בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3757 - גם זה יעבור, דאס וועט אויך אריבערגיין
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז דערציילט, שלמה המלך פלעגט האבן א רינגל, אויפ'ן רינגל איז געווען אויסגעקריצט די דריי אותיות ג' ז' י'; יעדע מאל עס פלעגט אריבערגיין שווערע מינוטן פלעגט ער קוקן אויפ'ן רינגל און זיך צושמייכלען.


די באדינער זענען געווען זייער נייגעריג וואס מיינט די גז"י, וואס קוקט ער? און פארוואס לאכט ער? זיי האבן געפרעגט: "אדונינו שלמה, וואס זענען די סימנים פון די דריי אותיות, און פארוואס לאכט דער קעניג?" האט שלמה המלך זיי געענטפערט: "יעדע מאל עס גייט אריבער אויף מיר שווערע מינוטן קוק איך אויף מיין רינגל, אויף די אותיות גז"י, דאס איז די ראשי תויבות פון ג'ם ז'ה י'עבור - דאס וועט אויך אריבערגיין, יעצט זעט טאקע אויס ווי עס איז עק וועלט, אבער איך גלייב אז עס וועט אריבערגיין"; והבן למעשה.

#3756 - אז דו שפירסט נישט גוט, קענסטו זיך מער אויסבעטן ביים אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו שפירסט זיך שוין בעסער, איך בעט פאר דיר דו זאלסט האבן א רפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל.


זיי נישט קיין בטלן; יעצט ווען דו ביסט אזוי נאנט צום אייבערשטן, נוץ אויס די צייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת יב:): "שכינה למעלה מראשותיו של חולה", דער באשעפער רוט ביים קאפ פונעם חולה; יעצט ווען דו גייסט אריבער וכו', געפונט זיך דער אייבערשטער מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר; בעט אים, רעד צו אים, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט אים - וועסטו זען גרויסע ישועות.


אויב דו האסט כח זאלסטו זאגן יעדן טאג שיר השירים. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּשִׁיר הַשִּׁירִים"; אז דו האסט נאר אביסל כח - קענסטו דאס איינטיילן און זאגן אביסל יעדן טאג.


איך ווארט און האף צו הערן די גוטע בשורה אז דו ביסט צוריק געזונט און שטארק - אזוי ווי אמאל.


 

#3755 - געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דו מאכסט, ווי אזוי דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט התבודדות ותפילה.


געוואוין זיך צו זיך אויסצורעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז רבי נתן געקומען צום רבי'ן, דער רבי זאגט אים: "גיי יעצט אריבער צום רב, ר' אהרן"; רבי נתן האט דאך יעדע זאך געפאלגט דעם רבי'ן אין אן אויגנבליק, ער איז גלייך אריבער צום רב.


ער זעט ווי דער רב זיצט אויסגעדרייט צום וואנט און וויינט צום אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד מיט א שטארקע ברען; דער רב האט נישט באמערקט אז איינער זעט און הערט.


רבי נתן האט זיך צוגעקוקט און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן, דער רבי האט געשמייכלט און אים געזאגט: "האסט געזען ווי אזוי מען דארף זיך מתבודד זיין...?"


וואויל איז דעם מענטש וואס פארברענגט די טעג און יארן מיט די הייליגע עבודה פון התבודדות.

#3754 - ביי אונז איז א טיכל א שיינע זאך
שמחה, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


ענדערש זאלט איר זיך אנטון א שייטל ווי איידער זיך לאזן וואקסן די האר; די האר זאלט איר זיך נישט לאזן וואקסן, עס איז זייער שרעקעדיג האר פון א חתונה געהאטע פרוי, עס קען זיין א גרויסע סכנה; ענדערש טוט אן א שייטל, אזוי וועט איר איינשפארן אלע שלעכטס.


אינטערעסאנט אז איר שפירט זיך געצווינגען צו גיין מיט א טיכל; ביי אונז איז א טיכל א שיינע זאך, ביי אונז קוקן די קינדער אויף די מאמע ווי זי זיצט פרייטאג צו נאכטס מיט די ווייסע טיכל ביי די ליכט מיט אלע חן - אזוי ווי מען קוקט אויף א קעניגן. אינטערעסאנט אז איר שעמט זיך מיט דעם און דאס מאכט אייך וועלן צוריק די האר, אין אזא פאל איז שוין ענדערש אויסצוטון די טיכל און אנטון א שייטל, ווי איידער צו לאזן וואקסן די האר.


שטארקט אייך, זייט פרייליך; שמחה לייזט אויס דעם מענטש פון אלע גלות'ן, סיי פון זיין פריוואטע גלות און פון די גלות בכלליות.

#3753 - צו קענען מחי' זיין א איד איינמאל אין זיבעציג יאר, האט זיך געלוינט
הכרת הטוב, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, ערב ראש חודש אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף די גרויסע חסד וואס דו האסט מיר נעכטן געטון, האסט מיר געברענגט ווארעמע עסן, פאר מיר און מיין ווייב, און פארן מיר ברענגען היינט אינדערפרי א טלית און תפילין און א פיינע פרישטאג, און באזונדער פאר'ן זארגן פאר מיין ווייב, איר ברענגען ווארעמע גריז.


ברוך ה' מיר זענען שוין צוריק אין שטעטל געזונט און שטארק; וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און ניסים שבכל יום ובכל עת.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט זיבעציג יאר צו קענען מחי' זיין א איד, האט זיך אלעס געלוינט"; האסט מיר נישט סתם מחי' געווען און געראטעוועט.

#3752 - יישר כח פאר'ן ערלעדיגן די וועגן קיין אומאן
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, ערב ראש חודש אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן צושטעלן פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר די גאנצע קהילה - א וועג צו קומען צום רבינ'ס ראש השנה קיין אומאן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט בנוגע זיין ביי אים ראש השנה (חיי מוהר"ן, סימן קכו): "מָה אֹמַר לָכֶם, אֵין דָּבָר גָּדוֹל מִזֶּה, וּבִלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז: 'וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן, קֵיין גְרֶעסֶירְס דֶער פוּן אִיז נִיט דָא'".


די טיקעטס און די וועג פון עירפארט ביז אומאן - קאסט טאקע אסאך געלט, בפרט היי יאר ווען מיר גרייטן זיך צו פארן פון איין לאנד צום צווייטן - קאסט דאס מער ווי עס קאסט אלע יארן, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל דיר קענען באצאלן פאר אלע טיקעטס און פאר די וועג.


וואס טוט נישט א מענטש ווען עס ווארט אים א משפט? ער וועט אלעס פארקויפן אבי צו טרעפן דעם בעסטן לויער, דעם בעסטן שופט ארויסצוגיין זכאי בדין, וואס טוט נישט א מענטש ווען ער דארף א רפואה? ער וואלט אלעס פארקויפט צו האבן געלט צו צאלן דעם גרעסטן דאקטער; אזוי איז מיט אומאן, דער רבי איז דער גרעסטער און בעסטער לויער און דאקטער - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט יאר.

#3751 - איך וועל נישט שולדיג בלייבן, איך וועל מאכן די קינדער ערליכע אידן
הכרת הטוב, חסד, סיפורי צדיקים, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר דעם וואס איר האט געלאזט אייער מאן טון מיט מיר די גרויסע חסד, מיך טראגן און ברענגען.


זייט מיר מוחל אז עס האט זיך אזוי פארשלעפט; ווען איך וואלט געהאט אפילו א ספק אז דאס וועט זיך פארשלעפן ביז דעם קומענדיגן טאג - וואלט איך אים גלייך אהיים געשיקט, איך האב געמיינט אז אט אט ווערן מיר פערטיג און מיר קומען אהיים.


איך וועל אייך נישט שולדיג בלייבן, איך וועל אייך באצאלן; נישט מיט געלט נאר מיט וואס רבי נתן האט באצאלט דעם בעדער ווען מען האט אים צוגענומען זיין פרנסה פאר'ן עפענען די מקוה שטילערהייט פאר רבי נתן, "געלט האב איך נישט" - האט רבי נתן געזאגט, "איך וועל דיר באצאלן, איך וועל נעמען דיינע קינדער און זיי מאכן פאר ערליכע אידן".


 


 

#3750 - זיך שטארקן ווייטער ארויסצוגעבן גוטע זאכן
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געליינט דיין בריוו פאריגע וואך אינעם שטעטל בלעטל, איך האב זייער הנאה געהאט. דו שרייבסט שיין, רייך און איידל, עס איז א מחי' צו ליינען דיינע בריוו; הלוואי זאלסטו יעדע וואך אריין שיקן א בריוו.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש; איך האף און ווארט עס זאל ווייטער ארויסקומען עצתו אמונה חלק ו, ז, ח, ט, און אזוי ווייטער. איך האף און ווארט דו זאלסט ווייטער ארויסגעבן מעשה'לעך פאר קינדערלעך חלק ב, ג, ד, און אזוי ווייטער.


איך האב נאך אסאך פלענער וואס צו מאכן; איך וויל נישט זאגן ווייל איך וויל נישט פארשטייטערן די ארבעט.


טאנץ און שפרינג אז דאס לעבן גייט דיר אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן, מיט עצתו אמונה.


 

#3749 - רעדן מיט געסט דיבורי אמונה, איז חשובער ווי טון פאר זיך אליין
זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, סיפורי צדיקים, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ו): "גְּדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מֵהַשְׁכָּמַת בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְהַקְבָּלַת פְּנֵי שְׁכִינָה", די מצוה פון הכנסת אורחים איז גרעסער פון גיין אין שול און פון מקבל זיין די שכינה; דעריבער זאלט איר זיך פרייען ווען עס קומט א גאסט צו אייך, די שכנים קומען צו אייך, זיי ווילן הערן פון רבי'ן, זיי ווילן הערן דיבורי אמונה; דאס איז מער חשוב ווי זאגן תהילים אדער לערנען פאר זיך אליין.


דער הייליגער רבי נתן פלעגט זייער פלייסיג לערנען, ער איז געווען א מתמיד עצום; דאך האט ער געהאט א מנהג, ווען איינער איז געקומען צו אים פאר חיזוק - האט ער גלייך פארמאכט דעם ספר און יענעם מחזק געווען.


אזוי זאלט איר טון, אז א שכן קלאפט אויף אייער טיר, בפרט שבת נאכמיטאג ווען די מענער זענען אין שול און איר ווייסט נישט וואס איז וויכטיגער, אדער רעדן מיט יענעם, אויסהערן יענעם, אדער זאגן תהלים, לערנען עצתו אמונה; זאלט איר ענדערש טון הכנסת אורחים, און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות שם, אות ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים".


 

#3748 - א שאד אז דו פרישסט זיך נישט אויף מיט די שיעורים
דרשות, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב אזוי ארויסגעקוקט און געווארט אויף די זומער וואכן אז דו וועסט קומען צו די שיעורים, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פון רבי'ן.


יעצט איז שוין א שיינע פאר וואכן אריין אין זומער און מען זעט דיר נישט, דו דרייסט זיך נישט צווישן אנשי שלומינו, איך זע דיר נישט.


א שאד פאר דיר און א שאד פאר מיר; די בת מלך האט געוויינט צום שני למלכות, זי האט געזאגט (ספורי מעשיות, מעשה א): "בַּאֲשֶׁר אַזוֹי פִיל אוּן אַזוֹי פִיל יְגִיעוֹת אוּן טֶרְחוֹת. אַזוֹי פִיל יָארְן וָואס דוּ מוּטְשֶׁעסְט דִיךְ אוּן הָארֶעוֶועסְט אַזוֹי לַאנְג כְּדֵי אַז דוּ זָאלְסְט מִיךְ אַרוֹיס נֶעמֶען, אוּן פוּן אֵיין טָאג וֶועגְן וָואס דוּ הָאסְט גִיקָאנְט מִיךְ אַרוֹיס נֶעמֶען. הָאסְטוּ גָאר אָן גִיוָוארִין. אוּן זִי הָאט זֵייעֶר גִיוֵויינְט. זִי הָאט גִיזָאגְט. עֶס אִיז אֵיין גְרוֹיס רַחֲמָנוּת אוֹיף דִיר אוּן אוֹיף מִיר. אַזוֹי אֵיין לַאנְגֶע צַייט וָואס אִיךְ בִּין דָא. אוּן קָאן נִיט אַרוֹיס וְכוּ'", זי האט געזאגט עס איז א גרויס רחמנות אויף מיר און אויף דיר, באשר אזא לאנגע צייט וואס דו ווילסט מיר ארויסנעמען; איז דאך ממש א שאד אפצולאזן.


טייערער ברודער, טייערער חבר, דראפע זיך און דערהאלט זיך. לערן יעדן טאג חומש און משניות, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קום אין שול דאווענען די דריי תפילות, ועל כולם זיי זיך מתבודד בכל יום, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי דער יצר הרע שלעפט דיך, וואו ער טראגט דיך; זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט.


 

#3747 - בארעכן זיך אויב דו ווילסט אויך זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פאר'ן גיין אין חדר זיין א במקום מלמד יעדע מאל וואס עס פעלט זיך אויס. זיין א מלמד איז פון די חשוב'סטע עבודות, עס איז חשוב'ער פון די העכסטע זאכן.


היות צוויי מלמדים האבן זיך אוועק געצויגן פון וויליאמסבורג קיין שטעטל, טראכט איך, אויב דו ביסט מסכים צו ווערן מלמד פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה. אלע דיינע ברודער זענען מלמדים, בארעכן זיך אויב דו ווילסט אויך זיין א מלמד.


איך האף עס וועט נישט נעמען לאנג, דו וועסט טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב.


 

#3746 - אז די מאמע הייסט קוקן מאוויס, דארף מען זיך ארויסדרייען מיט חכמה
כיבוד אב ואם, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מכבד אייער מאמע; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב די מצוה פון כיבוד אב ואם. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין טאטע מאמע.


אז אייער מאמע הייסט אייך קוקן מאוויס - זאלט איר נישט טענה'ען מיט איר, דריידט זיך ארויס מיט חכמה, מאכט זיך ווי איר גייט דאס טון, אבער איר זאלט דאס נישט טון, ווייל עס איז א גרויסע סכנה; קוקן מאוויס איז זייער שעדליך, עס רייסט אפ דעם מענטש פונעם אייבערשטן און פון די תורה.


בזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם וועט איר זוכה זיין צו לעבן א גוט לעבן, א לאנג לעבן - בזה ובבא.


 

#3745 - זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו טון די שטוב ארבעט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות צו טון די שטוב ארבעט, לאזט זיך נישט נאך. שטייט אויף אינדערפרי, געבט איבער דעם טאג פאר'ן אייבערשטן און בעטס אים איר זאלט האבן כח צאמצונעמען די שטוב, מאכן די וועש און אנגרייטן נאכטמאל פאר אייער מאן נרו יאיר.


ווי שווער איז שוין צו מאכן נאכטמאל? ווי שווער איז צו קאכן צוויי שטיקלעך פלייש פאר אייך און אייער מאן? אז אייער מאן איז א סבלן און א וותרן, ער וועט גארנישט קאמפלעינען - מעגט איר נישט נעמען עדווענטידזש פון דעם; מילא עס גייט אריבער א טאג וואס מען קומט נישט אן צו קאכן נאכטמאל - דאס קען מען דערהערן, אבער עס זאל אריבערגיין וואכן אן קאכן, אן גארנישט טון - דאס איז נישט גערעכט.


נעמט זיך צאם, בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן כח צו טון די שטוב ארבעט, זייט נישט קיין כפוי טובה, איר האט באקומען אזא טייערער מאן, נישט יעדער איז זוכה צו דעם; דארפט איר אים שעצן, אים אפווארטן מיט עסן, מיט א ריינע שטוב, מיט וועש וכו' וכו'.

#3744 - דער אייבערשטער האט מיך אזוי שטארק ליב
מחשבות, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פארוואס זאלט איר זיך פייניגן מיט נארישע געדאנקען אז איך בין ברוגז אויף אייך - וכדומה?


דער יצר הרע קומט צום מענטש יעדע מינוט מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי צו צעברעכן דעם מענטש; ער מאכט טראכטן נארישע מחשבות, ליגנט מחשבות, כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים, דער אייבערשטער האט אים נישט ליב. נאכדעם מיט אנדערע נארישע מחשבות 'דער רבי דארף מיך נישט', 'מוהרא"ש דארף מיך נישט', 'קיינער דארף מיך נישט', 'יעדער האט מיך פיינט'.


קלאפט ארויס די נארישע געדאנקען פון אייער קאפ, חזר'ט זיך די ווערטער: "דער אייבערשטער האט מיך אזוי שטארק ליב, איך בין זייער באליבט ביי אים. נאר איינער האט מיך פיינט, דער סמ"ך מ"ם, דער יצר הרע, דער מלאך המות; ער האט מיך פיינט און ער מעג מיך פיינט האבן, און איך האב אים אויך פיינט".


נאך אביסל קומט משיח, דעמאלט וועט מען אים שחט'ן, אמן.

#3743 - נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן
מחלוקת, דרשות, שלום, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו פארשפרייטסט די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, סיי מיט די הערליכע גליונות און סיי מיט די האט-ליין, שיעורים, חיזוק יומי וכו' וכו'.


געב אכטונג ווען דו ביסט מפרסם די שיעורים - עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם קיין מחלוקת, נישט אלעס וואס מען רעדט צווישן די פיר ווענט פון ישיבה דארף מען מפרסם זיין. האלט קאפ וואס די נקודה פונעם גליון און חיזוק יומי איז, די נקודה איז נאר צו מחזק זיין אידישע קינדער; ווי לאנג דו ביסט מפרסם חיזוק און אמונה - איז גוט, אז מען איז מפרסם אנדערע זאכן אדער ביטול צו אנדערע פלעצער - איז דאס נישט "חיזוק יומי", נאר "פליקן יומי", "שטעכן יומי"; איך בעט דיר זייער, געב אכטונג מען זאל נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן מיט יארן צוריק איך זאל זיך זייער אכטונג געבן מען זאל נישט פארשפרייטן שיעורים וואס מען רעדט וועגן אנדערע חסידות'ן, פון אנדערע רבי'ס, ווייל דאס מאכט נאר מחלוקת, עס איז נישט מקרב קיינעם, נאר מרחק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו אליהו הנביא, וואס די הייליגע חכמים זאגן (עדיות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָא לֹא לְרַחֵק וכו', אֶלָּא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם".


 

#3742 - נאר אז מען האט שלום בית, קען מען זיין ערליך און הייליג
שלום בית, שטעטל, בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


די פאר וואכן וואס איך בין דא אין שטעטל זע איך אביסל דיין געטריישאפט און דיין איבערגעגעבנקייט, ווי דו רוסט נישט, דו שלאפסט נישט; דו ביסט אזוי איבערגעגעבן פאר די קהילה, אלעס זאל זיך פירן על צד היותר טוב.


איך האף דו ביסט אויך געטריי ביי דיר אין שטוב, דו העלפסט דיין ווייב תחי' מיט די קינדער. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן רסד) מען זאל מכבד זיין די ווייב, מען זאל איר האלטן טייער; דאס איז עבודת השם, דאס איז דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


ליידער לערנט מען דאס נישט מיט אינגעלייט, מענטשן ווייסן נישט אז שלום בית איז זייער וויכטיג; נאר אז מען האט שלום בית, מען רעדט שיין צו די ווייב, מען העלפט איר - קען מען זיין ערליך און הייליג.


זע צו דאווענען די דריי תפילות מיט דרך ארץ, מיט א הוט און רעקל. אז מען קומט אין שול דאווענען - דארף מען קומען מיט דרך ארץ, מיט יראת הכבוד.

#3741 - איין אומדירעקטע שיינע שמועס מיט די קינדער, קען אויפטון גאר אסאך
לערערין, חינוך הילדים, הכרת הטוב, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט; לייגט אריין אין די קינדער א זיסקייט און שיינקייט פון לעבן.


רעדט צו זיי פון די גרויסע סכנה פון קוקן מאוויס.


יעצט זומער איז א גוטע צייט צו רעדן צו די עלטערע קינדער פון די שיינקייט פון דאס אידישע לעבן, פון דאס שיינקייט פון צניעות; פון לעבן א באשיידענע לעבן.


שמועסט מיט די קינדער פון אמונת חכמים; ווי שיין די לעבן איז אז מען גייט אין די וועג פון צדיקים, די וועג פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן. שמועסט מיט זיי פון פאלגן מוהרא"ש, פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה.


איר קענט נישט וויסן וואס איין שיינע שמועס, אן אומדירעקטע שיינע שמועס מיט די קינדער - קען אויפטון; וואס דאס וועט פועל'ן ביי זיי און איבערדרייען זייער לעבן.


איך בין אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער.

#3740 - אלע שרעקעדיגע מחשבות קומט פונעם יצר הרע
פחדים, תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען, מחשבות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


די פרויען צאמקום וואס מען מאכט וועכנטליך אין שטעטל איז נאר גרינגער צו מאכן פאר די פרויען, מען זאל זיך אויסלופטערן און פרייליך ווערן. אויב עס מאכט אייך מער אנגעצויגן דארפט איר נישט קומען און איר זאלט נישט קומען.


אז עס איז אייך שווער זיך צו טרעפן מיט מענטשן, איר באקומט קאפ וויי, איר הויבט אן טראכטן מחשבות פון פחדים וכדומה, זאלט איר ענדערש בלייבן אין שטוב און בלייבן רואיג.


שטארקט זיך מיט אמונה, שטארקט זיך מיט בטחון; די מחשבות פון שטארבן, חלש'ן, צאמפאלן, אויפהערן אטעמען וכדומה - דאס אלעס איז פונעם יצר הרע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט) יצר הרע איז טייטש 'יצר', מען מאלט אויס - 'רע' שלעכטס; דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין אין יעדן איינעם אנדערע שלעכטע מחשבות, ער וויל שלעכט מאכן דעם מענטש.


לאכט זיך אויס פון דעם, טאנצט מיט אמונה; זינגט צו זיך: "איך האב נישט מורא פון קיינעם, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר" - וועט אייך גוט זיין.

#3739 - מאכט א ליסטע אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, זעלבס זיכערקייט, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער אייבערשטער זאל אויסהיילן אייער מאמע תחי', זי זאל האבן א רפואה שלמה. עפעס שלעכט האט פאסירט מיט איר; זי איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א שנעלע רפואה בתוך שאר חולי ישראל.


אייך וויל איך בעטן זייער א שטארקע טובה, קלאפט ארויס די שולד געפילן פון אייך, עס האט גארנישט צו טון מיט אייך און נישט מיט קיינעם. איך ווייס אז דער יצר הרע האט געטראפן א גרינגע וועג אייך צו צעברעכן מיט'ן זיך באשולדיגן, איר טראכט אז דאס האט מיט אייך וכו' וכו'; בעט איך אייך ברחמים ובתחנונים, קלאפט עס ארויס פון אייך, איר זענט גארנישט שולדיג, קיינער איז דא נישט שולדיג. איר זאלט רעדן שיין צו איר, רופט איר יעדן טאג און רעדט צו איר שיין, און בעטס דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע אידן.


זייט פרייליך, זוכט אויף גוטס אין אייער לעבן. אן עצה טובה, איר זאלט זיך אראפשרייבן גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, און יעדן טאג זאלט איר זיך מאכן צייט אויף דעם; נעמט ארויס דעם צעטל און דאנקט אים אויף דאס גוטס, צום ביישפיל:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז 1) איך בין א איד, איך בין דיין קינד, איך בין א חלק פון עם ישראל. 2) איך בין געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים. 3) איך ווייס פון הייליגן רבי'ן וואס לערנט מיר אזעלכע שיינע עצות אין לעבן; מען זאל רעדן צו דיר, מען זאל זיך פרייען מיט די מצוות. 4) איך האב אזא שיינע משפחה; איך דאנק דיך פאר מיין מאן, פאר מיינע קינדער, פאר מיינע עלטערן, פאר מיין עסן, פאר מיינע קליידער, פאר מיין אטעמען"; אזוי זאלט איר אויסרעכענען די חסדים און טובות, וועט איר ווערן מער און מער פרייליך, מער און מער פאזעטיוו, מער און מער אריינגעשלעפט אין "גן עדן", נאכדעם זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט און זיך צו אים אויסרעדן און אויסוויינען אויף יעדע פינטל וואס באדערט אייך.


עס איז גאר אנדערש ווען מען רעדט צום אייבערשטן, מען בעט אים - ווען מען איז פרייליך און דאנקבאר, ווי ווען מען בעט פון עצבות און מרה שחורה.


באשולדיגט זיך נישט, עס האט גארנישט מיט אייך.

#3738 - די קונטרסים "ליכטיגקייט פון אמונה" דערפריידט דאס הארץ
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס דערפריידט מיר זייער צו זען ווי עס קומט ארויס נאך און נאך קונטרסים פון די "ליכטיגקייט פון אמונה", בריוו פון שאלות ותשובות עצתו אמונה, מתורגם אין די ענגלישע שפראך פאר אלע וואס קענען נישט קיין אידיש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", דער וואס העלפט אנדערע ווערט אפגעהיטן פון שלעכטס; נאך זאגן זיי (סנהדרין לז.): "כל המציל נפש אחת", דער וואס ראטעוועט א צווייטן, "כאילו קיים עולם מלא", ווערט עס גערעכנט ווי ער ראטעוועט און שטעלט אויף א גאנצע וועלט.


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט, זייט ממשיך מיט די עבודת הקודש, און בזכות די גרויסע מצוה פון זיכוי הרבים - זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן גרויסער ערליכע אידן.


 

#3737 - המלצה פאר די קופת צדקה "עזר לשבת" אין קרית יואל
צדקה, המלצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ה' עליהם יחיו


די חשוב'ע קופת צדקה "עזר לשבת" פון קרית יואל פארטיילט יעדן שבת הונדערטער שבת פעקלעך פאר משפחות נצרכים; אויך ביי אונז אין שטעטל קרית ברסלב זענען דא משפחות וואס באקומען וועכנטליך שבת פעקלעך, אויך לכבוד פסח האבן זייער אסאך משפחות גענאסן פון זיי.


על כן בעט איך אייך אלע, העלפט די חשוב'ע קופת צדקה זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די מצוה, ובזכות מצות צדקה זאלט איר אלע געהאלפן ווערן מיט בני, חיי ומזוני רויחי, אמן.

#3736 - דער הייליגער רבי פלעגט זאגן פאר יעדע מצוה דעם לשם יחוד
קדושה, לשם יחוד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע, אויב דו זאלסט ווייטער זאגן "לשם יחוד", אדער נאר אין אידיש.


דער הייליגער רבי פלעגט זאגן פאר יעדע מצוה דעם לשם יחוד, כמובא בשבחי הר"ן (סימן יג). אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו אין צעטל קטן (סעיף ד) אז מען זאל זאגן פאר יעדע מצוה "לשם יחוד"; דאס איז נישט קיין סתירה צו תפילות פשוטות בלשון אשכנז.


אויף דיין פראגע וכו'; אוודאי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן זוכה זיין זיך צו מקדש זיין מיט די גרעסטע מאס קדושה, והעיקר - נישט פארגעסן פונעם אייבערשטן.


עס איז דא צוויי בחינות אין "קדש עצמך במותר לך" (יבמות כ.), אדער זיך אפשיידן, אדער ארייננעמען דעם אייבערשטן; מאכן פון גשמיות - רוחניות, פון ארץ - שמים, אזוי ווי שיטת רבי שמעון בר יוחאי וואס וואונדערט זיך (בראשית רבה א, טו) אויף די אבות העולם, וואס דארף מען אפטיילן שמים פון ארץ און זיך קריגן וואס איז קודם באשאפן געווארן, מען קען דאס צאמברענגען אזוי ווי א טאפ מיט א דעקל; דאס האט מוהרא"ש אונז געלערנט, מיר זאלן נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן, אזוי וועט ווערן פון ארץ - שמים.


ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - איז מען זוכה נאכדעם צו די מדריגה פון נישט מסיח דעת זיין פון אים, עס שיינט און לייכט די שם הוי' ברוך הוא שטענדיג פאר די אויגן.


 

#3735 - די גאנצע וועלט ווארט אויף דיין חיזוק יומי אויף לשון הקודש
הפצה, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכים החודש, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די גאנצע וועלט ווארט דו זאלסט איבערטייטשן די חיזוק יומי אויף לשון הקודש; אן א שיעור מענטשן ווילן פארשטיין וואס מען רעדט פון רבי'ן, די פשוט'ע חיזוק, די זיסע ווערטער; מען ווארט אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח דו זאלסט קענען טון די הייליגע ארבעט פון מתרגם זיין, וועסטו זוכה זיין צו זיין "המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו", און "כאילו קיים עולם מלא".


א גוט שבת.

#3734 - אז מען בייגט זיך צום אייבערשטן, ליידט מען נישט
תודה והודאה, צרות, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעדער איינער בזה העולם ליידט, אין גם אחד וואס ליידט נישט; אפילו די וואס שטעלן א פנים ווי אלעס גייט זיי גוט - זיי האבן אויך ערגעץ וואס טוט זיי זייער וויי.


נאר איינער ליידט נישט, נאר דער איד וואס בייגט איין די קאפ פאר'ן אייבערשטן - דער ליידט נישט; דער וואס נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס - דער לעבט א גן עדן לעבן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד): "כְּשֶׁאָדָם יוֹדֵעַ", ווען א מענטש ווייסט, "שֶׁכָּל מְאֹרְעוֹתָיו" אז אלעס וואס פאסירט מיט אים, "הֵם לְטוֹבָתוֹ" איז פאר זיין טובה, "זֹאת הַבְּחִינָה הִיא מֵעֵין עוֹלָם הַבָּא" דאס איז עולם הבא, דאס איז גן עדן.


איך בעט אייך זייער, נעמט אריין אין זיך אמונה, גלייבט אז אלעס איז דאס בעסטע פאר אייך; אייער מאן נרו יאיר איז פונעם אייבערשטן, און אלע זיינע זאכן וכו' וכו' איז פאר אייך - פונעם אייבערשטן, אייערע קינדער, אייערע גוטע און שלעכטע זאכן זענען פונעם אייבערשטן - וועט אייך אלעס זיין גרינגער.


געוואוינט אייך צו צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. זוכט אויף גוטס אין אייער מאן, זוכט אויף גוטס אין אייער לעבן; נעמט די גוטס און לויבט דעם אייבערשטן דערויף.


אנשטאט טראכטן פון די שווערע זאכן, פון די זאכן וואס שטערן אייך - זאלט איר טראכטן פון גוטס. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) ווען מען זוכט א גוטע נקודה ביי זיך אדער ביי יענעם, און מען קוקט נאר אויף דאס גוטס, מען דאנקט אויף דאס גוטס - פאלט אוועק אלע שלעכטס.


איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן כח און שטארקע נערווען.

#3733 - שמחה היילט אויס
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידת בית פיגא ... תחי'


זייט פרייליך, זייט שטארק; דער אייבערשטער וועט אייך מאכן גרויסע ניסים.


פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) שמחה איז א רפואה פאר אלעס, שמחה היילט אויס, שמחה ברענגט נאנט צום אייבערשטן (עיין לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י).


זארגט נישט וועגן די גאנצע זאך וואס איר האט, עס וועט אייך נישט שאטן פאר אייער שידוך, עס וועט אלעס זיין גוט, איר וועט זיין א געזונטע מאמע.