בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#55 - לאז דיין ווייב רעדן צו איר מאמע און געשוויסטער
שלום בית, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האף אז דו און דיין ווייב האבן הנאה געהאט פונעם שמועס וואס מיר האבן גערעדט.


דיר בעט איך זייער אז עס זאל דיר נישט באדערן אז דיין ווייב רעדט צו אירע געשוויסטער און צו איר מאמע; קודם כל איז נישט אויסגעהאלטן אז א מאן זאל נישט צולאזן זיין ווייב רעדן מיט איר מאמע און געשוויסטער. צווייטנס, דאס איז נישט קיין שכל'דיגע זאך, ווייל נישט דאס מאכט אז דער מאן זאל זיין בעל הבית אין שטוב, אז ער טיילט איין וכו'. בפרט אז דיין ווייב איז דיר אזוי געטריי און זי האט דיר אזוי ליב; עס באדערט איר אז דיר באדערט ווען זי גייט צו איר מאמע און געשוויסטער.


אויך בעט איך דיר דו זאלסט נישט זיין א קמצן אויף איר חשבון; אמת, מען טאר נישט אויסגעבן געלט וכו', אבער אז זי דארף א קלייד פאר די חתונה וכו' קענסטו איר נישט זאגן זי זאל אנטון א קלייד וואס דו האסט געשאפט אויב זי שפירט זיך נישט גוט אין דעם; עס איז נישט געפערליך צו קויפן א קלייד פאר הונדערט און פופציג דאללער אז דיין ווייב זאל זיין צופרידן.


און ווען דו גיבסט איר דאס געלט זאלסטו איר דאס געבן מיט הארץ, נישט ווי מען ווארפט א ביינדל פאר א הונט, זאגנדיג: "שוין, דא האסטו געלט! דאס וועט דיר פרייליך מאכן?!" זיי נישט נאריש ווען דו האסט באקומען אזא מתנה פונעם אייבערשטן.


איך וועל דיר נאך שרייבן מער; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אינעם ענין פון שלום בית וואלט איך געדארפט שרייבן אכט מאל מער ווי דעם גאנצן ליקוטי הלכות".


...


 

#54 - מ'קען נאר העלפן איינעם וואס לאזט זיך העלפן
שלום בית, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס דו שרייבסט, אבער וויסן זאלסטו אז מען קען נאר העלפן איינעם וואס וויל זיך לאזן העלפן; זאל א מענטש האבן דער גרעסטער פראבלעם - אויב וויל ער זיך העלפן - קען ער פון יעדע פראבלעם ארויס גיין. אבער אז מען וויל זיך נישט העלפן, למשל אז מאן און ווייב קומען זיך נישט אויס און זיי ווילן ענדערש באהאלטן זייער פראבלעם און ליידן וכו' אבי קיינער זאל זיי נישט העלפן און איינטיילן וכו' קען מען גארנישט טון נאר מתפלל זיין צום אייבערשטן ער זאל אריין לייגן אין זיי א הייליגקייט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סז): "עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט אן אמת'ן חכם און אן אמת'ן צדיק, ווייל ווען דער מענטש וואלט געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע.


א מענטש מוז האבן א רבי - א מורה דרך - מיט וועם ער שמועסט זיך דורך זיין לעבן (בפרט ווען מען איז נאך יונג), ווייל א מענטש אליינס איז אין א סכנה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יָדוּר אָדָם בִּמְקוֹם רַבּוֹ, שֶׁכָּל זְמַן שֶׁשִּׁמְעִי בֶּן גֵּרָא קַיָּם, לֹא נָשָׂא שְׁלֹמֹה אֶת בַּת פַּרְעֹה", א מענטש זאל וואוינען נעבן זיין רבי וועט ער זיין אן ערליכער איד, אזוי ווי מען זעט ביי שלמה המלך; אבער אויב מען וויל זיך נישט העלפן איז נישט דא וואס צו טון.


בעט פאר זיי אז זיי זאלן האבן שלום בית און פאלגן וואס די תורה זאגט, זיי זאלן נישט אריין ברענגען קיין סמארט-פאון אין שטוב ווייל אזוי ווי זיי פירן זיך יעצט זעט אויס ווי עס וועט זיך נישט האלטן - השם ישמרינו.

#53 - דער יסוד אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן אנדערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז דער יסוד היסודות אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן אנדערן; אויב עפעס באדערט דארף מען דאס אויסרעדן, זיך עסן פון אינעווייניג איז נישט קיין עסק.


מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט. ער רעדט נישט, מען הערט נישט פון אים קיין ווארט; האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע זאג איך אייך, אז מען וויל האבן שלום בית דארף מען רעדן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


איר האט א טייערע מאן, ער איז אייך אזוי געטריי און איז מיר זייער געטריי, אז עס טוט אייך עפעס וויי פון אים טארט איר זיך נישט ארום דרייען מיט די ווייטאג און עס האלטן ביי אייך אין הארץ, ווייל דאס קען חרוב מאכן די גאנצע ליבשאפט צווישן אייך.


איר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן עטליכע טיפס ווי אזוי מען קען פועל'ן ביי זיך יא צו רעדן ווען מען שפירט אז עס רעדט זיך נישט; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיין אפן איינער מיטן צווייטן ווייל אסאך מאל טוט מען אסאך מער וויי ווען מען רעדט נישט.


איך וועל אייך געבן א משל; למשל עס באדערט פאר די פרוי אז די מאן מאכט ווערטלעך אויף איר חשבון, אבער אסאך מאל כאפט ער ניטאמאל אז דאס באדערט פאר זיין ווייב, ווייל ער קומט פון א משפחה וואס דאס איז דער וועג ווי אזוי מען רעדט, מען ווערטלט זיך איינער אויפן צווייטן ברבים אין פארנט פון אנדערע משפחה מיטגלידער, און ער כאפט נישט אז מען רעדט נישט אזוי צו א ווייב, ער ווייסט ניטאמאל אז דאס טוט איר וויי. אין אזא פאל דארף די פרוי שיין רעדן מיט אים, נישט אים פארהאלטן, נאר זיך מאכן כאילו זי איז דער פראבלעם און אים זאגן: "איך בין צו האקל"; אזוי וועט ער וויסן זיך אכטונג צו געבן און ארבעטן אויף זיך.


איך האף אז איר וועט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל און חכמה ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן.

#52 - פון יעדע פראבלעם קען מען ארויס גיין 'אויב מען וויל'
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען נישט קומען צו מיר פון ליינען אין דיין בריוו וואס דו מאכסט נעבעך מיט, אז דיין ווייב וויל נישט זיין צוזאמען מיט דיר השם ישמרינו, צוליב די טראומע וואס זי איז אריבער אין איר יוגנט פון א מניוול רחמנא לצלן.


ליידער רעדט מען נישט צו קינדער איבער די וויכטיגקייט זיך צו היטן פון שלעכטע מענטשן - בפרט ביי מיידלעך וואס זיי דארפן א ספעציעלע שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): אויפן פסוק (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", אז די ברכה פון "יְבָרֶכְךָ" מיינט מען "בְּבָנִים", דער אייבערשטער וועט דיר בענטשן מיט קינדער, און די ברכה פון "וְיִשְׁמְרֶךָ" מיינט מען "בְּבָנוֹת", אז דער אייבערשטער וועט אפהיטן דיינע טעכטער, ווייל מיידלעך דארפן האבן מער שמירה ווי זון; אח און וויי פאר די וואס ווערן געשעדיגט פון די סארט קראנקע מענטשן, דאס לויפט זיי נאך זייער גאנץ לעבן השם ישמרינו.


איך שיק דיר דא א בריוו פאר דיין ווייב מיט עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון די ביטערע פרשה; אז דיין ווייב תחי' וועט אננעמען דעם רבינ'ס עצות וועט זי זיך אינגאנצן ארויס דרייען פון דעם.


ביז דערווייל זאלסטו דיר שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך - אפילו עס איז דיר זייער שווער; גלייב מיר, איך ווייס וואס דו גייסט אריבער, ווייל ליידער ביסטו נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם אז די ווייב וויל נישט לעבן מיטן מאן ווייל מען האט איר באצווינגען מיט עבירות, איך הער די מעשיות נעבעך זייער פיל מאל. מענטשן וואונדערן זיך פארוואס מען רעדט אזוי שארף אויף די מניוולים, אזוי ווייט אז מוהרא"ש האט געזאגט אז איינער וואס טשעפעט קינדער דארף מען ארעסטירן און ער דארף ווערן פאר'משפט פאר לעבנסליכע תפיסה, און מער קיינמאל נישט זען די שיין פונעם זון; דאס איז ווייל די מניוולים זענען אויסערגעווענליכע רוצחים, די קינדער וואס גייען אריבער דעם טראומע ליידן דערפון במשך זייער גאנצע לעבן - השם ישמרינו.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן און העלפן דיין ווייב זי זאל פארגעסן פון איר עבר און זי זאל קענען אנהייבן א נייע לעבן.


...


 


לכבוד מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געשריבן איבער וואס איר זענט אריבער אין אייער יוגנט רחמנא לצלן, דאס איז גורם אז איר זאלט נישט האבן א לעבן מיט אים און דאס מאכט אייך בעצבות און מרה שחורה'דיג.


וויסן זאלט איר אז פון יעדע פראבלעם קען מען ארויס גיין 'אויב מען וויל'; עס איז נישט דא א פראבלעם וואס עס זאל נישט זיין פאר דעם א וועג ארויס.


געלויבט דעם אייבערשטן אויף די נס וואס ער האט אייך געמאכט אז איר האט געטראפן אזא טייערער מאן און איר האט שוין ליכטיגע קינדער; דארפט איר זיך זייער שטארק פרייען מיט די מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן און נאר טראכטן פון אייער עתיד.


איר דארפט זיך זייער שטארקן און זיין זיכער מיט זיך (סעלפ-קאנפעדענס), ווייל די אלע וואס גייען אריבער דאס וואס איר זענט אריבער השם ישמרינו פארלירן זייער זעלבסט זיכערקייט (סעלפ-קאנפעדענס). דער דורכגאנג צעברעכט זיי אינגאנצן, עס ברענגט אריין אינעם מענטש א טיפע אינערליכע דיפרעשן און עס ברענגט צו ווערן שטענדיג אין כעס.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות, וואס ווער עס טוט די עצות קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, ווייל עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


געדענקט דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן, וְהֶעָתִיד עַדַיִן, וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן, דַאֲגָה מִנַּיִן", וואס איז געווען איז געווען - איז דאך נישט ווערד זיך צו זארגן אויף וואס איז געווען; דער עיקר דארף מען קוקן אויף פאראויס, זוכן צו בויען א שיינע לעבן מיט אייער טייערער מאן און ליכטיגע קינדער.


געוואוינט אייך צו זיך אויס צו רעדן צום אייבערשטן; פארציילט אים אלעס וואס איר זענט אריבער. איר זאלט נישט דערציילן פאר קיינעם אייער עבר נאר פארן אייבערשטן אליינס, דאס וועט מאכן עס זאל ארויס גיין פון אייך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם" און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן, ער פארציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער, אז איר וועט דערציילן פארן אייבערשטן אלע אייערע אלטע מעשים וועט דאס צושטייטליך ארויסגיין פון אייך ביז איר וועט עס אינגאנצן פארגעסן, וואס דאס איז א סימן אז דער אייבערשטער איז אייך מוחל אויף אלעמען, ווייל איר זענט נישט שולדיג, מען האט אייך דאך באצווינגען וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א גרויסער עיקר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז מיין גאנצע נחת - צו הערן ווי איר לעבט א שיין לעבן, ווי איר שרייבט אז אייער מאן נרו יאיר מאכט שיינע שבת סעודות, ער זינגט זמירות און דערציילט שיינע זאכן, ער פירט זיך ווי א ברסלב'ע חסיד.


מענטשן מיינען אז עס איז א רחמנות אויף די ברסלב'ע פרויען ווייל זייערע מענער לאזן זיי איבער ראש השנה אליינס; ווען די וועלט וואלט געוויסט ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף צו זיין ווייב א גאנץ יאר וואלטן אלע מקנא געווען די ברסלב'ע פרויען.


עס איז נישט דא נאך א פלאץ וואו מען זאל לייגן אזא דגוש אויף 'שלום בית' ווי ביים רבי'ן, ווייל 'שלום בית' איז א יסוד היסודות אין ברסלב; מיר פארן טאקע אוועק איין מאל א יאר קיין אומאן אויף ראש השנה און מיר פאלגן דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, אבער א גאנץ יאר פאלגן מיר אויך דעם רבי'ן וואס האט אונז געהייסן מכבד זיין די ווייב.


בנוגע רעדן אידיש וכו'; עס איז זיכער בעסער אז איר וועט רעדן אידיש צו אייערע קינדער, בפרט אז זיי קומען ביי אונז אין מוסד וואס אידיש איז דער שפראך וואס אלע רעדן, אזוי וועלן זיי נישט ווערן צעמישט.


בענין איבער טייטשן די שאלות ותשובות פון עצתו אמונה אויף ענגליש; הלוואי זאלט איר ווייטער ממשיך זיין עס איבער צו טייטשן און מיר עס שיקן אז מען זאל דאס קענען דרוקן פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר זענט מכיר וואס די מלמדים טוען פאר אונזערע קינדער; אלע מלמדים ביי אונז אין מוסד זענען אויסנאם גוטע מלמדים. דאס איז די ערשטע אויף די ליסט פון מיינע תפילות יעדן טאג צום אייבערשטן, אז מיר זאלן האבן מלמדים און טיטשערס יראי השם וואס וועלן אויפשטעלן א דור ערליכע אידן פארן אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#50 - שמחה איז א רפואה פאר אלע מחלות
שמחה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלן ענק האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; אמונה איז א רפואה, עס העלפן ארויס קריכן פון אלע שרעק, פאביעס, ענקזייעטי וכו' וכו'.


אויך זאלט איר שטענדיג הערן פרייליכע און לעבעדיגע מוזיק, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע מחלות וחלאים רעים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִּׂמְחָה הִיא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אפילו די דאקטורים זענען מודה אז שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


איר זאלט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א וואוילע מאן און געזונטע ליכטיגע קינדער; אמת איר זענט אריבער א שווערע יוגנט פון אייערע עלטערן און ברידערס וכו' וכו', אבער יעצט האט איר א נייע משפחה: "איר, אייער מאן און קינדער", דאס איז אייער משפחה.


ווען אייער מאן זאגט אייך למשל אז דאס טאר מען נישט אדער יענץ טאר מען נישט זאלט איר דאס נישט אננעמען נעגעטיוו; ער איז פשוט זייער דערשראקן צו זען ווי זיינע געשוויסטער זענען אוועקגעפאלן, ער האט א פחד אז ער וועט זיי נאכגיין, דערפאר ציט ער די שטריק אויף די אנדערע זייט.


איך בעט פאר אייך און איך קוק ארויס פאר אייער הצלחה.


...

#49 - ווען נישט דעם רבינ'ס עצות, איז די ווייב שולדיג אין אלע שוועריקייטן
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, לימוד התורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב זייער הנאה דיר צו זען לערנען בהתמדה רבה אזוי ווי אין דיינע ערשטע יארן ווען דו ביסט מקורב געווארן; א מחי' צו זען א אינגערמאן זעצט זיך אוועק אין ישיבה לערנען משניות אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


די הייליגע חכמים זאגן (מנחות ק.) אויפן פסוק (מלאכי א, יא): "וּמִנְחָה טְהוֹרָה", אז דאס מיינט מען א מענטש וואס לערנט תורה, "נושא אשה", קודם האט מען חתונה, ואחר כך לומד תורה", און נאכדעם לערנט מען תורה; ווייל נאך די חתונה האט מען מער נישט קיין שלעכטע מחשבות, מען איז ריין, אויף דעם אופן קען מען לערנען תורה ריינערהייט.


יעצט אז דו האסט שוין ברוך ה' חתונה געהאט איז די בעסטע צייט אין לעבן צו לערנען.


ווען איך האב זיך דערוויסט פונעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" נאך מיין חתונה, איז ממש געווען ביי מיר ביטול הבחירה; איך בין געזיצן און געלערנט זייער פלייסיג, איך פלעג זאגן א גאנצע סדר משניות א טאג און צענדליגער בלעטער גמרא. דאס איז געווען בשנת תשס"ה – פיר יאר נאך מיין חתונה; דאס איז א תקופה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות, די קינדער זענען נאך קליין וכו', מען האט שוין א זויבערע קאפ וכו' וכו' – ממש א מחי'.


דעריבער אז איך זע דיר אויסנוצן די צייט פריי איך מיר זייער.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, דו האסט באקומען א מתנה א טייערע ווייב תחי', און נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט דיר. זאלסט שטענדיג געדענקען ווען דו ביסט געווען א בחור אין וואלד און ווי דער אייבערשטער האט דיר געשיקט די זיבן בעטלערס וועלכע האבן דיר געגעבן ברויט און דיר חתונה געמאכט.


זע צו העלפן דיין ווייב, בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען זי ווארט וכו', די טעג זענען שווערע טעג פאר א פרוי – בפרט אין אנהייב וכו', דארף מען זען צו העלפן אין שטוב; אסאך מאל דארף מען אליינס קאכן עסן אדער אהיימברענגען עסן וכו'.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; אלע וואס העלפן די מוסד זע איך אין דעם זייער "הכרת הטוב", אז זיי געדענקען וואס די מוסד האט געטון פאר זיי. דאס וואס איך טו, איך ארבעט טאג און נאכט מיט בחורים, אינגלעך און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך וכו' וכו' אן קיין שום אינטערעסע, דאס טו איך נאר ווייל איך געדענק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר.


איך קום יעצט פון הייליגן רבינ'ס ציון; איך בין צוויי מאל געווען אין אומאן. מיר זענען אוועק געפארן פון אומאן פינף אזייגער פארטאגס צו כאפן די פליגער עלעף אזייגער פארמיטאג, אינמיטן וועג האבן מיר באקומען א ידיעה אז דער פליגער פארט הערשט אכט אזייגער ביינאכט, זענען מיר צוריק געפארן קיין אומאן; יעצט זיץ איך אין ערפארט פון אכט אזייגער, ווייל פון אכטע האט זיך עס אפגעשטופט אויף עלעף אזייגער ביינאכט.


וואס מיינסטו האב איך געטון אין אומאן? איך האב געזאגט פארן רבי'ן איין זאך: "רבי, יישר כח פאר מיין לעבן!" דאס האב איך איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל ווען טרערן פון שמחה זענען מיר גערינען פון מיינע אויגן. אויך אין יבנאל האב איך דאס געזאגט פאר מוהרא"ש: "יישר כח מוהרא"ש פאר מיין לעבן"; איך וועל מיין גאנץ לעבן ווייטער משמש זיין מוהרא"ש און דעם רבי'ן – דערציילן פאר יעדן איינעם פון די זיסע לעבן וואס דער רבי געבט אונז.


איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס מיר האבן יעצט געהאט אין עירפארט; מיר זיצן דא שוין פאר לאנגע שעות, איך, מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער; דער פליגער פארט נישט און שטופט זיך אלץ אפ מער און מער, אזוי זיצנדיג רוף איך זיך אן פאר מיין ווייב און איך זאג איר: "ווען איך בין ווען נישט מקורב צו מוהרא"ש וואלסטו געווען שולדיג אז דער פליגער האלט זיך אין איין אפשטופן"; מיינע קינדער קוקן מיר אן און פארשטייען נישט וואס איך רעד, וואס האט צו טון מוהרא"ש מיט די פליגער-פארשפעטיגונג מיט מיין ווייב?! האב איך זיי פרובירט מסביר צו זיין ווי אזוי מענטשן לעבן, אז אפילו די וואוילע מענטשן וואס האבן כלומ'ריש שלום בית איז דאס ווילאנג אלעס גייט מער ווייניגער אויפן סדר היום, אבער ווען עפעס גייט ארויס פון זייער וועג – ווער איז שולדיג? די ערשטע איז שולדיג די ווייב, און אויב די ווייב לאזט זיך נישט כאפן די קינדער; בקיצור מיינע קינדער האבן דאס נישט געוואלט פארשטיין, ברוך ה' אז זיי ווייסן נישט וואס איך רעד.


עס גייט נישט אריבער מער ווי אביסל צייט און עס קומט אן א משפחה – א מיטליעריגער איד מיט זיין ווייב און קינדער, אינמיטן באמערקט דער איד אז ער האט פארגעסן זיין רעקל און מאנטל אין שטוב, ער איז געווען אנגעטון נאר מיט א מעיל (רעגן מאנטל); דער איד הייבט אן שרייען אויף זיין ווייב: "וואו איז מיין רעקל? ווי אזוי וועל איך קענען גיין אין גאס?!" זיין ווייב האט זיך אנגעהויבן צו פארענטפערן אז זי האט געמיינט אז ער האט אן זיין רעקל אונטערן מעיל, און ער שרייט אויף איר: "וואס רעדסטו? שווייג!" בקיצור מיינע קינדער קומען צו צו מיר און זאגן מיר אז יעצט פארשטייען זיי שוין וואס איך האב פריער געזאגט פאר מאמי אז ווען נישט מוהרא"ש וואלט זי געווען שולדיג אינעם פארשפעטיגונג; דאס געדענק איך און דערפאר וועל איך במשך מיין גאנצע לעבן ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות און ווי שיין מען קען לעבן דורכן הייליגן רבי'ן.


ווי פריער דערמאנט קום איך יעצט פון רבינ'ס ציון; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ביים ציון זיצן אורחי פורחי, אלע וואס קומען זיך נישט אויס מיט די ווייב אדער די וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיט חובות און האבן געדארפט אנטלויפן - די זיצן דארט, עס פעלט א ראש בית וואס זאל זיי אלעמען פארטרייבן פון דארט, אזוי ווי רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט פארטרייבן די אלע וואס פלעגן זיך אריין זעצן אין אומאן, ער פלעגט זיי זאגן: "אומאן איז נישט קיין ערי מקלט; אז דו קומסט זיך נישט אויס מיט דיין ווייב איז נישט אומאן דאס פלאץ וואו צו קומען"; האב איך געזען די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר אז איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש – קודש קדשים.


באמת האט מיר דאס צוריק געהאלטן פון מקורב ווערן צו ברסלב, ווייל פון אלץ יונג בחור'ל האב איך געצויגן צו ברסלב,  אבער ביז איך האב נישט געפונען דעם ספר "אשר בנחל" וואס זאל מיר אויסקלארן וואס ברסלב איז, האב איך נישט געקענט נעמען ברסלב.


איך האב דיר נאך אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך זיץ נישט דא באקוועמערהייט ביי א טיש און בענקל, איך שטיי ביי א קאונטער וואו מען טשעקט אריין, דא שרייב איך, דעריבער דארף איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיינע גוטע מעשים; יעצט קומט דער יום טוב חנוכה, וואס מיר גייען לויטן שיטת בית הלל צו זיין "מוסיף והולך", מען דארף אלץ פארמערן נאך נירות, נאך ליכטלעך, נאך פעולות אז נאך אידן זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב און ווארט פאר דיין הצלחה.


...

#48 - הכנסת אורחים איז זייער גרויס, אבער נישט אויף די ווייב'ס חשבון
שלום בית, הכנסת אורחים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


הכנסת אורחים איז זייער א גרויסע מצוה; די הייליגע חכמים זאגן (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים מִקַּבָּלַת פְּנֵי שְׁכִינָה", עס איז גרעסער ווי קבלת פני השכינה; איז וואויל איז דיר אז דו נעמסט יעדע שבת בחורים זאלן עסן ביי דיר די סעודות, בפרט די בחורים וואס האבן נישט קיין שטוב, זיי שטייען און ווארטן יעדע וואך נאכן דאווענען צו טרעפן א פלאץ וואו צו עסן. אלע ווילן עסן ביי מיר אבער איך קען נישט נעמען מער ווי צוויי דריי געסט ביי א סעודה, איז זייער גוט אז אלע מתפללים נעמען אהיים אפאר געסט.


געב אכטונג אז עס זאל נישט גיין אויף דיין ווייב'ס חשבון; דו קענסט נישט הייסן דיין ווייב זי זאל גיין עסן אליינס אין קאך און דו מיט די געסט זאלן עסן אין שבת שטוב, מען קען דאס נישט טון. אויב גייט דאס אזוי אז ווען עס קומען געסט דארף דיין ווייב ארויסגיין אין קאך – זאלסטו ענדערש נישט נעמען געסט.


אויך דארפסטו זען עס זאל זיין מיט א צייט; מאך דיר א צייט בערך ווי לאנג דו מאכסט די סעודה, נאכדעם בענטש, געזעגן דיר מיט אלע טייערע געסט און בלייב שמועסן מיט דיין ווייב.


מען דארף האבן שכל ווי אזוי צו טון מצוות ומעשים טובים.


איך האב מורא'דיג הנאה יעדעס מאל דו קומסט צום גמרא שיעור, "דאס איז דאך די חיות פונעם טאג" – (לשון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו).


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#47 - ווי אזוי מאכט מען פרייליך די ווייב?
שלום בית, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א דאנק פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך זיץ יעצט אין ערפארט אין קיעוו פאר לאנגע שעות; דער פליגער האט זיך אפגעשטופט פאר כמעט פופצן שעה. זיץ איך דא און איך טראכט פון מיינע תלמידים שיחיו, ביסטו מיר אריינגעקומען אין מחשבה און איך האב זיך דערמאנט פון דעם ענין וואס מיר האבן גערעדט דעם פארגאנגענעם וואך וכו'.


וויסן זאלסטו אז ווען מען איז מכבד די ווייב און מען רעדט שיין צו איר – דאס מאכט איר פרייליך, אלע אנדערע זאכן זענען נאר פרטים וואס דארף איר פרייליך מאכן, אבער דער עיקר ווענדט זיך עס ווי אזוי מען רעדט און ווי אזוי מען רעכנט זיך מיט אירע געפילן.


נאך א זאך וואס מאכט פרייליך די ווייב, דאס איז ווען זי זעט אז איר מאן פירט זיך בדרך התורה; ער דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין, ער מאכט שיינע שבת סעודות, חנוכה צינדט ער די מנורה און זינגט דערביי זמירות וכו' וכו', אלעס אנדערש איז צייטווייליגע זאכן.


דערפאר אז דו זוכסט א וועג פרייליך צו מאכן דיין ווייב, זאלסטו זיך מחזק זיין אין עבודת ה' און נישט מוותר זיין אויף קיין שום הלכה און קיין שום מנהג; בעפאר דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע און אנגרייטן "נעגל וואסער", אזוי אויך זאלסטו שלאפן מיט א קאפל – דאס וועט איר פרייליך מאכן.


... טייערער, דו האסט א טייערע ווייב, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די מתנה.


א ליכטיגן חנוכה.


...

#46 - מ'רופט מיר צו דין תורה פאר'ן זיי העלפן
שלום בית, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ריכטיג; נעכטן נאכט האב איך באקומען א הזמנה פון האברך ... מיט זיין ווייב.


דו ווייסט דאך די מעשה וואס איז געווען מיט אים; ער האט חתונה געהאט ביי די פינף און דרייסיג יאר און נאך אפאר יאר האבן זיי זיך גע'גט. דריי טעג נאכן גט זענען זיי געקומען צו מיר אז זיי ווילן צוריק גיין און זיי ווילן וויסן צי דאס איז א נארמאלע זאך, האב איך זיי געזאגט אז זיי זאלן דאס טון פאר זייער זון נרו יאיר, אן אומשולדיגער אינגעלע; דו ווייסט דאך וואס קינדער ליידן ווען עלטערן גט'ן זיך, האב איך זיי מעודד געווען אז זיי זאלן צוריק גיין, וכך הוה.


זיי האבן געוואלט איך זאל זיין זייער מסדר קידושין, האב איך זיי געזאגט אז זיי זאלן גיין צום רב, הרב ... נרו יאיר. אזוי ווי ער האט געמאכט דעם גט זאל ער זיין מסדר קידושין; אזוי איז געווען און זיי האבן ווידער חתונה געהאט.


למעשה קריגן זיי זיך יעצט ווייטער און זיי האבן טענות אויף מיר פארוואס איך האב זיי צוגערעדט זיי זאלן נאכאמאל חתונה האבן, און דאס איז די הזמנה וואס זיי האבן מיר געשיקט.


איך וועל אם ירצה ה' גיין צום בית דין, ווייל אז בית דין רופט דארף מען גיין; הגם איך כאפ נאך נישט וואספארא טענה ער האט אויף מיר. ער האט זיך באליידיגט פון מיר נאכדעם וואס ער איז געקומען דאנערשטאג מיט זיין ווייב פארן שיעור און איך האב אים געזאגט אז איך האב נישט קיין צייט יעצט ווייל איך דארף געבן א שיעור, איז ער געלאפן צום בית דין וכו'.


ברוך ה' אז מוהרא"ש האט מיר אנגעגרייט א גאנץ לעבן איך זאל וויסן וואס מענטשן זענען און וואס מען צאלט צוריק פארן העלפן מענטשן. מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט נישט צו נעמען קיין געלט ווען מען איז עוסק אין שלום בית און אזוי טו איך; איך האב פאר זיי אוועק געגעבן אסאך פון מיינע טייערע שעות, און דו ווייסט אז איך בין זייער פארנומען וכו', אבער דאס באקומט מען ווען מען העלפט א צווייטן.


אפשר די פאר וואכן וואס זיי רופן מיר צו דין תורה וכו' וועלן זיי האבן שלום בית.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דו רופסט מיר נישט צו דין תורה פארן דיר חתונה מאכן און זיך צערייסן פאר דיר.


יואל בן ריצא רעכיל.

#45 - דיין שלום בית ווענדט זיך נאר אין דיר אליין
שלום בית

  בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אפילו אן דעם וואס דו זאלסט מיר דאס שרייבן ווייס איך אז דו ביסט נישט מסודר און אז דיין שלום בית איז נישט מסודר; איך קען דיר זאגן פון אויסנווייניג אויף יעדן פון מיינע תלמידים צי זיי זענען מסודר צי נישט, מען דארף נישט קיין רוח הקודש דאס צו זען ווייל דאס קען יעדער זען; ווער עס האט שלום בית האט א פרייליכן פנים, א ליכטיגע פנים, און ווער נישט - זעט מען גלייך א טונקלקייט אויף זיין פנים.


איך האב אמאל באקומען א קאמפלימענט פון מוהרא"ש, ער האט מיר געזאגט מיט דעם לשון: "איך זע גלייך אויף א אינגערמאן צי ער האט געלערנט ביי דיר חתן שיעורים צי נישט, ווען איך זע א אינגערמאן וואס איז פרייליך און זיין פנים שיינט, ווייס איך אז ער האט געלערנט ביי דיר"; איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו הערן. למעשה אויך נאכן לערנען די חתן שיעורים דארף מען נאך אסאך חיזוק צו זיין פרייליך, קיינער האט נישט קיין גאראנטי אז ער וועט זיין פרייליך דורכאויס זיין גאנץ לעבן, מען דארף ארבעטן אויף דעם יעדן טאג באזונדער.


נישט אומזיסט האב איך דיר געפרעגט די וואך פארוואס דו ביסט נישט געקומען צום 'ליל שישי' שיעור, ווייל איך זע אויף דיר לעצטנס אז דו ביסט אויסגעלאשן און עס איז ממש א שאד אז דו קומסט נישט צום שיעור זיך צו מחזק זיין. וויסן זאלסטו אז דער 'שיעור ליל שישי' איז מיר מיין שווערסטע שיעור צו געבן ווייל איך האלט שוין נאך א לאנגע טאג ארבעט; איך הייב אן דעם טאג מיט דעם שיעור אכט אזייגער אין א בלאט בבלי און א דף ירושלמי, נאכדעם זיץ איך מיט די בחורים דורכאויס דעם גאנצן טאג, איך לערן פאר פאר זיי צוויי שיעורים - איינס פארמיטאג אין גמרא ביז הלכה למעשה, און די צווייטע שיעור - אביסל שפעטער - אין רבינ'ס ספרים. יעדע מיטוואך געב איך א שמועס פאר אלע טיטשערס פון בית פיגא און יעדן דאנערשטאג דארף איך זיין אין סקול וכו', אזוי אז ביז עס קומט סוף וואך - ליל שישי פארן שיעור שפיר איך ביי מיר אז איך האב שוין ממש נישט קיין כח, פונדעסטוועגן קום איך געבן דעם שיעור, פשוט ווייל איך וויל נישט די תלמידים פון ישיבה די אינגעלייט - זאלן צוריק פאלן.


בנוגע דיין פרנסה וכו'; נישט דיין ארבעט איז דער גורם צו דיינע פראבלעמען אין שלום בית, ווייל דיין שלום בית ווענדט זיך 'נאר אין דיר', דו דארפסט פרייליך מאכן דיין ווייב; ברענג נישט אריין אין דיין הויז דיין סעלפאון פון ארבעט, אנשטאט שפילן מיט דיין סעלפאון - שפיל מיט דיין ווייב, אנשטאט קוקן אין טעלעפאון - קוק אויף דיין ווייב, געב איר ליבשאפט און גוטע ווערטער וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך צוריק איבער דרייען.


דערמאן זיך מיט יארן צוריק ווען דו ביסט געזעצן אין ישיבה און געוויינט אז דו דארפסט א שידוך; דערמאן זיך ווי ביטער עס איז דיר דעמאלט געווען, עס האט דיר אויסגעזען ווי דו וועסט שוין בלייבן שטענדיג אליינס, למעשה האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט שוין ברוך ה' א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, יעצט דארפסטו זיך צוריק דערמאנען די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון און טוט מיט דיר. לערן די מעשה פון די זיבן בעטלערס - פון די הייליגע קינדערלעך וואס זענען פארלוירן געווארן אין וואלד, די אינגל און די מיידל ווי זיי האבן זיך געבענקט נאך די זיבן בעטלערס וואס זענען זיי געקומען העלפן ווען זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן.


טייערער ... שטארק דיר! באניי זיך און הייב אן פונדאסניי צו לעבן; מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אין די אידישע אשר בנחל, לערן עס אויפן קול ווארט ביי ווארט ווי עס איז געשריבן פאר דיר, עס איז נישט גענוג דאס צו ליינען מיט די אויגן - וועסטו ווערן א בריה חדשה.


טייערער ..., דראפע דיר און דערהאלט זיך; ר' יצחק דער זון פון רבי נתן שרייבט אין א בריוו פאר זיין טאטע - דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה: "טאטע, מען מוטשעט מיר זייער"; אז ער האט געפערליכע ביטערע נסיונות, שרייבט אים רבי נתן צוריק (עלים לתרופה, מכתב יד): "דאס וואס דו שרייבסט מיר אז מע מוטשעט דיך וכו'. וויסן זאלסטו מֶע מוּטְשֶׁעט אִיטְלִיכֶען, מִיךְ הָאט מֶען שׁוֹין זֵעהֶר פִיעל גִּימוּטשֶׁעט"; מיר מיטשעט מען אויך אסאך"; יעדן איינעם מוטשעט מען, יעדער איינער האט גרויסע נסיונות, נאר מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות.


דאס זאג איך דיר אויך מיין טייערער ליבער הארציגער ברודער: "מיר מוטשעט מען זייער אסאך", אבער איך לויף שטענדיג צום רבי'ן און איך דערמאן זיך כסדר אין מוהרא"ש"; איך האב ביי מיר אין שטוב א בילד פון מוהרא"ש ווי מוהרא"ש שמייכלט און ווען איך קוק אויף דעם בילד טראכט איך צו זיך: 'אז מוהרא"ש האט געשמייכלט און זיך דערהאלטן דארף איך זיך זיכער דערהאלטן', מוהרא"ש האט געהאט יענץ לעבן, נאר צרות... אבער ער האט שטענדיג נאר געשמייכלט.


איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר מחזק זיין; איך וואלט דיר ווען געדארפט שרייבן א בריוו פון טויזנט בלעטער דיר צו מחזק זיין אבער איך מוז אריין לויפן צו די בחורים ווייל זיי דארפן מער פון טויזנט בלעטער חיזוק, זיי זענען טאקע א רחמנות ווייל זיי האבן נישט קיין שטוב; איך וועל דיר נאך שרייבן.


א פרייליכן חנוכה.

#44 - זיי נישט קארג אין שטוב אויף דיין ווייב'ס חשבון
שלום בית, אידיש געלט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, נר ד' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט קארג אין שטוב אויף דיין ווייב'ס חשבון און זע עס זאל זיין שפע אין שטוב; דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל און דאס איז א סימן אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


איך פארשטיי נישט וואס עס גייט פאר מיט דיר; דיין ווייב וויינט אז זי האט נישט וואס אנצוטון און זי גייט מיט צעריסענע וועש! פרעג איך דיר: "אזוי פירט זיך א איד?! דו שטעלסט א פנים ווי אן ארויפגעקוקטער מענטש, אין שול טיילסטו צדקות - און אויף דיין ווייב האסטו נישט קיין רחמנות?!


דער הייליגער רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב) וזה לשונו: רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה 'שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי', איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל אז ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, 'גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְּאֹד', אויך ביי עסן - ווען עס האט זיך גערעדט פאר זיך - האט ער נישט געגעסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, 'אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ הָיָה זָהִיר מְּאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ', אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, 'וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ', ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס איז שייך, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דערצו.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.

#43 - ס'איז נישט מעגליך צופרידן צו שטעלן יעדן איינעם
שלום בית, בין אדם לחבירו, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געדענק דעם דיבור פון הייליגן רבי'ן (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט) "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, "גָּמַרְתִּי וָאֶגְמוֹר", איך האב געענדיגט און איך וועל ענדיגן.


דו האב מיט קיינעם גארנישט, געב פאר קיינעם נישט אפ קיין דין וחשבון וואס דו טוסט, פארוואס, פאר וועם און פאר ווי; דו טו דעם רצון ה' און געב אכטונג אויף דיין ווייב תחי', מער פון דעם וועט דיר סיי ווי נישט גיין.


די אלע וואס קומען מיט פשעטלעך: "מען דארף יוצא זיין ידי אדם, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ד): 'וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם"; ווייסן נישט דעם פשט אין פסוק, ווייל עס איז נישט מעגליך אז א מענטש זאל יוצא זיין די ווילן פון אנדערע מענטשן, ווייל יעדער מענטש וויל דאך עפעס אנדערש, נו ווי איז מעגליך יוצא צו זיין ידי אדם? נאר די פשט איז, אז ווען א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן העלפט אים דער אייבערשטער אז ער וועט געפונען חן בעיני אלקים ואדם.


געב א קוק וואספארא שיינע גארטן דו האסט אויפגעשטעלט נאר בזכות די תמימות ופשיטות פון דיר און דיין ווייב תחי', נאך אביסל האלסטו שוין דארט וואו דער "תם" איז אנגעקומען (סיפורי מעשיות, מעשה ט מחכם ותם), צו ווערן דער מיניסטאר וכו', דו וועסט קענען שרייען פאר דיינע אלע וכו': "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר געברעגט".


בנוגע דיינע חובות; פראביר יעדן טאג צו מקיים זיין די מצוה פון פריעת חוב, אפילו אביסעלע און אפילו דורך א שליש וד"ל.


...

#42 - די בעסטע פלאץ פאר וואקאציע, איז ביי מקומות הקדושים
שלום בית, קברי צדיקים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן ארויס העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך האב מיר זייער געפרייט אייך צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון; איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.


איר טוט זייער קלוג אז איר פארט אויף די מקומות הקדושים; די בעסטע פלאץ פאר מאן און ווייב צו פארן אויף וואקאציע איז צו מקומות הקדושים פועל'ן ישועות פאר זיך און פאר אלע אידן.


פון אייך זאלן זיך אלע לערנען אז מען זאל נישט פארן אויף פלעצער וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים, מען זאל פארן קיין ארץ ישראל נאר אויף הייליגע פלעצער; קיין ירושלים, מירון, צפת, טברי' און יבנאל וכו' וכו'.


דער עיקר מען זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.


א ליכטיגן חנוכה.


...

#41 - אפגעהאקט קשרים צוליב ברסלב
חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שלום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן ... נרו יאיר האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף אייך פון אייערע עלטערן; מען האט אפגעהאקט אלע קשרים מיט אייך - סיי אייערע עלטערן און אזוי אויך אייערע געשוויסטער - קיינער רעדט נישט מיט אייך צוליב דעם חטא אז איר זענט מקורב געווארן צום רבי'ן און איר ווילט אויפציען א שיינע שטוב, ערליכע אידישע דורות. איך האב פון דעם גרויס ווייטאג און עס טוט מיר זייער וויי.


אייער ווייטאג איז טאקע גרויס, אבער פון דער אנדערע זייט זענט איר זייער גליקליך אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר און ליכטיגע קינדער; איר האט א הערליכע שטוב און א ווארימע שטוב. אייער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז קובע עיתים לתורה, דעריבער איז אייער צרה נישט אזוי גרויס.


אמת, עס טוט טאקע וויי אבער דאך האט איר אן ערליכער מאן; וויפיל פרויען וויינען אז זיי האבן נישט קיין מאן, זייערע מענער זענען אריין געטון אין נארישקייטן און קומען נישט אהיים, און אפילו ווען זיי קומען שוין יא אהיים איז זייער מח נישט מיט די ווייב און קינדער.


איך וואונטש אייך א ליכטיגן חנוכה.

#40 - עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל"
שלום בית, יבנאל, מחלוקת, בין אדם לחבירו, לשון הרע, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בין יעצט אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל וואו איך בין געווען אין יבניאל; וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל" סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


אויב דו זוכסט א פלאץ וואו צו פארן מיט דיין ווייב וואלט איך דיר גע'עצה'ט צו פארן קיין יבנאל; נעם ארויס א דירה דארט, עס איז דא מנינים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט מיט א מקוה, און א ציון וואו מען קען גיין פיר און צוואנציג שעה א טאג רעדן מיט מוהרא"ש און פועל'ן ישועות.


דאס וואס מענטשן רעדן אז מען קריגט זיך דארט וכו' איז שקר וכזב, דאס איז סתם הוצאת שם רע; עס איז ליידער דא א מיעוט דמיעוטא וואס זוכן מחלוקת וכו', דאס איז איבעראל דא און דאס איז אויך אנגעגאנגען בחיים חיותו פון מוהרא"ש. רוב רובם ככולם זענען ריינע וואוילע מענטשן – אמת'ע תלמידי היכל הקודש אן מחלוקת און אן פאליטיק.


מען שטייט אויף אינדערפרי צו גיין מאכן התבודדות אויפן בארג און ביים ציון, נאכדעם זענען זיי זיך קובע עתים לתורה און רוב טאג גייען זיי הפצה, זיי פארפלייצן די ספרים לאורכה ולרחבה פונעם גאנצן לאנד.


איך האב דארט תלמידים פון ישיבה, זיי זענען זיך מחי' דארט צו וואוינען; זיי גייען הפצה רוב טאג און מאכן אין איין טאג וואס א צווייטער אינגערמאן מאכט פון זיין פרנסה א גאנצע וואך – בלי גוזמא.


איך וועל אם ירצה ה' פארן דעם ווינטער מיט די בחורים און וויילן דארט א שבת, ווייל די לופט דארט איז זייער א קלארע ריינע לופט; ביי מיין יעצטיגע נסיעה בין איך געווען אין ירושלים און אין מירון וכו' וכו', אבער אזאנס ווי יבנאל איז נישט דא אין די גאנצע וועלט.


קיינער זאל מיר נישט פארקויפן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט שלעכטס אויף דעם פלאץ; כאילו עס צעפאלט וכו' (הי' לא תהי'); איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין יבנאל האב איך ממש געשפירט וואו איך בין אין "גן עדן העליון", איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וויסטן חלום אז מען קען נעמען מענטשן און זיי ארויסטראגן פון דער וועלט זיי זאלן לעבן און אטעמען נאר אלוקית.


דעמאלט זענען צוגעקומען צו מיר די "מלאכי חבלה" און געזאגט: "זה לא פשוט מה שקורה פה", איז מיר גלייך אויפגעקומען אין געדאנק וואס די הייליגע חכמים זאגן (שקלים יד:) אז אין בית המקדש זענען געווען זיגלעך אויף די קרבנות פון די נסכים מיטן דאטום צוליב די פאפערס; לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, 'אין בית המקדש זאלן מענטשן נישט האבן עפעס בעסערס וואס צו טון ווי צו גנב'נען אפאר שקלים פון הקדש, פון ממון גבוה?' אדער די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (משנה יומא ב, א) אז א כהן האט אראפגעשטיפט זיין חבר פון מזבח און יענער האט זיך צעבראכן די פוס; שטעלט זיך די קשיא: 'ער איז דאך יעצט אויפן הייליגן מזבח, מען דארף דאך זיין משוגע זיך אזוי אויפצופירן אויפן מזבח! ווי אזוי קען מען דאס פארשטיין?!' נאר פון דעם זעט מען אז מען קען זיך געפונען אין בית המקדש, אינעם עזרה, און אויפן הייליגן מזבח און מיט דעם אלעם זיין פארנומען מיט גנב'ענען געלט און זוכן כבוד; אזוי אויך קען מען זיין ביי א צדיק און זוכן כבוד, געלט און תאוות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אנשי שלומינו זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, יעדער איינער מעג טראכטן אויף זיין וועג, מען קען נישט צווינגען א צווייטן 'צו האלטן אזוי ווי מיר', יעדער זאל נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף זיין וועג און זיך מחזק זיין דערמיט, דער עיקר מען זאל זיך נישט פיינט האבן.


דו געדענקסט אוודאי ווי מען פלעגט גיין טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף מיר און אויף מיינע תלמידים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר מוהרא"ש וואס מען טוט מיט מיר, אפילו ווען ר' ... שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביי שלש סעודות און מיר אראפגעקלאפט ברבים אינאיינעם מיט אלע תלמידים מיטן אונז אנרופן "די שוואכע חבורה"; ער האט מסביר געווען ביים פארלערנען פאר א פולע בית המדרש אז "לעצטנס האט זיך היכל הקודש אויסגעשטעלט אלץ צוויי חבורות". עס איז אמת אז עס זענען געווען צוויי גרופעס וכו', אבער ער האט אויסגעפירט מיט די ווערטער: "איין חבורה עובדי ה'", מיט דעם האט ער זיך געמיינט, "און די צווייטע חבורה, די אינגעלייט מיט די בחורים, זיי זענען מער די שוואכערע חבורה"; אלע בחורים און אינגעלייט זענען באליידיגט געווארן, זיי האבן אלע געקוקט אויף מיר ווי אזוי איך רעאגיר, איך האב געלייגט דעם פינגער אויף מיין מויל ווי זיי צו ווייזן אז זיי זאלן גארנישט טון. קיינער פון אונז האט דאס נישט דערציילט פאר מוהרא"ש, נאר ר' ... נרו יאיר איז אליינס געגאנגען פארציילן פאר מוהרא"ש ווי אזוי ער האט גערעדט – ער האט דאך פארט געהאט אביסל אמת אין זיך – האט אים מוהרא"ש אנגעשריגן וכו' ואין כאן המקום להאריך; על כל פנים איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו מוהרא"ש קער צו נעמען פון אנדערע וכו'.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל ווייטער ליב האבן יעדן תלמיד היכל הקודש און עס זאל ביי אונז מקוים ווערן דעם ווארט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוון און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט, וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור. איך האב אסאך מעשיות צו דערציילן ווי שטארק איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום עסק פון די מחלוקת וואס איז אריבער אויף מיר, נאר טון ווייטער וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן.


איך האף אז דו וועסט זיך אריבערכאפן קיין יבנאל מיט דיין ווייב תחי'; גיי נישט מיט חברים, גיי נאר מיט דיין ווייב. די חברים וועם דו טאנצט נאך וועלן דיר די ערשטע באגראבן (אויב זיי האבן דאס נאכנישט געטון...); נעם דארט ארויס א דירה און יעדן טאג זאלסטו גיין צום ציון; זאלסט לערנען דיינע שיעורים און דאווענען ביים ציון אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימנים ד-ה) אז ער וועט האבן א נחת רוח צו זען ווי מען לערנט און דאווענט ביי זיין ציון.


טייערער ברודער לעב מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט; דו האסט א טייערער ווייב, זי איז דיר זייער געטריי; אז זי שרייט אמאל איז נישט עק וועלט, אז זי שרייט איז א סימן אז עס באדערט איר אז דו געבסט איר נישט וואס זי דארף וכו'.


דערפאר בעט איך דיר טייערער הארציגער ברודער, זיי קלוג; קום אהיים צו איר מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט. א פרוי האט מער ליב דעם שמייכל פון איר מאן מער פון אלע טייערער מתנות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב וְתִפְלוּת מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי האט מער הנאה פון א גוט ווארט ווי פון טייערער צירונג וכו' וכו'.


זיי מיר  מוחל אז די שריפט איז נישט אזוי מסודר; דער פליגער שאקלט זיך און איך זיץ אויף דעם לעצטן זיץ נעבן די בית הכסא וואו מענטשן שטופן וכו'.


איך האב דיר ליב.


...

#39 - גיי אהיים פרי צינדן די הייליגע מנורה
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב לעצטנס גרויס נחת פון דיר זעענדיג ווי דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים אין ישיבה.


ווייז די בריוו פאר דיין ווייב תחי', זי וועט הנאה האבן דערפון; א פרוי האט זייער הנאה צו זען און הערן אז איר מאן לערנט, די גאנצע לופט אין שטוב טוישט זיך צום גוטן.


יעצט קומט חנוכה זאלסטו אהיים גיין פרי צינדן די הייליגע מנורה און זינגען זמירות. אויך זאלסטו בעטן ביי די הייליגע ליכט פאר קינדער; ערליכע קינדער און הייליגע קינדער, ווי מער תפילה מען בעט פאר קינדער אלץ מער איז מען זוכה צו האבן וואוילע קינדער.


איך ווארט אויף דיר שבת ביים דאווענען ביי אלע תפילות; יעדע תפילה וואס דו קומסט פריי איך מיר. עס איז כדאי דו זאלסט קומען שבת אינדערפרי צום שיעור אין ספר "פעולת הצדיק"; מיר לערנען עס פארן דאווענען, דער אייבערשטער געבט אונז אזעלכע שיינע דיבורים וואס מען הערט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף דער וועלט; מען קען לעבן מיט דעם א גאנצע וואך.


...

#38 - איך האף אז דו פירסט זיך דיין שטוב מיט יראת שמים
חינוך הילדים, שלום בית, יראת שמים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו פירסט זיך דיין שטוב מיט יראת שמים; דו לערנסט אביסל אין שטוב און דו גייסט דאווענען דריי מאל א טאג - שחרית מנחה מעריב - מיט מנין.


געב אכטונג אויף "נעגל וואסער" – דו און דיין ווייב; אזוי וועסטו קענען מגדל זיין ערליכע קינדער.


...


 

#37 - דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב
שלום בית, רפואה, תפלות אויף אידיש, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין הארציגער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן אלעס גוטס.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי צו הערן פון דיר אז דיין ווייב דארף זיין אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן זיך צו ערהוילן פון איר מחלה פון נישט וועלן עסן; דו דארפסט זיין אליין און דיינע קינדער זענען צעטיילט.


הער מיר צו טייערער ברודער, טייערער תלמיד, דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב, עס ווענדט זיך נאר אין דיר; אויב דו וועסט איר פרייליך מאכן וועט זי ווערן געזונט.


די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קכט.): "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁלֹא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ", רבא'ס ווייב האט זיך פארקילט און זי איז קראנק געווארן, רבא איז דעמאלט נישט געווען אין שטוב ער איז געווען אין ישיבה אין פומבדיתא (דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אוועק פארן פאר א לאנגע צייט לערנען תורה), "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר געטראגן מיט איר בעט קיין פומבדיתא אין די ישיבה וואו רבא איז געווען ראש ישיבה און זי איז אויסגעהיילט געווארן; קוק נאך די גמרא, ודו"ק.


א ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן לערנט אין שטוב; ווען איר מאן האט נישט קיין סמארטפאון – אדער על כל פנים ער ברענגט דאס נישט אהיים אין שטוב, וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל נישט זיין אין שטוב, אפילו דער גוף איז אין שטוב אז אבער זיין קאפ נישט מיט אים.


דערפאר טייערער ..., מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר אז יעדע שטיק צייט פאלט דיין ווייב צוריק צו איר פראבלעם פון נישט עסן און מען דארף איר איינשפארן וכו'; אבער איך בין זייער שטארק מיט וואס איך זאג דיר אז "דו קענסט איר ארויסנעמען פון איר מחלה".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד) אז אלע מחלות קומען פון עצבות, בפרט די קראנקהייטן וואס קומען פון מח; דער מח וויל נישט לאזן עסן ווייל מען וויל זיין שיין דאר, דאס קומט פאר בדרך כלל ביי נישט פרייליכע מענטשן וואס ווילן געפעלן פאר אנדערע. דאס איז זייער גאנצער לעבן, זיי לעבן שטענדיג מיט שרעק: 'אויב וועל איך עסן וועל איך נישט אויסזען שיין'.


אויב דו וועסט זיך פירן ווי אזוי איך האב דיר געלערנט; דו וועסט לערנען אין שטוב, דו וועסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג און בעיקר זיין א משפיע אין שטוב; געבן ליבשאפט און נאר געבן גוטע ווערטער כסדר אן אויפהער, נישט נאר ווען דו דארפסט עס וכו' – וועט זי אויסגעהיילט ווערן.


יעצט ווען זי איז נישט מיט דיר און דו ביסט אליינס זאלסטו געדענקען אז דו ביסט נישט אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. וויין זיך אויס צום אייבערשטן, רעד צו אים און בעט אים: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין ווייב און שיק איר א גאנצע רפואה; נעם ארויס פון איר קאפ די זאך פון 'נישט עסן'. איך בעט דיר באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל א ווייב, איך דארף א געזונטע ווייב; איך דארף א מאמע פאר מיינע קינדער"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זען אז ער וועט דיר העלפן.


טייערער ... נרו יאיר, איך בין יעצט אויפן וועג צו יבניאל און נאכדעם צום הייליגן רבי'ן; איך פאר מיט מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער. איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל, איך טראכט פון דיר אויפן פליגער פליענדיג העכער די וואלקענעס.


מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר; מען זעט ווי דיין פנים האט זיך פארענדערט זייט דיין ווייב איז אין שפיטאל, בעט איך דיר: "שטארק דיך און פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט נאך זיין געזונט און שטארק".


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...


 

#36 - אז מ'וואקסט אויף מיט'ן רבינ'ס הקדמות האט מען אן אנדער לעבן
שלום בית, מוסדות, הכרת הטוב, דרשות, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


א גרויסן יישר כח פארן נעמען מיין זון ... נרו יאיר פאר די פאר טעג אז איך זאל זיך קענען אריבער כאפן קיין ארץ ישראל און קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון.


איך וועל מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים פאר אייך און פאר אייער מאן; מיר קומען אייך א גרויסן הכרת הטוב פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר געבט אוועק אייער לעבן פאר אונזערע קינדער.


יעצט ווען מיר האבן שוין כלות תלמידות פון בית פיגא דארף מען זיי צוזאמנעמען נאך זייער חתונה - כאטש איין מאל א חודש - פאר א פריוואטע שיעור; אינה דומה א ווייבל וואס האט חתונה מיט די ריכטיגע הקדמות פון קינדווייז אן ווי די וואס איז אויפגעוואקסן אן דעם רבי'ן, פאר זיי וועט מען דארפן מאכן באזונדערע פרויען שיעורים.


איך האב אנגעגרייט א שיעור פאר די 'נחת אווענט' וואס וועט אם ירצה ה' פארקומען קומענדיגע וואך מיטוואך נאכט; אויך האבן מיר אנגעגרייט א שפיל ווי עס זעט אויס ביי די שטובער וואס ברענגען אריין 'סמארטפאונס' אין שטוב, וואו די קינדער האבן נישט מיט וועם צו רעדן ווען די עלטערן זענען פארנומען טאג און נאכט מיט זייער סעלפאון. איך האף צום אייבערשטן אז איך וויל פועל'ן ביי אלע עלטערן זאלן נישט אהיים ברענגען קיין סמארטפאון, טעבלעט וכו' וכו', אזוי וועלן מיר אויפברענגען א דור פון ערליכע אידישע קינדער.


איך פריי מיר זייער אז די מיידלעך אליינס רוימען אוועק די קלאסן און זענען אחריות'דיג אז די קלאסן זאלן זיין זויבער; עס איז גוט אז מען לערנט אויס מיידליך אחריות און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אייער הייליגע ארבעט.

#35 - ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן?
שלום בית, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ווי לאנג מיינסטו קען מען לעבן א פאלשע לעבן (דאבל לייפ)?! מענטשן קען מען אפשר אפנארן אבער נישט די אייגענע ווייב; פריער אדער שפעטער וועט זי זיך דערוויסן ווער דו ביסט און דיר אפלאזן, טו תשובה און לאז אפ ...!


געדענק אז איך האב דיר מודיע געווען פון פאראויס ווי אזוי עס גייט זיך ענדיגן, זאלסט נישט קומען צו מיר מיט קיין טענות.


לאז אפ ... און הייב אן לעבן א ריינע לעבן; בלייב אין שטוב ביינאכט וועט דיר גוט זיין.


איך וואונטש דיר דו זאלסט תשובה טון בקרוב.


 

#34 - א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי ס'דארף צו זיין, רועט דער אייבערשטער ביי זיי
קינדער, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב גערעדט מיט אייער מאן נרו יאיר; איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן פון אים אז איר לעבט מיט ליבשאפט איינער צום צווייטן און אז איר לעבט מיטן אייבערשטן. עס איז ביי אייך ממש מקוים געווארן די ברכה וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה יז.) "אִישׁ וְאִשָּׁה זָכוּ - שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי עס דארף צו זיין זענען זוכה אז דער אייבערשטער רועט ביי זיי. דעם אייבערשטנס נאמען איז דאך שלום (שבת י.); אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן וואס איז די ריכטיגע זאך פאר אייך צו טון וועגן האבן נאך קינדער; איר דארפט זיך זייער פרייען מיט די מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן - ליכטיגע געזונטע קינדער, איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים. און ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים אלץ מער מאכט מען כלים צו באקומען פרישע חסדים פונעם אייבערשטן.


ווארטס נאך א האלבע יאר וכו' נאכדעם וועלן מיר זען צי עס איז שוין די פאסיגע צייט צו האבן נאך קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - לאז נישט איבער דיין ווייב דעם גאנצן ליל ששי
שלום בית, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו העלפסט דיין ווייב וכו'.


איך בעט דיר טייערער .. נרו יאיר, נעם אן דאס וואס איך האב דיר געשריבן אינעם פריערדיגן בריוו (ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט) אויף א שיינעם וועג; איך וויל נאר דיין טובה. דאס אלעס וואס דו האסט מיר דערציילט ווי דו ביסט גוט צו דיין ווייב וכו' וכו' דאס אלעס שרייבט דיין ווייב אינעם בריוו, זי זאגט אליינס אז דו ביסט זייער גוט צו איר. סך הכל האט זי געוואלט וויסן וואס איך האלט וועגן אוועק גיין פון שטוב ליל שישי וכו' און אויך וועגן איבער לאזן די שטוב פאר א  חודש צייט צו קומען קיין אמעריקע קלייבן געלט; דערויף האב איך דיר געשריבן אז דו זאלסט זיך נישט איינרעדן אז אין אמעריקע וואלגערט זיך געלט אין די גאסן וכו' און דו זאלסט נישט קומען צו מיר אויב דו לאזט איבער דיין ווייב.


איך ווייס נישט פארוואס דו האסט זיך אזוי באליידיגט פונעם בריוו; שלמה המלך זאגט (משלי כז, ה): "טוֹבָה תּוֹכַחַת מְגֻלָּה", עס איז גוט פארן מענטש צו הערן מוסר, אפילו עס ווערט געזאגט ברבים און ער ווערט פארשעמט, ווייל אזוי ווייסט מען וואס מען האט צו טון, "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת" - אויב קומט דאס פון א טיפע ליבשאפט; אז איך שרייב דיר ווי אזוי זיך צו פירן איז דאס נאר ווייל איך האב דיר ליב און איך וויל דיין טובה. דו ווייסט וויפיל זאכן ליגן אויף מיר צו טון? קוים וואס איך האב צייט צו עסן און צו שלאפן, דערפאר אז איך נעם די צייט און מיה דיר צו שרייבן איז דאס: "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת".


ווען איך האב זוכה געווען צו קומען צו מוהרא"ש האב איך געזען א נייע פלאץ פאר מיינע אויגן; א פלאץ פון 'הלכה למעשה'. מען דארף טון און מען דארף פאלגן; עס איז נישט סתם ווי די נוסח גייט אין ברסלב פיר און צוואנציג שעה: "שטארק דיר!" "שטארק דיר!" מיט גארנישט; מען לערנט נישט, מען דאווענט נישט, מען לאזט די ווייב ווערן צעפליקט אין שטוב מיט די פיצלעך קינדער און מען קלאפט זיך איינער דעם אנדערן אין רוקן: "שטארק דיר!" ביי מוהרא"ש האב איך געזען א פלאץ פון דיסציפלין אזוי ווי ביי אלע צדיקי אמת, עס איז דא א אימה ויראה, עס איז דא כבוד רבו, אן קיין ליצנות אן קיין חכמות. ביים שיעור איז שא שטיל, אז איינער זיצט נישט מיט דרך ארץ שטעלט מען אים גלייך אפ.


עס זענען געווען מענטשן וואס זענען אוועק געלאפן פאר שרעק, עס זענען געווען וואס האבן געזאגט אז מען באליידיגט וכו'; וואס באמת הייסט דאס דען באליידיגט? פארוואזשע קומט מען צו א רבי, אז ער זאל שמייכלען און זאגן: "גיי אן מיט דיין 'גארנישט'"?! מען קומט דאך צו א רבי ער זאל זאגן וואס מען זאל טון, תכלית! וואס וויל ער דען פון מיר?! נאר אז איך זאל אהיים גיין און רעדן מיט מיין ווייב, איך זאל פארברענגען מיט מיינע קינדער וכו' דאס האט מיר זייער געכאפט.


דו דערמאנסט מיך א מעשה, מיט יארן צוריק האט מיר איינער דערציילט אז ער האט געטראפן איינעם אין אומאן און ער האט אים דערציילט פון מוהרא"ש, רופט זיך אן דער אינגערמאן: "איך בין אויך געווען ביי מוהרא"ש, אבער איך בין אוועק געגאנגען ווייל מוהרא"ש האט מיר פארשעמט", פרעגט יענער: "וואס האט מוהרא"ש דיר פארשעמט?" זאגט דער אינגערמאן: "איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך האב מסיים געווען ששה סדרי משנה; אנשטאט מוהרא"ש זאל מאכן פון מיר א טראסק האט מהרא"ש מיר געזאגט: 'זיי ממשיך'", האט אים יענער געענטפערט: "מוהרא"ש פארשעמט מיר שוין עטליכע צוואנציג יאר; ברוך ה' יעדן חודש זאג איך אים מיינע סיומים און ער זאגט מיר: 'זיי ממשיך'".


איך האב דיר ליב, איך וויל סך הכל אז דיין ווייב זאל בלייבן מיט געזונטע נערוון; אז דו וועסט זיצן אינדרויסן פון שטוב 'ליל שישי' און אהיים קומען פרייטאג פארטאגס נאך ותיקין וועט דיין ווייב זיין זייער אנגעשטרענגט און די גאנצע שבת וועט זיין צעשטערט. דו ווייסט אז פרייטאג איז א שווערערע טאג ווי סיי וועלכע אנדערע טאג אינמיטן די וואך; א גאנצע וואך איז דא א סדר פאר די קינדער, ווען זיי קומען אהיים עסן זיי און נאכדעם גייען זיי שלאפן. אבער פרייטאג דארף מען אנגרייטן דעם שבת בשעת די קינדער טאנצן ארום אונטער די מאמעס פיס, דו ליגסט אין בעט און דיין ווייב דארף אכטונג געבן אז דו זאלסט זיך נישט אויפוועקן, ווערט זי איבערגעשטרענגט און עס פלאצט אויס שבת; סך הכל האב איך דיר געשריבן אז דו זאלסט נישט ארויס גיין פון שטוב 'ליל שישי' וכו' כדי דו זאלסט האבן א פרייליכע שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - שוין צייט דו זאלסט זיך אפלאזן פון אלקאהאל
חינוך הילדים, שלום בית, שכרות, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


איך מיין עס איז שוין צייט דו זאלסט זיך אויפוועקן פון שלאף און אפלאזן די אלקאהאל; ווען דו וואלסט געזען ווי אזוי דו זעסט אויס ווען דו ביסט שיכור, ווי דו ביסט שטאט'ס נאר, אלע ווערן פארשעמט פון דיר, דיין ווייב, דיינע קינדער, וואלסטו זיכער אויפגעהערט טרינקען.


עס איז כדאי דו זאלסט מאכן א שיעור אין ספר משלי, וועסטו זען דאס שעדליכקייט פון טרינקען וויין. שלמה המלך זאגט (כ, א): "לֵץ הַיַּין", א לץ טרינקט וויין, "הֹמֶה" – ער ברומט און שרייט – "שֵׁכָר", אז ער דארף אלטע וויין; ועוד.


איך בין אמאל געווען ביי מוהרא"ש אין שטוב, פונקט דעמאלט האט איינער געקלאפט אויפן טיר מיט זיין זון א בחור וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין די תאוה פון טרינקען וויין רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט מיר נישט ארויסגעשיקט פון שטוב, האב איך געהערט ווי מוהרא"ש מוסר'ט דעם בחור ער זאל אכטונג געבן נישט צו טרינקען קיין וויין, און מוהרא"ש האט אים געהייסן לערנען יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק ב, סימן כו) וואו דער רבי רעדט איבער די שעדליכקייט פון טרינקען; מוהרא"ש האט אים געזאגט ער זאל יעדן טאג לערנען די תורה און נאכדעם זאגן די תפילה פון רבי נתן אויף דעם תורה.


דאס זעלבע זאלסטו טון, אז דו ביסט נעבעך אזוי צוגעקלעבט צו אלקאהאל, אזוי ווייט אז די אלקאהאל איז דיר וויכטיגער פון דיין לעבן און פון דיין ווייב און קינדער, זאלסטו לערנען יעדן טאג לערנען די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן כו), נישט איין מאל א טאג נאר אפאר מאל א טאג ביז עס זאל דיר אריין גיין אין די ביינער דעם רבינ'ס ווערטער, וועסטו זוכה זיין ארויס צו קריכן פון די מחלה.


איך שיק דיר דא די תורה מיט די תפילה פון ר' נתן:


"צָרִיךְ לְהַרְחִיק מִשִּׁכְרוּת וּלְדַקְדֵּק שֶׁלּא לִשְׁתּוֹת יוֹתֵר מִיכָלְתּוֹ, כְּדֵי שֶׁלֹּא יָבוֹא לִידֵי שִׁכְרוּת, כִּי מְעַט הַשְּׁתִיָּה לְפִי הַצֹּרֶךְ הוּא טוֹבָה לְהַרְחִיב דַּעְתּוֹ. וְדַע, כִּי הַדַּעַת מְלֻבָּשׁ בַּחֲסָדִים, וּכְשֶׁשּׁוֹתֶה בְּמִדָּה כָּרָאוּי לְפִי עֶרְכּוֹ, אֲזַי נִתְרַחֵב דַּעְתּוֹ וְנִתְרוֹמֵם מֹחוֹ וַאֲזַי נִגְדָּלִין הַחֲסָדִים בְּיוֹתֵר עַל יְדֵי הַשְּׁתִיָּה. כִּי כְּשֶׁנִּתְרוֹמֵם הַדַּעַת, נִתְרוֹמְמִין וְנִגְדָּלִין הַחֲסָדִים, כִּי הַדַּעַת מְלֻבָּשׁ בָּחֲסָדִים כַּנַּ"ל (עֵרוּבִין ס"ה): "כָּל הַמִּתְפַּתֶּה בְּיֵינוֹ, יֵשׁ בּוֹ מִדַּעַת קוֹנוֹ", מִתְפַּתֶּה דַּיְקָא, בְּחִינַת חֲסָדִים שֶׁעַל יְדֵי הַיַּיִן נִגְדָּלִין הַחֲסָדִים וְזֶהוּ מִתְפַּתֶּה שֶׁעַל יְדֵי הַגְדָּלַת הַחֲסָדִים הוּא מִתְפַּתֶּה וּמִתְפַּיֵּס אַף עַל פִּי שֶׁלֹּא הָיָה רָאוּי לְהִתְפַּתּוֹת לְפִי חֲסָדִים סְתָם וְהָיָה יָכוֹל לִהְיוֹת רֹגֶז, אֲבָל עַל יְדֵי הַגְדָּלַת הַחֲסָדִים עַל יְדֵי הַיַּיִן הוּא מִתְפַּתֶּה כַּנַּ"ל, אֲבָל הַשּׁוֹתֶה יוֹתֵר מִדַּאי וּמִשְׁתַּכֵּר אֲזַי אַדְּרַבָּא, מִתְגַּבְּרִין תֹּקֶף הַגְּבוּרוֹת, וְנַעֲשֶׂה כַּעַס וָרֹגֶז וְלִפְעָמִים מִתְגַּבְּרִין גְּבוּרוֹת דְּסִטְרָא אָחָרֳא וְיוּכַל לָבוֹא לִידֵי רָעוֹת וְכוּ' חַס וְשָׁלוֹם, וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת וְהָאַזְהָרוֹת שֶׁצִּוָּה משֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, כִּי משֶׁה הוּא מְלֻבָּשׁ בְּכָל אֶחָד וְאֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל בְּכָל אֵיבָר וְאֵיבָר, וּמַזְכִּיר כָּל אֵיבָר וְאֵיבָר שֶׁיַּעֲשֶׂה הַמִּצְוָה הַשַּׁיָּכָה לְאוֹתוֹ אֵיבָר כִּי רְמַ"ח מִצְווֹת כְּנֶגֶד רְמַ"ח אֵיבָרִים מְחֹקֵק (דְּבָרִים לג), שֶׁהוּא גִּימַטְרִיָּא רְמַ"ח, שֶׁמַּזְכִּיר רְמַ"ח מִצְווֹת כַּנַּ"ל, וְעַל יְדֵי הַשִּׁכְרוּת שׁוֹכֵחַ אוֹתָם בִּבְחִינַת (מִשְׁלֵי ל"א): "פֶּן יִשְׁתֶּה וְיִשְׁכַּח מְחֻקָּק" שֶׁעַל יְדֵי הַשְּׁתִיָּה וְהַשִּׁכְרוּת שׁוֹכֵחַ רְמַ"ח מִצְווֹת שֶׁל משֶׁה כַּנַּ"ל, וְהִתְלַבְּשׁוּת משֶׁה בָּאֵיבָרִים זֶהוּ בְּעַצְמוֹ בְּחִינַת הִתְלַבְּשׁוּת הַדַּעַת בַּחֲסָדִים כַּנַּ"ל, כִּי משֶׁה הוּא הַדַּעַת וְהָאֵיבָרִים הֵם רְמַ"ח בְּחִינַת אַבְרָהָם אִישׁ הַחֶסֶד, שֶׁהוּא גִּימַטְרִיָּא רְמַ"ח אֵיבָרִים".


דערנאך זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן ווי ער בעט זיך ביים אייבערשטן מיט א תפילה געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער (תפלה כג):


"מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָרוּצָה הֱבִיאֲנִי הַמֶּלֶךְ חֲדָרָיו נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ נַזְכִּירָה דֹדֶיךָ מִיַּיִן מֵישָׁרִים אֲהֵבוּךָ". רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, רַב חֶסֶד וּמַרְבֶּה לְהֵיטִיב, רַחֵם עָלַי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וְזַכֵּנִי לְהִתְקָרֵב אֵלֶיךָ בֶּאֱמֶת בְּכָל עֵת וְלַעֲבֹד אוֹתְךָ תָמִיד בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב מֵרוֹב כֹּל. וְתִשְׁמֹר אוֹתִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וְתַצִּילֵנִי בְּכָל עֵת מֵרִבּוּי שְׁתִיַּת הַיַּיִן וּשְׁאָר מַשְׁקִים הַמְשַׁכְּרִים, שֶׁלֹּא אֶשְׁתֶּה לְעוֹלָם יוֹתֵר מֵהַמִּדָּה וְלֹא אָבֹא לִידֵי שִׁכְרוּת לְעוֹלָם. כִּי אַתָּה גִּלִּיתָ לָנוּ עֹצֶם רָעַת הַשִּׁכְרוּת הַמַּטְרִיד וּמַעֲבִיר אֶת הָאָדָם מִשְּׁנֵי עוֹלָמוֹת חַס וְשָׁלוֹם, כִּי עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין אֶת כָּל הָאַזְהָרוֹת שֶׁל משֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, שֶׁהוּא מְלֻבָּשׁ אֶצְלֵינוּ בְּכָל אֵבֶר וָאֵבֶר אֵצֶל כָּל אֶחָד וְאֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל, וּמַזְכִּיר וּמַזְהִיר אֶת כָּל אֵבֶר וְאֵבֶר לִשְׁמֹר וְלַעֲשׂוֹת וּלְקַיֵּם אֶת כָּל הַמִּצְוָה הַשַּׁיָּכָה לְכָל אֵבֶר וָאֵבֶר, שֶׁהֵם רְמַ"ח אֵיבָרִים כְּנֶגֶד רְמַ"ח מִצְוֹת עֲשֵׂה. וְעַל־יְדֵי הַשִּׁכְרוּת חַס וְשָׁלוֹם, שׁוֹכְחִין כָּל אֵלּוּ הָאַזְהָרוֹת, וְכָל הַדְּרָכִים נַעֲשִׂים לְפָנָיו כְּמִישׁוֹר רַחֲמָנָא לִיצְלָן, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, כִּי יִתֵּן בַּכּוֹס עֵינוֹ יִתְהַלֵּךְ בְּמֵישָׁרִים. וְנֶאֱמַר, לְמִי אוֹי לְמִי אֲבוֹי, לְמִי חַכְלִילוּת עֵינָיִם. לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן לַבָּאִים לַחְקוֹר מִמְסָךְ. אַחֲרִיתוֹ כְּנָחָשׁ יִשָּׁךְ וּכְצִפְעֹנִי יַפְרִישׁ. עֵינֶיךָ יִרְאוּ זָרוֹת וְלִבְּךָ יְדַבֵּר תַּהְפֻּכוֹת. וְהָיִיתָ כְּשֹׁכֵב בְּלֶב־יָם וּכְשֹׁכֵב בְּרֹאשׁ חִבֵּל.


מָלֵארַחֲמִים, אַתָּה יָדַעְתָּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת נִשְׁקְעוּ בִּיוֵן מְצוּלָה עַל־יְדֵי הַשִׁכְרוּת רַחֲמָנָא לִיצְלָן, וְנִטְרְדוּ מִשְּׁנֵי עוֹלָמוֹת עַל־יְדֵי־זֶה. הַצִּילֵנִי מָלֵא רַחֲמִים, שָׁמְרֵנִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, שֶׁלֹּא אָבֹא לְעוֹלָם לִידֵי שִׁכְרוּת כְּלָל, וַאֲפִלּוּ בְּשַׁבָּתוֹת וְיָמִים טוֹבִים וּבִשְׁאָר זְמַנִּים קְדוֹשִׁים, אֲשֶׁר רְצוֹנְךָ שֶׁנְּשַׂמַּח אֶת נַפְשֵׁנוּ עַל־יְדֵי שְׁתִיַּת יַיִן מְעַט. זַכֵּנוּ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, שֶׁנִּזְכֶּה לְכַוֵּן אֶת הַמִּדָּה שֶׁלֹּא נִשְׁתֶּה כִּי אִם מְעַט הַמֻּכְרָח כְּפִי רְצוֹנְךָ, כְּדֵי לְרוֹמֵם דַּעְתֵּנוּ וּלְהַרְחִיב שִׂכְלֵנוּ וְלִבֵּנוּ, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, וְיַיִן יְשַׂמַּח לְבַב אֱנוֹשׁ. בְּאֹפֶן שֶׁנִּזְכֶּה עַל־יְדֵי מְעַט הַשְּׁתִיָּה לְהַרְחִיב וּלְהַגְדִּיל הַחֲסָדִים שֶׁדַּעְתֵּנוּ מְלֻבָּשׁ בָּהֶם, שֶׁנִּזְכֶּה עַל־יְדֵי מְעַט הַשְּׁתִיָּה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב בֶּאֱמֶת, בְּאֹפֶן שֶׁנִּזְכֶּה לְהִתְדַּבֵּק בְּךָ בֶּאֱמֶת עַל־יְדֵי־זֶה, וְלִזְכֹּר עַל־יְדֵי־זֶה יוֹתֵר וְיוֹתֵר אֶת כָּל הָאַזְהָרוֹת בְּכָל אֵבֶר וָאֵבֶר שֶׁמַּזְהִיר אוֹתָנוּ משֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, וְנִתְעוֹרֵר בְּיוֹתֵר לְקַיֵּם אֶת כָּל הַמִּצְוֹת הַשַּׁיָּכִים לְכָל אֵבֶר וָאֵבֶר. וְתִפְתַּח לִבִּי בְּתוֹרָתֶךָ וְאַחֲרֵי מִצְוֹתֶיךָ תִּרְדֹּף נַפְשִׁי. וְאֶזְכֶּה לְהִתְקָרֵב אֵלֶיךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר עַל־יְדֵי הַשְּׁתִיָּה בִּדְבֵקוּת נִפְלָא וַאֲמִתִּי כִּרְצוֹנְךָ הַטּוֹב, וְאֶהְיֶה מִתְפַּתֶּה בְּיֵינִי בִּקְדֻשָּׁה גְדוֹלָה לִהְיוֹת כִּרְצוֹנְךָ הַטּוֹב בֶּאֱמֶת, וְיִהְיֶה נִמְשַׁךְ עָלַי הַרְחָבַת הַדַּעַת וְהַחֲסָדִים מִדַּעַת קוֹנִי, וְאֶזְכֶּה לְכַבֵּד אֶת יְהֹוָה בֶּאֱמֶת מֵהוֹנִי וּמִגְּרוֹנִי.


רִבּוֹנוֹשֶׁל עוֹלָם, אַתָּה יָדַעְתָּ, כִּי אַף לְפִי גֹדֶל הַגְּנוּת שֶׁל הַשִּׁכְרוּת בְּלִי שִׁעוּר, אַף־עַל־פִּי־כֵן הַהֶכְרַח לִפְעָמִים לִשְׁתּוֹת מְעַט בִּשְׁבִיל הַרְחָבַת הַדַּעַת. כַּאֲשֶׁר הוֹדִיעוּנוּ חֲכָמֶיךָ הָאֲמִתִּיִּים גֹּדֶל גְּנוּת הַשִּׁכְרוּת דְּסִטְרָא אַחֲרָא, וְגֹדֶל מַעֲלַת הַשְּׁתִיָּה בִּקְדֻשָּׁה לִשְׁמֶךָ, כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה, זָכָה מְשַׂמְּחוֹ, לֹא זָכָה מְשַׁמְּמוֹ. זָכָה נַעֲשָׂה רֹאשׁ, לֹא זָכָה נַעֲשָׂה רָשׁ. וְגַם אָנוּ מְחֻיָּבִים לְקַדֵּשׁ וּלְהַבְדִּיל עַל הַיַּיִן בְּשַׁבָּתוֹת וְיָמִים טוֹבִים וּלְבָרֵךְ בִּרְכַּת הַמָּזוֹן עַל הַכּוֹס שֶׁל יַיִן, כִּי אֵין אוֹמְרִים שִׁיר אֶלָּא עַל הַיַּיִן, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב, הַמְשַׂמֵּחַ אֱלֹהִים וַאֲנָשִׁים. עַל־כֵּן רַחֵם עָלֵינוּ לְמַעַן שְׁמֶךָ, וְזַכֵּנִי אוֹתִי וְאֶת כָּל חֶבְרָתֵינוּ וְאֶת כָּל עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל, שֶׁנִּזְכֶּה כָּל אֶחָד לְפִי בְּחִינָתוֹ לֵידַע בְּכָל עֵת לְכַוֵּן הַמִּדָּה, בְּאֹפֶן שֶׁנִּתְרַחֵק מֵהַשִּׁכְרוּת לְגַמְרֵי. וּבָעֵת שֶׁיִּהְיֶה רְצוֹנְךָ לְשַׂמְּחֵנוּ מִיֵּינְךָ הַטּוֹב, תְּזַכֵּנוּ וְתִשְׁמֹר אוֹתָנוּ שֶׁלֹּא נִשְׁתֶּה יוֹתֵר מִדַּאי רַק מְעַט הַמֻּכְרָח, בְּאֹפֶן שֶׁנִּזְכֶּה לְשַׂמֵּחַ נַפְשֵׁנוּ וּלְהַרְחִיב דַּעְתֵּנוּ וּלְהַגְדִּיל הַחֲסָדִים, וְלֹא נָבֹא עַל־יְדֵי־זֶה לִידֵי רֹגֶז וְדִינִים וּגְבוּרוֹת חַס וְשָׁלוֹם כְּלָל. רַק אַדְרַבָּא נִזְכֶּה עַל־יְדֵי מְעַט הַשְּׁתִיָּה לְהִתְפַּתּוֹת בַּחֲסָדִים דִּקְדֻשָּׁה יוֹתֵר וְיוֹתֵר בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב בֶּאֱמֶת כִּרְצוֹנְךָ הַטּוֹב, בְּאֹפֶן שֶׁנִּזְכֶּה לְהִתְדַּבֵּק בְּךָ בֶּאֱמֶת וְלָגִיל וְלָשִׁיר וְלִשְׂמֹחַ בְּשִׁמְךָ בְּגִילָה וְרַנֵּן, וּלְדַבֵּר דִּבְרֵי־תוֹרָה בְּהַרְחָבַת הַלֵּב וּבְשִׂמְחָה מַה שֶּׁצְרִיכִין לְדַבֵּר וּלְגַלּוֹת. וְתָשִׂים מַחְסוֹם לְפִינוּ לִבְלִי לִהְיוֹת 'הוֹלֵךְ רָכִיל מְגַלֶּה סוֹד'. לִבְלִי לְגַלּוֹת אָז חַס וְשָׁלוֹם, מַה שֶּׁאֵין צְרִיכִין לְגַלּוֹת. וְתִפְתַּח אֶת פִּינוּ בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ כִּרְצוֹנְךָ הַטּוֹב, וִיקֻיַּם בָּנוּ מִקְרָא שֶׁכָּתוּב, וְחִכֵּךְ כְּיֵין הַטּוֹב הוֹלֵךְ לְדוֹדִי לְמֵישָׁרִים דּוֹבֵב שִׂפְתֵי יְשֵׁנִים. עָזְרֵנִי לִהְיוֹת כִּרְצוֹנְךָ הַטּוֹב בְּכָל הַתְּנוּעוֹת, בַּאֲכִילָה וּשְׁתִיָּה וּשְׁאָר הֶכְרֵחִיּוּת, הַכֹּל אֶזְכֶּה לַעֲשׂוֹת עַל צַד הַיּוֹתֵר טוֹב בֶּאֱמֶת כְּפִי רְצוֹנְךָ הַטּוֹב בֶּאֱמֶת בְּאוֹתוֹ הָעֵת וְהַזְּמַן, וְלֹא אָסוּר מֵרְצוֹנְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, אָמֵן סֶלָה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן שכל נישט צוצורירן מער צו אלקאהאל.

#31 - קוק נישט אויף צוריק, לעב גוט מיט דיין יעצטיגער מאן
שידוכים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערשטע זאך דארפט איר וויסן אז די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך און איז פארהוילן פון אלעמען, דאס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג) מיר געפונען סיי אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתיאל האבן געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט געוואלט נעמען רבקה פאר יצחק אבינו, "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", מיר זענען מודה אז דער שידוך איז פונעם אייבערשטן, אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): שמשון הגיבור האט גענומען א פרוי זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט זאגט די תורה "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", זיינע עלטערן האבן נישט געוויסט אז דער שידוך קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): שלמה המלך זאגט א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון עלטערן אבער "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א שידוך קומט פונעם אייבערשטן, זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.


דערפאר אז איר זענט אריבער געגאנגען די גאנצע פרשה מיט אייער פריערדיגן מאן וכו' און יעצט האט דער אייבערשטער אייך געהאלפן אז איר האט נאכאמאל חתונה געהאט, דארפט איר אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן און פארגעסן פון אייער פריערדיגער מאן וכו'. איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות אויפצובויען א נייעם שטוב פארן אייבערשטן; עס איז טאקע זייער שווער צו פארגעסן די פריערדיגע לעבן, דאס איז נישט נאר ביי אייך אז איר בענקט זיך וכו', נאר אזוי גייט דאס ביי אלע וואס האבן נאכאמאל חתונה, אזוי ווי עס זאגט דער הייליגער תנא רבי עקיבא (פסחים קיב.): ווען א מאן און ווייב האבן חתונה א צווייטע מאל טראכטן זיי צוריק פון זייער פריערדיגע לעבן; מיט דעם אלעמען דארפט איר זיך שטארקן און אנהייבן פונדאסניי אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט, אלץ אנהייבן פונדאסניי.


דאס אז איר שפירט אז ער געבט נישט גענוג ליבשאפט וכו', זאלט איר וויסן אז דער לעבן איז ווי א שפיגעלע; שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז די לעבן; אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען צוריק א זויערע פנים.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך, וועט ער אייך געבן גוטס בכפלי כפלים.