בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3683 - אזא איבערגעגעבנקייט פאר די חדר, סקול און קאנטרי
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך זע יעצט פון דער נאנט אביסל וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער, ווי דו זארגסט פאר די חדר, סקול און קאנטרי - מיט אזא איבערגעגעבנקייט; איך שטיי און שטוין ווי האסטו אזויפיל כח, ממש אומגלויבליך... פון פארטאגס ביז ביינאכט ביסטו אזוי איבערגעגעבן פאר די מוסד.


א באזונדערע דאנק פאר'ן יא מיט ארבעטן מיט האברך ... נרו יאיר, דאס איז פאר מיר די גרעסטע זאך, אז מיר ארבעטן אינאיינעם.


א באזונדערע דאנק פאר דיין אשת חיל תחי' אז זי לאזט דיר אזויפיל טון פאר'ן מוסד.

#3682 - די ברסלב'ע רעסעפי
תפילות אויף אידיש, מוסדות, הכרת הטוב, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקיך אז דו קאכסט פאר די מוסד, דו גרייטסט אן עסן פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


דו ווייסט דאך די ברסלב'ע רעסעפי, מיר האבן א ספייס פון תפילה והתבודדות; ווען מען נעמט דעם טאפ שעפשעט מען תפילות:


"הייליגער באשעפער, איך גיי יעצט קאכן, העלף מיר עס זאל זיין א געשמאקע מאלצייט, העלף מיר עס זאל מיר אנקומען גרינג, העלף מיר די קינדער זאלן דאס עסן, זיי זאלן שפירן א געשמאק אין די עסן.


רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר די זכי' צו ארבעטן אין בית המקדש, איך קען צושטעלן עסן פאר צאן קדשים, שיק מיר דיינע מלאכים זאלן מיר העלפן אז די ארבעט זאל מיר אנקומען גרינג, אמן".


דאס איז אונזער רעסעפי, די עסן קומט אויס דעלישעס, עס איז גאר אן אנדערע עסן ווען מען בעט.


יישר כח.

#3681 - איר טוט אזויפיל פאר אונזער מוסד און די קהילה
מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך ווייס נישט ווי אנצוהויבן, איר טוט און איר טוט אזויפיל פאר אונזער מוסד און די קהילה. אנגעפאנגען מיט די מוסד, די אפיס; איר זענט די מוסד, איר טראגט די אחריות פון א' ביז ת' מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און איר ווערט נישט זאט.


געווענליך א מענטש נאכן ענדיגן ארבעטן גייט מען אהיים און שוין, ביי אייך הויבט זיך אן א פרישע ארבעט אין די נאכט שעות, טהרתן של ישראל; איר האט גענומען די אחריות פון זיין די באקוקערן און זען אז אלעס זאל זיין גוט.


איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך און אייער מאן מיט די גאנצע משפחה. אייער מאן איז מיר אויך זייער געטריי; די גאנצע עול פון אומאן האט ער גענומען, אויך פון די הדפסה, און פון נאך צענדליגער זאכן.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט געזונט און נחת.

#3680 - אין הימל איז זייער חשוב דער וואס העלפט דער רבי און זיינע מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט, מען געבט מיר איבער פון אפיס אז איר טוט די ארבעט גוט און שנעל.


מן הסתם איז דא ביי אנדערע פלעצער וואו מען צאלט אפשר שענער, אבער אויבן אין הימל איז זייער חשוב דער וואס העלפט דער רבי און זיינע מוסדות.

#3679 - א זכי' צוצושטעלן עסן פאר תינוקות של בית רבן
מוסדות, הכרת הטוב, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז מען האט דיר אויסדערוועלט צו ארבעטן אין אזא הייליגע ארבעט? דו דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האסט אזא טייערע אמט - צושטעלן עסן פאר תינוקות של בית רבן.


"אִם אֵין קֶמַח אֵין תּוֹרָה" (אבות ג, יז), אן עסן איז נישטא קיין תורה; די קינדער און בחורים האבן דורכדעם כח צו לערנען און דאווענען.


בלייב ארבעטן מיט דיין ציצית; האלט איין ציצית אין קאך, מיט דעם זאלסטו ארבעטן, און ווען דו ענדיגסט ארבעטן - זאלסטו זיך צוריק אנטון דיינע זויבערע קליידער, אבער בלייב מיט דיינע חסידי'שע קליידער; זיי שטאלץ מיט דיין בארד און פאות, קאפל און ציצית.

#3678 - קארגט נישט קיין גוטע ווערטער פאר די קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די מוסד; די מנהלת תחי' זאגט אז איר זענט גאר א גוטע טיטשער.


מיר פרייען זיך צו האבן אזעלכע איידעלע טיטשערס, איר קארגט נישט קיין גוטע ווערטער פאר די קינדער, איר פארגינט צו שמייכלען צו די קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת ביי אייערע קינדער.

#3677 - די שמייכל וואס א תלמידה באקומט, דאס בויט איר אויף
לערערין, קאמפלימענטס, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן לערנען מיט בית פיגא תלמידות, מיר זענען אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס איר טוט מיט זיי.


די שמייכל וואס א תלמידה באקומט פון א טיטשער, די גוט ווארט, די שטארקייט 'דו קענסט יא!' 'דו קענסט גוט!' דאס בויט זיי זייער אויף, עס שטארקט זיי פאר זייער לעבן; דאס באקומען זיי ביי אייך.

#3676 - א כבוד פאר בית פיגא צו האבן אזעלכע לערערינס ווי אייך
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס קומט אייך א גרויסן יישר כח פאר'ן לערנען מיט בית פיגא תלמידות; די שיעורים וואס איר געבט איז פול מיט תוכן, פול מיט שכל; די קינדער האבן זייער הנאה, עס בויט זיי אויף פאר זייער לעבן.


עס איז א כבוד פאר בית פיגא צו האבן אזעלכע לערערינס אזוי ווי אייך.

#3675 - ווי האט מען כח צו זיין א מנהלת?
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא ברסלב, ליבערטי


יעצט ווען די יאר אין סקול בית פיגא איז אריבער, מיר האבן געענדיגט נאך א יאר בית פיגא - קומט אייך א גרויסן דאנק פאר'ן פירן די סקול מיט אזא געטריישאפט.


איך ווייס אז איר ארבעט בכלל נישט שווער, די ארבעט איז אייך זיס, איר האט ליב צו קומען לערנען מיט די קינדער, דאס איז די סימן פון א געטרייע טיטשער, א געטרייע מנהלת; מען וויל די ארבעט, מען וויל זיין מיט די קינדער, אזוי ווי א געטרייע מאמע וואס ווארט אויף די קינדער, און וויל די קינדער.


מענטשן פארשטייען נישט, ווי האט מען כח צו זיין א מנהלת? ווי האט מען כח פאר יענעמ'ס קינדער ווען מען האט נישט כח צו די אייגענע קינדער? די פראגע איז די ענטפער, טאקע די וואס האבן נישט קיין כח צו די אייגענע קינדער - די קענען דאס נישט פארשטיין, אבער א מחנך, א מחנכת קוקט אויף קינדער מיט אנדערע אויגן ווי סתם איינער; זיי זעען נשמות, ריינע נשמות פונעם אייבערשטן, וואס ווארטן איינער זאל זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט.


איך וואונטש אייך הצלחה פאר'ן זומער; די זומער אין מחנה בית פיגא זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

#3674 - ענדערש מאכן איין גרויסע קלאס און נעמען א העלפער
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מרת ... תחי' האט מיר געפרעגט וואס מען זאל טון זומער ווען עס קומען נאך מיידלעך, אויב מען זאל ענדערש צוטיילן אייער קלאס אויף צוויי?


איך האב איר געזאגט, ענדערש נישט צוטיילן, נאר מען זאל אריינשטעלן א העלפער, ווייל איך וויל אלע קינדער זאלן לערנען ביי אייך. דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א פאך, א מתנה - ווי אזוי צו רעדן צו קינדער ווייך, שיין, מיט שכל און אין די זעלבע צייט זאל זיין א שטארקע דיסציפלין; דאס קען נישט יעדער באווייזן, דאס איז א מתנה; צו האבן ביידע כוחות, סיי עס זאל זיין סדר, און אויך איינגענעם - דאס איז א ריכטיגע מחנכת.


איך האף אז זומער וועט זיין גרינג פאר אייך, און אויב איר שפירט אז די ארבעט איז צו שווער - קען מען אלץ צוטיילן. איך טראכט מען זאל יא פרובירן מאכן א גרויסע קלאס און צונעמען נאך א טיטשער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה און סייעתא דשמיא.


איך בענק זיך נאך אייער מאן ... נרו יאיר; איך בין זיכער, ווען ער וואלט געוויסט ווי שטארק איך בענק זיך - וואלט ער אמאל זיך באוויזן פאר מיר.

#3673 - אפילו די פארשפילטע קינדער, הערן יעדעס ווארט
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס קען זיך דאכטן פאר א טיטשער 'וואס טו איך שוין דען?' עס קען זיך דאכטן 'א שאד די ארבעט'.


די אלע מחשבות זענען נישט וואר, יעדע ווארט וואס מען לערנט מיט קינדער - הערן זיי אויס, עס גייט אריין אין זיי; אפילו זיי זענען פארשפילט וכדומה - גייט דאס אריין אין זיי, און דאס מאכט זיי ערליך און וואויל.


די קינדער האבן זייער הנאה פון אייערע שיעורים, אלע אן אויסנאם.

#3672 - זיין א לערערין איז ביטער שווער, אבער עס לוינט די הארעוואניע
לערערין, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין א טיטשער ביי אונז אין סקול.


עס איז זייער א שווערע ארבעט צו זיצן מיט קינדער, א גאנצע קלאס; יעדן טאג קומט א צווייטע פרשה, קינדער זענען דאך קינדער, זיי ווילן נישט לערנען, זיי וויל זיך פירן מיט די נאטור זייערע וואס איז נאכנישט אויסגעארבעט.


זיין א טיטשער איז ביטער שווער, אבער עס לוינט זיך; עס לוינט די שווערע הארעוואניע.


לערנט אויס פאר די קינדער די מדה פון זיך באדאנקען, זיי זאלן זאגן שכוח פאר אנדערע און זיכער פאר'ן באשעפער.

#3671 - מ'האט נאכנישט אריינגעלייגט עירקאנדישן ביי אייך אין אפיס
אמונה, מוסדות, הכרת הטוב, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בעט אייך זייער, איר זאלט נישט זארגן, דער אייבערשטער איז זייער גרויס, ער וועט מאכן גרויסע ניסים; דאנקט און לויבט אים אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייער משפחה.


עס איז אריבער א יאר אין בית פיגא, מיר דאנקען אייך פאר די ארבעט וואס איר לייגט אריין די גאנצע צייט, און זייט אונז מוחל אויף דעם וואס מיר זענען נאכנישט אנגעקומען צו לייגן אן עירקאנדישן ביי אייך אין אפיס, און איר ארבעט שווער אין די היצן. איך קען סך הכל בעטן, און נאכאמאל בעטן, איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט אריין אן עירקאנדישן; איך בעט דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען דאס צו טון.


שטארקט אייך, זייט נישט פאר'דאגה'ט; די וועלט האט א בעל הבית, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי זיס און אזוי שיין, מיר דארפן נאר גלייבן און אים בעטן.

#3670 - אריינגעלייגט יעדע טראפ בלוט פאר אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, מוהרא"ש, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


ווי שווער דו ארבעטסט, ווי אפגעמוטשעט דו ווערסט - איז נאכאלץ כדאי צו זיין א מלמד, ווייל יעדער איינער ארבעט ביטער שווער, יעדער ווערט אפגעמוטשעט, דער אונטערשייד איז אז דער מלמד וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות - בויט אידישקייט, ער בויט כלל ישראל, ער נעמט מיט מיט זיך זיינע טעג און יארן.


ברודער, איך טו דאס פאר כמעט צוואנציג יאר, איך האב דאס געטון מיט דיר; ווען דו ביסט געווען א קינד האב איך געארבעט מיט דיר, געשוויצט מיט דיר, היינט זע איך שיינע פירות פון דיר און פון אנדערע תלמידים.


אויך, היינט ווען איך פלאג זיך טראכט איך 'וואס טו איך דא?' איך פאל פון מיינע כוחות, אבער ווען איך טראכט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט געטון און געטון מיט יעדע טראפ בלוט... מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "איך האב נישט געהאט קיין אשר בנחל וואס זאל מיך מחזק זיין, אבער דו האסט דאך די התחזקות פון אשר בנחל, דארף דיר דאס זיין גרינגער".


ברודער, מיר זענען גליקליך אז מיר האבן אזא רבי.

#3669 - ווען איך קום אין חדר, באקום איך כח אנצוגיין
חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב, סיפורי צדיקים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין היינט ביי דיר אין כתה, לערנען מיט די קינדער די שיעור גמרא, די קינדער האבן זייער גוט מיט געהאלטן.


דאס איז מיין גאנצע נחת, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט. איך האב אזויפיל אויפ'ן קאפ, אויסער די צרות וואס איך הער אויס טאג טעגליך פון אידישע קינדער, יעדער איינער זיין פעקל; אבער ווען איך קום אין חדר, איך זע די ליכטיגע קינדער, ווי זיי לערנען און דאווענען מיט א חיות, דאס איז דאך מער פון אלעס.


דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים; דו האסט דאך אסאך וואס צו דערציילן, דו ווייסט אסאך מעשיות פון צדיקים; דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייערע ריינע הערצער צום אייבערשטן.

#3668 - צינדט אן פאר די קינדער נאר ערליכע ניגונים
חינוך הילדים, ניגונים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן בעבי סיטן די קינדער פון די איינגעשטעלטע.


ווען איר צינדט אן מוזיק פאר זיי - זאל דאס נאר זיין אונזערע ניגונים, עס איז זייער שעדליך פאר קינדער צו הערן ניגונים פון נישט ערליכע זינגערס; צינדט אן נאר ניגונים פון ישיבה, "טאנץ מיט אמונה", אדער שטייטע ערליכע ניגונים.

#3667 - רוף די קינדער מיט שיינע נעמען, "צדיק'ל", "זיסקייט", "ליכטיגקייט"
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אדמיניסטראטאר האברך ... נרו יאיר האט מיר זייער געבעטן איך זאל צושרייבן צו יעדן איינגעשטעלטער, אויפ'ן פעיראל סטאב - אפאר ווערטער.


אין אנהויב ווען מיר האבן געעפנט די מוסד האבן מיר געהאט געציילטע איינגעשטעלטע, פלעג איך צושרייבן צו יעדן איינעמ'ס געהאלט - אפאר ווערטער; היינט איז די מוסד זיך צואוואקסן, שרייב איך שוין נישט. היינט האט ער מיר זייער געבעטן, וועל איך יעצט נעמען דעם פעדער אין די האנט און צושרייבן פאר פופציג איינגעשטעלטע.


איך טראכט צו מיר, ווי קען איך זאגן אז עס איז מיר שווער, ווען די געטרייע איינגעשטעלטע האבן יא כח אריינצוקומען טאג איין טאג אויס, זיי טוען די ארבעט אזוי געטריי. דו ארבעטסט אזוי געטריי, דו דרייווסט די באס, טראגסט און ברענגסט די קינדער מיט א שמחה, מיט א געטריישאפט, און גלייך פון באס לויפסטו אריין צו די קינדער, דו לערנסט מיט זיי, דו דאווענסט מיט זיי, דו טאנצט מיט זיי, דו לייגסט אריין קדושה ויראת שמים אין זיי, און נאכדעם ווען דו האסט אפאר מינוט - גייסטו בודק זיין דעם עירוב; אשריך ואשרי חלקיך אז דיין מי און פלאג גייט אין גוטע זאכן.


מענטשן פלאגן זיך און מוטשען זיך מיט פלאג און מי וואס בלייבט נישט; זיין א מלמד איז דאך אזוי הייליג, זיין א מלמד איז זייער חשוב.


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין קלאס, די קינדער זאלן ליב האבן צו קומען. לויב אויס די קינדער, רוף זיי מיט שיינע נעמען, צום ביישפיל: "צדיק'ל", "זיסקייט", "ליכטיגקייט"; און אפילו אויב חס ושלום מען פארלירט זיך און מען שרייט אויף א קינד - דארף ארויסקומען א דיימאנט; צום ביישפיל: "זאלסט מיר זיין געזונט", "אוי ביסטו א חכם"; נישט חס ושלום: "דו שוטה", "דו טיפש"; השם ישמרינו.

#3666 - האט נישט מורא צו בעטן פון אלע עלטערן שכר לימוד
שכר לימוד, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד מיט אזא געטריישאפט.


האט נישט מורא צו בעטן פון אלע עלטערן שכר לימוד; בעטס איינמאל און נאכאמאל, און א דריטע מאל; וואס קען מען טון, מענטשן זענען מזלזל אין שכר לימוד, מען לייגט שכר לימוד די לעצטע זאך, מען ווייסט נישט ווי די מלמדים און טיטשערס מוטשען זיך מיט די קינדער, אין צוגאב צו דעם דארפן זיי דאגה'נען ווי אזוי צו קענען לעבן...


אין די זכות פון העלפן די מוסד וועט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.

#3665 - יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי.


בזכות העלפן די מוסד זאלט איר האבן שפע, ברכה און הצלחה.

#3664 - עס כאפט א קיצל צו הערן 'שנת תשפ"ג'
הדפסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינט בין איך געזיצן מיט אלע וואס ארבעטן אין קרן הדפסה היכל הקודש, איך האב זיך אינטערעסירט ווי עס האלט די לוח לשנת תשפ"ג לפ"ק, מען האט מיר געזאגט אז מען ווארט אויף דיר, דו זאלסט ענדיגן די הגהה.


איך האף דו וועסט דאס ענדיגן ווי שנעלער, ווייל היום קצר והמלאכה מרובה, די צייט איז קורץ אין די ארבעט איז אסאך; מען דארף דאס שוין דרוקן, אנגרייטן פאר'ן קומענדיגן יאר.


עס כאפט א קיצל צו הערן 'שנת תשפ"ג'; מיר האבן נעכטן אנגעהויבן די יאר מיט אזויפיל קבלות טובות, ווי איז די יאר אזוי אריבער? וואו זענען די טעג? די וואכן?


יעצט זומער ווען דו ביסט אין קאנטרי - קענסטו מקיים זיין דעם רבינ'ס ווערטער, זיך מתבודד זיין צווישן די גראז און ביימער; וואויל איז דעם וואס איז מקיים דעם רבינ'ס ווילן בתמימות ובפשיטות.

#3663 - פונקט ביי שידוכים זינגט מען דעם ניגון אז אלעס איז באשערט
כיבוד אב ואם, שידוכים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פלאי פלאים! אלעס טוט מען, אלעס מאכט מען, אבער ווען דאס קינד בעט די עלטערן: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל א שידוך" - נעמט מען ארויס פון שאנק א שיינע העכערע סארט ווארט און מען הויבט אן זאגן: "עס איז באשערט", "עס איז נאכנישט באשערט", "עס וועט קומען די באשערטע מינוט".


אלעס ביז אהין טוט מען און מען מאכט, אלעס אין די וועלט גייט אן, מען רעדט נישט פון באשערט; אז מען מאכט א טעות, מען פארשפעטיגט די צייט -  שרייט מען, אז מען האט עפעס אויסגעגאסן - כאפט מען קולות; נישט קיין באשערט, נישט קיין אמונה, און ווי נאר דאס קינד בעט: "איך וויל חתונה האבן", "איך וויל זיין ריין", "איך וויל בויען מיין שטוב" - הויבט מען אן זינגען די ניגון פון באשערט.


בעט דיינע עלטערן, זיי אפן מיט זיי; זיי טוען וואס איז גוט פאר זיי, דו זאלסט אויך טון וואס איז גוט פאר דיר אליינס, דו דארפסט חתונה האבן, אנהויבן דיין לעבן.

#3662 - תהלים געבט כח צו לעבן
חיזוק פאר פרויען, יבנאל, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי זאגט אונז, ווער עס וויל וויסן וואס צו טון אין לעבן און האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן - זאל זאגן תהלים; תהלים געבט כח צו דינען דעם אייבערשטן, תהלים געבט כח צו לעבן.


מוהרא"ש האט געהאט אין יבנאל א כולל פאר פרויען, מען פלעגט זיך צאמקומען זאגן תהלים, יעדן טאג דעם יום פונעם טאג, און ענדיגן יעדע וואך ספר תהלים.


וואויל איז די פרוי וואס זאגט תהלים און בעט דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך אלע בקשות, וועט זי זוכה זיין צו לעבן מיט תשובה, מיט קרבת אלקים.

#3661 - צינדן די שבת ליכט רואיג, פרייליך און געלאסן
שמחה, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי איז מען מקבל פנים די נשמה ווען זי קומט ארויף בעולם העליון. ווען א פרוי צינדט ליכט מיט שמחה, זי איז מקבל די נשמה יתירה מיט פרייד, מיט ליבשאפט, ווען עס וועט קומען די צייט ארויף צו גיין לעולם העליון - וועט מען מקבל זיין איר נשמה מיט גרויס פרייד.


אזוי זאגט רבי שמעון בר יוחאי (תקוני זוהר תיקון ו, דף כג:): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין" ווער עס נעמט אויף די געסט, וועלכע געסט? "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין" די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְעֶרֶב שַׁבָּת" וואס קומט ערב שבת, "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין" מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה" מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא" מיט א פארגענוגן, "בְּהַאי עָלְמָא" אויף די וועלט, "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא, הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן" אזוי וועט מען איר מקבל פנים זיין, "בְּעָלְמָא דְאָתֵי" אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן" אויף דעם מענטש שטייט (תהלים פד, ד): "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וגו'".


"זַכָּאָה אִיהוּ" וואויל איז דעם מענטש, "מָאן דִּמְקַבֵּל אוֹרָחִין בִּרְעוּ שְׁלִים" וואס נעמט אויף געסט מיט א גוטע ווילן, "כְּאִלּוּ מְקַבֵּל אַנְפֵּי שְׁכִינְתָּא" עס איז אזוי ווי ער איז מקבל פנים, ער נעמט אויף - דעם אייבערשטן, "דִבְמִדָּה דְמָדַד בַּר נַשׁ" ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך, "בָּהּ מוֹדְדִין לֵיהּ" פירט מען זיך מיט אים.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען אנקומען אין צייט, צינדן די שבת ליכט רואיג, פרייליך און געלאסן. מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם מאכט משוגע מענטשן; פרייטאג אין די זומער וואכן איז אזוי לאנג, דאך קומט מען נישט אן צו צינדן אין צייט, מען לויפט אין שויער ביים זמן, מען שרייט, מען רעגט זיך; דאס אלעס מאכט דער סמ"ך מ"ם כדי מען זאל נישט אויפנעמען דעם גאסט, דעם שבת קודש - מיט שמחה און פרייד.


מיין מאמע תחי' פלעגט זיך אנטון שוין צום ליכט צינדן א שיינע קלייד, זי פלעגט זאגן: "מיט די קלייד וואס מען צינדט די שבת ליכט - זיצט מען אין גן עדן"; דאס איז פון דעם אויבנדערמאנטן שטיקל זוהר וואס זאגט, ווי אזוי מען נעמט אויף דעם שבת - אזוי וועט מען מקבל פנים זיין די נשמה.


וואויל איז די פרוי וואס גייט אריין שבת מיט א שמחה, מיט שלום און ליבשאפט.

#3660 - געב אכטונג אויף יעדע פרוטה פון די מוסדות
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש געלט, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די מוסד; זייט דו ביסט אריינגעקומען אין אפיס - קען מען מיט'ן באשעפער'ס הילף צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.


איך בעט דיר ברחמים, זע די אפיס זאל זיך פירן אזוי ווי ווען איך האב עס געפירט. היינט בין איך שוין נישט אזוי באקאנט אין יעדע פרט אין אפיס, דאך וויל איך עס זאל זיך פירן אזוי ווי אלע יארן.


געב אכטונג אויף יעדע פרוטה, לאז נישט אויסגעבן קיין איין פרוטה אויב עס פעלט נישט אויס. ביי אונז זאל נישט זיין קיין הפקירות פון צושטעלן, קויפן און אויסגעבן; ענדערש זאלן די קינדער זיצן אויף מילך קעסטלעך און נישט זינקען און חובות, ווי איידער גיסן געלט און זיין שולדיג.


אונזערע קינדער דארפן גארנישט, אונזער חינוך איז נישט מתנות מיט שוואוילטאג, אונזער חינוך איז מלמדים און טיטשערס וואס רעכענען זיך מיט יעדן קינד; ביי דיר אין ביזנעס קענסטו טון וואס דו ווילסט מיט דיין געלט, ביי די מוסד זאלסטו ציטערן פון אויסגעבן איין איבריגע דאלער, קיינער אין די מוסד קען נישט זאגן אויסצוגעבן געלט אן רשות.


געדענק וואס איך בעט דיר, מיר קען מען נישט סטראשען, איך ווייס ברוך ה' פינקטליך וואס איך וויל; זאל די גאנצע אפיס אוועק גיין - וועט די מוסד נישט צעפאלן. ווער עס וויל מיר העלפן, ווער עס וויל ארבעטן פאר די מוסד - איז דאס זיין זכות.


נעם דעם בריוו, ווייז עס פאר ... און פאר אלע איינגעשטעלטע.


 

#3659 - איך בין טאקע נישט קיין מלאך, אבער אויך נישט קיין גלח
התחזקות, קבלה טובה, אביסל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


"אדער א מלאך אדער א גלח" - איז א באקאנטע אויסדרוק ביי מענטשן, אבער ביים רבי'ן - חס מלהזכיר.


ביים רבי'ן ווייסט מען, איך בין טאקע נישט קיין מלאך, אבער אויך נישט קיין גלח; איך בין א איד, איך פאל און איך הייב זיך אויף; איך מאך א קבלה און עס האלט פונקט א טאג, דאך מאך איך נאך קבלות.


אז איך קען נישט זאגן ח"י פרקים משניות - זאג איך אבער איין פרק, אז איך קען נישט זיין אינגאנצן אפגעהיטן - וועל איך זיך היטן איין מינוט א טאג.


אה מחי' די לימודים פון רבי'ן, דאס ברענגט צו גרויסע זאכן, מען קען ביים סוף ווערן א גרויסער צדיק, מען דארף נאר פאלגן.


בעט איך דיר, טו עפעס, לערן א ברעקעלע, זיי פרייליך א טראפקעלע.