בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8652 - לויב אויס דיין ווייב און טעכטער מיט זייער צניעות
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דיין ווייב גייט אנגעטון איידל און אז זי פירט זיך מיט די מסורה פון אירע עלטערן, די מסורה פון די הייליגע צדיקים זיך אינגאנצן אראפנעמען די האר.


דו האסט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון א שטוב וואו די מאמע מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל, אין די שטוב רוט די שכינה און עס איז דא אלע ברכות, און אויב חס וחלילה די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך אויף בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה, מען פארטרייבט אלע ברכות פון שטוב, און מען ברענגט אריין די סטרא אחרא, די מזיקים און די קליפות השם ישמרנו.


לויב אויס דיין ווייב מיט דעם וואס זי פירט זיך מיט די הייליגע מסורה פון זיך אראפנעמען די האר, אינגאנצן זיך אפשערן. קוק אריין וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט אין זוהר (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לויב אויס דיין ווייב און דיינע טעכטער מיט דעם וואס זיי גייען אנגעטון מיט צוגעדעקטע שטרומפ וואס זעט נישט אויס ווי פוס, און מיט קליידער וואס איז איידל. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", ווען די מאמע מיט די טעכטער פירן זיך איידל - וועט מען זוכה זיין צו האבן ערליכע געראטענע קינדער.


אז מען קוקט אין די וועלט און מען זעט וואס טוט זיך אין די וועלט, אזוי סאך קינדער, אזוי סאך שטיבער - פאלן אוועק פון אידישקייט; דארף מען זיך מורא'דיג שטארקן אז די ווייב און די קינדער, די מאמע מיט די טעכטער - זאלן גיין אנגעטון איידל, רעד צו דיינע קינדער פון די שיינקייט און דאס הייליגקייט פון צניעות, און חס וחלילה טשעפען אדער שפעטן, אדער אוועקמאכן און אונטערברעכן די ווייב זי זאל נישט גיין ווי איר מאמע און ווי די הייליגע מסורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, געב אכטונג אז דיינע טעכטער זאלן האבן איידעלע חבר'טעס, ערליכע חבר'טעס, חבר'טעס פון ערליכע שטיבער, ווייל די כח פון א חבר'טע איז זייער שטארק, און אויב מען חבר'ט זיך מיט נישט קיין גוטע חבר'טע - קען מען אינגאנצן אוועקקריכן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ז.): "הַרְבֵּה יַלְדוּת עוֹשָׂה, הַרְבֵּה שְׁכֵנִים הָרָעִים עוֹשִׂים.


אויך זאלסטו זען אז ביי דיר אין שטוב זאל מען רעדן פון אמונת חכמים, מען זאל דערציילן מעשיות פון צדיקים, און מען זאל פרעגן שאלות פון א דיין, און פון א רב, און פאלגן וואס די חכמים זאגן.


טייערער ברודער, גנב'ע זיך אראפ אפאר מינוט יעדן טאג פאר התבודדות; בעסער איז דאס צו טון ווי פריער אינעם טאג, ווען דער מח איז נאך קלאר. גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן. בעט דעם אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין שטוב, פאר דיינע קינדער און דורי דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אלע זאלן האבן א שטארקע אמונה און אלע זאלן גיין בדרך התורה והיראה, בדרך הצדיקים.


זיי געזונט און שטארק.

#8651 - מיט די כח התורה ווערט מען א גרויסער צדיק
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין מיט אנשי שלומינו, ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מיר האבן עס מקשר געווען מיט דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא דברים, א), אויפן פסוק (דברים א, א): "אֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר מֹשֶׁה אֶל כָּל יִשְׂרָאֵל", אז די אידן האבן געפרעגט משה רבינו, נעכטן האסטו געזאגט: "לֹא אִישׁ דְּבָרִים אָנֹכִי", ווען דער אייבערשטער האט געזאגט אז דו זאלסט גיין צו פרעה, האסטו געזאגט איך קען נישט רעדן, און יעצט זאגסטו: 'אֵלֶּה הַדְּבָרִים'? זאגן די הייליגע חכמים, אז אויב א מענטש איז א 'חַיָּךְ', ער האט נישט קיין ווערטער, ער קען נישט רעדן - זאל ער לערנען די הייליגע תורה, 'וְהִתְרַפֵּא', און ער וועט ווערן אויסגעהיילט; האבן מיר זיך מחזק געווען אז דאס איז ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז אויב איינער איז א 'חַיָּךְ', 'חַיָּךְ' איז אויך א לשון פון חוּכָא וּטְלוּלָא, ער האט אין זיך ליצנות, ער איז פארכאפט ביי די קליפות - 'שְׁנֵה אֶת הַתּוֹרָה', זאל ער לערנען די הייליגע תורה, און מיט די כח התורה - 'וְהִתְרַפֵּא' וועט ער ווערן א גרויסער צדיק, אן ערליכער איד.


ליבער ברודער, באניי זיך און מאך זיך א שיעור אין לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, אביסל משנה, גמרא, הלכה, און אזוי ווייטער; וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8650 - לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מיר מוזן קוקן גוט און אויפזוכן גוטס ביי יעדן איינעם, און אפילו עס זעט אויס ווי ביי דעם מענטש איז נאר דא שלעכטס, האט דער רבי געזאגט אז עס קען נישט זיין אז א מענטש זאל זיין אינגאנצן שלעכט, כולו רע, עס איז זיכער דא אין אים א פינטעלע גוטס, און דער רבי זאגט אז אויב מען וועט זען די גוטס און מען וועט טראכטן פון די פינטעלע גוטס - מיט דעם קען מען מהפך זיין יעדן מענטש, אים ארויסנעמען פון די שלעכטס און ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב'ער חסידות, מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פון די יסודות וואס דער הייליגער רבי האט אונז אוועקגעשטעלט; מיר זאלן זוכן אין יעדן איינעם גוטס, אויך אין זיך אליינס זאל מען אויפזוכן גוטס, טראכטן פון די גוטס און זיך מחיה זיין מיט די גוטס, און מיט דעם קען מען זוכה זיין אינגאנצן צו ווערן א גרויסער צדיק.


על כן ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, לאז שוין אפ די שלעכטס, לאז שוין אפ די מרה שחורה, לאז שוין אפ דאס זיך אראפקלאפן, הייב אן זיך מחיה זיין מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט; זיי זיך מחי' מיט די מזוזה וואס דו האסט ביי די טיר פון דיין שטוב, זיי זיך מחי' מיט די בארד און פאות דיינע, זיי זיך מחי' מיט די ציצית, זיי זיך מחי' מיט די תפילין; פון דעם זאלסטו טראכטן, זאלסט גיין א טענצל און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח הייליגער באשעפער אז איך בין א איד און איך האב די זכי' צו טון דיינע מצוות".


ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, אויך אין שטוב מיט דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו זיך אנשטרענגען צו זען נאר גוטס, און בינד זיך אויף פון די קייטן פונעם סמ"ך מ"ם וואס ער האט דיך געבונדן אין זיין תפיסה, און ער מאכט דיך קוקן און טראכטן און געדענקען נאר פון די חסרונות פון דיין ווייב און די קינדער, דורכדעם צעשטערט ער דיר דיין לעבן, דו פייניגסט זיך, דו האסט נישט קיין מנוחה, דו קענסט נישט אנגיין אין דיין טאג, עס בוזשעוועט דיר דיין קאפ מיט די אלע שלעכטס וואס דו זעסט אין זיי; הייב אן פאלגן דעם רבי'ן, זוך אויף איין גוטע זאך אין דיין ווייב, און אזוי אויך איין גוטע זאך אין יעדער פון דיינע קינדער און זיי זיך מחי' מיט דעם, און טראכט: 'זיי זענען דאך אזוי גוט מיט די גוטע זאך וואס זיי טוען'.


מאך זיך א שיעור און לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מהר"ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, אפילו די הארץ איז פארשטאפט.


מאך זיך א שיעור און לערנען די שיחות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מאך זיך א שיעור אין סיפורי מעשיות, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כה), אז די מעשיות וועקן אויף א מענטש פון שלאף; אויך מאך זיך א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נפתלי, דער רבי האט אים געוויזן דעם ספר המידות און געזאגט (שם, סימן שעט): "מיין ליבער הארציגער חבר, דער ספר האט מיך געמאכט פאר א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8649 - די טעג און וואכן זאלן נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אפילו דו זעסט אז דו ביסט פול מיט עבירות, דו זעסט זיך ווי א דורכפאל, דו זעסט זיך ווי א נישט נארמאלער וכו' וכו' - דאך זאלסטו דיך זייער שטארקן און אויפזוכן גוטע נקודות ביי דיר.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז א מענטש זאל אויפזוכן אין זיך א גוטע זאך, פון דעם זאל ער טראכטן און אויף דעם זאל ער קוקן, און דאס איז די עצה צו ווערן א גרויסער צדיק; די עצה העלפט סיי ביי זיך, און אויך מיט אנדערע; מיט די ווייב, מיט קינדער, מיט שכנים, חברים וכו' וכו'.


ליבער ברודער, טייערער חבר, זע אז די טעג און וואכן זאלן דיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, זע אריינצוכאפן יעדן טאג אביסל גוטס וואס וועט בלייבן לנצח נצחים. זע צו לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. די צווייטע שיעור זאלסטו זען צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות און אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער, לערן אויפן סדר דרך הלמוד פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי עס איז אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו): "שאין צריכים בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר וממילא יבין", אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען זאגן די ווערטער און ביים סוף וועט מען פארשטיין.


אויך זאלסטו זען צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש), אז דער בארג האט געזאגט פארן קעניג: "מיר וויל מען אויך שלעכט טון, איך האב אויך פיל שונאים וואס ווילן מיך הרג'ענען, אבער דער דף איז אויף מיר מגין", און אז דו וועסט האבן דעם דף, כל זמן דו וועסט לערנען דעם דף, דו וועסט זיך צובינדן צום דף, דאס מיינט מען דעם בלאט גמרא – "באדארפסטו קיין מורא נישט צו האבן", אז דו וועסט לערנען תורה - וועסטו ווערן אן ערליכער איד, און אפילו לעת עתה זינקסטו אין בלאטע, דו ביסט שוין כמעט דערטרונקען אין די טיפע בלאטעס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים סט, ג): "טָבַעְתִּי בִּיוֵן מְצוּלָה וְאֵין מָעֳמָד", אבער מיט די כח התורה וועסטו ארויסגיין פון אלע בלאטעס, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8648 - באצוקער דיין לעבן, באזיס די ביטערקייט
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך און שטארק זיך, און לאז זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך; דאס איז דאס גרויסקייט פון א מענטש אויף די וועלט, אז אפילו עס גייט אריבער אויף אים צרות ויסורים, "כל משבריך וגליך עליו עברו" - דערהאלט ער זיך און ער גייט ווייטער אן אין לעבן.


ליבער ברודער, דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן זוכן אין די צרה – הרוחה, ווי דער אייבערשטער האט רחמנות און ער מאכט מיט אונז גוטס, און אז דיין לעבן איז ביטער אזוי ווי א לעמאן - זאלסטו מאכן לעמאנאדע, פונעם ביטערן לעמאן - קען מען אויך גוט מאכן, מען קען מאכן א געשמאקע טרונק, לעמאנעיד; באצוקער דיין לעבן, באזיס די ביטערקייט.


וויסן זאלסטו, פון עצבות און מרירות באקומט מען גארנישט, און מען פועל'ט גארנישט דורך זיין דערביטערט, נאר דורך שמחה פועל'ט מען און מען איז זוכה צו ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8647 - איך וויל מיטהאלטן אלעס פון די ישיבה
שלום בית, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך ערהאלט יעדן טאג דיינע מעסעדזשעס, א באריכט פון ישיבה.


א גרויסן יישר כח וואס דו העלפסט מיר מיט די ישיבה, דו האסט נישט קיין השגה די גרויסע זכות פון מחזק זיין בחורים און אריינבלאזן אין זיי יראת שמים, און אריינבלאזן אין זיי א רוח חיים, מיט די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן.


בנוגע דעם בחור ... וואס פירט זיך מיט חוצפה; איך וועל רעדן מיט אים, איך וועל אים מחזק זיין צו זיין בהכנעה, אבער דיר בעט איך באזונדער זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות אים ליב צו האבן, פרוביר צו זוכן עפעס גוטס אין אים, וועט זיך די בילד אינגאנצן איבערדרייען, כמים פנים לפנים... א הארץ שפירט גלייך ווי אזוי מען קוקט און ווי אזוי מען טראכט; אז דו וועסט אים ליב האבן וועט ער זיך פירן מיט גרויס הכנעה.


פארגעס נישט פון דיין ווייב, מאך צייט אויך פאר איר, געב איר גוטע ווערטער מיט ליבשאפט, און אויך איר זאלסטו אלץ דן זיין לכף זכות – וועט די שכינה רוען ביי דיר.


זיי ממשיך מיר צו שיקן א באריכט יעדן טאג פון יעדן פרט פון ישיבה, איך וויל וויסן אלעס פון ישיבה, איך וויל איידעלע ערליכע בחורים מיט הכנעה, מיט גוטע מידות.

#8646 - מאכן צייט צו שמועסן און שפאצירן מיט די ווייב
שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן ווי דו שטארקסט זיך בעבודת השם, דו לערנסט פלייסיג שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיך איין זאך פאררעכטן, דו דארפסט מאכן אביסל צייט צו שמועסן מיט דיין ווייב, און צו גיין א שפאציר מיט איר, טראכט נישט אז עס איז ביטול זמן, ביטול תורה, עס איז נישט קיין ביטול זמן, עס איז עבודת השם, עס איז וויכטיג אז די ווייב זאל באקומען אביסל צייט צו שמועסן און צו קענען אויסרעדן אלעס וואס ליגט איר אין הארץ וכו'.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט אן אשה צנועה, אן איידעלע ערליכער ווייב, זי גייט אנגעטון איידל און הייליג, און טו איר שעצן, און טו איר געבן גוטע ווערטער.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן מיר העלפן אין די מוסד און מיט די קהילה; מיר פארן שוין אין ווייניגער פון צען וואכן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, אלע וואס טוען פארן רבי'ן, אלע וואס זענען משמש דעם רבי'ן – טוט דער רבי פאר זיי, און בלייבט נישט שולדיג.

#8645 - הער אויס די שיעור אין הלכות שבת
שלום בית, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער נחמן נתן


מזל טוב פאר דיין שידוך, איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט א חתן געווארן, דו האסט באקומען א טייערע איידעלע כלה תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א הייליגע שטוב.


זע צו לערנען הלכה; יעצט זומער זאלסטו לערנען ביי דיין ברודער הרב אלחנן חיים, הער אויס די שיעור אין הלכות שבת, דאס איז מיין גאנצע נחת, אז דו לערנסט און אז דו פירסט זיך ביראת ה'.


פון דיין טאטע וואס האט דיך זייער ליב.

#8644 - אז מען פירט זיך איידל, קען ארבעטן די ברכות און סגולות
צניעות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


איך האב אסאך געטראכט אויב איך זאל אייך שרייבן, ווייל וואס דארף איך זאגן וכו', אבער פון די אנדערע זייט, זע איך ענקער צער ווי ענק ווארטן אזוי לאנג אויף די ישועה אז עס זאל שוין קומען; גיי איך ארויס פון מיין וועג אבי ענק זאלן שוין געהאלפן ווערן.


וויסן זאלט איר, די שכינה רוט נאר אין א שטוב וואו די פרוי גייט אנגעטון איידל און פירט זיך אויף איידל, אויב חס ושלום מען גייט אנגעטון בפריצות – פארטרייבט מען די שכינה פון שטוב; איז ממילא נישט חל די ברכות און סגולות וואס מען באקומט.


על כן טייערע טאכטער תחי', שטארקט אייך צו גיין אנגעטון איידל, און אפילו אין שטוב זאלט איר גיין אנגעטון איידל, נישט אויסגעשניטן, נישט קורץ, נישט געפאסט, און אויך די פיס זאל זיין צוגעדעקט; וועט איר מאכן א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און איר וועט גלייך זען ווי אייער ישועה קומט.


די אלע זאכן וואס פרויען טוען; דאווענען, גמילות חסדים – איז נאר חשוב אז מען איז א צנועה, אויב חס ושלום מען איז נישט איידל – איז אלעס א שאד.


איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל ענק ווארטן אזוי לאנג פאר א ישועה, איך וויל ענק העלפן.

#8643 - א תפלה צו בעטן איידער מען הויבט אן שפילן
שלום, תפילה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


דא איז א תפילה צו בעטן יעדן טאג איידער איר הייבט אן מיט שפילן מיט בית פיגא תלמידות אין מחנה בית פיגא:


"הייליגער באשעפער איך געב איבער פאר דיר דעם היינטיגן טאג, איך געב זיך איבער און אויך אלע תלמידות פון מחנה בית פיגא, מיר זאלן אלע הנאה האבן און זיין זייער פרייליך, מיר זאלן אלע קומען געזונט און אהיים גיין געזונט, קיינער זאל חס ושלום ווערן געשעדיגט; אנא ה', איך בעט דיר, העלף עס זאל זיין א שטארקע ליבשאפט אין מחנה בית פיגא, עס זאל זיין צווישן אונז נאר שלום און רֵעוֹת, מען זאל קיינעם נישט טשעפען, און קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון, בזכות אלע צדיקים פון אונזער דור, ובזכות אלע צדיקים פון די פריערדיגע דורות, בפרט רבינו נחמן בן פיגא, ותלמידיו, אמן סלה".

#8642 - די שיעורים און בריוו האלטן פריש מיט חיות
אמונה, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אונזערע בחורים און אינגעלייט, מען איז פארנומען טאג און נאכט עוסק צו זיין אין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס לימודים פאר די וועלט, דארף מען ערשט אנהייבן מיט קירוב קרובים.


זיי מחזק די בחורים און אברכים זיי זאלן אויסהערן יעדן טאג שיעורים און אויף לערנען יעדן טאג די בריוון, ווייל נאר אזוי האט מען כח אנצוגיין. גלייב מיר, איך האב דאס געזען אלע יארן אין היכל הקודש, די וואס האבן געהערט די שיעורים און געלערנט די בריוון – די זענען אלץ געווען פריש, פיל מיט חיות, און די וואס האבן אפגעלאזט דאס הערן די שיעורים – די זענען געווארן אויסגעטריקנט, און במשך די צייט אפגעלאזט.


ווען דו רעדסט צו אנשי שלומינו, סיי אין ישיבה און סיי צו די אינגעלייט – זאלסטו אוועק געבן צייט צו רעדן פון אמונת חכמים, ווייל אין דעם איז תלוי די גאנצע אידישקייט.

#8641 - ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, גייט אלעס געשמירט
חינוך הילדים, אמונה, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


דאס וואס איר שרייבט אז איר האט נישט קיין וועג מיט אייער קינד, איר קענט אים נישט מחנך זיין, ער פאלגט נישט און ער נעמט ארויס די גאנצע כח וכו', איר שפירט ווי איר קענט מער נישט אנגיין.


נעמט די עצה פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן ב), דער רבי פלעגט יעדן טאג אינדערפרי איבערגעבן די טאג פארן אייבערשטן, אלעס וואס האט מיט אים, זיין ווייב און קינדער און אזוי ווייטער, אז אלעס זאל זיין גוט וכו'; אזוי איז גוט צו טון, און אזוי זאלט איר טון, זאגט: "אייבערשטער איך געב זיך איבער צו דיר, איך געב איבער מיינע קינדער און מיין מאן, איך קען נישט אליין, איך פאל פון מיינע כוחות, איך בין אפגעשוואכט, העלף מיך אז מיין זיסע קינד ... זאל מיך פאלגן, ער זאל זיך נישט קריגן מיט מיר און מיט די געשוויסטער..."


איר וועט זען, די טעג וואס מען געדענקט זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן – גייט אלעס געשמירט, און די טעג וואס מען פארגעסט – קען מען נישט דורכשטופן דעם טאג...

#8640 - איך פריי זיך זייער אז ענק טוען פאר הפצה
חינוך הילדים, הפצה, אומאן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


משה רעכניצער נרו יאיר, בני ברק


... איז געקומען און מיר געוויזן די הערליכע ספר וואס דו געבסט יעצט ארויס, צאמגענומען בריוון פון עצתו אמונה מתורגם אויף לשון הקודש; איך פריי זיך זייער צו זען ווי ענק טוען פאר הפצה, צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק, שכל און הדרכה לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און איך האב זייער הנאה אז ענק מאכן צוריק חבורות פאר מפיצים, לחזק את האברכים והבחורים שעוסקים בעבודת הקודש בקירוב הגאולה.


געב א יישר כח פאר דיין ווייב תחי' פארן העלפן בית פיגא, דאס איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך, בית פיגא איז וויכטיגער פון אלעס, ווייל אז די מיידלעך ווערן נתחנך מיט א געפיל צו איידלקייט, און מיט א געפיל צו תורה ומצוות – וועלן זיי מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויפשטעלן געזונטע ערליכע שטיבער פארן אייבערשטן און פאר די תורה.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן.

#8639 - מען קען נישט אליינס, אליינס פאלט מען
התחזקות, הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב גרויסע געסט, דער גבאי פון ענקער שול אין בני ברק, ר' יואל לעווי איז דא אין שטעטל, ער איז געקומען א שידוך טון מיט זיין זון, החתן שמואל זאב נרו יאיר, מיט מיין שוועסטער'ס קינד, איך האב געטראכט אז איך האב א שליח קיין בני ברק – וועל דיך דיר שיקן א בריוו.


ברודער שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מקושר מיט תלמידי היכל הקודש, מען קען נישט אליינס, אליינס פאלט מען, און מיט חברים, תלמידי הצדיק – האט מען כח זיך צו דערהאלטן. קוק די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו), ווען רבי ליפא איז מער נישט געקומען נאכן ווערן באליידיגט וכו', "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך – זאגט דער רבי: "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", ווי אזוי קען מען אוועקגיין פון אזא באליבטע חבורה...


געב איבער פאר משה רעכניצער אז איך האב געזען די נייע שיינע ספרים פון עצתו אמונה בלשון הקודש מתורגם, עס איז הערליך שיין, איך פריי זיך זייער אז די בני ברק'ע בחורה האט זיך צוריק באנייט עוסק צו זיין אין הפצה, ווייל נאר די וואס טוען אין הפצה – די האבן כח לעמוד בהיכל המלך, דערהאלטן זיך, און הלוואי זאלסטו נעמען א חלק אין העלפן מאכן די חבורות פאר מפיצים אזוי ווי אין אנהייב.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן ראש השנה.

#8638 - ווען דו ביסט איבערגעשטרענגט, זינג צום אייבערשטן
שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, דיין ווייב איז א טייערע פרוי, א פרוי מיט אלע מעלות, זי איז נאר איבערגעשטרענגט פון די קליינע קינדער, זי איז נאכנישט צוריק געקומען צו די כחות וכו', יעצט איז נישט שייך צו רעדן וכו', יעצט דארף זי קומען צו זיך.


ווען דו שפירסט זיך איבערגעשטרענגט – זאלסטו זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, דאנק און לויב דעם אייבערשטן; דאס עפנט די מח, עס שטארקט די נערווען, מען זאל נישט אריינגיין אין עצבות ומרה שחורה, מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות יורה דעה כלאי בהמה הלכה ד, אות ו), ווען דוד המלך איז געווען זייער איבערגעשטרענגט פון אזויפיל ביטערע צרות און יסורים, בפרט ווען זיין זון אבשלום האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א מרידה קעגן אים, איז נישט געווען א וועג ארויס פאר אים, נאר איין זאך (תהלים ג, א): "מִזְמוֹר לְדָוִד בְּבָרְחוֹ מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ", איך לויב דיך אייבערשטער אז מיין זון אבשלום וויל מיר שלעכטס טון... דאס האט געראטעוועט דוד המלך פון נישט אוועקפאלן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אויף דוד (סנהדרין קז.), אז ער איז געקומען "עַד הָרֹאשׁ" (שמואל ב טו, לב), עיין שם.


אשרינו אז מיר האבן א רבי מיט אזעלכע תלמידים וואס ראטעווען אונז און ווייזן אונז די וועג ארויס פון די טונקלקייט.

#8637 - די שטעטל זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס וואס איז דא ביי ענק.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מקפיד זיין צו קומען אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל, זיי מכבד דעם אייבערשטנ'ס הויז, וועט דער אייבערשטער דיך מכבד זיין, עס וועט קומען צו דיר ברכות און ישועות.


אויך זאלסטו נישט שטיקלען דאס דאווענען, הייב אן פון "אדון עולם" ביז "אדון עולם", שנייד נישט אויס קיין שום זאך.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, לערן די בריוון בקול, ליין יעדע בריוו ווי א פריוואטע בריוו וואס מוהרא"ש האט שרייבט דיר פערזענליך – וועסטו קיינמאל נישט פאלן, דו וועסט אלץ זיין אין א גוטע גיסטע, פיל מיט חיות.


העלף מיר בויען די שטעטל עס זאל זיין אן ערליכע חסידי'שע שטעטל, קום אין שול אנגעטון מיט א הוט און א רעקל.

#8636 - יישר כח פאר'ן העלפן דעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל"
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן

מרת ... תחי'

א גרויסן יישר כח פארן אריין לייגן אזויפיל הארץ און כח אינעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל", פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב, פארן מחזק זיין די פרויען זיי זאלן אלע עוסק זיין אין די מצוה פון גיין נאך געלט פאר אונזערע מוסדות.

בזכות די גרויסע מצוה פון צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות, צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה, און זיין דבוק צו צדיקים און גיין אין זייערע וועגן.

#8635 - לכבוד די גרויסע נס זאלסטו געבן צדקה פאר'ן "בית הדפוס"
התחזקות, הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ברוך רופא חולים, ברוך ה' דו ביסט אהיים געקומען פון שפיטאל, ניסים ונפלאות מאכט דער אייבערשטער, דו דארפסט בענטשן ברכת הגומל אז דו ביסט ניצול געווארן פון די קאר עקסידענט, דו ביסט ארויס מיטן לעבן (אפשר בזכות וואס דו ביסט געקומען מאכן פאריגע וואך די לעקטער אין חדר פאר די קאך אז די הונדערטער קינדערלעך זאלן האבן עסן, פרישטאג און מיטאג; בזכות לימוד תורה פון תינוקות של בית רבן האסטו געהאט די נס).


לכבוד די גרויסע נס זאלסטו מנדב זיין צדקה פארן "בית הדפוס", צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים לזכות את הרבים, און אויך זאלסטו אליינס פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות אין שולן, און אויך ביי די הייזער (באנגעלאוס), אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי האט געהאט די נס האט ער גלייך געזאגט אז ער מוז טון פארן רבי'ן, אזוי ווי יעקב אבינו, עיין שם.

#8634 - איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט
שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין בכלל נישט ברוגז אויף דיר, דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט אזוי ווייל איך רעד נישט געהעריג צו דיר; חס ושלום, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט מיט די חובות וכו', דאס נעמט מיר אוועק מיין מח, דאס איז גורם אז איך זאל פארזען וכו' און נישט שמייכלען וכו'.


יעצט גייט זיין די יערליכע קאמפיין "אנשי חיל"; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, העלפן די מוסדות און די קהילה וואס האט דיר אזוי געהאלפן, און דו וועסט מיר העלפן גרינגער מאכן די ארבעט.


איך האב דיך ליב, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אין משניות. זאג יעדן טאג פרקים משניות, און זאג בלעטער גמרא. אויך איז וויכטיג דו זאלסט האבן א חברותא, אדער קומען צום שיעור גמרא; דאס וועט דיר געבן שמחה, דו וועסט באקומען א שטארקע געשמאק אין דיין טאג טעגליכן לעבן, אויך דיין שלום בית וועט אויפשיינען, ווייל דער וואס לערנט תורה – דער איז פרייליך און איז מצליח.


בלייב שטארק מיט דיינע פרינציפן פון נישט האבן א סמארטפאון, און א טעבלעט וכדומה, און קלאפ ארויס די נארישע מחשבות אז איך בין ברוגז וכו'.

#8633 - ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים
התחזקות, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך בעבודת השם, שטארק זיך מיט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין - האט מען א דבר שבמנין (געלט).


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג משניות, איין טאג וועלן מיר זען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, ווען מיר וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן, מען וועט אונז אוועק טראגן אין פעלד, מען וועט אויפגראבן א קבר און אונז באערדיגן, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון דער וואס האט געלערנט משניות; די פרקים משניות וועלן טון די ארבעט פאר אונז, זיי וועלן אונז היטן פון די ווערעם און מייז, עס וועט אונז היטן פון די מלאכי חבלה ה' ישמרינו.


אויך זאלסטו קומען צו די שיעורים פון דער ראש ישיבה, דו וואוינסט אין שטעטל, און ווי לאנג די יאר איז - זעען מיר זיך נישט; איך זע אז מען קען זיין נאנט און מען איז זייער זייער ווייט, און מען קען זיין ווייט (וואוינען אין אן אנדערע לאנד) - און מען איז נענטער ווי די וואס וואוינען אין שטעטל; ברודער באניי זיך, קום צו די שיעורים, בפרט צו די ליל שישי שיעור, וועסטו הערן אזעלכע זיסע עצות וואס וועט דיך ברענגען נאנט צום אייבערשטן אין צו אלעם גוטס.

#8632 - שטרענג זיך נישט איבער
שלום בית, התחזקות, מוסדות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ווי אזוי שפירסטו זיך? וואס מאכסטו? איך בעט פאר דיר דו זאלסט זיין געזונט און שטארק און האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן.


געב אכטונג אויף דיין קערפער, שטרענג זיך נישט איבער, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם קערפער – איז א גרויסע לאך אין די נשמה", אז דער גוף איז אפגעשוואכט פארלירט מען אסאך אין עבודת השם; היט זיך צו עסן געזונט, טרונק און רו זיך אפ, אז דו זאלסט האבן כח צו העלפן די מוסדות מיט די קהילה.


זאג תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), תהלים איז א משענת פארן מענטש, דורך תהלים פאלט מען נישט, מען האט כח צו גיין און קומען, מען האט כח צו טון, עס האלט אונטער דעם מענטש.


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס דו האסט, א טייערע ווייב, אן אשת חיל, ווי זי זארגט פאר דיר און זי איז אזוי איבער געגעבן פאר דיר בלב ונפש.

#8631 - איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס
צדקה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ח' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער הארציגער יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קען איך טון, איך בין אין שווערע חובות, איך האב נישט די מעגליכקייט צו שיקן געלט פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, איך שעם זיך זייער, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס, און איך האף אז דער פאנדרעיזער ר' אהרן וועבערמאן וועט קענען העלפן שאפן די געלט.


מיינע אויגן זענען געוואנדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8630 - א גן עדן אין שטוב
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


פארלייג זיך אויף די איין זאך, עס זאל זיין פרייליך ביי דיר אין שטוב, בפרט ערב שבת און שבת קודש, דעמאלט ווען מען פארברענגט מער צייט מיט די קינדער; עס זאל זיין נאר פרייליך, און חס ושלום עס זאל זיין פחדים אין שטוב מיט נערווען; דאס איז די גרעסטע סכנה פאר די קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קז): "הַבָּנִים שׁוֹטִים, כְּשֶׁאֲבִיהֶם כַּעֲסָן", די קינדער וואקסן אויף נאראנים און טפשים ווען דער טאטע איז א נערוועזער; ווייל די קינדער האבן מורא צו פרעגן זייערע שאלות, זיי האבן נישט צו וועם צו רעדן, און זיכער אויב חס ושלום מען שלאגט די קינדער – ווערט זייער נפש צעריסן השם ישמרינו.


שבת ביי די סעודות זאלסטו זינגען לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, זינג נישט וויינעדיגע טרויעריגע ניגונים, לאז אפ די ערנסטע עצבות'דיגע מעשיות, שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך, מאך פרייליך דיין שטוב – דיין ווייב און קינדער; דעמאלט וועט די שכינה רוען אין שטוב, עס וועט זיך שפירן א גן עדן אין שטוב.


אויך ווען מען דארף מחנך זיין א קינד, בפרט די עלטערע קינדער – דארף דאס גיין מיט רבי נתן'ס רעצעפט; א לעפל חינוך מיט א שיסל גוטע ווערטער, א שיסל קאמפלימענטן, והבן למעשה.


א פרייליכן שבת.

#8629 - מיר האבן א תורה וואו זיך צו באהאלטן
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זוכסט וואו צו אנטלויפן, וואו זיך צו באהאלטן – איז נאר דא איין פלאץ, אנטלויף צום אייבערשטן און צו די תורה, עס וועט דיר ווערן אזוי זיס און ליכטיג.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו געפרעגט זיין טאכטער וואס האט חתונה געהאט און געגאנגען וואוינען אין אוקריינע: "וואס מאכן עפעס די אידן אין אוקריינע?" האט זי געענטפערט: "טאטע, די ליידן דארט פון די רוצח'ישע אוקריינער איז מער ווי מען האט געליטן אין מצריים...", זאגט דער צדיק: "זאג נישט אזוי, מער פון מצרים קען נישט זיין, אין מצרים איז געווען דאס ערגסטע, ווייל עס איז געווען פאר קבלת התורה, עס איז נישט געווען וואו צו אנטלויפן, וואו זיך צו באהאלטן, היינט האבן מיר א תורה וואו זיך צו באהאלטן און וואו צו אנטלויפן".


לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג חק ולא יעבור, עס זאל זיין ביי דיר חשוב אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג.


אויך זאלסטו האלטן מיט דיר א קליין תהלים; אזוי ווי מען האלט מיט זיך אין די הייסע זומער טעג א באטל וואסער, זיך צו דערקוויקן, אזוי זאלסטו האלטן א תהלים און זיך מחי' זיין; אזוי זאגט דער הייליגער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תפה), א קאפיטל תהלים איז ווי א קאלטע טרינק פאנטש.


די וואך ליל שישי וועט נישט זיין קיין שיעור, מען פאסט תענית שבעה עשר בתמוז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8628 - די לעבן ווערט גרינג און זיס מיט אמונה
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט, אלעס וואס גייט איבער, אלע שוועריקייטן און יסורים – איז נאר ווייל פון הימל וויל מען זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן בעת צרה, וואס וועט דער מענטש טון? וועט ער זיך פארלירן און חס ושלום שעלטן וכו' וכו', אדער וועט ער זיך דערהאלטן און בלייבן מיט א שטארקע אמונה אינעם אייבערשטן.


שטארק זיך, בעט דעם אייבערשטן פאר א קלארע לויטערע אמונה; דו זאלסט אים שטענדיג שפירן, און געדענקען אז אלעס איז ער, און אלעס וואס טוט פאסירן – איז פונעם אייבערשטן, און אז אלעס איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ס:): "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט – איז גוט.


די לעבן ווערט גרינג און זיס מיט אמונה, ווייל ווער עס האט אמונה – זאגט דער הייליגער רבי (שיחות הר"ן, סימן נג): – "חַיָּיו חַיִּים", איז זיין לעבן א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס נאר לטובה, עיין שם.


גיי א טענצל יעדן טאג: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", וואס שטארקט אונז מיט אמונה, און מיט זיין דבוק צום אייבערשטן, זיך מתבודד זיין צום אייבערשטן און זיך בענקען צום אייבערשטן; אשרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.