בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#208 - יעצט נאך דיין חתונה, קענסטו ווערן א גרויסער צדיק
שלום בית, לימוד התורה, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן עראפלאן פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט אז דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט - קענסטו ווערן א גרויסער צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב ע"ב; עיין יומא עב ע"ב): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר, נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה קען מען לערנען תורה מיט א ריינקייט.


זיי זיך קובע צו לערנען שיעורים בכל התורה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; שפעטער הייבט זיך אן טירדות, יעצט איז די שענסטע צייט; דיין ווייב וועט דיר נישט שטערן, זי וועט נאר הנאה האבן יעדע מינוט וואס דו וועסט לערנען.

#207 - זיי אינדערהיים און פארברענג מיט דיינע קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן ערליכע פרוי, אן אשת חיל מיט טייערע ליכטיגע קינדער - דארפסטו דאס האלטן טייער; זיין אין שטוב, העלפן אין שטוב; בפרט שבתים, וואס דעמאלט איז זייער וויכטיג צו זיין אין שטוב מיט די משפחה.


זוך דיר נישט אוועק צו גיין אין די צייטן וואס מען דארף זיין אין שטוב; א גאנצן טאג ביסטו ביי די ארבעט, די פאר שעה ווען די קינדער גייען שלאפן זאלסטו זיין אין שטוב. ליין מיט זיי קריאת שמע, הער אויס זייערע מעשה'לעך און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים.


איך האף אז דו ווייסט און דו ביסט מכיר די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.


 

#206 - וואס פאר א נייע שיעור האסטו אנגעהויבן לכבוד חנוכה
תודה והודאה, חנוכה, שלום בית, רפואה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב. קוק אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט ענק; בעט דעם אייבערשטן זאלסט שטענדיג געדענקען וואס און ווי אזוי מיר זענען געווען בעפאר'ן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, מיר זאלן אלץ זיין דאנקבאר.


דיין ווייב איז נישט באקוועם מיט איר דאקטער; זי איז גערעכט, נעם איר צו אן אנדערע דאקטער, א פרויען דאקטער, אזוי וועט זי זיין באקוועם.


איך ווארט צו הערן וואס פאר א נייע שיעור דו האסט אנגעהויבן לכבוד חנוכה; מיר פסק'ענען כשיטת בית הלל, מוסיף והולך. מען דארף אלץ גיין מער און מער, נישט זיך באגנוגן מיט די אלטע שיעורים.

#205 - עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה, האר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט אכטונג פון היינט און ווייטער נישט אויסטון אייער טיכל אינדערהיים, עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ.


דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע קינדער די הייליגע תורה; אז מען היט די תורה, מען גייט אין די וועג פון די תורה - באקומט מען זייער פיל גוטס, מען ווערט געבענטשט מיט זרע ברך ה'.


היינט איז א גרויסע טאג; מאכט יעצט די גוטע קבלה אז אייער קאפ זאל שטענדיג זיין צוגעדעקט, וועט איר זיין געבענטשט פונעם אייבערשטן.


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך מיט אייער צניעות זאלט איר נישט ווערן געטשעפעט; עס דארף אייך נישט אנגיין וואס אייערע שוועסטערס זאגן. איר האט נישט חתונה געהאט מיט זיי, איר האט א מאן, א טייערער מאן. ער איז מיר זייער באליבט, ער איז א וואוילער, ער האט ליב איידל, ער פארשטייט וואס איז טאקע שיין.

#204 - איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס
שלום בית, יבנאל, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב תחי' אויב זי איז מסכים דו זאלסט זיך לערנען צו זיין א פאראמעדיק; אויב זי איז מסכים וויל איך דו זאלסט זיך לערנען אינאיינעם מיט האברך ... נרו יאיר, איך וועל ענק ביידע באצאלן די גאנצע קאסט.


איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס; איך האף מען וועט דאס נישט דארפן נוצן, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יז:) אז מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואס עס איז נישטא דארט א רופא; דאס גייט ארויף אויף הצלה און פאראמעדיקס.


מיר האבן שוין אין שטעטל אפאר אינגעלייט פון חברה הצלה; איך האף צו האבן זעקס און דרייסיג חברה הצלה אינגעלייט, כמנין ל"ו; מוהרא"ש פלעגט זאגן ער האט זעקס און דרייסיג הצלה לייט אין יבנאל, ער רופט זיי די ל"ו צדיקים וואס לויפן אין אלע צייטן ראטעווען אנדערע מיט מסירות נפש.


עס איז א שווערע לימוד, עס נעמט אפאר יאר, אבער עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע צו קענען ראטעווען א נפש אחת מישראל.


דאס קענסטו נישט טון נאר מיט רשות פון דיין ווייב תחי'.

#203 - איך האף דו רעדסט שיין צו דיין ווייב
שלום בית, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דו האסט א ווייב א צדיקת; איך האף דו רעדסט שיין צו איר, דו ביסט איר מכבד.


געדענקסט ביסט געווען א בחור איינער אליינס? געדענקסט ווי שווער עס איז דיר געווען? געדענקסט די ביטערע שווערע נסיונות וואס האט געברענט און געפלאקערט? זיכער געדענקסטו שוין נישט, ווי קען מען געדענקען...? אזוי ווי א מענטש וואס הונגערט, איינמאל ער טרעפט עסן - פארגעסט ער זיין פיין פון אמאל.


איך בעט דיר טייערער ליבער תלמיד, היט דיינע אויגן; קוק נישט אויף פרעמדע און טראכט נישט פון פרעמדע, אלעס איז דמיונות. דו האסט דאס בעסטע און דאס שענסטע, האלט איר טייער.

#202 - היט די הלכות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ
שלום בית, הלכה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין דערציטערט פון וואס דו האסט געטון.


אז דו וועסט נישט היטן די הרחקות וועסטו באקומען א שטארקע קלאפ פון הימל; השמר והזהר זיך צו היטן אין די צייטן, איך ציטער פאר דיין לעבן און פאר דיין ווייב'ס לעבן. האסט יעצט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט דיר מוחל געווען אלע עבירות און שוין יעצט ביסטו אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן, היט די הלכות, היט די הרחקות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?!" "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: מיר האבן געהאלטן כמעט אלע הלכות אויסער איינצעלע זאכן האבן מיר נישט געהאלטן; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".

#201 - א שאד די צייט און דאס געלט פאר טערעפי
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע גיין צו טערעפי, איר זאגט איר ווילט גיין אויף טערעפי און איר גייט נישט ווייל איך לאז אייך נישט גיין; ערשטנס, איך זאג נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, צווייטנס, איך האב קיינעם נישט געזאגט נישט צו גיין צו טערעפי, אז איר ווילט גיין - זאלט איר גיין, איך זאג נאר אז טערעפי איז א ליגנט, עס העלפט נישט, עס איז א שאד די צייט און א שאד דאס געלט.


אויב איר ווילט גיין, איר טראכט אז טערעפי וועט אייך העלפן - זאלט איר גיין געזונטערהייט, איך וועל זיך פרייען אז איר וועט געהאלפן ווערן; אייער מאן וועט אייך נישט שטערן, איך האב אים געזאגט און געווארנט ער זאל זיך נישט מישן אין דעם, ער זאל טון וואס איר ווילט; מען באצווינגט נישט קיינעם וואס צו טון, יעדער איז בארעכטיגט צו טון וואס איז דאס בעסטע פאר אים.


איך מאך שטענדיג חוזק ביי די שיעורים פון טערעפי, ווייל איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע מענטשן - מענער און פרויען, בחורים און מיידלעך - וואס פאלן אריין אין דעם ליגנט; מען פארברענט טעג, וואכן, חדשים און יארן, עס קאסט אפ שווערע געלטער השם ישמרינו און ביים סוף זאגן די מענטשן אז עס איז א גניבה.


וואס יא? נעמט די עצה פון משיח; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) אז משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפלה; קיינער וועט נישט טון קיין שום אנדערע סגולה, מען וועט נישט גיין צו קיינעם - נאר צום אייבערשטן. יעדער איינער וואס וועט האבן א צרה וועט וויסן וואס צו טון, מען וועט בעטן דעם אייבערשטן; אפילו גוים, אלע פעלקער - וועלן איינערקענען דעם אייבערשטן.


נעמט אפאר מינוט און גייט אין א זייט ווען די שטוב איז ליידיג, אייער מאן איז ביי די ארבעט, די קינדער זענען אין חדר און אין סקול, איר זענט אין שטוב אליינס מיט די קליינע קינדער - און רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, בעטס אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, דערציילט אים אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, אלעס וואס האט זיך אנגעלייגט במשך די אלע יארן פון קינדווייז אן. שעמט זיך נישט פונעם באשעפער, דערציילט אים אלעס, דער אייבערשטער ווייסט סיי ווי אלעס, ער ווייסט אלעס פונעם מענטש פון דעם גלגול, פון פריערדיגע גלגולים און וואס וועט זיין ווייטער וכו', זאגט פאר'ן באשעפער די ווערטער:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריבער א שווערע יוגנט, איך האב געהאט שווערע קינדער יארן, עס איז אריבער אויף מיר ..., איך האב געהאט צוטון מיט מיינע ברידער ..., איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי פארמאכט; יעצט קלאפט עס אויס אויף מיין מאן און קינדער, הייליגער באשעפער, איך גיי נישט צו קיינעם ווייל קיינער קען מיר נישט העלפן, דער טערעפיסט איז א בשר ודם וואס קען זיך אליינס נישט העלפן, איז ווי קען ער מיר העלפן?


אייבערשטער, איך גיי נאר צו דיר, איך גלייב אין דיר; דו ווייסט ווי שטארק איך פייניג זיך, דו ווייסט ווי דעפרעסט איך בין; איך האב נישט קיין שייכות מיט מיין מאן, איך האב נישט קיין געפיל צו מיינע קינדער, העלף מיר, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, אמן".


נאכאמאל, אויב איר ווילט יא גיין, עס איז אייך גרינגער צו גיין צו א פרוי אדער אן אלטע מיידל, א טשאדעלע באדעלע וכו' - קענט איר גיין; איך וועל נאכאמאל רעדן צו אייער מאן ער זאל אייך טראגן און ברענגען וכו'.


איך בעט פאר אייך און פאר אייער גאנצע משפחה, איר זאלט זיין געזונט און האבן נחת פון אלע קינדער.

#200 - אינדערפרי איז א גוטע צייט זיך צו מתבודד זיין
תפילה והתבודדות, שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליכטיגער זון ... נרו יאיר.


יעדעס מאל איך באקום א בילד ווי דו לערנסט - ווער איך זייער פרייליך; דיין ווייב תחי' שיקט כסדר בילדער ווי דו לערנסט אין שטוב, דאס מאכט מיר זייער פרייליך, אויך ווייז איך עס פאר מאמי תחי'. דאס איז אונזער גאנצער באגער, אז אונזערע קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה און זיך פירן מיט יראת שמים.


געוואוין זיך צו צו גיין התבודדות יעדן פארטאגס; ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו דאס טון, דעמאלט איז דער קאפ, דער מח - נאך לויטער, איז דאן א גוטע צייט זיך צו מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אים צו דינען.


מאך זיך א סדר אנצוקומען צו ענדיגן "כל התורה כולה"; הייב אן א שיעור אין זוהר הקדוש, לערן צוביסליך אויף א סדר, ביז דו וועסט דאס מסיים זיין, נאכדעם זאלסטו אנהייבן מדרש און אזוי ווייטער.

#199 - עטליכע וויכטיגע יסודות אין לעבן
שלום בית, דרשות, אידישע שטוב, עצתו אמונה, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! איך בין זייער פרייליך אז דו האסט שוין זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן, מִן הָרִאשׁוֹן", מיט די צווייטע ווייב זאלסטו מצליח זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע דו ווילסט דער ראש ישיבה זאל זיין דיין מורה דרך אבער דו וואוינסט ווייט, דו וואוינסט אין ארץ ישראל; אז דו וועסט הערן די שיעורים און לערנען די בריוו - וועסטו וויסן פונקטליך ווי אזוי צו פירן א שטוב. וואס מיינסטו, די בחורים און אינגעלייט וואס זיצן אין ישיבה - זיי באקומען עפעס מער? זיי זיצן ביי די שיעורים און נעמען דארט שכל ווי אזוי זיך צו פירן, זיי האבן גארנישט מער פון די וואס וואוינען ווייט.


הער די שיעורים און לערן די בריוו, וועסטו וויסן ווי אזוי צו לעבן. און אז דו האסט עפעס צו פרעגן - שרייב א בריוו, וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר ענטפערן.


אויפ'ן שפיץ גאפל שרייב איך דיר אפאר וויכטיגע יסודות אין לעבן: דאס ערשטע - רעד נישט קיין איבריגע רייד, דערצייל איר נישט דיינע כשלונות אין לעבן, דערצייל איר נישט דיין עבר, בפרט אז דו האלסט שוין ביי די צווייטע מאל חתונה האבן - דארפסטו נישט צופיל רעדן פון דיין עבר.


צווייטנס, רעד נישט קעגן איר משפחה; אפילו זי וועט רעדן צו דיר קעגן זיי זאלסטו איר נאר אויסהערן, קיינמאל נישט רעדן קעגן אירע עלטערן.


דריטנס, זאלסט שטענדיג אויסהערן איר ווייטאג, אפילו דו ווייסט נישט וואס צו טון, זאלסטו איר אויסהערן און ווייזן מיטלייד.


פערטנס, זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב; אפילו דו ביסט אין כולל, דו לערנסט סיי ווי א גאנצן טאג - זאלסטו אביסל לערנען אין שטוב, דאס בויט אויף דעם מאן אין די פרוי'ס אויגן, א פרוי האט ליב צו זען איר מאן לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - אמונה איז די בעסטע וויטאמין און די בעסטע מעדעצין
שמחה, אמונה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון דיר אז דיין לעבן איז שיין, דו האסט א גוטע "שלום בית", ענק לעבן אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


טאג און נאכט הער איך נאר קרעכצן, מען באפאלט מיר מיט קרעכצן; דער קרעכצט אויף זיין ווייב און דעם'ס ווייב קרעכצט אויפ'ן מאן, איינער קרעכצט אויף דאס - א צווייטער אויף יענץ און פון ענק הער איך שטענדיג גוטע זאכן.


שטארק זיך מיט אמונה; אמונה איז די בעסטע וויטאמין, די בעסטע מעדעצין, עס שטארק און געבט כח. חזר זיך: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'; דאס וועט דיר פרייליך מאכן און דיר געבן פרישע כחות.

#197 - אנשטאט הערן האטליינס, זאלסטו ענדערש פארברענגען מיט דיין ווייב
כולל, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב פריער גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט צוזאמען מיט די אנדערע כולל אינגעלייט.


עס האט מיר זייער דערפריידט, ממש זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיר ווערד פון מיין פלאג און מי, צו הערן ווי פלייסיג די תלמידי הכולל לערנען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין קומענדיגע וואך שבת אין שטעטל, וועל איך באצאלן אלע כולל אינגעלייט פאר אלע וואכן פון חודש חשון.


שטארק זיך און שטארק אלעמען, בפרט דיין ווייב תחי'; ווען דו קומסט אהיים, דו עסט נאכטמאל, די צייט וואס דו ביסט אין שטוב - זאלסטו מיט איר פארברענגען. הער נישט קיין הא"ט ליינ"ס, נישטא וואס צו הערן, זיי מאלן וואסער; די זעלבע נייעס גייט איבער און איבער און איבער, יעדע מאל מיט אנדערע נעמען; רעד צו דיין ווייב און הער איר אויס.

#196 - דיין ישועה איז זייער נאנט, ווארט עס אויס
חינוך הילדים, צרות, ישועות, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זיי מיר דן לכף זכות, איך האב נישט געזען דיינע הודעות.


וויסן זאלסטו, עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט בעטן פאר דיר, פאר דיין מאן און דיינע קינדער. מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, יעדעס מאל איך טראכט פון דיינע ווייטאגן טרעט עס מיר ממש צו צום הארץ.


איך גלייב באמונה שלימה אז אחר הרע יבוא הטוב, דיין ישועה איז זייער נאנט, כִּי בֹא יָבֹא לֹא יְאַחֵר (חבקוק ב, ג).


זיי שטארק, זיי א מאמע פאר דיינע קינדער און פרוביר אביסל צו זיין א ווייב פאר דיין מאן, אפילו אביסל.


דיין ראש ישיבה.

#195 - אנשטאט א גלאנציגע טעלעפאן, האסטו א גלאנציגע לויטערע שטוב
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב באקומען א הערליכע גרוס אויף דיר, דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו; זי שרייבט אז זייט דו האסט פארמאכט וואט"ס עפ"פ איז אלעס אנדערש, זי שפירט אז זי האט א מאן, זי האט מיט וועם צו שמועסן, דיין מח איז אינדערהיים.


בעפאר דעם פלעגט זי זייער אסאך וויינען שטילערהייט צום אייבערשטן זי זאל האבן א מאן וואס די מח איז אין שטוב, וואס לויפט נישט יעדע מינוט צום טעלעפאן.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט געהאט די שטארקייט אפצולאזן די גלאנציגע בליטשקעדיגע טעלעפאן, אנשטאט דעם האסטו א גלאנציגע בליטשקעדיגע לויטערע שטוב.


 

#194 - זיך לייגן שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס
תפילה והתבודדות, שלום בית, נחת, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א נייעם סדר, דו לייגסט זיך שלאפן פרי, דו שטייסט אויף פינף אזייגער פארטאגס לערנען און דאווענען.


איך האב דאס דערציילט פאר מאמי תחי', מיר האבן אינאיינעם געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז אונזערע קינדער פירן זיך בדרך התורה.


דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז דו פירסט זיך אויף זייער שיין אין שטוב, דו רעדסט שיין; וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר אביסל מוסר זאגן, א טאטע דארף דאך מוסר'ן א קינד; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, דו זאלסט פון פריש אנהייבן גיין התבודדות. זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב, אדער אינדרויסן און שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן; עס איז שפעט, איך דארף שוין גיין שלאפן.


 

#193 - אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות
שלום בית, סגולות, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אפשערן אייער האר וועט איר זען גרויסע ישועות אין אלע ענינים; אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה, אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נאר וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן; אייער מאן וועט ביים סוף נאר הנאה האבן אז ער האט אן ערליכע ווייב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - שעץ די צניעות און איידלקייט פון דיין ווייב
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל זייער שטארק אונזער קהילה זאל זיין אן איידעלע קהילה וואס פירט זיך מיט יראת שמים; דאס צו טון דארף איך האבן הילף פון מיינע תלמידים, משפחות וואס פירן זיך איידל, משפחות וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן.


איך קוק זייער ארויס אז דו און דיין ווייב וועלן זיין א ביישפיל פאר אונזערע תלמידים ותלמידות, ווען מען וועט קוקן אויף ענק וועט מען וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


זיי מחזק דיין ווייב תחי'; שלעפ איר נישט אראפ, מאך נישט חוזק פון צניעות. אז זי קויפט זיך א קלייד און זי פרעגט דיר אויב עס איז גוט און שיין, זאלסטו נישט חוזק מאכן, איר זאגן: "ביסט געווארן א פרומע?" פארקערט, שעץ איר צניעות, שעץ איר איידלקייט.


זיי איר מחזק זי זאל זיך נישט אוועק רירן פון די לבוש פון איר מאמע; אויב זי וויל טוישן פון איר מאמע - קען זי נאר אויף מער איידל, מער פשוט, מער צניעות'דיג.


יעצט ביסטו יונג, עס קאכט אין דיר א פייער; אבער אז דו וועסט מיר פאלגן וועסטו נאר פארדינען.

#191 - לאז דיין ווייב שלאפן
שלאפן, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיין פארזיכטיג מיט דיין ווייב; בפרט יעצט אין די חדשים וואס זי ווארט וכו' - דארפסטו מער אכטונג געבן אויף איר געזונט.


זע אז זי זאל קענען שלאפן, וועק איר נישט אויף; עס איז זייער אן איינגעשטעלטע זאך אוועק צו נעמען שלאף פון א פרוי, פון א מאמע; בפרט אין די חדשים לאז איר אביסל שלאפן.


אינדערפרי דארף זי אויפשטיין מיט די קינדער, א גאנצן טאג האט זי איר ארבעט אין שטוב, שפעטער ווען די קינדער קומען אהיים פאלט זי שוין פון די כחות, ענדליך אז זי לייגט זיי שלאפן און זי פאלט אריין אין בעט - טארסטו איר נישט אויפוועקן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף איר; נאר דו וועסט מרוויח זיין פון דעם; גלייב מיר, איך האב גארנישט פון דעם, איך שרייב דיר דעם בריוו אום דריי אזייגער פארטאגס, איך געב אוועק פון מיין שלאף, פון מיין לעבן - אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, פאר דיינע קינדער - זיי זאלן האבן א טאטע און א מאמע.


איך מיין נאר דיין שלום בית.

#190 - ס'איז דא פעלער ווען מ'דארף זיך יא גט'ן
אמונה, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט געזונט און שטארק, איר האט נישט די אלע מחלות און קרענק; איך האף צום אייבערשטן איר וועט וואס שנעלער פטור ווערן פון דעם רשע מרושע וואס האט אייך אזויפיל יארן געפייניגט און איר וועט באקומען א רחמנות'דיגער מאן וואס וועט אייך אויפהייבן און אויפבויען.


בדרך כלל בין איך זייער קעגן גט'ן, איך האב דאס געלערנט פון מיין הייליגער רבי - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן צו מאכן שלום בית; מיט דעם אלעם איז געווען פעלער וואס מוהרא"ש אליינס האט אויך געהייסן מען זאל זיך גט'ן. אין אייער פאל, ווען איר לעבט מיט א חי' רעה, א קראנקער כאראקטער וואס פייניגט אייך און ער האט אייך כמעט אינגאנצן צוגרינד געלייגט - דארפט איר זיך גט'ן און אנהייבן א נייע לעבן.


דאס וואס אייער טאכטער זאגט אז ער האט נאכאמאל אנגעהויבן מיט זיינע מניוולות, ער ליגט מיט איר וכו'; זאלט איר זי גוט אנגרייטן זי זאל זיין שטארק נישט זיך לאזן צוגרונד לייגן איר לעבן.


האט נישט מורא פון אים, ער האט מיר אליינס מודה געווען אויף דאס אלעס וואס זי דערציילט; איך האב פון אים אימעילס וואו ער איז מודה אויף אלעס. זאלט איר נישט מורא האבן פון אים, ער קען אייך גארנישט שעדיגן.


זייט ממשיך מיט אייער פרנסה אזוי ווי איך האב אייך געזאגט.


איך קען קוים ווארטן צו הערן די גוטע נייעס אז איר זענט פטור געווארן פון אים און איר האט אנגעהויבן א נייע לעבן.


געדענקט: "אין עוד מלבדו, קיינער קען אייך גארנישט טון אן דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - א ווייב קען דאס מערסטע מחזק זיין
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דיין מאן איז יעצט געווען ביי מיר, ער האט מיר געזאגט מיט טרערן אז ער שפירט זיך אזוי שלעכט אז ער קומט נישט אן אהיים צו קומען; ער קומט נישט אן דיר צו העלפן מיט די קינדער. ער איז זייער צעבראכן ביי זיך אז אלעס ווערט ביי אים פערטיג די לעצטע מינוט, די סוכה האט ער נאך נישט געבויט און ער קומט נישט אן דיר צו געבן געלט פאר יום טוב.


איך האב אים זייער מחזק געווען, איך האב אים געזאגט ער זאל גלייבן באמונה שלימה אז נאך אביסל וועט אים גרינגער ווערן; איך האב אים געזאגט אז ער מוז דיר איבערבעטן. ער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט אנהייבן אהיים צו קומען צייטליך דיר העלפן מיט די קינדער.


דיר בעט איך זייער זאלסט מחזק זיין דיין מאן; ער איז א טייערער אינגערמאן, איך האב אים זייער ליב. ווייניג אינגעלייט זענען אזוי טייער ביי מיר, ער איז מיר איינגעקריצט אין הארץ. ער ארבעט ביטער שווער צו קענען מפרנס זיין דיר און די קינדער; בעט איך דיר זייער, זיי אים מחזק, ווייל א ווייב קען דאס מערסטע מחזק זיין, וויפיל איך וועל אים מחזק זיין וועט ער ווערן נאך מער מחוזק פון דיינע גוטע ווערטער.


איך בעט פאר ענק שטענדיג.


א פרייליכן יום טוב.

#188 - מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב
צרות, שלום בית, התחזקות, פרנסה, חובות, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


פארליר זיך נישט, נאך אביסל וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע חובות, דו וועסט האבן גרויס שפע; יעצט איז א צייט וואס מען פרובירט דיר אויס פון הימל, צו זען ווי אזוי דו וועסט זיך דערהאלטן.


איך בעט דיר טייערער ליבער ברודער, פארליר נישט דיין אמונה ובטחון פאר קיין איין רגע, לאז נישט אריין אין דיין הארץ קיין פינטעלע קשיא אויפ'ן באשעפער; גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, אלעס איז פאר דיין גוטס, פאר דיין תיקון וכו'.


מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב אז דיין ווייב זאל קענען איינקויפן עסן און קליידער. די הייליגע חכמים זאגן (ביצה טו:): "לִוּוּ עָלַי", בארגט פאר מיר, "וַאֲנִי פּוֹרֵעַ", איך וועל העלפן איר וועט קענען באצאלן.


וואס פלעגט רבי נתן זאגן? געדענקסט וואס? רבי נתן פלעגט זאגן בשעת ער איז אריבער ביטערע שווערע נסיונות: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים"; זאג עס פאר דיר: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים".

#187 - מאך פרייליך דיין ווייב, זיי נישט פארנומען מיט דיין טעלעפאן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיט דעם וואס מיר האבן שוין גערעדט, שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן.


דיין ווייב איז געווען ביי מיר ערב יום הכיפורים, זי האט זייער געוויינט אז זי וויל אן ערליכע ריינע שטוב; עס טוט איר זייער וויי אז דו קוקסט מאווי"ס, נייעס. זי זאגט אז זי האט דיר זייער ליב, עס שטערט איר אז דו ביסט מפקיר דיינע אויגן.


דעריבער בעט איך דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאון וכדומה, דו זאלסט נישט קוקן די אלע זאכן; גלייב מיר, עס איז נישטא וואס צו קוקן, אלעס איז דמיונות, אלעס איז אן אויג פארבלענדעניש; דו וועסט זיין אסאך מער פרייליך אז דו וועסט נישט קוקן קיין שום זאך, נישט קיין ספארט"ס, נישט קיין מאווי"ס, נייעס.


דו האסט דאך א טייערע ווייב, זי וויל לעבן מיט דיר, זי וויל זיין מיט דיר; אנדערע וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא געטרייע ווייב וואס דו האסט.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר; איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל זען אביסל נחת ביי מיינע תלמידים.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט און וואס דו לערנסט.

#186 - שלום בית איז נאר שייך ווען 'ביידע' ארבעטן אויף דעם
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... און ... שיחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מיר מאכן נחת, איר זאלט האבן שלום בית. איך וויל נישט איר זאלט זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן; איר זענט ביי מיר זייער טייער, איך האב ענק זייער ליב, איך ווארט צו הערן פון אייך ביידע ווי שיין איר לעבט.


שלום בית איז נאר שייך ווען 'ביידע' ארבעטן אויף דעם, ווען ביידע רעכענען זיך מיט די געפילן פונעם צווייטן.


איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר, רעד שיין צו ... תחי', האלט איר טייער, זי איז דיר א מתנה פון הימל. דו קענסט נישט לעבן לויט דיינע טעמים און דיינע וועגן, לעבן מיט א ווייב איז ווי א שותפות; שותפים קענען נאר מצליח זיין ווען ביידע שותפים פארשטייען אז עס איז דא נאך א שותף אינעם געשעפט.


און אויך דיר ... תחי' בעט איך, רעד שיין צו ... נרו יאיר; איר זענט צוויי וואוילע מענטשן, איר קענט זייער מצליח זיין אין לעבן, נאר אז ביידע וועט איר קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן און זוכן די מעלות איינער אויפ'ן צווייטן.

#185 - לאז דיין ווייב גיין ווי אזוי זי גייט
שלום בית, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


לאז דיין ווייב גיין ווי אזוי זי גייט, מוטשע איר נישט זי זאל זיך טוישן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט ליב האבן די וועג ווי אזוי זי גייט אנגעטון; בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין חן, דו זאלסט האבן חן אין אירע אויגן און זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חן, סימן ו): "כְּשֶׁתַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתֶיךָ, תִּמְצָא חֵן", אז מען איז א ותרן, מען געבט נאך, מען זוכט נישט אויסצופירן - דאס ברענגט חן; דאס איז דער סוד פון שלום בית, ווען ביידע - סיי דער מאן און סיי די ווייב, ביידע געבן נאך איינער פאר'ן צווייטן, מען זוכט נישט אויסצופירן, דעמאלט איז דא חן און אז עס איז דא חן איז שוין אלעס דא דארט.


דאנק דיין ווייב פאר'ן זיך פירן איידל, אין דעם זכות וועט איר האבן קינדער צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#184 - דער אייבערשטער ווארט צו הערן די תפילות פון די אידישע פרויען ביי ליכט צינדן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, ליכט צינדן, תפילות פון פרויען, שבת תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מרת ... תחי'.


די שבת איז זייער א גרויסע שבת, עס איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר; דעם שבת רופט מען 'שבת תשובה' ווייל אלע טוען יעצט תשובה, מען גייט אוועק פון די אלטע וועג און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפנעמען דעם שבת מיט א שמחה, מיט א שטארקע פרייליכקייט; עס זאל אייך גארנישט אנגיין. לאזט נישט אריין די נישט גוטע אין שטוב, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", די נישט גוטע קומען דארט וואו מען קריגט זיך; לאזט נישט אריין דעם שטן אין שטוב, זייט מותר, זייט מוחל, זייט ווייעך - בפרט צו אייער מאן, וועט דער אייבערשטער קומען אין שטוב, עס וועט זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט פונעם נייעם יאר זאלט איר בעטן ביי די ליכט פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן. פרויען ווייסן נישט און טראכטן נישט וואס פאר א כח זיי האבן; ווען זיי צינדן אן די ליכט צינדן זיך אן אלע הימלען און דער אייבערשטער שטייט און ווארט צו הערן די תפילות זייערע.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן און איר זאלט צולייגן צו דעם תפילה אייערע אייגענע תפילות:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי נֵייעֶ יָאר זָאל זַיין אַ גֶעזוּנְטֶע יָאר, אַ גְלִיקְלִיכֶע יָאר; אַ יָאר פוּן שִׂמְחָה, אַ יָאר פוּן יְשׁוּעוֹת, אַ יָאר וָואס מִיר וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן - יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן זַיין פְּרִיוַואטֶע צָרוֹת אוּן אַלֶע אִידְן אִינְאֵיינֶעם וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן בִּכְּלָלִיּוֹת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אִין אוּנְזֶער שְׁטוּבּ, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, מִיר זָאלְן אוֹיפְצִיעֶן דִי קִינְדֶער זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן"; אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.