בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5186 - זוכט דאס גוטס אין אייער מאן
שלום בית, בושה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט נישט בכעס אויף אייער מאן; וואס זאל ער טון אז ער איז געבוירן און באשאפן געווארן מיט א שעמעדיגע נאטור און א שטילע נאטור... איר קענט נישט פארלאנגען פון אים ער זאל זיין אזוי ווי אייך; ער איז ער, און איר זענט איר, און אז מען האט זיך ליב - קען מען לעבן א חיים טובים.


קוקט גוט אויף אים, זוכט אין אים נאר דאס גוטס, און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין חן צווישן אייך, ער זאל נושא חן זיין אין אייערע אויגן און איר זאלט נושא חן זיין אין זיינע אויגן.


א גמר חתימה טובה.





 


 





 

#5185 - אויסהערן און אויסרעדן צעבראכענע הערצער
משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן אזא רחמנות'דיגער רבי וואס האט רחמנות אויף אונז, ער ברענגט אונז כסדר צוריק צום אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; בפרט אז דו מאכסט יעדן איינעם פרייליך, מיטן אויסהערן און אויסרעדן די צעבראכענע הערצער און זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען טון נאר גוטע זאכן, ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער און זיי שטארקן.


אין דעם זכות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.


א גמר חתימה טובה.

#5184 - מעג מען עסן נאכן ליכט צינדן?
שבת קודש, שבת ליכט, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פון ווען אייער מאמע צינדט אן די שבת ליכט - ווערט שבת, און מען קען שוין נישט עסן און נישט טרינקען ביז מען הערט קידוש. דעריבער איז גוט צו עסן און טרינקען איידער מען צינדט די שבת ליכט און ווארטן ביז די שבת סעודה, ביז מען הערט קידוש.


אויב מען זעט מען קומט נישט אן צו קענען עסן און טרינקען - קען מען זיך אויסנעמען אז מען איז נישט מקבל שבת ביים צינדן די שבת ליכט, דעמאלט קען מען נאך טרינקען און עסן נאכן צינדן די ליכט ביז עס ווערט טינקל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5183 - מעג איך אוועק גיין פון היכל הקודש?
צדיקים, הכרת הטוב, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך האב זיך זייער געפרייט צו אייך אלע טרעפן ביים רבי'ן אין אומאן, עס איז געווען א הערליכע יום טוב, מלא טעם. יעצט גרייטן מיר זיך אויף יום הקדוש; דער אייבערשטע געבט אונז א טאג וואס ער איז אונז מוחל אלע עבירות, מיר דארפן נאר תשובה טון, חרטה האבן און זיך פארנעמען אז מיר גייען שוין זיין וואויל.


ערב יום הקדוש ביי חצות טוען מיר זיך שוין אן בגדי שבת און מיר מאכן א סעודה; מען עסט פיש און פלייש, מען פרייט זיך פאר די גרויסע טאג וואס קומט, און מען דערציילט פאר די קינדער אז דער אייבערשטער האט אונז זייער ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע שווארצע פלעקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, לו) אויפן פסוק (שיר השירים א, ה) "שְׁחוֹרָה אֲנִי", 'שְׁחוֹרָה אֲנִי כָּל יְמוֹת הַשָּׁנָה', איך בין שווארץ א גאנץ יאר, אבער 'וְנָאוָה אֲנִי בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים', איך בין שיין יום כיפור, ווען דער אייבערשטער וואשט מיך אפ; מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב אידן, אז ער איז אונז מוחל אלע עבירות אום יום כיפור.


רוף דיינע עלטערן זאגן גוט יום טוב, און אז דו וואוינסט אין זייער שטאט זאלסטו אריבערגיין זאגן גוט יום טוב און נעמען ביי זיי א ברכה, זיי זאלן דיך בענטשן; דיך און דיינע קינדער, און בעט דיינע עלטערן זאלן דאווענען פאר דיר, זיי זאלן בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן א זיסע יאר.


טשעפע נישט קיינעם, זארג נישט פאר יענעמ'ס רוחניות, טו קיינעם נישט וויי. מען זעט אלע יארן ווי מענטשן לויפן ארום איבערבעטן דעם, יענעם; עס איז א געלעכטער, יעדעס יאר זעט מען די זעלבע מענטשן לויפן ארום: "זיי מיר מוחל, זיי מיר מוחל"; ענדערש געב אכטונג א גאנץ יאר נישט וויי צו טון קיינעם, דעמאלט דארף מען קיינעם נישט איבערבעטן.


אז איינער האט דיר געטון א טובה - זאלסטו יענעם מכיר טובה זיין און חס ושלום בארעדן. מוהרא"ש פלעגט אויף דעם אזוי וויינען, ער האט זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער און ביים סוף זענען די געגאנגען אים בארעדן, מוציא שם רע זיין אויף אים. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אויף דעם איז נישטא קיין מחילה, אויף מוציא שם רע" (רמ"א אורח חיים סימן תרו, סעיף א), בפרט ווען יענער האט דיר געטון א טובה, ער האט אוועקגעגעבן זיין צייט, זיין געזונט - איז ווי קענסטו רעדן אויף יענעם...


מען דארף נישט בלייבן אין היכל הקודש, מען קען גיין וואו מען וויל, אבער אז דו ביסט געזיצן אין היכל הקודש, דו האסט מקבל געווען אזויפול גוטס, יעצט גייסטו בארעדן - איז דאס אן עוולה וואס מען באקומט אויף דעם א גרויסע שטראף. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט שלעכטס פאר גוטס - וועט זיך נישט אפטון שלעכטס פון יענעמ'ס שטוב.


איך געדענק איינער, א גאר נאנטער, איז געקומען פרעגן אויב ער קען אוועקגיין פון היכל הקודש, אויב מוהרא"ש וועט מקפיד זיין אויף אים? האט מען אים געזאגט: "קענסט גיין וואו דיין הארץ באגערט, און אדרבה, א מענטש דארף אלץ זוכן וואו זיין פלאץ איז, און מוהרא"ש וועט אויף דיר נישט האבן קיין שום קפידא, אבער אז דו וועסט אנהויבן רעדן שלעכטס אויף מוהרא"ש, אויף די פלאץ וואו דו האסט גענומען דיין חיות, אויף די פלאץ וואס מען האט דיר געטון נאר גוטס - דעמאלט וועסטו כאפן ביטערע קלעפ".


מען דארף אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן, מען זאל זוכה זיין צו בלייבן צוגעבינדן צום צדיק, צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזויפיל גוטס, ער געבט אונז א וועג צו לערנען תורה, א וועג צו זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו געדענקען אז מיר זענען דא נישט פאר לאנג, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט; די לעבן איז כצל עובר, ווי א שאטן וואס גייט אריבער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", נישט ווי די שאטן פון א וואנט, נישט ווי א שאטן פון א בוים נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליעט - אזוי שנעל גייט דאס לעבן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טייטשט מיט דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח.), אז דער הייליגער צדיק, דער הייליגער תנא יונתן בן עוזיאל, "בְּשָׁעָה שֶׁיּוֹשֵׁב וְעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", ווען ער האט געלערנט תורה - "כָּל עוֹף שֶפּוֹרֵחַ עָלָיו מִיָּד נִשְׂרַף", יעדע פייגל וואס איז אריבערגעפלויגן האט זיך גלייך פארברענט; זאגט מוהרא"ש, נישט די פייגל האט זיך פארברענט, נאר ווען דער תנא האט געזען א פייגל פליט האט ער גלייך ארויסגענומען פון דעם וואס איז די לעבן... די גאנצע לעבן גייט אזוי שנעל ווי א פייגל וואס פליעט, און דאס האט אים אזוי צוגעברענגט צום אייבערשטן, אז 'מִיָּד נִשְׂרַף', ער איז געווארן אזוי צעפלאקערט פון דעם אז ער איז גרייט געווען אויף מסירות נפש, צו פארברענט ווערן פארן אייבערשטן.


נישט אומזיסט האט דער הייליגער רבי נתן געבעטן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק איך זאל קיינמאל פון דיר נישט אוועקגיין"; דאס דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב שוין טועם געווען פון די גוטע וויין, פון די יין המשומר, העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין לשון הרע, איך זאל נישט הערן קיין שלעכטס, איך זאל שטענדיג קוקן אין מיינע הענט 'וואס באקום איך פון רבי'ן?' 'צו וואס ברענגט מיך דער רבי צו?' און נאר טון די עצות און זיך מחזק זיין מיט גוטע חברים".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין נאכאלץ אפגעמאטערט פון די לאנגע נסיעה פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#5182 - האב נישט מורא
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב יעצט ערהאלטן דיין הודעה.


האב נישט מורא, דו וועסט האבן גרויס הצלחה. זיי שטארק און גיי ארום מיט א שמייכל.


איך בעט פאר דיר.


א גמר חתימה טובה.

#5181 - זינג 'אין עוד מלבדו'
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט ארייננעמען די אמונה אין זיך, איר וועט טראכטן 'אין עוד מלבדו, דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, עס פאסירט גארנישט אליין' - דאס וועט אייך בארואיגן, איר וועט ארויסגיין פון אלע פחדים.


ווען עס קומען אריין מחשבות און עס דערשרעקט אייך; אנשטאט זיך שלאגן מיט די מחשבה, 'עס גייט יא זיין', 'עס גייט נישט זיין', 'אבער אפשר גייט עס יא זיין?' 'אבער זיכער גייט עס נישט זיין' 'אבער זעסט דאך אז עס קען יא זיין וכו' וכו'' איז די עצה 'זיך נישט שלאגן מיט די מחשבות'; ווייל דער יצר הרע פון טראכטן שלעכט איז זייער א שלעכטע יצר הרע, און מען קען אים נישט באזיגן. די איינציגסטע עצה איז אנהויבן זינגען 'אין עוד מלבדו, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס און איך דארף זיך נאר איבערגעבן צו אים, און ער מאכט אלעס דאס בעסטע'.


חזר'ט זיך אמונה, זינג'ט זיך אמונה, וועלן אלע שלעכטע מחשבות אוועקפליען.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.

#5180 - זיך גרייטן אויף יום הקדוש, ארויסנעמען אלע שנאה פון הארץ
תפילה והתבודדות, מחלוקת, שלום, ראש השנה, אחדות, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען, און א גאנץ יום טוב האבן זיי געבענקט צום רבי'ן - זענען אויך געווען ביים רבי'ן. יעצט דארפן מיר זיך גרייטן אויף יום הקדוש, מיר דארפן זיך מאכן א חשבון הנפש, ארויסנעמען אלע שנאה פון הארץ, זיך איבערבעטן מיט אלעמען, און זוכן צו פארמערן שלום מיט ליבשאפט איינער מיטן צווייטן.


ווי אזוי נעמט מען ארויס די שמוץ פון זיך? דורך תפילה והתבודדות; בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיך אויסרייניגן, איך וויל ארויסנעמען אלע שלעכטס פון מיר, איך וויל יעדן איינעם ליב האבן און קיינעם נישט וויי טון".


איך בין נאך אביסל אסאך אפגעשוואכט פון די נסיעה פון אומאן ראש השנה, איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן כח צו געבן מארגן דעם ליל שישי שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5179 - זיי זיך מקבל צו דאווענען אין שול
בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר. איך האב מתפלל געווען פאר ענק ביידע ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן, איך האף צו הערן ביי ענק גוטע נייעס ווי שנעלער.


לכבוד די נייע יאר זיי זיך מקבל צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אז דו ביסט שפעט און עס איז שוין נישטא קיין מנין – זאלסטו נאכאלץ גיין אין שול דאווענען, דאס וועט זיין א זכות פאר דיר דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא און האבן הצלחה.


א גמר חתימה טובה.

#5178 - די תלמידות זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך
צניעות, משמש דעם רבי'ן, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי דעם רבי'ן, מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


די תלמידות קוקן אייך זייער ארויף, זיי נעמען אן יעדעס ווארט. אויך ווילן זיי אויך גיין נאך די חתונה מיט א טיכל, ווייל זיי זעען ווי שיין און ערליך די לערערינס פירן זיך; איר מאכט א קידוש השם.


כתיבה וחתימה טובה.

#5177 - מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון זיין א טיטשער, פון מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה און ליב האבן די תורה.


שכוח פאר אלעס וואס איר טוט פאר בית פיגא און פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר די תלמוד תורה.


כתיבה וחתימה טובה.

#5176 - יישר כח פארן העלפן אַזוי געטריי די סקול
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פארן העלפן בית פיגא אזוי געטריי; סיי איר און סיי אייער טייערער מאן.


וואס מען טוט פארן רבי'ן – איז נצחיות, עס בלייבט פאר אייביג.


כתיבה וחתימה טובה.

#5175 - די נסיעה איז טאקע א שווערע, אבער עס לוינט
חינוך הילדים, אומאן, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', א' סליחות, כ"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרשת האזינו גייט די יאר צוויי וואכן, די וואך און קומענדיגע וואך; מען קען שוין מעביר סדרה זיין פון די וואך, הויב אן היינט מעביר סדרה זיין.


שלאג נישט דיינע קינדער, דער רבי האט נישט געלאזט שלאגן. דער רבי האט געזאגט: "וואס מען האט גע'פועל'ט מיט שלעכטנ'ס וואלט מען געקענט פועל'ן גרינגער און בעסער מיט שיינעם".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך מארגן קיין אומאן; איך נעם מיט מיינע זין פון די זעקס יאר און ארויף. די פלאן איז, מיר פארן קיין פוילן, אין פוילן וועלן מיר זיין אין ליזענסק ביים הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו און פון דארט וועלן מיר פארן קיין אומאן; לויט די פלאן דארפן מיר אנקומען מיטוואך אינדערפרי אין אומאן.


די נסיעה איז טאקע א שווערע, אבער עס לוינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5174 - עס איז א מלחמה פון די קדושה מיט די טומאה
ראש השנה, מניעות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', א' סליחות, כ"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שוועריקייטן איז נאר פון פאראויס, איינמאל מען קומט קיין אומאן - צעפאלט די גאנצע דמיון; נישטא קיין גט, נישטא גארנישט; פון פאראויס זעט עס אויס שרעקעדיג.


וואס ברסלב'ער חסידים גייען אריבער צו קענען קומען ראש השנה קיין אומאן - איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, מען זעט קלאר ווי די קדושה שלאגט זיך מיט די טומאה; געוואלד און געשריגן, וואס איז אזוי שלעכט אז מען פארט צו צדיקים אויף ראש השנה?! אלע פארן ראש השנה צו זייער רבי, וואס דארף מען אזוי שלאגן און פייניגן דעם ברסלב'ן חסיד? אלא מאי מוז זיין אז דא איז א מלחמה פון די קדושה מיט די טומאה.


די מניעות - אז מען איז זוכה צו צעברעכן - ווערט אזוי זיס, עס ווערט נעימו"ת, עס ווערט ליכטיג.


אינעם ליד פון רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, זינגט ער: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו", ברסלב'ער חסידים טוען וואס דער רבי האט געזאגט, "מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו", אלע יארן צו קומען קיין אומאן, "שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת", מען צעברעכט אלע שוועריקייטן פון קומען קיין אומאן, "כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5173 - זיי מוחל די וואס האבן דיר וויי געטון
אמונה, מחלוקת, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת האזינו א', א' סליחות, כ"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז כדאי צו לערנען יעצט פאר די הייליגע טעג מסכת ראש השנה, מסכת יומא און מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט, אויסער די שיעורים קבועים וואס מיר האבן - איז גוט צו לערנען די מסכתא פונעם יום טוב וואס קומט, מוהרא"ש פלעגט דאס אנרופן א באקשיש (א באנוס רופט מען אין אראביש באקשיש).


זיי מוחל אלע וואס האבן דיר וויי געטון, האלט נישט קיין האס אין זיך, האלט נישט קיין פיינטשאפט אין זיך; חזר אמונה, אלעס וואס איז אריבער - איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישט דער און נישט יענער.


אז מיר וועלן רייניגן אונזער הארץ פון שנאה, פון נקמה - וועט דער אייבערשטער אונז מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5172 - די מוסד ווערט גרעסער, מען דארף קענען צוקומען צו אייך מער צייט
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא


נישטא די ווערטער ארויס צו ברענגען אייערע זכותים וואס איר האט פון וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט אמונה, מיט קדושה וצניעות און מידות טובות.


עס איז גוט אז איר וועט נישט זיין א טיטשער קומענדיגע יאר, היות די מוסד ווערט גרעסער – דארפן די קינדער און די לערערינס א מנהלת וואס מען קען רעדן וכו'; כל זמן די מוסד איז געווען קליין האט איר געקענט זיין מנהלת אינאיינעם מיט טיטשן, אבער יעצט דארף מען קענען צוקומען צו אייך מער צייט.


איך ווארט יעדע וואך אויף צו הערן א באריכט פון סקול.


כתיבה וחתימה טובה.

#5171 - רעדן נאר חיזוק, נישט קריטיקירן
בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אינגעלייט און בחורים זאגן מיר וועכנטליך אז זיי זענען זיך מחי' מיט דיינע דיבורים וואס דו רעדסט ביי ספורי מעשיות און ביי שלש סעודות. דו גיסט אזויפיל חיזוק; אפילו א טרוקענער ווערט אנגעטרונקען פון די פיינע זיסע קוואל וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.


רעד נאר חיזוק; מענטשן זענען אזוי צעבראכן, אלע וואס קומען אין שול – די זענען זעקלעך צרות, זעקלעך פראבלעמען, צעבראכן און צעשאסן, קיינער איז נישט אינטערעסירט יעצט אויף קריטיק, מען דארף זיי באגיסן מיט עמערס וואסער, חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


ליין פאר בריוו פון אשר בנחל אידיש, אדער עצתו אמונה וכו'.

#5170 - קום טרינקען פון הייליגן רבינ'ס קוואל
חברים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיר שוין אזוי לאנג נישט געזען; פארוואס קומסטו מער נישט טרינקען פון הייליגן רבינ'ס קוואל? איך וויל זיך מיט דיר מחזק זיין, קום צו די שיעורים, קום צום דאווענען, שטופ אריין דעם קאפ צווישן תלמידי היכל הקודש.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן – התבודדות ותפילה און שיעורים בכל התורה כולה, על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). גיין מיט די ווערטער פון רבי'ן, פון "אחד הי' אברהם", מען קען נאר דינען דעם אייבערשטן אז מען קוקט נישט אויף קיינעם, מען דינט דעם אייבערשטן, מען טוט וואס מען דארף טון.


כתיבה וחתימה טובה.

#5169 - לערן די הייליגע בריוו וועסטו האבן כח אנצוגיין אין עבודת השם
התחזקות, ספרי ברסלב, עצות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שוין א לאנגע צייט האב איך נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, מיט התבודדות ותפילה און מיט דיינע שיעורים אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


רבי נתן האט אמאל געטראפן א ברסלב'ער חסיד מיט א גרויע ווייסע בארד, האט רבי נתן אים זייער אויסגעלויבט, ער האט געזאגט: "א ווייסע בארד און א ברסלב'ער חסיד?!" ווייל בדרך כלל קומט דער סמ"ך מ"ם און קילט אפ דעם מענטש פון רבי'ן.


מאך זיך א שיעור אין די הייליגע ספרים – וועסטו האבן כח אנצוגיין בעבודת ה', בפרט אין די הייליגע בריוו פון ספר אשר בנחל; אז דו וועסט דאס לערנען – וועסטו קיינמאל נישט אויפגעבן.

#5168 - פארלאנגען פון די קינדער דיסציפלין
דרך ארץ, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס איז די וועג; זייט שטארק מיט די וועג, אויסלערנען דרך ארץ פאר די מיידלעך; דא רעדט מען נישט פון קליינע קינדער, דא רעדט מען פון גרויסע קינדער, מען מוז אויסלערנען "דרך ארץ".


הלוואי וואלטן אלע טיטשערס געשטאנען אויף 'דרך ארץ', פארלאנגט פון די קינדער דיסציפלין; אז ווען א טיטשער רעדט – קען מען נישט רעדן און נישט זיך אויפשטעלן וכו' וכו'.


האט נישט מורא אז די קינדער וועלן אייך נישט ליב האבן, קינדער האבן ליב א טיטשער וואס איז שטרענג און הארציג; אז מען האט באמת ליב די קינדער – קען מען אסאך אסאך פארלאנגען.

#5167 - האלט דיין שטוב פריאריטעט נומער איינס
שלום בית, מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך וויל איך דיר נאך שרייבן, ווייל מען דארף אסאך חיזוק אויף העלפן די ווייב, זיין אין שטוב בגוף ובמח.


די גרעסטע זאך איז העלפן די ווייב מיט די קינדער, א ווייב שפירט אויב דער מאן איז דא פאר איר אדער ער דרייט מיט איר ארום, אז זי האט הילף פונעם מאן קען זי ברענגען קינדער און זיי מחנך זיין. דערפאר בעט איך דיר זייער, האלט דיין שטוב העכער אלעס און דאס זאל זיין פריאריטעט נומער איינס, אזוי וועט דיין ווייב האבן כח און אינאיינעם וועלן ענק אויפציען הערליכע ערליכע דורות.


אז דו ווילסט מיר העלפן אין שטעטל – דארף איך איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך, עס איז מיר נמאס צו הערן ווי מען קריגט זיך; איך ווער פון דעם קראנק און איך ווער פשוט פארעקלט פון זיך געפינען צווישן מחלוקות.


 

#5166 - מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך
שטעטל, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ברוכים הבאים בשם השם, מיר פרייען זיך זייער פאר אזא חשוב'ע משפחה ביי אונז אין שטעטל, דער אייבערשטער זאל ענק באגליקן ענק זאלן קענען ערציען אין שטעטל ענקערע קינדער לתורה ויראת שמים.


טייערער ..., זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; אין שטעטל איז דא צוויי וועגן, אדער קען מען זיין א גרויסער צדיק, אדער א גרויסער ליידיגגייער; אזוי האט רבי נתן געזאגט: "אין וואלד קען מען זיין אדער א גרויסער צדיק, זיך מתבודד זיין און עוסק זיין אין לימוד התורה, אדער זיין א גרויסער הולטיי"; בעט איך דיר זאלסט גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס, אז מען גייט שלאפן פרי – קען מען נאך זאגן תיקון חצות פארטאגס, נאכדעם לערנען אפאר שעה שיעורים כסדרן און נאכדעם אנהויבן דעם טאג.


מאך נישט קיין פלענער, טו צו דער זאך. עס זענען דא אינגעלייט וואס וואוינען שוין פיר יאר אין שטעטל און קענען זיך נישט צוזאמנעמען אויפצושטיין לערנען; טו צו דער זאך, זיי זיך קובע צו גיין שלאפן פרי, טו גארנישט ביינאכט.

#5165 - ער וועט זיי אין דער ערד לייגן פאר זיין תאוות ממון
תפילה והתבודדות, שלום בית, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי צעטרייסלט פון די מעשה וואס דו האסט מיר דערציילט, אז דער שלום בית [חרוב-]מאכער האט געזאגט פאר דיין איידעם און טאכטער זאלן זיך צעטיילן השם ישמרינו. איך בין גרייט צו רעדן מיט זיי, איך בין גרייט אוועק צו געבן אסאך צייט פאר דעם; לאז מיר וויסן אויב זיי ווילן קומען צו מיר.


שומי שמים, וואס די שלום בית [חרוב-]מאכער טוען מיט כלל ישראל. אויף דעם האט שוין מוהרא"ש אזויפיל געשריבן און גערעדט, ווי מען זאל זיך אכטונג געבן פון גיין צו א שלום בית [חרוב-]מאכער. די ערשטע סימן פון א חרוב מאכער איז – אז ער נעמט געלט, דאס איז שוין א רוטע לאמפ, דאס ווייזט אז ער דארף דא פרנסה; וועט ער זיי אין דער ערד לייגן פאר זיין תאוות ממון, השם ישמרינו.


ברודער, פארליר זיך נישט, שטארק זיך; דו זיי ממשיך מיט תפילה והתבודדות און לאז מיר וויסן אויב זיי ווילן זיך לאזן רעדן צו מיר.


א גמר חתימה טובה.

#5164 - יישר כח פארן צושטעלן די נסיעה קיין אומאן פאר די גאנצע קהילה
אומאן, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די פינף הונדערט דאלער פאר פדיון נפש. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן די דינים פון דיר על ידי פלא עליון, וואס איז חסדים גדולים ורחמים גמורים אן קיין דינים.


א גרויסן יישר כח פארן צושטעלן די נסיעה קיין אומאן פאר די גאנצע קהילה, און פארן זארגן פאר מיר און פאר מיינע קינדער מיר זאלן האבן א גרינגע רייזע אהין און צוריק.


דער אייבערשטער זאל דיר פארשרייבן א זיסע יאר, נחת פון דיינע קינדער און הצלחה בכל ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#5163 - געבן די געפיל פאר די עלטערן אז מען זארגט זיך פאר זיי
קינדער, כיבוד אב ואם, קדושה, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די טויזנט דאלער פאר פדיון נפש, דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר מיט הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


לכבוד די נייע יאר נעם זיך פאר צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג. די מצוה פון כיבוד אב ואם איז היינט אזוי גרינג צו מקיים זיין, מיט איין טעלעפאן רוף קען מען זיך איינקויפן עולם הבא; מיט אפאר גוטע ווערטער, מיט זיך אינטערעסירן וואס זיי מאכן און זיי געבן די געפיל אז מען זארגט זיך פאר זיי – איז מען זוכה צו די בעסטע ברכות.


זיי מחזק דיין ווייב זאל זיך אפגיסן "נעגל וואסער"; אז די מאמע גיסט זיך אפ נעגל וואסער ביים בעט – איז דא קדושה וטהרה אין שטוב און מען איז מצליח מיט די קינדער.


א גמרא חתימה טובה.

#5162 - טראכטן גוט און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט
אמונה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ערהאלטן די פינף הונדערט דאלער פאר פדיון נפש, דער אייבערשטער זאל ענק אנשרייבן און פארזיגלען א זיסע געבענטשטע יאר; פאר ענק און פאר די גאנצע משפחה.


טראכטס גוט וועט אייך זיין גוט; די מחשבה האט אזא שטארקע כח אז וואס מען טראכט – דאס פאסירט.


אמאל האט אדל – דעם רבינ'ס טאכטער – זיך זייער נישט גוט געשפירט, דער רבי איז איר געקומען באזוכן און איר געזאגט: "טראכט צו זיך אז עס איז שוין אסאך בעסער", האט אדל געפרעגט: "ווי אזוי קען איך אזוי טראכטן בשעת איך שפיר שטארקע ווייטאג?" האט דער רבי איר געזאגט: "די מחשבה האט א שטארקע כח, און אז דו וועסט אזוי טראכטן – וועט אזוי זיין.


דאס איז די גרעסטע עבודה, צו טראכטן גוט און צו גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט.


א גמר חתימה טובה.