בעזרת השם יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מרחשון, שנת תשע"ה לפרט קטן - לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך בענק מיך נאך דיך, און איך האב ליב דיין תמימות ווי דו פירסט זיך ווי אן ערליכער איד בתמימות ופשיטות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן קנג; קנד) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען א פראסטאק און אסאך גערעדט צום באשעפער און זיך געפירט פשוט.
דערפאר זע ווייטער אנצוגיין מיט דיין תמימות, און יעדע זאך וואס דו דארפסט - בעט דעם באשעפער אויף אידיש, און זאלסט נישט אויפגעבן, דעם באשעפער דארף מען אסאך מוטשען. אויך דאנק און לויב דעם באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, ביסט נישט לאנג צוריק געווען א בחור אין ישיבה און געטראכט: 'ווער וועט מיך דארפן?' און יעצט האסטו שוין א שיינע שטוב מיט קינדערלעך קיין עין הרע; דארפסטו טאנצן פאר שמחה און ווייטער בעטן.
אויך זע צו לערנען תורה יעדן טאג; אביסל חומש און א דף גמרא און פרקים משניות, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן כג) וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות, און טרינקט אפאר קאפיטלעך תהלים, און טוט זיך אן מיט מצות.
מוהרא"ש זאגט אז משניות איז מְשַׁנֶה דעם מענטש אינגאנצן, און עס טוט רייניגן דעם מענטש פון זיינע עבירות, דערפאר זע צו זאגן אפאר פרקים משניות יעדן טאג, אפילו ביסט פאריאגט צו ברענגען פרנסה, מיט דעם אלעם כאפ אריין אביסל משניות יעדן טאג.
אויך זיי נישט קיין בטלן און כאפ דיך ארויף צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן קעג), אפילו א מענטש וואס מען הערט נישט אויס זיין תפילות, אבער ביי א קבר פון א צדיק נעמט מען אן יעדנ'ס תפילות; מען זעט מענטשן פון גאנץ ברוקלין קומען צו פארן קיין קרית יואל צום ציון פון רבי'ן און וויינען זיך אויס דארט אויף זייערע צרות, און די מענטשן פון קרית יואל וואס דער ציון איז ביי זייער טיר - זיי גייען נישט און דרייען זיך ארויס מיט אלע תירוצים וכו'.
דערפאר, זיי קלוג און ווען דו האסט אביסל צייט - לויף ארויף דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, און פארצייל אים אלעס וואס דריקט דיר.
אויך העלף דיין ווייב און געב איר גוטע ווערטער, און האב סבלנות, וועסטו סוף כל סוף אויספירן.
הצלחה פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.