בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - לֶךְ לְךָ, גיי פאר דיר
עבודת השם, מוהרא"ש, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ט' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז די פרשה פון 'לך לך' - גיי פאר דיר, פאר דיין טובה; טייטשט מוהרא"ש, דא איז מרומז די עצה פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב), פון "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם" (יחזקאל לג, כד), נישט קוקן אויף אנדערע, נאר קוקן אויף זיך, 'לך לך' גיי פאר דיר.


ווייל יעדער מענטש איז א וועלט פאר זיך; אזוי פלעגט מוהרנ"ת זאגן: "א וועלט מיט וועלטלעך", יעדער מענטש איז אן עולם בפני עצמו, און די העכסטע זאך איז - דינען דעם אייבערשטן ווי עס שיינט פארן מענטש; איינעם שיינט צו דאווענען מער שטייט, און איינעם שיינט צו דאווענען מער בזרירות, אויך ווען עס קומט צו לערנען; פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שנעל, און פאר איינעם שיינט צו לערנען מער שטייט, אזוי אויך ווען עס קומט צו זיך מתבודד זיין; פאר איינעם שיינט צו גיין אין א פעלד זיך מתבודד זיין, און פאר איינעם שיינט זיך צו מתבודד זיין אין א פארמאכטע צימער, און פאר איינעם שיינט גאר צו גיין אין גאס און אזוי רעדן צום אייבערשטן; יעדער האט זיך זיין וועג ווי עס שיינט אים זיין עבודת השם, און אזוי אויך ווען עס קומט צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים; איינעם שיינט מער צו לערנען 'ליקוטי מוהר"ן', און איינעם שיינט מער די 'שיחות', און אזוי ווייטער; דארף מען שטענדיג וויסן און געדענקען צו קוקן אויף זיך און נישט קוקן אויף א צווייטן, נישט ווערן צעפאלן אז מען קען נישט טון ווי דער צווייטער, ווייל עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו טון דעם צווייטנ'ס נקודה, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי ר זושא זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווען איך וועל קומען ביים בית דין של מעלה וועט מען מיר נישט פרעגן און פארהאלטן פארוואס איך האב נישט געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי מיין ברודער דער צדיק רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן אויף וואס איך האב נישט געדינט אזוי שטארק דעם אייבערשטן ווי איך זושא וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן"; און דאס לערנט אונז דער רבי: 'אחד היה אברהם', אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן מיט די זאך פון 'אחד', ווי ער איז אליין אין די גאנצע וועלט, און זוכט נישט קיינעם נאכצומאכן, נאר דינען דעם אייבערשטן לויט זיין וועג ווי עס שיינט אים און ווי עס גייט אים.


אויך ביי משפחה; וואס דארפסטו זיך פארמעסטן מיט דיין ברודער'ס קינדער, מיט דיין שוואגער'ס קינדער? דאס לעבן איז נישט קיין פארמעסט ווער האט בעסערע קינדער און ווער איז מער מצליח, און נאר אויב די גאנצע משפחה פלאגט זיך און מוטשעט זיך - נאר דעמאלט איז געלונגען דאס וואס איך בין געקומען קיין ברסלב, און אויב אלע גייט גוט וכו' - ווער איך צעמישט וכו'; קוק נישט אויף קיינעם, קוק אויף זיך; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון הייליגן רבי'ן און קוק נישט אויף קיינעם, דין דעם אייבערשטן אזוי ווי אברהם אבינו וואס האט אויף קיינעם נישט געקוקט, דעמאלט וועסטו מצליח זיין. אזוי ווי מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט, ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ווען ער האט געפונען דעם רבי'ן האט ער קיינעם נישט געקענט, ער האט נאר געקענט די ספרים, אז קיינער זאל אים נישט מאכן קיין חלישות הדעת; אויך דו, אז דו וועסט אויף קיינעם נישט קוקן - וועסטו זייער מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי שיין און ווי האניגדיג איז מיין עבודת השם
שמחה, עבודת השם, תמימות, סיפורי מעשיות, נישט קוקן אויף א צווייטען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך, ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, און ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז"; "וואס פאר א האניגדיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; זיין ווייב האט יא געהאט חכמות וכו', האט זי זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


די מעשה איז אזוי וויכטיג, דער רבי לערנט אונז מיר זאלן נישט קוקן אויף קיינעם, מיר זאלן קוקן אויף זיך אליינס, און אויך ווען עס קומט צו עבודת השם זאל מען נישט קוקן אויף קיינעם, נאר נעמען די שיכעלע אין האנט און דאס ליב האבן און זיך זינגען: "ווי שיין און ווי זיס און ווי האניגדיג איז מיין עבודת השם"; ווייל דער רבי, ווען ער האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט ער געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות", דער רבי האט געוואלט מיר זאלן זיך פרייען מיט וואס מיר טוען, מיט אונזערע נקודות טובות און זיך נישט קלאפן מיט קוקן אויף אנדערע.


איך זאג שטענדיג פאר די בחורים און אינגעלייט ווען עס קומט מיר אויס צו פארן מיט זיי, און ווען מען פארט נעבן א גרויסע טראק, טרעקטער וכדומה - פארן זיי שטייט און זיי האלטן זיך צוריק פון פארן, זאג איך זיי, דאס קומט ווייל ענק קוקן אויף אנדערע, אז ענק וועלן קוקן נאר אין ענקערע ד' אמות - וועלן ענק נישט ווערן דערשראקן, ענק וועלן זיך נישט צוריק האלטן פון פארן ווייטער ווי ביז אהער, ווייל דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן האלטן זיך צוריק פון מצליח זיין, דאס קוקן אויף די גרויסע טראקס, די גרויסע מענטשן וכו', מען דארף זינגען דעם תם'ס ליד: "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה, און יענעמ'ס מעשה אינטערעסירט מיך נישט".


היינט נאכט איז דא א וויכטיגע שיעור פאר די פרויען, דיין ווייב טאר דאס נישט פארפאסן, איך זאג דיר עס לוינט נישט זי זאל עס פארפאסן; בלייב אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע
מוהרא"ש, הצלחה, פרשת לך לך, נישט קוקן אויף א צווייטען, אברהם אבינו

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט צו אונז אסאך גערעדט פון די ווערטער: "לֶךְ לְּךָ" פון די וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער זאגט פאר אברהם אבינו: "לֶךְ לְּךָ" - גיי פאר דיר; גיי פאר דיין טובה, אז דאס מיינט מען אונז, דאס מיינט מען יעדן איינעם, דער אייבערשטער זאגט דיר: 'לֶךְ לְּךָ', קוק אויף דיר, קוק נישט אויף אנדערע, אין דעם ליגט די סוד פון הצלחה, דו וועסט זוכה זיין צו די ברכות פון: "וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ וֶהְיֵה בְּרָכָה, וַאֲבָרְכָה מְבָרְכֶיךָ וּמְקַלֶּלְךָ אָאֹר וְנִבְרְכוּ בְךָ כֹּל מִשְׁפְּחֹת הָאֲדָמָה".


ליבער ברודער, אויב דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן, זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם, 'לֶךְ לְּךָ' קוק נאר אויף דיר, דאס איז די סוד פון הצלחה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן השמטה, חלק ב) אויפן פסוק (יחזקאל לג, כד): "אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם", אז אברהם אבינו האט געדינט דעם אייבערשטן, "רַק עַל יְדֵי שֶׁהָיָ' אֶחָד", נאר ווייל ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, "רַק כְּאִילוּ הוּא אֶחָד בָּעוֹלָם", ער האט געטראכט 'איך בין איינער אליין' וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.