בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3618 - נישט ענטפערן א נומער אדער אימעיל וואס מען קען נישט
חברים, צניעות, שידוכים, טעלעפאן, אימעיל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פון היינט אן זאלט איר נישט ענטפערן קיין טעלעפאן, אימעיל וכדומה – פון איינעם וועם איר קענט נישט.


שרייבט זיך נישט מיט קיין פרעמדע נומער, ווייל ליידער איז די וועלט אזוי געפאלן אז בחורים און מענער שרייבן זיך מיט מיידלעך און ווייבלעך, מיט פאלשע נעמען, דער באשעפער זאל אונז היטן; זאלט איר נאר רעדן און האבן שייכות מיט א נומער וואס איר ווייסט גענוי ווער דאס איז.


דאס וואס איר בעט אינעם בריוו, איר האפט אז דער ראש ישיבה וועט אייך פארשטיין און נישט אראפקוקן; חס ושלום, אייך קוק אייך נישט אראפ, איך וויל אבער פארשטיין איין זאך, איר שרייבט אז דער בחור איז אן ערליכער בחור; איך וויל פארשטיין, וואס מיינט אן ערליכער בחור? א בחור וואס פארשטעלט זיך ווי א מיידל, ער הויבט אן שרייבן מיט פרעמדע מיידלעך, ער נארט אויס, ער קומט מיט א נאמען ווי א מיידל, נאכדעם זאגט ער אויס, עכט בין איך א אינגל, איך וויל חתונה האבן מיט דיר - דאס מיינט אן ערליכער בחור? ווי פינקטליך הויבט זיך אן זיין ערליכקייט?!


א בחור וואס לויפט נאך מיידלעך פארשטעלטערהייט איז נישט פאר אייך, איר דארפט אן ערליכער בחור, אן ערליכער מאן.

#3617 - בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, האר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת שלח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער פראגע וכו'; אייער מאן וועט זיך דערשרעקן.


בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ, אזוי וועט איר האבן חן אין אייער מאן'ס אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3616 - לערנט אייערע קינדער נישט צו האבן מיט פרעמדע מענער
צניעות, קדושה, חינוך הילדים, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די שרעקעדיגע פראגע.


איך בין געבליבן פארפרוירן פון די פראגע, עס איז זייער א שווערע פראגע; עס איז מיר שווער צו ענטפערן ווען איך קען נישט דעם אינגערמאן, אייער איידעם - פון דער נאנט. פון דערווייטנס קען איך אייך זאגן עס מוז נישט זיין דא קיין גט, מען דארף אבער רעדן צו אים; אים געבן צו פארשטיין אז דאס איז נישט קיין שפיל, אויב ער וועט נאכאמאל אנרירן אייער טאכטער אדער א פרעמדע מיידל וועט ער ענדיגן אין תפיסה און מער קיינמאל נישט זען זיינע קינדער.


לערנט אייערע קינדער נישט צו האבן מיט פרעמדע מענער, נישט רעדן און נישט לאכן - אפילו מיט משפחה, און אויב איינער רופט פריוואט אין צימער - זאל מען נישט גיין.


דער באשעפער זאל שוין רחמנות אויף אונז; אונז שיקן משיח, אונז אויסלייזן פון גלות.

#3615 - אויב מעגליך, זאל מען נישט מאכן די אפעראציע אין די דריי וואכן
תודה והודאה, בין המצרים, רפואה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר קענט אפשטופן די אפעראציע פאר חודש אלול זאלט איר דאס ענדערש מאכן אין חודש אלול ווי אין די דריי וואכן. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן תקנא, סעיף א): "בַר יִשְׂרָאֵל דְּאִית לֵיהּ דִּינָא בַּהֲדֵי עַכּוּ"ם לִשְׁתַּמִּיט מִנֵּיהּ דְּרִיעַ מַזָּלֵיהּ", אויב מען האט א סכסוך מיט א גוי זאל מען דאס אפשטופן אויף אלול, ווייל אין די צייט געוועלטיגט דער שר פון עשו (זוהר הקדוש פרשת יתרו, דף עח:), ווידער אלול איז א חודש פון רחמנות, זאלט איר ענדערש מאכן די אפעראציע אין חודש אלול.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן, אייך און אייער מאן און קינדער, אלעס זאל אריבערגיין בשלום. דער עיקר זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר זען וואונדערליכע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3614 - פארשפרייטן אמונה, טראץ וואס מען וועט באשמוצט און פארשעמט
הפצה, זיכוי הרבים, בזיונות, ראש ישיבה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעדן טאג קומען קינדער קלינגען דעם בעלל ביי מיר אין שטוב, ווען מיין ווייב פרעגט: "ווער איז דארט?" שרייען זיי: "ברסלב פוי!" די לעצטע פאר חדשים איז געווארן מער דאס נאכשרייען, אויך מיינע קינדער שרייט מען נאך.


ביי מיר איז ממש וואס צדיקים האבן געזאגט, איין טאג וואס די נייעס גייט נישט ארויס קעגן זיי – טוען זיי תשובה. היינט האט מען מיר באשמוצט מיט א פרישע מעשה, אז דער בחור וואס פעלט שוין פאר אפאר חדשים אין ארץ ישראל – האט מיט מיר, איינער זאגט מיר אז דער אינגערמאן וואס האט מיך געוואלט שלאגן ל"ג בעומר אין מירון – ער שטייט אונטער דעם.


ברוך ה' איך ווייס ווער עס שטייט אונטער זיי אלע, אלעס איז למען הבחירה והנסיון; אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן ש) "פַּעַם אַחַת אָמַר לִי: כָּל מַה שֶּׁאַתָּה רוֹאֶה בָּעוֹלָם, כָּל מַה שֶּׁנִּמְצָא בָּעוֹלָם, הַכֹּל בִּשְׁבִיל הַבְּחִירָה וְהַנִּסָּיוֹן", אלעס וואס דו זעסט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר – איז למען הבחירה והנסיון.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט ווייטער גיין הפצה; האב רחמנות אויף אידישע קינדער, נעם זיי ארויס פון זייערע עוונות. דאס איז די גרעסטע רחמנות, צו זען ווי מענטשן פאלן אין עבירות; דער רבי האט א כח זיי ארויס צו נעמען פון וואו זיי זענען, און זיי ברענגען צום אייבערשטן.


 

#3613 - קאנטרי "אילן החיים" א גוטע סביבה פאר די זומער
חברים, חובות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק ארויס אויפ'ן קומענדיגן זומער אז דו גייסט זיין אין אונזער קאנטרי "אילן החיים" דחסידי ברסלב.


מיר האבן א נאמען געגעבן אונזער קאנטרי "אילן החיים", אויפ'ן ספר הקדוש אילן החיים וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמא קא גרים; די פלאץ, די ביימער – זאלן אריינבלאזן א חיים, א לעבן - אין אנשי שלומינו, אלע שמועסן און פארברענגען אונטער די ביימער – זאלן זיין פון רבי'ן, פון רבי נתן, רבי נחמן טולטשינער און רבי אברהם בן רבי נחמן זכותם יגן עלינו. מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן דעם ספר לויט די השתלשלות פון די צדיקים וואס האבן אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער: מוהרנ"ת, רבי נחמן טולטשינער, זיין זון רבי אברהם בן רבי נחמן און ר' לוי יצחק זכרונם לברכה.


די קאנטרי האב איך געקויפט מיט גרויס מי און פלאג, איך האב געבארגט קרוב צו צוויי מיליאן דאלער. איך האב דאס געטון נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פאר אנשי שלומינו צו קענען זיין אינאיינעם, מחנך זיין די קינדער בקדושה ובטהרה, נישט פאלן אין יראת שמים, נאר צובאקומען יראת שמים.


אזוי גייט עס, וואו א מענטש דרייט זיך, מיט וועמען מען זיצט – אזוי ווערט מען; אז מען גייט אין א קאנטרי וואו מען שיכור'ט – וועט מען אויך א שיכור, אז מען גייט אין א פלאץ וואו מען טרונקט פון די יין המשומר (חיי מוהר"ן, סימן רס) – וועט זיך אויך עפעס אנקלעבן.


 

#3612 - פארדינט פוינטס, און פארלוירן איבער הונדערט טויזנט דאלער
סבלנות, חובות, שכל, פארנארן, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען נאכנישט קומען צו זיך פון וואס דו האסט מיר דערציילט, ווי דו האסט זיך אזוי באנארישט; האסט געגעבן דיין קרעדיט קארד פאר דיין בעל הבית, ער זאל איינקויפן זיינע סחורה און באצאלן סוף חודש - פאר נארישע פוינטס, און יעצט האט ער דיר אזוי אנגעזעצט, דו זיצט מיט קרוב צו הונדערט טויזנט דאלער אינדרויסן, און ער זאגט דיר: "אין לי לשלם!"


ווי קען זיין נאכן לערנען אין ישיבה אזויפיל יאר און הערן הונדערטער דרשות פון דעם, אז מען זאל נישט טראסטן קיינעם, מען זאל נישט פארבארגן די קרעדיט קארדס אפילו פאר דעם באגלייבסטער מענטש – האסטו אזא נארישקייט געטון?!


יעצט דארפסטו רחמי שמים דו זאלסט צוריק זען די געלט; חוץ פון וואס עס קאסט דיר יעדע חודש אזויפיל געלט נאר צו באצאלן די פראצענט.


איך האב פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו זאלסט צוריק זען דיין געלט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג, בנוסף לזה זאלסטו רעדן צו דיין בעל הבית יעדן טאג שיינערהייט, זאלסט זיך נישט קריגן מיט אים, ווייל בדרך כלל ווען מען פארבארגט געלט – זוכט דער לוה מען זאל שרייען אויף אים, אזוי שפירט ער זיך בעסער נישט צו באצאלן, מיט'ן טענה: "האסט געשריגן! האסט מיך פארשעמט וכו'!" רעד צו אים טאג טעגליך ער זאל אנהויבן באצאלן שטייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויסגיין פון דיינע חובות; מיט תפילה און סבלנות וועסטו זען ניסים.

#3611 - איינפלאנצן אין די קינדער די דריי חלקים פון אמונה
כיבוד אב ואם, צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, אמונה, אמונת חכמים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ענדערש זאלט איר זיך איינגעבן ביי אנדערע סקולס צו זיין א לערערין, מיר האבן גענוג לערערינס אין בית פיגא; ענדערש זאלט איר זיין א לערערין אין א צווייטע מוסד און דארט איינפלאנצן אמונה אין אידישע קינדער.


אמונה איז דער עיקר וואס מען דארף אריינלייגן אין קינדער, אמונה ווערט צעטיילט אין דריי חלקים:


די ערשטע און וויכטיגסטע - איז צו לערנען מיט די קינדער אז אלעס איז פונעם באשעפער, די וועלט האט א בעל הבית, איינער פירט אלעס; דער באשעפער מאכט אלעס און טוט אלעס, קיין שום זאך געשעט נישט און פאסירט נישט – נאר דורך אים.


אז עס קומט קאראנע – איז דאס פונעם באשעפער, אז די פרייזן הייבן זיך – איז דאס פונעם באשעפער, אז עס קומען הייסע טעג – איז דאס פונעם באשעפער, אז עס קומען שטורעם ווינטן, צונאמיס, מלחמות – אלעס אלעס איז פון באשעפער.


די צווייטע חלק, רעדט צו די קינדער פון צדיקים; דערציילט זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, פונעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו און פון אלע צדיקים.


די דריטע חלק איז אמונה אין זיך; הייבט אויף די קינדער, בויט זיי אויף, נעמט די מיידלעך וואס זענען ביי זיך צעקלאפט און בויט זיי אויף. ווען קינדער זאגן: "איך קען נישט", זאלט איר זיי זאגן: "קוק, דו קענסט יא; לאמיר פרובירן"; דאס איז זייער וויכטיג פאר קינדער, זיי זאלן האבן א לערערין וואס בויט זיי אויף.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, זיך נישט עקשנ'ען דוקא צו קומען לערנען פאר קינדער אין בית פיגא. מיר האבן גוטע לערערינס וואס לערנען מיט די קינדער אמונה, ענדערש גייט אין א צווייטע מוסד – דארטן פלאנצן אמונה, אויך וועט איר זיך נישט דארפן קריגן מיט אייערע טייערע עלטערן.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; פרעגט אייערע עלטערן, איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי פירן זיך מיט די העכסטע סטאנדארט צניעות. אויב אייער מאמע זאגט איר קענט גיין מיט וכו', זאלט איר זי אויסהערן.

#3610 - די ישיבה וועט נישט שטערן דעם בית המדרש אין שטעטל אום זומער
קעמפ, שטעטל, ישיבה, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר ארויס אין שטעטל די וואך, מיר וועלן זיין פאר צען וואכן מיט ענק.


די יאר וויל איך נישט שטערן ענקער בית המדרש, איך וועל זיין מיט די בחורים אינעם אלטן בנין פון די הדפסה, דארט וועלן זיין די שיעורים יעדן אווענט אום אכט אזייגער. איך וויל נישט שטערן די כולל, אויך וויל איך נישט שטערן די מנינים ביי ענק אין שטעטל.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט קומען העלפן אינעם אלטן בנין הדפסה, מען דארף דאס אהערשטעלן עס זאל זיין גרייט פאר'ן זומער; אויב דו קענסט העלפן ביטע רוף יעצט האברך ... מיט האברך ...


איך האף דו לערנסט דעם בלאט גמרא יעדן טאג; קומענדיגע וואך זענען מיר שוין מסיים מסכת יבמות, זיי קלוג, כאפ זיך מיט; טאנץ ארויף אויפ'ן באן וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן.


א גרויסן יישר כח.

#3609 - א זיבן יעריג קינד געענדיגט ששה סדרי משנה אין די פרייע צייטן
סיום, משניות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


יעצט האב איך געהערט די גוטע נייעס אז דו האסט מסיים געווען די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז דאך די שענסטע זאך, א קינד פון זיבן יאר אלט זאל לערנען יעדן טאג אין די פרייע צייט משניות ביזן ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה!


איך האב געהאפט צו זיין אין ארץ ישראל די וואך, אבער דער אייבערשטער מאכט אנדערש.


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל הערן פון אלע קינדער נאך מעשיות פון תפילה.


שיק א גריס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3608 - מעסטן די ווערטער, נישט מצער צו זיין די עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אפן מיט אייער מאמע; זאגט איר אז פאר אייער מאן איז מער באקוועם איינצושטיין אין א פריוואטע דירה, אזוי וועט זי נישט זיין ברוגז אויף אייך; עס איז א פארשטענדליכע זאך אז אן איידעם איז נישט אזוי באקוועם וכו', ער וויל זיין פריוואט.


בנוגע די עסן; עס פאסט נישט מיט צו ברענגען אייגענע עסן, זיי וועלן זיך באליידיגן. איר קענט האבן עסן ביי אייך אין די דירה, אזוי וועט איר האבן כשר'ע פלייש, און ביי די סעודות זאלט איר זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון אייערע עלטערן, אזוי וועט זיין שלום על ישראל.


געבט אכטונג, מעסט די ווערטער וואס איר זאגט, עס זאל זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און מיט שכל. זאגט נישט: "מיין מאן וויל נישט קומען דא"; דאס וועט מאכן מחלוקות, זאגט די ווערטער וואס איז פריער געשריבן: "פאר מיין מאן איז באקוועמער איינצושטיין אין א פריוואטע דירה"; נישט מער און נישט ווייניגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3607 - אויסצייכענונג פאר דרך ארץ
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


דאס איז א קליינע אויסצייכענונג פאר די חשוב'ע בית פיגא תלמידה


...


פאר'ן זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך בין זייער דאנקבאר פאר אייך און אויך פאר אלע תלמידות וואס שטעלן זיך צו, וואס זענען איידל און דרך ארץ'דיג.


איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


 

#3606 - קוק נישט קיין שום מאוויס, סיי אידישע און סיי נישט אידישע
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, תיקוני זוהר, התחזקות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ספר הקדוש תיקוני זוהר. איך האף דו גייסט אנהויבן נאכאמאל דעם ספר און דאס לערנען יעדן טאג פון דיין לעבן.


דער ספר הקדוש איז מקדש דעם מענטש, עס לויטערט דעם מענטש. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט אונז, אמאל איז געקומען א איד צום הייליגן אריז"ל, ער וויל א תיקון פאר זיינע גראבע עבירות רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער אריז"ל געזאגט: "נאדיר א תיקון פאר דיין נפש, רוח ונשמה, זאלסט זאגן יעדן טאג פינף בלעטער תיקונים, דאס וועט דיר מתקן זיין".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אריינגעלייגט אין אונז מיר זאלן לערנען יעדן טאג דעם הייליגן ספר. מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען אז ער האט תלמידים וואס זענען מסיים יעדן חודש דעם ספר תיקוני זוהר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן, נאך אביסל ווערסטו א חתן, נאך אביסל שטעלסטו אויף דיין שטוב. ווארט נאך, דערהאלט זיך, בלייב שטארק מיט גוטע חברים, מיט חברים וואס רעדן איידל, מיט חברים וואס זענען ערליך. היט דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, קוק נישט קיין שום מאוויס, סיי אידישע און סיי נישט אידישע וכו'.


גיי זיך מתבודד זיין יעדן טאג, רעד זיך אויס דיין הארץ צום באשעפער, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און עס גייט דיר אזוי שווער. שעם זיך נישט פון אים, ווייל דאס רעדן צום באשעפער ברענגט א שטארקע דביקות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו גיין הפצה, וועסטו אלעס מתקן זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#3605 - זאלסט אייביג געדענקען די וואס האבן דיר געהאלפן
הכרת הטוב, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו אז דיין קעיס איז פארמאכט; דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.


"הנותן מתנה לחבירו", ווען איינער געבט א מתנה פאר זיין חבר, זאגן די הייליגע חכמים (שבת י:): "צריך להודיעו", זאל ער לאזן וויסן כדי עס זאל זיין מער שלום אויף די וועלט.


זאלסט וויסן, צוויי אינגעלייט פון די חברי הנהלה, האברך ... מיט ... נרם יאיר האבן אוועקגעגעבן פאר דיין קעיס צענדליגער שעות, מיר האבן געהאט שלאפלאזע נעכט אז עס זאל חס ושלום נישט פאסירן מיט דיין משפחה קיין שלעכטס. זאלסט זיך פארצייכענען די צוויי נעמען, דיין גאנץ לעבן זאלסטו האבן פאר זיי הכרת הטוב.


הכרת הטוב מיינט נישט זאלסט אים יעצט קויפן א קראנץ בלומען, אדער א האריגע טלית בייטל און אים שטויסן אין רוקן; הכרת הטוב מיינט זאלסט שטענדיג געדענקען איינער וואס האט אוועקגעגעבן זיין ווייב, קינדער און פרנסה דיר א טובה צו טון.


איך קום יעצט פון א חתונה אין בארא פארק, די חתונה פון החתן ...; איך בין געווען דארט מסדר קידושין. איי וועסטו פרעגן, דער ראש ישיבה האט דאך אן אפמאך נאר צו זיין מסדר קידושין אין ישיבה, וואס איז דא אנדערש? וועל איך דיר זאגן, איך האב געלערנט ביי מוהרא"ש די מדה פון הכרת הטוב; דער חתן'ס טאטע האט מיר געהאלפן ווען איך בין געווען אין נויט, ווען קיינער האט נישט געקוקט אויף די ישיבה – האט ער מיר געהאלפן, דעריבער האב איך פאר זיי הכרת הטוב.

#3604 - פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן
שידוכים, צרות, התחזקות, נסיונות, יענער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


מען פרובירט אויס יעדן איינעם. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, אין גם אחד וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע – אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, דערהאלט זיך ווייטער. אנטלויף נישט, בלייב ערליך, בלייב מיט אמונה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיט'ן גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ער איז געבליבן מיט'ן טעם מרור... זאלסטו נישט אנטלויפן, אז דו וועסט זיך דערהאלטן זאג איך דיר צו א גוטע שידוך מיט הערליכע דורות.


פון דיין ראש ישיבה.

#3603 - שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט, איז נישט קיין עסק
בחור, ישיבה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהערט דיין וויינעדיגע הודעה.


איך ווארף דיר נישט אוועק, איך האב דיר זייער ליב, איך וויל דיר א חתן מאכן; איך וויל אבער דו זאלסט זיין א מענטש, לעבן מיט א סדר; שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – איז נישט קיין עסק.


די מרה שחורה'דיגע מענטשן שלאפן בייטאג און זענען אויף ביינאכט, דערפאר קען מען נישט זיין ביי אונז אין ישיבה אז מען קומט נאכמיטאג; אז דו ווילסט זיין אין ישיבה זאלסטו קומען אינדערפרי צום דאווענען און לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


איך ווארף דיר נישט ארויס, און אז דו ווילסט נעמען אן ארבעט פאר א האלבע טאג און קומען נאכמיטאג – איז אויך גוט, אבער שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – דאס איז מרה שחורה און עצבות.


איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, און אפילו דו וועסט ווייטער שלאפן בייטאג – ווארף איך דיר נישט אוועק.

#3602 - מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס
פרנסה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס!


איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר, דאס איז דאך אזא וואונדער; א אינגערמאן, א פשוט'ער איד וואס ארבעט רוב טאג צו ברענגען פרנסה האט די שכל צו לערנען די הייליגע תורה, כאפט ארויס יעדע איבריגע מינוט צו לערנען; דו ביסט שוין אריבער פיר מאל גאנץ ש"ס.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו בלייבן דיין גאנץ לעבן צוגעקלעבט צו די תורה, און דיינע קינדער זאלן אויך זיין דבוק צו די תורה.


 

#3601 - ווער קען אויפקומען מיט א וועג, מען זאל זיך קענען אויסקומען
מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר איינמעלדן וואס טוט זיך אין די מוסד; איר דארפט נישט מורא האבן מיר צו שרייבן אזעלכע זאכן, איך וויל וויסן פינקטליך וואס טוט זיך.


יעצט אויף למעשה.


מיר האבן אויפגענומען דעם אינגערמאן ... נרו יאיר ער זאל מענידזשן די מוסד; ער איז מיר זייער געטריי, ער טוט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


פון די אנדערע זייט דארף איך אייך נישט זאגן וואס דער אינגעמאן ... טוט פאר אונזער מוסד; ער האט א חלק אין אלעס וואס מיר האבן, ער האט געבויט די ישיבה, ער האט געבויט די קעמפס אלע יארן, און יעצט די שטעטל האט ער געבויט, און בויעט עס ווייטער.


... ווייסט ווי געטריי ... איז, און ... ווייסט אז ... איז געטריי.


איך שטיי אין די זייט, איך ווארט צו זען ווער וועט זיין דער העלד און אויפקומען מיט א וועג אז ביידע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם.


זייט נישט דערשראקן, די מוסד צעפאלט נישט; איך לאך זיך גוט אויס, איך געב זיך איבער צום אייבערשטן.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס איך גיי אריבער טאג טעגליך; איך האב שוין מיטגעהאלטן אן א שיעור פייערן וואס האט אויסגעבראכן צווישן מענטשן וואס האבן געהאט אייגענע אינטערעסן; דער וואס האט נישט קיין אייגענע נגיעות - דער בלייבט געטריי.


נעכטן האט אויך אויסגעבראכן א קריג צווישן די וואס דרוקן די וועכנטליכע ספרים; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און שוין שיקן דעם גואל צדק.


אין שטעטל איז נישט מעגליך צו וואוינען נאר אז מען ארבעט אויס די מידות; ווען מען וואוינט צווישן פרעמדע מענטשן קען מען טראכטן 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג', 'מיין לענדלארד איז א חי'', דער שרייט 'דער טענענט איז א רשע', איינער זאגט 'מיין שכן איז פאני', אבער אין שטעטל - דער לענדלארד מיט'ן טענענט מיט'ן שכן - אלע זענען פון די זעלבע מנין, אלע קומען זיך צוזאם אינאיינעם בייטאג און ביינאכט - איז נאר מעגליך צו וואוינען אויב מען ארבעט אויס די מידות.


ווערט נישט דערשראקן; איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אלע וואס ארבעטן אין מוסד.


עס וואלט נישט געווען געפערליך ווען ... וואלט געפרעגט ... וואס צו טון, און עס וואלט געווען שענער ווען ... וואלט צו אים שיין גערעדט.


נאכאמאל, ווערט נישט דערשראקן.

#3600 - א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים
נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


דיין מלמד נרו יאיר שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר; אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט גוטע מידות.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזוי הנאה דאס צו הערן; איך גיי שרייבן פאר דיינע עלטערן אז דו ביסט א גוט קינד, און עס איז פאר אונז א זכי' צו האבן אזא גוט קינד אין אונזער חדר אין ירושלים.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, שרייב מיר וואס טוט זיך אין חדר און נאך - וועסטו מיר מחי' זיין.

#3599 - דער מנהל דארף מוטיגן און געבן חיזוק פאר די מלמדים
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט צו מחנך זיין קינדער מיט אמונה און יראת שמים.


איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פון א מנהל איז צו מוטיגן די מלמדים, זיי צו געבן חיזוק. מלמדים דארפן זייער אסאך חיזוק, עס איז פון די שווערסטע ארבעט צו זיצן מיט קינדער און האבן צו זיי סבלנות, מען דארף כסדר זיי מחזק זיין, חס ושלום אויב מען איז זיי נישט מחזק קען זיך א מלמד פארלירן און אנהויבן נוצן די הענט; ציפן, שלאגן און שטויסן השם ישמרינו; דאס איז די ארבעט פונעם מנהל, צו אויפהייבן און מחזק זיין די מלמדים.


אפשר איז כדאי די קינדער זאלן זיך לערנען שרייבן, שרייבן איז א וויכטיגע זאך. קינדער דארפן זיך לערנען שרייבן, ליינען וכו'; איז כדאי זיי זאלן מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו. אן לחץ; מען קען שרייבן וואס האט זיך געטון אין חדר, וואס מען האט געלערנט; אין אמעריקע שרייבן די קינדער איינמאל א וואך א בריוו.


די מעלה פון דעם איז, זיי לערנען זיך אויס שרייבן, און בעיקר, אמאל ליגט עפעס באהאלטן אינעם קינד'ס הארץ און דורך שרייבן קומט עס ארויס; אסאך קינדער זענען שוין געראטעוועט געווארן דורך דעם, זיי האבן געשריבן, האבן זיי דערציילט זאכן וואס איז נישט גוט, און מען האט זיי געגעבן הילף וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3598 - אביסל שכל ווי אזוי צו גיין צווישן די טראפן
שלום בית, שכל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב סטראשעט דיר, זי גייט נישט וכו' - זאלסטו איר איבערבעטן און איר געבן גערעכט, אזוי וועט זי גיין וכו'; טו אלעס אין די וועלט אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר וכו'.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן ביי די ברכה פון אתה חונן לאדם דעת אז מען זאל באקומען אביסל שכל און וויסן ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט אלעס וואס די ווייב זאגט דארף מען טון, אבער מיט שכל דארף מען פארשטיין אז מען דארף זיך מיט איר נישט טענה'ען; מען געבט איר גערעכט און מען טוט וואס מען האט צו טון.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי צו קענען אריבערגיין די וועלט אן זיך קריגן און אן ווערן גענארט פון די וועלט. דער רבי האט אונז געלערנט א וויכטיגע זאך; נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל דאס נישט איבער'חזר'ן פאר אונז, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; עס קומט די מינוט וואס מען רופט צוריק דעם מענטש, מען נעמט דעם מענטש מען לייגט אים אריין אין א גריבל און מען באדעקט אים מיט ערד, די משפחה גייט אהיים און מען בארואיגט זיך, די ווייב האט חתונה מיט א צווייטן, די קינדער הויבן אן לעבן ווייטער זייער לעבן און קיינעם אין די וועלט פאלט נישט ביי וואס די נשמה הויבט יעצט אן אריבערצוגיין, וואס פאר א שרעקליכע פיין און ליידן זי גייט אריבער; מען נעמט אפיר דעם מענטש, דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער איז דער ממלא מקום וכו', דארט איז נישט אינטערעסאנט ווער האט מער מענטשן, ווער איז דער חד בדרא, דארט איז אינטערעסאנט נאר די פרקים משניות און דפים גמרא, דארט איז חשוב יעדע ווארט וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן, דארט איז חשוב דער וואס האט ליב געהאט א צווייטן איד, גערעדט שיין צו א צווייטן, ווער עס האט מחנך געווען זיין שטוב מיט שלום, מיט תורה און מיט קדושה.


איך וועל דיר נישט ענטפערן אויף דיינע אנדערע פראגעס, ווייל וואס האט דאס מיט דיר און וואס האט דאס מיט מיר? עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו רעדן פון דעם און פון יענעם; איך בין זייער פארנומען, איך האב קוים צייט צו ליינען בריוו, ווער רעדט נאך פון ענטפערן; איך האב דיר נאר געענטפערט ווייל ביי מוהרא"ש איז געווען דער ענין פון שלום בית פאר אלעס, און אז דו שרייבסט מיר דיין ווייב וויל נישט גיין וכו', זי וויל נישט האבן מיט דיר וכו', זי סטראשעט דיר וכו' - זאלסטו חס ושלום נישט מאכן קיין עסק אין שטוב פון די זאך.


געדענק: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט!" די ווערטער קלינגען מיר אין די אויערן, די ווערטער האב איך געהערט ביי מוהרא"ש הונדערטער מאל: "מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט", "מיט א ווייב טענה'עט מען נישט", "מיט א ווייב גייט מען נישט אין ויכוחים".


איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו רמזים ווי אזוי צו קענען גיין צווישן די טראפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3597 - יעדער איינער פון די קהילה זאל נעמען א טייל אין די קאמפיין
צדקה, חובות, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הויבן מיר אן דעם יערליכן קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות; איך פערזענליך ליג אין חובות, איך בארג און בארג געלט נאר פאר די מוסד.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געטראפן מוהרא"ש און זיך געלערנט נישט צו בארגן קיין געלט, און איך האף אז דו האסט דאס אויך געלערנט ביי מיר; איך בארג אבער יא געלט פאר די מוסד, און איך קוק זייער ארויס אז יעדער איינער וואס האט שייכות מיט די קהילה, סיי מענער און סיי פרויען - זאלן נעמען א טייל אין די קאמפיין און צאמנעמען צדקה פאר אונזער מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3596 - עס איז מיין גרעסטע שמחה אז ענק היטן שבת
התחזקות, שבת קודש, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, פלארידע


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליגן רבי'ן, דאס געבט דיר כח צו קענען זיין א גוטע איד. איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו גייסט אין שול דאווענען די דריי תפילות, דו פרייסט זיך מיט טלית און תפילין, און דו שטארקסט זיך אויף אלע נסיונות.


די שורה וואס דו שרייבסט אז דו און דיין ווייב האבן אנגעפאנגען היטן שבת, ביידע פון אייך דרייוון מער נישט שבת - דאס צו הערן איז מיין גרעסטע שמחה! דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון היטן שבת; יעצט איז דיר דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ", דער וואס היט שבת, "מוֹחֲלִין לוֹ", איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב) "'שׁוֹמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


מזל טוב צו דיין סיום סדר זרעים; גיי ווייטער מיט סדר מועד, ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3595 - הייליגער באשעפער, איך וויל זיך אפשערן די האר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נסיונות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אפשערן די האר איז זייער א גרויסע זאך, צדיקים האבן צוגעזאגט וואונדערליכע ישועות פאר פרויען וואס האבן מקבל געווען אויף זיך צו שערן די האר.


דער הייליגער נאסוידער רב פלעגט צוזאגן ברכות אויב די פרוי שערט זיך אפ די האר; אמאל האט א מחוצף אים געפרעגט: "וואס וועט דער רב טון אויב די פרוי וועט זיך אפשערן איר האר און די ברכה וועט נישט מקוים ווערן?" האט דער הייליגער צדיק געענטפערט: "איך בין גרייט צו ווערן אויס רב, אבי די פרוי זאל אראפנעמען איר האר"; אזוי שטארק איז אים געגאנגען אין לעבן אז אידישע טעכטער זאלן זיין הייליג און ריין.


ווען עס קומען צו מיר משפחות וואס צווייפלען אין דעם וכו', זיי וואקלען זיך; איין מינוט טראכטן זיי פון זיך אפשערן, און א צווייטע מינוט טראכטן זיי פון בלייבן מיט די האר; ראט איך זיי, ענדערש זאלן זיי ווארטן און דאס טון מיט די גאנצע הארץ, נישט טון זאכן וואס מען איז נאכנישט דערביי, ווייל אז מען טוט דאס נישט מיט די גאנצע הארץ, קען דאס שפעטער ערגער מאכן; ענדערש זאל מען דאווענען אויף דעם, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל דאס וועלן טון; מיט תפילה והתבודדות קומט מען אן זייער ווייט.


ווארטס, שערט זיך נאכנישט אפ; בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר, אִיךְ וִויל טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ וִויל זַיין עֶרְלִיךְ, אִיךְ וִויל זוֹכָה זַיין צוּ דִי בְּרָכוֹת וָואס דִי צַדִּיקִים הָאִבְּן צוּגֶעזָאגְט פַאר דִי פְרוֹיעֶן וָואס גֵייעֶן אָנְגֶעטוּן אֵיידְל אוּן שֶׁערְן זִיךְ אָפּ זֵייעֶר הָאר.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז עֶס אִיז מִיר זֵייעֶר שְׁוֶוער אָפְּצוּשֶׁערְן מַיינֶע הָאר? בַּיי מִיר אִיז דָאס אַזוֹי וִוי מֶען זָאל מִיר אָפְּשְׁנַיידְן אַ חֵלֶק פוּן מַיין קֶערְפֶּער, אִיךְ קֶען נִישְׁט טְרַאכְטְן פוּן דָאס טוּן; וִוי אַזוֹי גֵיי אִיךְ אוֹיסְקוּקְן אָן מַיין הָאר? וִוי אַזוֹי גֵייט זִיךְ עֶס שְׁפִּירְן? אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ נִישְׁט בַּאקוּמֶען דִי שְׁטְרָאף וָואס דֶער הֵיילִיגֶער זֹהַר זָאגְט (נָשֹׂא קכה:) אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר זִיךְ שֵׁיין צוּ מַאכְן, אִיז זִי גוֹרֵם אַז עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקֵייט אִין שְׁטוּבּ; אִיךְ וִויל נִישְׁט בְּרֶענְגֶען אָרֶעמְקֵייט אִין שְׁטוּבּ, אִיךְ וִויל נִישְׁט מַיין מַאן אוּן קִינְדֶער זָאלְן זִיךְ מוּטְשֶׁען וֶועגְן מִיר, וֶועגְן מַיין הָאר; בֶּעט אִיךְ דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ זָאל טוּן וָואס דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים זָאגְן אוּנְז, אִיךְ זָאל הָאבְּן דִי שְׁטַארְקֵייט אָפְּצוּשֶׁערְן מַיינֶע הָאר. אִיךְ וִויל דָאךְ עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ וִויל דָאךְ הֵיילִיגֶע קִינְדֶער, דֶער זֹהַר זָאגְט, אַ פְרוֹי וָואס דֶעקְט אוֹיף אִיר הָאר אִין שְׁטוּבּ, גָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא, וֶועלְן אִירֶע קִינְדֶער נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל פַארְטְרַייבְּן דִי נִישְׁט גוּטֶע פוּן אוּנְזֶער שְׁטוּבּ; אַז מֶען שֶׁערְט זִיךְ דִי הָאר גֵייעֶן אַוֶועק אַלֶע מַזִּיקִים פוּן שְׁטוּבּ, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דִיר, זֵיי הָאבְּן אַלֶעס אַוֶועקְגֶעגֶעבְּן אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען כְּבוֹד שָׁמַיִם אִין דִי וֶועלְט, אָמֵן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3594 - הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען זאגן א קאפיטל תהילים
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, איר ווייסט נישט פארוואס איר קענט נישט זאגן תהלים, איר עפנט דעם תהלים אבער איר קענט זיך נישט זען ארויסזאגן ווערטער פון תהלים; עס איז דא אן עצה פונעם הייליגן ברסלב'ער רבי. דער רבי זאגט, ווען מען קען נישט דאווענען, מען קען נישט זאגן תהלים, זאל מען זאגן פאר'ן אייבערשטן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר", "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען זאגן א קאפיטל תהילים"; דאס איז א סגולה, עס עפנט גלייך די מויל, עס עפנט די הארץ.


ווען איר נעמט דעם תהלים זאלט איר זאגן א תפילה צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זאגן תהלים; העלף מיר איך זאל זיך קענען עפענען מיין הארץ פאר דיר און פועל'ן ישועות".


איך פריי זיך צו הערן אז אייערע פרענדס זענען ערליך, זיי גלייבן אינעם אייבערשטן; איר זענט זיך מחזק מיט זיי.


געבט א גרוס פאר אייער חשוב'ער טאטע.