בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#81 - אריינברענגען תשובה מיט שמחה, נישט מיט אנגעצויגנקייט
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, מוסדות, תשובה, עבירות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע ליבע חברים פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, א חודש וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, פון רחמנות, א חודש וואס מיר קענען אנהייבן פונדאסניי. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א קעניג וואס איז א גאנץ יאר אין פאלאץ, נאר גרויסע שרים קענען אריינגיין אין פאלאץ, איינמאל א יאר גייט דער קעניג אין פעלד, דעמאלט קומען אלע פויערן, אלע פארמערס, דעמאלט קענען זיי רעדן צום קעניג; אזוי איז חודש אלול, א צייט וואס יעדער איינער קען קומען צום אייבערשטן אים בעטן רחמנות.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, דער רבי לערנט אונז און ווייזט אונז דעם רחמנות פונעם אייבערשטן. אין אמעריקע האבן מיר מוסדות פאר די קינדער וואו מען לייגט אריין אין זיי פון יוגענט אן די רחמנות פונעם אייבערשטן; מען לערנט אלעס וואס מען לערנט אין אנדערע מוסדות - אבער עס איז בטעם רבינו. אלע מוסדות שיקן אהיים א בילד פון א וואגשאל, איין זייט שטייט מצוות און די אנדערע זייט שטייט עבירות, אויסלערנען די קינדער די זאך פון שכר ועונש, ביי אונז לערנט מען עס מיט די הקדמות פון רבי'ן.


איך האב באקומען א בריוו, א מאמע שרייבט מיר די ווערטער: לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה, ברוך ה' אונזער טאכטער ... האט אנגעהויבן די יאר סקול אין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


מיין מאן און איך זענען זייער זייער איבערגענומען וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, אונזער טאכטער איז אהיים געקומען מיט א צעטל, א בילד פון א וואגשאל פון מצוות און עבירות וואס יעדע סקול שיקט אהיים, אבער וואס דא איז אנדערש איז, אז די עבירות איז אויסגעמעקט, די עבירות זייט איז ליידיג, מיר האבן געפרעגט אונזער טאכטער פארוואס איז די עבירות ליידיג? זאגט זי: "ווייל ווען מען טוט תשובה האט מען נישט קיין עבירות".


דאס לערנט מען מיט די קינדער פון יונגווייז אן, אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה; מען רעדט אויך פון דעם אז אויב מען טוט נישט תשובה באקומט מען אן עונש, אבער מען רעדט מער פון תשובה.


איך האף בקרוב צו עפענען מוסדות היכל הקודש אין ירושלים און אויך אין אלע שטעטלעך אין ארץ ישראל, מיר זאלן קענען מחנך זיין די קינדער מיט א ליבשאפט צו תורה און מצוות, זיי זאלן נישט זיין דערשראקן און פארפאניקט.


איך האב באקומען א בריוו פון איינער פון ענקערע קינדער פון ירושלים, א געשריבענע בריוו; איך האב געבעטן דעם אינגערמאן וואס העלפט מיר מיט די בריוו ער זאל דאס אויפטייפן, איך וויל אייך ווייזן וואס אן אומשולדיג קינד שרייבט:


לכבוד מיין וועג ווייזער, דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א


דא שרייבט ... ירושלים, איך קען נישט אנפאנגען און איך פאנג נישט אן צו דאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און מיט מיר, ווייל וויפיל איך וועל דאנקען וועט נישט זיין גענוג.


יישר כח פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, דאס איז די גרעסטע עונג שבת וואס איז נאר פארהאן.


אזוי ווי יעצט איז חודש אלול און מן הסתם ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א וואס עס גייט פאר חודש אלול אין אלע סקולס און סעמינארן, איין זאך רעדט מען: "גיהנום, גיהנום, גיהנום, גיהנום... אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי", מען ווייזט אויף פאר יעדע מיידל ווי שלעכט זי איז און ווי נישט גוט זי איז, אבער א דרך תשובה געבט מען נישט, מען געבט נאר צו שפירן אז תשובה איז א העכערע זאך, מען לערנט נישט אויס אז תשובה איז אזא גרינגע, זיסע און געשמאקע זאך צו טון, וואס דאס ברענגט א נאנטקייט צום באשעפער, מען ווייזט נאר ווי שווער און ווי קאמפליצירט איז תשובה צו טון.


איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם, אבער דאס איז דער מציאות; איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל איך בין צעדרייט און צעמישט, מען לייגט ארויף אזא דרוק און לחץ אויף מיידלעך. איך קען נישט זאגן אז עס איז אלע לערערינס, אבער איך פריוואט האב נאכנישט געהערט פון קיין איין לערערין אז איך קען תשובה טון, נישט נאר איך זאג עס, נאר מיין גאנצע כתה כמעט.


איך בעט איבער אויף די לאנגע דרשה, אבער דאס איז א הקדמה צו מיין שאלה:


מיין לערערין האט דערציילט א מעשה בשם איינער פון די גרעסטע גדולים, אז עס איז געווען א מענטש, א פשוט'ער איד, וואס איז ארויף אויבן אין הימל נאכן ענדיגן זיין תפקיד בזה העולם און ער האט געטראכט צו זיך 'מצוות האב איך נישט, אבער לפחות די דריי תפילות א טאג וואס איך האב אויף דעם מקפיד געווען זייער שטארק - וועט מיר שטיין פאר א זכות', אינמיטן זעט ער ווי א מלאך קומט מיט א פיצעלע זעקעלע און מען לייגט עס אויפ'ן וואגשאל, דער מענטש הייבט אן שרייען: "איין מינוט, וואו איז מיינע אלע תפילות וואס איך האב געדאווענט יעדן טאג, די דריי תפילות?!" האט מען אים געענטפערט אז נאר איין מאל האט ער מכוון געווען ביים דאווענען און דאס איז אים געבליבן; ווייל עס שטייט תפלה בלא כוונה כגוף בלא נשמה, די גוף איז געבליבן אונטן מיט אלע תפילות וואס איז כגוף און דא ביסטו ארויפגעקומען מיט איין מצוה פון דאווענען איינמאל מיט כוונה.


איך בין אזוי צעמישט פון די מעשה, ווייל איך בין דאך א פשוט'ע נארמאלע מיידל, וואס האב איך מיט כוונות און ייחודים? איך דאווען נישט בכוונה ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מען דאווענט מיט כוונה; כוונה קוקט מיר אויס צו א הויכע זאך, צו הימליש; איך דאווען פשוט, פשוט, פשוט, אן אויסרעדן ביים דאווענען מיט א סידור... צי איז כוונה געמאכט פאר מיידלעך? אבער אויב איך דאווען אן כוונה איז מיין תפלה דאך נישט ווערד אין הימל, איז צו וואס דארף איך בכלל דאווענען?!


די מעשה האט מיר אריינגעלייגט אין אזא לחץ, אז די לעצטע וואך האב איך געזאגט נאר ברכת השחר, ברכת התורה און אני מאמין מיט תיקון הכללי און תהלים, ווייל די המשך קען איך שוין נישט דאווענען, איך ווייס נישט ווי אזוי מען איז מכוון.


צי קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א עס אויסקלארן? צי קען איך דאווענען מיט כוונה? ווי אזוי? איך וויל אזוי שטארק דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אן לחץ.


דאס איז א חלק פונעם בריוו פון איינע פון ענקערע טעכטער; יעצט וועט איר אביסל פארשטיין פארוואס עס גייט מיר אזוי אין לעבן צו עפענען מוסדות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן געזונט, זיי זאלן אויפוואקסן מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, שפירן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


ביים רבינ'ס חדר הערט מען נישט די סארט משלים, די בייסיגע מוסר, די נעגעטיווע תורות; דער רבי האט אנדערע דיבורים, דער רבי דערשרעקט נישט, דער רבי זאגט אונז: "גיי דאווענען, רעד צום אייבערשטן ווי אזוי עס לאזט זיך, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג דעם אייבערשטן 'איך האב נישט אינזין דאס דאווענען, העלף מיר איך זאל קענען אינזין האבן פירוש המילות'".


דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם קאפצין פאשא, ווי דער קאפצין פאשא האט געזאגט פאר'ן איד: "דער קעניג האט צער פון דיר, דו שטינקסט!" דער קאפצין פאשא - דאס איז דער יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש 'דו שטינקסט', ער האט געזאגט דעם איד ער זאל קומען צום קעניג מיט א שמאטע אויפ'ן מויל ווייל דער קעניג וויל נישט רעדן מיט אים, און צום קעניג איז ער געגאנגען זאגן: "דער איד וויל נישט רעדן מיט'ן קעניג!" דאס איז אלעס וואס דער יצר הרע טוט, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן אז מיר זענען שלעכט, און אונז רעדט ער איין אז מיר שטינקען, ביז שפעטער ווערט נתגלה דעם אמת ווי שטארק מיר ווילן דעם אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער וויל אונז.


א רחמנות אויף די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך און בעיקר ביי די בחורים, וואס מען האקט זיי אין קאפ, מען שלאגט זיי מיט צעדרייטע מעשיות, מיט משוגע'נע משלים.


אנשטאט 'גיהנום' זאג זיי די ווערטער: "דער אייבערשטער האט אונז ליב", אנשטאט 'דערשרעקן' לערן מיט זיי די ווערטער פון ראש השנה דאווענען, דער פיוט פון 'וכל מאמינים'; די הארץ קען צוגיין פון די זיסע ווערטער פון וכל מאמינים, ווי מען רעכנט אויס די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז: "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם", אז דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, "הַטּוֹב", דער אייבערשטער איז גוט, "וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים", און ער טוט גוטס מיט שלעכטע מענטשן און מיט גוטע מענטשן, "הַסּוֹבֵל, וּמַעְלִים עַיִן מִסּוֹרְרִים", דער אייבערשטער ווארט מיט געדולד מען זאל תשובה טון, "הַפּוֹתֵחַ שַׁעַר לְדוֹפְקֵי בִתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער עפנט אויף די טיר פאר די וואס קלאפן און ווילן תשובה טון, "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא פְּתוּחָה יָדוֹ", אז דער אייבערשטער שטרעקט אויס די הענט מיר זאלן צוריק קומען צו אים, "הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ", ער זוכט אינעם רשע גוטס אים צו קענען בארעכטיגן, און אזוי ווייטער; דאס וואלט מען געדארפט לערנען מיט קינדער, די רחמנות פונעם אייבערשטן, די גרויסקייט פון תשובה.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער צו הערן די ווערטער מוסדות היכל הקודש; עס איז גרינגער ווען מען קען בלייבן נארמאל און קומען שטילערהייט איינמאל א וואך אין שול הערן חיזוק, וואס דארף מען יעצט ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות וואו זיי לערנען און זיך גיין קריגן מיט די משפחה וכו' וכו'? איך ווייס ווי אזוי איר שפירט יעצט ביים ליינען דעם בריוו, איר וואלט ענדערש געוואלט די וואך זאל נישט זיין קיין בריוו, איר ווערט דערשראקן ווען איר הערט רעדן פון מוסדות. מיר זענען דאס אויך אריבער מיט יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט די מוסדות, אבער יעצט ווען מיר האבן מוסדות זעען מיר די נס פון האבן א פלאץ פאר די קינדער, וואו מען צעהאקט זיי נישט מיט די שרעקעדיגע דרשות.


איינער פון די אינגעלייט וואס דאווענען אין אייער שול דערציילט מיר אז זיין זון האט געבעטן דעם מלמד אויב מען קען אויסלעשן דעם ערקאנדישן ווייל עס איז אים זייער קאלט; דער קינד איז א דאר קינד און דער מלמד איז מער א פולער מענטש, א הייסער מענטש, און דער קינד ווארפט זיך פאר קעלט, דער מלמד ענטפערט אים מיט חוזק: "אויב דו ביסט קאלט גיי אהיים ברענג א מאנטל", דער קינד זיצט פארפרוירן פאר קעלט, און דער מלמד מאכט חוזק פון אים: "טו אן א מאנטל!" אינמיטן זומער. א טאג שפעטער בעט דער קינד נאכאמאל מיט גרויס דרך ארץ: "רבי, עס איז מיר קאלט!" דער מלמד רופט אויס: "אלע קינדער זאלן קומען מיט מיר אין אן אנדערע כתה, דארט וועלן מיר קענען אנצינדן דעם ערקאנדישן, און דו בלייב דא אליינס"; איך פרעג אייך, דאס איז נארמאל? איך פרעג אייך, דאס קומט זיך פאר א קינד וואס זאגט 'איך בין קאלט'?


איך קען אייך דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון ענקערע קינדער, ירושלימ'ע מעשיות; איך וויל אייך נישט אויפהאלטן, מען דארף שוין גיין בענטשן און דאווענען מעריב; דער עולם וויל שוין אהיים גיין, מען דארף קומען צו סליחות.


איך האף צום אייבערשטן צו עפענען בקרוב מוסדות וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


מאכט א מנין מוצאי שבת אין שול; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן סליחות מוצאי שבת מיט די בגדי שבת. לאמיר בעטן דעם אייבערשטן פון אונזער הארץ: "'פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת'; רבונו של עולם קוק אויף דעם וואס אידישע קינדער ליידן, קוק נישט אויף אונזערע זינד, רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, וויפיל מוטשען זיך מיט שידוכים".


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר, נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.


איך ווארט אויף אייך אלע אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#80 - פאלגן דעם רבי'ן א גאנץ יאר, נישט נאר ראש השנה אין אומאן
שמחה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שיק אייך א שאלה און תשובה וואס איר אלע וועט הנאה האבן און באקומען חיזוק דערפון.


לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א:


איך האב געוואלט בעטן אביסל חיזוק וועגן אומאן, עס הייבט זיך יעצט אן די אלע פראבלעמען וועגן פארן אין אומן, און איך קען נישט פארנעמען די בלבולים אין קאפ: 'יא קענען פארן, נישט קענען פארן', איך וועל עס נישט קענען אויסהאלטן אויב וועט מען נישט קענען פארן, איך האב געפילט די גאנצע יאר ווי עס פאלט אראפ שטיקער ברסלב פון מיר, איך ווייס נישט וואס גייט זיין מיט מיר אויב גיי איך נישט פארן, עס שפירט אזוי ווי איך בין נישט געווען אין מקוה פאר א לאנגע צייט.


איך בעט אז דער ראש ישיבה זאל מיר צוריק שיקן א בריוו; די חיזוק איז נישט נאר פאר מיר נאר פאר נאך אסאך אידן וואס ווילן זיין די יאר אין אומאן ראש השנה...


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן אזא שיינע לעבן.


פון אייער תלמיד .... וואס בענקט זיך זייער.


דאס איז די תשובה:


מיר אלע האפן, בענקען און ווארטן צו קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה, מיר בעטן אלע דעם אייבערשטן א גאנץ יאר יעדן טאג מיר זאלן קענען זיין ביים רבי'ן ראש השנה, זוכה זיין צו אלע תיקונים; מיר גלייבן אז מיר וועלן זיין די יאר אין אומאן.


דאס וואס האט פאסירט פאריאר, ראש השנה שנת תשפ"א, אז מען האט נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן, די גרעניצן זענען געווען פארשפארט, איז געווען זייער שווער פאר אונז אלע. אנשי שלומינו האבן געטון זייער ווילדע זאכן, באמת ווילדע זאכן, מען האט פרובירט אנצוקומען קיין אומאן דורך יעדע וועג וואס איז נאר שייך, רובא דרובא זענען למעשה נישט אנגעקומען קיין אומאן, א קליינע צאל מענטשן האבן יא געקענט זיין דארט, מענטשן זענען געווען זייער צעבראכן אז מען איז נישט געווען אין אומאן, אבער די וואס לערנען דעם רבינ'ס ספרים, די וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, די זענען נישט געווען געפאלן ביי זיך, די זענען געווען פרייליך און דערהויבן אז מען האט געטון אלעס וואס מיר קענען טון, מען איז בכלל נישט געווען דערקלאפט; דעמאלט האט זיך דערקענט ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים, ווער עס לעבט מיט'ן רבי'ן; די וואס לעבן מיטן רבי'ן, די וואס נעמען דעם רבי'ן לעובדא ולמעשה - די זענען געווען אזוי פרייליך און אזוי שטארק ביי זיך, מען האט געשפירט ווי מען איז ביים רבי'ן אין אומאן, מען האט געשפירט אזא דערהויבנקייט ראש השנה.


איך בעט דיר זייער, הייב אן לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור קבוע אין הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן"; ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים באקומט מען אזא ישוב הדעת, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הייבט אן זיין צופרידן, מען קען נישט מסביר זיין וואס מען שפירט, מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נישט טועם געווען פון רבי'ן וואס מען שפירט.


דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן א): "וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' איך ווייס? עס דארף שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' דער אייבערשטער איז גרויס, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' איך ווייס? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן, דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, "אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא", איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס און ער פירט דער וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים, דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפ'ן פסוק (משלי לא, כג): נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ – "כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


מאך זיך שיעורים אין שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המידות, סיפורי מעשיות; מאך זיך שיעורים אין די ליכטיגע ספרים אשר בנחל און די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען תמציות פון רבינ'ס ווערטער און רבי נתן'ס ווערטער, עס וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, דו וועסט מער נישט שפירן ווי עס פאלט שטיקער פון דיר, דו וועסט נישט שפירן צעהאקט און צעבראכן.


מוהרא"ש זאגט, אויבן אין הימל לאכט מען פון דעם וואס איז צעבראכן און לערנט נישט אשר בנחל; ווער עס לערנט אשר בנחל - דער דארף שוין קיינעם, ער וויל שוין גארנישט, ער וויל פארן קיין אומאן נאר ווייל דער רבי האט געהייסן, אז מען קען פארן - פארט ער מיט שמחה, און אז מען קען נישט פארן - איז ער ווייטער זייער פרייליך; נישטא ביי אים זיין אויסער זיך אז דאס גייט נישט און יענץ גייט נישט.


מיר זענען געווען פאריאר אינאיינעם תלמידי הישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי; וואס זאל איך דיר זאגן, עס האט זיך נישט אנגעזען ביי קיינעם קיין שום עצבות און מרה שחורה, יעדער איז געווען אזוי פרייליך, יעדער איינער האט געשפירט ביי זיך ווי דער רבי איז מיט אים, ווייל אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען טוט וואס דער רבי זאגט - איז נישטא קיין פארלוירנקייט.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אין אומאן ראש השנה, איך מיט מיינע קינדער מיט אלע אידן"; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה; מיט תפילה וועט מען עס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע דיינע וועגן.


איך האף איר וועט אלע ארויסנעמען חיזוק פון דעם בריוו; ווערט נישט פארלוירן, אז מען האט נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן א גאנץ יאר, די איינציגסטע שייכות וואס מען האט איז זיין אין אומאן ראש השנה, דעמאלט שפירט מען ווי עס פאלט שטיקער וכו' וכו', אבער אז מען האט שייכות א גאנץ יאר מיט'ן רבי'ן, מען לעבט מיט'ן רבי'ן - ווערט מען נישט פארלוירן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#79 - די פרויען זאלן זיך צוזאמקומען צו שמועסן און זיך אויסלופטערן
שמחה, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר צאמנעמען די פרויען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט די אוצרות פון רבי'ן.


היות עס איז דא א גרויסע פארזאמלונג דארף מען אביסל טוישן דעם פראגראם. כל זמן עס איז געווען א קליינע צאל פרויען האט מען געשמועסט מעשיות פון תפלה וכדומה, אבער יעצט ווען עס איז דא אזויפיל פרויען קען מען נישט מאכן די זאך אז אלע זאלן זיצן שטיל און הערן מעשיות פון תפלה, די פרויען זאגן אז זיי שפירן ווי זיי זענען צוריק אין שולע, מען מוז זיצן שטיל פאר א שעה צייט.


נישט דאס איז דער ציל פון די צאמקום, איך טראכט אפילו צו מבטל זיין דעם שיעור; נישט אלע פרויען וויל זיצן א שעה און הערן א שיעור, שיעורים קען מען הערן אויף די האטליין, די צאמקום איז פאר איין ציל, אביסל ארויסגיין פון שטוב זיך אויסלופטערן, אביסל שמועסן מיט חבר'טעס, טאנצן, זינגען און מאכן א לעבן.


קומענדיגע וואך וועט מען שוין קענען טאנצן, געבט אכטונג אז עס זאל זיין ניגונים און זינגערס ערליכע אידן. קלויבט אויס לעבעדיגע ניגונים, מען זאל ווערן פרייליך.


אדרבה, פרעגט די פרויען אויב עס פעלט אויס יעדע וואך א שיעור.


 

#78 - מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן, וועסטו געהאלפן ווערן מיט נאך קינדער
קינדער, שמחה, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גוטע עצה געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער, אז מאן און ווייב זאלן ביידע דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע קינדער באזונדער. אויסרעכענען זייערע נעמען און אויף יעדן קינד דאנקען דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן עפנט זיך אויף די הארץ, נאכדעם קען מען זיך גוט אויסבעטן אויף ווייטער.


ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו זיך מאכן צייט אפאר מינוט; גיי אין א שטילע פלאץ און דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער געבט דיר, נאכדעם זאלסטו אים בעטן דיינע בקשות.


טייערער ברודער, וואס זאל זיך דיר זאגן; דו וועסט שפירן טעם גן עדן, דו וועסט ווערן א 'צופרידענער מענטש', דו וועסט שפירן א זיסקייט אין לעבן. א רחמנות אויף די מענטשן וואס ווייסן נישט פון די עצות.


 

#77 - נעם נישט פערזענליך ווען דיין בעל הבית שרייט אויף דיר
שמחה, פרנסה, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע דיין פרנסה וכו'; וויסן זאלסטו, עס זענען דא מענטשן וואס ווערן ממש פארלוירן פאר געלט, פאר אפאר דאלער שרייען זיי אויף זייערע ארבעטערס, זיי פארשעמען וכו' וכו'. עס זענען דא בעלי בתים וואוילע מענטשן, אבער זיי האבן א שרעקליכע נסיון ווען עס קומט צו זייער געלט; זיי פארשעמען, זיי כעס'ן, זיי טראכטן נישט וואס זיי טוען.


דעריבער בעט איך דיר, נעם עס נישט צום הארצן, נעם עס נישט פערזענליך ווען דיין בעל הבית שרייט אויף דיר, ווען ער זעט דיר אין שול דאווענען אין די צייט וואס דו דארפסט שוין זיין ביי די ארבעט און ער פליקט דיר וכו'; דו פרוביר זיך צוצושטעלן דאס מערסטע, און אז מען שרייט אויף דיר נעם עס נישט פערזענליך, טראכט צו זיך 'דאס איז זיין פראבלעם, ער איז נעבעך פארקנעכטעט פאר זיין געלט'.


אויב איז דיר גאר ביטער, דו קומסט אהיים מיט אן אראפגעלאזטע נאז – קענסטו זוכן א צווייטע פרנסה, אבער דאס זאלסטו געדענקען, יעדע פלאץ האט מעלות און חסרונות.


דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן פרנסה גרינגערהייט.

#76 - נישטא פארוואס צו זיין דעפרעסט און טרויעריג
שמחה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר שטארקט זיך, איר זענט שוין מער פרייליך, איר שלאגט זיך מיט אלע כוחות נישט צו ווערן בעצבות ומרה שחורה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְדַע", זאלסט וויסן, "שֶׁתֵּכֶף כְּשֶׁאָדָם רוֹצֶה לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", גלייך ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי תֵּכֶף הִיא עֲבֵרָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ עַצְבוּת, חַס וְשָׁלוֹם", איז א גרויסע עבירה אז מען איז דעפרעסט, "כִּי 'עַצְבוּת הִיא סִטְרָא-אָחָרָא", אין זוהר הקדוש שטייט (זהר נח דף עא) אז עצבות איז פון די קליפות, פון די סטרא אחרא, "וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שׂוֹנֵא אוֹתָהּ", דער אייבערשטער האט זייער פיינט אז מען איז טרויעריג.


דעריבער בין איך זייער פרייליך אז איר האט אפגעמאכט אז איר גייט שוין זיין פרייליך, איר גייט מער נישט זיין דעפרעסט.


אין אמת'ן אריין האט איר נישט אויף וואס צו זיין דעפרעסט, איר האט נאר גוטס; איר האט זייער א טייערער מאן און איר אליינס זענט א גרויסע צדיקת; פארוואס זאלט איר ווערן בעצבות? עס איז קלאר אז די עצבות קומט פון די נישט גוטע וואס זיי וויל אייך שלעכטס טון.

#75 - אז מ'איז פרייליך, האט מען פרייליכע חלומות
תפילות אויף אידיש, שמחה, חלומות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מען טראכט בייטאג – דאס חלומ'ט מען ביינאכט. אז מען טראכט גוט, מען איז פרייליך, מען דאנקט דעם אייבערשטן – חלומ'ט מען זיך גוטע חלומות, ווידעראום אז מען לעבט אין שרעק, מען טראכט שרעקעדיגע זאכן, 'איך גיי נישט האבן קיין געלט', 'מיר גייען איין טאג הונגערן', 'איך גיי זיך נישט קענען אן עצה געבן מיט די קינדער וכו' וכו'', דעמאלט חלומ'ט מען זיך דאס.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות חלום, סימן א-ב): לַחֲלוֹם רָע תֹּאמַר בַּבֹּקֶר: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ", אז מען חלומ'ט זיך א נישט גוטע חלום, זאל מען זאגן: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ", חלומות זענען נאריש, און ווען מען חלומ'ט זיך א גוטע חלום, זאל מען זאגן: "בַּחֲלוֹם אֲדַבֶּר בּוֹ", דער אייבערשטער רעדט צו מיר.


אז עס לויפן דיר נאך נישט גוטע חלומות, דו טראכסט שלעכטע מחשבות, זאלסטו בעטן א קליינע געבעט: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין פאזעטיוו, איך וויל האבן אמונה אין דיר, איך וויל נישט מורא האבן פון גארנישט"; בעט דאס נאכאמאל און נאכאמאל – וועסטו ווערן פרייליך, דו וועסט מער נישט טראכטן און חלומ'ען שלעכטס.

#74 - דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות
שמחה, קשיות, חלומות

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


אייער מאן האט מיר דערציילט די חלום וואס איר האט זיך גע'חלומ'ט פון אייער ברודער עליו השלום, וואס איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין מירון; ער איז נעבעך צעדרוקט געווארן ה' ירחם.


איר האט אים געזען אין חלום אזוי פרייליך, ער האט אייך געזאגט: "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות".


איר האט אים געפרעגט אין חלום: "פארוואס קומסט נישט אין חלום צו אנדערע פון די משפחה?" האט ער געזאגט: "איך קען נישט קומען ווען מען איז טרויעריג, איך קען נישט ליידן די עצבות, איך קום נאר וואו עס איז פרייליך".


דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות, אויבן אין הימל קען מען נישט ליידן די מענטשן וואס זענען טרויעריג. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א' טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה.


שטארקט אייך מיט אמונה, זייט פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה", דער אייבערשטער רוט נישט, "לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות", ביי זויערע מענטשן און ביי פוילע מענטשן וכו', "אלא מתוך דבר שמחה של מצוה"; און די גמרא זאגט דארט: "וכן לחלום טוב", זאגט רש"י (דבור המתחיל לחלום טוב): "אם בא לישן מתוך שמחה", אז מען גייט שלאפן פרייליך, "מראין לו חלום טוב", ווייזט מען פון הימל גוטע חלומות.


אייער ברודער איז אויבן אין גן עדן, אים איז יעצט זייער גוט. ער איז אוועק אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, צווישן אזויפיל הייליגע מענטשן, און ער קומט צו די נאנטע וואס זענען פרייליך און האבן נישט קיין קשיות אויף די אמונה.


זייט מפרסם דעם חלום פאר די משפחה און באקאנטע, עס זאל פארמערט ווערן אמונה.

#73 - כאפ א טענצל אינדערהיים, וועלן די קינדער קומען צו לויפן
קינדער, שמחה, חינוך הילדים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ביי אונז איז דער מנהג צו טאנצן יעדן טאג; מיר טאנצן נאכן דאווענען, מיר טאנצן ווען מיר דערמאנען זיך פון רבי'ן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן. בפרט אין שטוב, ווען מען קומט אהיים צו די קינדער טאנצט מען מיט די קינדער.


איך טראכט דו זאלסט איינפירן דעם גוטן מנהג ביי דיר אין שטוב; ווען דו קומסט אהיים נאך א טאג פון שווערע ארבעט, נאך א טאג וואס עס איז אריבער וואס איז אריבער וכו' וכו' – זאלסטו אנצינדן לעבעדיגע מוזיק (חוץ שבת און יום טוב) און גיין א טענצל.


אז דו וועסט טאנצן וועלן דיינע קינדער קומען צו לויפן, די נאטור פון קליינע קינדער איז צו זיין פרייליך, זיי ציען צו שמחה; זיי וועלן קומען צו לויפן, זיי וועלן נישט וועלן ענדיגן צו טאנצן, אזוי וועלן אלע ווייטאג אוועק גיין.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אז שמחה איז א היילונג פאר אלע קרענק און ווייטאג.

#72 - אז ס'איז פרייליך אין קלאס, איז נישטא קיין פראבלעמען
שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי, די עלטערן זענען זייער צופרידן פון אייער איבערגעגעבענע ארבעט.


דער עיקר זאלט איר זען עס זאל זיין שמחה אין קלאס, א פרייליכע אטמאספער; אז עס איז דא שמחה - איז נישטא קיין פראבלעמען.


געבט גוטע ווערטער פאר יעדע איינציגסטע קינד, בפרט פאר די וואס זענען מיט די רינעדיגע נאז; זיי באקומען געווענליך נישט קיין גוטע ווערטער, זאלט איר זיי געבן גוטע ווערטער.

#71 - מ'דארף נאר תשובה טון, און ווייטער דינען דעם אייבערשטן
שמחה, התחזקות, תשובה, עבירות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף וועם ביסטו ברוגז? דו שרייבסט אז דו האסט געהאט אזא שיינע שבת און באקומען א פאטש אין פנים; ווער האט דיר געפאטשט אין פנים? קיינער האט דיר נישט געפאטשט אין פנים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיז): "מִמָּה נַפְשָׁךְ, אִם יִקְרֶה לוֹ מֵחֲמַת הִרְהוּר, מִי חַיָּב בָּזֶה וְאֵין לוֹ לְהִתְרַעֵם כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁהוּא בְּעַצְמוֹ גָּרַם לוֹ", אויף וועם איז די טענות? פארוואס זיין צעבראכן? ביסט אראפגעפאלן? - קענסטו זיך גלייך אויפהייבן, וואס איז שייך צו זיין צעבראכן? דער זעלבער באשעפער וואס זאגט: "טו נישט די עבירה", דער זעלבער באשעפער זאגט: "אז דו האסט געטון די עבירה, טו תשובה; וועסטו זיין ביי מיר חשוב אזוי ווי פריער".


ווען מען פאלט אראפ, מען זינדיגט אין אן עבירה, דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, נאר תשובה טון און ווייטער דינען דעם אייבערשטן. דער רבי לערנט אונז מיר זאלן קיינמאל נישט אויפגעבן, דער רבי ווייזט אונז א וועג ווי אזוי מיר זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף עַל פִּי כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָאר נִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן.


איך בעט דיר זייער, צעברעך זיך נישט, צעקלאפ זיך נישט און קוק זיך נישט אראפ; די מעשה וואס דו דערציילסט איז בכלל נישט קיין מזיד, עס איז אן אונס; האסט דאך געוואלט טון גוט, והוה מה דהוה, דאס איז נישט מעשה ער ואונן, דאס איז א טעות וכו' וכו'. הייב זיך אויף, שטארק זיך, הייב אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן. זאג די צען קאפיטל תהילים, די תיקון הכללי [- קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ[, דאס איז א תיקון בין בשוגג - בין במזיד, בין באונס - בין ברצון, דער תיקון הכללי איז א תיקון אויף אלעס.


איך פארשטיי פון דיין בריוו אז דו דארפסט ארבעטן אויף איין נקודה: 'זיין פרייליך!' דו דארפסט זיך פרייליך מאכן מיט וואס דו קענסט נאר, אפילו מיט נארישקייטן, אבי זיין פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו זיין אפגעהיטן פון פגם הברית, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן צ; ועיין שם, סימן קסט) אויפ'ן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", טייטשט דער רבי, 'אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'', אז איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן, 'יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ', איז מער נישטא קיין עבירות, 'וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם', נישטא מער פגם הברית רחמנא לצלן.


חזר זיך איין די ווערטער פון ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען א שיינע גרוס אויף דיר. פאריגע וואך האסטו גענומען די קינדער ליינען קריאת שמע ביים וואכטנאכט למשפחת ... שיחיו, זיי דערציילן ווי שיין דו האסט געליינט קריאת שמע מיט די קינדער, נאכדעם האסטו געזינגען ניגוני אמונה און צוזאמען געבעטן דעם אייבערשטן ווארעמע תפילות; די משפחה זענען ארויס פון התפעלות.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד, א געדולדיגער מלמד, א פרייליכער מלמד. לייג אריין אין די קינדער שמחה; זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, מען זאל זינגען, טאנצן און שפרינגען: "אה מחי' קאפל! אה מחי' ציצית! אה מחי' פיאות! אה מחי' מזוזה!" די קליינע קינדער זאלן ארייננעמען די מצוות אין זיך מיט שמחה.


איך האב דיר געגעבן א מתנה, דעם ספר תיקוני זוהר; זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תיקונים, דאס רייניגט די נשמה פון אלע פלעקן, עס ברענגט טהרה.

#69 - ווי אזוי פטור צו ווערן פון אלע ביטערנישן און פראבלעמען
שמחה, צרות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געזען א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט, זייער א שיינע בריוו; איך וועל דיר דאס מיטטיילן.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו פול מיט ביטערניש און טענות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן, וועל איך דיר שרייבן:


א.    זיי פרייליך.


ב.    זיי זיך מוסר נפש צו זיין נאר פרייליך.


ג.      מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה - בעלה משמחה"; דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


ד.     ארבעט אויף די נקודה צו זיין פרייליך, און זיי זיך מוסר נפש אויף דעם.


ה.    זאלסט שטענדיג רעדן מיט דיינע פריינט נאר פון שמחה.


מוהרא"ש פירט אויס: "אני חושב שזה הנהגה הכי חשובה שאתה צריך בזה העולם", איך טראכט אז דאס איז די חשוב'סטע הנהגה פאר דיר, "כי העיקר בזה העולם הוא רק שמחה", ווייל דער עיקר אויף די וועלט איז נאר זיין פרייליך; דאס ברענגט צו ישוב הדעת און צו האבן סבלנות.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם בריוו, איך האב געטראכט אז דו וועסט אויך הנאה האבן פון דעם; אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו.


 

#68 - הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין צופרידן מיט מיר אליין
תפילות אויף אידיש, שמחה, יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, וויליאמסבורג


דא האט איר א תפלה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן מיט מיר אליין, איך זאל זיך ליב האבן, איך זאל זיין צופרידן.


דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר נאר גוטס; איך בין געזונט, איך האב אלעס, און נאכאלץ בין איך נישט צופרידן פון מיר, איך האב זיך נישט ליב; איך וויל אזוי שטארק זיין פרייליך און צופרידן מיט מיר אליינס.


הייליגער באשעפער, מאך א נס איך זאל שוין ווערן אמת'דיג פרייליך, איך זאל ליב האבן מיין לעבן, מיינע עלטערן, מיין משפחה; איך רעד זיך איין אז די גוים האבן א גוטע לעבן, איך טראכט אלץ 'א שאד איך בין געבוירן אין אן ערליכע שטוב'; איך וויל נאר אוועקלויפן פון זיי, איך עקל זיך פון די צניעות'דיגע וועג.


הייליגער באשעפער, לייז מיר אויס פון מיין תפיסה; מיין מח איז אין תפיסה, איך בין נישט צופרידן מיט מיר, איך וויל אלץ זיין א צווייטער. העלף מיר, ווייז מיר די זיסקייט פון זיין א איד, ווייז מיר דאס שיינקייט פון ערליכע אידן.


העלף מיר איך זאל געדענקען וואס די גוים האבן געטון צו מיין משפחה; זיי האבן פארברענט מיינע זיידעס און באבעס, פארוואס וויל איך זיין ווי זיי?!


העלף מיר איך זאל דיר ליבן, איך זאל ליב האבן צו זיין א איד, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן; יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


זאגט די תפלה יעדן טאג מיט הייסע טרערן, וועט איר ווערן א נייער מענטש; איר וועט ארויסגיין פון אייער תפיסה.

#67 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.

#66 - דער מאן ווערט צעדרוקט צווישן זיין ווייב און זיין מאמע
שמחה, שלום בית, שווער און שוויגער, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן איבער דעם אז שוויגער און שנור קומען זיך על פי רוב נישט אויס, א שוויגער האט נישט אזוי ליב די שנור מכמה טעמים. וואס פאסירט? דער מאן ווערט צעדרוקט, פון איין זייט האט ער חתונה געהאט, דארף ער לעבן מיט די ווייב, פון די אנדערע זייט האט ער דאך זיין מאמע, די מאמע זאגט אים איין זאך און די ווייב זאגט פארקערט, די ווייב רעדט אויף די מאמע און די מאמע רעדט אויף די ווייב, און דער אינגערמאן ווערט צודריקט, וואס טוט מען?


די קונץ איז צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט יעדע שלעכטע ווארט וואס מען הערט פון די מאמע - דארף מען איבערזאגן אין שטוב, און נישט וואס די ווייב רעדט שלעכטס דארף מען איבערזאגן פאר די מאמע. מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום, מען מעג זאגן פארקערט מפני השלום; פאר די ווייב זאגט מען: "מיין מאמע האט דיר זייער ליב", און פאר די מאמע זאגט מען: "מיין ווייב זאגט מיר אלץ וואס פאר א גוטע מאמע איך האב"; ווער עס קען גוט שפילן דעם שפיל - דער ווערט נישט צעדרוקט, דער לאכט זיך גוט אויס.


דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אין שטוב זאלסטו זיין געטריי פאר דיין ווייב, פאר איר זאלסטו זאגן: "איך בין מיט דיר, איך וועל טון נאר וואס דו זאגסט", און ווען דו רעדסט מיט דיין מאמע זאלסטו איר געבן גערעכט, אזוי וועסטו נישט ווערן צעדרוקט.


טייערער ברודער, לאך זיך גוט אויס, נעם זיך נישט צום הארצן; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביסט נישט ווערד קיין קרעכץ"; דאס איז זייער א טיפער ווארט, א שאד צו קרעכצן אויף וועלטליכע זאכן. אט איז מען דא - אט איז מען שוין אין בית הקברות, איז דאך א שאד די דאגות און הארץ עסעניש, אין די צייט דארף מען אריינכאפן נאך א בלאט גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א שחרית, נאך א מנחה מעריב; דאס איז יא, דאס איז חשוב, דאס וועט בלייבן.


 

#65 - א אידישע פרוי דארף זיין פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער עיקר אויף וואס איר זאלסט זיך פארלייגן - איז אויף שמחה; שמחה היט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס, שמחה איז א פאנצער, שמחה פארברענט אלע קליפות.


אמת טאקע, דער רבי האט אונז געלערנט די הייליגע עבודה פון התבודדות און וידוי דברים; זיך מתודה זיין פאר'ן אייבערשטן, דערציילן אלעס וואס מען האט געטון, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד) אז דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען ארויסנעמען די עבירות פון די ביינער, אבער דאס קען מען נישט טון טאג און נאכט, דאס דארף מען טון איינמאל א טאג, אבער דורכאויס דעם גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה).


איך האף אז איר וועט פון היינט אנהייבן לעבן מיט שמחה, דער עיקר שמחה איז אז מיר זענען אידן, מיר היטן די תורה; דורכדעם וועט איר מאכן א פלאץ ביי אייך אין שטוב פאר השראת השכינה.


געדענקט, א אידישע מאמע, א אידישע פרוי – מוז זיין פרייליך.

#64 - הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, רפואה, נסיונות, קשיות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דיין געבורטס טאג; עס ווערט געברענגט ("ספר היום יום" יום י"א בניסן): "בְּיוֹם הַהֻלֶּדֶת, עַל הָאָדָם לְהִתְבּוֹדֵד וּלְהַעֲלוֹת זִכְרוֹנוֹתָיו וּלְהִתְבּוֹנֵן בָּהֶם, וְהַצְּרִיכִים תִּיקוּן וּתְשׁוּבָה - יָשׁוּב וִיְתַקְנֵם", אינעם געבורטסטאג דארף מען אריינטראכטן וואס מען דארף אלץ פאררעכטן און מען זאל תשובה טון און אלעס פאררעכטן.


דער עיקר אויף וואס מיר אלע דארפן תשובה טון איז אויף די עבירה פון טראכטן שלעכטס אויפ'ן אייבערשטן. ווען מען גייט אריבער שווערע טעג אין לעבן און מען פארלירט די אמונה, מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' 'פארוואס האב איך נישט מיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין געלט?' און אזוי ווייטער, אויף דעם דארף מען תשובה טון.


דאס איז די מדרגה פון צדיקים; דער אייבערשטער פרובירט זיי אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות - דאך האבן זיי נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי ווייסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי - איז נאר גוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט. "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


איך בעט דיר זייער, היינט אין דיין געבורטסטאג זאלסטו תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס איך גיי אריבער איז נאר פאר מיין טובה, אלעס איז צו פאררעכטן מיינע מעשים - פון יעצט און פון די פריערדיגע גלגולים. איך גלייב אז דו געבסט מיר נאר גוטס, דאס וואס איך מוטשע זיך, עס טוט מיר וויי מיין גאנצע גוף, און דאס וואס איך ווארט נאך אויף מיין שידוך [און אזוי ווייטער זאלסטו אויסרעכענען אלעס וואס גייט אריבער] - דאס איז נאר פאר מיין גוטס, מיר צו אויסלייטערן, איך זאל זיין נענטער צו דיר".


נעם די עצה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדער מעדעצין, די מעדעצין קענסטו שוין יעצט האבן; דארפסט נישט ווארטן ביזן זומער אויף די נייע מעדעצין וואס דער דאקטער זאגט דיר יענץ וועט דיר היילן; קענסט שוין יעצט אייננעמען די מעדעצין, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער הייל מיר אויס", זינג דיר דעם ניגון: "ורפא, ירפא, ורפא ירפא ירפא; דו האסט דער כח צו היילן, טו דיין רפואה צואיילן - הייל מיר אויס", וויין צום אייבערשטן: "הייל מיר אויס, הייל הייל - מיר אויס", בעט אים ער זאל דיר שיקן א רפואה, דו זאלסט זיין געזונט; בעט אים דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, דיין פּאָר, זאלסט זיין גליקליך און צופרידן; די טרערן וואשן אפ אלע פלעקן, די טרערן וואשן אפ אלע צרות.


אבער דאס וויינען דארף קומען פון א ריינע פלאץ אין הארץ, נישט פון די אנגעווייטאגטע פלאץ, נישט פון עצבות און מרה שחורה, נישט פון דעפרעסיע, נאר מתוך שמחה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעה) ווען מען וויינט דארף דאס זיין פון א פרייליכע פלאץ פון הארץ, די ראשי תיבות פון בכיה איז (תהלים פט, יז): "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם וּבְצִדְקָתְךָ יָרוּמוּ", איך וויין פון שמחה, איך פריי זיך אז איך האב א באשעפער; איך בין נישט אליינס, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ער היט מיר, ער טוט וואס איז באמת גוט פאר מיר.


שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.

#63 - נישט ווערן צעבראכן אז טייל געבן זיך אן עצה אליין
שמחה, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט ווערן צעבראכן אז אנדערע משפחות שאפן זיך אליינס גוי'טעס; העכסטנס וועט איר ארבעטן ווייניגער.


איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט אייער זאך, איר מעגט בעטן עקסטער געלט פאר'ן זיך פארען מיט דעם; ווער עס וויל נעמען דורך אייך וועט גיין דורך אייך און ווער עס וויל זיך אליינס פארען מיט דעם - זאל גיין אליינס, ווערט נישט געטשעפעט פון דעם אז משפחות געבן זיך אן עצה אן אייך.


דער עיקר זאלט איר זען עס זאל זיין אין שטוב א פרייליכע אטמאספער; אז די מאמע איז פרייליך - זענען אלע קינדער פרייליך, און אז די קינדער זענען פרייליך באקומט די מאמע כח ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט, קינדער וואס האבן א פרייליכע מאמע זענען עפעס אנדערש, זיי זענען געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - חבר'ט אייך מיט פרייליכע חבר'טעס, וועט איר נישט זיין אזוי דערשראקן
תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, מאוויס, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג


אייער מאמע האט מיר גערופן איך זאל אייך בארואיגן; איר זענט דערשראקן צום טויט פון די נייע וואקסין, איר רופט אהיים אגאנצן צייט זיכער מאכן אז מען גייט נישט נעמען די נייע וואקסין קעגן קאראנע. אייער מאמע דערציילט מיר אז אייער חבר'טע ... רעדט אייך איין די שרעקעדיגע חלומות.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט רעדן מיט דערביטערטע מענטשן; די חבר'טע איז א צעבראכענע מיידל, זי ליגט אין בעט אגאנצן טאג, זי טוט גארנישט מיט'ן טאג, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין א דעפרעסיע, יעצט וויל זי אייך אויך אריינלייגן אין א דעפרעסיע, פון פוסטע חלומות.


די דערביטערטע מענטשן - די האבן חיות פון שרעק און דמיונות, זייער גאנצע חיות איז פון זיך פייניגן און טראכטן: 'נאך אביסל גייט די וועלט אונטערגיין', 'נאך אביסל גייען אלע מענטשן שטארבן', 'נאך אביסל גייט מען אלעמען פאר'סמ'ען', 'נאך אביסל גייען די רייכע מענטשן שולט זיין אויף די באפעלקערונג', 'די וואקסין איז צו פאר'סמ'ען די וועלט' - און נאך אזעלכע נארישקייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך חבר'ן מיט פרייליכע מיידלעך; א מיידל וואס ליגט אגאנצן טאג אין בעט און טוט גארנישט, איין זאך טוט זי, קוקט און קוקט מאוויס - די זענען זייער דערביטערט און דערשלאגן, אז איר וועט ווערן זייער נאנט מיט אזא חבר'טע וועט איר אויך ווערן דערביטערט און דערשלאגן.


נעמט זיך חבר'טעס פון בית פיגא, חבר'ט זיך מיט פרייליכע מיידלעך, מיט מיידלעך וואס זייערע דיבורים זענען אייבערשטער - וועט מען אייך נישט קענען איינרעדן די נארישקייטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פרקי דרבי אליעזר, פרק יג) ווען דער שלאנג האט געוואלט איינרעדן אדם הראשון ער זאל טון די עבירה - עסן פונעם עץ הדעת, האט ער געטראכט: 'אדם הראשון וועט מיר דאך זיכער נישט אויסהערן, עס איז שווער איבערצורעדן א מאן; איך וועל גיין צו חוה, איך וועל איר איינרעדן און זי וועט מיר זיכער אויסהערן, 'שֶׁהַנָּשִׁים נִשְׁמָעוֹת לְכָל הַבְּרִיּוֹת'', ווייל פרויען הערן אויס אלעמען; פרויען קען מען גרינג פארדרייען דעם קאפ, אזוי ווי מען זעט, די פרויען כאפן זיך צו צו די אלע פאנטאזיעס וכו'.


זאגט פאר אייער חבר'טע אז ליגן אין בעט טאג און נאכט און גארנישט טון - דאס איז א סכנה, דאס מאכט מען זאל שטארבן, קוקן טאג און נאכט מאוויס - דאס איז שעדליך, דאס מאכט מען זאל נישט האבן קיין קינדער השם ישמרינו.


 געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן און הערט אויס יעדן איינעם; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורעם ווינט אויפ'ן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדזשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפ'ן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן אלע גוים אויסגעשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#61 - ברענג אריין א חיות אין די אינגעלייט
שמחה, צרות, זיכוי הרבים, שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער, ברענג אריין א חיות אין די אינגעלייט; זע עס זאל זיך לעבן אין שטעטל, ווען דו קומסט אין שול צווישן אנשי שלומינו זאלסטו זיי מחי' זיין. עס איז דא אמאל איינער אין א צעבראכענע געמיט, א דערשלאגענער און מיט איין שמייכל, מיט א טענצל, מיט א ווערטל, מיט א גוט ווארט - קען מען יענעם אויסהיילן.


פון אינדרויסן ווייסט מען גארנישט, עס קען זיך דאכטן אז יענעם גייט גוט, יענער האט גוט חתונה געהאט, יענער האט פרנסה וכו' וכו', מען קען נאך יענעם מקנא זיין, אבער אינעווייניג איז גאר אן אנדערע בילד; נישטא קיין שלום בית, נישטא קיין פרנסה, נישטא קיין שמחת החיים.


איך בעט דיר טייערער ברודער, טו מיין ווילן; זיי מחי' אנשי שלומינו, רעד צו זיי.

#60 - לאכט זיך אויס ווען איינער מאכט אייך אוועק
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים, בין אדם לחבירו, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביי מיידלעך איז נישט שייך די סגולה פון משניות; ביי מיידלעך איז נישטא קיין לימוד התורה. מיידלעך דארפן זאגן תהילים, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר אירע דורות.


שטארקט זיך, ווערט נישט צעפאלן פון קיינעם; איך הער זאגן אז מען באנעמט זיך נישט שיין מיט אייך אין אפיס, מען שטופט אייך ארויס, מען מאכט אייך אוועק; נעמט עס נישט צום הארצן, די וואס פירן זיך נישט שיין -דאס איז זייער פראבלעם, דאס דארף אייך נישט צעברעכן, זיי דארפן זיך טוישן.


לאכט זיך אויס ווען איינער מאכט אייך אוועק; יעדעס מאל מען געבט אייך שלעכטע באנעמונג (עדיטוד) זאלט איר געבן א שמייכל.

#59 - זוכט נישט אוועקצוגיין פון שטוב אויף שבת
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא 


 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בלייבט אין שטוב; בלייבט מיט אייערע טייערע עלטערן שבת און זוכט נישט אוועק צו גיין. באלד האט איר חתונה וועט איר עסן די סעודות ביי זיך, יעצט כאפט אריין צו זיין מיט זיי; די מצוה פון כיבוד אב ואם וועט אייך באגלייטן אייער גאנץ לעבן בזה ובבא.


איר וועט אויך זיין א באבע, אלע קינדער וועלן חתונה האבן; וועט איר אויך נישט וועלן בלייבן אליין אן קיין איין קינד.


שטארקט זיך, זייט פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין שטענדיג פרייליך, מען קוקט נאר אויף דעם.

#58 - אמונה איז די בעסטע וויטאמין און די בעסטע מעדעצין
שמחה, אמונה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון דיר אז דיין לעבן איז שיין, דו האסט א גוטע "שלום בית", ענק לעבן אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


טאג און נאכט הער איך נאר קרעכצן, מען באפאלט מיר מיט קרעכצן; דער קרעכצט אויף זיין ווייב און דעם'ס ווייב קרעכצט אויפ'ן מאן, איינער קרעכצט אויף דאס - א צווייטער אויף יענץ און פון ענק הער איך שטענדיג גוטע זאכן.


שטארק זיך מיט אמונה; אמונה איז די בעסטע וויטאמין, די בעסטע מעדעצין, עס שטארק און געבט כח. חזר זיך: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'; דאס וועט דיר פרייליך מאכן און דיר געבן פרישע כחות.

#57 - מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים
שלאפן, שמחה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין אזוי פרייליך אז דיין מאן זיצט און לערנט, ער נוצט אויס רוב טאג מיט עבודת ה' יתברך; איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אים, אז ער נוצט אויס די צייט מיט תורה ותפלה.


שטארק זיך; מיט אמונה פשוטה קען מען זוכה זיין צו ניסים, צו אפענע ניסים. דו וועסט נאך זיין אזוי געזונט, אלע פחדים און בלבולים וועלן אוועק גיין; דער אייבערשטער איז זייער גרויס, תפלה איז זייער גרויס, תפלה טוישט די נאטור, תפלה בייט איבער די טבע.


זע גוט צו עסן און גוט צו שלאפן; אז דו קענסט נישט איינשלאפן זאלסטו סתם ליגן אין בעט זיך אפרוען.


אויך זאלסט הערן אסאך לעבעדיגע מוזיק.