בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1900 - אז דער שידוך געפעלט דיר, איז נישט קיין חילוק וואו דו וועסט וואוינען
שידוכים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וואס דו פרעגסט וועגן דעם שידוך וכו', אז דו וועסט דארפן גיין וואוינען וכו'; מיר ווייסן נישט ווי און וואס מיר דארפן טון, מען פירט פון הימל וואו צו וואוינען. אז דער שידוך געפעלט דיר זאלסטו לייגן אין דער זייט אלע טפל'דיגע זאכן און ענדיגן בכי טוב.


נאך די צווייטע וועלט מלחמה האבן די שארית הפליטה נישט געוואוסט וואו צו גיין, זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אין לאגער און געווארט זיך צו קענען מסדר זיין.


דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "עס איז מיר אנגעקומען יעדן טאג גאנצע פעק מיט בריוו, אלעס מיט די שאלה וואו מען זאל גיין וואוינען; איך האב זיך נישט געטרויט צו ענטפערן אזא שאלה, נאר דער הייליגער אריז"ל האט געקענט זאגן וואו מען דארף וואוינען לויט יעדנ'ס שורש נשמה"; עס איז א גרויסע אחריות צו זאגן וואו צו וואוינען.


נאכאמאל, טרעף זיך מיט איר און אויב עס האט חן זאלסטו נישט קוקן אויף וואו מען וועט וואוינען.

#1899 - הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב באקומען פון אייער לערערין תחי' אייערע בחינות אויף הלכות שבת - הלכות מוקצה; איך האב זייער הנאה צו זען אז איר לערנט און קענט גוט די הלכות.


הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען; אויב מען לערנט נישט ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען צוקומען צו חילול שבת רחמנא לצלן. דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם.


איך האב באקומען די שאלות וואס איר פרעגט, איך וועל אריין שיקן פאר אייער לערערין די ענטפערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1898 - פון וואו נעמסטו די שטארקייט ווען דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר
שידוכים, התחזקות, עבודת השם, משפחה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך שטיי און איך שטוין פון וואו דו נעמסט די שטארקייט צו בלייבן אן ערליכער איד בשעת דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר, אלע אינאיינעם לאכן און שפעטן; דאס אלעס ווארפט דיר נישט אראפ, דו האלסט זיך שטארק מיט אמונה.


טייערער ליבער ..., האלט זיך ווייטער שטארק, די שוועריקייטן וועלן אריבערגיין, באלד וועסטו חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן אידישע דורות און פון די וואס שפעטן וועט גארנישט בלייבן.


שרייב מיר יעדע מאל דו ענדיגסט א מסכתא און ווען דו ענדיגסט משניות.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר; איך האף צו זיין דיין שדכן.

#1897 - איך וואלט נישט אריינגענומען אזא טעלעפאן אין שטוב פאר קיין געלט
קדושה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


פרעג א דיין וואס דו זאלסט טון, אויב דו מעגסט אריינברענגען אין שטוב די טעלעפאון צו מאכן געלט פון די שטאט וכו', אפשר וועט ער טרעפן א וועג דיר מתיר צו זיין.


איך קען דיר זאגן וואס איך וואלט געטון, איך וואלט נישט אריינגענומען ביי מיר אין שטוב א טעלעפאון - אפילו אהער אפילו אהין, אפילו עס איז נאר אזא טעלעפאון - אזי טעלעפאון; ביי מיר איז די שטוב וויכטיגער פון אלעס אויף די וועלט. אזוי האב איך געלערנט ביי מהרא"ש זכותו יגן עלינו, די שטוב דארף זיין ריין.


עס איז מיר נישט גרינג דיר צו זאגן וואס צו טון ווען דו האסט די ברירה צו פארדינען שווערע געלטער פון די שטאט פאר דיין קינד וכו', איך זאג דיר נאר וואס איך וואלט געטון.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; גיי נישט שלאפן אן לערנען א בלאט גמרא.


 

#1896 - מ'קען שעפן נחת פון די ברסלב'ע קינדער, אדער זיך אויפעסן די יארן
צרות, חסידות ברסלב, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


זארגט נישט, אייער קינד וועט זיין געזונט און שטארק.


בנוגע וואס איר שרייבט, וואס אייער מאמע זאגט אז אייער ברודער'ס קינד איז געשטארבן וועגן איר; זייט מיר מוחל, א איד רעדט נישט אזוי. איך קען נישט אייער מאמע, אדער איז זי נישט ביים זינען, אדער ווייס איך נישט... אזוי רעדט נישט א איד. אייער ברודער האט פארלוירן זיין קינד - נישט וועגן ברסלב, דער אייבערשטער פירט די וועלט, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס חשבונות.


נעמט ארויס די צעדרייטע מחשבות פון קאפ; אייער מאמע האט צוויי ברירות, אדער האבן נחת פון די ברסלב'ע קינדער, אדער זיך אויפעסן די יארן, מער פון דעם קען זי נישט טון. אירע הקפדות וועט שאטן 'נאר' פאר איר געזונט, קיינער וועט נישט געשעדיגט ווערן; זי איז א גרויסע רחמנות.


איך האב זיך אויפגעוועקט ביינאכט, איך האב געליינט אייער מעסידזש און איך בעט דעם אייבערשטן אייער קינד זאל זיין געזונט. איך האב שוין נישט געקענט צוריק גיין שלאפן פון די נארישע פרוי וואס פייניגט זיך מיט אירע ברסלב'ע קינדער.


דא קומט אריין דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "שַׁעֲרֵי דְּמָעוֹת", די טירן פון טרערן, "לֹא נִנְעֲלוּ" - איז קיינמאל נישט פארשפארט; פארוואס דארף זיין טירן? אויב איז עס אלץ אפן פעלט דאך נישט אויס קיין טירן?! זאגט דער הייליגער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, אז די טירן דארף מען פאר די נארישע מאמעס וואס וויינען ווען זייערע קינדער ווערן מקורב צו צדיקים, זיי וויינען צום אייבערשטן אז די קינדער זאלן נישט האבן מיט חסידים, דעמאלט פארמאכט מען די טירן.


ווען אייער מאמע זאל וויסן וואס איך האב געטון מיט אירע קינדער... אייער ברודער ... האט נישט געלייגט קיין תפילין וכו' וכו'; פון ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן האט ער תשובה געטון.


איך האב אסאך צו שרייבן, אסאך צו דערציילן פון אייער משפחה; דער עיקר וואס איך וויל מיט דעם בריוו איז ארויסנעמען די נארישע מחשבות וואס כאפן זיך אריין אין אייך פון אייער מאמע'ס ווערטער, כאילו זי קען מקפיד זיין, זי קען הרג'ענען; זי קען גארנישט טון, איין ברירה האט זי, זי קען הנאה האבן און שעפן נחת אדער זיך אויפעסן און מקפיד זיין אויף זיך אליין.

#1895 - מיר ווילן אזעלכע איידעלע משפחות ביי אונז אין שטאט ווי דיין משפחה
שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ווילסט זיך אריבערציען אינעם נייעם ברסלב'ער שטאט, קרית ברסלב ליבערטי.


פאר מיר איז דאס א גרויס פרייד, מיר ווילן אזעלכע איידעלע משפחות ביי אונז אין שטאט ווי דיין משפחה. די שטעטל האבן מיר געבויט פאר איין סיבה, מיר זאלן האבן א רואיגע פלאץ צו קענען מחנך זיין די קינדער מיט'ן רבינ'ס וועג, זיי חתונה מאכן יונג און ריין.


קודם קום ארויס אין שטעטל אויף שבתים. איך האף צו טרעפן א דירה פאר דיר, יעצט איז נישטא קיין דירות, איך האב איבער פערציג משפחות וואס ווילן זיך אהין ציען, עס איז נישטא קיין דירות.

#1894 - דער עיקר איז זיך דערהאלטן טראץ די יסורים און שוועריקייטן
כיבוד אב ואם, צרות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכע בריוו.


שטארקט זיך, געדענקט: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', לעבט מיט די תורה פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה)"; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו לעבן אין שווערע טעג, מיר זאלן זוכן דאס גוטס, מיר זאלן זוכן די חסדים פונעם אייבערשטן.


עס טוט מיר זייער וויי אז איר גייט אריבער אזא פרשה, דער אייבערשטער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר אייער מאמע; עס איז זייער שווער צו לעבן מיט א מאמע וואס האט געכאפט א נערוון צאמבראך לא עלינו, אבער אז מען געדענקט אז דער אייבערשטער - ער אליינס מאכט אלעס, ער אליינס איז אלעס דעמאלט איז גרינגער צו נעמען די יסורים.


די קלאפ קומט פון אויבן, די פאטש קומט פון אויבן - אבער די עגמת נפש און די ווייטאג - דאס מאכט זיך דער מענטש. מען זעט אמאל אין א כתה, צוויי קינדער כאפן א פאטש פונעם מלמד, איינער גייט ווייטער און דער צווייטער ליגט אויף דער ערד, ער וויינט, שרייט און פארפירט; וואס איז געשען? דער צווייטער האט דען געכאפט א שטערקערע קלאפ? ניין, ביידע האבן געכאפט די זעלבע זאך נאר דער צווייטער נעמט עס מער צום הארצן.


איך בעט אייך איר זאלט זיך דערהאלטן, נעמט עס נישט צו שטארק צום הארצן.


איך בעט פאר אייך.

#1893 - איך בין פרייליך אז דו האסט א געפיל צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מען האט מיר דערציילט אז דו האסט זיך אינטערעסירט וויפיל געלט מען דארף מנדב זיין פאר'ן קרן הדפסה צו באקומען דעם "שם הבנין" פאר'ן נייעם בנין אין שטעטל, אין ליבערטי.


איך ווייס נישט וואס איז געווארן למעשה, אויב דו האסט גענומען די זכות פאר דיר אדער נישט, אבער דאס אליינס אז דו האסט גערופן פרעגן האברך ... נרו יאיר זיך אינטערעסירן - האט מיר געמאכט גרויס פרייד; צו זען אז דו האסט נאך דעם אלטן געפיל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, עס ליגט נאך אין דיר דעם געפיל.


איך האב געזאגט פאר אלע דריי מעמבערס: ... נרו יאיר, ... נרו יאיר און ... נרו יאיר, אז אפילו דו זאלסט נאר בלייבן ביים פרעגן וויפיל עס קאסט, ביים זיך אינטערעסירן - איז מיר שוין א שמחה גדולה, צו זען אז די תלמידי הישיבה האבן און בלייבן מיט'ן געפיל אין הפצה והדפסה.

#1892 - "עונג שבת" קאסע, צוצושטעלן עסן פאר משפחות אויף שבת
כולל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... און ... שיחיו


איך האב זייער פיל נחת פון ענק, סיי פון דיר ווי דו פירסט זיך מיט יראת שמים און דו לערנסט בהתמדה רבה אין כולל און סיי פון דיין ווייב ... תחי', ווי זי פירט זיך בצניעות, א ריכטיגע ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה.


איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, ער זאל עפענען אן "עונג שבת" קאסע; צושטעלן עסן פאר די משפחות אין די קהילה וואס האבן נישט אויף שבת, זיי ארויסהעלפן מיט די נוטיגע זאכן.


עס איז נישט קיין פראבלעם דו זאלסט נעמען פון די קאסע, איך וויל דו זאלסט נעמען פון אים א באקס עסן יעדע וואך. ווייל פון כולל געלט אליינס קען מען ניטאמאל צאלן דירה געלט און פון דיין ווייב'ס געהאלט אין סקול, פון ווארטן אויף דעם - וועסטו נישט האבן אויף שבת.


שעם זיך נישט צו נעמען; מיר האבן געעפנט דעם קאסע ספעציעל פאר די כולל אינגעלייט, מלמדים און משפחות וואס האבן נישט.

#1891 - ווי מער מען לערנט מיט די קינדער, אלץ מער קענען זיי פארנעמען
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד; אויבן אין הימל קוקט מען אויף מלמדים אנדערש ווי דא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ.): "עֶלְיוֹנִים לְמַטָּה וְתַחְתּוֹנִים לְמַעְלָה"; די מלמדים וואס לערנען תורה ויראת שמים מיט די קינדער, זיי זעען אויס דא ווי תחתונים, אבער אין הימל זענען זיי למעלה.


איך האב געלערנט מיט מיין זון ... די חומש רש"י און משניות, געלויבט דעם אייבערשטן אז ער קען און פארשטייט; יעדע וואך ווערט ער בעסער און בעסער, איך זע די איבערגעגעבענע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין די קינדער.


שטארק זיך, בבחינת מוסיף והולך כשיטת בית הלל; האב נישט מורא ארויפצולייגן אויף די קינדער מער און מער. ווי מער מען לערנט מיט זיי אלץ מער קענען זיי פארנעמען און ווי מער מען שוינט זיי - אלץ פוילער ווערן זיי.

#1890 - דער גבאי האט א זכות אין די תורה ותפילה פון די מתפללים און לומדים
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ליבערטי ניו יארק


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז א הייליגע ארבעט און א גרויסע אחריות, מען דארף האבן די שכל צו קענען גיין לרוחו של כל אחד ואחד. יעדער מענטש האט אן אנדערע רצון, אן אנדערע מחשבה; דער גבאי דארף קענען טרעפן א וועג צו קענען יעדן איינעם צופרידן שטעלן.


אזוי ווי די אחריות איז זייער גרויס - איז די שכר אויך זייער גרויס, דער גבאי האט א זכות אין אלע תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון די מתפללים און לומדים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך; גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, זע עס זאל זיין א געשמאקע דאווענען, מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן, עס זאל זיין ריין און געב אכטונג אויף יעדנ'ס כבוד.


ווען דו טיילסט עליות זאל יעדער איינער באקומען אן עלי'; האלט חשבון אויף יעדן מתפלל ער זאל באקומען אן עלי' און ווען עס קומט די הייליגע טעג דארף יעדער באקומען דעם כיבוד פון פתיחת הארון און אזוי אויך אן הקפה.


איך בין דיר גרייט צו העלפן; אויב דארף מען איינעם מעורר זיין וכו', קען איך דאס טון.

#1889 - שאלות אין הלכות מוקצה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, אויב מען מעג שפילן שבת די שפיל פון מאנאפאלי; על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, מעג מען שפילן די שפיל; אבער עלטערע קינדער, ווי ענקער יארגאנג, איז בעסער מען זאל שפילן אנדערע שפילן וואס איז נישט פון ביזנעס און געלט (עיין שמירת שבת כהלכתה פרק טז, הערה צא).


די צווייטע שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א סידי פלעיער אדער אייפא"ד, אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוהאבן און פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון "מוקצה מחמת חסרון כיס", אזוי קען מען נאכדעם אליינס וויסן אויף יעדע זאך אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס אדער איז דאס אן אנדערע סארט מוקצה.


מוקצה מחמת חסרון כיס איז א זאך וואס מען געבט אכטונג אויף דעם דאס נישט צו נוצן פאר קיין שום אנדערע זאך; אזא זאך טאר מען נישט מטלטל זיין שבת, אפילו מען דארף די זאך אדער מען דארף די פלאץ וואו עס ליגט. אלע היינטיגע נייע כלים, ווי א טעיפרעקארדער, א סידי פלעיער, א סענסע קליפ, - די אלע זאכן זענען נישט קיין מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מען געבט נישט אזוי שטארק אכטונג אויף דעם ווי אזוי מען טראגט דאס און וואו מען לייגט דאס.


אויב האט מען גאר א טייערע מאשין וואס מען געבט זייער אכטונג אין די וואכן טעג ווי אזוי מען טראגט דאס; מען ווארפט עס נישט און מען שפילט זיך נישט דערמיט - דעמאלט איז דאס יא א מוקצה מחמת חסרון כיס, עס גייט אן אלע הלכות אז מען טאר דאס נישט מטלטל זיין אפילו לצורך.


מען דארף וויסן אז מוקצה מחמת חסרון כיס האט נישט צוטון נאר מיט די זאך, עס האט אויך צוטון מיט'ן מענטש; אויב דער מענטש איז יא מקפיד אויף דעם, צום ביישפיל איר באקומט א סידי פלעיער אדער א סענסע און איר זענט זייער מקפיד וואו דאס זאל ליגן, איר רירט דאס נישט סתם אזוי, איר האלט דאס זייער טייער ווערט עס פאר יעדן איינעם א מוקצה מחמת חסרון כיס (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן ב).


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, וועגן א טעלעפאן וואס איז פארלאשן, אויב מען מעג דאס מטלטל זיין שבת; דאס האט צוטון מיט די פריערדיגע ענטפער. עס ווענדט זיך ווי אזוי דער מענטש פירט זיך מיט'ן טעלעפאן, רוב מענטשן זענען נישט מקפיד אויף זייער טעלעפאן; מען ווארפט דאס, מען געבט דאס פאר א קינד צו שפילן, מען האלט דאס נישט אזוי טייער, ביי די מענטשן איז דער טעלעפאן א כלי שמלאכתו לאיסור, מעג מען עס מטלטל זיין פון איין פלאץ צום צווייטן לצורך גופו ומקומו, אבער אויב דער בעל הטעלעפאן האלט זיין טעלעפאן זייער טייער, ער איז זייער מקפיד אויף דעם, ער נעמט דאס נישט ארויס פונעם האלטער, ער געבט דאס נישט פאר קינדער צו שפילן און ער ווארפט דאס נישט - באקומט דער טעלעפאן א דין פון א מוקצה מחמת חסרון כיס און מען טאר דאס נישט רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז צעבראכן, צום ביישפיל א טעלעפאן וואס ארבעט מער נישט, עס איז צעבראכן און מען נוצט דאס פאר א שפילצייג, אויב מען מעג שפילן מיט דעם שבת? דער ענטפער איז יא, מען מעג שפילן מיט דעם.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט; מען מעג זיך אנלאנען אויף א קאר ווייל מוקצה איז נאר אסור צו מטלטל זיין, אז די מוקצה רוקט זיך נישט, עס איז א שווערע זאך - איז ביי דעם נישטא דער איסור (רמ"א סימן שח, סעיף ג).


לערנט און חזר'ט הלכות שבת, נאך אביסל ווערט איר אלע כלות, איר אלע וועט חתונה האבן; דארפט איר דאך וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב. איר וועט דארפן מחנך זיין די קינדער, זיי זאגן וואס מען מעג יא טון און וואס מען מעג נישט טון; אז איר וועט נישט לערנען, איר וועט נישט אויסהערן אייער טיטשער - וועט איר נישט וויסן.


איך בעט אייך טייערע תלמידות בית פיגא, די הלכות שיעור איז זייער וויכטיג פאר אלעמען אן אויסנאם; יעדע הלכה איז וויכטיג פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1888 - איך וויש זיך אפ מיט דעם
הפצה, הלכה, היטן די צייט, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב הגאון ... נרו יאיר.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, נוץ אויס דיינע טעג יעצט פאר דיין חתונה מיט תורה, עבודה און גמילות חסדים.


קום צייטליך אין כולל לערנען הלכה; דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט). אויך זאלסטו אנגיין מיט'ן פארלערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא פאר תלמידים, תורה וואס מען לערנט מיט תלמידים איז זייער חשוב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז.): "וּמִתַּלְמִידַי יוֹתֵר מִכֻּלָּם", ווען מען לערנט תורה מיט תלמידים ווערט דאס זייער שטארק איינגעקריצט אינעם מענטש.


פארנאכטס זאלסטו גיין הפצה - דאס איז גמילות חסדים; גיי פארשפרייטן די הייליגע ספרים, קונטרסים און גליונות פאר אנדערע, דאס איז אונזער תיקון, דאס וואשט אפ אלע פגמים. ווער נישט דערשראקן ווען מען שרייט אויף דיר: "גיי וויש זיך אפ מיט די גליונות!!" "וויש זיך אפ מיט די ספרים!!" ווער נישט שוואך פון דעם; טראכט צו זיך: 'דאס טו איך דאך! דאס דארף איך דאך! איך דארף זיך אפוואשן און זיך אפזויבערן פון אלע מיינע עבירות; הפצה וואשט מיך אפ, הפצה ווישט מיך אפ'.


עס איז דא צייט פאר אלעס; אז מען היט די צייט איז דא צייט פאר דאווענען, פאר לערנען הלכה און גמרא, פאר דיינע שיעורים כסדרן און פאר הפצה.

#1887 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט קומט חנוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (על הניסים): "וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו להודות ולהלל".


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס די חנוכה טעג מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע ליכט זאלסטו זיך מתבודד זיין ביי די ליכט; טראכט אריין די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. ביסט געווען ביז נישט לאנג צוריק א פלג גוף, א צעבראכענער בחור, קיינער האט נישט געוואוסט פון דיר, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף דיר, יעצט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, "להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


א ליכטיגן חנוכה.


 

#1886 - חנוכה, א יום טוב מיט די קינדער
חינוך הילדים, חנוכה, אומאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיר קומען נענטער צום הייליגן יום טוב חנוכה; חנוכה איז א צייט פון חינוך, טון דאס פארקערטע וואס די יוונים האבן געוואלט טון - אויסרייסן די אמונה; דארפן מיר אריינברענגען אמונה אין אונזערע קינדער.


מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקפארן חנוכה קיין אומאן ווען מען האט קליינע קינדער, ווייל קינדער דארפן באקומען א חינוך, זען ווי די טאטע צינדט אן די מנורה.


זע אוועקצולייגן אלע דיינע באשעפטיגונגען, זאלסט זיין צייטליך אין שטוב אנצוצינדן די מנורה ביים זמן מיט דיינע קינדער. וואש זיך די הענט פאר'ן צינדן און וואש די הענט פון די קינדער, גרייט אן א מנורה פאר יעדן קינד; מיידלעך צינדן נישט, נאר אינגלעך (קליינע מיידלעך קענען צינדן). טו זיך אן א שטריימל און בעקיטשע, זינג די זמירות און זיי זיך מתבודד. טאנץ מיט דיינע קינדער להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך.


 

#1885 - א סדר פאר חנוכה
מקוה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דא האסטו א סדר פאר חנוכה.


זע צו ענדיגן ארבעטן צייטליך, זאלסט קענען צינדן די ליכט אין צייט, גלייך נאך מעריב.


אז דו קענסט כאפן א טבילה פאר'ן צינדן - מה טוב ומה נעים.


בשעת'ן צינדן די מנורה קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט, עס איז א גרויסע עת רצון, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. זינג די זמירות ביי די ליכט און זיי זיך מתבודד; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, נישט לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין און היינט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט א ליכטיגער זון.


מיר פירן זיך אז מען טוט אן בגדי שבת ביים צינדן.


אינדערפרי זאלסטו זאגן הלל מיט חיות, מיט שמחה; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד, "מקימי מעפר דל" ער האט מיר אויפגעהויבן פון "אשפות", ביז ער האט מיר געברענגט "להושיבי עם נדיבים" - צום הייליגן רבי'ן.

#1884 - זאגט מיט א שטארקייט פאר די לערערינס וואס זיי האבן צו טון
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


האט נישט מורא צו זאגן פאר די טיטשערס וואס זיי האבן צו טון; לייגט אין די זייט אלע געפילן, ווערט שטארק און זאגט זיי אן קיין שום מורא וואס זיי האבן צו טון.


א טיטשער טאר נישט איבערלאזן די קינדער; אז איר זעט א טיטשער שפילט ארום, זי נעמט נישט ערנסט איר ארבעט - זאלט איר זי זאגן, און אז איר זעט זי שפילט זיך ווייטער ארום, דעמאלט וועל איך נעמען א צווייטן טיטשער.


ספעציעל ביי יונגע קינדער; יונגע קינדער טאר מען נישט איבערלאזן אפילו פאר איין מינוט, מען דארף אנגרייטן נאך א טיטשער זאל זיין מיט די קינדער אין די צייט וואס די טיטשער נעמט לאנטש, ווייל יונגע קינדער טארן נישט זיין אליין.


אזוי אויך קענען די טיטשערס נישט האבן קיין טעלעפאן; עס איז נישט גענוג פאר מיר דאס וואס מען האלט עס אינדרויסן, ווייל די וואס האבן טעלעפאונס - די טראכטן פון דעם, זיי גייען שטענדיג שטילערהייט צום טעלעפאן געבן א בליק אפשר האט איינער געשיקט א מעסידזש, די קאפ איז נישט ביי די קינדער.


די טיטשערס דארפן קומען אנגעטון איידל, אויף דעם זאלט איר זייער מקפיד זיין; וואס וועט איר האבן פון רעדן צו די קינדער פון איידל און באשיידן ווען די טיטשער קומט אנגעשמירט ווי א קלאון? מען קען נישט מחנך זיין קינדער אויב די לערערינס און די מלמדים פירן זיך אנדערש פון וואס מען וויל פועל'ן; עס איז נישט די שיעורים וואס מען געבט, עס איז דער מענטש וואס זאגט דאס; אז מען קוקט אויפ'ן רבי'ן, אויפ'ן טיטשער - דארף מען שוין אליינס זען ווי אזוי זיך צו פירן.


מוהרא"ש טייטשט (חסדי אבות על מסכת אבות א, ג) וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן כסדר אין פרקי אבות: "הוּא הָיָה אוֹמֵר", וואס איז דער לשון 'ער האט געזאגט?' זאגסט דאך זיין נאמען פאר דעם, וואס זאגט מען אלץ איבער "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - ער האט געזאגט? נאר דאס מיינט מען צו זאגן אז דער תנא - זיין מהות האט אליינס געזאגט דאס וואס עס שטייט, ער האט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט געזאגט; נישט ער האט סתם געזאגט א שיינע מדה, א שיין ווארט. "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - בלויז אים אנקוקן האט שוין אליינס געזאגט וואס ער האט געוואלט אריין ברענגען אין זיינע תלמידים.


איך בעט אייך זייער, ווען עס קומט צו די חינוך פון אונזערע קינדער זאלט איר זיין שטארק ווי אייזן; איר זאלט נישט מורא האבן פון פארלאנגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1883 - אין די חדשים זאל מען נישט גיין אין די מקומות וואס מען מאכט נעגל
קינדער, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב איז א סכנה פאר די פרוי צו גיין אין א פלאץ וואס מען מאכט די נעגל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (נדה יז.) עס איז דא זאכן וואס: "הָעוֹשֶׂה אוֹתָן - מִתְחַיֵּב בְּנַפְשׁוֹ", אויב מען טוט דאס איז מען שולדיג, איינע פון די זאכן איז: "הַנּוֹטֵל צִפָּרְנָיו וְזוֹרְקָן לִרְשׁוּת הָרַבִּים", דער וואס שניידט די נעגל און ווארפט עס אין רשות הרבים, "מִפְּנֵי שֶׁאִשָּׁה מְעֻבֶּרֶת עוֹבֶרֶת עֲלֵיהֶן וּמַפֶּלֶת", ווייל א פרוי וואס ווארט וכו', אויב זי גייט אויף נעגל - פארלירט זי; דארף מען זייער אכטונג געבן אז א פרוי וואס ווארט זאל נישט גיין אין די מקומות וואס מען מאכט נעגל.


אין די חדשים וואס מען ווארט דארף מען בעטן טאג און נאכט דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיין בנקל ובנחת; מיט תפילה קען מען טוישן אפילו די טבע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּךְ וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דריידט אלעס איבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1882 - זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג
חנוכה, יבנאל, מוהרא"ש, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו נעמסט צאם אלע תלמידים אין ארץ ישראל צו פארן קיין יבנאל זאת חנוכה, מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין פרשת וישב, על הפסוק ויהי כמשלוש חדשים וגו'; זרע קודש ליל ג' דחנוכה, דבור המתחיל "בפסוק") אז דער גמר פון ראש השנה איז אינעם טאג 'זאת חנוכה'. אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן פון ראש חודש אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, הושענא רבה, שמיני עצרת, שמחת תורה, איז דער גמר דערפון זאת חנוכה; עס איז זייער א גרויסער טאג און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


זאת חנוכה איז זייער א פאסיגע צייט צו גיין קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש מתפלל זיין פאר זיך און פאר אלע אידן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


זייט אויך מתפל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1881 - מ'דארף אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב
שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל וועד העירוב קרית ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך האב געמאכט די מאפע פון דעם 'עירוב קרית ברסלב ליבערטי'; ווייז דאס פאר'ן רב המכשיר, אויב ער איז צופרידן זאלסטו דאס מפרסם זיין כדי מען זאל חס ושלום נישט קומען צו חילול שבת.


מענטשן הערן א ווארט 'עירוב' מיינט מען שוין אז מען קען טראגן וואו מען וויל, דארפן מיר מפרסם זיין אז דער עירוב איז נישט פאר ליבערטי בכלל נאר פאר א שטיקל געגנט וואו מיר וואוינען.


דער נדבן פונעם עירוב טראק בעט מיר איך זאל דאס נישט מפרסם זיין, דעריבער זאלסטו שרייבן אויפ'ן טראק: "עירוב ברסלב ליבערטי ניו יארק", שרייב נישט "זאת נדבת".


עפן א נייעם קארפארעישן; דעם אריין די פאלגנדע נעמען אינעם בארד: ... נרו יאיר, ..., ... און ...; די פיר - מיט דיר.


בייגעלייגט איז די מאפע וואו מען קען טראגן אום שבת קודש; די מיידל קעמפ איז חוץ לעירוב.

#1880 - א מאמע דארף ספעציעל זיין געווארנט נישט צו קוקן שלעכטע זאכן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן די אלע חדשים זאלן אריבערגיין גרינג.


די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב דארף מען מער אכטונג געבן וואס מען קוקט און וואו מען גייט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי חגיגה ב, א) דער תנא אלישע בן אבויה איז אוועק געפאלן, ער איז געווארן אן אפיקורס, א מחלל שבת, ווייל פאר ער איז געבוירן געווארן, ווען זיין מאמע האט אים געווארט – פלעגט זי זיך דרייען אין נישט גוטע פלעצער, זי פלעגט גיין ביי גוי'שע פלעצער און הנאה האבן פון זייערע מסיבות, זי פלעגט שמעקן די רויך פון זייערע פארטיס, "וְהָיָה אוֹתוֹ הָרֵיחַ מְפַעְפֵּעַ בְּגוּפָהּ כְּאֵירְסָהּ שֶׁל חַכִינָה", דאס איז אריין אין איר און האט פארגיפטעט דאס קינד. יארן שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין געווען א תנא, ער איז געווען דער רבי פון דעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס - האט זיך אויפגעוועקט די באהאלטענע גיפט און דאס האט גורם געווען ער זאל אזוי אוועקפאלן.


היינטיגע צייטן ווען מען קען זיצן ביי זיך אין שטוב און מען קען קוקן און מיט האלטן וואס טוט זיך ביי גוים, דארף מען זיין געווארנט נישט צו קוקן די אלע זאכן, ובפרט אין די חדשים.


אין די חדשים דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבערגיין בשלום; ווען איר האט צייט זאלט איר זאגן תהילים, וועט אריינגיין א הייליגקייט אין די קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן (ירושלמי יבמות א, ו) די מאמע פון רבי יהושע בן חנני' פלעגט אים ברענגען אינעם וויגל און לייגן אין בית המדרש עס זאל אריינגיין אין אים - פון ווען ער איז נאך א פיצל קינד - די הייליגקייט פון תורה.

#1879 - דאס גרויסקייט פון זיין א געטרייע לערערין
לערערין, חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א געטרייע לערערין.


איך ווייס ווי שווער עס איז צו זיין א געדולדיגע לערערין; איך אליין זיץ מיט קינדער שוין איבער זעכצן יאר, אסאך מאל קען מען שפירן ווי מען הייבט אויף די הענט, מען וויל אלעס אפלאזן; דאך דערמאן איך זיך פון די פילע חיזוק וואס מוהרא"ש ברענגט אין אשר בנחל, דאס גרויסקייט פון א מלמד, א טיטשער.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט.

#1878 - די שבת התוועדות פאר מיידלעך איז געווען אויסנאם שיין
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא וויליאמסבורג.


די מיידלעך און די ווייבלעך, אלע געבן איבער גאר שיינע גריסן פונעם "שבת התוועדות", זיי הערן נישט אויף צו דערציילן ווי שיין און תוכן'דיג דאס איז געווען.


מיר דארפן טראכטן פון מאכן נאך אזא שבת פאר די תלמידות בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


 

#1877 - יעדעס ווארט וואס מען רעדט גייט אריין אין יענעם
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט פון מחנך זיין בנות ישראל זיי זאלן זיין שטארק מיט אמונה און יראת שמים.


אפילו עס זעט צומאל אויס אז די ארבעט גייט לאיבוד, עס דאכט זיך ווי עס גייט אריין אין איין אויער און ארויס פון די אנדערע, דארף מען געדענקען וואס דער רבי זאגט, יעדע ווארט וואס מען רעדט גייט אריין אין יענעם; בפרט קינדער, זיי הערן אויס יעדעס ווארט און עס גייט זיי אריין אין די ביינער, וועלן זיי אויסוואקסן לשם ולתפארת.


 

#1876 - וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן, איז דאס נישט גענוג באצאלט
צדקה, מוסדות, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי; וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן - וועלן מיר נישט קענען באצאלן אויף וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן.


בנוגע דעם קרן וואס דו ווילסט מאכן; עס זאל זיין א פלאץ וואו אינגעלייט לייגן אריין געלט און מען אינוועסטירט עס וכו' וכו' און די רווחים וועט גיין פאר די ישיבה; איך האב עס איבערגעטראכט, איך וויל נישט האבן מיט דעם.


בנוגע לייגן בילדער אין די מאגאזינען; דאס וואס איך האב דיר געגעבן רשות איז נאר ווייל (חסר); יעצט הער איך אז דו נעמסט צאם געלט, וויל איך דיר בעטן, פון היינט און ווייטער שטיי ווייט פון דעם, איך וויל נישט ליגן אין זייער בית הקברות; איך האב א חלקה פאר מיר וואו איך וויל ליגן.