בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - פארשפרייט דעם גליון אין ענגליש אין דיין געגנט
הפצה, דירה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס ווייסטו פארוואס דו וואוינסט אין לעיקוואד? אפשר האסטו א שליחות אויסצופירן דארט, איינזייען אין לעיקוואד די עצות פון רבי'ן.


עס איז דא א נייער גליון וואס דו דארפסט דארט פארשפרייטן וועכנטליך; דער גליון היכל הקודש קומט ארויס אין ענגליש, דאס דארפסטו פארשפרייטן אין אלע פלעצער.


עס קומען ארויס צענדליגער גליונות וועכנטליך, הערליכע תורות, הערליכע מעשיות, הערליכע בחינות מיט ענינים וכו' וכו', אבער די המון עם דארף פשוט'ע ווערטער, פשוט'ע ברויט מיט וואסער; מענטשן זענען אזוי צעבראכן, נאר דער גליון רעדט צו זיי.


אז דו ביסט אנגעקומען אויף לעיקוואד זאלסטו אויסנוצן דיין שליחות, אזוי וועסטו אלעס פאררעכטן.

#13 - גליון היכל הקודש איבערגעטייטשט אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געליינט דעם גליון היכל הקודש איבערגעטייטשט אויף ענגליש; עס איז הערליך שיין, די מפיצים זאגן אז מענטשן באדאנקען זיך זייער דערויף, זיי זענען זיך ממש מחי' מיט'ן גליון.


איין קליינע באמערקונג, ווען איר טייטשט איבער דאס ווארט 'אייבערשטער' זאלט איר שרייבן 'השם' נישט 'גאט', אזוי אויך ווען איר טייטשט איבער דאס ווארט 'תורה' זאלט איר שרייבן דאס ווארט 'תורה' אין ענגליש, נישט 'בייבל'.


פאר אומות העולם זאגט מען גאט (God), אבער אידישע קינדער וואס רעדן ענגליש, בפרט די היימישע עולם וואס ליינען די גליונות - פאר זיי זאגט מען אין ענגליש השם (Hashem).


שטארקט אייך מיט אייער עבודת הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - גיי הפצה נאר וואו מען לאזט דיר גיין
הפצה, גליון, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דיין פראגע? שוין זאלסטו אריבער גיין צו די הנהלה און זיי אונטערשרייבן די צוויי זאכן, א) אז דו גייסט מער נישט לייגן קיין גליונות אין זייער שול און ב) דיינע קינדער וועלן נישט רעדן פון ברסלב אין סקול; האב נישט מורא, שרייב זיי אונטער די צוויי זאכן, דיין טאכטער זאל האבן א סקול וואו צו לערנען.


בכלל פארשטיי איך נישט, פארוואס גייסטו קעגן מיין ווילן? איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות אין שול'ן וואו מען לאזט דיר נישט לייגן, וואס זוכסטו זיך צרות? בפרט יעצט ווען מען האט דיר געשלאגן ביז בלוט, וואס פעלט דיר דאס אויס? אונזער וועג איז נישט בכפיה, מיר צווינגען קיינעם נישט; אז די גבאים לאזן דיר נישט ברענגען די גליונות - פארוואס דארפסטו זיך רייצן מיט זיי? וואס מיינסטו, זיי וועלן אריין נעמען דיינע קינדער?


אז דו ווילסט פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק זאלסטו גיין נאר וואו מען לאזט דיר גיין, די אלע וואס ווארפן דיר אוועק וועלן זיך נאך קומען בעטן ביי דיר, וואס דארפסטו גיין צו מתנגדים?


איך בעט דיר זאלסט גיין צו די גבאים און זיי אונטערשרייבן אז דו ברענגסט מער נישט קיין גליונות ביי זיי אין שול און דו זאלסט טאקע מער נישט לייגן דארט קיין גליונות, און אז דיינע קינדער וועלן נישט רעדן אין סקול פון ברסלב.


איך ווארט צו הערן אז מען האט אנגענומען דיינע קינדער.

#11 - אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן
בריוו, עצתו אמונה, מאגאזינען, ספרי ברסלב, גליון, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין געווען יום הקדוש אין שטעטל אין קרית ברסלב. עס איז געווען א הערליכע יום טוב, אסאך תלמידים זענען ארויסגעקומען, מען האט זיך אריינגעשטופט ביי די משפחות. די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל האבן אריינגענומען די געסט בסבר פנים יפות.


מוצאי יום הקדוש בין איך געווען טרוד מיט א שידוך, א בחור - א תלמיד פון ישיבה, מיט א מיידל - א תלמידה פון בית פיגא; איך בין הערשט אנגעקומען אהיים מיט מיין משפחה פארטאגס, נאך פיר אזייגער. היינט אגאנצן טאג בין איך געווען פארנומען מיט שרייבן בריוון.


איך בעט דיר אויב עס איז נאך שייך זאלסט צאמנעמען אלע בריוון און דאס אפדרוקן נאך בעפאר יום טוב סוכות, אויב מעגליך עס זאל זיין גרייט ביים שיעור ליל שישי; איך וויל די אינגעלייט זאלן דאס אהיים טראגן אז די ווייבער זאלן דאס ליינען. אנשטאט ליינען צייטונגען און מאגאזינען וואס פאר'תמ'ען דעם קאפ זאל מען ליינען חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן און עצות פון רבי'ן; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך, דו זאלסט צושטעלן ליינען ערליכע זאכן פאר אנשי שלומינו.


צוביסלעך הער איך צוריק פון די משפחות אין די קהילה אז זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום צייטונג און מאגאזין אין שטוב; אנשטאט די צייטונג ליינט מען עצתו אמונה מיט די גליונות און שיחות, און בעיקר נעמט מען דעם ספר תהלים וכו'.

#10 - איך וויל הערן וואס טוט זיך אין בית המדרש אין ירושלים
בית המדרש, גליון, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ליין יעדע וואך די גליון וואס איר זענט מתרגם אויף לשון קודש; עס איז הערליך שיין, עס איז צום באוואונדערן.


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך פרטים וואס טוט זיך ביי אייך אין בית המדרש אין ירושלים; איך וויל זיין מיט אייך, איך וועל מיט לעבן מיט אלע פרטים.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט; זיי ממשיך מיט הפצה און מיט'ן בית המדרש.


יעדע זאך וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, וועסטו לעבן א גן עדן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - הלואי זאל מען מאכן ווי מער גליונות צו ליינען
מאגאזינען, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך הער זאגן פון אנדערע אז דו טראכסט פון מאכן א גליון יעדע וואך, וויל איך דיר וואונטשן הצלחה וברכה; יְהִי רָצוֹן שֶׁתִּשְׁרֶה שְׁכִינָה בְּמַעֲשֵׂה יְדֵיכֶם.


ביז דערווייל האלטן מיר ביי צוויי גליונות וועכנטליך, הלואי זאל זיין וואס מער צו ליינען; מיר האבן א נייע דור אינגעלייט און ווייבלעך, בחורים און מיידלעך וואס נעמען נישט אריין אין שטוב און ליינען נישט קיין שום מאגעזין, נישט קיין גוי'שע און אויך נישט קיין אידישע, אפילו די וואס קוקן אויס כלומר'יש קלוג און אינהאלטספול וכו'; ממילא דארפן מיר צושטעלן פאר זיי וואס צו ליינען.


איך שיק דיר אפגעשריבן די שיעור אין ספורי מעשיות פון יום טוב שבועות; האברך היקר ... נרו יאיר שרייבט אפ וועכנטליך די שיעורים, איז כדאי צו נעמען פון דעם אביסל פאר די גליון.


אז מען מאכט א גליון דארף עס זיין שיין, רייך, אן קיין גרייזן און אויך צייטליך.


איך בין דיר גרייט צו העלפן סיי מיט שרייבן, סיי מיט חומר און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - שטארק זיך עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה, גליון, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות; וויפיל אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט'ן קונטרס "עצתו אמונה", אזויפיל מענטשן ווארטן יעדע וואך צו באקומען דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה".


דעריבער שרייב איך דיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן די גרויסע זכות פון דרוקן די הייליגע בריוון וואס אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק דורכדעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


שטרענג זיך אן מיט אלע כוחות עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס, ווייל מיר האבן א נייע דור וואס ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; די תלמידי הישיבה און תלמידות בית פיגא פארשטייען נישט צו קיין צייטונגען און מאגעזינען, זייער ליין מאטריאל איז נאר דער "גליון היכל הקודש" און דער "קונטרס עצתו אמונה". זאלסטו פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין גרייט א קונטרס יעדן ליל שישי, אז אלע משפחות זאלן דאס קענען אהיים טראגן און האבן אן עונג שבת.


איך האף אז מיט די צייט וועט זיין וועכנטליך נאך גליונות און קונטרסים; די חדר וועט ארויסגעבן א צעטל און די סקול וועט ארויסגעבן וואס צו ליינען, אז די נייע דור וועט נישט דארפן זוכן וואס צו ליינען פון פרעמדע השקפות.


 

#7 - גליון "קרית ברסלב בלעטל"
שטעטל, בריוו, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב געזען דעם נייעם בלעטל וואס איר געבט ארויס יעדע וואך; איך בין זייער נתפעל געווארן פון דעם גליון, בעיקר פון די "מעשיות פון תפלה", וואס ברענגט אריין אמונה בתמימות ובפשיטות אין אנשי שלומינו, מען זאל וויסן אז וואס מען דארף און וואס מען וויל זאל מען זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן, אים בעטן אויפ'ן פשוט'ן שפראך.


פון דעם באשטייט דאס גאנצע ברסלב'ער חסידות; דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז מיר זאלן לעבן אונזער טאג טעגליכער לעבן מיט תפילה והתבודדות, נאר דאס איז איין אמת'ער תכלית.


איך האף אייך צו שרייבן יעדע וואך א בריוו פאר'ן גליון; עס איז כדאי דו זאלסט דאס אויסשפרייטן פאר אלע משפחות, אלע זאלן האבן דערפון חיזוק און הדרכה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים.


דער עיקר זאלט איר זען צו לעבן בשלום איינער מיט'ן צווייטן; די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך א משפחה, משפחת ... הי"ו, דער אינגערמאן זאגט מיר אז זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די שיינע ווארעמע ברוך הבא וואס אלע משפחות האבן זיי געמאכט, מיט אזא חסד און אהבה.


 


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#6 - דערצייל פאר'ן רבי'ן וואס דו טוסט אלץ אין הפצה
הפצה, מוסדות, אומאן, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


ווער נאך קומט אויף אומאן אזוי ווי דיר טייערער ... נרו יאיר, מיט פולע באגאזשן? דו קומסט צום רבינ'ס ציון נאך א גאנצע יאר עוסק זיין פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא אין "הפצה". אנגעהויבן מיט'ן תלמוד תורה וואס דו פירסט אזוי שיין, די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן, דו געבסט אכטונג אויף יעדן קינד אזוי ווי מען קוקט אויף א דערוואקסענעם וכו', וכו'.


נאכדעם מיט'ן "גליון היכל הקודש" וואס טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם וועכנטליך. און בעיקר מיט'ן "האט-ליין", די מענער האט-ליין און די פרויען האט-ליין, וואס הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם טאג טעגליך, און אויך אלע אנדערע זאכן וואס דו טוסט.


דאס אלעס זאלסטו דערציילן דעם רבי'ן; מען זאגט נאך אז עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געבעטן די תלמידים אז ווען זיי שרייבן זייער קוויטל זיך מזכיר זיין זייערע בקשות זאלן זיי אויך שרייבן די גוטע זאכן וואס זיי האבן געטון פאר אנדערע אידן, אלע פעולות אין הפצה; אזוי איז ביי דיר, ווען דו גייסט צום ציון זאלסטו דערציילן דעם רבי'ן וואס פאר א מהפכה די דרשות און בריוון מאכן יעצט אין די וועלט, וועסטו פועל'ן אלעס גוטס.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#5 - שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן
הפצה, דרשות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זארגן פאר מיר און מיין ווייב, זי זאל זיך קענען גיין אביסל אפרוען נאכן האבן דעם קינד. אויך זאלסטו איבערגעבן א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן מאכן פיינע עסן פאר די קימפערטארין און פאר'ן שיקן פיינע קוגל לכבוד שבת קודש; אין די זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין צו אלע ברכות.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט; בפרט מיט'ן ארויסגעבן דעם שיינעם "גליון היכל הקודש", וואס ווערט צעשפרייט וועכנטליך אין די צענדליגער טויזנטער.


היינט דערציילט מיר האברך ... נרו יאיר וועלכער פארשפרייט דעם גליון וועכנטליך אין בית שמש, אז מענטשן באדאנקען זיך, זיי זאגן אז די גליון געבט זיי לעבן און זיי ווארטן א גאנצע וואך דערויף.


זיי ממשיך מיטן קו "קול ברסלב"; מיין ווייב תחי' וועלכע געפונט זיך יעצט אין "אם בישראל" – אן אפרו פלאץ פאר קימפעטארינס, האט מיר נעכטן דערציילט אז יעדע פאר מינוט קומט צו איר א צווייטע פרוי זיך באדאנקען, ווי זייער לעבן און שלום בית האט זיך געטוישט דורך דעם (האט ליין) קו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אונזער גאנץ לעבן צו משמש זיין דעם רבי'ן.

#4 - מפיץ זיין די גליונות
הפצה, פרנסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו קענסט פארדינען מער געלט און גרינגער ארבעטן איז דאך נישט קיין פראגע וואס צו טון, אודאי זאלסטו אננעמען די נייע ארבעט; נעם דיר דעם כלל אין לעבן: "קוק שטענדיג אויף וואס עס איז גוט פאר דיר".


בנוגע הפצה וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך אריין לייגן מפיץ צו זיין די גליונות. ווען א מענטש טרעפט דעם 'גליון היכל הקודש' וועט דאס אים שוין טראגן צו הערן די שיעורים און אנקומען צו אלע ספרים; דעריבער זאלסטו אריין לייגן כוחות מיט דיינע חברים צו פארשפרייטן די גליונות אין ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"
כולל, תיקוני זוהר, הפצה, לימוד התורה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע מסיבת "טיי אווענט" פאר'ן כולל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אין שטוב אנטייל נעמען ביי די מסיבה. דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה וברכה אין אלע דיינע וועגן.


מאך זיך א שיעור אין "תיקוני זוהר"; מען זאגט נאך בשם צדיקים א ווארט, אז "תיקוני זוהר" איז א באד פאר די נשמה.


דער הייליגער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל עבירה ער זאל זאגן יעדן טאג 5 דפים תיקוני זוהר, וועט ער זוכה זיין צו תשובה טון.


איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו ביסט מפיץ דעם גליון היכל הקודש אין מאנסי; נעם צוזאם אלע תלמידים פון ישיבה וואס וואוינען אין מאנסי און זיי זאלן דאס ארומטיילן אין מאנסי, א טייל זאלן גיין יעדן ערב שבת ארומטיילן די גליונות וואס זענען מחי' אזויפיל בחורים און יונגעלייט וואס זענען אויסגעדורשט פאר אביסל חיזוק.


דיין ראש ישיבה.


...

#2 - פארגינען גן עדן אויך פאר א צווייטן
הפצה, משניות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב מיר זייער מחי' געווען צו רעדן מיט דיר און הערן פון דיר אז דיין זון ... נרו יאיר גייט היינט מסיים זיין די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; וואו אויף דער וועלט איז דא אזא זאך, אז א קינד פון ניין יאר איז מסיים ששה סדרי משנה? איך וועל אים שרייבן א חיזוק בריוו ער זאל שוין אנהייבן נאכאמאל משניות.


נאך מער פריי איך זיך צו הערן אז דיין זון הבחור ... נרו יאיר פארשפרייט ווייטער גליונות אין לאנדאן יעדן ערב שבת; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין און מקרב זיין נאך א איד צום אייבערשטן.


איך האב געליינט אין די תולדות פון חסידי חב"ד ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען אין רוסלאנד דורכאויס די שווערע ביטערע יארן פון קאמוניזם ווען די רעגירונג האט נישט געלאזט האלטן אידישקייט, און אויב מען האט געכאפט א איד פארשפרייטן אידישקייט האט מען באצאלט פאר דעם מיט'ן לעבן. איז געווען א איד מיט'ן נאמען ר' בערקע חן זכרונו לברכה, א שטיק מסירות נפש איד! ער איז געווען באהאלטן אין א שטוב פון וואו ער איז נישט ארויס געקומען פאר לאנגע יארן, שבת פלעגט מען זיך צוזאמקומען שטילערהייט ביי אים אין שטוב וואו ער איז געווען באהאלטן זיך צו מחזק זיין מיט אמונה און בטחון. דער ר' בערקע פלעגט אויסזאגן יעדן שבת גאנץ תהילים, איז אמאל אריין געקומען צו אים אין שטוב א בחור און אים געזאגט די פאלגענדע ווערטער: "ר' בערקע איר זענט נישט גערעכט מיט דעם וואס איר נעמט דעם גאנצן גן עדן פאר אייך; פארוואס זאלט איר דאס נישט פארגינען פאר אונז בחורים? מיר זענען זיך מוסר נפש אהער צו קומען הערן אביסל ווערטער פון אמונה און איר זיצט זיך פארשפארט מיטן תהילים?!" האט ר' בערקע גלייך פארמאכט דעם תהילים און פארברענגט מיט די בחורים.


דאס זאג איך דיר אויך, אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן, פון זיינע זיסע עצות און פון דעם סדר דרך הלימוד, ווי דו שרייבסט מיר יעדן טאג דיינע סיומים וכו', האב איך דאס מערסטע הנאה פון דעם אז דו מיט דיינע קינדער זענען עוסק אין הפצה, אז דו האלסט נישט דעם גאנצן גן עדן בלויז פאר דיר אליינס, נאר דו פארגינסט א שטיקל גן עדן פאר נאך א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי שיין איז אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה
שמחות, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין זונ'ס בר מצוה! דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדער - געזונטערהייט.


אשריך אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה און דו גייסט נישט נאך די שטראם פון די גאס וואס גיסן אוועק אידיש געלט אין מיסט מיטן כלומר'ישן אויסרייד אז פאר א שמחה מעג מען אויסגיסן געלט; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו מאכסט א פשוט'ע בר מצוה אין שטוב פאר די חברים פון דעם בר מצוה בחור. ממך ילמדו, זאל מען זיך לערנען פון דיר נישט אויסצוגעבן געלט פאר נארישקייטן.


איך וויל רעדן מיט דיין זון דער בר מצוה בחור אים מחזק זיין און אים וואונטשן מזל טוב פאר די בר מצוה און פאר זיין סיום ששה סדרי משנה וואס ער גייט מסיים זיין ביום הבר מצוה.


איך וועל זיך זייער פרייען צו זען די גליון וואס איר טייטשט איבער אויף לשון הקודש, איך ווארט איר זאלט מיר דאס שיקן; איך וויל זען צו דער וואס טייטשט דאס איבער גייט נישט אוועק פונעם מכוון וד"ל.


לכבוד דעם וואס דו שרייבסט מיר אז דו מאכסט א פשוט'ע שמחה וכו' וועל איך אם ירצה ה' קומען צו דיר בלי נדר; איך האף צו זיין דעם ווינטער אין ארץ ישראל, איך וועל אם ירצה ה' געבן א שיעור פאר דיר און פאר אלע תלמידי היכל הקודש אין בית שמש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.