בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3568 - עטליכע הדרכות און הנהגות פאר א כלה
שאלות, כשרות, הדרכות, לשון הרע, כלה, יום החופה, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע הכשרים וכו'; די צוויי הכשרים וואס איר האט זיך אונטערגענומען צו עסן – זענען גוטע הכשרים. בלייבט שטארק מיט דעם גדר, אויך נאך די חתונה זאלט איר נאר עסן די הכשרים, בפרט ביי פלייש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אלע צרות און חסרון פרנסה קומט פון נישט ערליכע שוחטים; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן נאר פון גוטע הכשרים.


בנוגע פאסטן ביום החופה, איר דארפט טרינקען אביסל וואסער ביים אראפשלינגען די מעדעצין; אז מען עסט און מען טרינקט פחות מכשיעור - איז עס נישט קיין פראבלעם, עס איז נאכאלץ גערעכנט ווי מען פאסט.


בנוגע רעדן מיט די מאן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המדות אות לשון הרע, סימן ז): "בְּנֵי אָדָם שֶׁאוֹהֲבִים זֶה אֶת זֶה", מענטשן וואס זענען זייער נאנט און האבן זיך ליב, "מֻתָּר לוֹמַר זֶה לָזֶה מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁשָּׁמַע מֵאֵיזֶה אָדָם", מעג איינער זאגן פאר דעם צווייטן פון וועם מען האט געהערט, "גַּם חֲבֵרוֹ מֻתָּר לְקַבֵּל דְּבָרָיו", און דער חבר קען דאס אננעמען, "וְאֵין בּוֹ מִשּׁוּם לִשָּׁנָא בִּישָׁא", עס איז נישטא דא קיין לשון הרע.


בנוגע גיין מיט די קמיע אונטער די חופה וכו'; דער מנהג איז אז אונטער די חופה האלט מען נישט מיט זיך קיין שום זאך, מען נעמט אראפ פון זיך אלע איבריגע זאכן.


בנוגע וכו'; וואס האט דאס מיט אייך צו טון? מישט אייך נישט אין קיין שאלות וואס האט מיט גרויסע רבנים; איר זאלט נאר גיין וכו' וואו עס איז דא א גוטע הכשר פון אן ערליכער רב, יא פילטער נישט פילטער - דאס האט נישט מיט אייך צו טון.


בנוגע וכו'; אונזערע לערערינס וואס לערנען מיט כלות טוען דאס נישט פאר געלט, מוהרא"ש האט אונז געווארנט ביים לערנען מיט חתנים און כלות נישט צו נעמען קיין געלט, אז אייערע עלטערן וועלן געבן - וועלן זיי נעמען, אבער דאס טוען מיר נישט פאר געלט.


גייט צו די חתונה מיט א שמחה; אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן שעפשען לויב צום אייבערשטן און תפילה אויף ווייטער.

#3567 - אויפגעוואקסן געצערטלט און מען דארף אלעס גלייך אויפ'ן פלאץ
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, רפואה, יונגע יארן, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער מאן וכו'; איר שרייבט איר זענט אלע יארן געווען א געצערטלט קינד, וואס איר האט געוואלט - האט מען אייך נאכגעגעבן, און יעצט איז דאס אייך זייער שווער; ווען אייער מאן טוט נישט גלייך וואס איר ווילט, ווערט איר ברוגז, איר הויבט אן זיך אויפעסן - ביז עס פלאצט אויס; איר בעט אן עצה.


ערשטנס זאלט איר וויסן, ווען מען ווייסט אז מען האט א פראבלעם און מען בעט הילף - איז מען שוין כמעט א געהאלפענער, די צרה איז ווען מען וויל נישט מודה זיין אז מען האט א פעלער, אבער ווען א מענטש בעט הילף; איר זאגט, העלפט מיר, איך בין געצערטלט, איך מיין אלעס קומט מיר, איך טשעפע מיין מאן - די פרוי איז שוין כמעט געהאלפן.


די עצה איז תפילה והתבודות. בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, זאגט אים ווי א גרויסע רחמנות איר זענט. ווייל קינדער וואס וואקסן אויף געצערטלט וכו', יעדע זאך וואס זיי האבן געוואלט האבן זיי באקומען - די זענען א גרויסע רחמנות, די קענען נישט לעבן; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קומט מיר גארנישט; מיין מאן איז נישט מיין קנעכט, מיינע קינדער זענען נישט מיינע קנעכט, מיינע עלטערן זענען נישט מיינע קנעכט, אלע זענען מיר קנעכט פאר דיר באשעפער, איך בין דיין קנעכט; איך, מיין מאן און מיינע קינדער דארפן דיך דינען, מיר זענען נאר דיינע קנעכט.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל אים ליב האבן אפילו ווען ער טראכט אנדערש פון מיר, איך זאל לעבן מיט אים בשלום אפילו ער טוט נישט ווי אזוי איך וויל, העלף מיר איך זאל זען אין אים נאר גוטס.


אייבערשטער, ראטעווע מיר פון די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם; איך האב אזעלכע פארביסענע נאטורן, איך רעד מיט האס צו אנדערע, בעיקר צו מיין מאן; איך שאף אויף אים אזוי ווי מען שאפט אויף א קנעכט: "טו מיר", "מאך מיר", "איך הייס דיר", "איך האב דיר שוין געזאגט טויזנט מאל", "דו הערסט נישט?" הייליגער באשעפער, פארוואס רעד איך אזוי צו אים? פארוואס רעד איך נישט ווייך, שיין און זיס? ווען וועל איך שוין זיין א גוטע פרוי? ווען וועל איך תשובה טון? ווען וועל איך מכבד זיין מיין מאן? וואס מיין איך אז איך בין? ווער בין איך דען? איך האב נאך אזויפיל וואס צו פאררעכטן, איך בין דאך אזוי ווייט פון זיין גוט!


הייליגער באשעפער, געב מיר אמונה; שיין אריין אין מיר די ליכטיגע אמונה, איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס איז נאר דו, נישטא גארנישט - נאר דו. מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז פון דיר. אז עס גייט מיר ווי אזוי איך וויל - איז דאס פון דיר, און אז עס גייט נישט ווי אזוי איך וויל - איז דאס ווייטער פון דיר, און אז עס איז אלעס פון דיר - איז דאך אלעס גוט, איז נישטא אויף וואס זיך צו רעגן".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; לייגט צו אייערע אייגענע תפילות - וועט איר מיט די צייט אויסגעלייזט ווערן פון אייער שווערע גלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3566 - דרוקן דעם פירוש אויפ'ן זוהר אין א באזונדערע קונטרס
הדפסה, ספרי ברסלב, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן נאך אזויפיל תפילות האב איך די יאר ל"ג בעומר אנגעהויבן שרייבן א פירוש אויפ'ן ספר הזוהר. דער פירוש איז געבויט אויף די ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האב נעכטן געטראפן ביי א חתונה האברך היקר לי ..., ער האט מיר געזאגט עס איז בעסער זאלסט דרוקן באזונדער די זוהר, און נישט אריינשטעלן אין די וועכנטליכע קונטרסים.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר שיקן יעדע וואך א שטיקל פון די פרשת השבוע; איך וויל דו זאלסט עס מגיה זיין עס זאל נישט האבן קיין טעותים, און דאס אויסשטעלן אין א באזונדערע גליון.


ויהי רצון מלפניך אבי שבשמים איך זאל זוכה זיין צו קענען ענדיגן דעם פירוש אויפ'ן גאנצן זוהר, איך זאל קענען מתקן זיין מיט דעם מיין נשמה.

#3565 - יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר די געסט אין שטעטל אויף שבועות
קינדער, סגולות, הכרת הטוב, שטעטל, הכנסת אורחים, נחת, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס קומט אייך א גרויסן יישר כח פאר'ן צושטעלן אש"ל פאר אלע געסט וואס זענען געקומען מיט האלטן דעם יום טוב שבועות אין שטעטל.


עס איז געווען זייער א שיינע קיבוץ אנשי שלומינו, עס איז זייער שיין צו זען ווי די משפחות אין שטעטל עפענען די הערצער אויפצונעמען די אלע געסט.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן, בזכות הכנסת אורחים זאלט איר זוכה זיין צו נחת פון די קינדער. דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכָּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", די מצוה פון ארייננעמען געסט איז א סגולה פאר א פרוי צו קינדער.

#3564 - מזל טוב פאר דיין בר מצוה ומזל טוב פאר דיין סיום הש"ס
שמחות

בעזרת ה' יתברך


אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


דורן דרשה להבחור הבר מצוה כמר ... ני"ו


מזל טוב פאר דיין בר מצוה ומזל טוב פאר דיין סיום הש"ס!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק און ברענגען נחת פאר דיינע חשוב'ע עלטערן, פאר דיין טאטע הר"ר ... ני"ו און דיין מאמע תחי', ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח, אמן.


דיין ראש ישיבה.

#3563 - נישט מאכן פרי שבת
שבת קודש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער מפיץ ... פון מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


מוהרא"ש האט געהאלטן מען זאל נישט מאכן פרי שבת; מען רעדט נישט פון מקבל שבת זיין פרי, צינדן ליכט פרי, דאס יא; מען רעדט פון דאווענען פרי.


מיר דאווענען זומער פריער, אבער נישט פאר'ן זמן הדלקת הנרות.


אויב דו האסט נישט נעבן דיין שטוב אן אנדערע מנין, נאר די מנין וואס דאווענט פרי - קענסטו דאווענען מיט זייער מנין, אבער אויב דו האסט א מנין וואס דאווענט ביים זמן, אדער שפעטער - זאלסטו דאווענען ביים זמן, אדער נאכן זמן.


א פרייליכן שבת.

#3562 - הנהגות פאר א אידישע מאמע וואס ווארט אויף א שמחה
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, מנהגים, הדרכות, עין הרע, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט וכו'.


איר ווילט הערן אין קורצן וואס צו טון אין די טעג.


הדבר הראשון, גלייך מודיע זיין די עלטערן; עלטערן זענען באזארגט, זיי ווילן הערן גוטע נייעס ביי זייערע קינדער, גייט אריבער פערזענליך דערציילן די גוטע נייעס.


צווייטנס, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און אין די זעלבע צייט בעטן אז אלעס זאל זיין גרינג, און אלעס זאל זיין מיט נחת און פרייד.


דריטנס, זיך אכטונג געבן פון עין הרע; מען דערציילט נישט פון דעם, מען רעדט נישט פון דעם, מען באהאלט עס פון מענטשן. אויך אין די שפעטערדיגע טעג, ווען מען קען שוין נישט באהאלטן - גייט מען אנגעטון איידל, נישט אויסשטעכן מענטשן'ס אויגן.


פערטנס, אין די צייט דארף מען רוען, זיך נישט איבערשטרענגען, זיכער נישט מאכן קיין איבערגעשטרענגטע איבונגען (עקסערסייז), עס קען זיין א סכנה.


פינפטנס, אין די צייט זאל מען נישט קוקן קיין טמא'נע חיות און בהמות; מען גייט נישט אין קיין טיער-גארטן (זו), מען קוקט נאר אויף הייליגע זאכן, זומער דארף מען זיך מער אבאכט געבן, ווייל וואס די מאמע קוקט און טראכט - קריצט זיך איין אינעם קינד, דאס העלפט אים זיין אן ערליכער איד.


זעקסטנס, מען עסט נישט קיין רויע קנאבל און רויע צוויבל, עס איז נישט גוט נישט פאר די מאמע און נישט פאר די קינד (ספר המדות אות הריון, סימן ד). צוויבל עס מיר נישט אין אלע צייטן, רויע צוויבל - זאגט דער רבי - איז סם (שיחות הר"ן, סימן רסה). אויך רעטעך איז נישט גוט צו עסן אין די טעג (ספר המדות אות קשוי לילד, סימן א).


זיבעטנס, עס איז דא א סגולה אין רבינ'ס ספרים (ספר המדות אות הריון, סימן ב), א פרוי זאל האבן מיט זיך א מאגינעט און א שטיקל האלץ פון די דאך פון א קבר פון א צדיק, אויך א זילבערנע ה (איך געב א מתנה א זילבערנע ה פאר אלע תלמידות פון בית פיגא וואס שערן זיך אפ די האר, איך מיין איך האב אייך דאס שוין געגעבן).


ועל כולם - תפילה, און נאכאמאל תפילה און א דריטע מאל תפילה.


מוהרא"ש זאגט, מען זאל זאגן די נעמען פון צדיקים, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאכדעם בעטן בזכות די צדיקים זאל אלעס זיין בשלום; דא האט איר די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


 

#3561 - שטארקט דיך ווייטער
התחזקות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט זאגט מיר דיין שוואגער אז ער גייט צו דיר אויף שבת, האב איך שנעל גענומען דעם פענע דיר צו שרייבן אפאר ווערטער.


שטארק זיך, זיי ווייטער שטארק מיט די שיינע לימודים וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה. נעם א חומש יעדן טאג, לערן אביסל חומש, אויך משניות - אביסל יעדן טאג, ועל כולם, זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, אבער דו ביסט מיר נאך איינגעקריצט אין הארץ.


א גוט שבת.


 

#3560 - מקרב זיין אידן מוז אויך זיין נאר על פי תורה
צניעות, קדושה, זיכוי הרבים, תשובה, עבירות, הלכה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייערע הודעות.


איך ווייס נישט פון וועם איר רעדט, איך ווייס נישט וואס פאר א בריוו איר מיינט; אין היכל הקודש איז מען יעדן איינעם מקרב, עס איז נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, אבער וויסן זאלט איר, אונזער קירוב ארבעט נאר מיט די תורה, ווער עס וויל גיין אין די וועג פון די תורה - אזא איינעם דארף מען מקרב זיין.


די הייליגע תורה זאגט, אויב א פרוי וואס איז חתונה געהאט גייט מיט א פרעמדן מאן טון אן עבירה, דארף מען הרג'ענען די פרוי מיט יענעם מאן, אזוי אויך א כלה וואס גרייט זיך צו גיין צו איר חתונה, זי גייט נעמען קידושין פון איר חתן, אויב זי האט שייכות מיט א פרעמדן מאן וכו', זי פאפט אויס איר חתן - ווי איז שייך צו מקרב זיין? ווי מקרב זיין, וואס מקרב זיין?!


איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איך ווייס נישט ווער עס זוכט צווישן די בריוו פאר וועם איז די בריוו, פארוועם איז יענע בריוו; ממה נפשך, איז די כלה פון וועם איר רעדט אמת'דיג מיט איר חתן, זי האט נישט שייכות מיט א פרעמדן מאן - איז דאך גוט, איז קיינער איר נישט מרחק; איז זי נישט אמת'דיג צו איר חתן, זי גייט אויסנארן אן אומשולדיגער בחור, זי האט נאנטע באציאונגען מיט א פרעמדן, אזא איינעם זאלט איר אפלאזן. מוהרא"ש האט אונז געלערנט, א פרוי וואס גייט אונטערן רוקן פון איר מאן מיט א פרעמדן - איז א סימן פון א שלעכטע מיט די ערגסטע מדות.


איר ווייסט, ביי מוהרא"ש איז געווען נאר רחמנות אויף אידישע קינדער, עס זענען געקומען מיידלעך מיט עבירות איבער די אויערן, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען און שיין חתונה געמאכט, היינט האבן זיי שיינע דורות, אייניקלעך און איר אייניקלעך, אבער א חתונה געהאטע פרוי זאל האבן שייכות מיט א פרעמדן מאן - אזא זאך איז געווען פייער.


אויב אזא איינע, ווען זי קומט און זי האט חרטה, זי האקט אפ אלע פארבינדונגען - נעמט מען אויך צוריק, אבער איינע וואס לאזט נישט אפ איז א שלעכטע, א קראנקע.

#3559 - אויב מ'האט נישט קיין געפיל אין שטוב, איז דאס די אייגענע פראבלעם
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, שלום בית, קברי צדיקים, תשובה, פרנסה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא (בא"י בהעלותך), י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ביי מיר איז יעצט פרייטאג אינדערפרי, אבער ביי ענק איז שוין כמעט שבת, וועל איך זיך צויאגן און ענק שרייבן אפאר ווערטער, וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביים ליל שישי שיעור.


ביי אונז אין אמעריקא גייט די וואך פרשת נשא, מיר זענען נאכאלץ אפגעררוקט פון אייך א פרשה. די וואך האבן מיר אין די פרשה, דער אייבערשטער בענטשט אונז (במדבר ו, כד): "יְבָרֶכְךָ ה' וְיִשְׁמְרֶךָ", זאגט רש"י, 'יברכך' - איך בענטש דיר מיט דיין פארמעגן, 'וישמרך' - איך היט דיר פון מזיקין זיי זאלן נישט אוועקנעמען דיין געלט; מוהרא"ש זאגט, דא איז מרומז וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סח): "יֵשׁ מִדָּה אַחַת שֶׁמַּפְסֶדֶת וּמְאַבֶּדֶת מֵהֶם הַמָּמוֹן, וְהִיא מִדָּה רָעָה מְגֻנָּה" עס איז דא א שלעכטע מידה וואס איז גורם מען זאל נישט באקומען קיין געלט, ווייל לעולם וואלט דאך יעדער איד געדארפט האבן געלט, פארוואס האט מען נישט קיין געלט? ווייל געלט קומט פון די זעלבע פלאץ פון וואו כעס קומט, און ווען עס איז באשערט פאר דעם מענטש געלט, קומט דער יצר הרע און שטעלט אונטער א נסיון פון כעס און עס ווערט פון געלט – כעס, השם ישמרינו.


דאס זאגט די תורה "יְבָרֶכְךָ ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט געלט, און גלייך געבט די תורה נאך א ברכה "וְיִשְׁמְרֶךָ", - און ער זאל דיך היטן פון כעס כדי דו זאלסט נישט פארלירן דאס געלט.


ווי אזוי איז מען זוכה צו דעם - זיך נישט אויפרעגן? נאר דורך אמונה! ווי מער מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים, אלעס וואס פאסירט איז ער אליינס, אלעס שטעלט מען מיר א נסיון צו זען אויב איך וועל זיך פארלירן, נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן; עס איז נישט מיין ווייב, עס איז נישט מיינע קינדער, עס איז נישט די שכינים און חברים, עס איז אלעס דער אייבערשטער; ווי מער מען חזר'ט דאס, מען לעבט מיט אמונה - דאס נעמט אוועק כעס.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קה:): "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה", ווער עס איז בכעס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה; פארוואס איז דאס אזוי ווי עבודה זרה? ווייל מען קען נישט זיין בכעס נאר ווען מען פארגעסט פון אייבערשטן, מען מאכט א מציאות פון אנדערע זאכן, דאס איז ממש עבודה זרה.


די עצה צו אמונה איז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיך מאכן שיעורים אין רבינ'ס ספרים און פאלגן די עצות. כאפט אן א משל, די עצה פון התבודדות; אזא ליכטיגע עצה, אזא זיסע עצה, אזא גרינגע עצה - מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, אים אלעס דערציילן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, וואס וועט דא זיין, וואס וועט זיין מיט מיר, וואס וועט זיין פון מיר, איך בין אזוי ווייט פון דיר, העלף מיר, געב מיר אמונה, געב מיר דעת, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר; הייליגער באשעפער, וואס רעג איך זיך? וואס גיפט איך זיך? וואס איז מיט מיר?!


רבונו של עולם, העלף מיר, שיין אריין אין מיר א שטארקע אמונה, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, דו ביסט מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדֶךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, דער אייבערשטער איז איבעראל, אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם".


דאס איז אביסל וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט. אויך האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן אין שטוב, מען זאל רעדן שיין אין שטוב, ווייך און הארציג; מיט א ווייב קריגט מען זיך נישט, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט. אויב מען שפירט ווי מען האט נישט קיין געפיל אין שטוב - איז דאס די אייגענע פראבלעם, דאס איז נישט איר פראבלעם. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה פון עשירים, ווען זיי האבן געזאגט עפעס שטינקט, האט ער זיי געזאגט (מעשה יב, די מעשה פונעם בעל תפילה): "איר זעט דאך אז עס איז גארנישט פארהאן א זאך וואס זאל שטינקען, מוז בודאי זיין אז איר אליינס שטינקט, ווארן דא איז נישט דא קיין שום זאך וואס זאל שטינקען"; אזוי אויך, ווען מען ווערט פארעקלט אין שטוב, מען האט נישט מער קיין געפיל; וואס איז געשען פלוצלונג?!


איך האב אינגעלייט וואס זאגן מיר: "איך האב אזא שיינע לעבן, איך בין אזוי צופרידן פון מיין ווייב, פון מיינע קינדער", א טאג שפעטער טרעף איך אים מיט א לאנגע נאז, ברוגז, אנגעבלאזן; פרעג איך אים: "וואס גייט פאר?" זאגט מיר: "איך ווער צעדריידט פון מיין ווייב, איך זיך א וועג פטור צו ווערן פון איר, אלעס האט א שיעור!" פרעג איך אייך: "ווי קען דאס זיין, נעכטן האט ביי אים געשיינט אלע ש"י עולמות, ער איז געווען אזוי פרייליך, אזוי צופרידן, ווי קען זיין א טאג שפעטער זאל זיין דאס פארקערטע? מוז זיין אז ער אליינס שטונקט"; דארף מען תשובה טון, גיין שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות, איך וויל היטן מיין מח מחשבה, איך וויל זיין ערליך" - דעמאלט שיינען צוריק אלע ליכטיגקייטן.


עס ווערט שוין שבת ביי אייך, איך דארף נאך אניאגן צו שיקן די בריוו אויף אימעיל מען זאל דאס נאך קענען ארויספרינטן און ברענגען אין שול.


די וואך שבת יער איך זיך, מיין געבורטס טאג איז י"ב סיון, עס איז אין די טעג פון די ימי תשלומין. דאס לערנען מיר אין ישיבה, מען זאל וויסן אז מען קען נאך משלים זיין, מען קען נאך פאררעכטן.


איך בעט אייך, ווען איר זענט ביי מקומות הקדושים בעטס פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן, משמש זיין מוהרא"ש.


די וואך וועט ביי ענק זיין א חתונה פון א תלמיד הישיבה, זייער א חשוב'ער חתן. ער ווערט אן איידעם ביי ר' שמעון שפירא. דער מחותן האט מיר געשריבן א בריוו וואו ער בעט זיך איך זאל אים מאכן א שידוך פאר זיין טאכטער א בחור פון ישיבה, ער פארשטייט וואס דא טוט זיך, ער האט א געפיל אין ישיבה.


א גוט שבת.

#3558 - הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט ווי דיר
כולל, תפילה והתבודדות, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די כולל געלט.


זיי מיר מוחל, איך האב נישט דיר געמיינט. איך האב געבעטן דעם מנהל ער זאל שרייבן אויף אלע טשעקס, ווער עס האט נישט געהיטן די צייט זאל צוריק שיקן געלט, וויפיל ער פארשטייט; איך האב געמיינט די אינגעלייט וואס היטן נישט די צייט, נישט דיר האב איך געמיינט, דו ביסט א טייערער אינגערמאן; הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט ווי דיר.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, גיי אביסל שפאצירן אין פעלד. דו וואוינסט דאך אין גן עדן, די שטעטל איז אזוי ריין, אזוי הייליג.


איך בין געווען יום טוב שבועות אין שטעטל, איך האב זיך אזוי מחי' געווען, איך האב געלייגט א טיש הונטערן שול, צווישן די ביימער, איך האב דארט געלערנט שבועות אינדערפרי און זיך מתבודד געווען. עס האט זיך געשפירט אזוי גוט; וואס מער דארף מען פון זיך מתבודד זיין צווישן די פעלדער, מען שפירט דעם אייבערשטן, ממש די ברכה פון די תורה (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם", ווי רש"י זאגט: "אֲטַיֵּל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן".

#3557 - איר וועט האבן א שיינע שטוב, קינדער און קינד'ס קינדער
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט קוים חתונה געהאט, איר זענט נאך שנה ראשונה, פארוואס זאלט איר טראכטן אזעלכע שלעכטע מחשבות אז איר גייט נישט האבן קינדער, און אז איר גייט נישט קענען זיין א געזונטע מאמע, און אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס אייערע תפילות וכו' וכו'? - נארישע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין אייך.


פארוואס צעברעכט איר זיך יעדע מאל וכו'? ענדערש זאל איר טראכטן: 'איך גיי נאך אביסל האבן קינדער', 'איך גיי זיין די בעסטע מאמע פאר מיינע קינדער', 'דער אייבערשטער האט מיך ליב'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח) פארוואס האבן אונזערע מאמעס, שרה אמנו, רבקה אמנו און רחל אמנו נישט געהאט גלייך ביים אנהויב קינדער? "מִפְּנֵי שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב אוֹתָם אַהֲבָה גְּמוּרָה וְשָׂמֵחַ בָּהֶן, לְפִיכָ מְצָרְפָן כְּדֵי שֶׁיִּרְבּוּ בְּרַחֲמִים לְפָנָיו", נאר ווייל דער אייבערשטער האט זיי ליב, און ווארט אויף זייערע תפילות.


מאכט פרייליך אייער מאן, זייט גרייט פאר אים און שעצט אים; זארגט נישט, איר וועט האבן א שיינע שטוב, קינדער און קינד'ס קינדער.


 

#3556 - משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות
משניות, משיח, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעדע חודש ברענגען מיר די גבאים וואס נעמען צאם פון אנשי שלומינו צדקה פאר די רענט פון די ישיבה א ליסטע פון אלע נעמען ווער עס געבט און וויפיל מען געבט; איך פריי זיך צו זען דיין נאמען, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, פריי זיך זיך כאטש צו זען דיין נאמען אז דו האסט נאך די געפיל צו העלפן די ישיבה וואו דו האסט געלערנט.


איך האף אז דו לערנסט נאך משניות; אמאל פלעגסטו מיר שרייבן יעדע מאל דו האסט מסיים געווען משניות, דאס האט מיר זייער מחי' געווען. משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת".

#3555 - א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך
שמחה, סגולות, פרנסה, שמירת עינים, סיפוק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אז דו ווילסט שפע, עס זאל זיך גיסן שפע, דו זאלסט האבן בריווח, נישט בצמצום – זאלסטו היטן דיינע אויגן, אז מען היט זיך די אויגן – קומט שפע.


מוהרא"ש זאגט אויפ'ן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון שבירה, דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – קומט שפייז אין צייט.


עס איז א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך, מען האט אלעס אין לעבן; מען האט אמונה, שמחה, צופרידנקייט, שלום בית, געדולד צו די קינדער, מנוחה און ישוב הדעת.


שרייב מיר דיינע סיומים.

#3554 - חיזוק און עצות פאר א אידישע מאמע
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, ריינקייט, חסידות ברסלב, אידישע שטוב, הדרכות, עסן, סדר היום, טעקסט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז אייער לעבן האט אויפגעלעבט, די שלום בית איז געווארן הערליך, אייער מאן האט אויפגעלעבט, ער האט צעבראכן זיין כלי; עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, דאס לעבן איז אזוי זיס מיט'ן הייליגן רבי'ן.


בנוגע אייער פראגע וכו'; איר קענט גיין אין שטוב פאר אייער מאן אזוי ווי איר ווילט גיין וכו'. יעצט ווען די קינדער זענען קליין איז זיכער נישט קיין פראבלעם, שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער איז בעסער זיי נישט צו צעמישן; דעמאלט, נאר פריוואט וכו', גייט מען וכו'.


בנוגע עסן געזונט; איר האט מן הסתם נישט גוט פארשטאנען, מיר מאכן נישט אוועק דאס עסן געזונט, אוואי דארף מען עסן געזונט, מען דארף אכטונג געבן אויף געזונט; מען דארף אבער קענען באלאנסירן די זאך, נישט מאכן אן אמונה פון דעם, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וויפיל אכטונג צו געבן.


בנוגע אז איר קומט נישט אן מיט די שטוב ארבעט, די פיצלעך קינדער האלטן אייך פארנומען א גאנצן טאג, אמאל פלעגט איר האלטן די שטוב זייער מסודר, אבער היינט ווייסט איר נישט וואס צו טון וכו'; וויסן זאלט איר, אזוי איז ביי אלע אידישע הייזער, אנהויב ווען מען האט נאר קליינע פיצלעך קומט מען נישט אן מיט די ארבעט, מיט די צייט, ווען די קינדער וואקסן אונטער - ווערט גרינגער, מען נעמט אריין די קינדער אין די ארבעט.


ביז דערווייל זאלט איר טון אביסל דא, אביסל דארט; טוט נאך א קלייניקייט, נאך א קלייניקייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת, כ:) ווען עס קומט שבת טאר מען נישט רייניגן דער ערד, מען טאר נישט גיסן וואסער, אבער "אִשָׁה פִּיקַחַת", א קלוגע פרוי, "מֵדִיחָה כּוֹס כַּאן", שווענקט אפ א גלעזל דא, "קְעָרָה כַּאן", א טעלער דארט, "תַּמְחוּי כַּאן", א טאפ דא, "וְנִמְצֵאת מְכַבֶּדֶת אֶת בֵּיתָהּ בְּשַׁבָּת" - ביז די גאנצע שטוב ווערט ריין; דאס איז די חכמה פון א אידישע פרוי, מען מאכט אביסל דא, אביסל דארט - ביז די גאנצע שטוב ווערט מסודר.


בנוגע התבודדות, אייער קאפ פליט אוועק, איר קענט זיך נישט מצמצם זיין וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה) דאס אליינס, דאס וואס מען זיצט גרייט צו רעדן צום אייבערשטן - איז שוין אויך זייער חשוב, אפילו מען קען נישט עפענען דאס מויל.


א גוטע עצה וואלט געווען איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל, שרייבט ראשי פרקים פון זאכן וואס איר ווילט בעטן, זאכן זיך דורך צו שמועסן, און גייט מיט'ן צעטל זאך נאך זאך, און זייט מרחיב בדיבור, ברייטערט אויס יעדע בקשה.


בנוגע אייער פראגע אויב טעקסט מעסידזש איז א פראבלעם פאר א פרוי; דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך אויף וואס מען נוצט טעקסט, אויב מען נוצט עס פאר וויכטיגע זאכן, זיך שרייבן מיט'ן מאן אדער עלטערן - איז דאס נישט קיין פראבלעם, אבער אויב מען זיצט אויף גרופס - איז דאס זייער שעדליך, עס לאזט נישט לעבן, עס לאזט נישט טון די שטוב ארבעט, עס רויבט אוועק די מאמע פון אירע קינדער.

#3553 - נאך אביסל זענען מיר די זיידעס און באבעס פון וועמען מ'וועט ליידן און שווייגן
כיבוד אב ואם, שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הדרכות, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די אלע שיינע זאכן וואס איר דערציילט, וואס טוט זיך אין שטעטל, אין חדר און אין סקול, ווי שטארק איר זענט צופרידן מיט אייערע קינדער'ס חינוך.


בנוגע וכו'; איר דארפט זיין מיט אים אפען, זאגט אים אז עס טוט וויי וכו'; און אויב ער פארשטייט נאכאלץ נישט, אדער ער פארגעסט וכו' - זאלט איר אים נאכאמאל זאגן, שיינערהייט: "איך בעט דיר מיין טייערער מאן, עס טוט מיר וויי, דו מאכסט מיר צער"; איך בין זיכער ער וועט טון נאר זאכן וואס טוט נישט וויי, און אז ער פארגעסט ווייטער, אדער ער פארלירט זיך וכו' וכו', זאגט נאכאמאל שיינערהייט.


בנוגע וכו'; דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, עס ווענדט זיך פון וואו מען קומט, פון וואו מען שטאמט; איר קענט זיך ווייטער פירן מיט אייער וועג.


בנוגע זיך שערן; וואויל איז אייך אז איר זענט מקריב א קרבן אייער האר פאר'ן אייבערשטן, איר שערט זיך די האר ארויסצונעמען די שכינה פון גלות, לאוקמא שכינתא מעפרא, אין גן עדן איז דא א באזונדערע היכל פאר אלע נשים צדקניות וואס האבן מקריב געווען א קרבן זייער האר פאר'ן אייבערשטן.


בנוגע אייערע עלטערן; דאס איז זייער א סענסעטיווע פראגע. ווען עלטערן קומען אין שטוב דארף מען זיי געבן די הרגשה אז זיי זענען די עלטערן, און אז עס איז שווער - שלינגט מען אראפ די שוועריקייטן, מען פרובירט מיט אלע כוחות צו קוקן גוט, זען און הערן נאר דאס גוטס. געדענקט; נאך אביסל זענען מיר די זיידעס און באבעס וואס די קינדער וועלן דארפן ליידן און שווייגן.


איך בעט אייך זייער, לייגט אריין אייערע כוחות נאר פאר איין זאך: "זיין פרייליך"; ווער עס איז פרייליך - האט אלעס.

#3552 - דער אייבערשטער האט אייך ליב, ער איז נישט ברוגז אויף אייך
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, התחזקות, יאוש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


קלאפט ארויס פון אייער קאפ די שלעכטע מחשבות פון גיהנום; איר זענט א טייער קינד, א גוט קינד, דער אייבערשטער האט אייך ליב, דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף אייך; אפילו ווען מען פאלט אראפ, מען טוט זאכן וואס דער אייבערשטער וויל נישט - האט דער אייבערשטער נאכאלץ ליב, ער ווארט און האפט דער איד זאל קומען צו אים און אים איבערבעטן, מען זאל תשובה טון.


דער הייליגער זוהר זאגט (רעיא מהימנא פרשת בא, דף מ:) ווען א איד דערציילט פאר'ן אייבערשטן וואס ער האט געטון, ער זאגט: "הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל, איך האב געטון די זאך, איך בין באגאנגען א זינד, זיי מיר מוחל, טאטע זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין גוט, איך בעט דיר האב רחמנות אויף מיר"; נאכדעם ווען דער מקטרג קומט מקטרג זיין אויפ'ן מענטש, מען זוכט צו ברענגען א שטראף, זאגט מען פאר די מקטריגים: "מען איז זיך שוין אויסגעקומען, דער מענטש האט שוין דערציילט אלעס וואס ער האט געטון, ער האט תשובה געטון"; און זיי גייען אוועק מיט פארשעמטע פנימ'ער.


איר האט זייער טייערע עלטערן, זיי ווילן נאר אייער גוטס, זיי ווילן אייך נישט וויי טון; זיי קענען נישט שלאפן ביינאכט פון צער, זיי ווילן איר זאלט זיין צופרידן.


לאזט אפ די פרענדס וואס רעדן צו אייך קעגן דעם אייבערשטן, זוכט פרענדס וואס האבן אמונה, גלייבן אינעם אייבערשטן - וועט אייך גוט זיין.


איך ווארט צו הערן פון אייך.

#3551 - מיט תפלה וועט איר ווייטער אנקומען זייער שיין
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט אנגעקומען ביז אהער אזוי שיין מיט תפילה און מיט זיך נישט פארלירן - וועט איר ווייטער אנקומען מיט תפילה, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער.


געדענקט פאר נישט לאנג צוריק ווי איר האט געהאלטן; איר זענט געווען דערשראקן צום טויט וואס וועט זיין מיט אייער מאן ני"ו וכו' וכו', איר האט שיער נישט אויפגעגעבן און בזכות אייער סבלנות, אייער שטארקייט און אייערע תפילות - האט איר א נס, אייער מאן איז א נייער מענטש, אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו: "שכ'ח פאר מיין נייעם מאן"; אזוי בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט פארלירן, איר זאלט נאר דאווענען און נאר דאנקען דעם אייבערשטן - וועט איר זען נחת ביי אלע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3550 - יישר כח פאר'ן פארדינגען אייער פלאץ פאר'ן בית המדרש היכל הקודש בארא פארק
הכרת הטוב, ריינקייט, בית המדרש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... הי"ו


מיר זענען אייך זייער דאנקבאר אז מיר קענען דינגען ביי אייך דעם פלאץ פון אונזער בית המדרש היכל הקודש בארא פארק; מיר געפינען זיך זייער גוט דארט, עס איז זייער א גוטע פלאץ.


מיר זענען זייער מקפיד מען זאל נישט רעדן ביים דאווענען; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אוועקגעשטעלט אין אלע שול'ן היכל הקודש מען זאל זיין זייער געווארנט נישט צו רעדן ביים דאווענען.


אויך געבן מיר אכטונג אויף ריינקייט; דאס איז געווען אין ברסלב זייער א וויכטיגע זאך.


א גרוס פון אייער אייניקל ... נרו יאיר, ער איז זייער א טייערער אינגעמאן, ער איז קובע עיתים לתורה, ער האט גוטע מידות און העלפט מענטשן מיט הארץ.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט און נחת פון די קינדער און אייניקלעך.


א גוט שבת.

#3549 - שטר הלואה
מוסדות, קעמפ, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


איך שרייב אונטער אז איך האב געבארגט פון האברך ... נרו יאיר סך פון פערציג טויזנט דאלער צו קענען קויפן די קאנטרי מחנה אילן החיים ברסלב אין ליבערטי - ביז דריי יאר, י"א סיון, שנת תשפ"ה.


ועל זה באתי על החתום


...


 

#3548 - געבן גענוג צייט פאראויס צו קענען אנגרייטן
מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל זייער בעטן אלע טייערע משפחות זאלן זיך רעכענען מיט די חשוב'ע וואלענטירן וואס ארבעטן ביי די מקוה טהרה אומזיסט צו העלפן בויען די שטעטל, מען זאל מאכן אן אפוינטמענט פון פאראויס.


מיר האלטן דאס נישט הייס א גאנצע וואך, אזוי אויך די אנדערע זאכן, די ריינקייט וכדומה לזה; מיר גרייטן עס אן נאר ווען מען דארף דאס האבן, און עס איז זייער שווער פאר די וואלענטירן דאס צו טון ווען מען ווייסט נישט פון פאראויס.


דעריבער בעט איך אייך זייער מען זאל רופן לכל הפחות א טאג פאראויס, און אויב מען איז אליינס מסופק, מען האט א שאלה - זאל מען אויך זאגן פון פאראויס, קען זיין מיר וועלן דאס דארפן נוצן.


 בנוגע וועם צו רופן וכו'; איך וועל אנדערש מאכן, עס איז זייער שווער פאר דריי משפחות אלע זאלן זיין פארנומען מיט דעם וכו'; פון היינט וועט נאר ... זיין דארט.

#3547 - גיין אנגעטון אזוי ווי עס פאסט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אשר בנחל, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה; עס איז גוט איר זאלט יעדן טאג אריינקוקן אין די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, אשר בנחל; לערנט יעדן טאג א בריוו - וועט איר באקומען א שטארקע אמונה, אזוי וועט איר האבן כח צו טון די שטוב ארבעט, איר וועט נישט זיין אזוי נאכגעלאזט מיט די ארבעט.


דאס וואס איר פרעגט אויב עס איז א פראבלעם צו גיין וואס מער מיט א סנוד, איר ווילט זיך נישט אנטון וכו'; א פראבלעם איז דאס נישט, אבער ווען איר וואלט געפרעגט וואס איז ריכטיג צו טון, איז דער ענטפער, עס איז ריכטיג צו גיין אנגעטון.


עס איז דא א וועג ווי אזוי מען גייט אין שטוב און א וועג ווי אזוי מען גייט צווישן לייט. אז מען גייט ארויס איז ריכטיג זיך אנצוטון סיי פאר אייער מאן און סיי פאר אייך אליינס; א מאן וויל זען זיין ווייב אנגעטון שיין און אהערגעשטעלט, און פאר זיך אליינס איז אויך גוט צו גיין אנגעטון אזוי ווי עס פאסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3546 - יישר כח פאר'ן שטיין על המשמר אז די קיאסק זאל זיין ריין
שטעטל, קאמפיוטער, שמירת עינים, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן שטיין על המשמר אז די קיאסק זאל זיין ריין, מען זאל נישט קענען זען קיין שום שלעכטס.


ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין טאכטער אדל איינמאל פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און זי האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפ'ן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דעם זייגער עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער דעם זייגער? דו ווייסט נישט אז ס'איז דא אזעלכע שוואכע מוחות, ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך"; איז דאך זיכער אז מען דארף אכטונג געבן ווען עס קומט צו קאמפיוטערס, עס זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול.


איך האף צו זיין שבועות אין שטעטל, איך וויל קומען דאווענען א תפילה ביי ענק; איך טראכט פון קומען פרייטאג צו נאכטס דאווענען אין ענקער בית המדרש אשר בנחל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3545 - נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת און פאליטיק
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מחלוקת, רעדן, בית המדרש, שבת טיש, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן די גוטע גרוס פון אונזער שול אין ירושלים; דו שרייבסט אז דו ביסט זיך מחי' צו דאווענען דארט, מען רעדט נישט ביים דאווענען, מען דאווענט מיט א זיסקייט; דאס איז פאר מיר א גרויסע פארגענוגן.


בנוגע וכו'; געב אכטונג נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; זיי קלוג, אנטלויף פון מחלוקות, נעם נישט קיין טייל.


דער רבי זאגט (שם אות פחד חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון פראבלעמען - איז קלוג; נישטא נאך אזא צרה ווי מחלוקות, עס רייסט דאס הארץ צו זען ווי אידישע קינדער קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן; פארוואס זאל מען זיך קריגן? פארוואס זאל מען זיך פיינט האבן? זאל יעדער איינער גיין צו זיין אמת, זאל יעדער איינער זאגן אז זיין רבי איז א חד בדור; מוהרא"ש זאגט, ווען מענטשן קריגן זיך צווישן זיך, דער זאגט "מיין רבי איז א חד בדרא", דער אנדערערע שרייט: "מיין רבי איז א חד בדרא"; וואס דארף מען זיך קריגן? וואס איז שלעכט מיט צוויי חד בדרא'ס? דריי חד בדרא'ס? לאז יעדן איינעם גיין צו א פלאץ וואו עס ציט אים, א פלאץ וואס ברענגט אים נאנט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, רעד נישט אין שטוב פון מחלוקות; קינדער ווערן דערשראקן און צעמישט ווען זיי הערן וועגן מחלוקות, אין שטוב זאלסטו נאר רעדן פון אייבערשטן, פון צדיקים; בפרט ביי די סעודות שבת - דעמאלט איז די צייט פון חינוך הבנים והבנות, דעמאלט רעדט מען פון די גרויסקייט פון צדיקים, פון די גרויסקייט פון היטן די מצוות; די אלע וואס רעדן ביי סעודות שבת פון פאליטיק, פון מחלוקות ביי חסידים, פון ליצנות אויף דעם רבי'ן, אויף יענעם רבי'ן - די קינדער ווערן צעמישט, עס קען פירן צו דאס ערגסטע.


לצערינו איז דא מחלוקות אויך צווישן אונז, מענטשן וואס פאררופן זיך חסידי ברסלב; מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט קיינעם, מיר זענען געקומען צום רבי'ן נישט צו באלעבאטעווען אויף אנדערע, מיר זענען געקומען צום רבי'ן לטהרינו ולקדשינו - זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן, מיר זענען געקומען צום רבי'ן מיר זאלן זיך אויסארבעטן אונזערע מידות, נישט אויסארבעטן יענעמ'ס מידות.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער פאלגט דעם רבי'ן - וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויפ'ן ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3544 - זע צו ענדיגן באצייטנס דעם וועכנטליכן קונטרס עצתו אמונה
הדפסה, בית המדרש, עצתו אמונה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער שטארק, זע צו ענדיגן די וואך די קונטרס עצתו אמונה פאר פרשת נשא, ווייל די בית הדפוס וועט עס נאר דרוקן אויב זיי האבן דאס גרייט פאר יום טוב שבועות; זיי קענען נישט אניאגן צו מאכן זאכן די לעצטע מינוט.


איך האף צו קומען דאווענען שבת אינדערפרי ביי ענק אין בית המדרש.


אויך וויל איך דיר זאגן אז איך האב מנדב געווען א נייעם פרוכת פאר ענקער שול, איך האב געגעבן די געלט פאר ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.