בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2078 - איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר
תכלית, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך חתונה מיין טייערער זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר, די חתונה וועט פארקומען אין ישיבה מיטוואך פרשת תרומה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיך באטייליגן ביי די שמחה מיט דיין משפחה.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר.


איך וואונדער זיך אויב דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא וכו', וכו'; איך געדענק די התמדת התורה דיינע, ווי דו פלעגסט זיצן אין בית המדרש מיט'ן משניות, מיט'ן גמרא.


איך האף איך וועל דאס נאך זוכה זיין צו זען.


 

#2077 - נישט זוכן חסרונות ביי יענעם
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, בין אדם לחבירו, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר אז דו האסט אנגעהויבן דאווענען בתמימות ופשיטות אזוי ווי א קליין קינד, האסט זיך אויסגעשאלטערט פון אלעס; האסט פארשטאנען די נקודה וואס איך האב דיר געשריבן אז ווען מען קומט אין שול קומט מען צו קיינעם, מען קומט נאר צום אייבערשטן, מען האט נישט מיט קיינעם און מען זעט נישט קיינעם; האסט געשפירט ביים דאווענען א זיסע טעם.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אז מיר וועלן לעבן מיטן רבי'ן, אז מיר וועלן נעמען דעם רבי'ן פאר זיך אליינס, מען וועט ניצן די עצות פאר זיך אליינס; מען וועט נישט זוכן אין א צווייטן חסרונות, אויב יענער איז א ברסלב'ער, אויב יענער טוט וואס דער רבי זאגט, אויב יענער איז מקיים הלכות. אז מען נעמט דעם רבי'ן פאר זיך, מען פאלגט דעם רבי'ן; מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען לערנט שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען איז פרייליך מיט פשטות יהדות, מען איז נזהר אין שלום בית - קענען מיר נישט טראכטן צו וואס דער רבי וועט אונז ברענגען.


שטארק זיך מיט די נקודה פון זוכן דאס שיינקייט ביי אנדערע; יעדן איינעם דן זיין לכף זכות, זען דאס גוטס ביי יעדן איינעם - וועסטו מצליח זיין זייער שיין.

#2076 - דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווער נישט צעפאלן פון וואס דו גייסט אריבער, דער אייבערשטער וועט העלפן דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


ביז דערווייל זאלסטו זיך שטארקן אין התבודדות; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און קרעכץ זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר.


טראכט נישט די שלעכטע מחשבות אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט, דער אייבערשטער איז ברוגז; קלאפ ארויס פון קאפ די סארט מחשבות, עס איז שקר וכזב, עס איז ליצנות וואס דער סמ"ך מ"ם מאכט. דאס איז זיין גאנצע טאקטיק, איינצורעדן דעם מענטש ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן, ווען באמת קען מען שטענדיג אנהייבן נאכאמאל, די טירן זענען אפן פאר יעדן איינעם.


שטארק זיך; הער צו צום קול פון רבי'ן וואס שרייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש!"

#2075 - דער רבי קען יעדן העלפן, אבער נישט קיין בעל מחלוקת
חסידות ברסלב, מחלוקת, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


מוהרא"ש זאגט, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, זאל זיין ווער עס זאל נאר זיין, "אפילו הגרוע שבגרועים שמונח בשאול תחתית", אפילו דער ערגסטער מענטש וואס ליגט אין שאול תחתית, "אבל לא בעל מחלוקת", אבער נישט דער וואס מאכט מחלוקות.


איך שטיי ווייט פון די גאנצע פרשה וכו', איך וויל נישט האבן מיט דער זאך, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט נארן, איך זאל נישט פארגעסן ווער איך בין און פארוואס איך בין געקומען צום רבי'ן; איך בין געקומען צום רבי'ן אז דער רבי זאל מיר היילן, איך זאל נישט פארווארפן ווערן; אפהיטן זאל מיך דער אייבערשטער אז איך זאל אנהייבן זאגן דעות אויף אנדערע.


וואויל איז דעם וואס געדענקט פון תכלית און זוכט נישט קיין שלעכטס ביי א צווייטן, ער פילט אן זיינע טעג מיט תורה ותפלה.

#2074 - מען זאל דאווענען מיט געשמאק און יראת שמים
תפילה והתבודדות, פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב, ליבערטי ניו יארק


זע מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, דאס דאווענען זאל זיין מיט יראת שמים, אזוי ווי עס פאסט אינעם בית המדרש פון רבי'ן.


זען מען זאל דאווענען מיט א געשמאק, נישט אפכאפן און נישט אויסציען. דער ערשטער מנין שחרית אינדערוואכן זאל מען דאווענען שנעל, אז די אינגעלייט וואס גייען ארבעטן זאלן זיין צייטליך, אבער מנחה מעריב און כל שכן שבת קודש - זאלסטו נישט אפכאפן, נאר דאווענען געשמאק.


ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך נישט קומען דעם שבת מברכים און אויך נישט שבת מברכים ניסן; איך האף צו קומען מיט'ן אייבערשטנס הילף אויף יום טוב פסח, אזוי אויך וועל איך פרובירן צו קומען אינמיטן די וואך.

#2073 - יעדער מוטשעט זיך מיט קינדער, מ'דארף נאר בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער פראבלעם איז, איר מיינט אז איר קענט זיך נישט קיין עצה געבן מיט די קינדער; איר מיינט אז דאס איז אייער פראבלעם, איר מיינט אז עפעס גייט פאר מיט אייך, כאילו אלע פרויען, אלע מאמעס ווייסן פונקטליך ווי אזוי צו זיין א מאמע און נאר ביי אייך גייט עס נישט...


וויסן זאלט איר אז ביי אלע הייזער זעט אויס ווי ביי אייך, אלע קינדער זענען אייניג און אלע עלטערן זענען אייניג; אלע קינדער זענען נישט פאלגעדיג, נישט הערעדיג און נישט רואיג און אלע עלטערן האבן נישט קיין כח.


די עצה איז בעטן דעם אייבערשטן אינדערפרי, פארמיטאג, נאכמיטאג, אווענט, פארנאכטס און ביינאכט; אגאנצן צייט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין רואיג, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז ווען מען פאלגט מיר נישט; העלף מיר איך זאל נישט שרייען, שלאגן און שטויסן וכו'".


נאך אן עצה פון רבי'ן, נעמען יעדן טאג אויף אמאל; טראכטס נישט פונעם יאר, פונעם חודש און פונעם וואך, נאר פונעם טאג; איין טאג איז נישט אזוי שווער.


איך בעט אייך, קלאפט אייך נישט אראפ

#2072 - בעט דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין דיין ווייב א הייליגקייט
תפילה והתבודדות, שלום בית, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פארשטיי נישט וואס דו האסט מיר געזאגט, וואס הייסט דיין ווייב וויל נישט האלטן הלכות טהרה?


אויב זי האלט נישט די הלכות דארפסטו זיך ווענדן צו א גרויסער רב, דו קענסט נישט נכשל ווערן אין כריתות השם ישמרינו; אויב איז עס נאר קרעכצן וכו', יעדעס מאל עס קומען די צייטן הייבט זי אן קרעכצן און זאגן אז זי גייט נישט, זי מאכט נישט, זי ציילט נישט וכו' וכו', - דאס איז ביי אסאך משפחות, אסאך טוען דאס.


אויב דאס איז די מעשה זאלסטו איר מחזק זיין, זאג איר דאס גרויסע שכר וואס מען קריגט, מען באקומט ליכטיגע קינדער; אויב איז עס מער פון קרעכצן, אויף למעשה, זאלסטו רעדן צו א גרויסער רב.


פארליר זיך נישט, בעט דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א ריינקייט, א הייליגקייט; מיט תפילה וועסטו איר טוישן.

#2071 - מענטשן זענען הונגעריג אויף עצתו אמונה אויף ענגליש
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיר שוין געשריבן אפאר מאל, דאך דארף איך דיר נאכאמאל שרייבן.


נעכטן איז געווען די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מיר האבן געמאכט א מלוה מלכה לכבוד די יארצייט. איך האב געטראפן די מפיצים, זיי זאגן אלע די זעלבע זאך, די בריוו וואס דיין ווייב איז מתרגם - דאס איז די נומער איינס סחורה ביי הפצה; זיי גייען אין לעיקוואד און אין נאך שטעטלעך וואו מען רעדט מער ווייניגער ענגליש, ווי נאר איינער באקומט איינמאל א קונטרס עצתו אמונה מתורגם אויף ענגליש ווערן זיי אזוי הונגעריג, זיי דארפן נאך א חלק און נאך א חלק.


געב איבער פאר דיין ווייב, זי זאל וויסן ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו; עס ווייזט זיי א וועג אין לעבן אין יעדן הינזיכט.


אינעם זכות וואס איר טוט וועט איר זען שיינע דורות, נחת ביי די קינדער.


הלואי ווען זי וואלט ווען געזען מיט אירע אויגן דאס דורשטיגקייט מיט וואס מען נעמט די ספרים, וואלט זי באקומען אסאך כח צו קענען ממשיך זיין.

#2070 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין די סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש
הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מנדב זיין די סעודה לכבוד די יארצייט פון מוהרא"ש, עס איז געווען זייער א שיינע סעודה. מענטשן האבן זיך מחי' געווען, מען איז אהיים מיט שטארקע חיזוק אויף למעשה.


מיר איז געווען אביסל שווער צו רעדן; ווי איז שייך ארויסצוברענגען אין א קורצע שיעור דאס לעבן פון מוהרא"ש? ווי איז שייך אפילו אנצוהייבן רעדן פון אזא צדיק אין איין שעה? איך האב פרובירט אביסל צו רעדן פון די פאר יסודות וואס מוהרא"ש האט אלץ גערעדט צו אונז; די עצה פון התבודדות, דאס איז דער וועג, דער מהלך, דער צוגאנג צו יעדן פראבלעם און צו יעדע זאך וואס מען וויל.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע מלוה מלכה, פאר די געשמאקע סעודה.


תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו

#2069 - יעדן טאג אויסרעכענען וויפיל גוטס איר באקומט פונעם אייבערשטן
תודה והודאה, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איר ווארט אויף ישועות און רפואות, איר ווארט און ווילט קינדער; זאלט איר נעמען די עצה פון רבי נתן זכרונו לברכה.


רבי נתן זאגט, ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן זאגט דער אייבערשטער פאר די מלאכים: "קוקט, דער מענטש לויבט מיר, איך וועל אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל מיר קענען נאך מער דאנקען".


איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן צענדליגער געשעענישן ביי אנשי שלומינו, זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן אנגעהויבן זייער לעבן אויף די וועג פון לויבן און דאנקען; עס איז זיי אזוי גוט געווארן, אלעס איז איבערגעדרייט געווארן לטובה.


מאכט א צייט יעדן טאג, ביידע אינאיינעם; רעכנט אויס אינאיינעם וויפיל גוטס דער אייבערשטער טוט מיט ענק און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז איר וועט האבן די ישועה.

#2068 - ווען מען דאווענט דארף מען גארנישט זען און גארנישט הערן
תפילה והתבודדות, יענער, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער די טענות וכו'; אויב דו ווילסט דאווענען מיט'ן ערשטן מנין און עס איז צו שנעל פאר דיר - זאלסטו אנהייבן דאווענען פריער. דו קענסט זאגן די ברכות און פארענט פונעם דאווענען פארטאגס, אזוי וועסטו קענען דאווענען, דו וועסט נישט דארפן איינשלינגען די ווערטער.


ווען מען דאווענט דארף מען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן מען זאל גארנישט זען און גארנישט הערן, אזוי ווי מען דאווענט אליינס אין א שטוב, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סו) שלימות התפילה איז ווען מען דאווענט צווישן מענטשן זאל מען דאווענען אזוי ווי מען דאווענט איינער אליין, מען זאל נישט זען קיינעם און נישט הערן פון קיינעם.


עס איז דא אין שטעטל שול א גרויסע מזרח וואנט; נעם דיר א פלאץ אויבן ביים מזרח וואנט, דארט וועסטו נישט זען קיינעם; דו וועסט נישט זען ווער עס דאווענט שנעל און ווער עס שמועסט, דו וועסט דאווענען מיט כוונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2067 - ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות אינאיינעם מיט אייער טייערער חתן.


יעצט ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן; עס איז נישט ווערד די גאנצע חתונה האבן אויב מען טוט וויי די מאמע, עס איז נישט ווערד די גאנצע לעבן וויי צו טון טאטע מאמע. אז אייער מאמע וויל אייך קויפן איין זאך און איר ווילט א צווייטע זאך, זאלט איר זיך נישט קריגן, איר קענט איינמאל זאגן שיינערהייט: "מאמי, איך וויל זייער שטארק די קלייד, די שיך וכו'", און אז אייער מאמע וויל אנדערש - זאלט איר גיין ווי זי וויל.


פארגעסט נישט, נאך אביסל זענט איר די מאמע; נאך אביסל וועט איר זאגן פאר אייערע קינדער וואס צו טון, ווי אזוי וועט איר זיך שפירן ווען אייער קינד וועט זיך אוועק גיין, זי וועט נישט וועלן רעדן מיט אייך? זי וועט נישט אננעמען וואס איר זאגט?


איך האף איר וועט אננעמען מיין בריוו, וועט אייך גוט זיין.

#2066 - אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר אויסטערליש מצליח זיין
מוסדות, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלה מוסדות היכל הקודש


אונזער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט, אויב וועט זיין שלום צווישן די חברים וועלן מיר זייער שטארק מצליח זיין.


מיין פראבלעם איז נישט אויב ... וועט רעדן צו ... און ... צו א דריטן; איך ווער נישט צעפאלן ווען דער לאכט און דער שפעט, מען האט אלע יארן געשפעט און מען וועט ווייטער שפעטן, נישט דאס איז מיין פראבלעם, מיין פראבלעם איז ווען מיינע תלמידים, מיין הנהלה וואס איך געטרוי - האבן זיך נישט ליב, מען האט איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז נישט גוט.


ווען מען קומט זיך צוזאם איינמאל א וואך זאל מען זיך דורכרעדן, נישט האלטן אין זיך, נישט זיך אויפעסן; נאר אלעס ארויסגעבן אויף א שיינעם וועג.


אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר מצליח זיין - נישט סתם, מיר וועלן אויסטערליש מצליח זיין.

#2065 - האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, ביסטו ארויס פון תפיסה
שלום בית, קאמפיוטער, טעלעפאן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב דערציילט מיר מיט איין שמחה די גוטע נייעס אז דו האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, זי איז אזוי פרייליך דיר צוריק צו האבן אין שטוב געזונטערהייט.


פרעג דעם דיין שליט"א אויב דו זאלסט בענטשן ברכת הגומל, ווייל ווען מען קומט ארויס פון תפיסה דארף מען בענטשן ברכת הגומל (שלחן ערוך אורח חיים סימן ריט, סעיף א); די שאלה איז ווען מען לייגט אוועק דעם טעבלעט און מען ווערט א בן חורין, מען קען אהיים קומען, מען קען לעבן - אפשר זאל מען בענטשן גומל.


געדענק'זשע די ניסים וואס דער באשעפער האט מיט דיר געטון, דו ביסט געווען א בחור, אן אומבא'טעמ'טער בחור, עס איז געקראכן אויף דיר לייז; דער אייבערשטער האט דיר געברענגט א מתנה פון הימל אן אשת חיל, זאלסטו טון אלעס אויף די וועלט זי זאל זיין פרייליך; זי איז א ריכטיגע אשת חיל.

#2064 - אויב מען קומט נישט צייטליך אין כולל, קען מען נישט קומען מער אין כולל
כולל, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


אויב מען קומט נישט צייטליך אין כולל קען מען נישט קומען מער אין כולל; עס איז א חרפה און א בושה אז אינגעלייט זאלן אריין שלאפן אין טאג אריין, קומען אין בית המדרש עלף אזייגער.


אויב וועסטו ווייטער אזוי ממשיך זיין - זאלסטו זיך זוכן א צווייטע כולל אדער גיי זוך דיר א פרנסה, ביי אונז אין כולל קענסטו נישט ממשיך זיין אזוי.


די גאנצע זאך פון אנהייבן כולל צען אזייגער איז נאר פאר די וואס לערנען שוין פארטאגס וכו', אנהייבן דעם טאג צען אזייגער איז אויך א ליצנות, ווען יעדער אינגערמאן דארף שוין זיין אכט אזייגער ביי די ארבעט; אז דאס איז שוין אויך צו פרי - זאלסטו זיך זוכן א צווייטע כולל, אדער א דזשאב.

#2063 - נישט ווערן צעבראכן אז טייל געבן זיך אן עצה אליין
שמחה, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט ווערן צעבראכן אז אנדערע משפחות שאפן זיך אליינס גוי'טעס; העכסטנס וועט איר ארבעטן ווייניגער.


איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט אייער זאך, איר מעגט בעטן עקסטער געלט פאר'ן זיך פארען מיט דעם; ווער עס וויל נעמען דורך אייך וועט גיין דורך אייך און ווער עס וויל זיך אליינס פארען מיט דעם - זאל גיין אליינס, ווערט נישט געטשעפעט פון דעם אז משפחות געבן זיך אן עצה אן אייך.


דער עיקר זאלט איר זען עס זאל זיין אין שטוב א פרייליכע אטמאספער; אז די מאמע איז פרייליך - זענען אלע קינדער פרייליך, און אז די קינדער זענען פרייליך באקומט די מאמע כח ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט, קינדער וואס האבן א פרייליכע מאמע זענען עפעס אנדערש, זיי זענען געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2062 - אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן, האט מען א חיים טובים
אמונה, רפואה, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטייט (שמות יז, יא) אז ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אין די הייעך האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן חכמינו זכרונם לברכה (ראש השנה כט.): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה", צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן? "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן!" "האטס נישט מורא פון עמלק".


עמלק וויל אונז שוואך מאכן, ער מאכט ספיקות אין די אמונה, ער רעדט איין דעם מענטש 'דער אייבערשטער הערט נישט אויס דיינע תפילות', ער מאכט טראכטן שלעכטע מחשבות, אז די תפילות ווערן נישט אנגענומען וכו' וכו'; קומט משה רבינו און ווייזט מיט די הענט אויף ארויף, מיר זאלן קוקן צום אייבערשטן, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה.


אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן - ווערן בטל אלע דינים און מען לעבט א חיים טובים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכער'ן האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן אמורא רבי חנינא, האט איר רבי חנינא געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי, אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ כְּתִיב", דו קענסט פרובירן מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט איך האב אבער נישט מורא פון דיר, ווייל עס שטייט אין די תורה (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערן בטל אלע דינים און אלע כישוף.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר משפחות וואס ווארטן וכו' זיי זאלן מזכיר זיין שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2061 - אוועקנעמען די פחדים ביינאכט
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלאפן, אמונה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


דיין טאטע האט מיר דערציילט אז דו האסט לעצטנס פחדים, ער האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן א בריוו מיט א תפילה.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווען מען ליינט קריאת שמע גייען אוועק אלע שלעכטע זאכן, נאך זאגן אונז חז"ל (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", קריאת שמע איז אזוי ווי א שארפע שווערד וואס הרג'עט אויס אלע שלעכטע זאכן.


יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן זאלסט ליינען קריאת שמע, דאס וועט מאכן עס זאל אריינגיין אין דיר א שטארקע אמונה, דו וועסט וויסן אז קיינער קען דיר גארנישט טון. דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר; דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיינעם.


נאכדעם זאלסטו גיין צו די הייליגע מזוזה, כאפ אן די מזוזה און זאג: "הייליגער באשעפער, היט מיר אפ פון אלע שלעכטס, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך"; מְזוּזָה איז די אותיות זָז מָוֶת (תיקוני זוהר תיקון כב, סד:); מזוזה נעמט אוועק אלע שלעכטס.


נאכדעם, ווען דו ביסט אין בעט זאלסטו זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר; דו ביסט דא, דו היטסט מיר, קיינער קען מיר גארנישט טון, ווייל דו ביסט מיט מיר"; די ווערטער זאלסטו איבער זאגן ביז עס וועט אוועק גיין אלע פחדים.


בעט דיין מאמע זאל אנצינדן מעשיות פון צדיקים; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רלד): "מעשיות פון צדיקים ברענגט גוטע מחשבות, עס נעמט אוועק אלע שלעכטע מחשבות"; שלאף איין ביינאכט מיט מעשיות פון צדיקים - וועסטו מער נישט מורא האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2060 - א שאד איר זוכט פרעמדע גליק; די גליק ליגט ביי אייך אין שטוב
קדושה, שלום בית, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א שאד אז איר קוקט קליפס, א שאד איר זוכט פרעמדע גליק; די גליק ליגט ביי אייך אין שטוב.


פארוואס זאלט איר קוקן די געמאכטע פאלשע חתונה קליפס ווי דער חתן שמייכלט צו די כלה און די כלה צום חתן? עס איז עקלדיג, גרויליג - וואס די היינטיגע חתנים און כלות טוען; נעבעך אויף די וואס קוקן דאס, זיי קענען נישט האבן שלום בית. נאכן קוקן די עקלדיגע חתונה קליפס קען מען נישט ווערן איינס מיט'ן מאן, די מח לויפט אלץ צו די קליפס; מען טראכט פון פרעמדע, נאר נישט פון די אייגענע לעבן.


איר האט מיר צוגעזאגט אז איר גייט אוועקווארפן די מלאך המות פון אייער הויז, יעצט זע איך אז איר זענט צוריק געפאלן; א שאד אז איר פאלגט נישט, וואלט איר געפאלגט - וואלט איר שוין לאנג געהאט אמת'ע ליבשאפט מיט אייער מאן, איר וואלט זיך נישט אזוי סאך ארויסגעדרייט מיט תירוצים וכו' וכו'.

#2059 - קוק נישט קיין חתן כלה בילדער
קדושה, שלום בית, מאוויס, חתן, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קוק נישט קיין חתן כלה בילדער, עס איז עקלדיג ווי אזוי מענטשן פירן זיך; מען שיקט בילדער פון זיך מיט די כלה. דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א ווייב זאלסטו קוקן אויף איר, אז מען היט זיך די אויגן האט מען שלום בית.


איך בעט דיר, קוק נישט קיין חתונה קליפס פון חתן כלה; אז מען קוקט די קליפס הייבט זיך אן בויען א דמיון אין מח: 'יענער האט א בעסערע לעבן', 'יענער האט ליבשאפט', עס מאכט קאליע די שלום בית.


אזוי אויך טארן פרויען אויך נישט קוקן די קליפס, עס מאכט חרוב די לעבן.


איך שרייב דיר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט האבן גוטע שלום בית.

#2058 - גיין ליידיג ברענגט מען זאל ווערן דעפרעסט און צו נישט גוטע זאכן
פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י"ד שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער חתונה; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


עס איז זייער וויכטיג איר זאלט נישט גיין ליידיג; גיין ליידיג ברענגט מען זאל ווערן דעפרעסט און צו נישט גוטע זאכן. זעט אנצופילן אייער טאג, זוכט אן ארבעט; אבי נישט גיין ליידיג.


פאר איר הייבט אן ארבעטן זאלט איר פרעגן אויב עס איז גוט פאר אייך.


אייער ראש ישיבה, אייער שדכן.

#2057 - עקסערסייז פאר פרויען דארף זיין בצניעות
צניעות, איבונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הויזן פאר פרויען איז פריצות.


אז איר מאכט א קלאס פון עקסערסייז פאר פרויען דארף דאס זיין בצניעות, מען קען נישט אנטון הויזן, הויזן פאר פרויען איז פריצות; נישט קיין חילוק ווען דאס זאל זיין, צי ביים שלאפן צי ביים מאכן עקסערסייז, אדער אנדערע זמנים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט פאלגן וואס איך שרייב אייך, איך וויל נישט עס זאל זיין פריצות אין שטעטל קרית ברסלב וואס איך בוי מיט מסירת נפש.


איר וועט האבן הצלחה נאר אז דאס וועט זיין אן פריצות.

#2056 - נישטא אזא זאך געבן בחינם די ספרים און קונטרסים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י"ד שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע געבן ספרים בחינם פאר מפיצים, עס איז דא א נדבן וואס האט מנדב געווען ספרים; נישטא אזא זאך געבן בחינם די ספרים און קונטרסים - אפילו פאר מפיצים, אויב האסטו א נדבן קענסטו געבן די ספרים פאר גאר ביליג. אדער קענסטו מאכן אנדערש, קענסט מאכן אז אויב דער מפיץ קויפט כך וכך גליונות און קונטרסים באקומט ער כך וכך ספרים בחינם.


אז דו וועסט געבן בחינם קען פאסירן אז א פרישער מקורב וועט כאפן א ברען צו גיין הפצה, ער וועט אהיים נעמען א באקס ספרים און דארט וועט זיך ענדיגן די מעשה.


איך שרייב דיר פון וואס מיר האבן געהאט אין די פארגאנגענהייט; ווען מיר האבן געעפנט דעם בית הדפוס אין ישיבה האבן מיר געטיילט ספרים און קונטרסים בחינם, איך האב געזען ווי בחורים און אינגעלייט ווערן נתעורר פאר הפצה, זיי האבן גענומען זעק ספרים און דארט האט זיך עס געענדיגט.

#2055 - ווען די גרעניצן עפענען זיך, וועל איך קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה
דרשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, ראש ישיבת קה אכסוף


איך נעם אן די איינלאדענונג צו קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה; יעצט איז נישטא קיין וועג ווי אזוי איך קען קומען קיין ארץ ישראל, מען לאזט נישט אריינקומען צוליב קאראנע.


אם ירצה ה' בלי נדר, ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען און איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו אייך אין ישיבה רעדן צו די בחורים.


 

#2054 - ווען מ'ווייסט וואס ברסלב איז, וואלט מען נישט מורא געהאט דערפון
שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


האברך ... נרו יאיר דערציילט מיר אז ער טראגט אן א שידוך פאר אייער טאכטער ... תחי'; איר ווילט דעם שידוך, אייער ווייב וויל אויך זייער דעם שידוך, אבער אייער טאכטער איז פארהאנקערט; זי וויל נישט, זי האט מורא פון ברסלב.


עס איז א שאד אז אייער טאכטער ווייסט נישט וואס ברסלב איז, זי האט מורא פון ברסלב; ווען זי וואלט געוויסט וואס ברסלב איז - וואלט דאס נישט געווען קיין עיכוב.


ברסלב איז א חסידות וואס מען לייגט א שטארקע דגוש אויף שלום בית; נישטא נאך א חסידות וואס מען זאל אזוי מוסר'ן די אינגעלייט מען זאל אכטונג געבן אין שטוב אויף די ווייב אזוי ווי אין חסידות ברסלב, נישטא נאך א צדיק וואס זאל האבן גערעדט פון שלום בית אזוי ווי דער הייליגער רבי. נייתי ספר ונחזה, לאמיר עפענען אלע ספרים פון תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו, תלמידי המגיד זכותם יגן עלינו און פון רבינ'ס צייטן, נאר דער רבי רעדט פון שלום בית.


רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַּקֵר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער; מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן אן שלום בית, דער רבי האט אמאל נישט געוואלט זיצן ביים טיש ווייל איינער פון די תלמידים האבן זיך געקריגט אין שטוב.


בפרט אין חדר היכל הקודש איז דאך פי כמה; מוהרא"ש האט אזויפיל געשריבן איבער דעם ענין פון שלום בית, מען געפונט זיך נישט דאס פלאץ אין היכל הקודש אויב מען איז נישט מכבד די ווייב, נישטא קיין אוועקפארן פון שטוב, נישטא קיין ארויסגיין פון שטוב אן די ווייב.


אפשר זאלט איר ווייזן דעם בריוו פאר אייער טאכטער, זי זאל וויסן דאס חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, זי זאל וויסן די מעלות פון א תלמיד היכל הקודש.