בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#77 - מיר גייען אריבער זייער גרויסע נסיונות אין די היינטיגע דור
בחור, שידוכים, נסיונות, זכותים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך זע דו האסט חלישות הדעת, דו האסט געבארגט א טעלעפאן פון איינעם און געזען ווי יענער שרייבט זיך מיט א גרופ פון עבירות, מען שמועסט זיך אפ רחמנא לצלן, רחמנא לצלן; דו ביסט אזוי צעטומלט 'וואס גייט דא פאר? וואו בין איך אויף דער וועלט?'


וויסן זאלסטו אז מיר גייען אריבער אין די היינטיגע דור זייער גרויסע נסיונות, מען פרובירט אונז אויס מיט שווערע ביטערע עבירות, בפרט בחורים, אויף זיי איז א גרויסע רחמנות. קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, זיי ווילן זיין ערליך, זיי ווילן זיין אפגעהיטן, אבער זיי קענען נישט. זיי האלטן און איין פאלן אין שווערע ביטערע זינד, פגם הברית רחמנא לצלן; עס זענען דא וואס פאלן נעבעך אין נשג"ז רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן; נישט אז זיי ווילן דאס, זיי פאלן אין דעם באונס, זיי קענען זיך נישט קריגן מיט'ן יצר הרע.


אז דו האסט דאס געזען, דו האסט געזען ווי מען שמועסט זיך אפ צו טון עבירות רחמנא לצלן – ווייזט מען דיר פון הימל דו זאלסט מתפלל זיין פאר זיי, דו זאלסט טון עפעס פאר זיי, פרובירן מאכן שידוכים, רעדן מיט זיי, רחמנות האבן אויף זיי.


דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן זוכן גוטס ביי אנדערע, מיר זאלן דן זיין יעדן איינעם לכף זכות, אפילו א רשע גמור (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב). מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט: "איך וועל ארויפקומען אין בית דין של מעלה, איך וועל מאכן א רעש און א טומל מען זאל נישט דן זיין בחורים לכף חובה ווייל זיי ווילן אלע זיין גוט, זיי ווילן חתונה האבן, זיי ווילן זיין גאנץ, כל זמן זיי זענען אליינס – פאלן זיי".


איך בעט דיר זייער, קוק גוט אויף יעדן איינעם; כל זמן מען זעט שלעכטס – איז מען נישט ביים אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא:) חנה האט געזאגט פאר עלי הכהן: "לֹא אָדוֹן אַתָּה, לַאו אִיכָּא שְׁכִינָה וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ גַּבָּךְ, שֶׁדַּנְתַּנִי לְכַף חוֹבָה וְלֹא דַּנְתַּנִי לְכַף זְכוּת", עס קען נישט זיין דו האסט רוח הקודש אז דו קוקסט שלעכט אויף מיר.


אידישע קינדער זענען הייליג און טייער, זיי פאלן נעבעך אומוועלנדיג; זיי ווילן זיין גוט.

#76 - עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער
בחור, שידוכים, טעלעפאן, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק אזוי ארויס אויף דיר, איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, איך טראכט שוין א גוטע שידוך פאר דיר; יעצט הער איך אז דו האסט א טעלעפאן, דו האסט גענומען א נישט גוטע וועג, האסט זיך געטראפן חברים וואס שלעפן דיר אראפ; א שאד, א שאד, א שאד דו ביסט נישט שטארק צו זאגן "ניין" פאר'ן יצר הרע.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכו' וכו', עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט זיך פירן מיט יראת שמים, דו וועסט לערנען און דאווענען, דו וועסט זיך חבר'ן מיט בחורים וואס האבן יראת שמים, רעדן נישט קיין מיאוס'ע רייד – וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך; דו וועסט ברענגען נחת פאר'ן אייבערשטן, נחת פאר דיינע עלטערן און נחת פאר דיר אליינס.


בארעכן זיך, זיי נישט נאריש; עס ווארט דיר א שיינע עתיד.

#75 - די ישועה איז שוין נאנט, דו וועסט פארגעסן אינגאנצן פון די צרה
בחור, שידוכים, צרות, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זע דיין צעריסענע הארץ, איך זע דיין ווייטאג, ווי שטארק דו ווארטסט שוין צו טרעפן דיין שידוך, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן כדי צו קענען זיין ערליך, אפגעהיטן פון שלעכטס.


גלייב מיר, איך פרוביר יעדן טאג צו טון פאר דיין שידוך, מיין נישט אז איך פארגעס פון דיר, איך האב אינזין אלע מיינע תלמידים און אלע בחורים וועם איך ווייס, אפילו די וואס לערנען נישט אין ישיבה.


איך בעט דיר טייערער ..., בלייב שטארק, דערהאלט זיך; באלד ווערט טאג, עס וועט פארגעסן ווערן אז עס איז אמאל געווען נאכט. אזוי האט דער מענטש פון וואלד געזאגט פאר'ן אמת'ן בן מלך (ספורי מעשיות, מעשה יא), ווען ער האט געפרעגט וואס איז דאס די גרויסע געלעכטער וואס מען הערט אינדערפרי, האט ער אים געזאגט, די נאכט פרעגט דעם טאג פארוואס ווען דו קומסט האב איך שוין נישט קיין נאמען? טוט דער טאג א גרויסע געלעכטער, עיין שם.


דאס פאסירט ווען מען איז זוכה צו די ישועה, מען ווערט אזוי פרייליך, מען פארגעסט בכלל אז אמאל איז מען געווען אין א צרה.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#74 - געב אכטונג אויף די געפילן פון אנדערע בחורים
בחור, שידוכים, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


זיי ממשיך מיט דיין לערנען און דאווענען.


געב אכטונג אויף די געפילן פון אנדערע בחורים; פיר זיך מיט גוטע מידות. גוטע מידות איז דער יסוד פונעם מענטש, יעצט אין די יונגע יארן איז די צייט צו ארבעטן אויף דעם.


איך האב שוין גערעדט מיט דיינע עלטערן א שידוך פאר דיר, א גוטע זאך, א תלמידה פון בית פיגא, א בעלת מידות טובות; מען דארף נאך אביסל ווארטן.


דיר בעט איך, רעד נישט מיט קיינעם פון שידוכים; נישט מיט בחורים און נישט מיט אינגעלייט. דו האסט גוטע עלטערן, פארשטענדליכע עלטערן, זיי ווילן פאר דיר נאר גוטס, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועסטו בקרוב האבן דיין זיווג.


נאכאמאל, ארבעט אויף גוטע מידות; זע צו מקרב זיין בחורים צו וועם דו האסט נישט קיין געפיל, גיי ארויס פון דיין וועג פאר אנדערע, טראכט נישט נאר פון דיר.

#73 - די שיינקייט פון א בחור וואס ארבעט, אבער לערנט אויך יעדן טאג
בחור, משניות, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערראשט פון דיר, פון דיין התמדה; דו לערנסט אזוי פלייסיג משניות, דו האלסט שוין יעצט ביים מסיים זיין די זעכציגסטע מאל גאנץ "ששה סדרי משנה".


וואו אין די וועלט זעט מען אזא זאך ביי א בחור וואס איז נישט אין ישיבה? דו ארבעסט, רוב טאג ביסטו פארנומען ביי די ארבעט און דו נעמסט אראפ יעדן טאג אביסל צייט גורס צו זיין אכצן פרקים משניות; וואו אין די וועלט זעט מען אזוינס? אפילו ביי ישיבה בחורים קען מען נישט טרעפן בחורים זאלן האבן אזא השגה, צו לערנען אזוי סאך משניות.


שטארק זיך, גיי אן מיט ח"י פרקים משניות; דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן פון גן עדן. דער הייליגער חיד"א זכותו יגן עלינו זאגט (מדבר קדמות מערכת א, אות נא) בשם דער מדרש תלפיות, אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, און ווער עס האט געלערנט משניות שלעפט ער ארויס פון די מלאכי חבלה און טראגט אים אריין אין גן עדן.


איך בעט פאר דיין שידוך, איך האב נישט פארגעסן פון דיר.


זומער וועל איך זיין בעזרת השם אין שטעטל, איך האף דיר צו זען.

#72 - די בחורים זאלן ארויספארן לערנען אום זומער אינדרויסן פון שטאט
בחור, שמירת עינים, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט (קונטרס עצות טובות, אות ה): "טוב מאוד בגוף ונפש", עס איז זייער געזונט סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש, "לשלוח את בניו ללמוד בישיבה חוץ לעיר", אוועק צו שיקן די קינדער לערנען תורה אינדרויסן פון שטאט, "ובפרטיות בחדשי הקיץ", ספעציעל אין די זומער חדשים, "ועל ידי זה יהיו נשמרים מראיות אסורות", אזוי וועלן זיי זיין אפגעהיטן פון קוקן שלעכטס, "ומהזוהמה הנוראה והקליפות המסתובבים בהרחובות", און פון די שרעקליכע שמוציגע גאס, פון די קליפות וואס דרייען זיך אין גאס, "וינצלו על ידי זה מהרהורים רעים ומחשבות זרות המביאים לידי פגם הברית", דאס  וועט זיי ראטעווען פון שלעכטע מחשבות וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


אפשר קען די ישיבה דינגען דיין דירה, די בעיסמענט, פאר די זומער וואכן אז די בחורים זאלן האבן א פלאץ וואו צו זיין זומער, צו קענען לערנען און דאווענען בקדושה ובטהרה?


אויב עס איז שייך דארפן מיר אויסארבעטן עס זאל זיין נאר פאר בחורים וואס ברענגען נישט די זוהמה אין שטעטל, נאר בחורים וואס קומען לערנען און דאווענען.


לאז מיר וויסן אויב עס איז שייך.


 

#71 - מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה
בחור, אמונה, וויכוחים, חסד, ישיבה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט זיך אפגעבן מיט הבחור ... נרו יאיר; אויב דיין ווייב איז מסכים - זאלסטו טון די מצוה.


דער בחור איז א גרויסער רחמנות, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער איז געלאפן צו גוים; ער מיינט די גוים וועלן רחמנות האבן אויף אים. ער מאכט שרעקליכע פראבלעמען, ער רעדט קעגן אידן רחמנא לצלן.


געב אים עסן און שלאפן, אבער טענה זיך נישט מיט אים; מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה, ווער עס טענה'עט זיך אין אמונה - דער פאלט נאכדעם אראפ אין כפירות.


אגב, דער בחור האט געוואלט אריינקומען אין ישיבה א צייט צוריק אבער זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זיי האבן מקבל געווען לשון הרע אויף די ישיבה, והוה מה דהוה.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג חומש, משניות און אביסל גמרא, אויך זאג תהלים - וועסטו זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.

#70 - געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן
בחור, שידוכים, סגולות, בארד און פאות, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב מתפלל געווען פאר דיר אין מירון און אין יבנאל אז דו זאלסט טרעפן בקרוב דיין זיווג.


געב אכטונג ווי אזוי דו טוסט זיך אן, גיי אנגעטון איידל; דו ביסט יעצט אין די יארן פון שידוכים, ווילסט דאך זיכער אן איידעלע כלה, אן איידעלע משפחה – דארפסטו זיך אויך אנטון איידל.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען טוט זיך אן, עס איז דא אן איידעלע וועג און פארקערט פון איידל; שטעל זיך אהער שיין, וועסטו באקומען אן איידעלע כלה פון אן איידעלע משפחה.


בלייב שטאלץ מיט דיין בארד און פיאות; דיין בארד איז א דארן פאר אלע משחיתים, דאס היט דיר פון פאלן. בזכות וואס דו האסט בארד און פיאות וועסטו האבן פרנסה בריווח און ישוב הדעת.

#69 - מ'דארף זייער אכטונג געבן וואו מ'גייט עסן
בחור, כשרות, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


געב אכטונג וואו דו עסט און וואס דו עסט; בפרט פליישיגס דארף מען זייער אכטונג געבן פון וואס פאר א הכשר מען עסט, ווער זענען די שוחטים און בודקים; מאך זיך א גדר צו עסן נאר גוטע הכשרים.


בכלל וויל איך דיר לערנען, עס איז נישט גוט אז דו עסט אין רעסטאראנט; קודם כל אלס הכשר, אז עס שטייט אידישע אותיות אויפ'ן טיר מיינט נאכנישט אז עס איז בתכלית ההידור, אפילו עס ארבעט דארט אנשי שלומינו מיינט עס גארנישט. צווייטנס, עס ווערט א געוואוינהייט; עס וועט דיר אפקאסטן שווערע געלטער. באלד האסטו חתונה, דו וועסט נישט זיין צופרידן צו זיצן אין שטוב מיט די ווייב, דיין געוואוינהייט פון גיין עסן אינדרויסן וועט דיר אהינציען, עס וועט דיר אריינשלעפן אין חובות, אין אסאך אנדערע פראבלעמען.


ענדערש זאלסטו עסן סיריעל מיט מילך אין שטוב, ווי איידער גיין זוכן גליקן אינדרויסן.

#68 - אז דו וועסט זיך נישט גרויסן אויף אנדערע, וועסטו א חתן ווערן בקרוב
בחור, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בא, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט לערנען פלייסיג און דאווענען מיט יראת שמים און אכטונג געבן אויף אנדערע, זיך נישט גרויסן אויף אנדערע - וועסטו א חתן ווערן ביז א חודש צוויי.

#67 - א מחי' צו זען ווי שיין דו פירסט זיך אויף
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בא, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א מחי' צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי דו פירסט זיך ביראת השם טהורה.


עס וועט נישט לאנג נעמען ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך.

#66 - פיר זיך ווייטער אויפ'ן ריכטיגן וועג, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך
בחור, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בא, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב גרויס הנאה פון דיין התנהגות, פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען.


פיר זיך ווייטער אויף דעם וועג וועסטו זוכה זיין בקרוב צו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.

#65 - מיט די עצות פון רבי'ן, וועט זיי זיין גוט אויך בגשמיות
בחור, רפואה, סדר דרך הלימוד, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן; וואס הייסט דו ביסט נאר געשטעלט אויף זייער גשמיות? רוחניות און גשמיות איז איין זאך. אז זיי וועלן וויסן א וועג צו לערנען וועט זיי גוט זיין בגשמיות, אז זיי וועלן וויסן פון רבינ'ס עצות וועט זיי גוט זיין בגשמיות; עס איז איין זאך.


דער דרך הלימוד וועט זיי אויסהיילן; זיי וועלן נישט דארפן קיין מעדעצין, עס איז וואונדערליך צו זען בחורים און אינגעלייט וואס האבן געדארפט נעמען מעדעצין, זיי זענען געווען בעצבות ומרה שחורה און ווי נאר זיי האבן גענומען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) זיי האבן זיך באפלייסיגט אין משניות, זענען זיי געווארן געזונט און שטארק, זיי האבן אויפגעהערט נעמען מעדעצין.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט מיט זיי; דארפסט נישט רעדן בשם דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט: "מיר גייט נישט אן אז אנדערע וועלן בענטשן ברכת המזון מיט מער כוונה אן דעם וואס זיי וועלן וויסן אז די דיבורים קומט פון מיר"; רעד נישט בשם דעם רבי'ן, אזוי וועסטו נישט האבן קיין מחלוקת אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן ווארימע דיבורים, דיינע ווערטער זאלן אריינגיין אין די הערצער פון די בחורים, זיי זאלן אלע אויסוואקסן גרויסע צדיקים.

#64 - שעם זיך נישט מיט דיין בארד
בחור, בארד און פאות, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זיסער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווען דיינע חברים לאכן פון דיין בארד - לאך דו פון זייער נאז; ווען זיי מאכן חוזק, זיי פרעגן דיר: "ווען שניידסטו שוין אפ דיין בארד", זאלסטו זיי פרעגן: "ווען שניידסטו שוין אפ דיין צונג?"


שעם זיך נישט מיט דיין צלם אלקים; אפילו דו האסט שווערע נסיונות, דו פאלסט אראפ, דו ליגסט אין בלאטע - זאלסטו בלייבן מיט דיין צלם אלקים, דיין בארד און פיאות זאלסטו קיינמאל נישט טשעפען.


וואס איז שיין? ווער האט געמאכט די זאך וואס מען רופט שיין? דער אייבערשטער; שיין איז דער וואס גייט אין די וועג פון די תורה, ער פאלגט די צדיקים.


איך האב דיר זייער ליב.


 


 

#63 - האב רחמנות אויף דיין לעבן, רעד נישט קיין ניבול פה
מקוה, קדושה, בחור, שידוכים, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי, איך הער אויף דיר נישט גוטע זאכן; דו זיצט אפ גאנצע נעכט מיט בחורים אין מקוה, דו דרייסט זיך מיט בחורים וואס רעדן ניבול פה, בחורים וואס רעדן פון מיידלעך.


דו האסט זייער א חשוב'ער טאטע, דיין טאטע איז אן ערליכער איד; דו האסט גרויסע זיידעס, דיין זיידע נאך וועם דו הייסט האט געקענט גאנץ הלכות שבת בעל פה; איך האב זייער פיל צער און ווייטאג צו הערן אז דו גייסט נישט אין די וועגן, דו גייסט א נייעם וועג.


בפרט אז דו דארפסט א חתן ווערן דארפסטו דאך אכטונג געבן אויף דיין נאמען; קיינער פון אנשי שלומינו וועט נישט נעמען פאר זיין טאכטער א בחור וואס זיצט גאנצע נעכט אין מקוה און רעדט פון בחורים און מיידלעך.


אויב דו וועסט זיך נישט פארבעסערן וועל איך דיר פארשיקן מיט בזיונות; מוהרא"ש האט מיר מדריך געווען ווי אזוי צו פירן די ישיבה, ער האט אוועקגעשטעלט די יסודות; אויב בחורים רעדן ניבול פה זאל איך זיי פארשיקן.


ווי צעבראכן א בחור איז, ווי שטארק ער שלאגט זיך מיט זיינע נסיונות בארעכטיגט עס נישט דאס רעדן ניבול פה. ניבול פה; רעדן פון מיידלעך, פון בחורים - ברענגט צרות, עס ברענגט שלעכטס.


איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיין לעבן, לאז זיך אפ פון הבחור השיכור ... וואס שלעפט דיר גאנצע נעכט און פון די אנדערע מנולים.


איך בעט דיר און איך ווארן דיר.

#62 - בלייב נישט אין בעט, אפילו דו שפירסט נישט פארוואס אויפצושטיין
שלאפן, בחור, שידוכים, עצבות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר; איך ווייס דיין צער ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, ווי שווער עס איז דיר צו זיין עלנד, דאך בעט איך דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, דער אייבערשטער האט פאר דיר אוועקגעלייגט א שידוך, דו האסט א שידוך, בקרוב וועסטו חתונה האבן.


קום אין ישיבה, שטארק זיך; לאז נישט די עצבות און מרה שחורה זיך מתגבר זיין אויף דיר. שטיי אויף אינדערפרי, גיס אפ נעגל וואסער, טאנץ אריין אין מקוה און טובל זיך פאר'ן אייבערשטן, קום אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה און דאווענען צום אייבערשטן.


בלייב נישט ליגן אין בעט; אפילו דו שפירסט נישט קיין שום סיבה פארוואס אויפצושטיין, דו ביסט אזוי צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך - דאך שטארק זיך. זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, דערצייל אים ווי שווער די נסיונות זענען, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#61 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שטעכן און טשעפען א צווייטן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אלע רעדן אויף דיר; אלע זאגן אז דיין צוגאנג צו בחורים און אברכים איז נישט שיין, נישט גוט.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ביסט יעצט אין די יארן פון שידוכים; איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל אנצוטראגן א שידוך פאר דיר, אלץ קומט צוריק דעם זעלבן ענטפער; מענטשן האבן מורא פון דיר, פון דיין שארפקייט. דיין וועג איז צו שטעכעדיג.


איך האב שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר, וואס געשעט? פאר צוויי וואכן פרובירסטו, נאכדעם ווערסטו נאכמער ציפעדיג, שארף און שטעכעדיג.


אז דו ווילסט דיך אויסארבעטן, דארפסטו גיין יעדן טאג התבודדות; בעטן דעם אייבערשטן 'נאר' אויף דעם פרט, דו זאלסט אויפהערן רעדן שארף, אויפהערן טשעפען, פליקן, שטעכן, ציפן וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#60 - חבר זיך נישט מיט בחורים וואס רעדן ניבול פה
חברים, קדושה, בחור, משניות, ישיבה, יונגע יארן, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, חבר זיך נישט מיט בחורים וואס רעדן מנוולות; קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן".


אויף דיין פראגע צי דו זאלסט טוישן ישיבה; עס איז נישטא וואו צו לויפן, אין אלע ישיבות - ליידער - רעדן בחורים ניבול פה. חבר זיך מיט איידעלע בחורים וואס האבן אין זיך בושה, זיי רעדן נישט ניבול פה. אין אלע ישובות איז דא אזוי און אזוי; איך בין זיכער אז עס איז דא ביי ענק אין ישיבה איידעלע בחורים וואס האבן אין זיך די מדה פון אידישע קינדער, זיי זענען בישנים (יבמות עט.).


שטארק זיך בלימוד משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת"; מיט משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, סיי דער גרויסער גלות און סיי יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט און וואס משניות טוט פאר'ן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט אין די בחור'ישע יארן וואס דער יצר הרע האלט אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל מען וויל זיין גוט און מען מאכט אפ ביי זיך אז מען גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויפ'ן מענטש, ער ווארפט אים אראפ אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאות זרע לבטלה, דארף ער לערנען אסאך משניות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


זיי נישט קיין בטלן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ"; קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#59 - ס'זאל נישט אריינקומען אין די דירה קיין אינטערנעט און מאוויס
קדושה, בחור, מאוויס, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


געבענטשט זאלסטו זיין פאר'ן מיר העלפן מסדר זיין פאר די בחורים א פלאץ וואו צו שלאפן.


אבער איך בעט דיר און איך ווארן דיר, דו דארפסט אכטונג געבן אז אין דיין דירה זאל נישט אריין קומען קיין שום כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט אינטערנעט און קיין שום כלי וואס מען קען זען דערויף מאווי"ס רחמנא לצלן.


אויב וועט נישט זיין אין דירה בחורים מיט מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה, וועט עס זיין אפגעהיטן פון א שמירה עליונה; אלע וועלן חתונה האבן, אלע וועלן אויפשטעלן ערליכע שטובער, ווידער אויב וועט זיין אין דיין דירה עבירות וועט די שכינה הקדושה אוועקגיין. די תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", עס וועט זיין זייער ביטער.


א דירה קען זיין זייער מסוכנ'דיג אויב עס איז נישטא קיין אחריות.


דו ביסט אחראי אויף אלע בחורים וואס שלאפן מיט דיר.

#58 - עס טוט זיך שמחות, און נאך אביסל וועסטו אויך א חתן ווערן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


זיי נישט צעבראכן ווען דו הערסט יעדן טאג נאך א מזל טוב, נאך א שידוך, נאך א בחור פון ישיבה איז א חתן געווארן; פארקערט, דאס דארף דיר מחזק זיין אז עס טוט זיך שמחות און נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן. איינער האט מיר דערציילט אז דו האסט זייער געוויינט ווען דו האסט געהערט אז דיין חבר איז א חתן געווארן.


דעריבער בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט דאס ביסל כח וואס דו האסט, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט פאר דיר א שידוך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", פערציג טעג איידער מען ווערט באשאפן רופט מען אויס אויבן אין הימל: "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", די מיידל וועט זיין די כלה פאר דעם בחור.


איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, איך ווייס אז דו ווערסט פארברענגט, דער יצר הרע פלאקערט און ברענט אין דיר, ער ווארפט דיר אראפ; דאך בעט איך דיר, נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, גיי אין א ווינקל און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר מוחל זיין און געבן א שידוך.

#57 - איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה
בחור, קברי צדיקים, יונגע יארן, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, בית שמש.


דיין טאטע נרו יאיר האט מיר געשריבן די פרייליכע נייעס אז דו גייסט די וואך שבת ענדיגן גאנץ ש"ס און לכבוד די גרויסע שמחה האט דיין טאטע נרו יאיר גענומען די גאנצע משפחה קיין מירון צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה; א יונגער בחור ווי דיר זאל זיך אזוי שטארק באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די אלע תנאים און אמוראים זאלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן און דו זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע גמרא דיין גאנץ לעבן.


איך בעט דיר א קליינע טובה; בעט פאר מיר ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, מיין נאמען איז יואל און מיין מאמעס נאמען איז ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט די ישיבה און מיט די גאנצע מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#56 - האסט געענדיגט ש"ס, הויב אן א מסכתא 101 מאל
כיבוד אב ואם, בחור, בית המדרש, לימוד התורה, יונגע יארן, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו נוצט אויס דיינע שיינע יונגע יארן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


יעצט זאלסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבערגיין איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, הונדערט און איין מאל, און ווען דו ענדיגסט דאס טון מיט איין מסכתא זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, ביז דו וועסט לערנען און חזר'ן גאנץ ש"ס הונדערט און איין מאל.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - דערצייל דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך.


זיי מכבד דיינע עלטערן; העלף דיין טאטע מיט'ן מסדר זיין דעם בית המדרש. עס איז א גרויסע זכות צו זיין א געטרייער משמש פאר'ן רבינ'ס בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#55 - חודש אלול איז א צייט צו טרעפן שידוכים
בחור, שידוכים, תהלים, קעמפ, ישיבה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע בחורים, תלמידי ישיבת תפארת התורה שיחיו.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר זענען שוין אריין אין חודש אלול וואס איז א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


זע צו זאגן תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.


קומענדיגע וואך מיטוואך ענדיגן מיר קעמפ און מאנטאג פרשת כי תבוא הייבן מיר אן צוריק ישיבה אין שטאט; איך האף אז דו וועסט ווייטער קומען לערנען און דאווענען, בלייבן באהאפטן מיט תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#54 - יעדער האט שווערע טעג, די קונץ איז זיך צו דערהאלטן און נישט אנטלויפן
בחור, שידוכים, צרות, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין, דו נוצט אויס די טעג און וואכן מיט תורה און תפילה; אסאך פון דיינע חברים האבן זיך נישט געקענט דערהאלטן, זיי האבן אפגעלאזט די אלע שיינע לימודים וואס מען לערנט אין היכל הקודש און דו ביסט נאך פריש, דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים און דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


איך בעט דיר זייער טייערער ... זאלסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך; דו קענסט די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צו קענען עסן ביי אידן פסח ביינאכט, ביז ער האט געגעסן די מרור און ער האט זיך אויפגערעגט און אנטלאפן פון סדר.


שפעטער האט מען אים געזאגט: "א שאד דו האסט נישט אראפגעשלינגען דעם כזית מרור, וואלסטו געהאט א פיינע סעודה", האט דער רבי געזאגט, יעדער איינער האט זיין צייט ווען מען געבט אים צו עסן דעם כזית מרור; א טייל האבן א קליינע כזית, אנדערע האבן א גרעסערע שיעור, אבער יעדער איינער גייט אריבער שווערע טעג, מרור טעג; די קונץ איז ווער עס קען זיך דערהאלטן, ווער עס אנטלויפט נישט, ווער עס האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט און גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה, נאר פאר זיין גוטס, נאר פאר זיין תכלית און תיקון.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ..., דראפע זיך און דערהאלט זיך; סוף הכבוד לבוא, אחר הרע יבוא הטוב, דו וועסט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות; ווען? מיט וועם? ווי אזוי? דאס לאז איבער פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#53 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.