בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3043 - א דאנק פאר'ן בארגן א ספר תורה פאר די בית המדרש
תפילה והתבודדות, הכרת הטוב, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך וויל אייך דאנקען פאר'ן בארגן אייער ספר תורה פאר אונזער נייער בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק.


א גרוס פון אייער זון נרו יאיר, ער איז א טייערער אינגערמאן, ער איז קובע עתים לתורה ולתפילה. איינער דערציילט מיר אז דיין זון האט אים געזאגט, יעצט קומט אויס אז ער דארף גיין צום בית המדרש כמעט א שעה, מען וואוינט זייער אויסגעשפרייט אין שטעטל, מיר פלאנען בקרוב צו עפענען א שול נעבן זיין שטוב, האט דיין זון געזאגט יענעם אז איין זאך וועט ער נישט אויפגעבן, אפילו מען וועט מאכן א שול נעבן זיין שטוב וויל ער ווייטער קומען יעדע וואך שבת ביינאכט א שעה וועג, ווייל דעמאלט קען ער זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, עס איז שטאק פינסטער, ער גייט אליינס מיט'ן אייבערשטן, ער איז זיך מיישב, ער גייט איבער די גאנצע וואך; ער דאנקט אויף אלע חסדים און בעט אויף אלעס וואס ער דארף.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע ענינים.

#3042 - עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו
דרשות, בית המדרש, בריוו, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער גבאי ... נרו יאיר, בני ברק


איך באקום יעדן טאג בריוו פון פרישע מקורבים; איינער שרייבט מיר: "פרשת שמות האב איך זוכה געווען צו זיין ביי שלש סעודות אין בית המדרש אין בני ברק, עס איז געווען זייער שיין; דער גבאי נרו יאיר האט פארגעלערנט גאר א שטארקע בריוו, אין עצתו אמונה חלק ב' מכתב קז, וועגן די ענין פון שלום בית, אז נאכלויפן די ווייב הייסט נישט געבן ליבשאפט, נאר נעמען ליבשאפט; זייער א יסודות'דיגע בריוו. יענער שרייבט: 'עס איז געווען כדאי די גאנצע התקרבות נאר כדי צו הערן דעם בריוו; אזא שכל וואס איז נישטא אין קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט'".


איך שיק דיר א בריוו פאר האברך ... נרו יאיר, געב אים איבער די בריוו און זאג אים פערזענליך א גרויסן יישר כח פאר'ן בארגן די ספר תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3041 - ספר גדרי מועדים, הלכות ומנהגים אויף יום טוב פסח
הלכה, ספרים, יום טוב, הסכמה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב הגאון רבי גד סולומון שליט"א, מו"ץ וראש הכולל קהילת היכל הקודש יבנאל


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז מעלת כבודו גרייט זיך יעצט ארויסצוגעבן דעם הערליכן ספר "גדרי מועדים, הלכות ומנהגים" - אויף יום טוב פסח.


האמת אגיד, איך בין זיך מחי' מיט די קונטרסים פון די הלכות אויף יעדן יום טוב פון מעלת כבודו. במשך יום טוב באנוץ איך זיך מיט די הערליכע קונטרסים, אויך די יאר שנת השמיטה האב איך זייער הנאה פון די שאלות ותשובות פון מעלת כבודו, יעצט אז מען געבט דאס ארויס אין א ספר שלם - איז דאס זייער א גוטע זאך.


איך בין נישט פאסיג צו געבן הסכמות, מעלת כבודו דארף נישט מיין הסכמה; איך וויל אבער נישט אפזאגן מעלת כבודו. איך געב א ברכה איר זאלט זוכה זיין צו קענען ווייטער מרביץ תורה זיין מיט ישוב הדעת, און מיר זאלן זוכה זיין צו בנין בית המקדש במהרה בימינו, אמן.

#3040 - פארדינגען א דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען
שטעטל, הכנסת אורחים, אידיש געלט, לימוד התורה, גמרא, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס מאכסטו עפעס טייערער ... ?


איך ווארט צו הערן פון דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך טו וואס איך קען פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח, דיין שדכן - בקרוב.


בנוגע דיין דירה וכו'; משפחת ר' ... נרו יאיר ווילן זייער שטארק קומען וואוינען אין שטעטל. איך דארף דיר נישט זאגן ווער זיי זענען, זיי זענען זייער חשוב'ע מענטשן, זיי זענען פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן געעפנט די מוסדות היכל הקודש אין ארצות הברית.


זיי זאגן מיר אז זיי וואלט זייער געוואלט דינגען דיין דירה, אבער זיי זאגן מיר אז זיי זענען צווישן דיר און די הנהלה; זיי זענען מסכים צו צאלן די פרייז וואס דו בעטסט, אבער די הנהלה לאזט נישט הייבן די פרייז, מען וועט נישט ארייננעמען די קינדער זייערע אין מוסד.


דעריבער פרעג איך דיר אויב דו וואלסט מסכים געווען זיי צו פארדינגען דיין דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען - וועסטו מאכן א גרויסע טובה סיי פאר זיי און סיי פאר די גאנצע שטעטל. זיי וועלן אסאך צו געבן צום שיינקייט פון שטעטל, אויך וועט דאס זיין א זכות פאר דיר, עס איז א בחינה פון הכנסת אורחים, אויך וועלן אלע אויסהערן די הנהלה; באמת, די הנהלה, זיי פאר זיך - ווילן גארנישט, זיי זענען דא צו טון מיין ווילן, צו קענען האבן א שיינע שטעטל, א פלאץ וואו מען קען וואוינען רואיג און צופרידן.


די וואס העצן קעגן די הנהלה - די זענען מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף זיך אליינס; אזוי איז איבעראל אין אלע קהילות קדושות בישראל, די העצערס זענען ביטערע מענטשן, מענטשן אן שלום בית, מענטשן וואס ווילן נישט לעבן.


שטארק זיך בלימוד חומש ותרגום בכל יום, אויך לערן משניות, און אויף א דף גמרא זאלסטו זיך מוסר נפש זיין, דאס זאל זיין ביי דיר א חק קבוע, אזוי ווי הנחת תפילין. גמרא איז פייער פאר'ן סמ"ך מ"ם, עס פארברענט אים, ער קען נישט נעמען לערנען גמרא, אלעס וועט ער לאזן טון אבי נישט עפענען די גמרא.


א פרייליכן שבת.

#3039 - א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, סיי מיט'ן תלמוד תורה; זיי מחזק די מלמדים, געב זיי א גוטע געפיל. עס איז דאך א ביטערע שווערע ארבעט צו זיין א מלמד; פון איין זייט בין איך זייער מקנא א מלמד, די שכר פון מלמדים איז דאך אין לשער, פון די אנדערע זייט בין איך זיי גארנישט מקנא, די ביטערע שווערע ארבעט מיט די קינדער ווען קיינער איז נישט מכיר אין די ארבעט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, געבן יעדן מלמד די געפיל אז מיר פארשטייען און ווייסן זייער ארבעט. אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו זיי זאגן, אבער אויך געבן חיזוק און א גוטע געפיל.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, סיי מיט די הערליכע גליון און מיט די שאלות ותשובות אויפ'ן וועבסייט, מיט די אידישע קונטרסים און מיט די האטליין קול ברסלב. בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס איז וויכטיג, אין וואס און וואו לוינט זיך אריינצולייגן די טייערע צייט, למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.


א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט, מוהרא"ש האט געהאט אויפ'ן טיש אויפגעשריבן א צעטל: "הדיבור הולך אל הרוחות", רעדן גייט צו די לופט, "והכתב נשאר לדורות", און געשריבענע זאכן בלייבט פאר שפעטער; אנשטאט אוועקגעבן צייט פאר אלע שיינע זיסע געדאנקען פון די חברים - וואלסטו אין די צייט געקענט ענדיגן אשר בנחל, און איבערטייטשן האלף לך שלמה - די טויזנט קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.


איך זאג נישט וואס צו טון, איך וויל זיך נישט מישן; איך זאג נאר, זיי זיך מתבודד אויב עס פעלט אויס אוועק צו געבן די טייערע מינוטן פאר דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו טון פאר אידישע קינדער אונזער גאנצע לעבן, אלע אונזערע דורות זאלן אויך טון פאר אנדערע, מיר זאלן זוכה זיין צו משמש זיין דעם רבי'ן בנאמנות; גארנישט מיינען נאר טון פאר אנדערע.

#3038 - מיט'ן אפשערן די האר האט איר געעפנט א טיר אין הימל פאר ישועות און רפואות
ישועות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, שערן די האר, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ... נרו יאיר און ... תחי'


פון נעכטן אינדערפרי ווען איך האב געהערט די גוטע נייעס - בין איך אזוי פרייליך; איך בין אזוי פרייליך אז איר האט געהאט די כח צו טון די גרויסע מצוה פון זיך אפשערן די האר. איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע שמחה וואס איר האט גורם געווען אין הימל, איר האט געעפנט א טיר אין הימל עס זאל קומען צו ענק ישועות און רפואות.


איר האט גורם געווען א נחת רוח פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דער מייסד פון אונזער שיינע קהילה. מוהרא"ש האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושתן וטהרתן של ישראל, מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען פאר אלעמען מיט זיין שטעטל יבנאל, אז רובם דרובם פרויען זענען אפגעשוירן, אפילו אסאך פון זיי זענען ספרד'ישע משפחות - דאך שערן זיך אלע אפ.


יעצט בארומט זיך מוהרא"ש מיט אונזער שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, קרוב צו הונדערט משפחות און עס איז נישטא קיין איין קאפ פון האר, אלע פרויען זענען הייליג און טייער.


בזכות די הייליגע זאך וואס איר האט געטון זאלט איר זוכה זיין בקרוב צו זרע של קיימא, קינדער און אייניקלעך צדיקים, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, עס זאל זיין ביי אייך שלום ושלוה, אהבה ואחוה און בלייבן מקושר ענקער גאנצע לעבן מיט הייליגע צדיקים.


ענקער ראש ישיבה.


 

#3037 - שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה
חברים, שלום בית, שבת קודש, משפחה, סיפורי צדיקים, חבורות, שלש סעודות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פונקט פארקערט; סעודה שלישית איז נישט קיין צייט צו זיצן מיט די משפחה, שלש סעודות איז א צייט פון תיקון המעשים, א צייט פון תשובה, רעווא דרעווין.


אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט גיין צו שלש סעודות, זי זאגט אז דו גייסט שוין אינמיטן די וואך צו א חבורה זיך מחזק זיין, איינמאל א וואך איז גענוג צו גיין - זאלסטו מאכן פארקערט, זאלסט גיין צו שלש סעודות, און אינמיטן די וואך אז זי וויל, זאלסטו בלייבן אין שטוב.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל חלק מז, מכתב ח אלפים תקפח) די זאך פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואס האט מתקן געווען די מנהג ביי חסידים זאלן עסן די דריטע סעודה צוזאמען אין בית המדרש, אז אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב געזען א פשוט'ער איד דריידט זיך ארום ביי שלש סעודות, ער זוכט א מנין אידן; דער איד האט נישט געקענט דעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער איז צוגעגאנגען צום בעל שם טוב און געזאגט: "ר' איד, איך דארף מנין, איר ווילט אפשר זיין א צענטער?" דער בעל שם טוב איז אים נאכגעגאנגען, ער קומט אריין ביים איד אין שטוב און ער זעט דער איד טיילט אויס פאר יעדן איינעם לחם משנה, מען וואשט זיך, מען עסט און מען הייבט אן זינגען ניגונים ביזן זמן מוצאי שבת, דערנאך האבן זיי געבענטשט ברכת המזון און געדאווענט מעריב, דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פרעגט דעם איד: "וואס איז דיר אזוי וויכטיג צו האבן מנין ביי שלש סעודות?" ענטפערט דער איד: "דו ווייסט דאך, עס איז א גרויסע זאך ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט עס זאל זיין מנין, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין לט.): 'כל בי עשרה', וואו עס זענען דא צען אידן, 'שכינתא שריא', איז דארט די שכינה הקדושה, דעריבער איז מען מקפיד פאר מנין, שבת באקומט דאך יעדער איינער א נשמה יתירה, וויל איך האבן מנין ווען די נשמה יתירה גייט ארויס"; דער הייליגער בעל שם טוב האט דאס געהערט, האט ער מתקן געווען ביי זיינע תלמידים מען זאל זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, און אזוי פירן זיך אלע צדיקים, צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, מען רעדט דברי תורה, מען דערציילט מעשיות פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3036 - אכטונג געבן וואס איר לייגט אריין אין בלעטל
הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וארא, מברכים החודש, כ"ז טבת, שנת תשפ"ב לפ"ק


 


לכבוד מערכת קרית ברסלב בלעטל


איך האב געליינט די מעשיות פון תפילה פון פאריגע וואך, פרשת וארא. איך וויל ענק מעורר זיין איבער די מעשה וואס א אינגערמאן האט געסטראשעט די קאמפאני, אויב זיי געבן אים נישט צוריק די געלט - וועט ער זיי באשמוצן וכו'.


איך וואונדער זיך אויף אזא שיינע גליון, מען זאל דרוקן אזא מעשה בכלל; וואס האט דאס צוטון מיט תפילה?! דאס איז נישט קיין מעשה פון תפילה, דאס איז א מעשה פון סטראשען, און אפשר אפילו גניבה.


איר זאלט אכטונג געבן וואס איר לייגט אריין אין בלעטל.


פון דער ראש ישיבה.


יואל בן ריצא רעכיל.

#3035 - וואס צו טון פאר די טובה פון א נשמה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, תעניתים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט זיך אוועקגעגעבן איר לעבן פאר תורה, זי האט געקאכט פאר די בחורים אין ישיבה, זי איז געווען איבערגעגעבן פאר די ישיבה בלב ונפש, זי איז יעצט אויבן אין גן עדן אין א גוטע פלאץ.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך הער אז דו פאסט תעניתים און דו טוסט כל מיני זאכן פאר איר נשמה; טו נישט די זאכן, דו ווייסט אז דער רבי האט נישט געוואלט מיר זאלן פאסטן. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תצא): "דער וואס ווייסט פון מיר - וואס דארף ער פאסטן? און דער וואס ווייסט נישט פון מיר - וואס וועט אים שוין העלפן די פאסטן?" אז מען ווייסט פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע עצות - קען מען עסן, און שלאפן, און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


צדקה איז א גרויסע זאך פאר א נשמה און לערנען תורה איז א גוטע זאך פאר א נשמה, אבער די תעניתים - דאס זאלסטו אפלאזן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט; זיי זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן, רעד צו אים אין דיין שפראך, דערצייל אים אלעס וואס ליגט אויף דיין הארץ, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים: "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר, איך זאל שטענדיג נאר טראכטן פון דיר"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע זאך, די גרעסטע עבודה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#3034 - מאכן פשוטע שמחות, אבער מיט שכל
שטעטל, אידיש געלט, שכל, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן, היות איר העלפט זייער געטריי דא אין וויליאמסבורג אלע שמחות פון אנשי שלומינו מיטן צושטעלן די סעודה בחנם, דורך צאמנעמען אלע משפחות, יעדער מאכט עפעס; עס איז אזוי געשמאק, אזוי בא'טעמ'ט. וויל איך אייך בעטן, אפשר קענט איר העלפן אוועקשטעלן אין שטעטל, אין קרית ברסלב - אזא סארט זאך; די משפחות זאלן דארט העלפן מיט די סעודה ביי שמחות, בר מצוה'ס וכדומה.


מען דארף עס אוועקשטעלן מיט שטארקע תקנות; פון איין זייט זאל עס זיין פשוט, נישט איבערגעטריבן, מען קען נישט מאכן טייער; פון די אנדערע זייט זאל עס נישט זיין קיין חוזק, מען קען נישט געבן אלטע דענישעס וואס מען האט שוין צוריק געלייגט אין פריזער צען מאל.


שטעלט אוועק א פרוי וואס זי זאל דאס פירן מיט שכל און פארשטאנד; א פרוי וואס קען בעטן אנדערע, אויך זאל זי פארשטיין אז ווען א משפחה זאגט זיך אפ זאל מען נישט מאכן אן עסק וכו', א פרוי וואס וועט פארשטיין אנדערע, זוכן נאר דאס גוטס ביי אנדערע.


וואויל איז דעם וואס טוט חסד מיט אנדערע און וואויל איז די וואס זענען משמש דעם רבי'ן.

#3033 - זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א
מוסדות, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן ישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי אין די מוסד.


בנוגע די שאלה וועגן כשר'ן וכו'; איך האב אויפגענומען א דיין פאר די קהילה, וויל איך דיר בעטן זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א; סיי דיינע פריוואטע שאלות און סיי די שאלות בנוגע די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3032 - יישר כח פאר די שיינע נדבה פאר די כולל
כולל, צדקה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון האברך ... נרו יאיר אז דו האסט געגעבן צדקה פאר אונזער כולל; האסט געגעבן צוואנציג טויזנט דאלער. קודם כל דאנק איך דיר פאר'ן העלפן די טייערע אינגעלייט וואס לערנען מיט א מורא'דיגע התמדה, און אויך פאר'ן מיר פריוואט העלפן; ווייל א חודש וואס עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן - דארף איך אריינקומען אין בילד, איך דארף זארגן צו שאפן זייער געהאלט, יעצט האבן מיר אויף נאך צוויי חדשים זיי צו צאלן. דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע, דו זאלסט קענען געבן בקרוב דאפלט און טריפל פי כמה.


געב א גרוס פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, ער העלפט מיר זייער מיט א ברייטע הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3031 - דיקא דורך קינדער ווערט די שלום בית שטערקער
קינדער, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א גוטע שלום בית און דיין ווייב זאגט זי איז זייער צופרידן פון דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט משלי, רמז תתקלז): "אַשְׁרֵי אָדָם שֶׁאִשְׁתּוֹ מֵעִידָתוֹ", וואויל איז דעם מענטש וואס זיין ווייב זאגט אויף אים אז ער איז ערליך, אז ער איז א צדיק.


טאנץ פאר שמחה אז עס איז דא גוטע נייעס, איר ווארט למזל טוב; דיקא דורך קינדער ווערט די שלום שטערקער, און די קשר - א קשר של קיימא, קינדער מאכט מען זאל זיך אנהייבן קענען. עס אז נישט וואר וואס דו זאגסט אז דו האסט קוים חתונה געהאט, דו קענסט זיך נאכנישט מיט דיין ווייב און שוין ווארט איר וכו'; ווער האט דיר איינגערעדט די שטותים אז מען דארף זיך קודם באקענען און קינדער שטערט פון זיך באקענען?! די שיטות און סברות קומט פון די לינקע מענטשן, מענטשן וואס דרייען אויס די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, עס איז א גרויסע ליגנט, אן קינדער איז די לעבן בכלל נישט קיין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה עא, ו) אן קינדער איז די לעבן א טויטע לעבן; אך און וויי פאר די יונגע פארפעלקער וואס לאזן זיך פארפירן און האלטן זיך אפ וכו' צוליב די טפשות פון זיך באקענען, ווייל נאר דורך קינדער באקענט מען זיך.


נאכאמאל, טאנץ פאר שמחה; דאנק דעם אייבערשטן אז נאך אביסל וועסטו זיך אנהייבן באקענען מיט דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3030 - קבר רחל אשת רבי עקיבא איז נישט אמת
קברי צדיקים, סיום

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו ליינען אלע דיינע בריוו, זייער גוט אז דו ביסט געפארן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש צו די הייליגע פלעצער; זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און א גרויסן יישר כח פאר'ן בעטן פאר מיר.


דו שרייבסט אז איינע פון די פלעצער וואו איר זענט געווען מתפלל זיין איז ביי קבר רחל אשת רבי עקיבא; וויסן זאלסטו אז דאס איז אן אויסגעטראכטע באבע מעשה. איינער האט אוועקגעשטעלט א גרויסן טאוול: "קבר רחל אשת רבי עקיבא", אלע וואס פאר'ן אריבער אין טברי' אויפ'ן וועג צום קבר פון רבי מאיר בעל הנס זעען דעם גרויסן טאוול: "קבר רחל אשת רבי עקיבא", מען מיינט אז דארט איז דא א קבר און מען גייט אהין דאווענען; דאס איז א נייע זאך, א באבע מעשה אויסגעזויגן פון פינגער.


געב א גרוס פאר ... נרו יאיר; זאג אים אז איך האב זייער הנאה אז ער האט געמאכט זיין סיום אויף האלב ש"ס אין יבנאל ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


געב א גרוס פאר ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3029 - בעטס דעם אייבערשטן פאר א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


זארגט נישט פאר אייער שידוך, א שידוך האט מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "אֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן.


זאגט יעדן טאג תהלים און בעטס דעם אייבערשטן פאר א גוטע ערליכער מאן. בעטס דעם אייבערשטן אייער שטוב זאל זיין געשטעלט אויף אמונת חכמים, די שטוב זאל זיין אנגעפולט מיט'ן רבינ'ס עצות און חיזוקים.


פון דער ראש ישיבה.

#3028 - וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה
שלום בית, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... נרו יאיר


דיין ווייב שיקט כסדר בילדער ווי דו לערנסט אין שטוב, זי שרייבט אז זי האט נישט עפעס בעסערס אין לעבן ווי צו זען ווי דו לערנסט אין שטוב דיינע שיעורים כסדרן; זי שרייבט אז דאס איז איר גרעסטע פארגענוגן, צו זען ווי דו לערנסט.


וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה. מענטשן מיינען, ווען מען רעדט פון די גרויסקייט פון די בחור'ישע יארן, אז דאס מיינט אלס בחור פאר די חתונה, א טייל האלטן זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער יונג ווייל זיי ווילן אז די קינדער זאלן האבן לענגערע בחור'ישע יארן, זיי ווייסן נישט וואס בחור'ישע יארן מיינט.


די גרויסקייט פון די יונגע יארן איז דוקא מיט א ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לערנען תורה בקדושה ובטהרה? אז מען האט חתונה.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער זון, נוץ אויס דיינע יונגע בחור'ישע יארן, לערן תורה; לייג צו נאך און נאך שיעורים. בעט דעם דיין שליט"א ער זאל מאכן מיט דיר נאך און נאך שיעורים, וועסטו זוכה זיין צו עולם הזה ועולם הבא.

#3027 - מ'דארף זיך טרעפן פערזענליך פון צייט צו צייט
חברים, התחזקות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר, און אויך דיך שוין לאנג נישט געזען.


לעצטנס, זייט מען קען מיט האלטן די וועכנטליכע ליל שישי שיעור פון מאנרא, מאנסי, לעקוואד, שטעטל - קומט אויס אז מען זעט זיך נישט פאר לאנגע וואכן. דו זעסט מיך ביי די שיעורים, אבער איך זע דיך נישט.


איך בענק זיך צו דיר; אפשר וואלט כדאי געווען מזמן לזמן זאלסטו יא אריינקומען, ווייל אינו דומה ראי' לראי', עס איז גאר אנדערש ווען מען זעט זיך פנים בפנים ווי מען זעט וכו'.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; מאך זיך א פלאן צו ענדיגן כאטשיג איינמאל אין לעבן כל התורה כולה.

#3026 - טאטי גייט יעצט לערנען, טאטי גייט צום שיעור
חינוך הילדים, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט יעדע נאכט צום גמרא שיעור, די גרעסטע זאך פאר חינוך הבנים והבנות איז גיין צו שיעורי תורה.


ווען קינדער זעען א גוטע זאך ביי זייער טאטע - מאכן זיי דאס נאך; טון צו דער זאך איז מער פון זאגן, הייסן און באפעלן.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב דאווענען אדער לערנען - זאלסטו דאס זאגן פאר די קינדער, גיי נישט סתם ארויס פון שטוב אן זאגן וואו דו גייסט; צום ביישפיל: "טאטי גייט יעצט לערנען; פאלג מאמי, מאך ריין די שטוב", אדער זאג: "טאטי גייט צום שיעור; ליין קריאת שמע און גיי שלאפן".


עס איז זייער וויכטיג די קינדער זאלן הערן כסדר: 'טאטי גייט לערנען', 'טאטי גייט דאווענען', 'טאטי גייט צום דיין', 'טאטי געבט צדקה'; אזוי וואקסן זיי אויף גאר אנדערש.

#3025 - גיין זיך אויסלופטערן מאן און ווייב אינאיינעם
חברים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב אן אייער מאן, אויב איר ווילט זיך אויסלופטערן ביינאכט - קען דאס זיין נאר מיט אייער מאן.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן, איר זאלט נישט קוקן קיין מאוויס; נישטא אזא שעדליכע זאך פאר'ן מענטש ווי קוקן מאוויס, עס מאכט דעם מענטש בעצבות ומרה שחורה, עס הרג'עט די לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך האף איר וועט טון וואס איך בעט אייך; דערמאנט זיך וואס איך האב אייך געטון, איר זענט געווען פארכאפט אזוי ווי די ווייב פונעם ארעמען איז געווען פארכאפט ביים גענעראל (ספורי מעשיות, מעשה י', מבערגער ועני); איך האב אייך ארויסגענומען פון דארט, אייך חתונה געמאכט און אייך געגעבן אזא שיינע משפחה, מעג איך אייך בעטן איר זאלט זיך פירן אויף די גוטע וועג.


וואס דארפט איר פרענדס אז איר האט א טייערער מאן? מילא א מיידל לויפט צו פרענדס - זי האט נישט קיין מאן, אבער איר האט דאך חתונה געהאט, וואס דארפט איר פרענדס?! זיי זענען דאך בכלל נישט אייערע פרענדס, אונטער אייער רוקן לאכן זיי פון אייך, זיי בארעדן אייך; נאר אייער מאן איז אייך געטריי, פארוואס זאלט איר טון די עקלדיגע זאך פון לייגן שלאפן דעם מאן און נעלם ווערן פאר די נאכט? עס איז דאך די עקלדיגסטע זאך! מיר וואלט זייער געבאדערט אויב מיין ווייב וואלט דאס געטון צו מיר.


איך האף איך האב גע'פועל'ט.


 

#3024 - פארוואס גיין אנגעטון פראסט? איך האב דיר אנגעקוקט מער פארשטענדליך
צניעות, קדושה, שלום בית, שטעטל, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס טוט מיר וויי צו הערן אז דיין ווייב גייט אנגעטון פראסט; זייט די חתונה האט זי זיך אינגאנצן געטוישט, עס זעט מיר אויס ווי דו שלעפסט איר אראפ, דו מאכסט חוזק פון גיין אנגעטון איידל. אלס מיידל האט זי זיך אנגעטון זייער שיין, זי האט געהאט חן, יעצט זעט זי אויס חלשות, השם ישמרינו.


עס באדערט מיר; זי האט מיר שטענדיג געבעטן אז זי דארף אן ערליכער בחור וואס וועט זיך פירן ערליך, אלעס טון אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. זי זעט אויס אינגאנצן אנדערש, זי זעט נישט אויס פרייליך, איך האב מורא דו געוועלטיגסט אויף איר, זי האט מורא פון דיר, דו מאכסט חוזק; זי וויל נישט זיין קיין חוזק אין דיינע אויגן.


איך האב געמיינט אז דו ביסט מער דערוואקסן, איך האב דיר אנגעקוקט מער פארשטענדליך, מען קען דאך האבן א זיס לעבן מיט'ן אייבערשטן; פארוואס נאכמאכן דעם גוי? פארוואס גיין אנגעטון פראסט? פארוואס גיין אנגעטון קורץ, אויסגעשניטן און געפאסט אויפ'ן קערפער?! עס איז דאך עקלדיג און גרויליג! עס איז אפילו נישט קיין נסיון צו קוקן אויף אזא איינעם, וואס האסטו פיינט איידלקייט און שיינקייט?! איידל און שיין - דאס האט חן.


אויך טוט מיר וויי אז דו מאכסט א צאמקום פון אפאר קאפלס, מען שפילט מענער און פרויען אינאיינעם. דאס איז שוין חוצפה! דו קומסט אין שטעטל וואס קאסט מיר בלוט און שווייס, פיר און צוואנציג שעה א טאג גייט מיר אוועק פאר'ן שטעטל, אויפצושטעלן א שטאט פאר אונזערע דורות, א פלאץ פון קדושה וטהרה, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, א פלאץ פון איידלקייט - מאכסטו אזעלכע זאכן? פארוואס זאלסטו דאס טון צו מיר?!


איך בין געווען אין ארץ ישראל ווען איך האב דאס געהערט, איך בין אזוי צעבראכן געווארן פון דעם; דאס האסטו געלערנט ביי מיר? דיין ווייב איז דיר נישט אינטערעסאנט? נאר ווען די חברים מיט זייערע ווייבער זענען דארט?!


איך בעט דיר זייער, דריי אויס דעם רעדל און הייב אן פארן די גוטע וועג; פארברענג מיט דיין ווייב, מאך איר פרייליך. אלעס קענסטו טון מיט איר אליינס אן קיין חברים, אן קיין בילדער, אן קיין אינסטעגראם וכו', און מאך נישט קיין מסיבות פון קאפלס. עס איז עקלדיג, גרויליג, ברעכאכץ; ווילסט שפילן? שפיל מיט איר; ווילסט עסן, גרילן, טשילן, שיפלען, בייקן, הייקן - מיט איר אליינס, און דיין אזויגערופענער חבר - לאז אים פארברענגען מיט זיין ווייב, מיש נישט קיין יוצרות.


 

#3023 - הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות
התחזקות, חסידות ברסלב, חלישות הדעת, חשבון הנפש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק זייער טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש, זייט אייך מחזק מיט די אוצרות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס, דעם ערשטן טאג): דערווייל איז אנגעקומען א גרויסער אדלער, ער האט געקלאפט אויפ'ן טיר פונעם טורעם און געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט, הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; דער אדלער, דאס גייט ארויף כביכול אויפ'ן אייבערשטן, וואס קלאפט אויפ'ן טורעם, דער טורעם דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, י): "מִגְדַּל עֹז שֵׁם ה' בּוֹ יָרוּץ צַדִּיק וְנִשְׂגָּב". אינעם טורעם זענען געזיצן די מענטשן וואס זענען געראטעוועט געווארן פונעם צעבראכענעם שיף, ווייל די אלע מענטשן וואס קומען צום צדיק זענען אריבער עפעס א זאך אין לעבן וואס דאס האט זיי געמאכט מקורב ווערן, ווייל מען קען נישט מקורב ווערן צום צדיק ווען מען איז ביי זיך פול מיט ישות וגאות, מוהרא"ש זאגט, נאר ווער עס איז גוט צעבראכן ביי זיך - דער נעמט אין האנט א ספר אשר בנחל, נאר דער שפירט די געשמאקע זיסע טעם פון קרבת אלקים.


די אלע זענען געקומען צום טורעם, ביים צדיק, און ער האט זיי געזאגט: "הערט אויף צו זיין ארעמעלייט", דער צדיק זאגט אונז אין נאמען פונעם אייבערשטן: "הייבט זיך אן באנוצן מיט ענקערע אוצרות"; א מענטש פאר זיך אליינס ווייסט נישט וואס פאר א אוצרות ער האט, ער ווייסט נישט צו וואס פאר א מדריגות ער קען אלץ זוכה זיין, ביז דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אים, דער צדיק וועקט אים אויף און איז אים מעורר: "הייב אן נוצן דיין מויל, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, גיי אין שול דאווענען שחרית, מנחה, מעריב; נעם א חומש, א משניות, א גמרא און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן"; ווילאנג מען לעבט קען מען זוכה זיין צו אזעלכע געוואלדיגע אוצרות.


דאס אלעס איז מען זוכה ווען מען איז מקורב צום צדיק.


מיר געפונען, די אידן אין מצרים, כל זמן יוסף הצדיק האט געלעבט - איז נישט געווען קיין שיעבוד מצרים, עס איז נישט געווען קיין נסיונות. אז מען האט א צדיק - איז מען ערליך און הייליג, דער צדיק בלאזט אריין חיות, ער בלאזט אריין האפענונג; איינמאל יוסף הצדיק איז נסתלק געווארן, "וַיָּמָת יוֹסֵף וְכָל אֶחָיו וְכֹל הַדּוֹר הַהוּא (שמות א, ו)", - דעמאלט האט זיך אנגעהויבן שיעבוד מצרים, אלע צרות; און אזוי איז עד היום הזה, ווען א מענטש איז מקושר צום צדיק - האט ער כח צו זיין ערליך און הייליג.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג מיר זאלן בלייבן ביים צדיק, נישט זיין ווי פרעה, וואס (רש"י שם, ח): "עָשָׂה עַצְמוֹ כְּאִלוּ לֹא יָדַע", - וועלן מיר האבן אלעס גוטס בזה ובבא; מיר זאלן נישט האבן חלישות הדעת און איבערלאזן דעם רבי'ן, אזוי ווי ר' ליפא וואס איז געווען א גרויסער סוחר און אן ערליכער איד, איינמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, האט ער געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, איז ער געווען אויף שבת ביים רבי'ן, ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך אבער פון דעם באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און ער איז מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, האט ער אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין!" פון דעם זעט מען אז א מענטש דארף זיך מאכן א חשבון: 'איך ווייס ווער איך בין און איך ווייס גוט וואס דער רבי האט געטון פאר מיר, איך ווייס וואס איך האב באקומען און וואס איך באקום נאך יעצט פון זיך דרייען אין היכל הקודש; איז אפילו דער רבי זאל מיך שלאגן מיט א דראנג וועל איך אויך נישט אוועק גיין פון אזא פלאץ'.


א פרייליכן שבת!

#3022 - נישט זיצן באקוועם ביים רבי'ן, נאר טראכטן אויך פון אנדערע מענטשן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס דארף דיר געבן חיזוק פאר הפצה; אז א בעל דרשן שטעלט זיך אויף רעדן פאר עלטערן פון א מוסד און זאגט: "דא קען איך זאגן די שרעקליכע נידריגקייט פונעם דור, אז מאן און ווייב שפאצירן אינאיינעם!" דער בעל דרשן זאגט: "דאס איז אזוי ווי מען גייט שפאצירן מיט א הונט!"


פרעג איך דיר, איז נישט קיין רחמנות אויף כלל ישראל? זענען מענטשן נישט קיין רחמנות?! דער בעל דרשן איז מיין קרוב, איך האב גרויס רחמנות אויף אים, איך וואלט מן הסתם אויך דאס גערעדט ווען איך ווייס ווען נישט פון רבי'ן.


אנשטאט רעדן צו עלטערן פון וויכטיגע זאכן; פון זיין פרייליך אין שטוב, פון מאכן פרייליכע סעודות, פון נישט רעדן פאליטיק אין שטוב - רעדט ער אזעלכע שטותים...


דאס דארף אונז אויפוועקן פון אונזער באקוועמקייט ביים רבי'ן, מיר זאלן טראכטן פון אנדערע מענטשן, זיי אויך געבן טועם צו זיין פון די אונגארישע וויין.


שטארק זיך; זיי ממשיך מיט'ן דרוקן די שיעורים אין ישיבה. איינמאל דו האסט פון אסאך וואכן, עס איז שוין דא צו מאכן א ספר - איז כדאי דאס צו דרוקן פאר א ספר; דאס נאכאמאל מגיה זיין און שיין אויסשטעלן אז מענטשן זאלן זיך מחי' זיין דערמיט.


 

#3021 - נישט געטרויען מענטשן מיט געלט
קינדער, משפחה, פרנסה, אידיש געלט, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען איינער האט דיך בא'גנב'עט מיט א האלב מיליאן דאלער - זאלסטו שוין גלייבן וואס מוהרא"ש לערנט אונז, מיר זאלן קיינעם נישט געטרויען.


אז מען קען אוועקלייגן געלט - דארף מען דאס קיינעם נישט דערציילן, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות. אויב מען זאגט פאר משפחה אדער נאנטע וויפיל געלט מען האט - וועלן זיי נאכדעם קומען מיט א שפיל דאס ארויס'גנב'ענען, דעריבער דארף מען קיינעם נישט זאגן פריוואטע חשבונות.


שטארק זיך מיט תפילה במנין; שחרית, מנחה און מעריב זאלסטו דאווענען מיט מנין מיט מסירות נפש. דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, אזוי זאגט מוהרא"ש, דאווענען ברענגט שפע. דאווענען האלט דעם איד בקדושת ישראל, דאווענען מאכט אז די קינדער זאלן זיך נישט דארפן מוטשען, זיי זאלן נישט זיין פארטריבענע (עיין ספר המידות, אות תפילה, סימן לו).

#3020 - מען וועט באצאלן אלע כולל אינגעלייט וואס האלטן איין די זמני הכולל
כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט בקרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק


קומענדיגע וואך וועט מען באצאלן אלע כולל אינגעלייט וואס קומען צייטליך און האלטן איין די זמני הכולל, די אלע אינגעלייט וואס קומען נישט צייטליך - וועלן נישט באקומען באצאלט אויף די וואך, נאר לויט וויפיל זיי זענען געקומען.


...


נ.ב. ביטע זיך צייכענען און אריינשיקן די צעטלעך אין ישיבה.

#3019 - פאר דו טוסט נייע זאכן, קום פרעגן
הפצה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


יעצט זאגט מיר איינער פון די בחורים אז דו גייסט ארום צאמנעמען געלט ארויסצושיקן אויף פאסט פאר גאנץ קרית יואל די שטעטל בלעטל.


איך וויל דיר בעטן, פאר דו טוסט נייע זאכן - קום פרעגן; צומאל לוינט נישט צו טשעפען, זיך צו רייצן; ענדערש דארפן מיר גיין הפצה אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט: מיד ליד, מבית לבית; פון טיר צו טיר - די וועג איז די ריכטיגע וועג פון הפצה.


די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא תשא, לא) די ערשטע לוחות איז צעבראכן געווארן ווייל עס איז געקומען מיט א רעש, מיט א פרסום, ווידער די צווייטע לוחות איז געקומען אן א רעש, אן א פרסום - האט זיך דאס געהאלטן.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, נוץ אויס די טעג בעפאר דיין חתונה, און מאך פרייליך די בחורים אין ישיבה; רעד מיט יעדן, שמייכל צו אלעמען.