צו פארשפרייטן דאס חשיבות פון צניעות אדער דאס הארבקייט פון לשון הרע - קענט איר דאס טון, מיר דארפן אבער בעיקר עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות און ווען דער מענטש דערוויסט זיך פון די עצות וועט ער שוין ממילא אנקומען צו אלסדינג.


דעריבער אז איר שרייבט אז איר האט א צוגאנג צו מיידלעך וכו' זאלט איר בעיקר רעדן מיט זיי דיבורי אמונה און עצות פון הייליגן רבי'ן לויט ווי מוהרא"ש האט עס אראפ געברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, דורכדעם וועט איר זיי צוקלעבן צום אייבערשטן, וועלן זיי ממילא זיין נזהר אין לשון הרע, זיך אנטון בצניעות און לעבן א חיים טובים; אנדערש איז ווען מען רעדט צום מענטש פון פרטיות'דיגע נושאים וכו'.


אין דעם זכות וואס איר וועט פארשפרייטן פאר אלעמען די חיזוקים ובפרט פאר מיידלעך וואס האלטן אין אנהייב פון זייער לעבן, וואס זיי איז גרינג צו מקרב זיין צום אייבערשטן, וועט איר זוכה זיין צו האבן ליכטיגע קינדער און זען פון זיי אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#994 - אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב געהערט די ביטערע בשורה, ברוך דיין האמת; דער אייבערשטער זאל טרייסטן אייך און די גאנצע משפחה, מען זאל נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן אין אמונה; גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט פרעגן קיין קשיות אויף די אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): אויפ'ן אייבערשטן איז דא קשיות און דאס איז זיין גרויסקייט; ווייל אויב וואלטן מיר אלעס פארשטאנען, וואלט געווען חס ושלום זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל, דערפאר קען מען נישט פארשטיין דרכי המקום; אבער מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און אלעס איז בהשגחה. מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן, און יעדער איינער פון זיין פריוואטן גלות - מיט'ן שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו.

#993 - פיר מאל א יאר וואס מ'זאגט נישט "יום כיפור קטן"
ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר טאג טעגליך אינעם מוסד בכלל און מיט די מיידל סקול בפרט. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן יעצט בקרוב ממש דיין זיווג, עס זאל דיר צוריק קומען דאס אלעס וואס דו האסט געהאלפן אזוי געטריי אויפשטעלן די ברסלב'ע מוסדות.


איך האב באמערקט אינעם "לוח ברסלב" אז ביי ערב ראש חודש חשון האסטו אריינגעשטעלט "יום כפור קטן"; וויל איך באמערקן אז פיר מאל דורכאויס דעם יאר זאגט מען נישט יום כפור קטן אום ערב ראש חודש, די פיר מאל זענען "ערב ראש חודש חשון", ווייל עס איז נאך אין חודש תשרי ווען מען זאגט נישט קיין תחנון; אזוי אויך "ערב ראש חודש טבת", ווייל דעמאלט איז דער יום טוב חנוכה; "ערב ראש חודש אייר", וואס איז נאך אין חודש ניסן, און אום "ערב ראש חודש תשרי", וואס מיר באהאלטן דעם ראש חודש כדי לערבב השטן.


די דורשי רשימות געבן א רמז אויף דעם, לויט ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כט, יא): "מִלְּבַד חַטַּאת הַכִּפֻּרִים", חַטַּאת איז ראשי תיבות: ח'שון, ט'בת, א'ייר און ת'שרי, דאס הייסט אז אלע ערבי ראש חודש זאגט מען יום כפור קטן, מִלְּבַד חַטַּא"ת – אויסער די פיר מאל וואס דעמאלט זאגט מען נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. 

#992 - לימוד דף גמרא בכל יום איז א יסוד היסודות
קינדער, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך אז דו קומסט יעדן אינדערפרי צום "גמרא שיעור" און נאכדעם גייסטו אין כולל פאר א שעה צו איבער חזר'ן דעם דף גמרא וואס מיר לערנען פאר יעדן טאג.


ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דער לימוד דף גמרא בכל יום געווען א יסוד היסודות, בפרט ביי אינגעלייט האט זיך מוהרא"ש געבעטן זיי זאלן גיין צו א שיעור גמרא; מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען אז אין יבנאל איז דא יעדן טאג פינף שיעורים אינעם דף גמרא. ברוך ה' אז מיר לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא אינדערפרי און איך פריי זיך אז דו קומסט.


זיי מחזק דיין ווייב אז זי זאל נישט זארגן פאר קינדער, איר וועט זוכה זיין צו זרע ברך ה'; זיי מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים?" וואס זאל א מענטש טון ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ וכו'", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב וכו', עיין שם.


איך האב דיר ליב.

#991 - שיעורים פאר פרישע אינגעלייט
דרשות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו מאכסט מיר נחת און דו מאכסט א קידוש השם; דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן זאגן אויף דיר און אויף דיין ווייב אז איר פירט זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, איר פירט זיך אויף איידל און באשיידן אזוי ווי עס פאסט פאר א תלמיד הישיבה און פאר א תלמידה פון בית פיגא.


איך וויל דו זאלסט צוזאמנעמען אלע אינגעלייט – תלמידי הישיבה – וואס האבן חתונה געהאט פאריאר און פאר צוויי יאר צוריק, תשע"ח און תשע"ט, איך וויל זיי געבן באזונדערע שיעורים; זיי מיר מודיע ווען עס איז גוט פאר ענק, וועל איך ענק געבן הדרכה והתחזקות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און בויען א שיינע שטוב.


זיי שטארק ווייטער אנצוגיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, און יעדעס מאל דו ביסט נאכאמאל מסיים משניות וכו' זאלסטו זאגן דערוועגן פאר דיין ווייב אפאר טעג פארדעם, אזוי וועט איר קענען פייערן א שיינע סיום אין שטוב אינאיינעם.


איך האב דיר ליב.

#990 - מיט שמחה וועט דיין ווייב זיך ארויסדרייען פון די ביטערע מחלה
שמחה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער ליבער ..., שטארק זיך מיט אלע כחות צו גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, דו וועסט האבן א געזונטע ווייב און א געזונטע מאמע פאר דיינע קינדער.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס דיין ווייב תחי' מאכט מיט, און נאכמער טוט מיר וויי צו זען ווי דו ביסט צעבראכן ווי א צעבראכענעם שארב.


טייערער ברודער, שטארק זיך און הויב זיך אויף; דאס איז אלעס נאר א פרואוו וואס מען פרואווט דיר צו זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן בעת צרה.


שטארק זיך ברודער און שטארק דיין ווייב; מענטשן ווייסן נישט אז מער מענטשן מיט "יענע מעשה" ה' ירחם דרייען זיך ארויס ווי פארקערט.


לערן יעדן טאג דעם תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד) וואו דער רבי זאגט בפירוש אז מיט שמחה קען מען אויסגעהיילט ווערן פון אלע מחלות, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הִוא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#989 - געב צדקה דער סכום פון "בנים", געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארק זיך באמונה פשוטה אינעם אייבערשטן; איך בין זיכער אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו א גוטע בשורה, צו בנים זרע ברך ה'.


ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן פאר קינדער זאלסטו געבן פאר צדקה דעם סכום פון 5.92; פינף דאללער מיט צוויי און ניינציג צענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יד) עס זענען דא תפילות וואס ווערן נישט אנגענומען נאר ווען מען געבט צדקה, דער רבי געבט א ביישפיל, למשל ווען מען בעט: "תֶּן לִי בָּנִים", זאל מען געבן דעם סכום פרוטות וויפיל עס באטרעפט "תֶּן לִי בָּנִים" – 592; און די געלט זאלסטו געבן פאר ארימעלייט אדער זאלסטו דרוקן מיט דעם ספרים פון רבי'ן, פון מוהרא"ש; וועסטו זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער.


א גרוס פון דיין מאן, איך האב זייער הנאה יעדן טאג אים צו זען קומען דאווענען אין ישיבה און לערנען.


פון ענקער ראש ישיבה און שדכן.

#988 - נישט אריינברענגען דעם טעלעפאן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו האסט מיר מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט הושענא רבה נאכ'ן דאווענען אז איך האב גע'פועל'ט ביי דיר, דו גייסט נישט אהיימברענגען דיין טעלעפאן וכדומה אין שטוב.


זה חלקי מכל עמלי; דאס איז מיין גאנצע נחת, צו זען ווי די תלמידים בויען ערליכע אידישע שטובער לשם ולתורתו.


נאך אפאר תלמידים זענען צו מיר צוגעקומען במשך דעם יום טוב מיר מבשר זיין די גוטע נייעס אז זיי נעמען זיך פאר מער נישט אהיים צו ברענגען זייער טעלעפאן אין שטוב.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר דיר, דיין ווייב און קינדער, איר זאלט האבן א גוטע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


 

#987 - זיי ממשיך צו געבן "פרנס החודש" פאר די רענט
צדקה, שטעטל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע, אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי יצ"ו, און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ממשיך זיין מיט די צדקה פאר די ישיבה וואס דו פלעגסט געבן ברוח נדיבה א פרנס החודש, אדער אנהייבן געבן די צדקה פאר וכו'.


אוודאי זאלסטו ממשיך זיין מיט'ן "פרנס החודש" פאר די ישיבה, העלפן דעקן די גרויסע הוצאות פון רענט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קיינמאל נישט פארגעסן דיין עבר, זאלסט שטענדיג געדענקען דאס ערשטע מאל ווען דו ביסט ארויפגעקומען אין ישיבה וואס דו האסט דא באקומען, וועט דיר זיין א פשוט'ע זאך וואו דיין צדקה זאל גיין.


איך חזר זיך יעדן טאג וואס דער רבי האט מיר געגעבן און וואס מוהרא"ש האט געטון מיט מיר, דאס געבט מיר כח צו טון און טון און טון אן ערווארטן אז איינער זאל מיר זאגן יישר כח, א דאנק וכו', וכו'. ווען מען געדענקט וואס דער רבי געבט אונז דעמאלט איז גוט.


איך האב דיר ליב.

#986 - מעורר זיין אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך און רואיג.


קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט דיר געמאכט, ער האט דיר צוריק געגעבן דיין נשמה, דו לעבסט און ביסט געזונט און שטארק.


בזכות וואס דו וועסט אכטונג געבן אויף צניעות און דו וועסט רעדן מיט אנדערע פון צניעות וועסטו האבן לאנגע שיינע יארן מיט נחת פון דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין מאן.


בנוגע דערציילן די מעשה פאר אנדערע; איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט דאס נאר דערציילן פאר באקאנטע וכדומה, פרעמדע - וואס קענען דיר נישט - וועלן מיינען אז עפעס איז געשען מיט דיר. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תצוה, דף קפו:): "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דעם וואס רעדט צו אויערן וואס הערן; ער רעדט צו מענטשן וואס הערן אויס וואס ער רעדט.


לייג יעדן טאג אין פושקע אפאר פרוטות לצדקה.

#985 - יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה
חינוך הילדים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען דיר צו שרייבן פון ראש השנה ביז יעצט.


איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה; דאס יאר איז ביי מיר געווען די פופצנסטע יאר וואס איך בין זוכה צו קומען צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דער אייבערשטער זאלן העלפן ווייטער אז ווילאנג איך לעב זאל איך קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן.


דאס יאר איז געווען די שענסטע יאר; ממש א מחי' דער נייער בנין, מיר האבן א ווינקעלע וואו מיר אלע תלמידי היכל הקודש קענען זיין בצוותא, אינאיינעם זיך מחזק זיין כאיש אחד בלב אחד מיט די עצות פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן אזויפיל וואכן און חדשים; אנגעהויבן פון פסח ביז ראש השנה דאגה'סטו טאג נאך טאג, אז אלעס זאל זיין אויפ'ן בעסטן אופן. אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און האבן נחת מכל יוצאי חלציך.


איך האף אז דו וועסט זיין גרייט ווייטער צו טון דיין שליחות דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"א הבא עלינו לטובה; אנגרייטן און מסדר זיין אז מיר זאלן האבן א שיינעם יום טוב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין געמאכט טיקעטס פאר'ן קומענדיגן יאר מיט מיינע קינדער; מיר וועלן פארן דינסטאג כ"ו אלול, מען דארף שוין פארן דינסטאג, ווייל ראש השנה געפאלט אום שבת וכו'.


געב איבער פאר אלע וואס זענען אחראי אויפ'ן בנין, אז פאר די מלמדים און כולל אינגעלייט דארף מען געבן פאר ביליגער.


איך פריי זיך זייער אז דו וועסט ממשיך זיין דאס יאר מיט "אבות ובנים"; פון קומענדיגע וואך מוצאי שבת פרשת נח ווען מען רוקט צוריק דעם זייגער, צו ברענגען פרסים וכו' פאר די קינדער וואס בלייבן אין בית המדרש לערנען מיט די עלטערן פאר א דריי פערטל שעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#984 - משיח וועט קומען בזכות די אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג דעם 'יום תהילים' און דו האסט יעצט געענדיגט די ...'סטע מאל ספר תהילים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים; דער הייליגער רבי האט געזאגט אז משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים, הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו ברענגט דאס אראפ אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג; זאלסטו ווייטער ממשיך זיין צו זאגן יעדן טאג תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#983 - ביי א ספק אין צניעות זאלסטו גיין לחומרא
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג דעם 'יום תהילים' און דו האסט יעצט געענדיגט די ...'סטע מאל ספר תהילים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים, בפרט מיידלעך וואס דארפן גרויסע ניסים צו טרעפן אן ערליכער שידוך, אן ערליכער בחור מיט יראת שמים - איז זייער א גרויסע זאך פאר זיי צו זאגן תהילים.


שטארק זיך מיט צניעות; ווען דו האסט א ספק ביי צניעות, דו ווייסט נישט אויב א זאך איז צניעות'דיג אדער נישט זאלסטו שטענדיג גיין לחומרא, צו גיין אנגעטון איידל און שיין, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו טרעפן אן ערליכער בחור א ירא השם, און אינאיינעם אויפשטעלן ערליכע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


איך וויל אז דו זאלסט זיין א ביישפיל (סעמפל) פון א בית פיגא תלמידה; אלע זאלן וויסן ווי אזוי א בית פיגא תלמידה פירט זיך ווען מען וועט זען ווי אזוי דו פירסט זיך אויף.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף פראסט אידיש; רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו רעדסט צו א חבר'טע, זאלסט אים אלעס דערציילן, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר וכו' וכו', וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#982 - רעדן שיין צו יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו רעדן שיין צו יעדן איינעם, סיי צו די וואס זענען אין דיין יארגאנג, סיי צו די עלטערע מיידלעך און אויך צו יונגערע מיידלעך, - וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און אלע וועלן דיר ליב האבן.


מענטשן האבן ליב א פרייליכער מענטש, א פאזיטיווער מענטש, איינער וואס איז שטענדיג פרייליך, און מען ציט זיך אוועק פון א זויערער מענטש; דארפסטו שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל און רעדן שיין צו יעדן איינעם, שטענדיג זאלסטו טראכטן: 'וואס קען איך טון פאר מיין חבר'טע?' וועסטו זען ווי אלע וועלן זיך וועלן חבר'ן מיט דיר.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהילים יעדן טאג; ווען דו ביסט מסיים תהילים זאלסטו מיר שרייבן די וויפלטע מאל דו האסט מסיים געווען.


בנוגע האבן א קעמרע; פרעג דיין טאטע מאמע וואס זיי זאגן, אויב דו דארפסט שוין האבן אן אייגענע קעמרע, און וואס זיי זאגן דאס זאלסטו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#981 - בעט דעם אייבערשטן פאר א שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט קיין חברט'עס פון בחורים; עס איז נישט קיין קלוגע זאך צו רעדן פון בחורים, פון שידוכים וכו' וכו'.


איך פארשטיי דיר זייער גוט אז דו ווילסט חתונה האבן, דו האלסט נישט אויס וכו' און דו ווילסט זיך שוין זען אונטער די חופה; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך שנעל און גרינג, מיר זאלן קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב", אבער מיט חבר'טעס זאלסטו נישט רעדן פון דעם.


זע צו העלפן די מנהלת מרת ... תחי' מיט וואס זי דארף אין סקול, ווען דו העלפסט אין סקול העלפסטו דעם הייליגן רבי'ן; דו ווערסט א משמש ביים רבי'ן וואס דער זכות פון דעם איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#980 - פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט שרעק ווען דו גייסט שלאפן, דו האסט מורא צו שלאפן אין דיין שטוב וכו', - זאלסטו ליינען קריאת שמע פאר דו גייסט שלאפן, אזוי וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים.


גרייט דיר אן נעגל וואסער פאר דו גייסט שלאפן, אז גלייך ווען דו שטייסט אויף פון שלאף זאלסטו זיך אפגיסן די הענט, דורכדעם וועסטו מער נישט מורא האבן פון גארנישט אויף די וועלט, דו וועסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער איז נעבן דיר און היט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#979 - א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי
התחדשות, חתונה, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", און דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דו דארפסט נישט ווארטן ביז נאך די חתונה צו לייגן תפילין דרבינו תם, הייב שוין אן היינט לייגן תפילין דרבינו תם; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ה', אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן; און קוק אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (שם, אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְּאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְּאֹד מְּאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילין זיך צו קענען קריגן מיט אים; קוק נאך אינעווייניג די גאנצע אות וועסטו זען דאס גרויסקייט פון תפילין דרבינו תם.


איך ווייס נאך נישט ווען איך פאר קיין ארץ ישראל, איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין בקרוב אין ארץ ישראל און זוכה זיין צו אלע גרויסע זאכן וואס דער רבי זאגט אז מען באקומט דורך ארץ ישראל; ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך לערנען מיט דיר פנים בפנים ווי אזוי זיך צו פירן בדברים שבינו לבינה, נישט צו ווערן פארדרייט פון די אלע וואס לערנען חומרות ופרישות מיט חתנים וואס דאס איז אנטקעגן די תורה.


שטארק זיך ווייטער מיט'ן פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל; מיר דארפן זיך שטארקן קעגן די קליפות, ווען די ערב רב זוכן אויסצורייסן די תורה דארפן מיר זוכן ווי מער אריין צו ברענגען די אמונה אין אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#978 - בית המדרש "היכל הקודש" בית שמש
בית המדרש, היכל הקודש, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע חשוב'ע תלמידים, תלמידי היכל הקודש בית שמש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר האט זיך צוזאמגענומען מאכן א מנין צו דאווענען צוזאמען אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווי דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


איר זאלט זיך פירן אין בית המדרש אזוי ווי מען האט זיך געפירט ביי מוהרא"ש און אזוי ווי איר האט געזען אלע יארן אין ישיבה; מאכט נישט קיין נייע זאכן, ווי למשל זינגען יעדן שטיקל ביים דאווענען וכו', דאוונט אזוי ווי מען האט געדאוונט אין ישיבה אלע יארן און אזוי ווי מען האט געדאוונט ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה.


דער עיקר הצלחה פון א שול איז ווען מען איז באחדות, איר זאלט שטענדיג געדענקען דעם מאמר הזוהר וואס מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן; עס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#977 - ביי מיר איז שכחה א מעלה
חתונה, שכחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז זי האט זיך למעשה ארויסגעדרייט און זי האט נישט געכאפט וואס ער האט געוואלט טון וכו' וכו' און זי האט ברוך ה' חתונה געהאט און זי לעבט מיט דיר כדרך כל הארץ וכו', דארף זי גארנישט טון.


שטארק דיין ווייב און מאך איר פרייליך; מען דארף נישט אריין גריבלען אין אלטע זאכן נאכדעם וואס דער מניוול האט נישט מצליח געווען וכו', חזר'ט אייך איין וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#976 - קללות שאדט נאר פאר דעם מקלל
שערן די האר, חתונה, קללות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארויסגיין פון שטוב און דו דארפסט נישט מורא האבן פון קללות; קללות שאדט נאר פאר דעם מקלל.


בנוגע זיך אפשערן; עס איז זייער א גרויסע זאך זיך אפצושערן די האר נאך די חתונה, רבי שמעון בן יוחאי זאגט צו גוטע דורות און פרנסה וכו' וכו' פאר די פרוי וואס שערט אפ אירע האר נאך די חתונה (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, דף קכה עמוד ב).


אויב איז ממש אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו, דו שפירסט אז אויב מען גייט דיר אפשערן איז דאס ווי מען גייט דיר אפהאקן דיין האנט וכו', דעמאלט קענסטו ווארטן וכו' און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט אסאך תפילה והתבודדות וועסטו אנהייבן שפירן א געשמאק אין אידישקייט און דו וועסט זיין גרייט אויף דעם, וועסטו דאס טון בשמחה ובטוב לבב.


האב נישט מורא פון קללות; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ב): "כַּצִּפּוֹר לָנוּד, כַּדְּרוֹר לָעוּף, כֵּן קִלְלַת חִנָּם לוֹ תָבֹא", אזוי ווי א פייגל פליט ארויס פון איר נעסט צו זוכן עסן און נאכדעם קערט זי זיך צוריק, אזוי אויך ווען איינער שעלט וועט דאס צוריק קומען צו דעם וואס שעלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#975 - גיי נישט ליידיג, וועסטו האבן שלום בית
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א', הושענא רבה, כ"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חול המועד טאר מען נישט שרייבן נאר ווען עס איז א דבר האבד, איך שפיר ווי דאס איז א דבר האבד, אז דיין שלום בית זאל דיר נישט גיין צוגרינד.


הער אויף נאך לויפן דיין ווייב וכו', עס איז נישט גוט צו זיצן אין שטוב א גאנצן טאג אויף דיין ווייב'ס קאפ. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט צו נישט גוטע זאכן.


דו דארפסט נישט קיין פילן וכו', דו דארפסט ארויסגיין פון שטוב; אדער גיין ארבעטן, אדער גיין הפצה - מפיץ זיין קונטרסים פאר אידישע קינדער, אדער גיין לערנען וכו'. פילן העלפט נישט ווען מען גייט ליידיג; אז דו וועסט זיצן אין שטוב וועט דיר נישט העלפן טאבלעטן וכו', דו וועסט ווייטער וועלן זיין הונדערט מאל א טאג מיט דיין ווייב וכו'.


דיין ווייב שפירט נישט גוט פון דעם אליינס וואס דו זיצט איר אויפ'ן קאפ; אז דו וועסט איר אויפהערן נאכלויפן וועט זי זיין געזונט און שטארק.


הייב אן נאכאמאל לערנען ח"י פרקים משניות; אלס בחור האסטו געלערנט אזוי פלייסיג משניות, פארוואס זאלסטו נישט ממשיך זיין יעצט נאך די חתונה ווייטער מיט ח"י פרקים משניות? משניות איז די בעסטע טאבלעטן פאר'ן מענטש, משניות קילט אפ דעם מענטש פונעם ברענעדיגן יצר הרע.


איך האף אז דו האסט זיך נישט באליידיגט פון די נעכטיגע שמועס, איך האב פשוט רחמנות אויף דיר; עס איז א שאד אז דיין שלום בית זאל זיך דיר אפקילן. ווען א פרוי שפירט ווי דער מאן לויפט איר נאך וכו', קילט זיך אפ די ליבשאפט וכו'. אזוי ווי עס איז באקאנט די מעשה, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן צמח צדק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז זיין ווייב גרויסט זיך אויף אים, זי דערנידערט אים און טשעפעט אים. האט דער הייליגער צדיק אים געזאגט: די תורה זאגט (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", דער אייבערשטער האט געזאגט פאר חוה אז זי וועט גליסטן נאכ'ן מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן איבער איר, און דער צמח צדק האט אויסגעפירט: "דאס גייט אינאיינעם, און אויב טוישט מען אויף דעם ערשטן חלק, מען גליסט צו איר, דאן טוישט זיך דער צווייטער חלק און זי ווערט די געוועלטיגער".


א גוט קוויטל.


 

#974 - מ'דארף באצאלן שכר לימוד
שכר לימוד, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד משפחת ... שיחיו.


מען האט מיר מודיע געווען פון אפיס אז איר זענט שולדיג פאר שכר לימוד דער סכום פון ... טויזנט דאללער; נישט נאר דו צאלסט נישט קיין שכר לימוד, נאר דו מאכסט חוזק און א געשפעט פון די גאנצע זאך.


מיר גייען יעצט בעטן דעם אייבערשטן ביי תפילת נעילה: "אַתָּה נוֹתֵן יָד לַפּוֹשְׁעִים, וִימִינְךָ פְשׁוּטָה לְקַבֵּל שָׁבִים, וַתְּלַמְּדֵנוּ ה' אֱלהֵינוּ לְהִתְוַדּוֹת לְפָנֶיךָ עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ, 'לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ' וּתְקַבְּלֵנוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה לְפָנֶיךָ כְּאִשִּׁים וּכְנִיחוֹחִים" וכו', נאכדעם בעט מען נאכאמאל: "וַתִּתֶּן לָנוּ ה' אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה אֶת יוֹם צוֹם הַכִּפֻּרִים הַזֶּה, קֵץ וּמְחִילָה וּסְלִיחָה עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ, 'לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ' וְנָשׁוּב אֵלֶיךָ לַעֲשׂוֹת חֻקֵּי רְצוֹנְךָ בְּלֵבָב שָׁלֵם"; עס איז נישט פארהאן נאך תפילות וואס מען בעט צוויי מאל ביי נעילה, זעט מען פון דעם די הארבקייט פון זיין שולדיג פאר א צווייטן געלט.


איך בין נישט מוחל קיין איין פרוטה וואס דו קומסט מיר, איך בלוטיג אוועק יעדע רגע פאר די מוסד, פאר דיינע קינדער וכו'; דער אייבערשטער ווייסט אז איך נעם נישט קיין איין פרוטה פונעם מוסד פון ווען די מוסד שטייט, איך לייג אריין אינעם מוסד אלעס וואס איך האב צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אז די מוסד זאל אנגיין און דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג, עס איז א בושה און א חרפה.


איך ווארט צו הערן פונעם מנהל המוסד אז דו האסט אים גערופן און געמאכט א פלאן ווי אזוי צו באצאלן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן אז שכר לימוד איז די חשוב'סטע זאך, אז מען צאלט שכר לימוד איז מען מצליח מיט די קינדער.

#973 - נישט צום גלויבן וואס דו ליידסט אין שטוב
חיזוק פאר מיידלעך, צרות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב דיר שוין געשריבן פאריגע וואך אז עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ וואס דו האסט מיר דערציילט וואס דו ליידסט אין שטוב, ובעיקר אז קיינער ווייסט נישט וואס דו ליידסט, ווייל ווען איינער ליידט פון מענטשן, מען טשעפעט אים און מען רודפ'ט אים, אויב ווייסן מענטשן וואס ער ליידט איז דאס גרינגער פאר'ן מענטש, ווייל מען קען אים מחזק זיין וכו', אבער ווען א קינד גייט אריבער יסורים אין שטוב און קיינער ווייסט נישט וואס ער ליידט און קיינער גלייבט אים נישט, מען זאגט אים: "נע, דו טרייבסט איבער, עס קען נישט זיין", "דו ביסט שולדיג", וכדומה, דעמאלט איז כמעט אוממעגליך דורך צו טראגן די יסורים.


דעריבער ביסטו א חידוש ווי אזוי דו גייסט אן אין לעבן מיט אזויפיל יסורים ווען קיינער קען נישט חלומ'ן וואס מען טוט מיט דיר; דיינע נאנטע, דיינע חבר'טעס ווייסן גארנישט וואס דו ליידסט נעבעך צאם.


איך בעט דיר זייער, ווארט נאך אביסל; דו ביסט שוין אין די יארן פון ווערן א כלה, נאך אביסל וועסטו האבן דיין אייגענע לעבן מיט מזל און הצלחה.


געב זיך איבער צום אייבערשטן; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד וואס האט א שווערע לעבן, אז יעדעס מאל ווען ער קען מער נישט נעמען די יסורים טראכט ער צו זיך: 'איך בין א נפטר און די מלאכי חבלה זענען מיר מטהר ומנקה פון מיינע עבירות'; דעמאלט ווערט אים גרינגער.


א גוט יום טוב.