בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - הער שוין אויף מיט דיין מרה שחורה, וועט דיר זיין גוט
שמחה, שלום בית, סמארטפאון, אינטערנעט, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר און איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן... איין זאך קען איך דיר זאגן: דו ביסט א גרויסער רחמנות... דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער; דו האסט אן אייגענע הויז, דו האסט א פיינע פרנסה און דו ליגסט אין בעט מרה שחורה'דיג און דו ווילסט נישט אויפשטיין.


איך האב דיר שוין פרובירט מחזק צו זיין אן א שיעור מאל; זעט אויס אז דו פארשטייסט בעסער פון מיר און דו האלסט זיך קלוגער פון מיר. קען זיין אז דעם רבינ'ס עצות איז צו פשוט פאר דיר, דו קוקסט אן אונזער חבורה 'היכל הקודש קודש קדשים' ווי קליין קעפלדיגע מענטשן. וויל איך דיר זאגן וואס דער תם האט געזאגט פארן חכם (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט - צו אזוי איין גדולה, און צו וואס דיין חכמה האט דיר געבראכט."


פאלג מיר, מאך צו דיין סאשעל מידיע וואס דאס רייסט דיר אוועק פון דיינע קינדער און דו האסט נישט קיין איין טראפ געדולד צו זיי; אמאל פלעגסטו זיי פארהערן, דו פלעגסט זיך שפילן מיט זיי, דו האסט הנאה געהאט צו זיצן אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער. היינט זוכסטו זיך יעדע רגע וואו צו אנטלויפן, עס איז ביי דיר מקוים געווארן די קללה וואס דער אייבערשטער האט געשאלטן קין (בראשית ד, יב): "נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ", וואו די גייסט ביסטו נישט צופרידן.


קוק וואס פאסירט ווען מען זינדיגט רחמנא לצלן - מען פארלירט דעם מח; דיין ווייב איז שוין געקומען צו מיר אפאר מאל, זי פרעגט מיר צי איז מחויב צו לעבן מיט דיר, ווייל דו שרייסט אויף איר און דו ווארפסט אן אויף איר א פחד און אן אימה יעדע מינוט. ווען זי פרעגט דיר צי דו דארפסט עסן, שרייסטו אויף איר מיאוס'ע ווערטער, ווען זי פרעגט דיר שבת אינדערפרי 'וואו גייסטו דאווענען', שרייסטו אויף איר קללות נמרצות. זי איז געווען ביי מיר אין אפיס און געוויינט, זי האט מיר געפרעגט: "ראש ישיבה, דאס איז מיין לעבן? איך וועל דארפן אזוי ליידן אלע מיינע יארן?!"


וויפיל אינגעלייט מוטשען זיך אנצוגיין טאג טעגליך מיט שווערע ביטערע נסיונות; זיי האבן נישט קיין געלט צו קענען צאלן דירה געלט וכו' וכו'. וויפיל אינגעלייט וואלטן געוואלט האבן אן אייגענע דירה, א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און דו ווען דו האסט שוין דאס אלעס זוכסטו זיך פון אונטער דער ערד ווי זיך אפצורעדן?!


נאך חצות איז ביי מיר שוין כמעט דער טאג אריבער און דו ליגסט נאך אין בעט מרה שחורה'דיג ווי א גע'פגר'טע קו?! איך בעט דיר, טאנץ ארויס פון בעט און לויף אין שול דאווענען שחרית. טו אן טלית און תפילין און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט. נאך שחרית נעם א חומש און זיי מעביר סדרה, די וואך האבן מיר צוויי לאנגע סדרות.


די וואך נאכן ליינען גייט מען אויסשרייען: "חזק, חזק, ונתחזק"; די אלע וואס פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זיי נעמען יעדן טאג דעם חומש און פון אנהייב וואך זענען זיי מעביר סדרה, די קענען שרייען: "חֲזַק, חֲזַק", אבער די וואס שטופן עס אפ ביז סוף וואך, די בלייבן נעבעך "חוֹזֶק", ווייל עס גייט אריבער א וואך נאך א וואך און מען לערנט ניטאמאל קיין חומש.


ווען דו ענדיגסט דאווענען אין מעביר סדרה זיין קום אהיים און עס פרישטאג מיט דיין ווייב; געב איר גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט וכו' און בעט איר איבער, זאג איר אז דו הייבסט אן א נייע לעבן.


ווי קען מען זיין אזוי שלעכט צו די אייגענע ווייב? ווי קען מען רעדן מיאוס'ע ווערטער צו די ווייב?! איינע פון די סימנים פון א איד איז אז ער איז א רחמנות'דיגער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.) אז די אידן האבן דריי סימנים: "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים".


געדענק וואס איך חזר שטענדיג איבער ביי די שיעורים, וואס מוהרא"ש פלעגט אונז זאגן, אז די גאנצע געלט און די גאנצע הצלחה פונעם מענטש קומט בזכות דעם וואס מען איז מכבד די ווייב, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי; זוך נישט צו זיין גערעכט, עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס קריגן זיך טאג און נאכט. ענדערש געב נאך ווי צו זיין גערעכט; וואס וועסטו האבן אז דו וועסט זיך קריגן, דו אליינס ווערסט דאך אויפגעגעסן פון די אלע קריגערייען.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אסאך מאל ווען מען קוקט אויף דיר כאפט פשוט אן א שרעק; דו זעסט אויס ווי א טויטער מענטש, אן קיין שום חיות און אן קיין שום לחליחות. איך האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיר איינס אזייגער נאכמיטאג אן אימעיל אז דו ליגסט אין בעט און דו ווילסט נישט אויפשטיין, זאג איך דיר אפען ארויס אז דו ביסט א גרויסער רחמנות...


טייערער הארציגער חבר, מיר האבן א רבי וואס ער קען יעדן איינעם העלפן, אפילו א משוגע'נעם קען מען העלפן; דער פראבלעם איז נאר אז דער משוגע'נער האלט אז ער איז נארמאל נאר דער דאקטער איז משוגע. אזוי זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן סז): "כִּי עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, כִּי הַמְשֻׁגָּע - אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל, בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", פארוואס ווערט א מענטש משוגע? ווייל ער פאלגט נישט דעם אמת'ן חכם און דעם אמת'ן צדיק, ווייל ווען דער מענטש וואס איז פיל מיט שגיונות - אויב וואלט ער געפאלגט א חכם וואלט ער געווארן אויס משוגע; יעדער מענטש האלט פון זיך, ער האלט אז ער איז דער קלוגסטער און דער געלונגענסטער מענטש וכו' וכו', אבער אויב דער מענטש האט נישט קיין ביטול צו א צדיק און צו אן אמת'ן חכם, וועט ער אינגאנצן פארפירט ווערן. א מענטש מוז האבן א רבי - א מורה דרך מיט וועם ער שמועסט זיך דורך זיין לעבן און ווען ער האט א שווערע איבערגייעכץ אדער שווערע נסיונות, גייט ער צו זיין רבי און רעדט מיט אים.


א מענטש וואס גייט אליינס איז אין א גרויסער סכנה; אסאך מאל מאכט דער יצר הרע אז א מענטש זאל זיך פירן גוט און פיין פאר א לאנגע צייט, נאר ווייל ער וויל איינרעדן דעם מענטש אז ער קען זיך אליינס אן עצה געבן, נאכדעם ווארפט ער אים אראפ אין א פלאנטער און דער מענטש קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער.


אז דו קומסט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל וויל איך דיר קלאר שטעלן אז איך בין ווייטער גרייט צו רעדן מיט דיר און דיר ווייטער אוועק געבן פון מיין טייערע צייט - נאר אז דו וועסט פאלגן; מיין צייט איז מיר זייער טייער און איך בין גרייט ווייטער צו רעדן מיט דיר נאר אז דו וועסט מיר פאלגן, אבער סתם אזוי רעדן און שמועסן און נאכדעם שרייבסטו מיר אז דו ווילסט נישט אויפשטיין וכו' ווען עס פעלט דיר גארנישט, אויף דעם בין איך נישט גרייט.


עס פעלט דיר באמת גארנישט, נאר דאס ביסל שכל אז דו זאלסט אוועק ווארפן דיין שכל, וואס באמת איז די גרעסטע שכל אז מען לייגט אוועק די שכל, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן טו): "שֶׁהוּא חָכְמָה וּמְלָאכָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת כְּמוֹ בְּהֵמָה", עס איז א גרויסע חכמה צו זיין אזוי ווי א בהמה, זיך צו פירן פשוט בתמימות ובפשיטות, אזוי ווי עס שטייט (שמות לו, א): "כָּל אֲשֶׁר נָתַן ה' חָכְמָה בָּהֵמָה". הַיְנוּ שֶׁהוּא חָכְמָה לַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ה:): אויפן פסוק (תְּהִלִּים לו, ז): "אָדָם וּבְהֵמָה תּוֹשִׁיעַ ה'" – אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם שֶׁעֲרוּמִים בְּדַעַת וּמְשִׂימִין עַצְמָן כִּבְהֵמָה. און אזוי ווי אסף בעט דעם אייבערשטן (תהלים עג, כב): "וַאֲנִי בַּעַר וְלֹא אֵדָע בֶּהֱמוֹת הָיִיתִי עִמָּךְ".


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי שארף; גלייב מיר איך שרייב נאך זייער איינגעהאלטן. איך האב נישט דא קיין שום אייגענע נגיעה, איך וויל פשוט אז דו זאלסט האבן א לעבן. איך האב אלעס אוועק געגעבן פון מיר; איך דארף נישט גארנישט, איך וויל נישט גארנישט און איך האב נישט גארנישט, איך וויל נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


בעט איך דיר, מאך שלום מיט דיין ווייב; טו עס פאר דיינעט וועגן, טו עס פאר דיינע צוויי ליכטיגע קינדער. מאוויס וועט דיר נישט פרייליך מאכן; עבירות מאכט נישט פרייליך, עבירות מאכט נאר מער צעבראכן. אנשטאט דו זאלסט זיך שרייבן מיט קרעציגע מענטשן, מיט מענטשן וואס דו ווילסט נישט זיין ווי זיי, פארברענג ענדערש מיט דיינע קינדער.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל מיר אפלאזן פון די עבירות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל לעבן מיט מיין ווייב בשלום ובשלוה", אזוי זאלסטו מאריך זיין מיט תפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין ארויס צו קריכן פון דיין עבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - ס'לוינט זיך נישט זאלסט צעברעכן דיין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט צי דו געדענקסט מיר; איך בין געווען א מלמד אין ... פאר יארן צוריק. איך בין נישט געווען דיין מלמד אבער איך געדענק דיר פון דארט. איך האב א ישיבה אין אמעריקא "תפארת התורה ברסלב".


דיין ... לערנט ביי מיר, אויך קען איך דיין ... נרו יאיר וואס איז א תלמיד היכל הקודש און ער וכו', איך בין א נאנטער חבר מיט אים.


דיין ... נרו יאיר האט מיר געבעטן אויב איך קען אים העלפן. ער איז זייער צעבראכן פון די גאנצע פרשה וואס גייט אריבער צווישן דיר און דיין ווייב; סיי ער און סיי זיין ..., און אזוי אויך דיין טייערע ווייב ... תחי', אלע בענקען זיך זייער נאך דיר; זיי רעדן זייער שיין פון דיר, זיי ווילן און האפן אז דו וועסט איין טאג צוריקקומען צו זיי.


דיינע טייערע קינדערלעך ... תחי' און ... תחי' דארפן א טאטע; זיי האבן דיר שוין נישט געזען פון ראש השנה, זיי בענקען זיך נאך דיר.


טייערער ... נרו יאיר, דו ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד היסודות; דער רבי האט נישט געלאזט קומען צו אים אן א ווייב און דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל האלטן חשוב א ווייב, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן (סימן רסד) אז דער רבי האט געבעטן מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב; דער רבי האט געזאגט: "הַלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִּידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", די פרויען גיין אריבער אסאך יסורים און אסאך צער; צער העיבור, צער הלידה און צער פון מגדל זיין די קינדער וכו'.


איך בעט דיר טייערער ... ני"ו, איך בין גרייט אלעס צו טון אז דו זאלסט צוריק גיין צו דיין ווייב; לאז דיר נישט איינרעדן פון קיינעם אז עס וועט דיר זיין בעסער ווען דו וועסט זיך חס ושלום גט'ן. דער אייבערשטער האט געהייסן אויסמעקן זיין נאמען אבי עס זאל זיין שלום בית, איז דאך זיכער אז מען דארף אלעס אוועק לייגן אין דער זייט צו קענען לעבן בשלום.


אפילו דו ביסט אנטלאפן פון שטוב שוין פאר לאנגע חדשים, דאך וויל דיין ווייב ... תחי' ווייטער לעבן מיט דיר אזוי ווי נאך די חתונה.


... ני"ו, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך מיש זיך אריין וכו', ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלאזט צוואה אז איך זאל העלפן אידישע קינדער זיי זאלן לעבן בשלום און זיך נישט קריגן, דערפאר פרוביר איך מיט די הילף פונעם אייבערשטן צו מאכן  שלום בית.


איך געדענק ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דיר אזוי ליב געהאט; ער פלעגט זיך זייער פרייען ווען דו פלעגסט קומען, איז זיכער אז דו דארפסט זיך בארעכענען און צוריק קומען צו דיין ווייב.


דיינע שוואגערס רעדן אזוי שיין פון דיר, אלע זאגן אז עס איז א שאד עס זאל צעבראכן ווערן א שטוב, בפרט ווען עס איז דא צוויי ליכטיגע קינדער קיין עין הרע.


... טייערער, דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען מיט תלמידים, עס איז שוין פופצן יאר וואס בחורים און אינגעלייט קומען צו מיר איך זאל זיי העלפן; רוב פראבלעמען קומען פאר ביי קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, קינדער וואס די עלטערן קריגן זיך, די וואקסן אויף פעלערהאפטיג און זיי דארפן זיך נעבעך מוטשען אין לעבן; דארפסטו טראכטן פון דיינע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט און שטארק.


איך ווארט צו הערן פון דיר.

#3 - מחזק א איד אין שפיטאל
שלום בית, רפואה

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערע הארציגע חבר ... נרו יאיר


איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ... האב איך געטראכט איך וועל דיר שרייבן אפאר ווערטער.


איך טראכט זייער אסאך פון דיר ... נרו יאיר; איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה.


איך ווארט צו הערן וואס דו מאכסט און ווי אזוי דו שפירסט זיך. איך האב מיר מחי' געווען ווען דו האסט מיר גערופן פארציילן די נייעס אז דו האסט מסיים געווען אין שפיטאל דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן "ששה סדרי משנה". איך האב דאס פארציילט פאר די בחורים, אז מען דארף נעמען חיזוק פון דיר; מה-דאך א מענטש וואס ליגט אין שפיטאל - וואס בדרך הטבע קען ער נישט ארויס גיין פון שפיטאל - לערנט און איז מסיים "ששה סדרי משנה", איז דאך זיכער אז די בחורים דארפן לערנען וכו'.


וויסן זאלסטו אז ביים אייבערשטן אז אלעס מעגליך, דער אייבערשטער איז דער רופא נאמן און ער ווארט אז דער מענטש זאל קומען צו אים און זיך אויסגיסן זיין הארץ פאר אים.


דערפאר טייערע ליבער ברודער ..., שטארק דיר מיט אמונה פשוטה אין בורא כל עולמים. דער אייבערשטער פירט די וועלט; ער קען אויסהיילן דעם מענטש אפילו די דאקטורים זאגן אז מען קען נישט היילן. מיר דארפן חזר'ן די פשוט'ע אמונה: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים. וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס. ער טוט אלעס, ער האט אלעס געטון און וועט אלעס טון. ווי מער א מענטש חזר'ט די ריינע אמונה ווערט מען מער פרייליך און מען ווערט רואיג.


איך מוז דיר זאגן אז דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר א גרויסע נס; דו האסט א ווייב איינס אין דער וועלט, ממש מצא אשה מצא טוב איז ביי דיר געזאגט געווארן, זי איז דיר אזוי איבערגעגעבן, זי האט אלעס איבער געלאזט און זי איז מיט דיר שוין פאר אזא לאנגע צייט אין שפיטאל, דארפסטו איר מחזק זיין.


איך ווייס אז דו אליינס דארפסט רחמי שמים, קוים וואס דו לעבסט און יעדן טאג וואס דו לעבסט איז א נס. טאקע ווייל דו אליינס דארפסט אסאך חיזוק דארפסטו איר מחזק זיין, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קו) א מורא'דיגע עצה צו ווערן אליינס מחוזק איז ווען מען איז מחזק א צווייטן; דער רבי טייטשט מיט דעם די פסוק (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל", ווען א מענטש איז צעבראכן, "אִם לֹא יָכוֹל בְּעַצְמוֹ לָבוֹא לְגַדְלוּת הַמֹּחִין, עֵצָה לָזֶה, שֶׁיַּשְׂכִּיל אֲחֵרִים וְעַל יְדֵי זֶה נִתְעוֹרֵר גַּם אֶצְלוֹ", ווען ער איז מחזק א צווייטן וועט ער אליין ווערן מחוזק.


דערפאר זע צו דאנקען דיין ווייב און איר געבן גוטע ווערטער וכו'. הער נישט אויס דיין שוואגער וואס וויל דיר אומגליקליך מאכן און רעדט צו דיר קעגן דיין ווייב. ער איז א פשוט'ער מניוול; ווייל איינער וואס רעדט צו א אינגערמאן קעגן זיין ווייב איז זייער מסוכן און מען דארף אנטלויפן פון אזא איינעם ווי פון פייער וכו'. אויך זע צו רעדן שיין צו דיין מאמע, זי איז צעבראכען אויף שברי שברים, אפילו זי שרייט אויף דיר ענטפער איר נישט צוריק. א מאמע טאר מען נישט ענטפערן; דו דארפסט איר פארשטיין אז זי ווערט אנגעהעצט פון דעם צעדרייטן שוואגער וכו'. ווען א מאמע רעדט דארף מען אויסהערן און שווייגן.


געב אכטונג אויף דיין ווייב ווייל זי איז דיר א מתנה פון הימל.


זיי געזונט און שטארק; איך ווארט צו הערן אויב דו האסט ערהאלטן מיין בריוו.

#2 - איבער פחדים, און העלפן די ווייב
פחדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך האב גערעדט מיט דיר; איך האב געטראכט איך זאל דיר אראפ שרייבן אלע נקודות וואס מיר האבן גערעדט אז דאס זאל זיין בכתב - סיי פאר דיר אז דו זאלסט דאס קענען איבער חזר'ן, אזוי אויך פאר אנדערע אינגעלייט וואס ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב.


א אינגערמאן דארף העלפן אין שטוב אז זיין ווייב זאל נישט דארפן טון שווערע ארבעט; היינט קען מען זייער גרינג העלפן אין שטוב דורכדעם וואס פאר א פאר דאללער קען מען ברענגען א פרוי וואס רייניגט, זיי נעמען בערך צען דאללער א שעה, מען ברענגט זיי לויט וויפיל עס פעלט זיך אויס אז די שטוב זאל זיין צוזאמגענומען.


ווען עס קומט צו נעמען א פרוי וואס רייניגט טאר מען נישט קוקן אויף קיין געלט, ווייל דאס איז ווערד אלע געלטער פון דער וועלט; א מאמע פון קינדער דארף האבן כח צו די קינדער, זי טאר נישט טון די שווערע ארבעט. דערפאר אז דיין ווייב זאגט אז זי קומט נישט אן מיט די ארבעט וכו', בעט איך דיר דו זאלסט נעמען א פרוי וואס רייניגט, אפילו א פאר מאל א וואך, אז דיין ווייב זאל זיך קענען אפרוען, זי זאל זיין אויסגערוהט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער.


זאג פאר דיין ווייב אז פרויען זענען פטור פון דאווענען ווייל זיי זענען פארנומען מיט די שטוב ווירטשאפט; א פרוי וואס האט נאך נישט קיין קינדער אדער זי האט שוין חתונה געמאכט די קינדער און זי האט צייט צו דאווענען, דארף זי דאווענען, אזוי אויך א פרוי וואס קומט אן מיט איר סדר היום, און עס בלייבט איר איבער צייט - קען זי דאווענען, אבער א מאמע פון קינדער וואס קומט נישט אן צו שלאפן און צו עסן וכו' וכו', איז פטור פון דאווענען.


אז א פרוי האט אביסל צייט אינמיטן טאג ווען די קינדער זענען אין חדר און אין סקול, זי האט צייט אדער צו שלאפן אביסל אדער צו זאגן דעם "יום תהילים", זאל זי ענדערש זיך אראפ לייגן שלאפן, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף קודם אכטונג געבן אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערשטרענגען, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; עס איז זייער וויכטיג צו שלאפן גענוג און זיין אויסגערוהט, ווייל שלאפן מאכט רואיג א מענטש, נאכמער זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קי): ""וּבְיוֹתֵר מוֹעִיל הַשֵּׁנָה לָאֱמוּנָה", ווען א מענטש שלאפט ווערט געשטארקט זיין אמונה.


זאג דיין ווייב אז בשעת זי איז באשעפטיגט מיט די שטוב ארבעט זאל זי רעדן צום אייבערשטן - ווען זי וואשט די געשיר, זי לייגט צוזאם די וועש וכו', זאל זי רעדן צום אייבערשטן - דאס איז איר דאווענען, און דאס איז איר יום תהילים.


מען האט אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען". זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערמאנען ביי די דרשות וואס ער פלעגט זאגן פאר די פרויען דעם מאמר חז"ל (קידושין מט:): "עֲשָׂרָה קַבִּין שִׂיחָה יָרְדוּ לָעוֹלָם, תִּשְׁעָה נָטְלוּ נָשִׁים, וְאֶחָד נָטְלוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלוֹ", א מאס פון צען קב 'שמועסן' איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, ניין קב האבן גענומען די פרויען, און איין קב איז צעטיילט געווארן פאר די גאנצע וועלט; סתם מענטשן ניצן דעם חז"ל אראפ צו קלאפן פרויען און צו אפשעפעטן פון זיי, אז פרויען רעדן אסאך וכו', אבער מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די פרויען: "פון דעם חז"ל זעט מען אז א פרוי קען מער רעדן ווי א מאן, זאל א פרוי ניצן איר מאס רייד צו רעדן צום אייבערשטן".


דאס וואס דיין ווייב זאגט אז זי קען נישט איינשלאפן ביינאכט פון פחדים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, חלק ב', סימן יז): "מִי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן, יַעֲלֶה עַל מַחֲשַׁבְתּוֹ אֱמוּנַת תְּחִיַּת הַמֵּתִים", ווער עס קען נישט איינשלאפן זאל טראכטן פון תחיית המתים; לכאורה, וואס העלפט תחיית המתים פאר איינעם וואס קען נישט איינשלאפן? נאר געווענליך ווען מען וויל איינשלאפן, הייבט מען אן טראכטן אלע שרעקעדיגע זאכן, עס הייבן אן קומען דמיונות 'וואס וועט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן וכו' וכו'?' אויף דעם זאגט דער רבי, טראכט פון תחיית המתים, דאס הייסט, ביים סוף וועט זיין גוט, אפילו מען גייט שטארבן, גייט מען אויפשטיין תחיית המתים; דאס זאלסטו גוט וויסן, אז מען לעבט מיט אמונה איז מען רואיג, מען ווייסט אז עס קען גארנישט פאסירן פארן מענטש אן דעם אייבערשטן.


באמת אז מען קוקט גוט זעט מען אז אלע שלעכטע מחשבות קומען נאר ביינאכט, אזוי ווי דער רבי פארציילט אין די מעשה פון דעם בן מלך ובן השפחה שנתחלפו (ספורי מעשיות, מעשה יא): "ווען עס איז געווארן טאג האבן זיי געהערט א גרויס געלעכטער, האבן זיי געפרעגט דעם מענטש פון וואלד "וואס איז דאס געלעכטער?" האט ער געזאגט, דער טאג לאכט אויס דער נאכט, ווייל דער נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס אז דו קומסט האב איך קיין נאמען נישט, הייבט דער טאג אן צו לאכן און עס ווערט טאג"; דאס זעט מען ממש בחוש, ביינאכט הערט מען ברומען פון די חיות רעות, ביינאכט קומען אן אלע שלעכטע מחשבות, מען טראכט 'וואס וועט זיין'; 'אפשר גיי איך שטארבן'; 'אפשר גייט זיין א פייער'; 'אפשר גייט א גנב קומען'; דאס זענען די ברומען פון די חיות, מען טראכט נעגעטיווע מחשבות. ווען מען שטייט אויף אינדערפרי פאלט אלעס אוועק, עס איז נישט דא קיין פחדים, עס איז נישט דא קיין "וואס וועט זיין" - דאס איז דער געלעכטער וואס דער טאג לאכט אויס דעם נאכט, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדע נאכט נאכאמאל און נאכאמאל.


זאג פאר דיין ווייב זי זאל זאגן יעדן טאג קאפיטל כ"ט אין תהלים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט דעם קאפיטל, נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש; איך האב געטראכט אז מען קען זאגן פשט, וואס האט די זיבן קולות צו מכניע זיין א רוח רעה? נאר מען חזר'ט צו זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער קען יעדן איינעם העלפן; איינער האט א פחד פון וואסער - זאגט מען אים 'קוֹל ה' עַל הַמָּיִם', דער אייבערשטער העלפט א מענטש אין וואסער, איינער האט א שרעק אז א בעל כח גייט אים עפעס שלעכטס טון, אדער איינער דמיונ'ט אז ער האט נישט גענוג כח - זאגט מען אים 'קוֹל ה' בַּכֹּחַ', דער אייבערשטער געבט כח; איינער האט מורא פון פייער - זאגט מען אים "קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ", דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט די פייער, ער וועט דיר ראטעווען פון פייער - אריין צו ברענגען אינעם מענטש אז גארנישט קען נישט פאסירן מיט אים, און נאר דער אייבערשטער וועט אים העלפן.


איך האב געזאגט פאר דיין ווייב אז איך וועל איר שרייבן א קורצע תפילה וואס זי זאל זאגן יעדן טאג, וועט זי ווערן רואיגער און פרייליכער. איך שרייב איר דא א קליינע תפילה, זאלסט איר עס געבן, אבער דער עיקר זאל זי אויסרעדן איר הארץ אליין צום אייבערשטן, זי זאל פארציילן פונקטליך פארן אייבערשטן וואס עס שטערט איר, און וואס עס באדערט איר, וועט איר דער אייבערשטער העלפן זי וועט ווערן צוריק רואיג און פרייליך אזוי ווי אמאל.


שטארק דיך און שטארק דיין ווייב; איר דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א שיינע לעבן און געזונטע קינדער. דא האסטו די תפילה:


רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין טייערע מאן וואס איז אזוי ערליך און אזוי גוט צו מיר; איך דאנק דיר פאר מיינע טייערע קינדער וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר אייבערשטער אז זיי זענען געזונט און אזוי זיס און לעכטיג. איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, אז איך בין געזונט און מיין מאן איז געזונט. יישר כח אייבערשטער אז אונז האבן פרנסה און מיר מוטשען זיך נישט, מיר האבן א רחוות'דיגע דירה.


רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין פחדים און שרעק. איך בין אזוי דערשראקן לעצטנס, אז איך שפיר ווי איך האלט עס נישט אויס מער, הייליגע באשעפער זע מיין צער, קוק מיינע טרערן, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט דער וועלט מיט א פונקטליכע חשבון און אלעס איז פאר מיין טובה.


הייליגער באשעפער, איך האב נישט צו וועם צו גיין, קיינער קען מיר נישט פארשטיין; איך בין אזוי אליין, איך קען נישט פארציילן פאר מענטשן וואס איך טראכט. מיינע פחדים מיט מיינע שרעקעדיגע מחשבות, וואס קומען מיר כסדר אריין אין מח - זיי לויפן מיר נאך א גאנצע טאג, אבער דו ווייסט דאך אלעס, און דו מאכסט דאך אלעס, און דו קענסט יעדן איינעם העלפן, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב פאר מיין מאן.


אייבערשטער, ווען איך רעד צו דיר שפיר איך אזוי גוט, אבער נאכדעם פאל איך צוריק, און פלוצלינג כאפט מיר א פחד אז איך קען מיך נישט קאנטראלירן, ווען עס קומט ביינאכט קען איך נישט איינשלאפן פון אלע נעגעטיווע מחשבות וואס לויפן אין מיין מח; העלף מיר, העלף מיר, איך גלייב און דיר, איך גלייב נאר אין דיר, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות זייער תורה, זייער תפילה און זייער ערליכקייט. בזכות אברהם אבינו, בזכות יצחק אבינו, בזכות יעקב אבינו, בזכות משה רבינו, בזכות אהרן הכהן, בזכות יוסף הצדיק, בזכות דוד המלך, בזכות שלמה המלך, בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות רבי נחמן בן פיגא מברסלב, בזכות רבי נתן מברסלב, בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב, יהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי, אמן כן יהי רצון.


זאג  דיין ווייב זי זאל זאגן די תפילה יעדן טאג, אפילו אפאר מאל א טאג, און ווען זי צינדט אן די שבת לעכט זאל זי זאגן די תפילה, זי זאל בעטן ביי די ליכט דעם אייבערשטן אז זי זאל ווערן רואיג וכו'.


איך בין געווען פאריגע וואך ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו, וואו איך האב מתפלל געווען פאר דיר און פאר דיין ווייב, זי זאל ארויס גיין פון אירע פחדים און צוריק קומען צו אירע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - דברי חיזוק פאר איינעם וואס איז דורכגעפאלן
שלום בית, תשובה

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הגם איך האב שוין גערעדט מיט דיר און דיר מחזק געווען, דאך וועל איך דיר שרייבן אפאר חיזוק ווערטער, ווייל איך זע ווי צעבראכן דו ביסט, און דו זאגסט מיר אז דיין ווייב איז נאך מער דערשראקן און צעבראכן.


וויסן זאלסטו אז אפילו א מענטש זאל טון די הארבסטע עבירה רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה - ער זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶי, איך האב געזינדיגט פאר דיר", און ער זאגט ארויס די עבירה וואס ער האט געטון: "'וְכָזֹאת וְכָזֹאת עָשִׂיתִי', און איך וויל תשובה טון. זיי מיר מוחל אייבערשטער וכו' וכו'", דארף ער גלייבן אז דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף די עבירה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ד): "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא: אִם אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה לְפָנַי, אִם חוֹזֵר וְעוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה - הַרֵי אֲנִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים, וַאֲנִי מְקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ, וְאֵין אֲנִי זוֹכֵר לוֹ אֲפִילוּ מִקְצָת עֲוֹנוֹתָיו", דער אייבערשטער זאגט, אויב א מענטש זינדיגט, און ער טוט תשובה, וועל איך רחמנות האבן אויף אים. איך וועל אנעמען זיין תשובה, און איך וועל מער נישט דערמאנען זיינע עבירות. נאך זאגן חז"ל (תורת כהנים בחוקותי, פרק ח): "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיָּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", דער אייבערשטער זאגט, גלייך ווען א מענטש איז זיך מתודה פאר מיר, האב איך רחמנות אויף אים, און איך נעם צוריק דעם מענטש צו מיר.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זיי נישט צובראכן וכו'; דער יצר הרע האט דא געטראפן א גוטע וועג ווי אזוי ער קען צעברעכן דיין שלום בית. ער וועט דיר אינגאנצן צעברעכן און דערשרעקן דיין ווייב, בשעת ווען עס איז בכלל נישט געווען קיין שוגג און אודאי נישט קיין מזיד. נאר דאס הייסט א אונס גמור, ווייל עס איז נישט געווען ביום הוסת וכו'.


קוק וואס דער רמ"א זאגט (יורה דעה סימן קפה, סעיף ד): "וְאִם שִׁמְשָׁהּ שֶׁלֹא בְּשַׁעַת וֶסְתָּהּ, וּמָצְאָה אַחַר הֲתַּשְׁמִישׁ דָּם; אֲפִילוּ נִמְצָא עַל עֵד שֶׁלּוֹ - מִקְרֵי אוֹנֵס, אֲפִילוּ לֹא בָּדְקָה תְּחִלָּה, וְאֵינָם צְרִיכִים כַּפָּרָה לֹא הוּא וְלֹא הִיא".


דאס וואס דו זאגסט מיר אז אפשר וואלט זי זיך געדארפט בודק זיין וכו'; דער רמ"א פסק'נט (שם, סימן קפד, סעיף א) אז מען זאל נישט מרבה זיין בבדיקות וכו', עיין שם.


דערפאר זאלסטו נישט זיין ביי זיך געפאלן, וואס דאס וועט דיר נאר אראפ ווארפן אין עבירות רחמנא לצלן; ווייל דער ס"מ וויל נאר אז א מענטש זאל זיין ביי זיך צעבראכן, און אזוי קען ער אים נאכדעם אראפ ווארפן אין אנדערע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", דער עיקר פארוואס א מענטש פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, קומט פון צעבראכנקייט, אז דער מענטש איז טרויעריג און דעפרעסט, מה שאין כן ווען א מענטש איז פרייליך, ווערט ער געראטעוועט פון עבירות. און דער רבי פירט דארט אויס: "עִקַּר שְׁמִירַת הַבְּרִית זוֹכִין עַל יְדֵי שִׂמְחָה", דער עיקר ווי אזוי מען איז זוכה צו שמירת הברית, דורכדעם וואס מען איז פרייליך.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און שטארק דיין ווייב; עס דיך נישט אויף אויף אלטע מעשים, וואס איז געווען איז געווען, און מען דארף נישט טראכטן פונעם עבר.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו) אז שכחה איז א גרויסע מעלה, ווייל אז מען פארגעסט וואס עס איז געווען און מען טראכט נישט פונעם עבר, דעמאלט קען מען אנהייבן פון דאסניי דינען דעם אייבערשטן, אבער אויב מען האלט אין איין צוריק טראכטן וואס עס איז געווען, דאס לאזט נישט דעם מענטש ער זאל נאכאמאל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.