בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3017 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#3016 - שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מ'שפירט ביים לערנען אשר בנחל
שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש אשר בנחל ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך צו הערן די גוטע נייעס אז דער בית המדרש איז שוין צוריק אפן צום באנוץ, אויך איז די מקוה אפן.


איך האף דער דיין שליט"א וועט דאווענען דארט, וועט עס זיין א שטארקע חיזוק פאר'ן בית המדרש און פאר די מתפללים. די תפילות זאל מען ווארטן אויפ'ן דיין שליט"א, אויך זאל ער רעדן ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות.


איך וועל אויפנעמען נאך א גבאי אז די עול פונעם בית המדרש זאל נישט פאלן אויף דיר אליין.


זע עס זאל זיין ריין; ברענג נישט עסן עס זאל גיין אין מיסט, ברענג נאר וויפיל מען דארף; שבת אינדערפרי אביסל מזונות, און ביי שלש סעודות - אביסל מצה מיט אביסל פיש, און טרינקען.


זע עס זאל זיין קאווע און טיי; מען קומט א לאנגע וועג, א קאלטע וועג; מען זאל זיך קענען אנווארעמען.


והעיקר (אבות א, טו): "הֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּסֵבֶר פָּנִים יָפוֹת", נעם אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל, יעדער זאל זיך שפירן גוט; מען זאל שפירן אין בית המדרש אשר בנחל וואס מען שפירט ביים לערנען אשר בנחל.


 

#3015 - וואויל איז דעם וואס האט שכל צו נוצן זיין געלט אין גוטע אינוועסטמענטס
מוסדות, הדפסה, אומאן, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דארף האבן געלט צו ענדיגן דעם בנין אין אומאן, און צו ענדיגן אפקויפן די בנין פאר הדפסה; איך דארף א האלב מיליאן דאלער.


איך טראכט אסאך פון וועם צו בארגן, יעצט טראכט איך אז אפשר קענסטו מיר פארבארגן א האלב מיליאן דאלער פאר דריי יאר, ביז חנוכה תשפ"ה; לאז מיר וויסן אויב דו קענסט מיר העלפן - וועסטו האבן א חלק אין די הייליגע זאכן וואס מיר טוען.


וואויל איז דעם וואס האט שכל צו נוצן זיין געלט אין גוטע אינוועסטמענטס, אין זיכערע אינוועסטמענטס; וועט ער זיך נישט דארפן שעמען מיט זיין געלט ווען משיח וועט קומען.


 


 

#3014 - מ'דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט צדקה געלט
שלום בית, התחזקות, הפצה, צדקה, הדפסה, אידיש געלט, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט אמת וואס איר שרייבט, איך בין נישט געקומען קיין ירושלים קיינעם וויי צו טון, איך ווייס נישט פארוואס אייער מאן זאגט אזוי; איך בין געקומען מחזק זיין אנשי שלומינו. איך האב זייער ליב אייער מאן; עס טוט מיר זייער וויי אז ער זאגט איך בין געקומען אים וויי טון.


אז איר שרייבט מיר און איר ווילט דא עפעס העלפן, אפשר קענט איר זיין די גוטע שליח וואס וועט האבן א גוטע השפעה אויף אים, אים מחזק זיין ער זאל זיך נישט אפטיילן פון אונזער חבורה; עס טוט מיר זייער וויי, עד דכדוכה של נפש - אז אייער מאן וויל זיך אפטיילן פון אונז.


בנוגע די הדפסה; מוהרא"ש האט געזאגט, יעדער איינער קען דרוקן זיינע ספרים, עס איז נישטא קיין 'כל הזכיות שמורות' אויף דעם; אבער אז מען נעמט צאם געלט, מען בעט נדבות פון מענטשן און עס איז אויף מיין נאמען - מוז איך עס טון לויט די הלכה; עס דארף זיין א וועד פון אפאר מענטשן, נישט אז איינער אליין זאל האבן די שליסל צו די געלט. נישט חס ושלום אז מען איז חושד איינעם דא, נאר אין די עבר איז אזוי געווען; ביי מוהרא"ש איז געווען שרעקליכע מעשיות פון גניבות, דעריבער מוז זיין א וועג פון אפאר מענטשן וואס האלטן חשבון אויף די געלט.


איך האף אז אייער מאן וועט געדענקען ווער עס האט אים מקרב געווען, ער וועט געדענקען ווער עס האט אלעס אוועק געגעבן פון זיך אז ער זאל וויסן די שיינע עצות פון רבי'ן, און ער וועט ווייטער בלייבן א מפיץ נאך מער ווי ביז אהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3013 - מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן
התחזקות, דרך ארץ, הדפסה, שאלות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין נעכטן צוריק געקומען פון ארץ ישראל, א גאנצן צייט האב איך געטראכט א שאד אז דו ביסט נישט מיט געקומען, דו וואלסט זיך אזוי מחי' געווען צו זען די הונדערטער פרישע מקורבים, תלמידי היכל הקודש; בפרט דער שול אין ירושלים איז דאך ממש א וואונדער, די פרישע מקורבים פירן דעם בית המדרש אזוי ווי איך וואלט ווען דארט געווען.


דו ווייסט דאך אז היכל הקודש איז א פלאץ וואס איז מחזק יעדן מענטש אין יעדן מצב, און פון די אנדערע זייט האט מוהרא"ש געוואלט דער בית המדרש זאל זיך פירן מיט א שטארקע דרך ארץ; האיך יתקיימו שניהם - ווי אזוי קען מען אויספירן ביידע? דארף מען האבן גרויס סייעתא דשמיא; פון איין זייט אז יעדער זאל זיך געפונען דאס פלאץ און אז עס זאל זיין משמעת.


בנוגע דיין איידעם נרו יאיר; וואס האט ער מורא אליינס צו פרעגן? וואס האט ער מורא אליינס צו שרייבן? זיי אים מחזק ער זאל אליינס פרעגן, אויב פרעגט ער דיר - קענסטו אים ענטפערן.


בנוגע דער בחור ... נרו יאיר; מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען קען נאר העלפן אזא איינעם וואס וויל זיך העלפן, איך האב אים אוועק געגעבן צענדליגער שעות, אויך האב איך אונטער געשיקט מיינע קינדער זאלן רעדן מיט אים דברי חיזוק וכו' וכו'; אז ער וויל נישט - קען מען נישט העלפן.


בנוגע הדפסה, וואס דו שרייבסט מיר אז מען האט דאס געעפנט נאר כדי די בחורים זאלן האבן מיט וואס צו זיין באשעפטיגט; שתי תשובות בדבר, איינס, נישט ממש אזוי, מען האט געעפנט די הדפסה צו העלפן די מפיצים זיי זאלן האבן פאר ביליג ספרים, קונטרסים וכו'. צוויי, אז די ישיבה איז לעת עתה אין וויליאמסבורג, איז נישט שייך אז בחורים זאלן ארבעטן אין הדפסה.

#3012 - צוזאמרופן די גאנצע משפחה צום סיום הש"ס
חינוך הילדים, שלום בית, משפחה, גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס - תלמוד בבלי.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמאכט א סיום הש"ס ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; זייער שיין, זייער קלוג; וואלסט אבער געדארפט רופן דיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער - זיי זאלן שעפן נחת. דאס איז דאך די שענסטע זאך פאר עלטערן, ווען זיי זעען די קינדער לערנען די הייליגע תורה; איך האף דו האסט זיי כאטשיג איינגעמאלדן די גוטע נייעס.


הייב אן נאכאמאל לערנען ש"ס - תלמוד בבלי - כסדרן; מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור - דער בלאט גמרא וואס מיר לערנען אינאיינעם יעדן טאג (היינט הייבט מען אן מסכת מגילה), און נאך א שיעור אין ש"ס כסדרן.


לערן די שיעורים אין שטוב, דיינע קינדער וועלן זען אז דו לערנסט וועלן זיי אויך לערנען, דיין ווייב וועט זען אז דו לערנסט - וועט זי שוין גארנישט דארפן; א פרוי ארבעט אזוי שווער אויפצוברענגען קינדער, ווען זי זעט איר מאן לערנען געבט איר דאס כח.

#3011 - יישר כח פאר די געשמאקע הכנסת אורחים אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט
הכרת הטוב, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... הי"ו


איך וויל דיר זייער באדאנקען פאר'ן מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים מיט אונז מיט אזא ווארעמקייט, מיט אזא ברייטע הארץ.


האסט אונז אריינגענומען אינעם נייעם הערליכן בנין אין שטאט סיגוט אין רומעניע. מיר זענען ארום געפארן אין אונגארן און רומעניע, מיר זענען אנגעקומען קיין סיגוט מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, דארט זענען מיר שוין געווען אזוי אפגעמאטערט, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען. מיר האבן גענוצט די מקוה; אזא געשמאקע הייסע מקוה, עס שפירט זיך ווי אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל.


אויך האבן מיר געדאווענט אויבן אין שול; א פראכטפולער שול, און מען האט געגעסן אונטן אינעם הערליכן עס-זאל. איך פאר מיר האב זיך מחי' געווען מיט די אוצר הספרים, מיט'ן ש"ס און מיט'ן זוהר; מיר האבן נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען דערפאר.


איך בין אביסל שפעט, איך וואלט שוין לאנג געדארפט שרייבן, אבער איך בין פשוט פארנומען געווארן, עס איז מיר ארויס פון קאפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3010 - חבורת היכל הקודש אין מאנטשעסטער
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש ישיבה, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, ענדליך נאך אזוי לאנג ווארטן האסטו אנגעהויבן טון צו דער זאך; האסט צאמגענומען אנשי שלומינו אין מאנטשעסטער ביי שלש סעודות, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, מי יתן דו זאלסט דאס טון מידי שבוע בשבוע; אנהייבן מיט שלש סעודות, נאכדעם אלע תפילות, און אויך אינמיטן די וואך.


איך האב הנאה צו הערן אז דו האסט פארגעלערנט א בריוו פון פרשת ויחי וואס מען האט געשריבן פאריאר פאר תלמידי היכל הקודש ירושלים. באמת זענען אלע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות געשריבן פאר אלעמען, אלע קענען נוצן די חיזוק פון די בריוו, אפילו די בריוו איז אדרעסירט צו אן אנדערע חבורה וכו' - קען יעדער האבן גוטע חיזוק און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


עס איז א גוטע געדאנק פארצולערנען ביי שלש סעודות א בריוו פון עצתו אמונה אדער איש אמונות. זוך אויף א בריוו וואס רעדט פון די פרשה אדער פון די זמן אין וואס מען געפונט זיך, אדער פון די ענין וואס מען רעדט און דאס זאלסטו פארלערנען.


וויסן זאלסטו א גוטע עצה עס זאל נישט ווערן א מקום פון לצים, א פלאץ פון הפקרות - אז דו וועסט מזכיר זיין די נאמען פון מוהרא"ש; יעדע מאל מען רעדט אין שול - זאלסטו זאגן: "מוהרא"ש זאגט", "מוהרא"ש האט געהאלטן", "מוהרא"ש האט דערציילט", - וועלן זיי נישט קומען צו אייך.


בפרט אז דו וועסט זאגן בשם דער ראש ישיבה וכו' - וועט זיין גאר א שטארקער דרך ארץ, ווייל דער לץ וויל איין זאך: 'קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס בעסער פון יעדן איינעם'; ווען מוהרא"ש האט געלעבט האט מען געציטערט פון מוהרא"ש, די לצים האבן דאס נישט געקענט נעמען, היינט איז שוין אנדערש.


איך האף דו פארשטייסט וואס דו האסט צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3009 - א צדקה קאסע טאר נישט געפירט ווערן דורך א יחיד
צדקה, הדפסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט פארוואס ער איז אזוי פאר'עקשנ'ט און ער וויל זיך נישט לאזן הערן, און נאכמער וואונדער איך זיך אויף דיר, וויפיל איך האב דיר געבעטן זאלסט רעדן צו אים און אים מחזק זיין - האסטו זיך אלץ ארויסגעדריידט און יעצט האט פאסירט וואס האט פאסירט.


איך זאג דיר קלאר נאכאמאל וואס איך האלט, נישטא אזא זאך א יחיד זאל זיצן מיט געלט פון צדקה; זיי נישט קיין אויבער חכם, איך ווייס וואס איך זאג, מענטשן געבן גרויס געלט צו דרוקן די ספרים און גליונות, בפרט דעם ספר אשר בנחל; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע בריוו - וועט זען גרויסע ישועות. אז מען שטעלט אויף א קרן הדפסה, מען נעמט צאם געלט - דארף זיין אפאר מענטשן וואס קוקן דורך די חשבונות. דו געדענקסט וואס מוהרא"ש אליינס האט זיך צאמגעליטן ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן, וויפיל מענטשן האבן אים בא'גנב'עט מיט מיליאנען שקלים, נישט סתם מענטשן, נאנטע מענטשן וועם מוהרא"ש אליינס האט געשטעלט.


איך בין קיינעם נישט חושד אויף גניבה, איך וויל פשוט עס זאל נישט פאסירן וואס האט פאסירט ביי מוהרא"ש און וואס האט שיעור נישט פאסירט ביי אונז אין ישיבה, עס האט געפעלט א האר אז דאס זאל פאסירן יארן צוריק ביי אונז אין ישיבה, דער אייבערשטער האט אונז געהיטן; דעריבער האב איך אויפגענומען אפאר אינגעלייט אין ארץ ישראל זיי זאלן זיין אחראי אויף די געלט וואס מענטשן זענען תורם צו דרוקן די ספרים און קונטרסים.


געב איבער פאר אלע וואס העלפן דרוקן זיי זאלן ווייטער העלפן מיט'ן דרוקן און עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון אונזערע הענט.


און אז מען רעדט שוין וויל איך אז די חברי הנהלה פון קרן הדפסה זאלן פון צייט צו צייט איבערגיין די חשבונות און זען וואס טוט זיך אין באנק; נישטא אזא זאך א יחיד זאל זיצן ביים שיסל, זאל ער זיין דער גרעסטער מענטש.


אך און וויי פאר א צדקה קאסע וואס ווערט געפירט דורך א יחיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3008 - אין די וואכן פון שובבי"ם זאלסטו זיך באפלייסן אין לימוד משניות
תשובה, משניות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, יעצט ווען מיר זענען אריין אין די וואכן פון שובבי"ם זאלסטו זיך באפלייסן אין לימוד משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז בשעת דער רבי האט געזאגט די שיחה הנ"ל פון דאס גרויסקייט פון לערנען, דאס נעמט ארויס פון עבירות - אז דאס גייט ארויף אויף לימוד ח"י פרקים משניות; משניות - דאס נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע עבירות.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אנהייבן מיט א פרישקייט לערנען משניות יעדן טאג; קוק נישט אויב דו פארשטייסט דאס לערנען אדער נישט, דו זאג די ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו ווערן נענטער און נענטער צום אייבערשטן, דו וועסט אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3007 - וועמען מען זאל מכבד זיין צו רעדן אין בית המדרש
דרשות, בית המדרש, היכל הקודש, ישיבה, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך הער צוריק הערליכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, איך באקום בריוו פון די מתפללים, יעדער איז פרייליך, מען שפירט זיך זייער גוט.


בנוגע ווי אזוי מען זאל רעדן - אידיש אדער לשון קודש; היות רוב מנין רעדן אידיש - וויל איך דו זאלסט רעדן נאר אין אידיש. סיי די שיעורים, סיי דאס אויסרופן, און אזוי ווייטער; אלעס זאל זיין אין אידיש.


בנוגע וועם מכבד זיין צו רעדן וכו'; ווער עס רעדט די ווערטער פון רבי'ן, אן קיין פשעטלעך און אן קיין דריידלעך - דער זאל רעדן, ווייל מענטשן קומען הערן די ווערטער פון רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס איבערגעגעבן, חיזוק און עצות אויף למעשה; עס האט נישט צוטון ווער עס איז עלטער וכדומה, עלטערע מענטשן זאלסטו מכבד זיין מיט א פלאץ לויט ווי עס פאסט, און אזוי אויך ווען עס קומען צו גיין מענטשן וואס זאגן אז זיי זענען שוין פופציג יאר ביים רבי'ן, הונדערט יאר ביים רבי'ן - זאלסטו זיי מכבד זיין מיט אן עליה, אבער רעדן זאלן נאר די אינגעלייט וואס רעדן די דיבורים אויף למעשה.


ווען מיר האבן געעפנט די שול היכל הקודש אין וויליאמסבורג פלעגט יעדע וואך א צווייטער רעדן, עס איז געווען א רייע מענטשן, אנשים מכובדים - וואס האבן גערעדט, ביז איך בין געגאנגען בעטן מוהרא"ש זאל בעטן איינעם פון אנשי שלומינו אז יענער זאל רעדן, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז אלע רעדן שיינע תורות, שיינע מעשיות וכו' וכו' אבער נאר דער אינגערמאן האט דיבורים אויף לעובדא ולמעשה, דער רעדט פון חיזוק אויף לימוד התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), חיזוק אויף תפילה והתבודדות אויף למעשה, און חיזוק אויף שלום בית וכו'.


עס זענען געווען אין היכל הקודש וואס האבן געדריידט מיט די הענט און מיט די נאז אויפ'ן סדר דרך הלימוד און אויף די דיבורים וואס מוהרא"ש האט גערעדט - ביז מען האט דאס אפגעשטעלט.


דעריבער, אז דו ביסט זיך מוסר נפש צו עפענען א שול היכל הקודש אין בני ברק זאלסטו פון איין זייט יעדן איינעם מחזק זיין, טייל עליות פאר די מתפללים און ווען עס קומט א גאסט געב אים אן עליה לפי כבודו, אבער פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן ווער עס רעדט, וואס מען רעדט און ווי אזוי מען רעדט. זע מען זאל רעדן די דיבורים וואס מען רעדט אין ישיבה, די דיבורים וואס דו הערסט ביי די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3006 - נעמט זיך פאר נישט צו רעדן פון אנדערע מענטשן
קינדער, רפואה, רעדן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיר געפרעגט וואס איר קענט זיך פארנעמען א גוטע קבלה פאר א רפואה פאר אייער קינד.


נעמט זיך פאר נישט צו רעדן פון אנדערע מענטשן; איך מוז אייך זאגן עס איז א עקלדיגע זאך צו רעדן טאג און נאכט פון אנדערע, מען האט גארנישט פון רעדן פון א צווייטנ'ס פריוואטע זאכן. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ח.) ווען משיח וועט קומען וועלן די חיות גיין צום שלאנג און אים פרעגן: "פארוואס בייסטו מענטשן? וואס פאר א הנאה האסטו פון דעם?! ווען מיר פארציקן א באשעפעניש האבן מיר הנאה, מיר האבן וואס צו עסן, מיר שטילן אונזער הונגער; אבער דו שלאנג - וואס האסטו פון בייסן אנדערע און זיי פאר'סם'ן, דו עסט זיי דאך נישט אויף, דו שפירסט נישט קיין טעם אין דעם? דו שפירסט דאך נאר א טעם פון ערד!" וועט די שלאנג ענטפערן: "וואס ווילט איר פון מיר? פרעגט דעם 'בעל הלשון' - דער וואס רעדט לשון הרע, דער וואס פלאפלט און דערציילט לשון הרע, פרעגט אים וואס פאר א הנאה ער האט פון דעם; ער איז דאך אויך א שלאנג, ער שטעכט יעדן איינעם מיט זיינע לשון הרע'ס און האט גארנישט דערפון?"


אז איר וועט מער נישט רעדן פון יענעמ'ס צרות - וועט איר זען א גרויסע ישועה, אייער קינד וועט האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3005 - דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב לאזט דיר גיין קיין ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי מיר איז אויך אזוי געווען; ווען איך האב זיך דערוויסט פון רבי'ן, עס האט אנגעהויבן ברענען אין מיר די פייער פון רבי'ן - האט מיין ווייב תחי' מיר געזאגט די זעלבע ווערטער וואס דיין ווייב זאגט דיר, זי האט מיר געזאגט: "איך וועל דיר נישט שטערן פון גיין קיין ברסלב, איך פאר מיר וויל אבער נישט זיין ברסלב, איך וויל נישט גיין דארט"; מיר האט אבער יא געברענט אז מיין ווייב תחי' זאל קומען און מיטהאלטן אלעס אין ברסלב, איך האב גערעדט צו איר שיינערהייט, איך האב איר געבעטן פון צייט צו צייט זי זאל קומען, זי האט נישט געוואלט, דאך האט זי מיר געוואלט צופרידנשטעלן און זי איז געקומען דא דארט צו מוהרא"ש. אין אנהייב איז יעדע מאל געווען א גאנצע זאך, א גאנצע טובה, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן עס האט זיך אנגעצינדן ביי איר אויך די פייער פון רבי'ן.


אז דיין ווייב איז וויליג דו זאלסט זיין ביים רבי'ן, זי וויל אבער נישט זיין א חלק פון קהילת היכל הקודש - זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן; וואס נאך דערפסטו? אז זי שטערט דיר נישט - ביסטו שוין דער גליקליכסטער!


איך קען דיר דערציילן סיפורים פון אינגעלייט פרישע מקורבים און אפילו פון אלטע מקורבים, ווי זיי זענען אזוי צעבראכן ביי זיך, זיי דארפן באהאלטן זייער התקרבות צום רבי'ן ווייל די ווייב איז זיך מתנגד דערצו. יעדעס מאל זיי קומען אין שול צו א שיעור אדער א תפלה - דארפן זיי אויסשפילן די ווייב, זיי זאגן הונדערט ליגנטס, ווייל ווי אזוי עס גייט דאך, יעדע ליגנט וואס מען זאגט - דארף מען האבן גרייט נאך אפאר ליגנטס אז אלעס זאל שטימען, זיי ווערן ממש משוגע פון דארפן אזוי ארומשפילן.


היינט שרייבט מיר א פרישער מקורב פון ארץ ישראל אז זיין ווייב וויל נישט הערן דאס ווארט 'ברסלב', זי וויל אפילו נישט הערן דאס ווארט 'משניות' ווייל אין ברסלב רעדט מען פון לימוד משניות, אין ברסלב לערנט מען אסאך משניות; ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, פון איין זייט איז ער זייער פרייליך מיט זיין ווייב, זי איז א גוטע פרוי, אבער ווען עס קומט צו ברסלב ווערט זי פארהאקט.


אז דיין ווייב איז באוויליגט דו זאלסט זיין ביים רבי'ן - זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און פון צייט צו צייט קענסטו איר נאכאמאל פרעגן אויב זי וויל קומען צו א צאמקום אדער אויב זי וויל קומען א יום טוב זיין מיט אנשי שלומינו. שלעפ נישט מיט כח, נאר שיינערהייט און ווייכערהייט, וועסטו זען אז עס וועט זיך אויך אין איר אנצינדן די פייער פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3004 - מלמדים און לערערינס דארפן האלטן די זמנים
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט זוכה צו זיין א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן; דיין פלאג און דיין מוטשע איז אויף אויפצובויען קינדער, אריינלייגן אין זיי די ריינע אמונה, די הייליגע תורה און יראת שמים. אנדערע מוטשען זיך מיט אויפשטעלן א ביזנעס, מען ארבעט ביטער שווער צו בויען א ביזנעס - פארוועם? פארוואס? פאר ווען? ווי לאנג לעבט מען דען? ווי לאנג איז מען דא? מען גייט דאך באלד אהיים, וואס בלייבט פון די ביזנעס...? אבער אז מען לערנט מיט קינדער, מען לערנט תורה - דאס איז א נצחיות.


בנוגע דער מלמד ... נרו יאיר, ער קומט נישט צייטליך וכו'; אויב איז אזוי ווי דו זאגסט, ער קומט נישט צייטליך - זאלסטו אים אוועק שיקן, א מלמד אדער טיטשער וואס האלטן נישט די זמנים זאל זוכן א צווייטע פאסטן, דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא, אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן, אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן - הֲרֵי הוּא בִּכְלַל 'אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה' (ירמיה מח, י)"; דערפאר האט דער רבי נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, פארוואס זאלסטו פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאלער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)".


בנוגע די קינדער פון משפחת ..., אז דער קינד קען נישט קיין עברי און מען דארף צולערנען מיט אים, מען דארף דינגען א מלמד פאר אים; רעד מיט'ן טאטן, ער דארף באצאלן.


אז מען רעדט שוין פון די משפחה, וויל איך דו זאלסט זאגן פאר האברך היקר לי ... נרו יאיר, ער זאל וויסן אז מיר מוטשען זיך ביטער שווער מיט די קינדער פון די משפחה. דער מלמד האברך ... נרו יאיר - ווערט ממש קראנק פון דעם קינד; ער זאל וויסן אז ווען ער זוכט צו ברענגען קינדער צום תלמוד תורה - אז דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט, ענדערש זאל ער שתדל'ן אריין צו לייגן די קינדער אין גרויסע מוסדות.


בנוגע דעם קינד ...; נישט מאכן קיין אויסנאם אין די שעות פון חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3003 - האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט זיין גוט
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב געליינט אייער פארווייטאגטע בריוו; איר שרייבט זייער שרעקעדיגע ווערטער, איר ווילט ענדיגן אייער לעבן, איר קענט נישט אויסהאלטן די ווייטאג פון אייער מאמע; אייער טאטע שרייט און פארשעמט איר ווען אלע קינדער הערן, עס איז נישטא קיין איין נארמאלע שמועס צווישן זיי.


עס שטעכט מיר זייער אין מיין הארץ צו הערן וואס איר גייט אריבער; איך האב נישט געוויסט ווי ווייט עס גייט, איך האב נישט געוויסט ווי שטארק אייער מאמע ליידט; איך בעט אייך זייער, האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט איר חתונה האבן, איר וועט שוין נישט דארפן מיטהאלטן די קריגערייען פון אייערע עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס וועט זיין גאנץ לעבן שיין רעדן צו אייך, בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכער מאן; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען, בעטס אן א שיעור אויף אן ערליכע לעבן.


מיר געפונען, לאה האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן זי זאל חתונה האבן מיט א צדיק. דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי, רכג.): "לֵאָה כָּל יוֹמָהָא, הֲוַת בְּפָרָשַׁת אוֹרְחִין קַיָּימָא", לאה פלעגט גיין התבודדות, "וּבָכַת", און זי האט געוויינט צום אייבערשטן, "בְּגִינֵיהּ דְּיַעֲקֹב, כַּד שָׁמְעַת דְּאִיהוּ צַדִּיקָא", זי האט געוויינט אז זי וויל חתונה האבן מיט דער צדיק יעקב, "וּצְלוֹתָא אַקְדָמַת לֵיהּ", ביז זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אים, "רָחֵל לָא נָפְקַת לְאוֹרְחִין לְעַלְמָא, בְּגִינֵי כָּךְ זָכְתָה לֵאָה לְאִתְקַבְּרָא עִמֵּיהּ", רחל האט נישט געדאווענט אויף דעם, דעריבער האט לאה זוכה געווען אויך צו ליגן אין מערת המכפלה מיט יעקב אבינו, ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן צו חתונה האבן מיט דעם צדיק.


בעטס אויף אן ערליכן מאן, נאר ערליכע אידן האבן שלום בית; אויב איז דא יראת שמים - דעמאלט רעדט מען שיין צו די ווייב, מען האט זיך ליב; ווידעראום דער וואס האט נישט יראת שמים - פייניגט די ווייב, טשעפעט די ווייב. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו באקומען א מאן וואס האט שייכות מיט א צדיק, א מאן וואס פאלגט א צדיק; דעמאלט איז דאס לעבן זיס.


איר זאלט מכבד זיין אייער טאטע און אייער מאמע; אויב מען קריגט זיך זאלט איר זיך נישט אריינמישן, נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3002 - מיט'ן העלפן די מוסדות, האסטו א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אונזערע מוסדות אין אמעריקע, מוסדות היכל הקודש; דו האסט א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן וואס עס קומט ארויס פון דעם הייליגן פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן בלייבן געטריי צום הייליגן רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה.

#3001 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.

#3000 - לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני
הפצה, פרנסה, לימוד התורה, גמרא, דאווענען, מעביר סדרה, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע די דזשאב וכו'; עס איז נישט כדאי, דו וועסט טרעפן בעסערס; זיי נישט באזארגט, ווער נישט פארלוירן, לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני. אויך, וואס פעלט דיר אויס צו ארבעטן מיט נסיונות, עס איז נישט ווערד דאס לעבן אז מען פאלט אראפ רחמנא לצלן.


דאווען די דריי תפילות מיט מנין דיקא, זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש און תרגום פונעם טאג; זונטאג ביז שני, מאנטיג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען משניות און לכל הפחות א בלאט גמרא - וועסטו זען ווי אזוי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים, דו וועסט האבן פרנסה בריווח, דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט הפצה; ברענג אריין די זיסע עצות פון רבי'ן אין די וועלט אויף דיין וועג.


 

#2999 - דיין סיום משניות האט מיר געגעבן פרישע כוחות
סיום, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין היינט פארטאגס אהיים געקומען פון ארץ ישראל, פון מחזק זיין די חברים תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל.


מיין פלאן איז געווען גלייך צו גיין אין ישיבה, למעשה בין איך געבליבן אין שטוב, איך שפיר זיך נישט גוט, איך האב נישט קיין כח. איך טו וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן מען זאל טון, טרינקען טיי און זאגן תהלים.


איך זיץ מיט א תהלים און א גלעזל טיי; פלוצלונג קומט אריין א טעקסט מעסידזש פון דיר: "א גוטן ראש ישיבה, איך האב געענדיגט די פערציגסטע מאל ששה סדרי משנה, יישר כח פאר אלעס"; זאלסט וויסן אז די מעסידזש האט מיר געגעבן פרישע כחות, איך האב באקומען כח צו גיין צו די יארצייט סעודה פון רבי נתן זכרונו לברכה.


וועסט מיר פרעגן וואס איז די גרויסקייט? א גאנצן טאג הערט דאך דער ראש ישיבה אזעלכע סיומים! די גרויסקייט איז, ווען א אינגערמאן איז פארנומען צו ברענגען פרנסה; דא רעדט מען נישט פון א בחור אין ישיבה אדער א אינגערמאן אין כולל, נאר איינער וואס ארבעט שווער צו ברענגען פרנסה, אזא איינער כאפט ארויס צייט צו לערנען משניות און איז מסיים די פערציגסטע מאל - דאס איז מיר נחת, דאס געבט מיר כח.


 

#2998 - בזכות די הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן
הכרת הטוב, הכנסת אורחים, נחת, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד די חשוב'ע משפחת ... שתחיו, ירושלים


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען אויף וואס איר האט אלץ געטון פאר מיר אין ארץ ישראל; אנגעהויבן מיט די טיקעטס, די דירה און די געשמאקע סעודות; איך האב זיך געשפירט ווי אינדערהיים, די עסן איז געווען לייכט און היימיש, אלע טעמים.


בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים זאל דער אייבערשטער אייך בענטשן מיט אלע ברכות און נחת פון די קינדער.


אייערע קינדער האבן געגעסן שבת ביינאכט מיט מיר, זיי האבן זיך אויפגעפירט אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, מיט א שטארקע דרך ארץ; זיי האבן דערציילט מעשיות פון תפלה, עס איז געווען ממש א מחי'.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

#2997 - מען קען נישט אנצינדן ניגונים פון זינגערס וואס נישט יעדער הערט
שמחה, ניגונים, מדות טובות, חבורות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין ירושלים עיר הקודש, איך בין געקומען אויף א שבת זיין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, זיך מחזק זיין אינאיינעם.


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דערציילן פון די געשמאקע לופט וואס איז דא צווישן זיי, אזעלכע טייערע אינגעלייט, אזעלכע גוטע מענטשן; ממש א מחי' צו זיין דא.


זאג דיין ווייב, זי דארף פארשטיין אז מען דארף אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן; ווען די פרויען קומען זיך צאם איינמאל א וואך, מען טאנצט אינאיינעם - קען מען נישט אנצינדן ניגונים פון זינגערס וואס נישט יעדער הערט. עס זענען פארהאן משפחות וואס זענען זייער מקפיד נישט צו הערן און טאנצן מיט זינגערס וואס זינגען נישט חסידי'ש, דערפאר האב איך געבעטן איינע פון די פרויען זאל אנגרייטן ניגונים וואס אלע קענען הערן; עס איז שוין געווען משפחות וואס זענען נתרחק געווארן פון היכל הקודש נאר צוליב דעם.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; ביי דיר אין שטוב קענט איר טאנצן און זינגען אויף וואס עס מאכט ענק פרייליך.

#2996 - א זכי' צו האבן א מאן א משמש ביים רבי'ן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, בזיונות, מדות טובות, משמש דעם רבי'ן, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייער משפחה ביי מוהרא"ש.


איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס אייער מאן טוט פאר אונזער קהילה; עס איז נישט צו באגרייפן וואס איין מענטש טוט אלץ, פיר און צוואנציג שעה, אנגעהויבן מיט'ן בית התבשיל, תומכי שבת פאר משפחות נצרכים, מיט אלעס, ובפרט מיט'ן זויבערן דעם בית המדרש.


נעמט אייך נישט צום הארצן ווען פרויען רופן זיך אן נאכן פרויען צאמקום, ווען אייער מאן קומט ארויסשיקן די פרויען צו קענען אויפרוימען די שול - ווערטער פון חוזק אויף אים; נעמט עס נישט צום הארצן, זיי מיינען גארנישט, אייער מאן העלפט מיר, ער איז דער איינציגסטער וועם עס גייט אן אז די שול זאל זיין גרייט און זויבער אינדערפרי.


שטארקט זיך און שטארקט אייער מאן ער זאל בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן, עס זאל אייך זיין א זכי' צו האבן א מאן א משמש ביים רבי'ן, און זייט דן יעדן איינעם לכף זכות; קיינער מיינט נישט גארנישט שלעכטס, עס איז אזא אויסדרוק פון מענטשן זיך אנצורופן, נישט טראכטנדיג אז אפשר ווערט איינער וויי געטון.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, פאר אייער שיינע משפחה, פאר אייערע ליכטיגע קינדער - וועט זיך עפענען די הימלען און עס וועט קומען נאך חסדים.

#2995 - א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין וואויל אין סקול
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, בעל תפלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך מוז אייך זאגן די גוטע גרוס וואס איך באקום פון די טיטשערס אויף אייער טאכטער ... תחי'.


אלע זאגן אז זי איז אן אויסנאם מיידל, פול מיט דרך ארץ און אזוי דערוואקסן; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל בקרוב טרעפן א גוטע שידוך און ברענגען פאר אייך נאר נחת.


...


דא האט איר א בריוו פאר אייער טאכטער:


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי


מיר באקומען זייער גוטע גרוסן אויף אייך, אייערע טיטשערס זאגן אויף אייך נאר גוטס; א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין וואויל אין סקול, איר מאכט מיר אסאך נחת און דאס געבט מיר כח.


באזונדער קומט אייך א יישר כח פאר'ן שטענדיג זיין גרייט צו זיין די בעל תפלה אין קלאס. עס זענען דא קינדער וואס האבן א 'שטיק' פון נישט וועלן זיין בעל תפלה; איין מיידל זאגט אז זי וויל נישט זיין חזן, און אסאך מיידלעך טאנצן איר נאך, מיינענדיג אז ווער עס טוט די שטיק - ווערט גרעסער. די טיטשער זאגט מיר אז איר זענט שטענדיג גרייט צו זיין חזן, מן הסתם ווייסן נישט די מיידלעך וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סג): "הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה הִוא סְגֻלָּה לְבָנִים", זיין א חזן, א בעל תפלה - איז מסוגל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע תלמידות.


 

#2994 - לאזט נישט אריין ביי ענק די עצבות ומרה שחורה
קינדער, שמחה, ישועות, התחזקות, רפואה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע


יעצט ווען איר האט זיך דערוויסט אז איר ווארט נישט, די זאק איז ליידיג, וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט נישט אריינפאלן אין קיין עצבות.


איך ווייס עס איז אייך זייער שווער, איר האט געמיינט אז איר ווארט שוין וכו', איר ווילט שוין זייער שטארק זוכה זיין צו זרע של קיימא; בעט איך אייך, זייט נישט צעבראכן, נעמט ארויס דאס גוטס, איר זעט פון דעם אז איר קענט האבן קינדער, איר זענט געזונט; איר וועט נאך האבן א שטוב מיט קינדער.


שטארקט אייך, ווערט נישט פארלוירן; לאזט נישט אריין ביי ענק די עצבות ומרה שחורה, ווערט נישט פארכאפט אין ספיקות: 'וואס גייט זיין? ווען וועט עס זיין? ווער זאגט עס גייט זיין?' מוהרא"ש זאגט, אלע ספיקות קומט פון טומאת עמלק, עמלק איז בגימטריא ספק, ער מאכט די אלע ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; דער רבי קעמפט מיט עמלק, דער רבי זאגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז בודאי יא דא", ישועת ה' כהרף עין!


חזק, חזק, ונתחזק!

#2993 - איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס האלטן אלעס מיט
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן פון אייך, אז איר האט ליב בית פיגא סקול, איר האט ליב אייערע לערערינס. איך פריי זיך צו הערן אז איר זאגט תהלים, איר האט יעצט מסיים געווען די צווייטע מאל תהלים.


זייט קלוג, זייט דערוואקסן. האלטס מיט די סדר פון סקול; איך הער פון די טיטשערס אז מיידלעך פון די פינפטע קלאס פירן זיך אויף זייער קינדיש, אנשטאט מיטהאלטן וואס די טיטשערס זאגן - זוכן זיי צו טון פארקערט; בעט איך אייך זייער איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס האלטן אלעס מיט.


אין וויליאמסבורג סקול טאנצן די מיידלעך יעדן טאג מיט מוזיק, די מיידלעך האבן דאס זייער ליב, זיי ווארטן צו טאנצן; איך ווייס נישט פארוואס די מיידלעך פון די פינפטע קלאס אין שטעטל ווילן נישט זיין א חלק פון בית פיגא, זיי ווילן נישט טאנצן; זיי טוען א גאנצע טובה און טאנצן מיט, אזוי אויך דאס דאווענען איז א גאנצע טובה צו פאלגן די טיטשער.


איך שרייב אייך צוריק ווייל אייערע טיטשערס זאגן מיר אז איר זענט א דרך ארץ'דיגע מיידל, איר זענט א קלוגע מיידל; איך האף צום אייבערשטן אז אלע מיידלעך וועלן אייך נאכטון.


א פרייליכן שבת.