בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#104 - דערהאלסט זיך אזוי שיין, טראץ וואס דו ווארסט אזוי לאנג אויף א שידוך
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין זייער פארווייטאגט פון דיר און אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיר.


פארווייטאגט בין איך, אז וויפיל איך בעט פאר דיר און פרוביר צו טון פאר א שידוך פאר דיר - רוקט זיך גארנישט, דו ווערסט עלטער און עלטער; די הארץ פלאצט מיר פון צער, איך טראכט א גאנצע צייט 'וואס גייט דא פאר? וואס איז דא די מעשה? וואו איז א שידוך פאר דיר?'


און איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, אז מיט דעם וואס עס גייט דיר ביז דערווייל נישט קיין שידוך, דאך דערהאלטסטו זיך אזוי שיין, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, דו דאווענסט די דריי תפילות מיט מנין, דו ביסט מקפיד צו בלייבן מיט דיין צלם אלקים; בארד און פיאות מיט חסידי'שע קליידער וכו' וכו'.


איך בין זיך בכלל נישט מייאש, אויך האב איך נישט קיין קשיות אויפ'ן באשעפער. איך גלייב אז דו גייסט טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן שיינע דורות.

#103 - איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק
בחור, מחלוקת, שלום, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן מוסד, דו העלפסט מיר זייער געטריי, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט.


הבחור ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו האסט אים היינט געשלאגן, אים אראפגעווארפן. איך האב אים געזאגט אז איך גלייב דאס נישט, זאגט ער מיר אז דאס איז נישט די ערשטע מאל, האסט אים שוין געשלאגן אפאר מאל.


איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, איך וועל נאך רעדן מיט דיר, הערן דיין זייט פון די מעשה. אבער איך בעט דיר זייער, און אויך זאלן אלע וואס הערן און ליינען וואס איך זאג, הערן: "איך קען נישט אויסהאלטן געשלעג, איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק".


פאריגע וואך האב איך געהאט אזא מעשה, צוויי אינגעלייט האבן זיך צעשלאגן; איך בין פון דעם ממש קראנק געווארן. ענדערש זאל מען מיר נישט העלפן, ווי איידער דארפן שלאגן א איד.


די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", ווער עס שלאגט א איד איז אזוי ווי ער שלאגט כביכול דעם אייבערשטן; איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז מיט בחורים, איך האב דעם פארגאנגענעם פרייטאג געגעבן א פאטש פאר א בחור, ער האט אנגעצינדן א פייער ממש נעבן די ישיבה; מיר האט עס זייער וויי געטון אז איך דארף פאטשן א איד, אבער וואס זאל איך טון אז נאר די שפראך רעדט צו אים...


אבער דיר בעט איך זאלסט זיך נישט קריגן מיט קיינעם, אויב מען פאלגט דיך נישט - קום צו מיר, איך וועל דיר מחזק זיין.


איך זיץ מיט בחורים קרוב צו צוואנציג יאר, מען דארף האבן אייזערנע נערווען צו קענען זיין מיט זיי, איך האב צו דיר אויך געהאט אסאך סבלנות אלס בחור.


בפרט דער בחור וואס זאגט מיר אז דו שלאגסט אים, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, עס איז א וואונדער אז ער איז נאך ביים זינען; אים דארף מען מחזק זיין און פרייליך מאכן.


 

#102 - די נסיונות זענען גרויס, אבער דער רבי איז גרעסער און שטערקער
בחור, תיקוני זוהר, חסידות ברסלב, משניות, נסיונות, לימוד התורה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חזק ואמץ! איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, שטארק זיך; אפילו עס איז גאר ביטער, דו ווערסט פארברענט פונעם יצר הרע, דו פאלסט וכו' - דאך זאלסטו זיך צובינדן צום הייליגן רבי'ן. גלייב אין רבי'ן, דער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב) אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט מתקן זיין.


דער סמ"ך מ"ם איז זייער גרויס, די נסיונות זענען זייער גרויס, אבער דער הייליגער רבי איז גרעסער און שטערקער. רבי נתן האט געזאגט: "איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס מתקן זיין".


זאג ווייטער ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אויך לערן דפים גמרא, ספר התיקונים און לקוטי מוהר"ן. מי יתן זאלסט מסיים זיין יעדן חודש די דריי ספרים הקדושים: "ששה סדרי משנה, תיקוני זוהר און ליקוטי מוהר"ן" - וועסטו זוכה זיין אלעס צו מתקן זיין און טרעפן דיין זיווג בקרוב.

#101 - קוק נישט קיין שום מאוויס, סיי אידישע און סיי נישט אידישע
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, תיקוני זוהר, התחזקות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט מסיים געווען ספר הקדוש תיקוני זוהר. איך האף דו גייסט אנהויבן נאכאמאל דעם ספר און דאס לערנען יעדן טאג פון דיין לעבן.


דער ספר הקדוש איז מקדש דעם מענטש, עס לויטערט דעם מענטש. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט אונז, אמאל איז געקומען א איד צום הייליגן אריז"ל, ער וויל א תיקון פאר זיינע גראבע עבירות רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער אריז"ל געזאגט: "נאדיר א תיקון פאר דיין נפש, רוח ונשמה, זאלסט זאגן יעדן טאג פינף בלעטער תיקונים, דאס וועט דיר מתקן זיין".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אריינגעלייגט אין אונז מיר זאלן לערנען יעדן טאג דעם הייליגן ספר. מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען אז ער האט תלמידים וואס זענען מסיים יעדן חודש דעם ספר תיקוני זוהר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך דערהאלטן, נאך אביסל ווערסטו א חתן, נאך אביסל שטעלסטו אויף דיין שטוב. ווארט נאך, דערהאלט זיך, בלייב שטארק מיט גוטע חברים, מיט חברים וואס רעדן איידל, מיט חברים וואס זענען ערליך. היט דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, קוק נישט קיין שום מאוויס, סיי אידישע און סיי נישט אידישע וכו'.


גיי זיך מתבודד זיין יעדן טאג, רעד זיך אויס דיין הארץ צום באשעפער, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און עס גייט דיר אזוי שווער. שעם זיך נישט פון אים, ווייל דאס רעדן צום באשעפער ברענגט א שטארקע דביקות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו גיין הפצה, וועסטו אלעס מתקן זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#100 - שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט, איז נישט קיין עסק
בחור, ישיבה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהערט דיין וויינעדיגע הודעה.


איך ווארף דיר נישט אוועק, איך האב דיר זייער ליב, איך וויל דיר א חתן מאכן; איך וויל אבער דו זאלסט זיין א מענטש, לעבן מיט א סדר; שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – איז נישט קיין עסק.


די מרה שחורה'דיגע מענטשן שלאפן בייטאג און זענען אויף ביינאכט, דערפאר קען מען נישט זיין ביי אונז אין ישיבה אז מען קומט נאכמיטאג; אז דו ווילסט זיין אין ישיבה זאלסטו קומען אינדערפרי צום דאווענען און לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


איך ווארף דיר נישט ארויס, און אז דו ווילסט נעמען אן ארבעט פאר א האלבע טאג און קומען נאכמיטאג – איז אויך גוט, אבער שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – דאס איז מרה שחורה און עצבות.


איך האב דיר ליב, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, און אפילו דו וועסט ווייטער שלאפן בייטאג – ווארף איך דיר נישט אוועק.

#99 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#98 - קיינער ווייסט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער
בחור, שידוכים, התחזקות, תשובה, עבירות, מוהרא"ש, רחמנות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קיינער ווייסט נישט די צער וואס בחורים גייען אריבער, עס איז נישטא נאך אזא צער אויף דער וועלט, אזעלכע יסורים אויף דער וועלט - ווי די צער פון א בחור; זיי ווילן זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן, הייליג בקדושת הברית, און זיי פאלן נעבעך אראפ אין עבירות, זיי זענען פוגם בברית מיט די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. דאס איז דאך די גרעסטע יסורים, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (שבת נה.): "אֵין יִסּוּרִין בְּלֹא עָוֹן", ווי דער הייליגער רבי געבט אונז צו פארשטיין וואס מיינט יסורים, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז): "כִּי עִקָּר הַיִּסּוּרִים הֵם רַק כְּשֶׁנּוֹפְלִים בַּעֲווֹנוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", יסורים איז ווען מען פאלט אין עבירות.


מוהרא"ש זאגט: "איך בין אראפגעקומען אויף די וועלט אינעם טאג כ"א אייר, די ספירה פון חסד שביסוד, צו ווייזן די חסד פונעם אייבערשטן פאר אלע וואס זענען נעבעך נכשל אין מידת היסוד רחמנא לצלן, זיי ווייזן א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, זיי אויסלערנען דעם לימוד פון רבי'ן, זיי געבן צו הערן די געשריי וואס דער רבי שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח) 'גיוואלד, זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען'".


וואויל איז דעם וואס טוט פאר בחורים, ער פרובירט צו מאכן שידוכים און איז זיי מחזק; וועט אים דער אייבערשטער באצאלן מיט נחת און פרייד.

#97 - אז עס איז דא אינטערנעט, וועט נישט זיין קיין שידוכים
בחור, שידוכים, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין אפאר מאל געזאגט, איך וועל דיר עס נאכאמאל זאגן: "אויב עס וועט נישט זיין אין ענקער דירה קיין אינטערנעט און אנדערע כלי משחיתים – וועט ענקער גאנצע דירה, אלע בחורים - ווערן בקרוב חתנים, און אז איר וועט לאזן אין ענקער דירה אפילו נאר איין בחור מיט אינטערנעט, מאוויס, גלוי עריות, וועט נישט זיין קיין שידוכים – מיט אלע סגולות, מיט אלעס וואס מען וועט נאר פרובירן צו טון".


איך זע פאר דיר צוויי וועגן, אדער ביסטו שטארק, דו האסט נישט מורא פון קיינעם, דו ווארפסט ארויס די אלע וואס ווילן בלייבן מיט די שמוץ, אדער זאלסטו אפלאזן די דירה, גיין שלאפן אין א זויבערע פלאץ, אדער גאר א דריטע וועג, בלייבן מיט בחורים וואס קוקן ניאוף, און פארשווארצט ווערן בזה ובבא.


 

#96 - ביי דיינע עלטערן אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, דרך ארץ, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן. דו קענסט גיין אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, און אויך ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו גיין מיט א הוט אין רעקל; יעצט ווען דו ביסט ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך נישט קריגן מיט זיי.


אויך אז עס שטערט דיינע עלטערן ווען דו ברענגסט אהיים אזויפיל ספרים - זאלסטו נישט אהיים ברענגען אזויפיל ספרים, האלט דיינע ספרים אין ישיבה און נאך דיין חתונה וועסטו האבן א שיינע ספרים שטוב אנגעפולט מיט ספרים.


אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן, דו וועסט רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו א רבי, מיט גרויס דרך ארץ; דו וועסט זיך נישט טענה'ען מיט זיי - וועלן זיי אויך מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט'ן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמובא בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", עיין שם.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו נעמסט בחורים צו העלפן אין חדר מיט די קינדער – זאלסטו אכטונג געבן, נעם נאר בחורים מיט יראת שמים, בחורים וואס וועלן אריינלייגן אין די קינדער יראת שמים.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, מען קען נישט לערנען מיט קינדער נאר בקדושה ובטהרה. מוהרא"ש זאגט, די דריי זאכן: "מלמדים, סופרים און שוחטים" – מוזן גיין אין מקוה; דאס איז זייער א הייליגע ארבעט, דאס מוז געטון ווערן בקדושה ובטהרה. איך וויל זייער אז ביי אונז אין תלמוד תורה זאלן די מלמדים מקפיד זיין אויף מקוה, נישט קומען לערנען מיט די קינדער נאר נאכן זיך טובל'ען פאר'ן אייבערשטן.


נאך בעט איך דיר, ברענג אריין א חיות צווישן די קינדער און א ליבשאפט צו מצוות און ערליכקייט. עס איז גאר אנדערש ווען מען לייגט אריין תורה ומצוות מיט שמחה, דאס האלט זיך פאר א גאנץ לעבן, אנדערש ווי ווען עס גייט בכפי', געצווינגענערהייט; דאס האלט נישט.


 

#94 - די בארד היט מיך פון אלעס שלעכטס
חברים, בחור, שידוכים, התחזקות, בארד און פאות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, דו ביסט שטארק מיט דיין צלם אלקים, דו האסט א בארד און פאות. דו האסט אסאך חברים וואס קראצן די בארד, פיצן די בארד, אבער דו ביסט שטארק מיט דיין צלם אלקים.


דערהאלט זיך און דראפע זיך, זיי שטארק, געב נישט אויף דיין הייליגקייט. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יא.) מען פרעגט דעם מענטש וואס האט א בארד, "זְקָנְךָ מְגוּדָל", וואס דארפסטו אזא שיינע בארד? ענטפערט ער: "כְּנֶגֶד הַמַּשְׁחִיתִים", דאס היט מיך פון אלעס שלעכטס, פון מזיקים און קליפות.


קום ארויף אין ישיבה, אפילו דו ביסט שוין געגאנגען ארבעטן איז זייער וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן.


אז דו וועסט זיך דרייען אין ישיבה וועט דער רבי זיין דיין שדכן. אזוי האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אין ישיבה, וד"ל.

#93 - אפילו די בחורים וואס ארבעטן, זאל אריינקומען נעמען אביסל חיזוק
בחור, התחזקות, פרנסה, התחדשות, מוהרא"ש, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפריידט דיר צו זען אין ישיבה; שוין א לאנגע צייט וואס איך ווארט דו זאלסט אריינקומען אין ישיבה צו א שיעור אדער סתם זיך זען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט כמה וכמה פעמים, נישט אלע בחורים דארפן זיצן א גאנצן טאג אין ישיבה, עס זענען דא בחורים וואס עס איז גוט פאר זיי צו ארבעטן וכו', זע אבער זיי זאלן ארויפקומען צו א שיעור, זע זיי זאלן האבן שייכות מיט דיר.


דו מאכסט מיך פרייליך ווען דו קומסט אין ישיבה, און איך בין זיכער אז יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה – גייסטו ארויס מיט רווחים. מען ווערט נתעורר לתשובה, מען דערמאנט זיך פונעם חומש'ל, פונעם משניות'ל, מען דערמאנט זיך פונעם באשעפער. אזוי האט דער רבי געזאגט: "ווען מען וועט זיך דערמאנען פון מיר ווען מען ווערן כקטן שנולד", מען וועט אנהויבן פון פריש זיין אן ערליכער איד.


קום ארויף נאכאמאל און נאכאמאל.

#92 - רעד נישט מיט לצים, געב אכטונג אויף דיין לעבן
בחור, שידוכים, בארד און פאות, תכלית, ישיבה, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


קום אין ישיבה, בלייב דאס ביסל ביז דו טרעפסט דיין שידוך. איך ווייס עס איז דיר נישט בא'טעמ'ט צו זיצן מיט יונגערע בחורים, דו האסט כמעט נישט מיט וועמען צו שמועסן, אלע זענען שוין חתונה געהאט; דאך זאלסטו קומען צו די שיעורים, לאז נישט אפ די פלאץ.


זיי שטארק מיט דיין בארד און פיאות, ריר נישט אן די פיאות, אפילו די קליינע האר נעבן די אויער. הער נישט אויס די וואס מאכן חוזק פון בארד און פיאות, זיי שטאלץ מיט דיין צלם אלקים. זעסט דאך וואס פאסירט ביים סוף, נעכטן איז א בחור אוועק פון די וועלט רחמנא לצלן, פאריגע וואך איז א חתן פלוצלונג נפטר געווארן; עס איז דא א ווארט פון רבי'ן: "וואס דארף א מענטש זארגן אז ער גייט אוועק פון די וועלט מיט בארד און פיאות".


רעד נישט מיט לצים, געב אכטונג אויף דיין לעבן.

#91 - בעט דעם אייבערשטן מיט דיין גאנצע הארץ פאר דיין שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט: "נישטא אויף די וועלט אזא צער ווי די צער פון א בחור"; מוהרא"ש האט געזאגט, זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט פאר בחורים און מיידלעך; ער האט זיין גאנץ לעבן געשריבן חיזוק פאר בחורים און מיידלעך.


איך ווייס דיין צער, איך זע דיין הארץ; דו ווילסט שוין אזוי לאנג זיין חתונה געהאט, דו ווילסט נישט זיין אליינס. איך האב פאר דיר אן עצה, מוהרא"ש האט דאס געזאגט פאר אלע בחורים, די עצה איז: בעט דעם אייבערשטן מיט דיין גאנצע הארץ; זאג די פאר ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל טרעפן מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי לאנג חתונה האבן. באשעפער איך קען נישט מער, איך שפיר ווי איך גיי זיך נישט קענען מער דערהאלטן. העלף מיר, געב מיר כח, געב מיר חיזוק – איך זאל זיין שטארק מיט אמונה, איך זאל גלייבן אז איך האב אויך א שידוך, און איך זאל שוין זוכה זיין צו דעם".


טייערער ..., איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר, איך טו פאר דיר; איך בעט דיר, דראפע זיך און דערהאלט זיך; עס קומט אט אט גוטע צייטן.

#90 - א בר מצוה אום יום טוב פסח
בחור, נחת, פסח, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די שאלה איז באמת א שאלה וואס מען דארף פרעגן ... נרו יאיר, ווי אזוי עס איז אים מער צום הארצן - אזוי זאל מען טון.


ער איז א ליכטיגער קלוגער בחור, ער האט זייער גוטע מדות, איך האלט זייער פון אים.


עס איז גוט אז איר מיט אייער מאן זאלן עס דורכרעדן מיט אים, און זען וואס ער וויל ענדערש; א סעודה אום חול המועד פסח מיט די משפחה (פסח איז נישט שייך א סעודה פאר חברים, פסח מישט מען זיך נישט), מען קען רופן חברים, באקאנטע און געבן פרוכט און ניסלעך, די זאכן וואס מען עסט ביי אנדערע; אדער א בר מצוה נאך פסח.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זענען ערליך, זיי זענען פול מיט יראת שמים. זיי לעבן מיט'ן רבי'ן, זיי פאלגן די עצות; וואס נאך דארפן עלטערן? דאס איז דאך די גרעסטע רייכטום; זען ווי די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן.


 

#89 - ווער עס טוט פאר אנדערע אידן, דער באקומט א ברכה אין זיין צייט
בחור, התחזקות, זיכוי הרבים, לימוד התורה, חסד, היטן די צייט, חבורות, תחנון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן פון די חבורה פון די בחורים אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


בנוגע אויב דו זאלסט לערנען מיט יונגערע בחורים בחברותא, מען בעט דיר מטעם הישיבה דו זאלסט דאס טון, נאר דו ביסט מסופק אויב דו זאלסט דאס אננעמען אדער נישט; וואס איז בכלל די פראגע? אודאי זאלסטו לערנען מיט יונגערע בחורים; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, דו האסט גוטע כשרונות, דו האסט שטאף, דו האסט א געפיל צו אנדערע - זאלסטו דאס זיכער טון.


זארג נישט וועגן דיינע שיעורים כסדרן, דו וועסט נאר באקומען דורך דעם א ברכה אין דיין צייט; ווער עס טוט פאר אנדערע אידן - דער באקומט א ברכה אין זיין צייט. פרוביר דאס אויס, איבערצייג זיך, זאג פאר די ישיבה אז דו ביסט גרייט צו לערנען מיט יונגערע, שוואכערע וכדומה.


בלאז אריין אין זיי א חיות; דער עיקר וואס פעלט ביי בחורים איז אמונה אין זיך אליינס. "לְהוֹדִיעַ לִבְנֵי הָאָדָם גְּבוּרֹתָיו" (תהלים קמה, יב), טייטשן צדיקים, מען דארף מודיע זיין פאר מענטשן זייערע כוחות וואס ליגט באהאלטן אין זיי; עס וועט דיר גארנישט שאטן, דו וועסט האבן גענוג צייט פאר דיינע אייגענע שיעורים.


ביי שחרית זאגט מען ביי נפילת אפים "לדוד אליך ה" (קאפיטל כה), ביי מנחה זאגט מען רחום וחנון.


געב א גרוס פאר אלע חברים, איך בענק זיך שוין זייער צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט
בחור, משניות, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ירושלים מיט אנשי שלומינו, זיך באקענען פון דער נאנט מיט ענק אלע; איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט.


איך האף דו האסט פארשטאנען די שיעורים אין אידיש, מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות בעיקר פון די צוויי הויפט נקודות פון רבי'ן, די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און פון דעם סדר דרך הלימוד.


שטארק זיך, נוץ אויס די יונגע יארן. בטל נישט קיין צייט; עס איז דא א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט, מען קען שמועסן שעות אויף שעות פון גארנישט מיט נישט, אלע בחורים האבן די יצר הרע; דעריבער בעט איך דיר זייער, ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו לויפן צו די תורה, נעם א משניות און זיי גורס פרקים משניות כסדרן, אויך מאך זיך א שיעור אין ש"ס כסדרן דיקא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט.


דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#87 - לאז אפ וויין און ברוינפן
בחור, שידוכים, שכרות, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הער איך אז דו ביסט צוריק געגאנגען צום טרינק; דיין זיידע זאגט מיר ער זעט ביי דיר פלעשער ברוינפן, ער האט מיר געבעטן איך זאל נישט זאגן אז ער האט אויסגעזאגט, אבער איך זאג יא ווער עס האט מיר געזאגט, ווייל איך וויל דיר ראטעווען פון די מחלה ה' ישמרינו.


וואס איז דיין פלאן? ביז א קורצע צייט שטייסטו אין שידוכים, דו ווילסט אוודאי חתונה האבן, נו וואס טראכסטו? ווער זאל וועלן א שיכור פאר א מאן? איך וועל דארפן זוכן פאר דיר א כלה וואס טרינקט אויך.


איך האלט פון דיר, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס, דעריבער בעט איך דיר: "לאז אפ וויין און ברוינפן, אפילו ביר זאלסטו נישט טרינקען!"


לערן יעדן טאג די תורה פון רבי'ן, לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כו – וואס רעדט זיך פון שכרות, און זאג די תפלה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן כג).


אויך זאלסטו לערנען די פסוקים אין ספר משלי, די מוסר רייד פון שלמה המלך'ס מאמע, ווי זי זאגט (משלי לא, ד-ז): "אַל לַמְלָכִים לְמוֹאֵל", עס פאסט נישט פאר קעניגן וואס זענען נאנט צום אייבערשטן זיך אזוי צו פירן, "אַל לַמְלָכִים שְׁתוֹ יָיִן", עס פאסט נישט פאר קעניגן צו טרינקען וויין, "וּלְרוֹזְנִים אֵי שֵׁכָר", פאר גרויסע הערשער איז נישט גוט אלטע וויין, "פֶּן יִשְׁתֶּה וְיִשְׁכַּח מְחֻקָּק", ווען מען טרינקט – קען מען פארגעסן די הייליגע תורה וכו', "תְּנוּ שֵׁכָר לְאוֹבֵד", וויין איז גוט פאר רשעים וואס גייען סיי ווי ווערן אויס, זיי ווערן פארלוירן, "וְיַיִן לְמָרֵי נָפֶשׁ", וויין איז גוט פאר דערביטערטע מענטשן, "יִשְׁתֶּה וְיִשְׁכַּח רִישׁוֹ", דורכן טרינקען פארגעסן זיי זייער ארעמקייט, "וַעֲמָלוֹ לֹא יִזְכָּר עוֹד", זיי געדענקען נישט זייער פלאג, אבער דו טרינק נישט.


קוק די פסוקים אין משלי סוף קאפיטל כג: "לְמִי אוֹי לְמִי אֲבוֹי", אויף וועם איז א קלאג? "לְמִי מִדְיָנִים", ווער קריגט זיך? "לְמִי שִׂיחַ", ווער רעדט אסאך? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם", ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם", ווער האט רויטע אויגן? שלמה המלך פרעגט די פראגעס, און ענטפערט: "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", פאר די וואס טרינקען וויין, "לַבָּאִים לַחְקֹר מִמְסָךְ", פאר די וואס קומען פארשן ווי אזוי מען מאכט שטארקע וויין, גוטע וויין.


לערן די אלע פסוקים פון משלי און זאג די תפלה, ווייל איך ציטער וואס וועט זיין דיין סוף.


איך וויל דיר העלפן, איך ווארט דו זאלסט מיר ענטפערן אויף די בריוו.

#86 - הדרכה פאר א בחור ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן
תפילה והתבודדות, שלאפן, בחור, נעגל וואסער, לימוד התורה, בריוו, ישיבה, הדרכות, קריאת שמע, בר מצוה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין בר מצוה! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


דיין טאטע האט מיר געשיקט בילדער פון דיין בר מצוה; איך באוואונדער דיין קלוגשאפט, דו ביסט יונג אבער דו האסט שכל מער פון עלטערע, דו האסט געבעטן דיינע עלטערן פאר א פשוט'ע בר מצוה, עס האט זיי נישט געקאסט קיין געלט; וואויל איז דיר.


דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער, גיי נישט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער. טו זיך אן און גיי אין מקוה, דער רבי זאגט: "די ערשטע זאך איז מקוה"; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד נישט צו פארפעלן מקוה קיין איין טאג.


יעצט אז דו ביסט אין ישיבה זאלסטו גיין מיט זייער סדר היום; ווען מען דארף זיין ביים לערנען - זאלסטו זיין גרייט אין צייט, און ווען מען דארף זיין ביים דאווענען - זאלסטו זיין גרייט, סדר איז זייער וויכטיג פאר עבודות השם.


ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו זיך מסדר זיין א סדר צו לערנען די שיעורים. די ערשטע שיעור זאלסטו זיך מאכן אין מקרא; לערן יעדן טאג א חלק פון די פרשה, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך - די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י.


די צווייטע שיעור זאלסטו זיך מאכן אין משניות; זע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים, אויב איז דיר שווער צו זאגן אכצן פרקים אין איין צי קענסטו עס איינטיילן אין דריי; זעקס פרקים אינדערפרי, זעקס פרקים נאכמיטאג און זעקס פרקים ביינאכט.


אכצן פרקים משניות איז זייער וויכטיג פאר א יונגער בחור; קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער פון די משניות, פארשטייסט איז גוט און אז נישט זאלסטו ווייטער זאגן מיט א שטארקע עקשנות, דאס וועט דיר מאכן פאר א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא און אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים.


ווען עס ווערט נאכט - גיי שלאפן; דריי זיך נישט אין די גאסן, גיי נישט צו קיין חבורות, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי.


זיי מקפיד אויף קריאת שמע שעל המטה. זיי זיך מרגיל צו ליינען קריאת שמע בנוסח אריז"ל; אנהייב איז דאס שווער, אבער אז מען טוט דאס א לאנגע צייט אין איין צי - ווערט דאס ווי א געוואוינהייט.


ועל כולם זאלסטו גיין התבודדות, רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיין א צדיק, בעט אים ער זאל דיר מקרב זיין צו אים. רעד צו אים אלעס וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך. דער רבי זאגט אז התבודדות, דאס איז די סוד ווי אזוי מען ווערט א צדיק.


שרייב מיר לכל הפחות יעדע וואך א בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - עס איז יעצט טאקע זייער שווער, אבער עס וועט דיר שוין ליכטיג ווערן
בחור, התחזקות, לימוד התורה, ישוב הדעת, ישיבה, אשר בנחל, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; עס איז יעצט טאקע זייער שווער, אבער אחר הרע יבוא הטוב, עס וועט דיר שוין ליכטיג ווערן.


בלייב שטארק, לערן דיינע שיעורים כסדרן; לערן יעדן טאג חומש רש"י, לערן ח"י פרקים משניות, א בלאט גמרא און אסאך אשר בנחל. אשר בנחל האט א כח אויפצוהייבן א מענטש פון יעדע פראבלעם, אפילו מען זאל דורכגיין שווערע ביטערע טעג, אויב לערנט מען אשר בנחל האט מען כח אלעס אריבערצוגיין.


בנוגע קומען אין ישיבה; יעצט איז נישט כדאי דו זאלסט קומען, איך וויל זיך נישט פארפלאנטערן מיט די רעגירונג. איך ווייס אז דיר גייט גארנישט אן, דו ביסט גרייט אויף מסירות נפש, דו ביסט א פלאם פייער, אבער איך דארף אכטונג געבן אויף מיר און אויף די ישיבה, איך קען נישט טון קיין ווילדע זאכן. סתם אזוי ווען בחורים קומען אין ישיבה נעם איך יעדן איינעם אריין, אפילו עס איז דא סטראשערייען, מען ווארנט מיר - איך האב נישט מורא פון קיינעם, אבער אז די רעגירונג זוכט דיר - דארף איך זייער אכטונג געבן.


פארבינד זיך מיט עסקנים; איך בין זיכער אז עס זענען דא עסקנים וואס וועלן דיר העלפן אלעס זאל זיין ליגאל, דעמאלט וועסטו קומען קיין אמעריקע.


זיי נישט ברוגז, איך זוך דיר נישט אוועק צו שטופן; איך האב דיר ליב און איך וויל דיר האבן אין ישיבה, עס איז פשוט א סכנה פאר מיר און פאר דיר אז דו זאלסט קומען.


רעד צו האברך ... נרו יאיר, ער איז א מענטש מיט ישוב הדעת, ער איז א מענטש מיט פארשטאנד; ער וועט דיר העלפן עס זאל זיין ליגאל, אזוי וועסטו קענען קומען אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#84 - דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, וועסטו ווערן א שטארקער מענטש
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דו ביסט זייער א וואוילער בחור, איך בין זייער איבערגענומען פון דיין יראת שמים; איך וועל איבערגעבן פאר דיינע עלטערן אז איך בין זייער צופרידן פון דיר.


האב נישט מורא פון קיינעם, זיי שטארק. דו וועסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; רעד צו אים אלעס, שעם זיך נישט; דערצייל אים אין דיין שפראך אלעס וואס שטערט דיר, אלע מחשבות און בלבולים וכו', - וועסטו ווערן א שטארקער מענטש, דו וועסט זיין זיכער מיט דיר.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#83 - עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דראפע זיך און דערהאלט זיך, האלט זיך מיט אלע כוחות; אפילו עס איז דיר ביטער שווער, דו ביסט צעבראכן פון אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף א שידוך, מען האט דיר איבערגעהיפט; דיין יונגערע שוועסטער האט שוין חתונה געהאט, און דיינע יונגערע נעפיוס און ניסעס - אלע האבן חתונה און דו האסט נאכנישט געטראפן דיין שידוך.


דאך בעט איך דיר זייער ליבער טייערער ברודער, פארליר נישט די אמונה ובטחון, גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, דער אייבערשטער טוט נאר גוטס, עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך. זאלסט זיין פרייליך, זאלסט ארומגיין מיט א פרייליכע פנים.


נעם די עצה פון רבי'ן: "התבודדות"; זיי זיך מתבודד יעדן טאג, זאג פאר'ן באשעפער ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און עס איז דיר אזוי שווער, וועסטו מאכן אזא רעש; דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען מען טענה'ט זיך, מען בעט אים מיט טענות און אמתלאות (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכד; שיחות הר"ן סימן סט).


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך התבודדות ותפלה, די מח ווערט לויטער, מען ווערט א גרויסער צדיק.

#82 - ס'זעט אויס עק וועלט, אבער עס קומט נאר ארויס טובות דערפון
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען איז אין א קלעם מיינט מען אז עס איז עק וועלט, מען קען נישט טראכטן אז פון די צרה וועט ארויסקומען א טובה, מען דארף אבער גלייבן אז דאס איז נאר א טובה, שפעטער ווען מען קוקט צוריק זעט מען וואס פאר א נס דער אייבערשטער האט געמאכט דוקא דורך די זאך וואס האט אויסגעזען שלעכט.


נישט לאנג צוריק שרייבסטו אז מען האט דיר ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל דו ביסט א ברסלב'ער און דו מאכסט נאך בחורים ברסלב, יעצט זעסטו די טובה וואס מען האט געטון מיט דיר, מען האט דיר ארויסגעווארפן וכו'; יעצט האסטו געטראפן א ישיבה, א ווינקל וואס מען לאזט אטעמען, קענסט לערנען דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן בגירסא (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), קענסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אזוי אויך קענסטו ענדיגן ש"ס יעדע יאר, לערנען יעדן טאג זיבן בלאט.


שטארק זיך בתפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר דיין שידוך. זוך דיר א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו גיין יעדן טאג און רעדן צום אייבערשטן, זאלסט זיך נישט שעמען צו דערציילן אלע דיינע שלעכטע מחשבות, אלע דיינע נישט גוטע מעשים און אים בעטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים.


געב א גרוס דיין ברודער ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - די גרעסטע הפצה איז ווען מ'פירט זיך ווי עס דארף צו זיין
בחור, הפצה, מדות טובות, ישיבה, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום פארשעמען א איד; וואס ווילסטו פון דעם בחור? גיי בעט אים איבער, קריג זיך נישט מיט אים.


מוהרא"ש איז געווען אזוי ברוגז אין יבנאל ווען ער האט געהערט אז מען טשעפעט ס.מ. - דער שטראף פון יבנאל. אמאל האט איינער געשפיגן אויף ס.מ. און מוהרא"ש האט יענעם ארויסגעווארפן פון שול; ווייל אונזער זאך איז נישט טשעפען יענעם.


דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ דעם בחור, ענטפער אים נישט ווען ער שפעט פון דיר, ער שעלט מוהרא"ש; ער גייט אין די וועג פון זיין זיידע דער ס.מ. זאלסטו אים נישט ענטפערן; אפילו דו האסט גענוג סחורה וואס אים צו ענטפערן, דו קענסט אים זאגן וואס רבי אליעזר האט געזאגט (מגילה כה:): "עד שאתה בודק [...] צא ובדוק בתועבות [...]", איידער דו רעדסט זאלסטו קוקן ווער דו ביסט, פון וועם דו שטאמסט - דאך זאלסטו שווייגן, רעד נישט.


דאס וואס דו מיינסט אז ער שטערט דיר הפצה, ער רעדט צו אלע בחורים קעגן מוהרא"ש; מאך זיך נישט צוטון, דו גיי דיין וועג, דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, צוביסליך וועלן אלע בחורים דיר נאך טון. דאס איז די גרעסטע הפצה, די גרעסטע קידוש שם רבינו, ווען א בחור א מקורב זיצט אין ישיבה און רעדט שיין, רעדט מיט דרך ארץ, פירט זיך מיט יראת שמים, טענה'ט נישט מיט קיינעם, לערנט שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד בכל חלקי התורה; אלע קוקן מיט שעצונג, מען זאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד", דאס וועט אלעמען ברענגען צו וועלן זיין גוט און ערליך.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן אויף זיין זיידע ס.מ. דער שטראף פון יבנאל, אבער איך וויל נישט דו זאלסט זיך טשעפען.


האסט געענדיגט די וואך די דרייצנסטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז די בעסטע ענטפער אויף אלע לצנות וואס מען מאכט אויף מוהרא"ש. האסט געענדיגט מסכת יבמות אין סדר ש"ס, מער פון דעם דארפסטו נישט ענטפערן, דאס איז די גרעסטע ענטפער, צו זען ווי א יונגער בחור זיצט אין ישיבה און נוצט אויס די צייט מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - עס איז כדאי אויסצוווארטן די ישועה
בחור, שידוכים, ישועות, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, ווארט אויס אויף דיין ישועה, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק מיט דיין אידישקייט, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין אמונה און מצוות.


נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן, דו וועסט ווערן אן אדם השלם, עס איז כדאי צו ווארטן, עס וועט דיר זיין אזוי גוט און זיס; ווייל וויסן זאלסטו, נאר מיט אמונה האט מען א גוט לעבן, נאר מיט די תורה האט מען א זיס לעבן. דער רבי זאגט זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה, זיין לעבן איז א לעבן; אלעס איז גוט, אלעס איז אזוי געשמאק, מען שפירט שוין דא בזה העולם א טעם גן עדן.


איך האף אז דו וועסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך, דו וועסט זיך שטארקן, גארנישט אפלאזן פון דיינע גוטע זאכן, פון דיין עבודת השם.


דיין ראש ישיבה.