בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2992 - די ריכטיגע פארשטאנד צו וויסן וואס צו רעדן און צו וועמען צו רעדן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, רעדן, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה פון בית פיגא ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע עלטערן ווילן אייך געבן מעדעצין צוליב דעם וואס איר ווילט אזוי שטארק חתונה האבן – זאלט איר אויפהערן מוטשען פאר א שידוך, ווייל מען וועט אייך נאך ארויפלייגן אויף מעדעצין; אנשטאט מוטשען אייערע עלטערן זאלט איר צוריק גיין צום אייבערשטן, אים קענט איר בעטן און מוטשען.


איר דערמאנט מיך א מעשה, מיין באבע עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע, זי איז געווען א גרויסע צדיקת און זייער א קלוגע, האט זי דערציילט אז נאכן קריג איז זי געווען אזוי זיכער אז משיח קומט שוין אט אט אז זי האט גערעדט מיט יעדן איינעם נאר פון משיח, איין טאג הערט זי ווי מען רעדט אונטער איר רוקן אז זי איז משוגע געווארן, ווייל זי רעדט צופיל פון משיח, האט זי דעמאלט אויפגעהערט צו רעדן; זי איז געווען גענוג קלוג צו וויסן פון וואס צו רעדן און מיט וועם צו רעדן.


דאס זעלבע וואונטש איך אייך, איר זאלט האבן די ריכטיגע פארשטאנד צו וויסן וואס צו רעדן און צו וועמען צו רעדן. רעדט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אייער צעבראכן הארץ, אייער ווילן, ווי שטארק איר ווילט זיין גוט, איר ווילט חתונה האבן צו ווערן גאנץ, צו אנהייבן לעבן.


אויך בעט איך אייך זייער, פרובירט מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך; עס איז טאקע שווערער – יעצט ווען מען ווארט אויף א שידוך – צו זיין פרייליך, אבער אז דער רבי זאגט מען זאל זיין פרייליך – דארף זיין א וועג אויך יעצט צו זיין פרייליך.

#2991 - אין די שניי מיט'ן אייבערשטן
הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך מיין אז דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, וואס די קונטרסים, די בריוון – טוען; ווען דו וואלסט געוויסט נאר איין פראצענט וואס די נייע קונטרסים און גליונות טוען - וואלסטו נישט געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, דו וואלסט געארבעט מיט א שמחה ארויסצוגעבן די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות וכו' וכו'.


אזויפיל בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך זאגן אז די קונטרסים איז זייער גאנצע חיות, זיי זענען אויסגעהונגערט א גאנצע וואך פאר די בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער אפטיילונג, די מעשה ווי אזוי דער רבי איז געווען באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש און שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן.


די מעשה איז אביסל א לענגערע מעשה, דו קענסט דאס צעטיילן פאר דריי וואכן מיט דריי בילדער, שפעטער ווען דו וועסט דרוקן אלע מעשיות פון עצתו אמונה פאר קינדער - זאלסטו דאס צאמשטעלן אינאיינעם.


"אין די שניי מיט'ן אייבערשטן"


קינדער ווער וויל זיין א צדיק?


איך פריי זיך זייער אז אלע קינדער ווילן זיין צדיקים; קינדער איר ווייסט אז מען קען זיין א צדיק און אויך שפילן, שפרינגען און טאנצן? איך וועל ענק דערציילן דעם רבינ'ס יונגע יארן.


דער הייליגער רבי האט זיך זייער אויסבאהאלטן נאך זיין חתונה, קיינער האט נישט געוויסט ווער דער רבי איז, נאר דער רבי'ס ווייב; דער רבי האט געבעטן זיין ווייב די צדקת סאשיא זי זאל נישט דערציילן פאר קיינעם פון זיין עבודות השם. דער רבי פלעגט שטילערהייט לערנען און דאווענען, ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, אויך האט ער זיך באהאלטן אויף די אנדערע זייט טייך, דארט האט ער געלערנט און געדאווענט.


געווען איז דאס אינמיטן ווינטער, עס איז קאלט, עס גייט א פראסט, די טייך אין הוסיאטן איז פארפרוירן, מענטשן גייען אויפ'ן טייך, מען נוצט די טייך פאר א וועג צו גיין פון איין שטאט צום צווייטן. עס גייט דארט אויך רבי אפרים זכרונו לברכה דעם רבינ'ס שווער און זעט ווי זיין איידעם - דער רבי - שפילט זיך מיט חברים, זיי גליטשן זיך אין די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם; ער לערנט נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


ביז דא לייג איין וואך. מאך א בילד ווי א בחור מיט א שטריימל גליטשט זיך אין די שניי, אין די זייט שטייען צוויי עלטערע אידן, איינער ווייסט פאר'ן צווייטן מיט די הענט, א תנועה ווי ער איז נישט צופרידן פון דעם וואס דער בחור שפילט זיך מיט די שניי.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, איר ווייסט אבער יא דעם אמת אז עכט איז דער רבי געווען זייער ערליך, ער האט געלערנט און געדאווענט, און אפילו ווען ער האט געשפילט מיט די שניי - האט ער דאס געטון מיט'ן אייבערשטן. מען קען שפילן, שפרינגען און טאנצן, און זיין דבוק צום אייבערשטן, זאגן א גאנצע צייט: "שכוח אייבערשטער!", "איך דאנק דיר אייבערשטער"; אויב מען צעקלאפט זיך זאגט מען: "אלעס איז דער אייבערשטער!" "אלעס איז פאר מיין טובה".


קינדער טייערע, אז מיר וועלן טון וואס דער רבי האט אונז געלערנט - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים.


חלק ב':


טייערע קינדער מיר האלטן אינמיטן דערציילן ווי אזוי דער רבי האט געדינט דעם אייבערשטן אין זיינע יונגע יארן און קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז א צדיק, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש.


ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


רבי אפרים זכרונו לברכה, דעם רבינ'ס שווער - זעט ווי זיין איידעם שפילט זיך מיט די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט אז איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם, דערווייל לערנט ער נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


און יעצט ליינט ווייטער:


רבי אפרים זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, עס פלעגן קומען צו אים גרויסע צדיקים און ער האט יעדן איינעם זייער שיין אויפגענומען. איינמאל איז אנגעקומען צו אים אין שטוב א גרויסער צדיק, א תלמיד פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכרונו לברכה. רבי אפרים האט זיך באקלאגט פאר אים, ער האט זיך אויסגעגאסן פאר אים דאס הארץ: "איך האב דא א גרויסע פראבלעם, איך האב גענומען פאר אן איידעם אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב, אבער ער לערנט נישט! ער שפילט זיך מיט די קינדער, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, ער קען נישט ליינען בכלל!"


דער גאסט, דער גרויסער צדיק - זאגט פאר רבי אפרים: "איר מאכט א טעות! עס קען נישט זיין, עס איז זיכער נישט אמת!" דער צדיק האט מורא געהאט צו רעדן אויף אן אייניקל פון בעל שם טוב, אבער רבי אפרים, דעם רבינ'ס שווער, זאגט אים: "הלוואי זאל איך מאכן א טעות, איך זאג אייך ער קען נישט ליינען, ער האט פארגעסן די עברי, ער שפילט א גאנצן טאג מיט חברים; פרובירט אים אויס, געבט אים צו ליינען א ספר וועט איר זען אז ער קען נישט קיין עברי", דער צדיק זאגט פאר רבי אפרים: "רופט אהער אייער איידעם, איך וועל אים געבן צו ליינען".


דער רבי קומט צו גיין מיט זיין שווער, דער צדיק האלט אינמיטן זאגן משניות, ער נעמט זיין משניות און זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך וויל הערן אויב דו קענסט ליינען די ווערטער פון משניות", ער עפנט די משניות ביי מסכת בבא קמא פרק ב משנה ג: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי שֶׁקָּפְצוּ מֵרֹאשׁ הַגָּג", און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "זאג!" דער רבי איז געווען זייער קלוג, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל וויסן אז ער לערנט, האט ער זיך געמאכט ווי ער האט פארגעסן ווי אזוי מען ליינט, ער הייבט אן זאגן: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי", די הינט מיט די ציג, "שֶׁקָּפְצוּ מַארְשׁ", וואס האבן געטאנצן א מארש; דער צדיק האט זיך זייער פארשעמט, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס דא גייט פאר, דעם רבינ'ס שווער רבי אפרים זאגט: "איך האב אייך געזאגט אז ער האט שוין פארגעסן אפילו די עברי!"


דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דו ביסט אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק רבי נחמן הוראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה, און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!!!" און ער געבט דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים. דער רבי וויינט, דער רבי וויל נישט זאגן ווער ער איז, דער רבי וויל זיין באהאלטן, דער רבי מאכט זיך ווי ער קען נישט לערנען.


ביז דא לייג די אנדערע וואך. מאך א בילד ווי אן עלטערער איד געבט א פאטש פאר א בחור, אין דער זייט א בילד ווי א הינט מיט א ציג טאנצן א מארש; עס מוז זיין אינטערעסאנט פאר די קינדער, אזוי גייען אריין די מעשיות זייער שטארק אין זייער הארץ.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, מיר ווייסן דעם אמת אז דער רבי האט יא געקענט ליינען, ער האט זייער פלייסיג געלערנט, געדאווענט און גערעדט צום אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל שמועסן פון אים, ער האט געוואלט זיין אויסבאהאלטן פון די וועלט; מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה צו רעדן צום אייבערשטן שטילערהייט, אזוי וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים.


חלק ג:


טייערע קינדער, מיר האלטן אינמיטן דערציילן די מעשה פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט זיך באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט נישט געוואלט מען זאל וויסן פון זיין עבודות השם.


קינדער, ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


לאמיר איבערגיין און קורצן פון פריער. דער רבי'ס שווער רבי אפרים האט ביי זיך א גאסט א צדיק, און יענער צדיק זעט אז דער רבי לערנט נישט, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו! דו ביסט אן אייניקל פון דער גרויסער צדיק רבי נחמן האראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה - און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!" ער האט געגעבן דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים און דער רבי האט זייער געוויינט.


און יעצט ליינט ווייטער:


דער צדיק דער גאסט וואס האט געגעבן פאר'ן רבי'ן צוויי פעטש גרייט זיך אהיים צו פארן, ער פארט ארויס פון הוסיאטין, ער זיצט אין וואגן און עפעס הערט ער, ער בעט דעם בעל עגלה זאל אפשטעלן די וואגן, ער הערט איינעם וויינען, דער בעל עגלה ווערט דערשראקן און ער שטעלט אפ די וואגן.


זיי הערן ביידע א וויינעדיגע קול, א זיסע קול; זיי גייען אראפ פון וואגן און גייען נאך דעם קול, דער צדיק זאגט פאר'ן בעל עגלה: "עס הערט זיך א קול ווי איינער דאווענט", פלוצלונג זעען זיי א איד אין וואלד אנגעטון מיט טלית און תפילין דאווענט מיט א ברען, מיט א פלאקער; דער איד וויינט, דער איד בענקט, דער איד זאגט די ווערטער פון פסוקי דזמרה מיט אזא הארציגקייט.


דער צדיק ווערט דערשראקן, ער שפירט ווי ער גייט חלש'ן, ער דערקענט דעם מענטש, ער שרייט: "אוי, וויי איז מיר, איך האב געגעבן דעם מענטש צוויי פעטש?!?!" ער כאפט שוין וואס גייט פאר, דאס איז דער רבי, רבי אפרים'ס איידעם, דער אייניקל פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער פארשטייט שוין אז דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט קיין עברי, עכט איז ער א באהאלטענער צדיק! ער וויינט צום רבי'ן: "זיי מיר מוחל, פארגעב מיר!" דער רבי זאגט אים: "איך בין דיר מוחל מיט מיין גאנצע הארץ נאר אויב דו זאגסט מיר צו אז דו גייסט קיינעם נישט דערציילן, ווי לאנג איך לעב, וואס דו האסט דא געזען..."


(מיר ווייסן די מעשה ווייל דער צדיק האט געלעבט לענגער פון רבי'ן, ער איז אמאל איינשטאנען ביי חייקל, דער חזן פון רבי'ן, דעמאלט האט ער דערציילט די מעשה).


ביז דא לייג די אנדערע וואך, מאך א בילד ווי מען זעט דעם רבי'ן אין וואלד מיט טלית און תפילין, ער שטייט ביי א בוים, ער דאווענט און וויינט, פון די זייט שטייט דער רב, דער בעל עגלה, די פערד און וואגן, זייער פנים איז דערשראקן.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


אזוי איז דער רבי אויסגעוואקסן דער הייליגער רבי, ער האט געדאווענט און געלערנט, ער איז געגאנגען התבודדות, געבעטן דעם אייבערשטן, געוויינט צום אייבערשטן - ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי.


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן רעדן צום אייבערשטן, מיר וועלן זינגען צום אייבערשטן, מיר וועלן אים דאנקען אויף אלעס - וועלן מיר ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2990 - בעט אייך אויס ביים ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו
קינדער, ישועות, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט גיין צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו; צו א ציון פון א צדיק גייען אפילו פרויען. גייט אינאיינעם מיט אייער מאן נרו יאיר; ער זאל שטיין ביי די מענער זייט און איר זאלט שטיין ביי די פרויען זייט און בעטס פאר קינדער - וועט איר פועל'ן ישועות.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט זייער אסאך גיין צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו; ווען מוהרא"ש איז געווען אין מאנסי אויף א שמחה - איז ער צוגעגאנגען צום ציון מתפלל זיין. אזוי טו איך אויך, ווען איך בין אין מאנסי - גיי איך ארויף צום ציון הנ"ל, מען זעט דארט גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2989 - א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט
בחור, משניות, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ירושלים מיט אנשי שלומינו, זיך באקענען פון דער נאנט מיט ענק אלע; איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט.


איך האף דו האסט פארשטאנען די שיעורים אין אידיש, מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות בעיקר פון די צוויי הויפט נקודות פון רבי'ן, די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און פון דעם סדר דרך הלימוד.


שטארק זיך, נוץ אויס די יונגע יארן. בטל נישט קיין צייט; עס איז דא א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט, מען קען שמועסן שעות אויף שעות פון גארנישט מיט נישט, אלע בחורים האבן די יצר הרע; דעריבער בעט איך דיר זייער, ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו לויפן צו די תורה, נעם א משניות און זיי גורס פרקים משניות כסדרן, אויך מאך זיך א שיעור אין ש"ס כסדרן דיקא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט.


דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2988 - תלמידות בית פיגא מוזן זיך פירן מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי, שתחיו


אזוי ווי עס זענען אריינגעקומען פרישע תלמידות, וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן וואס מיר ווילן מיט אונזער סקול "בית פיגא", איך בעט זייער אלע תלמידות זאלן זיך גוט צוהערן צו די ווערטער.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; און אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ, און אויף דעם וועג פירן מיר די סקול בית פיגא, מיר קוקן אויף דרך ארץ; א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ, זי הערט אויס די לערערינס - איז ביי אונז א תלמידה, און א מיידל וואס פירט זיך נישט מיט דרך ארץ - איז קיין תלמידה; מעג זי קענען גוט דאס לערנען, מעג זי זיין געלונגען, ביי אונז איז דאס נישט ווערד, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דעריבער בעט איך אייך אלע צו זיין גרייט אין צייט ווען מען דארף זיין אין קלאס, ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס - דארף יעדער זיצן אין פלאץ גרייט מיט אלעס, נישט דעמאלט אנהייבן זיך צאמנעמען וכו', אלעס דארף שוין זיין גרייט פון פאראויס.


ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס דארפן זיך אלע אויפשטעלן מיט דרך ארץ, מען בלייבט שטיין ביז די טיטשער ווינקט אז מען קען זיך שוין אראפזעצן, מען פארמאכט די מויל און מען עפנט די אויערן צו הערן יעדעס ווארט וואס די טיטשערס לערנען.


אין קלאס קען מען נישט רעדן מיט א צווייטן, מען קען זיך נישט ווינקען און נישט לאכן; בשעת מען לערנט - דארף מען זיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי קען מען מקבל זיין די לימודים.


יעצט ווען איך הער אז ביי די עלצטע קלאס אין שטעטל זענען דא מיידלעך וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ - בין איך זייער פארשעמט, ווייל איך שטאלציר מיט די שטעטל סקול, און יעצט זאגט מיר די מנהלת תחי' אז עס זענען דא מיידלעך וואס לאכן זיך אויס פון די טיטשערס און מען זיצט נישט אין צייט גרייט וכו'.


דעריבער וועל איך נישט קומען צו ענק מער געבן שיעורים, איך גיי נאר וואו עס איז דא יראת שמים. אז עס איז דא דרך ארץ איז דאס א סימן פון יראת שמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יב): "מוֹרָא רַבָּךְ כְּמוֹרָא שָׁמַיִם", מען דארף מורא האבן פון א רבי אזוי ווי פונעם אייבערשטן; און אויב איר וועט זיך נישט פארבעסערן חס ושלום - וועל איך פארמאכן די קלאס, מען וועט זיך דארפן נאכאמאל איינשרייבן און מיר וועלן נאר אננעמען די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג.

#2987 - שרייבן קלאר און מסודר
בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ביטע איבערגעבן פאר מרת ... תחי'; זי שרייבט מיר לאנגע בריוו, איך דארף זיך אנשטרענגען דאס צו ליינען, עס איז נישט קלאר געשריבן; עס גייט מיר אוועק אסאך צייט צו ליינען די בריוו.


אויב זי וויל איך זאל ליינען אירע בריוו און איר ענטפערן - זאל זי עס שרייבן קלאר און מסודר, אז נישט וועל איך עס נישט ליינען; עס נעמט מיר זייער אסאך צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2986 - די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די שלום בית וואס איז דא ביי אייך
שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גרוסן אויף דיר, איך הער פון די גבאים אין ירושלים אז דו דאווענסט ביי אונז אין שול, דו געפונסט זיך דארט.


היינט שרייבט מיר איינער אז ער האט געטראפן דיין שווער און ער זאגט אים אז ער האט זייער הנאה פון דיר; דו פירסט זיך מיט אזא דרך ארץ, דו רעדסט אזוי שיין צו דיין ווייב, ער שעמט זיך פון דיר; ער זאגט יענעם: "איך רעד נישט אזוי שיין צו מיין ווייב אזוי ווי מיין איידעם רעדט צו מיין טאכטער".


מען זעט ממש די ווערטער וואס דער רבי זאגט: "די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך"; דאס מיינט די ליבשאפט אין שטוב, 'צווישן אייך' - מיינט מען צווישן מאן און ווייב.


שרייב מיר דיינע שיעורים און דיינע סיומים - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2985 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#2984 - זיכער מאכן אז דאס קינד זאל נישט פארשעמט ווערן
חינוך הילדים, מלמדים, בושה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


עס זענען געקומען היינט צו מיר די עלטערן פון הילד ... נרו יאיר, זיי האבן א פראבלעם מיט זייער זון, ער קומט אהיים יעדן טאג איינגעמאכט; ער האט א פראבלעם, ער דארף הילף. עס ליגט אויף דיר אן אחריות צו העלפן דעם קינד, אים דערמאנען צו גיין אין בית הכסא; דארפסט דאס מאכן מיט חכמה, ער זאל נישט ווערן פארשעמט, געב אים עקסטערע צייט דערויף.


נאך א וויכטיגע נקודה. וועלן עלטערן קומען רעדן צו דיר געב זיי די הרגשה אז זיי זענען עלטערן; לאז זיי אויסרעדן, באווייז זיך נישט ווי געלונגען דו ביסט, האק נישט איבער, הער זיי אויס און באדאנק זיך פאר זיי.


לאז זיך לערנען, בפרט ווען עס האנדלט זיך מיט'ן עתיד פונעם קינד; ער ווערט דאך פארשעמט, אלע זאגן ער שטינקט; וואס קען ער טון? ער דארף הילף.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#2983 - הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל אויפהערן קוקן מאוויס
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, מאוויס, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אנגעקומען אהיים, עס איז שפעט ביינאכט; דאך וויל איך אייך שרייבן אביסל חיזוק.


דאס ערשטע און וויכטיגסטע זאך וויל איך אייך בעטן: קלאפט זיך נישט אראפ; דער יצר הרע, דער סמ"ך מ"ם – האט אייך גוט אריינגעכאפט אין זיין פאסטקע, ער האלט אייך אן מיט זיינע ציין און נעגל, ער וויל אייך נישט ארויסלאזן.


וואס איז די פאסטקע? דאס אז איר האלט נישט פון זיך, איר טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט'; איר שפירט זיך די ערגסטע פרוי אין שטעטל, איר האלט קלאר אז איר זענט א פארפאלענע, דעריבער זענט איר ממשיך טעג און נעכט מיט קוקן מאוויס השם ישמרינו; דאס אלעס קומט פון די עצבות און מרה שחורה וואס איר האט.


דעריבער בעט איך אייך זייער, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט א גרויסע צדיקת, איר זענט אן ערליכע פרוי. אז איר וועט האלטן פון זיך וועט איר זיך עקלען צו קוקן די גוי'שע מאוויס השם ירחם.


שנית, איך האב אייך געשריבן שוין אפאר יאר צוריק א שיינע תפלה; איר זאלט זאגן די תפילה וועט איר ארויסגיין פון די שלעכטע זאכן.


נאכאמאל, קלאפט זיך נישט אראפ; דא האט איר די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן שְׁפִּירְן שְׁטֶענְדִיג וִוי דוּ בִּיסְט מִיט מִיר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען עֶרְלִיכֶע דוֹרוֹת, קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל קֶענֶען פְרֵיילִיךְ מַאכְן מַיין מַאן, עֶס זָאל זַיין נָאר לִיבְּשַׁאפְט צְוִוישְׁן מִיר אוּן מַיין מַאן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אוֹיפְהֶערְן קוּקְן מָאוִויס, עֶס צִיעֶט מִיר שְׁטֶענְדִיג צוּ קוּקְן נָאךְ אוּן נָאךְ, אִיךְ בִּין זֵייעֶר צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּ דֶעם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל דָאס אָפְּלָאזְן אוּן אַיינְזֶען דִי נַארִישְׁקַייט פוּן קוּקְן מָאוִויס.


אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעקוּקְט בִּיז אַהֶער, אִיךְ בִּין נִישְׁט שׁוּלְדִיג, קֵיינֶער הָאט מִיר נִישְׁט גֶעזָאגְט אִין מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן וִוי שֶׁעדְלִיךְ דָאס אִיז, אִיךְ הָאבּ זִיךְ צוּגֶעוואוֹינְט אַלְץ יוּנְגֶע מֵיידְל צוּ קוּקְן אוּן יֶעצְט אִיז מִיר זֵייעֶר שְׁוֶוער זִיךְ אָפְּצוּלָאזְן פוּן דֶעם, בֶּעט אִיךְ דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי נִישְׁט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר, אִיךְ גֵיי פְּרוּבִּירְן דָאס בֶּעסְטֶע וָואס אִיךְ קֶען אוּן הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אָנְהֵייבְּן לֶעבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע לֶעבְּן".

#2982 - אינו דומה א ספר אן מפתחות צו א ספר מיט מפתחות
אשר בנחל, ספרים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך ווארט שוין אזוי לאנג צו הערן פון דיר וואו דו האלסט מיט'ן מגיה זיין די אידישע בריוו פון אשר בנחל.


דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער בחורים, מיידלעך, ווייבלעך און אינגעלייט זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון מוהרא"ש; די חיזוק פון מוהרא"ש איז וואונדערליך, עס העלפט אין יעדן מצב, עס העלפט יעדן איינציגסטן מענטש.


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז מיר וויסן וואו די בריוו, די ספרים – האלטן. אויך די מפתחות איז זייער וויכטיג צו ענדיגן; אינו דומה א ספר אָן מפתחות צו א ספר מיט מפתחות, לאז מיר וויסן ווי דאס האלט, איך וויל יעצט איבערדרוקן אלע אידישע חלקים.


דו וועסט זען א גרויסע ישועה בכל ענינים, דו וועסט זען קלאר די גרויסע ניסים; מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט דרוקן די בריוו – וועט האבן א ישועה למעלה מדרך הטבע.

#2981 - מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו קינדער, נישט צו די עלטערן
מלמדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, א' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע דער מלמד פון דיין זון נרו יאיר; אסאך עלטערן זאגן מיר אז ווען מען רעדט צו אים לאזט ער נישט אויסרעדן, ער באווייזט זיך אז ער פארשטייט בעסער. מיר זוכן נישט מלמדים וואס פארשטייען צו עלטערן, מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו די קינדער.


איך האב שוין גערעדט כמה פעמים מיט אים, ער זאל אויסהערן אלע עלטערן; איך וועל נאכאמאל רעדן צו אים. ער איז א גוטער מלמד, ער ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, ער שלאגט נישט, ער פארשעמט נישט און ער קלאפט נישט די קינדער, ער בויט זיי אויף; הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע מלמדים, די איינע חסרון מאכט אים נישט ווייניגער.


בזכות די צדקה, די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט מיר געברענגט – זאלסטו זען א גרויסע ישועה; דו, דיין ווייב און קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק און זען ליכטיגע דורות.

#2980 - העלף מיר מיט וואס דו קענסט אין חדר
מוסדות, שטעטל, חדר, עברי

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, א' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד ברסלב ליבערטי


לעת עתה האב איך נישט קיין מנהל אין שטעטל, בעט איך דיר זייער העלף מיר; רעד מיט דיין ברודער, קוק אויב אלעס איז פיין.


ער זאגט מיר אז דער אינגל ... כאפט נישט אויף די א-ב; אפשר קענסטו זען אויב עס איז טאקע אזוי, אויב דער קינד איז נאך יונג, אדער אפשר איז דא א וועג אים יא אויסצולערנען; איך וויל נישט אראפשטעלן דעם אינגל א כתה, איך וויל פרובירן אים צו האלטן אין די כתה.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מיט וואס דו קענסט אין חדר, איך קען נישט אלעס אליינס טון, איך שפיר ווי איך פאל פון מיינע כוחות, איך דארף תלמידים זאלן אראפנעמען פון מיר ארבעט.


א פרייליכן חנוכה מיט אלע ישועות.

#2979 - בעטס דעם אייבערשטן יעדע זאך, וועט איר זען גרויסע ניסים
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי'


נעמט די מתנה דעם ספר תהלים און זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהלים איז א מִשְׁעֶנֶת, אן אנלאנער; תהלים העלפט אין אלע צייטן, תהלים געבט כח.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, בעטס אים יעדע זאך וואס איר דארפט – וועט איר זען גרויסע ניסים.


בעטס אויך פאר אייערע טייערע עלטערן, זיי זאלן האבן נאר נחת.


פון דער ראש ישיבה.          

#2978 - שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א גוט מארגן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין כתה, אויך אין די גאנצע תלמוד תורה, און אויך א שטארקע דיסציפלין.


מלמדות איז א חכמה, די חכמה איז עס זאל זיין סיי דרך ארץ און סיי פרייליך; די מלמדים וואס ווארפן א שטארקע פחד און שרעק - די זענען נישט קיין גוטע מלמדים, און די וואס לאזן אלעס אויף הפקר - די זענען בכלל נישט קיין מלמדים; די חכמה איז ביידע אינאיינעם, סיי פרייליך און סיי דרך ארץ, אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; אלע בחורים האבן ליב די ישיבה, עס איז א לופטיגע מצב, און פון די אנדערע זייט איז דא א שטארקע יראה און דרך ארץ.


ווען דו דרייווסט זאלסטו האלטן דיינע אויגן אפן, קוקן וואס טוט זיך אויפ'ן באס, די קינדער זאלן זיין ערליך; ווען דו זעסט קינדער בייגן זיך אראפ ביי א ווינקל, עס זעט אויס פארדעכטיגט - זאלסטו דאס איבערגעבן פאר די מלמדים.


אויך זאלסטו געבן א ריזיגע שמייכל פאר יעדן קינד, שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א "גוט מארגן!" דאס איז זייער געזונט און וויכטיג פאר קינדער, ווייל אסאך קינדער כאפן אזעלכע קולות און יללות פאר זיי קומען אין חדר און אין סקול. ביי א טייל משפחות שטייט מען אויף נאך די לעצטע מינוט און מען טרייבט ארויס די קינדער פון שטוב אזוי ווי מען טרייבט בהמות און חיות ה' ישמרינו; דארף מען געדענקען צו געבן א שמייכל מיט א גוט מארגן פאר יעדן באזונדער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך פריי זיך צו האבן אזא גוטער סאלדאט ווי דיר אין מיין ארמיי.

#2977 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#2976 - איך וויל מחזק זיין די אינגעלייט זאלן זיך קובע זיין צו לערנען פארטאגס
שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס טוט זיך פארטאגס אין שול? עס זענען דא חברותות? אינגעלייט קומען לערנען? עס איז כדאי דו זאלסט מיר שרייבן ווער עס קומט אלץ לערנען אינדערפרי, איך וויל זייער מחזק זיין די אינגעלייט זאלן זיך קובע זיין צו לערנען פארטאגס.


אין שטעטל איז דאך אנדערש ווי אין שטאט; אין שטאט איז די גארטן וואס מען יאגט (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יא), מען גייט שלאפן זייער שפעט, ווידער אין שטעטל קען מען דאך גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי, אין שטעטל איז דאך דא ישוב הדעת.


איך וויל זייער מחזק זיין אלעמען צו קומען לערנען אינדערפרי, איך וויל עס זאל זיין א מקום תורה.

#2975 - אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער, נעם זיי פאר דיינע העלפערס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מענידזשער פון די מוסדות ברסלב, ליבערטי


ערשטנס וויל איך דיר דאנקען פאר'ן העלפן אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ, כח און מח; אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע הייליגע מוסדות, עס איז נישט פשוט וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווער נישט פארלוירן ווען די קינדער טוען זאכן וואס מען דארף נישט. דער קינד וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער - דאס איז א טעות; מיר האבן דאס אויך געטון ווען מיר זענען געווען יונג. זע מיט חכמה צו נעמען די לעבעדיגע, געזונטע, ווילדע און קלוגע קינדער פאר העלפערס, קויף זיי אונטער מיט גוטע ווערטער, אדער מיט דרייען די רעדל פונעם באס; אזוי וועלן זיי דיר העלפן, זיי וועלן זיכער מאכן אז יעדער פאלגט, זיי וועלן דיר שטילערהייט דערציילן אלע שפיצלעך וכו'.


די וועלט זאגט: "ווען מען האט מורא פונעם גנב - נעמט מען אים פאר'ן שומר"; אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער - נעם זיי פאר דיינע העלפערס.


יישר כח פאר אלעס.

#2974 - מיר דארפן זיך שטארקן מיט אלע כוחות אין אמונה
שידוכים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסידזש.


איך וועל זיך אומקוקן פאר א גוטער בחור פאר דיין טאכטער, דיין טאכטער תחי' איז זייער א חשוב קינד, פון די אויסגעצייכנסטע תלמידות פון בית פיגא; עס קומט איר א גוטער בחור, אן ערליכער בחור, נישט געכאפטערהייט; זאג איר מען גייט אויסקלויבן א גוטער בחור פאר איר.


פארליר זיך נישט, "גאט איז גרויס!" מיר ווייסן גארנישט וואס טוט זיך, מיר דארפן זיך שטארקן מיט אלע כוחות אין אמונה.

#2973 - מען מאכט קינדער פאר פראבלעמען, צו מאכן געלט דערויף
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד נישט צו דיין ווייב פון אריינשיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות, זי קען עס נישט נעמען, זי ווערט פשוט משוגע ווען דו רעדסט פון דעם.


איך ווייס אז עס גייט דיר ממש אין לעבן אז דיינע קינדער זאלן קומען אין אונזער מוסד, דו האלסט נישט אויס אז מען מאכט פון זיי א קעיס, מען מאכט זיי פאר ספעציעלע קינדער, מען רייט אויף דיר השם ישמרינו. אזוי טוט מען ליידער מיט צענדליגער הונדערטער קינדער, מען מאכט פון קינדער א ביזנעס, מען מאכט זיי פאר פראבלעמען כדי די שטאט זאל געבן געלט ה' ירחם. דאך בעט איך דיר, לאז אפ דיין ווייב, זי קען דאס נישט נעמען; זי הערט נאר דאס ווארט 'ברסלב'ער מוסדות' - ווערט זי ממש צעדרייט.


דו האסט איין ברירה, גיי צום אייבערשטן; בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט ברוח ונפש, העלף מיר מיינע דורות זאלן האבן אמונה אין דיר באשעפער און אמונה אין צדיקים, זיי זאלן לעבן מיט הייליגע צדיקים, זיי זאלן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן צוזאמען מיט אלע אידן".


דאס איז די וועג צו באקומען וואס מען וויל, וואס מען דארף; תפילה און נאכאמאל תפילה.


ברודער טייערער, זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם הייליגן רבי'ן, העלף די מוסדות; ביי מיר איז דער עיקר די יוגענט. איך האב ברוך ה' אסאך ארבעט, אלעס איז ביי מיר א טפל אנטקעגן די חדר און מיידל סקול. ביז דערווייל האבן מיר שוין מוסדות אין דריי שטעט, אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל און אין ליבערטי, נאך אביסל עפענען מיר אין מאנסי און אזוי ווייטער וועלן מיר אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, דער בעל תפילה מיט'ן גיבור גייען ארום פון שטאט צו שטאט, מען נעמט אלעס איין מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום קעניג (ספורי מעשיות, מעשה יב).


"קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען" - האט דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח); אז דער רבי האט אזוי געזאגט - איז טאקע אזוי, דארף מען דאך זייער פרייליך זיין!

#2972 - איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל


איך וויל זייער הערן וואס טוט זיך ביי ענק אין חדר, איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער, איך האף דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה ויראת שמים.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך, לכל הפחות איינמאל א וואך - אלע פרטים פון חדר.


אויך דיין ווייב תחי' זאל מיר שרייבן וואס טוט זיך אין סקול, איך האלט נישט מיט; איך וויל מיט האלטן וואס טוט זיך אין די מוסדות אין קרית יואל.

#2971 - ברענג אריין א שמחה און אמונה אין די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; די גאנצע וועלט, תבל ומלואה, שטייט אויף זייער תורה (שבת קיט:). קומט אויס אז די וועלט שטייט בזכות דיר, ווייל אן א מלמד איז נישטא קיין תורה פון תינוקות של בית רבן.


שטארק זיך ברודער, זיי פרייליך מיט דיין הייליגע ארבעט. ברענג אריין א שמחה און אמונה אין די קינדער; די קליינע ריינע קינדער נעמען אן די ווערטער פונעם מלמד מיט אזא שטארקע תמימות ופשיטות און דאס וועט מיטגיין מיט זיי זייער גאנצע לעבן.


יישר כח און נאכאמאל יישר כח.

#2970 - דערצייל שיינע מעשיות פאר די קינדער, מאך עס אינטערעסאנט
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


לעת עתה האב איך נאכנישט קיין מנהל אין תלמוד תורה אין שטעטל, "וּבְמָקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ" (אבות ב, ה), בעט איך דיר, העלף מיר אין תלמוד תורה.


דו ביסט א געטרייער מלמד פאר דיין כתה בפרטיות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך אומקוקן אויך אויף אלע כיתות בכלליות.


דער מענידזשער האברך היקר ... נרו יאיר ארבעט ביטער שווער אלעס זאל קלאפן אין תלמוד תורה, זאלסטו איינשפאנען די קינדער מען זאל אים העלפן, אים גרינגער מאכן.


ער זאגט מיר אז היינט האט א קינד געווארפן א שטיין און אויסגעשאסן א פענסטער פון די באס; איך ווייס אז די קינדער אין שטעטל זענען - געלויבט דעם אייבערשטן - לעבעדיגע קינדער, געזונטע ווילדע קינדער; דאך דארף מען אויסלערנען דרך ארץ און מענטשליכקייט. איך בין אויך געווען ווילד, איך האב אויך אויסגעשאסן פענסטערס, ביז מען האט מיך געכאפט און מיך גוט אויסגעלערנט.


נעם צאם די קינדער ביי לאנטש און ביי פרישטאג, דערצייל זיי שיינע מעשיות. מאך עס אינטערעסאנט, מאך עס לאכעדיג - עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער (ודעת לנבון, עס איז נישט כדאי צו מאכן סתם ליצנות פאר קינדער, נאר אויב די ליצנות איז קעגן עבודה זרה און עבירות, ווי צום ביישפיל מענטשן וואס שערן זיך די פיאות, די בארד און מענטשן וואס טוען עבירות).


שטארק זיך ליבער ברודער; איך האף דו וועסט בלייבן דיין גאנץ לעבן אין אונזער ארמיי. איך וויל אויפשטעלן אן ארמיי פון אינגעלייט וואס וועלן טון מיט קינדער לשם שמים; אויפבויען קינדער, ליב האבן יעדן קינד און זוכן אין יעדן איינעם דאס גוטס.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל, איך וועל דא צינדן פיר לעכטלעך, ביז זאת חנוכה.


יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך האב זיך גלייך געזעצט שרייבן בריוו פאר אלע מלמדים, איך האף צו קומען אין חדר ענק מחזק זיין. מארגן אינדערפרי וועט זיין א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, נאכדעם וויל איך קומען אין חדר.


 

#2969 - איך דאנק דיר פאר'ן דרייוון די שאטל אין שטעטל
ניגונים, שטעטל, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן דרייוון די שאטל.


עס קען זיין דו שפירסט זיך אומעטיג ביים דרייוון, עס איז דא גאנצע שעות וואס דו פארסט ארום און ארום די שטעטל ליידיג, דו שפירסט זיך ווי דו טוסט גארנישט; זאלסטו וויסן אז דו טוסט יא, ביי מיר טוסטו אסאך; איך וויל זייער שטארק עס זאל זיין א שאטל פאר די משפחות צו קענען קומען און גיין, דו העלפסט מיר בויען דעם שטעטל.


זיי זיך מתבודד, צינד אן ניגוני אמונה; אויפ'ן שאטל קענסטו אנצינדן נאר ערליכע ניגונים.


 

#2968 - מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


ווער נישט פארלוירן פון קיין שום זאך. געדענק דיינע קינדערישע יארן, געדענק וואס מוהרא"ש לערנט אונז; אז קינדער זענען קינדער, קינדער זענען ווילד, קינדער ווילן נישט לערנען, קינדער ווילן נאר שפילן, און אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן לערנען, אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן פאלגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א טאטע זאגט דיר אז די קינדער זאגן: "די יאר האבן מיר נישט מורא, ווייל דער רבי איז נישט שטרענג, דער רבי שלאגט נישט, דער רבי טוט גארנישט"; ווער נישט אויסער זיך פון וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס עלטערן זאגן דיר.


ווען עלטערן רופן דיך מיט טענות - זאלסטו אויסהערן וואס זיי זאגן; הער פון זיי אינפארמאציע, הער צו יעדעס ווארט, און נאכדעם זאלסטו טון וואס דו האסט צו טון; זאלסט נעמען די לימודים וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, די לימודים פון מוהרא"ש און מיט אסאך סבלנות און ליבשאפט ווייטער זיי מחנך זיין.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל. יעצט איז אינמיטן נאכט, איך שרייב דיר יעצט נאכן פארן א לאנגע וועג; איך האף מארגן צו מאכן א באזוך ביי דיר אין כתה, דיר מחזק זיין.


בנוגע דעם קינד הילד ... נרו יאיר וואס דו זאגסט אז ער איז דיר נישט גורס, ער איז קאלט, טרוקן וכו' וכו'; וויל איך דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין זון? וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין ברודער? חס ושלום זאגן אויף א אידיש קינד ער איז א קאלטער, א טרוקענער וכו' וכו', די אלע נעמען; דו רעדסט אזוי ווי די פלישתים וואס האבן פארשטאפט אלע ברונעמס וואס די הייליגע אבות האבן געגראבן, אונזער עבודה איז צו גראבן ביי יעדן איד און טרעפן א ברונעם וואסער, מים חיים; נישט פארשטאפן חס ושלום.


אז א קינד איז פארמאכט, פארשלאסן - איז א סימן אז ער גייט אריבער עפעס א שוועריקייט אין לעבן. פערצופאל האלט איך מיט וואס טוט זיך ביי אים אין שטוב, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, די עלטערן זענען ערגעץ אין א צווייטע פלאץ, די קינדער גייען אריבער זייער שווערע יארן; אלע ברידער און שוועסטער זענען אזוי געווען, איך האב אסאך געארבעט מיט די געשוויסטער.


דעריבער בעט איך דיר זייער, מיין טייערער ליבער תלמיד, איך האב דיר אויסגעוועלט צו זיין פון אונזער ארמיי - זאלסטו זיין א גוטער סאלדאט, א בראווער גענעראל און נישט לאזן חס ושלום קיין איין קינד בלייבן פארשטאפט. זוך א גרובעלע ביי אים אין הארץ, זוך וואסער. קום מיר דערציילן די גוטע בשורה וואס די עבדי אבות האבן דערציילט (בראשית כו, לב): "מָצָאנוּ מָיִם!" זוך אין אים א פלאץ, מאך אים א העלד, מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד, ובפרט די קינדער וואס עס דארף נאך אריינגיין אין זיי אסאך ארבעט - זאלסטו נאכמער ליב האבן.


לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, לאז אפ אלעס; יעצט זאלסטו נעמען מלמדות פאר דיין עבודת השם. זיי פעלזן פעסט, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם, אל תירא ואל תחת מאף אחד שבעולם! לערן אויס די קינדער זיי זאלן זיך נישט טשעפען, לערן זיי אויס צו זיין הייליג.


איין שיעור זאלסטו נישט מוותר זיין, עצתו אמונה; דאס זאל זיין דיין וועג ווייזער, דיין חיזוק, דיין מוסר ספר, דיינע שיעורים כסדרן.


איך בעט פאר דיר שטענדיג.