בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#972 - עס איז נישט צום גלייבן אז עלטערן זאלן שלאגן די אייגענע קינדער מכות רצח
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות זיך צו דערהאלטן, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך האב נישט קיין מנוחה פון דאס אלעס וואס דו האסט מיר דערציילט, וואס דו גייסט אריבער אין שטוב וכו' וכו'; עס איז נישט צום גלייבן אז עלטערן זאלן שלאגן די אייגענע קינדער מכות רצח, איך האף צום אייבערשטן אז דאס וועט מער נישט פאסירן, אויב יא ווייסטו וואס דו האסט צו טון, זאלסט נעמען דיין טאשקע און אוועק גיין פון שטוב.


זייער גוט טוסטו אז דו דערציילסט קיינעם נישט וואס דו גייסט אריבער, נאר דו גייסט ארום מיט א שמייכל, אלע מיינען אז דו ביסט די גליקליכסטע וכו', קיינער קען נישט חלומ'ן ווי צעבראכן און צעבלוטיגט דיין הארץ איז אין דיר. זאלסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן דיין צעבראכענע הארץ, רעדן צום אייבערשטן געבט א מורא'דיגע שטארקייט, מען קען אריבער טראגן שווערע ביטערע נסיונות און נישט צעפאלן ווערן.


איך האב באקומען ערב ראש השנה ביים רבינ'ס ציון אין אומאן א ליסטע פון אלע תלמידות בית פיגא פון ארץ ישראל, איך האב דיין נאמען, איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


זיי ממשיך צו זאגן תהלים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#971 - נישט גיין אין ערכאות צוריק צו ברענגען די גניבה
אידיש געלט, חובות, ערכאות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט צעבראכן אלע מניעות און דו ביסט געקומען קיין אומאן; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א זיס יאר, א ליכטיג יאר, נחת ביי דיינע קינדער, שידוכים, פרנסה מיט אלעס גוטס.


איך ווארט צו הערן צי עס איז נאך דא א קלער פון צוריק באקומען די פופציג טויזנט דאללער וואס ער האט גע'גנב'ט, איך דערטרענק זיך אין חובות.


בנוגע גיין צו ערכאות וואס דארט קען מען באקומען די געלט ביז פיר און צוואנציג שעה; איך בין גרייט צו פארלירן די גאנצע געלט אבי נישט צו מחלל זיין שם שמים. אויב בית דין וועט אונז געבן א היתר ערכאות איז אן אנדערע זאך.


איך ווארט צו הערן פון דיר.


א גמר חתימה טובה.

#970 - באצאלן פאר די מלמדים פאר ביז נאך יום טוב
שכר לימוד, מוסדות, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער אויב דו קענסט זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות צו באצאלן די מלמדים און איינגעשטעלטע די וואך פאר די קומענדיגע וואכן ביז נאך סכות; דאס הייסט אויף דריי וואכן: פרשת האזינו, די וואך פון יום טוב סוכות און פרשת בראשית. זיי ארבעטן אזוי געטריי א גאנץ יאר, איז יעצט ווען עס קומט יום טוב לאז זיי האבן א שמחת יום טוב זיי זאלן קענען משמח זיין די ווייב און קינדער.


פרוביר דאס צו געבן שוין היינט אדער מארגן, אז עס זאל נישט זיין וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ה.): "הַמַמְצִיא לוֹ מָעוֹת לֶעָנִי בְּשַׁעַת דָּחְקוֹ", ווער עס ברענגט גלעט פאר'ן ארימאן די לעצטע מינוט ווען ער קען נישט קויפן פאר ביליג, ער מוז קויפן פאר טייער, וואס דאן איז דאס פאר אים א קללה.


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט זיי באצאלט אויף יום טוב, אזוי וועלן מיר קענען זאגן ביי תפילת נעילה: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ, וּתְקַבְּלֵנוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה לְפָנֶיךָ".


איך וועל דיר אם ירצה ה' שיקן ד' מינים אויף יום טוב.


איך שיק דיר א בריוו וואס דו זאלסט שיקן צו די פאר משפחות וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג א גאנץ יאר ווען דו רופסט זיי בעטן שכר לימוד; נישט נאר זיי צאלן נישט קיין שכר לימוד, נאר זיי מאכן א געשפעט ווען מען רופט זיי בעטן שכר לימוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


...

#969 - אן אומשולדיגער חתן וואס די כלה דארף אים נישט
תפילה והתבודדות, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך בין אויך זייער דערשראקן פון די פרשה און איך האב גרויס רחמנות אויף איר, בפרט אויף דעם חתן; אן אומשולדיגער חתן גרייט זיך חתונה צו האבן און ער ווייסט נישט וואס ווארט אים אין לעבן, ער חלומ'ט נישט אז זיין כלה דארף אים נישט און וויל אים נישט.


דו זאלסט זיך נישט מבלבל זיין פון קיינעם נישט; דאס מערסטע וואס דו קענסט טון איז "תפילה", דערציילן פאר'ן אייבערשטן דעם סיפור הדברים און אים בעטן עס זאל נישט ארויסקומען קיין ווייטאג פאר קיינעם, עס זאל זיך ענדיגן גוט.


בעיקר זאלסטו בעטן פאר דיר אליינס, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן סז): "וְהָעִקָּר לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ", א מענטש דארף אסאך בעטן פאר זיך, פאר זיינע דורות הבאים און בכלליות פאר אידישע קינדער.


נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו א גוטע שידוך; איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל זיין דיין שדכן.

#968 - איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן, איר האט פארקוקט אויף אלעס אבי אז אייערע קינדער זאלן האבן א געזונטע שטוב, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א טאטע מאמע.


אויף אייער פראגע אז ער שלעפט אייך אויף יום טוב וכו'; טראכט צו זיך אז איר האלט שוין נאך אייער פטירה, איר זענט א נפטרת און די מלאכי חבלה טראגן אייך צו דעם פלאץ וכו', וואס וואלט איר דעמאלט געטון?


געבט זיך איבער צום אייבערשטן; זאגטס פאר'ן אייבערשטן די ווערטער: "אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר; אִיךְ וִויל גָארְנִישְׁט, אִיךְ וִויל נָאר וָואס דוּ וִוילְסְט, אִיךְ בִּין צוּרִיק גֶעגַאנְגֶען צוּ מַיין מַאן נָאר וֶועגְן דִיר, כְּדַאי אַז מַיינֶע קִינְדֶער זָאלְן אוֹיסְוָואקְסְן גֶעזוּנְט, זֵיי זָאלְן הָאבְּן אַ טַאטֶע אוּן אַ מַאמֶע; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גָארְנִישְׁט וֶועלְן, אִיךְ זָאל זַיין צוּפְרִידְן פוּן מַיין לֶעבְּן".


שרייבטס מיר נאך וועל איך אייך מחזק זיין; איך וועל אייך שטענדיג מחזק זיין, איך וועל אייך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#967 - שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, מיט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן; ווער עס נעמט די עצה פון רעדן צום אייבערשטן ווערט אויסגעהיילט פון אלע פחדים און שלעכטע מחשבות.


א גריס פון אייערע ליכטיגע קינדער; סיי אייער זון און סיי אייער טאכטער, ביידע פון זיי זענען אויסנאם קינדער קיין עין הרע, זיי זענען זייער דרך ארץ'דיג און פאלגעדיג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען מחנך זיין די קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן.


 

#966 - מאך א שטארקע קבלה מוסיף צו זיין אין הפצה
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיי מגדל זיין צוזאמען מיט דיין ווייב בניקל ובנחת.


ווען עס קומט א נייע יאר דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש וואס מיר האבן געטון דעם פארלאפענעם יאר פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן און מאכן פרישע קבלות פאר די נייע יאר. פאר ווער עס פרעגט מיר וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר, זאג איך אים: "נעם זיך פאר מוסיף צו זיין אין הפצה, צוריק ברענגען נאך אידישע נשמות צום דרך התורה".


איך האף אז דו וועסט אויך מאכן א שטארקע קבלה מוסיף צו זיין אין הפצה; סיי לייגן גליונות וכו' און סיי אויסטיילן ספרים, קונטרסים, סידי'ס, קארטלעך פאר בחורים און מיידלעך. זאלסט זיך נישט צוטון מאכן פון לצים וואס רופן אונז אן מיט צונעמען וכו', נאר גלייך ווען דו זעסט א בחור זאלסטו צוגיין צו אים און אים מזכה זיין מיט עצות און חיזוק פאר'ן לעבן, טראכט נישט צי מען קוקט... צי מען לאכט...


  האלט פאר דיינע אויגן ווי למשל איינער דערטרענקט זיך אין וואסער און דו האסט די מעגליכקייט אים צו ראטעווען, וואלסטו דען געקוקט צי איינער קוקט? צי איינער לאכט? וואלסט זיכער אריינגעשפרינגען יענעם צו ראטעווען.


אין דעם זכות זאלסטו האבן א שנה טובה ומבורכת.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#965 - גליון "קרית ברסלב בלעטל"
שטעטל, בריוו, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב געזען דעם נייעם בלעטל וואס איר געבט ארויס יעדע וואך; איך בין זייער נתפעל געווארן פון דעם גליון, בעיקר פון די "מעשיות פון תפלה", וואס ברענגט אריין אמונה בתמימות ובפשיטות אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז וואס מען דארף און וואס מען וויל זאל מען זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, אים בעטן אויפ'ן פשוט'ן שפראך.


פון דעם באשטייט דאס גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן אונזער טאג טעגליכער לעבן מיט תפילה והתבודדות, נאר דאס איז איין אמת'ער תכלית.


איך האף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו פאר'ן גליון; עס איז כדאי דו זאלסט דאס אויסשפרייטן פאר אלע משפחות, אלע זאלן האבן דערפון חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


דער עיקר זאלט איר זען צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן; די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך א משפחה, משפחת ... הי"ו, דער אינגערמאן זאגט מיר אז זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די שיינע ווארעמע ברוך הבא וואס אלע משפחות האבן זיי געמאכט, מיט אזא חסד און אהבה.


 


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#964 - מיט אמונה איז אלעס גוט
תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, וועט דיר דאס לעבן זיין זיס און האניג'דיג.


ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס אויף די וועלט טוט דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן – איז אים אלעס גוט; ער ווייסט אז אלעס איז לטובתו, אויך דאס אז מען פארשטייט נישט די טובה איז אויך דער אייבערשטער, דעמאלט איז גרינגער צו נעמען דאס שלעכטס.


געב א קוק דיינע ליכטיגע קינדער וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן און אזא טייערע מאן נרו יאיר, בלייבט דיר איבער נאר איין זאך: "תודה והודאה" – דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר און דיין מאן; דיין מאן העלפט מיר זייער אסאך, ער העלפט מיר מיט א געטריישאפט, אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#963 - וויין צום אייבערשטער דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צוגעקלעבטקייט צו אלקאהאל
אומאן, משקה המשכר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אדער אנגעווייטאגט אויף מיר אויב דורכ'ן יאר האב איך דיר געזאגט אדער געשריבן וכו'; נעם אן מיינע ווערטער אויף א פאזיטיווער וועג, ווייל איך וויל נאר דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


יעצט ביים רבינ'ס ציון וועלן מיר פועל'ן א גוט יאר; ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. מוהרא"ש זאגט נאך בשם רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה: "אז מען עקשנ'ט זיך ביים ציון, קען מען אלעס פועל'ן".


דעריבער זאלסטו נישט זיין קיין בטלן, זאלסט זיצן ביים ציון און וויינען און וויינען אז דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צוגעקלעבטקייט צו אלקאהאל; בעט דעם רבי'ן אז דו זאלסט זיך פאר'עקלען פון אלקאהאל, און מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז זיין זיידע (א מחותן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה) פלעגט רייכערן צוויי פושקעס צוגרעטלעך יעדן טאג (רויטע צוגרעטלעך), ער איז געווען אזוי צוגעבינדן צו דעם, ער האט זיך ממש נישט געקענט שיידן דערפון.


ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מער נישט רייכערן; דער רבי זאגט מען זאל נישט רייכערן, העלף מיר איך זאל זיך אפלאזן פון דעם", איין אינדערפרי ווען ער האט גענומען דעם צוגרעטל אין האנט האט ער געשפירט ווי עס עקלט אים און ער האט דאס אראפגעווארפן, נאכדעם האט ער ווייטער פרובירט איינמאל און נאכאמאל ביז ער האט געזען אז זיינע תפילות און געבעטן זענען נתקבל געווארן און ער האט זיך אפגעוואוינט פון דעם. זעט מען פון דעם, אז מען בעט העלפט דער אייבערשטער.


א כתיבה וחתימה טובה.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.

#962 - לאז נישט אפ גארנישט פון אידישקייט, דו וועסט טרעפן א שידוך
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און לאז נישט אפ גארנישט פון אידישקייט; אמת, עס איז דיר זייער שווער, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן און דו האלסט עס מער נישט אויס, דו שפירסט זיך ווי א שמאטע; דאך זאלסטו גלייבן באמונה שלמה אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג פאר'ן געבוירן ווערן רופט מען אויס אין הימל ווער די שידוך איז און וועט זיין און ווען עס זאל אנקומען.


נעם די עצה פון רבי'ן; גיי אין א זייט, אין א פלאץ וואו קיינער זעט נישט און וויין צום אייבערשטן, זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך האב מער נישט קיין כח צו זיין א בחור, א פלג גוף; אייבערשטער איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין הייליג און ריין, איך האלט שוין נישט אויס דעם נסיון פון זיין א בחור"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ביז דו וועסט זוכה זיין צו געהאלפן ווערן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#961 - די עלטערן זענען ברוגז אז דו גייסט קיין ברסלב
כיבוד אב ואם, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער פארנדיג צום רבי'ן אויף ראש השנה.


עס טוט מיר אזוי וויי, ממש עס רייסט מיר ביים הארץ וואס דו גייסט אריבער מיט דיין משפחה; זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר און זיי וויל נישט האבן מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער. אלעס צוליב דעם גרויסן חטא אז דו ביסט א ברסלב'ער, דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה און פאר'ן שיקן די קינדער אין די ברסלב'ע מוסדות.


וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט; מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, כאילו ביי אונז איז א פלאץ פון הפקרות און קלות ראש, ווען באמת איז דאס פונקט פארקערט. ווי יעדער פרישער מקורב דערציילט ווי אזוי דער הייליגער רבי האט אים געטוישט דאס לעבן צו א לעבן מיט אמונה, א לעבן מיט חשבון הנפש און א לעבן מיט תכלית פון תורה ותפלה, וכו', וכו'.


דער רבי האט שוין דאס געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אוּן קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", מען רעדט אויף דעם מענטש כל דבר אסור און אויף יענעם קריגט מען, זאגט דער רבי: "אויף יענעם קריג איך אויך".


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן; זיי מחזק דיין ווייב, קודם איז שוין אביסל גרינגער ווען אירע עלטערן רעדן שוין יא מיט ענק, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן רעדן מיט דיר און עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.

#960 - יישר כח פאר'ן העלפן צוזאמנעמען פאר די רענט
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט ווען מיר האלטן סוף יאר וויל איך דיר וואונטשן א גוט געבענטשט יאר.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן צוזאמנעמען חודש'ליך די רענט פאר'ן מוסד, מיט דעם האסטו מיר גרינגער געמאכט איך זאל האבן כח ווייטער צו לערנען און מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט.


איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, דיין ווייב און דיין זון ... ביים רבינ'ס ציון, אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע מעשים.


איך האף אז דו וועסט ווייטער ממשיך זיין לשנת תש"פ ווייטער צו העלפן די מוסד מיר זאלן ווייטער קענען פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


יום כיפור, סוכות, הושענא רבה און שמחת תורה וועל איך אם ירצה ה' בלייבן אין וויליאמסבורג, איך פארמאך נישט די מוסד און בית המדרש אין וויליאמסבורג; מיר גייען נישט בבחינת פוחת והולך, נאר מיר גייען ווי די בית הלל - מוסיף והולך, מיר האבן געעפנט נאך א מוסד אין שטעטל אבער נישט אויף צו פארמאכן די מוסד אין שטאט.


א כתיבה וחתימה טובה פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין הצלחה.

#959 - מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן צו בלייבן אין "היכל הקודש"
היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


ווען מיר שטייען שוין ביים ענדע פונעם יאר, ביים אנהויב פונעם נייער יאר – וויל איך דיר וואונטשן זאלסט האבן א זיס ליכטיג יאר און דו זאלסט קענען ערציען דיינע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין טייערע ווייב תחי'.


דאס ווייסטו אוודאי אז דער יצר הרע ימח שמו האט זייער פיינט אונזער פלאץ "היכל הקודש"; ער טוט אלעס אויף דער וועלט אוועק צו שלעפן און אפקילן א מענטש פון "היכל הקודש". דעריבער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן, און מען זאל געדענקען דאס גוטס און די טובות וואס דער רבי האט מיט אונז געטון.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב נאך מער פון אמאל, גארנישט ווייניגער פון אמאל און ווארט צו זען דיין הצלחה.

#958 - מאך זיך א שיעור אין "ספר עצתו אמונה" וועסטו האבן חיזוק
קינדער, הפצה, ראש השנה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליכטיגער תלמיד ... נרו יאיר.


מאך זיך א שיעור אין "ספר עצתו אמונה" וועסטו האבן חיזוק, דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן; איך האב גארנישט מחדש געווען, איך שרייב וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען דורכאויס די אלע יארן פון מוהרא"ש.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, איר וועט נאך זוכה זיין צו זרע של קיימא; יעצט ראש השנה איז א צייט נפקד צו ווערן בזרע של קיימא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.) אז ראש השנה זענען אונזערע מאמעס די אמהות הקדושות נפקד געווארן בזרע של קיימא.


נעם זיך פאר לכבוד דעם נייעם יאר עוסק צו זיין ביתר שאת וביתר עוז אין פארשפרייטן די הייליגע עצות און חיזוק פון רבי'ן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין דיין נייע געשעפט, דו וועסט האבן גרויס הצלחה.


מיט יעדן איינעם וועם דו רעדסט; מיט אידן אדער להבדיל אומות העולם, זאלסטו שטענדיג מזכיר זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען, גא"ד בלע"ס י"ו, אזוי וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


איך ליב דיר, דיין ראש ישיבה.


 

#957 - דער אייבערשטער פירט די וועלט; מיר ווייסן גארנישט
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זונטאג פאר דו ביסט געפארן קיין אומאן, ווען דו ביסט זיך געקומען געזעגענען האסטו מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר דיר, ווייל זייט דו ביסט אריבער די פרשה מיט'ן אפלאזן די שידוך ביסטו נאכנישט צו זיך געקומען.


וויל איך דיר יעצט מגלה זיין, וויסן זאלסטו אז זייט דו ביסט געווארן באפאטשט פון די פרשה גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט מתפלל זיין פאר דיר, אויך מיין ווייב און קינדער – אלע זענען מיר נאכנישט געקומען צו זיך פון די פרשה, וויפיל נעכט איז אוועק פון אונז פון דיין פרשה, דאס הארץ רייסט אונז אלעמען.


פון די אנדערע זייט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט אמונה פשוטה, מיר דארפן חזר'ן אן א שיעור אז "דער אייבערשטער פירט די וועלט; מיר ווייסן גארנישט, מיר זענען דא געסט און מיר דארפן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין חשבונות און אן קיין חכמות".


איין זאך זאגן אלע (די וואס קענען דיר), זי האט פארלוירן, עס איז איר שאדן.


אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט זיך דערהאלטן, וועסטו זוכה זיין צו שענער"ס און בעסער"ס.


א כתיבה וחתימה טובה.

#956 - דו וועסט געהאלפן ווערן מיט קינדער
קינדער, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזגתו ... תחי'.


זייט נישט באזארגט וועגן קינדער; איר וועט בקרוב זוכה זיין צו זרע של קיימא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.) אז ראש השנה זענען די אמהות נפקד געווארן מיט קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט נפקד ווערן יעצט ראש השנה מיט זרע של קיימא.


מען דארף שטענדיג דערמאנען חסדי ה' וואס דער אייבערשטער טוט שטענדיג מיט'ן מענטש, מיט דעם מאכט מען א כלי צו מקבל זיין פרישע חסדים. פאריאר ראש השנה האט איר ניטאמאל גע'חלומ'ט אז איר וועט טרעפן א שידוך און חתונה האבן, קוקט ווי דער אייבערשטער האט אייך אזוי שיין געהאלפן, אזוי וועט דער אייבערשטער אייך ווייטער העלפן מיט קינדער, פרנסה און כל טוב.


לכבוד דעם נייעם יאר זאלט איר זיך מקבל זיין ווייטער צו העלפן דעם רבי'ן בכל פרט ופרט, דער רבי בלייבט קיינעם נישט שולדיג, דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם געב איך", און ווען א צדיק געבט, געבט ער בעין טובה.


א גוט געבענטשט יאר.


פון ענקער ראש ישיבה.

#955 - אריינלייגן אמונה אין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר יעצט א בריוו פון הימל פארנדיג קיין אומאן.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר פארן יעצט קיין אומאן אויף ראש השנה, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אלע תיקונים און צו א שנה טובה ומבורכת.


ביים ציון זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט מצליח זיין מיט מלמדות, אלע דיינע תלמידים זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


איך האף דאס יאר צו פארשטערקערן די חדר און די סקול; ברוך ה' מיר האבן זוכה געווען דאס יאר צו האבן גאר חשוב'ע מלמדים און טיטשערס וואס וועלן אריינלייגן אין די קינדער אמונה פשוטה, די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א פשטות צו וויסן אז וואס זיי דארפן און וואס זיי ווילן נאר – זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן. אריינווארצלען אין זיי די אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער. דומם, צומח, חי און מדבר, הכל לכל איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך.


בשעת די קינדער שפילן אין זייער פרייע צייט, זאלסטו זיי אנצינדן ניגוני אמונה, "טאנץ מיט אמונה"; עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


איך וועל דערציילן דעם רבי'ן אלעס וואס דו העלפסט מיר דורכאויס דעם יאר בכלל ובמלמדות בפרט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#954 - דער אייבערשטער האט אסאך וועגן ווי אזוי דיר צו געבן פרנסה
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו האסט מיר געמאכט דעם חשבון אויף פען און פאפיר אז דו האסט נישט קיין געלט צו ענדיגן דעם חודש, דו קענסט זיך דעקן זייער מצומצם.


וואס מיינסטו, דער אייבערשטער האט בלויז איין וועג ווי אזוי דיר צו געבן פרנסה? הרבה דרכים למקום, דער אייבערשטער האט אסאך וועגן ווי אזוי צו העלפן דעם מענטש, מיר דארפן מקיים זיין דעם (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", מיר דארפן מאכן מיט די הענט כאילו מיר שטעלן אליינס אויף דעם משכן און דער אייבערשטער אליינס איז דער וואס שטעלט אויף דעם משכן, דער אייבערשטער איז דער וואס געבט פרנסה.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ... נרו יאיר, נעם דעם רבינ'ס עצה, גיי אויף א שפאציר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, לייג אים פאר אלע דיינע קאסטן, זאג אים אלעס וואס דו דארפסט יעצט; א סוכה, נוי סוכה, ד' מינים, מתנה פאר די ווייב, סעודות יום טוב, וכו', וכו', - וועסטו זען נסים, עס וועט קומען פרנסה בריווח פון א פלאץ וואו דו האסט זיך נישט פארגעשטעלט אז עס וועט קומען.


אין שטעטל איז דאך ממש גן עדן התחתון, דארט איז גאר גוט זיך צו מתבודד זיין; הייב אן דיין טאג מיט התבודדות אויף די פרישע ריינע לופט און ענדיג דיין טאג מיט התבודדות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#953 - דאנקט דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער מענטש וואס האט נסים ווייסט גארנישט וואס פאר א נס דער אייבערשטער טוט מיט אים; דו ווייסט גארנישט וואס פאר א נס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון, דו האסט געטראפן א שידוך פון הימל, אזא טייערע ערליכע פרוי, זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם גרויסן נס.


אויך זאלסטו רעדן שיין צו דיין ווייב תחי'; זאלסט איר אויסהערן און איר מחזק זיין. בפרט יעצט ווען זי ווארט למזל טוב, זאלסטו איר אויסהערן און מחזק זיין, ווייל פרויען זענען זייער דערשראקן ווען זיי ווארטן די ערשטע מאל וכו', זיי האבן כל מיני פחדים וואס גייט זיין וכו', וואס, ווען און וואו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געשיקט קיין ארץ ישראל זאלסטו דארטן עוסק זיין אין העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אלס בחור אין ישיבה ביסטו געווען זייער הילפבאר, דארפסטו ווייטער ממשיך זיין בבחינת מוסיף והולך, ומעלין בקודש.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.

#952 - נישט זיך קריגן מיט די ווייב
שלום בית, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


עס איז נישט כדאי זיך צו קריגן אין שטוב מיט די ווייב וועגן די מוסדות, אז דיין ווייב וויל נישט אריין שיקן אין סקול זאלסטו זיך נישט קריגן ווייל עס איז נישט גוט זיך צו קריגן, קיינמאל זאלסטו נישט אריין גיין אין וויכוחים מיט איר בכלל און בפרט וועגן ברסלב.


די אלע וואס זענען געגאנגען מיט כח און געוואלד האבן נישט מצליח געווען, ווידעראום די אלע וואס האבן געהאט סבלנות, זיי האבן אסאך געבעטן דעם אייבעשטן אויף די ווייב און קינדער זיי זאלן אלע האבן א חיות און געפיל צום רבי'ן, די האבן ביים סוף געזען גרויסע נסים, עס האט זיך אלעס איבערגעדרייט, די ווייב און קינדער זענען געווארן פלאם פייערדיגע חסידות'טעס.


איך בין ברור אז אויב דו וועסטו זיך פירן אין שטוב צו איר און צו אנדערע אויף די וועג וואס איך האב דיר געלערנט אין ישיבה וואלט זי זיכער געטון דיין ווילן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): אויפן פסוק (בראשית ב, יח): "אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ", זָכָה – אז מען איז זוכה, מען פירט זיך מיט יראת שמים, דעמאלט - עוֹזַרְתּוֹ, איז די ווייב א העלפער פאר'ן מאן, לֹא זָכָה – אז מען איז נישט זוכה, דעמאלט - כְּנֶגְדּוֹ, איז זי פארקערט וכו'.


מאך זיך א קביעות צו לערנען אין שטוב, לערן יעדן אינדערפרי אדער פארנאכטס גמרא; טו עס מיט א קביעות וועסטו זען גרויסע וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.


א כתיבה וחתימה טובה.


איך האב דיר זייער ליב.

#951 - ווען מ'קומט צום רבי'ן ווערט מען ניי געבוירן
חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ד' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו אין אומאן פון אייער מאן נרו יאיר.


עס איז ממש אזוי ווי איר שרייבט, אז ווער עס ווערט מקורב צום הייליגן רבינ'ס וועג דער קען פייערן צוויי דאטומ'ס פון יום הולדת, איינס ווען די נשמה איז אריין אינעם גוף און די צווייטע ווען מען האט די חיות אין נשמה באקומען; דער רבי געבט אונז לופט צו אטעמען, ווען מען הערט די ווערטער פון רבי'ן הייבט מען אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט אונז, דעמאלט ווערט אלעס גרינגער, און דאס לעבן ווערט פשוט געשמאק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח אויפצוציען אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן נרו יאיר.


א גריס פון אייער ליכטיג קינד, ער איז פול מיט חן; ער האט זיך זייער שיין אויפגעפירט אין אומאן, הן ביים דאווענען און הן מיט זיין התנהגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א שנה טובה ומבורכת.

#950 - ווייזן שיעורים פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, דרשות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אידישע פרויען, אז איר נעמט צוזאם פרויען אין ארץ ישראל - אין עיר הקודש צפת תבנה ותכונן במהרה בימינו, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות. עס גייט דורך אויף יעדן איינעם שוועריקייטן וכו' און מיט דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך דערהאלטן און אריבער גיין אפילו די שווערסטע זמנים וכו'.


אויף אייער פראגע צי מען זאל ווייזן פאר די פרויען א דרשה וכו'; וויסן זאלט איר אז די רבנים שליט"א האבן גע'אסר'ט וידיאו אלץ מושב לצים, ווייל אז מען זיצט צוזאמען און מען קוקט דברים של מה בכך איז דאס א מושב לצים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ג): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶם דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז מען קומט זיך צוזאם און מען רעדט נישט דיבורי אמונה והתחזקות איז דאס א מושב לצים, אבער אז מען קומט זיך צוזאם זיך מחזק זיין אין יראת שמים, אין צניעות און אין חיזוק ועידוד - איז דער אייבערשטער דארט, אזוי ווי חז"ל זאגן (שם): "שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵינֵיהֶם", דעמאלט איז דער אייבערשטער דארט צווישן זיי; ממילא איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, פארקערט, דאס וועט ברענגען אז אלע וואס קוקן די דרשה און הערן זיך צו צו די ווערטער זאלן אויסהערן די רבנים אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון זיך מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן מיטן רבינ'ס עצות, זאלט איר זוכה זיין צו שעפן נחת פון אייערע קינדער און צו א שנה טובה ומבורכת.

#949 - דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז א מפיץ
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וילך - תשובה, ה' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל אהיים קומען אביסל פריער.


איר פון אייער זייט זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז א מפיץ; ער קומט טאקע אהיים שפעט אבער ער איז עוסק אין די שעות אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. וואס וואלט איר געטון ווען אייער מאן טרעפט זיך א פרנסה פון שפילן אדער זינגען ביי חתונות, וואלט איר אויך געדארפט ווארטן ביז שפעט אויף אים, דעמאלט וואלט איר געקוקט אויף אים אז ער איז א נארמאלער מענטש און ער טוט דאס פאר פרנסה, יעצט ווען ער איז עוסק אין הפצה דארפט איר זיין גליקליך און צופרידן אז ער איז עוסק בתיקון העולם, און אז ער ברענגט אהיים שיין פרנסה.


איך בארעכטיג נישט דאס וואס ער קומט אהיים אזוי שפעט, אבער איר פון אייער זייט דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א מאן אן ערליכער איד וואס זיין גאנצע קאפ און מח איז נאר עוסק "לתקן עולם במלכות שדי, וכל בני בשר יקראו בשמך", ער איז מזכה נשמות ישראל צו תורה ומצות; וויפיל אידישע פרויען וויינען אין שטוב ביינאכט אויף זייערע מענער וואס קומען נישט אהיים, זיי דרייען זיך מיט נישט גוטע חברים ה' ירחם? וויפיל אידישע פרויען זענען פארקלעמט אויף זייער לעבן, ווען זייערע מענער גייען ביינאכט צו די נישט גוטע רחמנא לצלן, איר וואס אייער מאן גייט הפצה, ער ברענגט אהיים שיין פרנסה, ער איז א ירא שמים און ער איז ערליך - דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אלעס האט זיך מסדר געווען מיט אייער זון נרו יאיר, דאס איז א מעשה פון תפילה, איך האב זייער אסאך געבעטן פאר אים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#948 - מסיים געווען מסכת נדרים
סיום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך זיץ יעצט אויפן פליגער פארנדיג קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו האסט מסיים געווען "מסכת נדרים", דו לערנסט ש"ס כסדרן.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות.


..., איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ.


א כתיבה וחתימה טובה.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.