בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2103 - קינדער ווערן צעשניטן טאג טעגליך
חינוך הילדים, מלמדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ציטערט צו הערן אזעלכע שענדליכע מעשיות וואס איר שרייבט, וואס דער מלמד האט געטון מיט אייער קינד ... נרו יאיר; ער האט אים פארשעמט פאר אלע קינדער ווען ער האט זיך בטעות נאס געמאכט, ער האט אים פארשעמט, ער האט געזינגען מיט אלע קינדער: "שעם שעם בעבי" און דאס האט אים זייער צעקלאפט השם ישמרינו.


די גרעסטע צרה איז, ווען מען וויל רעדן פון דעם וואס מלמדים טוען מיט קינדער זאגט מען מיט שפאט: "היינט טוט מען שוין נישט אזוי", "היינט איז שוין נישטא די מעשיות"; מען וויל נישט גלייבן אז ביזן היינטיגן טאג ווערן קינדער צעשניטן טאג טעגליך פון מענטשן וואס וואלטן געדארפט ארבעטן ביי די מיסט. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן: "די מלמדים וואס נוצן זייערע הענט, די מלמדים וואס פארשעמען - די דארפן ארבעטן ביי די מיסט, זיי טארן נישט ארבעטן מיט קינדער".


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט, איר וועט נאך האבן פון דעם קינד אסאך נחת. שטייט אין דער זייט, לאזט אים וואקסן זיין וועג. געבט אים ווייטער גוטע ווערטער און פרובירט אים אויפהייבן מיט גוטע ווערטער; אז ער ווארפט עס צוריק, ער וויל דאס נישט אננעמען - מיינט נישט אז ער נעמט עס טאקע נישט אן, נאר דאס איז א וועג ביי קינדער, זיי ווילן נישט מען זאל זען ווי עס שמעקט זיי גוטע ווערטער, אבער אלע דארפן גוטע ווערטער, אלע בויען זיך מיט גוטע ווערטער.


קינדער זענען אזוי ווי ביימעלעך, מען דארף ארבעטן מיט זיי; עס איז א שווערע ארבעט, דער עיקר שוועריקייט איז אז מען זעט נישט גלייך די פירות; מען פלאנצט, מען אקערט און מען זייט, אבער מען זעט נישט גלייך די פירות, דאס איז אבער זיכער, אז די ארבעט גייט נישט לאיבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2102 - דיין נסיון איז אז דו מיינסט ביסט שוין פארפאלן
קדושה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, תשובה, לשון הרע, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען שוין ביים ענדע פון די ימי השובבי"ם, מען קען זוכה זיין אין די טעג צו וואס מען קען נישט זוכה זיין א גאנץ יאר.


די טעג פון שובבי"ם זענען זייער מסוגל צוריק צו קומען צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נכשל געווארן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג.): "כָּל הַמּוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס איז פוגם בברית איז חייב מיתה, און אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:): "מָאן דְּאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַנְיָא, חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית און ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה; אבער דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור - דער הייליגער רבי, דער רבי מיט זיין גרויס רחמנות ווייזט אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער ווייזט פאר די אלע וואס פאלן אראפ אין די עבירה זיי זאלן זיך נישט מייאש זיין, זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", און עס העלפט יא תשובה.


שטעלט זיך א שטארקע קשיא, ווי אזוי קען זיין אזא זאך, דער זוהר הקדוש זאגט אז אויב א מענטש איז פוגם אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה און דער רבי קומט און זאגט אז עס העלפט יא תשובה?! רבי נתן פרעגט די שאלה (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אז דער רבי זאל זאגן פארקערט פון הייליגן זוהר - אז עס העלפט יא תשובה?!"


זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר פרישע מקורבים. באמת העלפט יא תשובה אויף די עבירה, עס איז נישטא קיין עבירה וואס תשובה זאל נישט העלפן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון - נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה און רעכנט דעם מענטש אזוי ווי ער וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט, אבער וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה און זייער א ביטערע עבירה; ווען מען איז פוגם בברית רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, מען בלייבט אן א מח, דער גאנצער מענטש ווערט פארדריידט, מען ווערט ממש א משוגענער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "וְזֶה שֶׁכָּתְבוּ חַכְמֵי הָרְפוּאוֹת, שֶׁהַסֵּרוּס רְפוּאָה לִמְשֻׁגָּע", די דאקטורים זאגן אז פאר א משוגע'נער איז נאר דא איין רפואה - אים מסרס זיין, ווייל אז מען זינדיגט ווערט מען משוגע וכו'.


דערפאר מוז דער מענטש אריבערגיין אזא שווערע נסיון, מען שטעלט אים די נסיון וואס מען האט געשטעלט פאר אחר. אחר האט געהערט א בת קול וואס רופט אויס (חגיגה טו.): "שׁוּבוּ בָּנִים שׁוֹבָבִים חוּץ מֵאַחֵר", זיין תלמיד דער הייליגער תנא רבי מאיר האט זיך געבעטן ביי זיין רבי, "רבי, טו תשובה, קום צוריק צום אייבערשטן", האט ער געזאגט פאר רבי מאיר: "איך האב געהערט א בת קול רופט אויס פון הימל 'יעדער איינער קען תשובה טון - חוץ איך'"; שטעלט זיך א פראגע, וואס איז אחר שולדיג אז מען לאזט אים נישט תשובה טון, ווי איז שייך אזא זאך?! נאר ער האט געדארפט אריבערגיין דעם נסיון, ער זאל הערן ווי מען דארף אים נישט, ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן - דאך זאל ער אזוי שטארק תשובה טון און זאגן: 'מיר גייט נישט אן אויב מען דארף מיר יא, אויב מען דארף מיר נישט; איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן".


זאגט רבי נתן אז דאס איז פשט; דער זוהר הקדוש זאגט פאר'ן מענטש 'דו ביסט פארפאלן', כדי אים אויסצופרואוון און זען וואס ער גייט טון; גייט ער זאגן 'שוין, איך בין פארפאלן' און ער גייט אויפגעבן, אדער גייט ער זאגן 'איך שטופ זיך אריין אין די קדושה, איך גיי צוריק צום אייבערשטן אפילו מען וועט מיר נישט געבן קיין עולם הבא, איך דארף דעם אייבערשטן'.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי פלעגט פארן צו צדיקים; אין אנהייב איז ער געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'.


עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים, ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידימער, ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


זאגט מוהרא"ש, עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן פארוואס עס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


טייערע חברים, אלע לשון הרע'ס וואס איר הערט אויף ברסלב, אלע קשיות, שאלות און בלבולים - דאס אלעס מוז זיין; מיר זענען נישט ראוי צו קומען צום רבי'ן, דערפאר שטעלט מען אונטער פאר יעדן איינעם שווערע נסיונות, מען פארדריידט דעם קאפ מיט מחלוקות, אדער אנדערע בלבולים - אבי מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן; אויב מען וועט זיין שטארק, מען וועט זאגן צו זיך 'איך האב געטראפן א רבי און איך גיי אים נישט אפלאזן; עס אינטערעסירט מיר נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, עס אינטערעסירט מיר נישט אז די מענטשן וואס דרייען זיך דא רעדן אויף דעם און אויף יענעם, עס אינטערעסירט מיר נישט קיין סתירות וכו', איך בלייב ביים רבי'ן וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן', דורכדעם וועלן מיר אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.


נעמט ספרים, קונטרסים, גליונות און גייט מזכה זיין אנדערע מיט דעם, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית? אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן זיינע נישט גוטע מעשים - ווי אז ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


איך קען נישט מאריך זיין, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2101 - רעדן פון רבי'ן ברענגט גרויסע ישועות
תפילה והתבודדות, ישועות, סיפורי צדיקים, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זע צו רעדן מיט יעדן איינעם פון רבי'ן; אלע דיינע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן. בפרט ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זאלסטו דערציילן וואס מען איז זוכה ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, דאס וועט דיר ברענגען ישועות.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהערט פון רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, די רוסן האבן אים איינגעשפארט אין תפיסה, ער איז געזעצן דארט פופצן וואכן, ער מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, מען האט זיי ביידע דן געווען למיתה רחמנא לצלן. די לעצטע נאכט האט אים יענער געזאגט: "אזוי ווי היינט נאכט איז דער לעצטער נאכט דארפן מיר זאגן 'תיקון חצות'", האט אים רבי לוי יצחק געזאגט: "אויב איז היינט אונזער לעצטע נאכט בזה העולם, דארפן מיר רעדן פון רבי'ן".


זיי האבן גערעדט א גאנצע נאכט פון רבי'ן, צומארגנס האט מען זיי אוועקגעפירט קיין קיעוו, דארט זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט גרויסע נסים. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון רעדן פון הייליגן רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין אביסל התבודדות יעדן טאג; פעלץ דיך גוט אן, טו אן ווארימע שטיוול, גיי אין פעלד און שריי זיך אויס דיין הארץ.

#2100 - גיי יעדן אינדערפרי אביסל אין פעלד רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דו וואוינסט אין שטעטל, ממש אין גן עדן; א פלאץ וואו מען קען זיך מתבודד זיין, גייסט ארויס איין טריט פון שטוב - ביסטו שוין אין פעלד, דו קענסט זיך גוט מתבודד זיין, זיך אויסשרייען דאס הארץ צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט: "מיינע לייט וועלן זיך געפונען וואו מענטשן גייען נישט און וואו הינער קרייען נישט"; אין שטעטל קען מען זיך גוט מתבודד זיין.


מאך זיך א קביעות, יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל אין פעלד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, זאלסט לעבן מיט א שטארקע אמונה און דיינע דורות זאלן האבן אמונה.

#2099 - די פאר ווערטער וועט דיר ארויסשלעפן פון אלע בלאטעס
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, תשובה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג זיך ארויסצורייסן פון שלעכטס, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט".


הלוואי זאלסטו דאס פרובירן, זיך אויסקרעכצן דאס הארץ צום אייבערשטן. זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, נעם מיר ארויס פון בלאטע"; די פאר ווערטער זאג נאכאמאל און נאכאמאל, דאס וועט דיר ארויסשלעפן פון אלע בלאטעס.


שטארק זיך, נוץ אויס דיין צייט; אדער קום אין ישיבה אדער נעם אן ארבעט, נאר איין זאך נישט - גיי נישט ליידיג; גיין ליידיג איז סכנת נפשות, דאס ברענגט מען זאל פוגם זיין בברית רחמנא לצלן.


 

#2098 - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען
חברים, חסידות ברסלב, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ברענג אריין צווישן די בחורים מען זאל רעדן פון רבי'ן; זוך אויף גוטע חברים וואס האבן א געפיל אין רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט, דעם רבינ'ס ווערטער איז אזוי ווי שמעקעדיגע בשמים; ווי מער מען באטאפט עס - אלץ א בעסערע און שטערקערע גערוך קומט ארויס, אזוי אויך - זאגט מוהרא"ש - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען.


דריי זיך מיט בחורים תמימים, בחורים וואס טרינקען דעם רבינ'ס ווערטער; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס תמימות קען צוברענגען, צו וואס פאר א גרויסע מדריגות.

#2097 - מיט התבודדות קען יעדער מענטש זוכה זיין צו הייליגע אויגן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מאוויס, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געדענק אז נישט לאנג צוריק האסטו מיר געזאגט אז דו האסט אוועקגעווארפן אלע מאוויס, דו קוקסט מער נישט די זאכן; האסט מיר אזוי דערפריידט, איך האב אזוי שטארק הנאה צו הערן אז די שיעורים ברענגט יראת שמים, עס ברענגט טהרה.


מיט די עצה פון התבודדות קען יעדער איינציגסטער מענטש זוכה זיין צו הייליגע אויגן, אז מען שרייט אסאך צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, היט מיר מיינע אויגן; איך וויל זוכה זיין צו קדושת עיניים" - קען מען זוכה זיין צו דעם.

#2096 - זיי שטארק מיט די דריי תפילות מיט מנין, וועסטו האבן גרויס הצלחה
פרנסה, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די דריי תפילות, דו וועסט גיין אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין – וועסטו האבן גרויס הצלחה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין"; עס ברענגט שפע.


דערפאר זאלסטו זען זיך צו שטארקן מידי יום ביומו צו גיין אין שול דאווענען מיט מנין, אין א סידור - וועסטו האבן גרויס הצלחה.


קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט, וואס פאסירט אויב מען איז מזלזל און מען גייט נישט אין שול, די קינדער ליידן (ספר המדות אות תפלה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו".


איך שרייב דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב.

#2095 - צניעות הייבט זיך אן פונעם געבוירן
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


איך וויל פאררעכטן; איך האב געשריבן אז מען קען באדן קינדער אינאיינעם ביז די דריי יאר, יעצט זע איך אז מוהרא"ש שרייבט קלאר מען טאר נישט באדן קינדער אינאיינעם.


דא איז דער לשון (שאלות ותשובות ברסלב חלק לז, מכתב ד' אלפים תתקיד): "צְנִיעוּת מַתְחִילָה מִגִּיל אֶפֶס", צניעות הייבט זיך אן פונעם געבוירן, "וְלָכֵן אָסוּר לְקַּלֵחַ בָּנִים וּבָנוֹת יַחַד בְּשׁוּם פָּנִים וְאוֹפָן", מען טאר נישט באדן קינדער - אינגלעך מיט מיידלעך אינאיינעם אויף קיין שום וועג, "וְזֶה מִטַּעֲמֵי צְנִיעוּת, וְזֶה לְטוֹבַת הַיְלָדִים", דאס איז פאר זייער טובה וועגן, פאר צניעות, "כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים הֵם זוֹכְרִים אֶת הַכֹּל", ווייל ווען מען ווערט עלטער געדענקט מען אלעס, "וְלָכֵן צְרִיכִים לְהַרְגִּיל אֶת הַיְלָדִים מִגִּיל אֶפֶס לְהַפְרִיד בֵּינֵיהֶם, וּבִפְרָט בְּדוֹר פָּרוּץ כָּזֶה שֶּׁכָּל כַּךְ הַרְבֵּה בָּנִים וּבָנוֹת יוֹצְאִים לְתַרְבּוּת רָעָה רַחֲמָנָא לִיצְלָן, אֲזַי צְרִיכִים לִשְׁמֹר עַל זֶה בְּיוֹתֵר", בפרט אין אונזער דור וואס איז אזוי געפאלן, אזויפיל קינדער - אינגלעך און מיידלעך גייען ארויס לתרבות רעה, דארף מען נאך מער היטן אויף זיי.

#2094 - די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זוכה געווען היינט צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל מסכת תענית.


די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:) אויפ'ן פסוק (מלאכי ג, יח): וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע, בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ, "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", מען וועט זען דער אונטערשייד פון דער וואס האט זוכה געווען צו לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל.


יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען איין מאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך ענדיגן מאה פעמים ואחד.


די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא, עס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס; עס וועט דיר ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן, עס וועט דיר אפוואשן פון אלע דיינע פגמים און דיר מתקן זיין מיט א גאנצע תיקון.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, זארג נישט פאר דיין שידוך, ביי מיר איז קלאר אז דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב; איך זע ווי דו שטארקסט זיך מיט אלע כוחות איינער אליין, דו ביסט כסדר מנצח דעם יצר הרע, דו ברעכסט דורך אלע פינסטערנישן. דו ביסט א גרויסער חידוש, רוב בחורים וואס האבן די שווערע נסיונות, די שטוב איז צעפאלן - האבן נישט די כוחות, זיי אליינס פאלן אינמיטן זייער מלחמה, און דו ביסט אנדערש, דו האסט יא כח, דו שלאגסט זיך איינער אליינס; איך בין זיכער אז דו וועסט מצליח זיין.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#2093 - דער בית המדרש איז נישט קיין פלאץ צו פארברענגען
שטעטל, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי שיחיו


איך בעט זייער אלע אנשי שלומינו מען זאל נישט קומען אין שול דורכ'ן טאג נאר צו דאווענען און לערנען.


פון צען אזייגער ביז פיר אזייגער נאכמיטאג נוצט מען דעם בית המדרש פאר'ן כולל און פאר די ישיבה קטנה; מען קען נישט קומען פארברענגען, עס שטערט סיי דעם מגיד שיעור ר' ... נרו יאיר און סיי די כולל אינגעלייט.


דער בית המדרש איז נישט קיין פלאץ צו פארברענגען; דער בית המדרש איז פאר לערנען און דאווענען. איך וויל נישט דארפן פארשפארן דורכ'ן טאג דעם בית המדרש, איך האף מען וועט פאלגן.

#2092 - די זכות מנדב צו זיין די חודש'ליכע הוצאות פון לעקטער
צדקה, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וויפיל עס קומט אויס די חודש'ליכע הוצאה פון לעקטער אין ישיבה; ווי איך פארשטיי ווילט איר מנדב זיין נר למאור און זוכה זיין אין דעם זכות.


ווינטער קומט עס אויס ביילייפיג אכצן הונדערט דאלער און זומער קומט עס אויס אביסל מער, אן ערך פון צוויי און צוואנציג הונדערט דאלער. די לעקטער איז כולל די ישיבה, תלמוד תורה, כולל, בית המדרש, הדפסה און נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן, אין זכות פון העלפן לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן זאלט איר זען גרויסע ניסים, רפואות און ישועות.

#2091 - מען טאר נישט מקפח זיין די פרנסה פון אנדערע
שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געפרעגט, היות איר ציט זיך ארויס בקרוב אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, וויל זי עפענען א פלעי גרופ פאר קינדער. איך האב איר גלייך געפרעגט, היתכן, אוועקנעמען פרנסה פון משפחת ...? זיי האבן דאך געעפנט די ערשטע פלעי גרופ, האט זי מיר געזאגט אז עס איז דא צו סאך קינדער, עס איז דא גענוג פאר ביידע. איך האב גערעדט מיט זיי און איך האב פארשטאנען אנדערש, עס איז נישטא גענוג קליינע קינדער פאר צוויי פלעי גרופס.


דעריבער בעט איך דיר, זייט מברר די זאך, ווייל מען טאר נישט מקפח זיין אנדערע משפחות.


אויב איז דא גענוג פאר צוויי - קענט איר עפענען, אויב איז נישטא גענוג - דארפט איר טראכטן פון טון עפעס אנדערש.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא און פרקים משניות - וועסטו האבן גרויס שפע.

#2090 - העלף ארויס דעם חתן איינצוקויפן פאר זיין חתונה
צדקה, מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די מוסד. א דאנק פאר'ן איבערנעמען די טראנספארטעישן; דו טראגסט די אחריות אז אלע זאלן זיין צייטליך און אכטונג געבן אויף די נכסים פון ישיבה, אלע עלטערן באדאנקען זיך פאר'ן מאכן טראנספארטעישן אין די טאג פון די שניי.


איך וויל דיר בעטן זאלסט העלפן דעם חתן ... נרו יאיר ער זאל קענען איינקויפן פאר זיין חתונה. ער האט חתונה אין צוויי וואכן ארום ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, ער וואלט ווען געקענט האבן היינט אוועקגעלייגט געלט אזוי ווי אנדערע בחורים וואס זארגן פאר זיך און גייען ארבעטן, למעשה האט ער זיינע אלע יארן נאר געזארגט פאר די מוסד, אנגעהויבן מיט'ן זיין א מלמד, שפעטער געדרייווט, ועל כולם די לעצטע צוויי יאר, זייט מען האט געעפנט די שטעטל - האט ער זיך אוועקגעגעבן כל כולו פאר'ן שטעטל.


זע עס זאל זיין בדרך כבוד.


 

#2089 - אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, קענסטו אויך פאררעכטן
התחזקות, תשובה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ויזרח


דער הייליגער רבי האט אונז בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג) "וואלט איך חס ושלום עובר געווען די גרעסטע עבירה - וואלט דאס מיר גארנישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און געבליבן אן ערליכער איד אזוי ווי פאר'ן טון די עבירה"; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אננעמען די זאך פון תשובה, מיר זאלן גלייבן אין תשובה, נישט סתם רעדן פון דעם און אויב מען פאלט אראפ אין אן עבירה זאל מען בלייבן ליגן צעבראכן.


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט צוריק פאררעכטן.


אשרינו מה טוב חלקינו, וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן? ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען...


איך מאך חתונה אם ירצה ה' מיטוואך פרשת תרומה, איך האף דו און דיין משפחה וועלן זיך באטייליגן ביי די באווארפן און ביי די חתונה. אם ירצה ה' ביי דיינע שמחות וועל איך זיך אויך באטייליגן.


 

#2088 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם
הכרת הטוב, חתונה, שמחות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בשם אונזער גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר אייך פאר'ן ארויסהעלפן מיט'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם, איר ארגאניזירט אלע משפחות זאלן זיך באטייליגן ווען עס איז דא א חתונה, א בר מצוה, א שבת שבע ברכות - עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים.


 יעצט קומט נאך פיר חתונות איינס נאכן צווייטן. מיטוואך פרשת תרומה מאך איך בעזר ה' חתונה, א וואך נאכדעם - דינסטאג פרשת תצוה איז דא נאך א חתונה, פון החתן ..., א וואך נאכדעם - מאנטאג כי תשא מאכט דער מנהל ... חתונה און זונטאג ויקרא - ראש חודש ניסן איז די חתונה פון ... בן הרב ר' ...


איך האף איר וועט קענען ווייטער זארגן פאר אנשי שלומינו עס זאל זיין בחנם די יום החתונה; איר וועט פרעגן משפחות ווער עס קען העלפן מיט א קוגל וכדומה, מען שטעלט נאר צו פאר די נאנטע משפחה, געשוויסטער פון די מחותנים.


אויך וויל איך מאכן די סעודת פורים אום מוצאי שבת פאר אנשים ונשים; וויל איך אייך בעטן אויב מען קען דאס אויך אינזין האבן.


יישר כח


 

#2087 - איבערבעטן און זיך אויסשמועסן
מוסדות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק


ווען איך בין געווען פאריגע וואך אין סקול איז געקומען צו מיר טיטשער מרת ... תחי', זי האט געוויינט; זי זאגט אז איר זוכט אויף איר שלעכטס, זי האט מיר דערציילט אלעס וואס איר זאגט איר, ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין קלאס און ווי אזוי זי זאל קומען אנגעטון ווען זי קומט אין סקול טיטשן.


איך האב איר געזאגט אז עס איז נישט אמת, איר זוכט נישט אויף איר שלעכטס. איך האב איר פרובירט צו בארואיגן זי זאל נישט אזוי טראכטן, איך האב איר געזאגט אז איך גיי רעדן צו אייך וכו'.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט איר איבערבעטן און איר געבן דעם גוטן געפיל, זי זאל שפירן ווי מען דארף איר און ווי מען שעצט איר; ווען א טיטשער שפירט ווי מען שעצט איר - באקומט זי כוחות צו קענען טון מער וויפיל סתם א מענטש קען טון.


זי האט נאך זאכן וואס שטערט איר, עס איז וויכטיג איר זאלט שמועסן מיט איר.

#2086 - מיר זענען אלע משוגע, נאר דער רבי דערהאלט אונז
חסידות ברסלב, מוהרנ"ת ז"ל, משוגע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אמאל איז אריינגעקומען א משוגע'נער ביי רבי נתן בשעת שלש סעודות, ער האט געשריגן: "איך האב געהאט א זיידע וואס האט געהאט טויזנט גאלדענע רענדלעך".


רבי נתן איז אריין אין א שמועס פון משוגעים, ער האט געזאגט: "לעולם וואלטן מיר אלע געדארפט אויסקוקן ווי דעם משוגע'נעם, כפי וויפיל עבירות מיר האבן געטון. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס ער ווערט משוגע; וואלטן מיר געדארפט זיין טויט משוגע, נאר בזכות וואס מיר זענען מקורב צום רבי'ן - דאס היט אונז. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעו) 'צָרִיךְ הָאָדָם לְמַהֵר מְאֹד לְגָרֵשׁ מִקִּרְבּוֹ הָרוּחַ שְׁטוּת, מַה שֶּׁלִּבּוֹ מָלֵא מֵרוּחַ שְׁטוּת הַדָּבוּק בּוֹ', א מענטש דארף ארויסקלאפן פון זיך אלע נארישקייטן, אלע שגיונות, 'וְזֶה עַל יְדֵי שֶׁנִּתְקַשֵּׁר לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת', דורך זיך מקשר זיין צום אמת'ן צדיק איז ער זוכה ארויסצוקלאפן די אלע נארישקייטן. וואס איז התקשרות? 'וְהִתְקַשְּׁרוּת הַיְנוּ אַהֲבַת נֶפֶשׁ מַה שֶּׁאוֹהֵב לְהַצַּדִּיק מְאֹד', ווען דער מענטש האט ליב דעם צדיק, דורך דעם ווערט ער איינס מיט'ן צדיק, ער הייבט אן גיין אין די וועגן, טון די עצות, דורכדעם ווערט ער צוריק נארמאל".


רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז משוגע און איך אויך, אבער איך האב געקענט א קלארן, איך האב געקענט דעם רבי'ן"; דער רבי האט דעת און אז מיר זענען מקושר צום רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו נכלל ווערן אין זיין הארץ.


שפעטער האט רבי נתן געזאגט: "אויב פון א משוגע'נעם קען ארויסקומען אזעלכע שיינע התחזקות - דארף מען האבן משוגעים".


 

#2085 - ביי מיר איז זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס דו לערנסט
תכלית, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר פון אלעס; פון די נייעס פון יענע נייעס, אויסער פון דיינע שיעורים; דו טוסט דאס, דו טוסט יענץ - איך ווארט צו הערן תכלית.


ביי מיר איז זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס דו לערנסט, וויפיל דו לערנסט, וואס דו האסט מסיים געווען וכו'; איך לעב פון דעם, דאס איז מיין חיות.


שרייב מיר לכל הפחות איין מאל א וואך וואס דו לערנסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2084 - מיידלעך זאלן ענדערש בלייבן אינדערהיים העלפן, נישט זיך צוזאמקומען
חיזוק פאר מיידלעך, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס קען איך טון אז מען פרעגט נישט? מען טוט זאכן אליינס און נאכדעם באצאל איך א טייערער פרייז.


געבט איבער פאר די מיידלעך אין ארץ ישראל אז די צאמקום היינט איז נישט מיט מיין וויסן.


עס פעלט נישט אויס די צאמקום; ענדערש זאלן זיי בלייבן אין שטוב העלפן די עלטערן און זיך מחזק זיין מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2083 - אז מ'דערהאלט זיך, ווערן אלע מניעות איבערגעדרייט צו נעימות
שלום בית, התחזקות, משפחה, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו; סיי מיט דיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), סיי דיינע שיעורים אין כולל, דיינע שאיפות צו גיין אין די וועגן פון דיינע עלטערן, רוב טאג לערנסטו הלכה, און דיין חלק אין הפצה. סיי מיט'ן מתרגם זיין, און דו ביסט זיך נישט יוצא מיט'ן מתרגם זיין, דו גייסט ביי די הייזער פארפלייצן די ספרים.


שטארק זיך, ווער נישט צעבראכן ווען דיין משפחה לאזט נישט אפ; זיי האלטן אין איין האקן אין קאפ זאלסט אפלאזן ברסלב וכו' וכו'. דו זע איין זאך, דיין ווייב זאל זיין מיט דיר; אז דיין ווייב וועט זיין מיט דיר, איר וועט לעבן בשלום - וועט דיר קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


שמשון הגיבור איז געווען זייער שטארק, ער האט געקענט אליינס גיין קעגן אלעמען, אבער ווען זיין ווייב האט אים דערקוטשעט איז ער שוואך געווארן. אזוי ווי עס שטייט (שופטים טז, טז): "וַיְהִי כִּי הֵצִיקָה לּוֹ בִדְבָרֶיהָ, כָּל הַיָּמִים", זיין ווייב האט אים געדרוקט מיט אירע ווערטער, "וַתְּאַלְצֵהוּ", זי האט אים צוגעדריקט, "וַתִּקְצַר נַפְשׁוֹ לָמוּת", ביז שמשון איז פאר'מיאוס'ט געווארן פון לעבן, ער האט געוואלט שטארבן; מען קען זיין שטארק, אבער אז די ווייב דערקוטשעט ווערט מען שוואך.


איין זאך קען איך דיר זאגן, אז דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דו וועסט נישט נתפעל ווערן פון קיינעם און נישט קוקן אויף קיינעם, דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען, מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן - וועט ווערן פון די מניעות - נעימות, אזוי ווי עס איז געווען ביים הייליגן רבי נתן. אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט, ער האט געזאגט פאר זיין שנור, פאר רבי נתן'ס ווייב - זי זאל זיך גט'ן פון זיין זון רבי נתן; אזוינס הערט מען נישט אין די וועלט, א טאטע זאל צורעדן זיין שנור זאל זיך גט'ן פון זיין אייגענעם זון.


רבי נתן איז געבליבן שטארק, ער האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן; ווייטער געלערנט און געדאווענט, עוסק געווען אין הפצה און מכבד געווען זיינע עלטערן, ביים סוף פלעגט אים זיין טאטע רופן מיט א 'ר'', רבי נתן; געווענליך רופט נישט א טאטע אן אן אייגן זון מיט א ר', אבער ער פלעגט זאגן: "נאר דו ביסט מיר מכבד, נאר פון דיר האב איך נחת".


איך זאג דיר וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט אלע יארן; איך בין אויך אריבער שווערע נסיונות, איך פרוביר דאס צו באהאלטן ווייל עס איז נישט קיין כבוד פאר די משפחה. גלייב מיר, עס איז געווען ביטער שווער. מוהרא"ש האט מיר שטענדיג געזאגט: "ביים סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען, מען וועט האבן נחת פון דיר, מען וועט זען דאס שיינקייט פון א ברסלב'ער חסיד, מען וועט זען דאס גרויסקייט פון א ברסלב'ע שטוב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2082 - די עלטערן מוזן העלפן מחנך זיין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו


איך דארף ענקער הילף; איך קען נישט אליינס זיך פארען מיט די קינדער, די עלטערן מוזן העלפן מחנך זיין.


איר דארפט אויסלערנען אייער טאכטער אז זי דארף האבן דרך ארץ פאר איר טיטשער, אזוי אויך האבן דרך ארץ פאר אייך. זי איז זיך מתחצף פאר די טיטשער, זי לאכט די טיטשער אין פנים אריין, זי זאגט נאך מיט געשפעט וואס די טיטשער זאגט; די טיטשער זאגט "קלאפ נישט", הייבט זי אן שטערקער קלאפן.


מיר גייט נישט אן אויב די קינדער לערנען און קענען, מיר לייגן נישט קיין דגוש אויף די זאכן; אבער אויף דרך ארץ לייגן מיר די שטערקסטע דגוש, אויב א קינד איז זיך מתחצף, פירט זיך אן דרך ארץ - האט דאס קינד נישט קיין פלאץ ביי אונז אין מוסד.


עס איז נישט קיין אונטערשייד וועמענס קינדער; זאל דאס זיין מיינע קינדער, וועלן זיי אויך נישט קענען לערנען אין ברסלב.


איך דארף ענקער הילף; איך ווארט צו הערן וואס ענקער פלאן איז.

#2081 - מיט יעדע שידוך וואס מען טראגט אן, ווערט נענטער דער ריכטיגער שידוך
שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב יעצט גערעדט מיט די טאטע פונעם מיידל; זי וויל נישט גיין ווייטער.


זיי נישט צעבראכן פון דעם, דאנק דעם אייבערשטן אז דיין שידוך רוקט זיך פאראויס, ווייל מיט יעדע שידוך וואס מען טראגט נאר אן און זיכער ווען מען טרעפט זיך און עס ווערט נישט - ווערט אבער נענטער דער ריכטיגער שידוך.


איך האף עס וועט דיר נישט צעברעכן; איך ווייס אז דו ווארטסט אזוי לאנג פאר דיין שידוך, ענדליך האט מען דיר עפעס אנגעטראגן, ענדליך ביסטו ארויס מיט א מיידל און יעצט זאגט זי: "ניין"; דאס זאל דיר נישט צעברעכן, ווייל דאס איז א סימן אז עס קומט שוין די ריכטיגע שידוך.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן זיין אזוי שטארק, מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן ווען איינער דארף מיר נישט, נאר זאגן 'דו דארפסט מיר נישט? דארף איך דיר טויזנט מאל נישט'.


 

#2080 - האב רחמנות אויף דיר אליין, ס'זאל נישט דארפן זיין א גט
שלום בית, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בענק זיך אויף די טעג פון נאך דיין חתונה ווען דו מיט דיין ווייב האבן געלעבט אזוי שיין, אזוי זיס; דו האסט אכטונג געגעבן אויף איר און זי האט געקוקט שיין אויף דיר.


יעצט איז גאר אנדערש, יעצט לעבט איר געצווינגען; נישט דו געבסט אכטונג אויף איר און נישט זי שעצט דיר, דיין ווייב שרייבט מיר אז זי האלט ממש ביים ענדע לעבן, זי קען מער נישט, זי האלט פאר א בראך.


איך שרייב דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ; אנא, חוס וחמול, האב רחמנות אויף איר, אויף די קינדער, אויף דיינע עלטערן און אויף דיין משפחה; האב רחמנות אויף דיר. אפשר דאך זאלסטו אנהייבן צוריק לעבן ווי א איד, גיין דאווענען, לערנען, רעדן שיין, איר נישט באצווינגען און זיך פירן צו די קינדער מיט צניעות.


דער בריוו איז מיין לעצטע זאך וואס איך פרוביר צו טון עס זאל נישט זיין א גט.

#2079 - דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר דמיונות
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר; אינעם זכות פון צדקה, הכנסת כלה - זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך לאדן דיר פערזענליך צו די חתונה; די חתונה וועט פארקומען מיטוואך פרשת תרומה אין ישיבה.


מיר האלטן יעצט ביי די צוואנציגסטע חתונה אין ישיבה; יעדע פאר חדשים קומט א צווייטער מיט א גראגער און הייבט אן גראגערן מיט נייע פלענער ווי אזוי צו ראטעווען מחותנים פון קראנק ווערן, אבער אויף למעשה דארף מען דעם רבי'ן, דער רבי עפנט אויף די אויגן מען זאל זען דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר אביסל כח המדומה.


אנשי שלומינו מאכן חתונה אין בית המדרש; עס קאסט נישט קיין געלט, די חתונה איז הערליך שיין, עס פעלט גארנישט - נאר חובות.