בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ן
שמחה, חתונה, משלי, שיר השירים, סגולה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו גייסט אריבער וכו', דו האלטסט שוין א האלב יאר נאך די חתונה - און נאכאלץ מוטשעסטו זיך וכו'; לדעתי ביסטו געזונט און שטארק, עס איז נאר דא ביי דיר אן אינערליכע אנגעצויגנקייט פון דעם ענין וכו', און דאס אנגעצויגנקייט און נערוועזקייט - האלט אפ וכו'.


הדבר הראשון, נעם די עצה און די סגולה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תס), די עצה פאר גבורת אנשים איז לערנען ספר משלי, ספר קהלת און ספר שיר השירים; מאך זיך א שיעור צו לערנען די ספרים באופן גירסא. אויך זאלסטו אוועקשטעלן א גלעזל אינדרויסן פון דיין שטוב ביים פענסטער, און ווען עס וועט גיין א רעגן און די גלעזל וועט פול ווערן מיט רעגן וואסער - זאלסטו דאס נעמען און אויסטרינקען, דער רבי זאגט אין ספר המדות (אות סגולה חלק ב, סימן ג): "מֵי גְּשָׁמִים מְסֻגָּלִין לְמִי שֶׁאֵין לוֹ גְּבוּרַת אֲנָשִׁים", רעגן וואסער איז מסוגל לגבורת אנשים.


דער עיקר זאלסטו זיין זייער פרייליך און דו זאלסט זיך נישט זארגן, ביי אסאך הערט מען אזוי ווי ביי דיר, און דער אייבערשטער וועט העלפן, עס וועט נישט נעמען לאנג און אלעס וועט זיין אין ארדענונג.


כל טוב.

#2 - אכטונג געבן יענער זאל נישט האבן צער און ווייטאג
קינדער, בין אדם לחבירו, תפלה, סגולה, ווייטאג

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע בעטן אייער עלטערע שוועגערין וואס איז נאכנישט געהאלפן געווארן מיט קינדער – זי זאל טון די סגולה וכו'; עס איז נישט כדאי, עס קען איר וויי טון, מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען וויל רעדן א סגולה וכו' ווי אזוי מען זאגט דאס און ווער עס זאל עס זאגן, אז עס זאל נישט ארויסקומען צער און ווייטאג.


מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס פאר א צער א פרוי וואס האט נאכנישט זוכה געווען צו קינדער - גייט אריבער; מען קען זיך דאס נישט פארשטעלן, קיינער קען איר נישט פארשטיין, און ווער רעדט נאך ווען זי גייט צו איר מאמע אדער שוויגער פאר שבת און יום טוב און זעט אירע יונגערע שוועסטער און שוועגערינס קומען מיט די קינדער, און אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, אלע שמועסן איז פון קינדער, און זי זיצט דארט אין די זייט און שלינגט אירע טרערן און עסט אירע טרערן; דאס קען מען נישט פארשטיין.


בעטס דעם אייבערשטן פאר איר, זי זאל געהאלפן ווערן שנעל מיט קינדער, און נעמט זיך פאר גוטע זאכן, גוטע קבלות פאר א זכות פאר איר, זי זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - בעטן דעם אייבערשטן, און זאגן שמות הצדיקים
מוהרא"ש, עין הרע, תפילה, שמות הצדיקים, סגולה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די חשש פון עין הרע וכו', איר טראכט אז דאס איז וואס איר מוטשעט זיך ביי יעדע מאל וואס איר ווארט וכו'; איר פרעגט וואס צו טון.


די כלל ביי דעם איז (פסחים קי:): "מאן דלא קפיד, לא קפדי בהדיה", ווער עס מאכט נישט קיין עסק דערפון - אים טוט דאס נישט שאטן; זאלט איר נישט מאכן קיין עסק פון דעם - וועט עס אייך גארנישט שאטן.


מיט דעם אלעם, פלעגט מוהרא"ש זאגן מען זאל פרובירן אויסבאהאלטן ביז ווען מען קען, און אויך שפעטער ווען מען קען שוין נישט אויסבאהאלטן - דארף מען זיך צוריק האלטן פון רעדן מיט חבר'טעס פון דעם, און נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן גרינג און מען זאל האבן ערליכע דורות.


מוהרא"ש זאגט פאר אלע וואס פרעגן פאר א סגולה מען זאל האבן גרינג דאס קינד – אז מען זאל זאגן שמות הצדיקים און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב, סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע.


דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.