בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1950 - איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס
שלום בית, יבנאל, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב תחי' אויב זי איז מסכים דו זאלסט זיך לערנען צו זיין א פאראמעדיק; אויב זי איז מסכים וויל איך דו זאלסט זיך לערנען אינאיינעם מיט האברך ... נרו יאיר, איך וועל ענק ביידע באצאלן די גאנצע קאסט.


איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס; איך האף מען וועט דאס נישט דארפן נוצן, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יז:) אז מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואס עס איז נישטא דארט א רופא; דאס גייט ארויף אויף הצלה און פאראמעדיקס.


מיר האבן שוין אין שטעטל אפאר אינגעלייט פון חברה הצלה; איך האף צו האבן זעקס און דרייסיג חברה הצלה אינגעלייט, כמנין ל"ו; מוהרא"ש פלעגט זאגן ער האט זעקס און דרייסיג הצלה לייט אין יבנאל, ער רופט זיי די ל"ו צדיקים וואס לויפן אין אלע צייטן ראטעווען אנדערע מיט מסירות נפש.


עס איז א שווערע לימוד, עס נעמט אפאר יאר, אבער עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע צו קענען ראטעווען א נפש אחת מישראל.


דאס קענסטו נישט טון נאר מיט רשות פון דיין ווייב תחי'.

#1949 - כח הצדיק, נישט חתונה מאכן ביליג, נאר גענצליך בחינם
צדיקים, אידיש געלט, מוהרא"ש, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אם ירצה ה' מאנטאג ויגש איז דא א חתונה אין ישיבה, לאז מיר וויסן אויב דו קומסט אריין און אויב דו פירסט די חתונה.


לאז וויסן די מחותנים אז מיר האבן א פרוי צו מאכן די פנימ'ער וכו' - בחנם. איך האב באצאלט פאר איינע פון די תלמידות זי זאל זיך לערנען די פאך בתנאי אז זי וועט דאס טון בחינם פאר די חתונות אין ישיבה.


אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען.


מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, יעצט וועט נישט קאסטן אפילו די זייטיגע זאכן - די האר פאר די מיידלעך און פאר די וואס מאכן די פנים וכו'.


לאז מיר וויסן דיינע פלענער.

#1948 - איך האף דו וועסט קומען זיך מחזק זיין ביים יארצייט סעודה פון רבי נתן
תפילה והתבודדות, התחזקות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך טראכט אסאך פון דיר, איך האף אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג ביי דיר און ביי דיינע קינדער.


וואס דו דארפסט - בעט דעם אייבערשטן, נוץ דיין מויל צו רעדן צו אים, רעד צו אים אויף דיין פשוט'ע שפראך. רעד צום באשעפער כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, א גוטע פריינט; בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און דאווענען און זיין אן ערליכער איד.


קומענדיגע וואך, ליל שישי פרשת ויגש וועט זיין די יארצייט סעודה פון מורינו רבי נתן זכותו יגן עלינו, אין ישיבה; איך האף דו וועסט קומען זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו.

#1947 - מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד
פרנסה, סדר דרך הלימוד, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו האסט פארשעמט די גאנצע קהילה, קיינער האט דאס נאכנישט באוויזן, צו לערנען און ענדיגן גאנץ ליקוטי מוהר"ן אין צוויי חדשים אויפ'ן באס.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אויפגעשטעלט אינמיטן סיפורי מעשיות, איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר אלע אינגעלייט זיי זאלן זען אז מען קען לערנען און זיין א באס דרייווער אינאיינעם, מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


אנשי שלומינו זאגן: ס'י ד'י על' (די ראשי תיבות פון די לייסענס וואס מען דארף האבן צו קענען פירן א באס) איז ראשי תיבות ס'דר ד'רך הל'ימוד; מען קען זיין א ס'י ד'י על' דרייווער און אז מען לערנט אויפ'ן ס'דר ד'רך הל'ימוד קען מען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


דיין ווייב האט מיר געפרעגט פון ווען מען דארף מקפיד זיין אפצוגיסן די קינדער "נעגל וואסער"; זאג איר אז ביי אונז גיסט מען אפ פונעם געבוירן.

#1946 - אין אנהייב רודפ'ט מען, און נאכדעם האט מען נחת פון די ברסלב'ע קינדער
חסידות ברסלב, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


יעדעס מאל דו קומסט ארויף אין ישיבה, איך זע דיר מיט א חומש, מיט א ספר - האב איך אזויפיל נחת פון דיר.


יעצט הער איך דיין שוויגער איז מודה, זי זאגט אז די מערסטע נחת האט זי פון ענקער משפחה.


אזוי גייט עס מיט תלמידי היכל הקודש, אין אנהייב רודפ'ט מען, מען האט מורא פון די לשון הרע'ס וואס מען הערט, אבער שפעטער האט מען דאס מערסטע נחת פון די ברסלב'ע.


איך האב דיר זייער ליב.

#1945 - נישטא אזא זאך א טיטשער זאל זיך גרויסן אויף א צווייטע טיטשער
סקול, חינוך הילדים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


נישטא אזא זאך א טיטשער זאל זיך גרויסן אויף א צווייטע טיטשער, איך דארף נישט ביי מיר אין מוסד אזא זאך; איר זענט חשוב ביי מיר אזוי ווי אלע טיטשערס.


אויב איר שפירט צווייטקלאסיג זאלט איר דאס דורכשמועסן מיט מרת ... תחי', זי איז א געטרייע פרוי; זי איז פארשטענדליך, זי פאלגט, זי ווייסט פונקטליך וואס איך וויל און ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


טאנצט מיט די קינדער: "א מחי' צניעות! א מחי' צניעות! א מחי' איך האב 'ליב' צניעות".


אויך זאלט איר אכטונג געבן אויף די שעפעלע נשמה'לעך אז זיי זאלן נישט בא'עולה'ט ווערן פון די שטארקע נשמה'לעך; אלע קינדער זענען אייניג, קיינער קען נישט טרעטן אויף אנדערע.

#1944 - איך האף דו רעדסט שיין צו דיין ווייב
שלום בית, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דו האסט א ווייב א צדיקת; איך האף דו רעדסט שיין צו איר, דו ביסט איר מכבד.


געדענקסט ביסט געווען א בחור איינער אליינס? געדענקסט ווי שווער עס איז דיר געווען? געדענקסט די ביטערע שווערע נסיונות וואס האט געברענט און געפלאקערט? זיכער געדענקסטו שוין נישט, ווי קען מען געדענקען...? אזוי ווי א מענטש וואס הונגערט, איינמאל ער טרעפט עסן - פארגעסט ער זיין פיין פון אמאל.


איך בעט דיר טייערער ליבער תלמיד, היט דיינע אויגן; קוק נישט אויף פרעמדע און טראכט נישט פון פרעמדע, אלעס איז דמיונות. דו האסט דאס בעסטע און דאס שענסטע, האלט איר טייער.

#1943 - שעם זיך נישט מיט דיין בארד
בחור, בארד און פאות, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זיסער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווען דיינע חברים לאכן פון דיין בארד - לאך דו פון זייער נאז; ווען זיי מאכן חוזק, זיי פרעגן דיר: "ווען שניידסטו שוין אפ דיין בארד", זאלסטו זיי פרעגן: "ווען שניידסטו שוין אפ דיין צונג?"


שעם זיך נישט מיט דיין צלם אלקים; אפילו דו האסט שווערע נסיונות, דו פאלסט אראפ, דו ליגסט אין בלאטע - זאלסטו בלייבן מיט דיין צלם אלקים, דיין בארד און פיאות זאלסטו קיינמאל נישט טשעפען.


וואס איז שיין? ווער האט געמאכט די זאך וואס מען רופט שיין? דער אייבערשטער; שיין איז דער וואס גייט אין די וועג פון די תורה, ער פאלגט די צדיקים.


איך האב דיר זייער ליב.


 


 

#1942 - אז דו רעדסט ניבול פה, קום נישט אין ישיבה
ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך הער פון בחורים אז דו רעדסט ניבול פה.


בעט איך דיר זייער זאלסט מער נישט קומען אין ישיבה; די ישיבה האב איך געבויט מיט מסירת נפש, איך וויל עס האלטן הייליג.

#1941 - האב רחמנות אויף דיין לעבן, רעד נישט קיין ניבול פה
מקוה, קדושה, בחור, שידוכים, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי, איך הער אויף דיר נישט גוטע זאכן; דו זיצט אפ גאנצע נעכט מיט בחורים אין מקוה, דו דרייסט זיך מיט בחורים וואס רעדן ניבול פה, בחורים וואס רעדן פון מיידלעך.


דו האסט זייער א חשוב'ער טאטע, דיין טאטע איז אן ערליכער איד; דו האסט גרויסע זיידעס, דיין זיידע נאך וועם דו הייסט האט געקענט גאנץ הלכות שבת בעל פה; איך האב זייער פיל צער און ווייטאג צו הערן אז דו גייסט נישט אין די וועגן, דו גייסט א נייעם וועג.


בפרט אז דו דארפסט א חתן ווערן דארפסטו דאך אכטונג געבן אויף דיין נאמען; קיינער פון אנשי שלומינו וועט נישט נעמען פאר זיין טאכטער א בחור וואס זיצט גאנצע נעכט אין מקוה און רעדט פון בחורים און מיידלעך.


אויב דו וועסט זיך נישט פארבעסערן וועל איך דיר פארשיקן מיט בזיונות; מוהרא"ש האט מיר מדריך געווען ווי אזוי צו פירן די ישיבה, ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות; אויב בחורים רעדן ניבול פה זאל איך זיי פארשיקן.


ווי צעבראכן א בחור איז, ווי שטארק ער שלאגט זיך מיט זיינע נסיונות בארעכטיגט עס נישט דאס רעדן ניבול פה. ניבול פה; רעדן פון מיידלעך, פון בחורים - ברענגט צרות, עס ברענגט שלעכטס.


איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיין לעבן, לאז זיך אפ פון הבחור השיכור ... וואס שלעפט דיר גאנצע נעכט און פון די אנדערע מנולים.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר.

#1940 - מאך אן התעוררות מ'זאל העלפן און האבן א חלק אין הדפסה והפצה
הפצה, צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך אן התעוררות ביי אנשי שלומינו ווער עס וויל העלפן און האבן א חלק אין הדפסה והפצה; מיר דארפן האבן יעצט גרויס געלט צו קענען ווייטער אנגיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות.


איך זע אז צווישן אנשי שלומינו האבן אויך נישט אלע א זכות צו העלפן, וואס איז אינטערעסאנט, ווייל רוב רובם, רובם ככולם זענען מקורב געווארן דורך הפצה, וואלטן זיי ווען געדארפט האבן א געפיל דערצו... זעט אויס אז מען דארף האבן א זכי' די געלט זאל אנקומען צו דעם הייליגן זאך.


שיק מיר א באריכט יעדע וואך ווער עס האט אלץ מנדב געווען פאר הדפסה.

#1939 - ווי מער מען טוט, אלץ מער צייט איז דא
הדפסה, היטן די צייט, פעולת הצדיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת בית פיגא, מרת ... תחי'


די מפיצים זאגן מיר אז זיי טרעפן זיך מיט מענטשן וואס בעטן זיך פאר די צווייטע חלק פעלת הצדיק אין ענגליש; מענטשן זאגן זיי אז ווען זיי האבן גענומען אין די האנט דעם ספר פעולת הצדיק אין ענגליש האבן זיי דאס געליינט און געענדיגט אין איין צו, בלי הפסק.


איך ווייס אז איר האט גענוג און נאך ארבעט, אנגעהויבן מיט די סקול, נאכדעם לערנען און באגלייטן די כלות און יונגע ווייבלעך, און יעצט גרייט מען זיך אויף די קומענדיגע פלעי, און איר האט דאך נאך א בית פיגא ביי אייך אין שטוב - אייערע קינדערלעך, דאך בעט איך אייך, אויב איר קענט זיך מאכן צייט ווייטער צו גיין מיט'ן ספר. עס איז דא א חזקה 'ווי מער מען טוט - אלץ מער צייט איז דא און ווי ווייניגער מען טוט אלץ ווייניגער צייט און כח האט מען'.


יישר כח פאר אלעס.

#1938 - נוצן די עצות פון הייליגן רבי'ן
התחזקות, חסידות ברסלב, עצות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך פרייטאג געפאלט די יארצייט פון מורינו רבי נתן זכותו יגן עלינו, מיר וועלן מאכן א סעודה ליל שישי פרשת ויגש אין ישיבה.


מוצאי שבת פרשת ויגש גיי איך קיין לעיקוואד, מחזק זיין אנשי שלומינו אין לעיקוואד מיט די זיסע עצות, מים מתוקים פונעם נחל נובע מקור חכמה; איך וויל דיר פרעגן אויב דו וועסט מיר קענען טראגן אהין און צוריק, איך וועל דיר באצאלן.


רבי ישראל בער זכרונו לברכה האט געוויינט צו זיין רבי, רבי ישראל קארדונער זכרונו לברכה, האט אים רבי ישראל געזאגט: "דער חילוק צווישן אונז איז אז דו ווייסט די עצות פון רבי'ן, דו נוצט עס אבער נישט, איך ווייס די עצות און איך נוץ עס"; אז דו וועסט נוצן די עצה פון התבודדות וועט דיר אלעס גיין אנדערש, אלעס וועט גיין כסדרן.


לאז מיר וויסן אויב דו קענסט מיר טראגן.

#1937 - מיר לערנען אונזערע קינדער צניעות פון די דריי יאר
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ דאס וואס דו ביסט אזוי פאר'עקשנ'ט אז דיינע טעכטער זאלן גיין מיט פידזשאמעס; זיי וויינען צו זייער טיטשער אז זיי ווילן זיין צניעות'דיג, זיי ווילן נישט גיין מיט הויזן; וואס איז דיר אזוי וויכטיג זיי אנצוטון הויזן?


מיר לערנען אונזערע קינדער צניעות פון די דריי יאר; הויזן פאר א פרוי איז פריצות, הויזן פאר א פרוי איז עקלדיג, גרויליג, מיאוס און נישט שיין; מיר לערנען דאס מיט די קינדער פון יונגווייז אן. אונזער וועג איז, ווי אזוי מיר ווילן די קינדער זאלן גיין אויף די עלטער - הייבן מיר אן פון די דריי יאר; פארוואס זאלסטו דוקא גיין פארקערט?! איך מוז דיר זאגן, איך פארשטיי נישט וואס דו און דיין ווייב זענען אזוי פאר'עקשנ'ט מיט דעם.


פאלג ערליכע אידן, גיי אין די וועג פון ערליכע אידן; ווארף ארויס אלע הויזן פון דיינע טעכטער. מאך זיך נישט נאריש, עס איז נישט קיוט, עס איז נישט זיס און נישט שיין; זיס איז א נאכט העמד, זיס איז די וועג פון די תורה.


די זעלבע איז נאך די חתונה; וואס זאלן דיינע קינדער זען, א מאמע מיט הויזן? פעך.


איך האב געזאגט די טיטשער זאל זאגן פאר דיין טאכטער זי זאל דיר פאלגן, איך האב די ביסל שכל נישט צו צעמישן דיינע טעכטער; אינטערעסאנט אז דאס ביסל שכל האסטו אויך נישט, נישט צו צעמישן די קינדער, נאר ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד.


מיר ווילן מאכן א סעודה ליל שישי פרשת ויגש, א יארצייט סעודה פאר רבי נתן זכותו יגן עלינו אין ישיבה; איך האף דיר צו זען, קום, לאמיר זיך מחזק זיין מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


זיי שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. 

#1936 - העלפן אנשי שלומינו חתונה מאכן אין ישיבה אן קיין איין פרוטה
תהלים, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


קומענדיגע וואך, מאנטאג פרשת ויגש וועט זיין א חתונה אין ישיבה, משפחת ...; ביטע זיי מודיע זיין אז איר וועט מאכן די האר פאר די משפחה בחנם. אויך, אויב זיי מאכן די פנים, וועט איר דאס מאכן; מיר האבן אפגעשמועסט אז איר וועט העלפן אנשי שלומינו צו קענען חתונה האבן אין ישיבה אן קיין איין פרוטה.


ביז דערווייל איז דא נאך דריי חתונות; זונטאג פרשת בא - משפחת ... מיט ...,  דינסטאג בא - משפחת ... מיט ... און מיטוואך תרומה - משפחת ... מיט ....


איך האף אז איר זאגט נאך תהלים אזוי ווי אלס מיידל - נאר מיט אן אנדערע טאן, מיט א פרייליכע ניגון, א תודה והודאה ניגון.

#1935 - זיי שטארק אין לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג
צדקה, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן חודש'ליך די ישיבה; מיט דעם וואס דו העלפסט די ישיבה האסטו א חלק אין די תורה ותפלה וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.


זיי שטארק אין לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, דאס וועט פארברענען אלע שלעכטס.

#1934 - אלע זאלן האבן א חלק אין "הפצה"
הפצה, הדפסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב הנאה אז דו האסט געכאפט א קיצל פון אלע שיעורים און דרשות דורכאויס שבת חנוכה אין שטעטל; דאס האב איך דאך געוואלט, מחזק זיין אנשי שלומינו, אלע זאלן האבן א חלק אין "הפצה".


דו פרעגסט מיר וואס דו קענסט טון פאר הפצה, איך האב פאר דיר וואס צו טון; די וואך האבן מיר געעפנט דעם "בית הדפוס" אין שטעטל, פארבינד זיך מיט ... און ... נרם יאיר, זיי העלפן מיר מיט'ן דרוקן די ספרים, טראג זיך אן צו העלפן דרוקן. ווען דו וועסט האבן צייט זאלסטו דרוקן ספרים; מיט דעם וועסטו האבן א חלק אין די הייליגע ארבעט, אין מקרב זיין די גאולה.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט א חברותא צו לערנען הלכה אדער גמרא אינדערפרי אדער ביינאכט, איך וויל זייער דו זאלסט האבן א שיעור קבוע.

#1933 - די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן
חינוך הילדים, מלמדים, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי


איך ווארט דו זאלסט מיר רופן לכל הפחות איינמאל א וואך, איך וויל הערן א באריכט פון חדר; איך וויל זיין ביי דיר אין כתה, איך וויל מיטהאלטן ווי די קינדער לערנען.


די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן, עס איז זייער א וויכטיגע יאר. דו טראגסט א ספעציעלע אחריות אז יעדע איינציגסטע קינד זאל קענען גוט די עברי, אלע זאלן קענען ליינען.


איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי זאלסט זיין גוט אויסגערוט, גוט מוטיג, רואיג און געלאסן. עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד", א מלמד דארף שלאפן גוט; א מלמד קען נישט גיין און קומען ביינאכט דא און דארט, מען דארף זיין גוט אויסגערוט צו די קינדער.


אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל התבודדות, וועט דיר די גאנצע טאג גיין אנדערש.

#1932 - בלייב נישט אין בעט, אפילו דו שפירסט נישט פארוואס אויפצושטיין
שלאפן, בחור, שידוכים, עצבות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר; איך ווייס דיין צער ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, ווי שווער עס איז דיר צו זיין עלנד, דאך בעט איך דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, דער אייבערשטער האט פאר דיר אוועקגעלייגט א שידוך, דו האסט א שידוך, בקרוב וועסטו חתונה האבן.


קום אין ישיבה, שטארק זיך; לאז נישט די עצבות און מרה שחורה זיך מתגבר זיין אויף דיר. שטיי אויף אינדערפרי, גיס אפ נעגל וואסער, טאנץ אריין אין מקוה און טובל זיך פאר'ן אייבערשטן, קום אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה און דאווענען צום אייבערשטן.


בלייב נישט ליגן אין בעט; אפילו דו שפירסט נישט קיין שום סיבה פארוואס אויפצושטיין, דו ביסט אזוי צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך - דאך שטארק זיך. זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, דערצייל אים ווי שווער די נסיונות זענען, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#1931 - יארצייט סעודה פון רבי נתן זכותו יגן עלינו
מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך פרעגן אויב איר ווילט האבן די זכות פון צאמשטעלן די יארצייט סעודה פאר מורינו רבי נתן זכותו יגן עלינו; די סעודה וועט פארקומען קומענדיגע וואך, דאנערשטאג פרשת ויגש, ליל שישי, עשרה בטבת אין ישיבה.


לאזט מיר וויסן אויב איר ווילט מיר העלפן, פרעגן אנשי שלומינו ווער עס וויל מאכן עפעס לכבוד די סעודה.


אלעס וואס מיר האבן און וואס מיר ווייסן איז אין זכות פון רבי נתן זכותו יגן עלינו; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שע): "מיר דארפן דאנקען ר' נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן איין בלעטל שמות פון מיר".


מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם צו גיין אין רבי נתן'ס וועג, ווייטער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט.

#1930 - העלף מיר איך זאל קענען מקיים זיין מיין צוזאג צו דרוקן אשר בנחל
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער מחותן, מזכה את הרבים, ר' ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג


איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל קענען זאגן ביי הלל "נדרי לה' אשלם", איך זאל קענען מקיים זיין מיין צוזאג וואס איך האב זיך אונטערגענומען ביי מוהרא"ש'ס הסתלקות, אז איך וועל דרוקן און דרוקן און פארשפרייטן די אשר בנחל.


עס דארף אנקומען יעצט נאך פינף טויזנט ספרים, אשר בנחל חלק ב'; העלף מיר גיין צום דריטן חלק, דאס מגיה זיין און מסדר זיין מיט די שיינע מפתחות אז מען זאל דאס קענען דרוקן.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן די בריוו וועט זען אפענע ישועות.


איך ווייס אז דו ביסט פארנומען, יעדע מינוט איז ביי דיר אויסגענוצט; אנגעהויבן מיט די חדר, נאכדעם מסדר זיין די שיעורים און איבערטייטשן קונטרסים, דעם וועכנטליכן גליון און נאך הונדערטער זאכן, דאך בעט איך דיר העלף מיר ענדיגן די חלקים אשר בנחל באידיש, עס זאל זיין דאס שענסטע וואס איז שייך, ווייל מיט די חלקים אשר בנחל וועלן זיך מחי' זיין צענדליגער טויזנטער אידן וואס רעדן און ליינען אידיש.

#1929 - איך פריי זיך אז דו האסט אנגעהויבן לערנען צו זיין א סופר סת"ם
סופרים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך אז דו האסט אנגעהויבן לערנען די פאך פון שרייבן, זיין א סופר סת"ם. מיר האבן שוין אין די קהילה א סופר, אבער די קהילה וואקסט כן ירבו - דארפן מיר נאך סופרים.


אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון סופרים וואס פאלגן דעם רבי'ן, סופרים וואס האבן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, סופרים וואס זענען זיך מתבודד, וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן.


הייב אן לערנען דעם ספר קסת הסופר, דו וועסט דארפן לערנען דעם ספר אן א שיעור מאל און זיך דאס פארהערן ארויסצונעמען א קבלה צו קענען שרייבן.


יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל התבודדות אין פעלד; דער שטעטל איז דאך גן עדן התחתון, מען קען זיך מתבודד זיין צווישן די פעלדער און וועלדער.

#1928 - א שמייכל פונעם מלמד קען מאכן דאס קינד אויסוואקסן אן ערליכער איד
חינוך הילדים, מלמדים, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיין א מלמד איז די גרעסטע זאך; דו בויסט אויף כלל ישראל, דו שטעלסט אוועק אידן פאר'ן קומענדיגן דור, דו פלאנצט איין אידישקייט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות. איך ווייס אז עס דיר ביטער שווער, נישט אלע קינדער און בחורים הערן אויס, נישט אלע פאלגן; בעט איך דיר, פרוביר זיך אריינצולייגן אין זייער מצב. דו האסט קינדער און בחורים וואס קומען פון אזעלכע צעבראכענע שטובער השם ירחם, דיין תלמיד הבחור ... האט שוין געהאט פיר מאמעס השם ירחם, יעצט איז זי אויך אנטלאפן, באלד קומט א פיפטע מאמע; עס גייט נישט אריין אין קאפ די צער און יסורים פון אזא קינד. איין גוט ווארט, איין שמייכל פונעם מלמד קען אים טראגן ביז ער וועט אויסוואקסן אן ערליכער איד.


איך וויל דיר בעטן אויב דו וועסט מיר ווייטער קענען העלפן מיט די חתונות אין ישיבה. קומענדיגע וואך, מאנטאג ויגש וועט זיין א חתונה, די זיבעצנסט'ע חתונה אין ישיבה; איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט די תלמידים, אלעס זאל זיין צוגעשטעלט גענצליך בחנם.

#1927 - איינער זוכט א חברותא פארטאגס
כולל, חברים, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו נוצט אויס די יונגע יארן מיט תורה; איך פריי זיך צו האבן אין אונזער כולל אזעלכע פלייסיגע אינגעלייט ווי דיר.


האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער האט נישט זיין חברותא פארטאגס, וויל איך דיר פרעגן אויב דו ווילסט לערנען מיט אים פארטאגס, פון זעקס אזייגער ביז'ן דאווענען, גמרא רש"י תוספות; לאז מיר וויסן אויב דו וועסט לערנען מיט אים.


מיט דיין תורה העלפסטו מיר בויען דעם שטעטל; א שטעטל בויט מען נישט מיט עשירים, נאר מיט תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה".

#1926 - היט די הלכות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ
שלום בית, הלכה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין דערציטערט פון וואס דו האסט געטון.


אז דו וועסט נישט היטן די הרחקות וועסטו באקומען א שטארקע קלאפ פון הימל; השמר והזהר זיך צו היטן אין די צייטן, איך ציטער פאר דיין לעבן און פאר דיין ווייב'ס לעבן. האסט יעצט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט דיר מוחל געווען אלע עבירות און שוין יעצט ביסטו אזוי אראפגעפאלן רחמנא לצלן.


איך בעט דיר, האב רחמנות אויף דיין לעבן און אויף דיין ווייב'ס לעבן, היט די הלכות, היט די הרחקות, אז נישט כאפט מען א שטארקע קלאפ. די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.): אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן און זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): 'כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ', ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?!" "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: מיר האבן געהאלטן כמעט אלע הלכות אויסער איינצעלע זאכן האבן מיר נישט געהאלטן; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".