בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3368 - צוזאמנעמען און דרוקן אלע בריוו איבער חינוך הילדים
חינוך הילדים, מלמדים, ריינקייט, שטעטל, דרייוון, בריוו, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט זיך ווענדן צום מכון עצתו אמונה זיי בעטן ארויסצוגעבן אלע בריוו וואס איז געשריבן פאר מלמדים און טיטשערס, אזוי וועסטו דאס קענען חזר'ן; דו מיט די אנדערע מלמדים. איר וועט זיך קענען האלטן פריש, איר וועט זען וואס איז די מטרה פונעם חדר, וואס איז דער ציל פון אונזערע מוסדות.


על כל פנים, ווילאנג דאס איז נישטא, קענסטו אליינס צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן און פון דיינע ברידער, אויך דיינע שוועסטערס די טיטשערס; ענקער משפחה פון אנהויב ביזן סוף זענען אלע כהנים גדולים, אלע ארבעטן אין בית המקדש, אין חינוך הבנים והבנות. אפשר וועסטו דאס צאמנעמען, דרוקן און דאס חזר'ן, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פאר מחנכים, און נאכאמאל זען וואס מיר ווילן דא פון אונזערע קינדער.


שטארק זיך, ברענג אריין א שמחה אין תלמוד תורה. די קינדער אין שטעטל חדר זענען קלוגע לעבעדיגע קינדער, מען דארף האבן אייזערנע געדולד, הלל'ס געדולד צו קענען זיין מלמד.


 איך האב צו דיר איין קריטיק, דו פארסט זייער שנעל אין די גאסן פון שטעטל. מילא פארן שנעל אויפ'ן הויפט שאסיי (היי וועי) - איז איין זאך, און אויך א סכנה, אבער אין שטעטל איז דאך סכנת נפשות; דו קענסט דאך הרג'ענען א קינד.


עס זענען דא אסאך וואס פארן שנעל, ווי חיות, אבער מיינע מלמדים דארפן זיין א ביישפיל פאר אונזער שטעטל. מיינע מלמדים זענען ביי מיר דאס טייערסטע זאך, איך בין מקפיד אז די מלמדים, די מחנכים, די טיטשערס, אלע וואס ארבעטן פאר מיר - זאלן זיין א ביישפיל. גיין שיין אנגעטון, צאמגענומען, ריין און זויבער. אין שטעטל איז דא בלאטע, אלע גייען פארשמירט די שיך, אבער די מלמדים דארפן האבן אין קאר פאפיר זיך שטענדיג זויבערן און זיך האלטן ריין, די קאר זאל זיין ריין. דאס אויפפירונג דארף זיין זייער קלאסיש; אפילו אזא זאך ווי דרייוון שנעלער ווי מען מעג, כל שכן פארן מיט רציחה ווען קינדער גייען, ווייבלעך שפאצירן - איז דאך סכנת נפשות.


ביים סדר נאכט ווען דו וועסט זאגן: "עבדים היינו לפרעה במצרים", זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן וואס איז געווען מיט אונז פאר'ן מקורב ווערן צום רבי'ן, "ועכשיו קרבנו המקום..." זאלסט טאנצן, פאטשן און זינגען.


 

#3367 - ארויסצוגיין פון מצרים, פון אלע ענגשאפטן און פון אלע קטנות הדעת
תודה והודאה, מלמדים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א פרייליכער יום טוב פסח! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין ארויסצוגיין פון מצרים, פון אלע ענגשאפטן און פון אלע קטנות הדעת.


זאלסט געדענקען פונעם באשעפער, נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און דאס קענען אריינברענגען אין אלע דיינע תלמידים.


א פרייליכן יום טוב פסח.


 

#3366 - אריינלייגן אין קינדער א פייער, א ברען, א ליבשאפט און א יראה
חינוך הילדים, מלמדים, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לייגט אריין זיין קאפ, הארץ און מח צו מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - 'אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן'", אזוי ווי די שטערנס קען מען נישט ציילן - אזוי קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד.


האב נישט מורא צו לערנען מיט די קינדער אסאך; ווי מער מען לערנט מיט יונגע קינדער - אלץ מער קענען זיי פארנעמען, אלץ מער קענען זיי דערהייבן; לערן מיט זיי מער ווי אין אנהויב יאר, לייג אלץ צו נאך א פסוק חומש מיט נאך א רש"י, אויך ביים דאווענען זאלסטו צוביסליך צולייגן נאך א שטיקל און נאך א שטיקל.


לייג אריין אין די קינדער א פייער, א ברען, א ליבשאפט און א יראה צום באשעפער און צו די תורה. מען קען הערן פון די קינדער און וויסן וואס פאר א מלמד זיי האבן. קינדער וואס הויבן אן לערנען די גמרא און זאגן: "זאגט די גמרא" - דאס איז שוואכע מעשיות, ווידעראום קינדער וואס הויבן אן זאגן: "זאגט די 'הייליגע' גמרא", "זאגט די 'הייליגע' פסוק" - דאס איז דעם מלמד'ס ווערק. קינדער וואס הויבן אויף א ספר וואס איז אראפגעפאלן אויף דער ערד - דאס איז דעם מלמד'ס ארבעט, קינדער וואס כאפן אן די שיך אן זיך וואשן די הענט - דאס איז דעם מלמד'ס ארבעט.


שטארק זיך.

#3365 - איך דאנק דיר פאר'ן נעמען די פולסטע אחריות אויף די חדר
חינוך הילדים, מלמדים, סכנה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן א תלמוד תורה וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה אויפ'ן וועג ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן מיט'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול פונעם חדר, איך בין רואיג אז דו שטייסט על המשמר אויף די מלמדים זיי זאלן קומען צייטליך, עס זאל נישט זיין קיין הפקרות. האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, עס קען נישט זיין קיין הצלחה נאר אז עס איז דא א שטארקע סדר; אזוי אויך, אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, דאס אלעס איז נישט מיין זארג, דאס דארף זיין דעם מנהל'ס זארג.


א מנהל דארף שטיין אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, אז דער זמן פון חדר הויבט זיך אן ניין אזייגער דארפן אלע באסעס און ווענס שוין זיין דארט צען צו ניין, אזוי אויך די ארבעטערס דארפן זיין ניין אזייגער אין תלמוד תורה, אין כתה; נישט אנקומען ניין אזייגער און זוכן וואו צו פארקן די קאר וכו'.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין סקול, עס האט מיר באפאלן א פחד; שטייען קינדער אן קיין טיטשער, אזא צעפארעניש, די קינדער ווילן עסן און די קאך איז פארשפארט, די טיטשער וואס האט די שליסל - שלאפט. דאס לאזט מיר נישט גיין ווייטער, אז איך דארף זיין דער באס-מענידזשער, איך דארף זארגן זיי זאלן זיין צייטליך - האלט איך נאך ביי א'.


מיין ווייב רופט מיר נעכטן דערציילן אז א פרוי וואס האט געלערנט מיט איר אלס מיידל רופט איר אן אז איר זון איז אהיים געקומען פון ישיבה, די ישיבה געפונט זיך אינדרויסן פון די אידישע געגנט. איר זון דערציילט אז אויפ'ן וועג אהיים האבן זיי באגעגנט א קליין קינד גיין, דאס איז זייער מאדנע, זיי פרעגן דעם קינד: "וואו גייסטו?" זאגט ער: "איך האב פארשפעטיגט די ווען אהיים פון חדר, איך גיי צופיס קיין בארא פארק"; א וועג פון דריי שעה צווישן גוים. די בחורים פרעגן דעם קינד: "וואו לערנסטו?" זאגט ער: "אין ברסלב"; בקיצור זיי האבן אים נישט געלאזט גיין ווייטער, זיי האבן אים צוריקגעברענגט און געגעבן געלט צו גיין מיט די באס.


א פחד פון א מעשה! איך רוף דעם באס מענידזשער - ער ווייסט פון גארנישט, איך רוף דעם דרייווער - ענטפערט ער מיט לייכטזיניגקייט: "די קינדער קומען נישט אראפ צייטליך פאר איך אוועק, איך לאז זיי איבער".


די מעשה לערנט מיר אז איך האלט נאך ביי א'; דאס לערנט מיר אז איך דארף ווערן מנהל, באס מענידזשער וכו' וכו'; דאס מיינט א שיף אן א רודער.


דערפאר דאנק איך דיר פאר'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול, איך ווייס אז עס איז דא איינער וואס טראגט דעם פולסטן אחריות; דעמאלט קען איך ווייטער גיין, טון נאך און נאך, און אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות -צעפאלט אלעס.


איך האב געהאט א גרויסע נס, א איד האט געברענגט אסאך געלט פאר די מלמדים, איך זאל זיי קענען אויסצאלן פאר יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#3364 - די מצה בעקעריי מיט אלע חומרות און הידורים, די מקוה איז שוין כשר
מקוה, שטעטל, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער דיין שליט"א, ברסלב ליבערטי


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז די מצה בעקעריי איז מיט אלע חומרות און הידורים.


אויך פריי איך זיך אז די מקוה אין עצתו אמונה איז שוין כשר, און יעצט פילט זיך שוין אן די רעגן וואסער אין די מקוה טהרה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן סייעתא דשמיא עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ידינו.


א פרייליכן יום טוב.

#3363 - יישר כח פאר'ן פירן די שאטל אין שטעטל
הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א גרויסן גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן בויען דעם שטעטל. דו טראכסט 'וואס טו איך שוין אויף מיט'ן טאג? איך פאר ארום און ארום מיט'ן שאטעל וכו' וכו'...' דו מיינסט דו טוסט גארנישט, איך זאג דיר אבער אז דאס איז מיר זייער וויכטיג. איך האב דאס געקויפט פאר אסאך געלט, און עס קאסט מיר אסאך געלט, אבער דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די שטעטל; פרויען זאלן נישט זיין איינגעשפארט אין די שעות ווען די מענער ארבעטן, זיי זאלן קענען ארויסגיין פון שטוב איינקויפן, ערלעדיגן און זיך אויסלופטערן.


איך האף דו האסט סבלנות פאר די ארבעט; ארבעטן פאר'ן כלל איז נישט קיין גרינגע זאך, יעדער וויל עפעס אנדערש, יעדער וויל וואס איז גוט פאר אים; מען דארף אסאך סבלנות.


דא איז די פלאץ צו באדאנקען איינע פון די חשוב'ע איינוואוינער, איינער וואס איז ביי מיר זייער חשוב, הרב שמעון ק. נרו יאיר, ער העלפט מיר מיט'ן שאטעל, ער טוט דאס שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו פארדינען עפעס, אלא על מנת שיקללו אותי, שסיקלו אותי... אזוי פאסירט ווען מען טוט פאר'ן כלל, קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן: "יישר כח", "איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן", קיינער טראכט נישט 'איינער זארגט פאר מיר', 'איינער טראכט פאר מיר זאל גוט זיין'; חוזק מאכן - דאס יא, פליקן און טשעפען - דאס יא, און נאכדעם מיר קומען זאגן: "ראש ישיבה די שטעטל איז הערליך, מען האט זיך ליב, מען לעבט בשלום", אזא שלום ווי די אראבער ווילן, שלום און זיך שטעכן.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן, זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#3362 - דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, מדות טובות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו העלפסט מיר אין חדר מיט די קינדער. זייער גוט האסטו געטון היינט, האסט געגעבן צוויי פעטש פאר דעם קינד וואס האט נעכטן געשלאגן, גע'הרג'עט און שיער דערווארגן א צווייטע קינד. עס איז נישט גענוג צו געבן פעטש, דו דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן; א אידיש קינד שלאגט נישט, מען טאר נישט אויפהייבן א האנט אויף א צווייטן איד. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו", אז איינער הייבט אויף זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, "אף על פי שלא הכהו", אפילו ער האט אים נישט געשלאגן, "נקרא רשע".


פון איין זייט זאלסטו זען עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, די קינדער זאלן זיין פרייליך, פון די אנדערע זייט זאלסטו זען עס זאל זיין דרך ארץ, און יראה פאר די מלמדים; א ווארט פון א מלמד זאל זיין א ווארט.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, דאנק אים פאר אלע חסדים און בעט אים פאר דיר, פאר דיינע קינדער און פאר דיינע תלמידים.


איין קריטיק אויף דיר, דו פארסט אביסל ווילד אין שטעטל; עס איז סכנת נפשות. אויף דיר איז דאס א קשיא, דו ביסט דאך א מחנך, א באזעסענער מענטש, דו טארסט נישט פארן שנעל.

#3361 - דיין טאטע קומט ארויף אויבן מיט פילע גרויסע זכותים
צדיקים, משניות, מוהרא"ש, זכותים, לימוד התורה, תכלית, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


ברוך דיין האמת, איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס אז דיין טאטע עליו השלום איז נפטר געווארן.


דיין טאטע איז מיר געווען זייער א גוטער פריינט, ער איז מיטגעשטאנען מיט מיר פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ביזן לעצטן טאג, ער האט מיר אלץ מחזק געווען, אלץ געגעבן גוטע ווערטער.


אויך האט דיין טאטע געלערנט יעדן טאג פון אנהויב פון זיין התקרבות צו מוהרא"ש ביז ממש לעצטנס ווען ער איז אריין אין שפיטאל - ח"י פרקים משניות, מיט נאך אסאך שיעורים. די תורה, די פרקים משניות - וועט אים היטן אין קבר. דו דארפסט נישט זארגן פאר דיין טאטע, אים איז יעצט גוט און ליכטיג, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דיין טאטע האט זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער זיין גאנץ לעבן, פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת האט ער געטון פאר אנדערע, אן באקומען גארנישט באצאלט. ער האט געהאלפן צעבראכענע אידן, צעבראכענע נשמות, אזויפיל שווערע פרשיות פון חולי נפש האט ער געהאלפן. ווען עס איז מיר אנגעקומען א שווערע פרשה צו העלפן איינעם אויסהיילן בגוף ונפש - האט ער אלץ געהאלפן מיט אזא מסירות נפש; דאס וועט אים יעצט היטן, ער האט גוטע קליידער אויבן אין הימל מיט וואס זיך אנצוקליידן. אזוי זאגט דער רבי, די מצוות פון העלפן אנדערע - דאס זענען קליידער פאר די נשמה, די נשמה זאל זיך נישט דארפן שעמען אויבן אין הימל.


ועל כולם, דיין טאטע האט זוכה געווען צו משמש זיין מוהרא"ש בחיים חיותו, וועט ער זיכער ווייטער משמש זיין מוהרא"ש אויבן אין הימל. דיין טאטע איז געווען זייער געטריי פאר מוהרא"ש, איך האב געזען אסאך ביי מוהרא"ש, עס זענען געווען אסאך וואס האבן משמש געווען, אבער נישט יעדער איז געווען געטריי, אסאך האבן געהאט אייגענע אינטערעסן, דיין טאטע עליו השלום איז געווען געטריי פאר מוהרא"ש אן קיין שום אייגענע נגיעות; זעלטן צו זען אזא משמש ביי א צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר טרייסן, דיר און דיין טייערע מאמע; איך וועל איר באזונדער שרייבן א בריוו, איר טרייסטן, מיט דיינע ברידערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו משיח צדקינו און צו תחיית המתים במהרה בימינו.

#3360 - תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י
מקוה, שלום בית, קברי צדיקים, הדרכות, הלכה, דאווענען, חומרות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע לערנען נ"ך ביינאכט; מען לערנט נישט ביינאכט קיין נ"ך. זאגן תהילים קען מען יא; דאס איז תפילות ובקשות.


תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י; לכתחילה זאלסטו בלייבן מיט די תפילין דרש"י ביז נאך קדיש תתקבל און גלייך נאכדעם אנטון תפילין דרבינו תם. אויב דו האסט נישט קיין צייט, דו דארפסט לויפן - קענסטו אויסטון און אנטון ביי חזרת הש"ץ; אלץ זאלסטו אנטון רבינו תם גלייך נאך רש"י, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


בנוגע מקוה נאכמיטאג; עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט צו גיין אין מקוה נאכמיטאג. די ערשטע זאך איז מקוה; אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף טאנץ אריין אין מקוה. אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן - מאך א שנעלע מקוה, אריין און ארויס; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


פרויען קענען גיין אין אלע צייטן אויף קברי צדיקים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ער פלעגט געבן הדרכות פאר אינגעלייט: "ווען מען מעג - מעג מען אלעס, און ווען מען טאר נישט - טאר מען נישט"; מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן און פארשטיין וואס, ווען און וואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3359 - איין טאג וועט איר נאך זען דאס גרויסקייט פון מתרגם זיין די בריוו
הפצה, זיכוי הרבים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך, וואויל איז אייער חלק אז איר זענט מזכה אזויפיל אידן זאלן וויסן פון די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


די בריוו עצתו אמונה אין אידיש פארשטייען נישט אלע, נאר א קליין חלק פון כלל ישראל פארשטייען אידיש, און אין אייער זכות וואס איר זענט דאס מתרגם זענען זיך אזויפיל אידישע קינדער מחי'.


עס וועט קומען א צייט וואס איר וועט זען דאס גרויסקייט פון מתרגם זיין די בריוו.


א גרינגע ערב פסח און א פרייליכע יום טוב.

#3358 - עטליכע הדרכות פאר די שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי
שטעטל, שלום, בזיונות, סכנה, בין אדם לחבירו, דרייוון, יום טוב, חול המועד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מעגן קומען חול המועד ענדיגן מיט די וואסער טעסט, עס איז א דבר האבד; שוין אפאר יאר וואס מיר מוטשען זיך צו קענען אויפווייזן פאר די שטאט אז עס איז דא גענוג וואסער אין שטעטל, זיי זאלן לאזן בויען נאך הייזער; יעדעס מאל שלעפט זיך דאס מיט א צווייטע מעשה, יעצט אז זיי ווילן קומען חול המועד - מעגן זיי קומען.


צווייטנס עס איז צורך רבים, אזויפיל משפחות ווארטן פאר דירות צו קומען וואוינען אין שטעטל; אז דו וועסט צושטעלן היינט הונדערט דירות - וועסטו היינט האבן הונדערט פרישע משפחות וואס ווילן קומען וואוינען אין ברסלב, מחנך זיין די קינדער מיט די ברסלב'ער חינוך.


בנוגע גיין צו די טאון בעטן זיי זאלן פאררעכטן די גאסן אין שטעטל, אנפילן די לעכער; יעצט איז נישט כדאי דאס צו טון, יעצט קומט ארויס א טובה פון די גרויסע לעכער, אזוי פארט מען נישט אזוי ווילד; עס זענען דא וואס פארן אזוי שנעל - ממש סכנת נפשות, נאר די לעכער האלט זיי אפ.


א אינגערמאן פרעגט אויב ער קען גיין קלאגן די שטאט נאכדעם וואס זיין קאר האט זיך צעבראכן, די רעדל איז אים אריינגעפאלן אין א לאך; זאג אים אז ער וועט פארן ווילד - וועט מען אים קלאגן, בפרט יעצט ווערט זומער, די קינדער הויבן אן שפילן - איז ממש סכנת נפשות; ענדערש זאלסטו בעטן די שאטאט צו מאכן בערגלעך אפצושטעלן דאס שנעל פארן אז אונזערע קינדער און ווייבער זאלן זיין אפגעהיטן.


אויב דו ווילסט מיר ווייטער העלפן מיט'ן בויען די קהילה נעם איך זיך אויס מיט דיר א תנאי כפול ומכופל, דאס קען נאר זיין אז דו וועסט נישט ווערן באליידיגט פון קיינעם, ווער נישט באליידיגט פון אנדערע; קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, מענטשן טראכטן נישט וואס זיי זאגן און ווי אזוי זיי זאגן דאס, אויב מען ווערט באליידיגט פון יעדע ווארט וואס א צווייטער זאגט - קען מען נישט ארבעטן מיט מיר.


ווען איינער שרייט אויף מיר זאג איך אים גלייך צוריק: "איך האב דיר זייער ליב"; ווען איינער רעדט אויף מיר געב איך יענעם גוטע ווערטער, ווייל נאר דאס פעלט יענעם; וואלט יענער באקומען גוטע ווערטער - וואלט ער נישט גערעדט אויף אנדערע.


זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#3357 - אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב, וועסטו זען גרויסע ניסים
שלום בית, פרנסה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב צו דיין ווייב - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות איז בזכות די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען טענה'עט זיך נישט - באקומט מען גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3356 - אויב איז נישטא קיין שלום, איז גארנישט ווערד
מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן; נאר מיט די הילף פון אנשי שלומינו האלטן מיר דא.


עס איז נישט צום באגרייפן ווי שנעל די שטעטל בויט זיך, מיט אזא סייעתא דשמיא. עס פילט זיך שוין היינט אן די מקוה טהרה, איך האב באקומען בילדער ווי יעדער לייגט צו א האנט צו ענדיגן די מקוה טהרה, עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער טוט, יעדער מאכט; ממש א מחי'.


אזוי אויך אין מצה בעקעריי. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי דער שטעטל בויט זיך אזוי שיין, אזוי שנעל; נאר מיט די געטריישאפט פון אנשי שלומינו.


איך וויל אבער זיין זייער אפן מיט דיר; מיר קענסטו נאר העלפן אויב דו האסט נישט פיינט אנדערע אידן, אויב דו האסט א פיינטשאפט אויף א צווייטן איז מיר גארנישט אינטערעסאנט דיין הילף. איך דארף נישט קיין מוסד, קיין שטעטל, קיין חדר, קיין מצה בעקעריי, בית התבשיל, הדפסה, קיין גארנישט - אויב דאס קומט מיט פיינטשאפט.


אז אין ... שול בייסט מען זיך איינער דעם צווייטן - וועל איך טוישן מיינע פלענער, איך וועל בלייבן פסח אין וויליאמסבורג. נעכטן נאכט האט מען זיך מבזה געווען איינער דעם צווייטן, פארשטייט זיך לשם שמים; דער וויל העלפן די שטעטל מיט גוי'טעס - בארעדט ער דעם און יענעם, א צווייטער נעמט זיך אויס קלאר ווען מען בעט אים געלט פאר די מוסדות - אז ער געבט נישט קיין געלט אויב די געלט גייט פאר דעם און דעם פאנדרעיזער; אויב איז דא פיינטשאפט - בין איך נישט דארט.


ענדערש העלף מיר נישט, ענדערש זאל די גאנצע מוסד צעפאלן - אויב גייט עס נאר מיט פיינטשאפט.

#3355 - שיק מיר נישט סתם אימעילס, עס נעמט אוועק מיין טייערעצייט
שאלות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין איינמאל געבעטן זאלסט מיר אויפהערן שיקן אימעילס; מילא דו ווילסט עפעס פרעגן, א שאלה, אן עצה - וועל איך זיך פרייען דיר צו ענטפערן, אבער דורך סתם שיקן אימעילס גנב'עסטו אוועק מיין צייט.


איך האב דיר שוין געבעטן אין ארץ ישראל זאלסט אויפהערן.

#3354 - פארשפרייטן די זיסע וועג פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט
הפצה, סיום, דרשות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב אזוי הנאה יעדעס מאל דו לאזט מיר איבער אן הודעה אז דו לערנסט און דו ביסט מסיים מסכתא נאך מסכתא, דאס איז ממש מיין גאנצע חיות.


באזונדער האב איך הנאה אז דו גייסט הפצה, דו פארשפרייטסט די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות - אין לעיקוואד; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די זיסע וועג פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט אז אלע זאלן זיך קענען צוריקקערן צום אייבערשטן.


בנוגע קומען קיין לעיקוואד געבן א שיעור; איך דארף זען אויב עס איז נאך שייך צו קומען פאר יום טוב פסח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3353 - עס איז נישט כדאי צו ארבעטן אויף א פלאץ וואו מען האט נסיונות
סגולות, פרנסה, נסיונות, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א גוטע ריינע פרנסה, בלייב מיט די פרנסה נקיה וקלה; עס איז נישט כדאי צו גיין ארבעטן מיט מיידלעך פאר נאך געלט, עס וועט דיר זיין ביטער שווער, וועסט זיך דארפן רייסן צו זיין אפגעהיטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז ערגער פון טון עבירות; וואס פעלט דיר אויס די קאפ וויי.


בענטש ברכת המזון דוקא פון א בענטשער, נישט אויסנווייניג - וועסטו האבן פרנסה בריוח. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז א סגולה פאר עשירות, און ער פלעגט זאגן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו זיין גרויסע עשירות - איז נאר ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס בחור צו בענטשן אינעווייניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3352 - איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, סיום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין מאמע תחי', זי שרייבט אז דו ביסט זייער וואויל, דו העלפסט איר; דו העלפסט יעדן איינעם אין שטעטל, אלע זענען זיך מחי' מיט דיר; דו האסט גאלדענע מידות.


זי שרייבט אז איינער פון דיינע געשוויסטער האבן דיך אנגעגאסן מיט זייפיגע וואסער און דו האסט גארנישט צוריק געטון, דו ביסט ווייטער געווען פרייליך; איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן אויף דיר.


איך ווארט דו זאלסט מיר מודיע זיין ווען דו ווילסט מאכן די סיום הש"ס; איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס.


איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג אביסל גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן. יעצט ווען דו ביסט יונג, אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג - וועט דאס ווערן א חלק פון דיין לעבן, עס וועט דיר זיין גרינגער צו טון דיין גאנץ לעבן; א לעבן מיט רעדן צום אייבערשטן - איז אן אנדערע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3351 - מישט נישט אריין קיינעם אין אייער לעבן
קינדער, כיבוד אב ואם, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט פרעגן וואס עס גייט זיין וכו', וועגן עין הרע.


אז איר האט יא געפרעגט און איר ווייסט וואס עס גייט זיין וכו' – זאלט איר נישט רעדן פון דעם מיט קיינעם; דאס רעדט מען נישט אפילו מיט עלטערן.


נעמט א תהלים און בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אז אלעס זאל זיין גוט און גרינג.


מישט נישט אריין קיינעם אין אייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3350 - ביי דיינע עלטערן אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, דרך ארץ, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן. דו קענסט גיין אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, און אויך ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו גיין מיט א הוט אין רעקל; יעצט ווען דו ביסט ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך נישט קריגן מיט זיי.


אויך אז עס שטערט דיינע עלטערן ווען דו ברענגסט אהיים אזויפיל ספרים - זאלסטו נישט אהיים ברענגען אזויפיל ספרים, האלט דיינע ספרים אין ישיבה און נאך דיין חתונה וועסטו האבן א שיינע ספרים שטוב אנגעפולט מיט ספרים.


אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן, דו וועסט רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו א רבי, מיט גרויס דרך ארץ; דו וועסט זיך נישט טענה'ען מיט זיי - וועלן זיי אויך מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט'ן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמובא בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", עיין שם.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3349 - וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות
מחלוקת, וויכוחים, בזיונות, סיפורי צדיקים, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך וועגן ברסלב, מען שפעט פון היכל הקודש, מען העצט אויף די משפחה קעגן אייך - זאלט איר נישט צוריק טשעפען.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער טשערינער רב זכרונו לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז געקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם, ער איז ווייטער געגאנגען כאילו לא הי'. דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט'ן רב האט זיך אויסגעדרייט צום מתנגד און געשריגן אויף אים "שגץ, שעם זיך, דרך ארץ!" און דער מתנגד האט צוריקגעשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן שווייגן", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3348 - מאכט נישט קיין שאדן פאר אייער אייגענע שטעטל
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך האב געצאלט שווערע צענדליגער טויזנטער דאלער צוצושטעלן פארקינג ארום די שול, מען זאל נישט פארקן די קארס אויפ'ן ראוד; איך ווייס נישט וויפיל איז די שיעור זיך צו בעטן ביי אנשי שלומינו מען זאל פאלגן און נישט פארקן אויף די ראוד. יעדעס מאל מען שטעלט אפ די קאר אויפ'ן ראוד מאכט איר מיר שאדן, און איר מאכט זיך אליינס שאדן.


נעכטן איז געווען א מיטינג ביי די טאון, מיר ווארטן צו באקומען רשות צו קענען בויען נאך הייזער אין שטעטל און נאך זאכן וואס מיר דארפן רשות, און זיי שטעלן אונז אונטער פיסלעך א גאנצע צייט, זיי טענה'ען אז מיר פאלגן נישט, מיר שטערן די געגנט מיט די טרעפיק ביים שול.


אויך האט איינער אראפגעבראכן די סיינס וואס זיי האבן געלייגט: "נישט פארקן" - דאס רעגט זיי אויף, דאס ברענגט מיר זאלן נישט קענען באקומען רשות אויסצוברייטערן די שטעטל.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן; איך בעט נאכאמאל: "מאכט מיר נישט שאדן". איך האב ממנה געווען א אינגערמאן וואס פון היינט און ווייטער וועט ער פארקלעבן די פענסטערס פון די קארס וואס וועלן פארקן אויפ'ן ראוד, און אז דו וועסט וועלן וועסטו מיך קענען רופן צו דין תורה.


איך שעם זיך אז איך דארף סטראשען, עס העלפט שוין נישט בעטן.

#3347 - געב גוטע ווערטער פאר דיינע ארבייטער
קאמפלימענטס, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו ביסט צופרידן פון אן ארבעטער – זאלסטו אים דאס זאגן, מען מוז זאגן פאר א גוטע ארבעטער: "איך בין צופרידן פון דיר", "דו טוסט גוט".


עס איז א רחמנות אויף ארבעטער וואס ארבעטן ביטער שווער, און זיי ווייסן נישט צי מען איז צופרידן פון זיי אדער נישט, זיי דרייען זיך ארום מיט פייגלעך אין קאפ.


רוב בעלי בתים מאכן דעם טעות, מען זאגט נישט פאר גוטע ארבעטער: "איך בין צופרידן פון דיין ארבעט", און אפילו די וואס זאגן - זאגן נישט גענוג; מען האט מורא אז אויב מען וועט זאגן אז מען איז צופרידן - וועט מען בעטן א גרעסערע געהאלט; דאס איז נישט ריכטיג, געהאלט צאלט מען וויפיל עס קומט פאר אזא ארבעט, און גוטע ווערטער מוז מען געבן.


אזוי אויך, אויב איז דא ארבעטער וואס טוען נישט די ארבעט - זאלסטו זיי זאגן. זאג עס שיינערהייט, זאג פאר'ן ארבעטער: "איך האב גארנישט שלעכטס אויף דיר פריוואט, אבער די ארבעט טוסטו נישט", און אז יענער מאכט זיך נישט וויסנדיג - שיק אים לחיים ולשלום.


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים.

#3346 - מיט'ן צופיל מקרב זיין, קען מען יענעם מרחק זיין
שלום בית, הפצה, זיכוי הרבים, ריבוי אור

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


מוהרא"ש שרייבט איינעם א בריוו: "אז ביי דיר האט אויפגעשיינט דעם רבינ'ס אור, דו זעסט נאר ליכטיגקייט, - דו ווילסט לויפן שרייען אין גאס אזוי ווי רבי נתן האט געוואלט טון, ער האט געוואלט לויפן שרייען 'ווי קען מען שלאפן, ווי קען זיין אז דער רבי איז דא און קיינער ווייסט נישט וכו' וכו'?!' ביז דער רבי האט אים געזאגט, 'שטיי דא, דו וועסט נישט פועל'ן' - מיינט נאכנישט אז דאס האט אויפגעשיינט אויך פאר דיין ווייב; מוהרא"ש שרייבט יענעם: "געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט מיט דיין ווייב, דו זאלסט איר נישט מער מרחק זיין".


דאס זעלבע זאג איך אייך: "אז ביי אייך ברענט א פייער, איר ברענט מיט'ן רבי'ן, מיינט נאכנישט אז אייער מאן האלט דארט"; בעט איך אייך, מאכט אים נישט משוגע, איר מאכט נאר א חורבן; ווייל די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים וועט אים נאר מרחק זיין. דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז שוין אביסל מקורב, געבט אכטונג אים נישט צו דערווייטערן.

#3345 - רעדט מיט חבר'טעס פון נארמאלע זאכן, נישט פון חלומות און דמיונות
חברים, רעדן, דמיונות, חלומות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט מיט חבר'טעס וואס רעדן נארמאלע זאכן, די וואס רעדן פון חלומות און דמיונות - די וועלן אייך אריינווארפן אין טפשות.


איר ווייסט זיכער וואס רבי נתן פלעגט זאגן ווען מען איז אים געקומען דערציילן חלומות: "זאגט מיר וואס איר טראכט ווען איר זענט אויף", אנשטאט רעדן פון דמיונות, חלומות און חזיונות רעדט פון קלארע זאכן; אז מען חלומ'ט זיך פון צדיקים - איז דאס פאר זיך אליינס גוט, דער רבי האט זייער אויסגעלויבט דער וואס זעט אים אין חלום וכו', אבער דערציילן פאר אנדערע איז טפשות.


עס איז דא גענוג און נאך פרויען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן שיינע זאכן. פון אמונה, פון שמחה, פון התבודדות ותפלה, מעשיות פון צדיקים; אזעלכע פרויען זאלט איר נעמען פאר חבר'טעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3344 - גיי נישט אהיים נאר אויב דו ביסט אפגעהיטן
סכנה, אידישע שטוב, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויב דער מניוול איז דארט - זאלסטו נישט אהיים גיין. געב אכטונג אויף דיין לעבן, דו ביסט יונג, ער וועט דיר הרג'ענען דיין לעבן.


עס איז מיר א וואונדער אז דיינע עלטערן נעמען זיך נישט אן פאר דיר, זיי זענען ברוגז אויף דיר אז דו ביסט געגאנגען צו די פאליציי; ווי קען זיין אזא זאך, עלטערן זאלן לאזן זייער קינד גע'שחט'ן ווערן השם ישמרינו?!


גיי נישט אהיים נאר אויב דו ביסט אפגעהיטן.