בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
מרת ... תחי'
איר דארפט נישט פארן קיין ארץ ישראל, א מאמע פון קליינע קינדער איז די הייליגסטע זאך זי זאל זיין אין שטוב, יעצט איז נישט די צייט צו פארן אויף מקומות הקדושים, יעצט איז די הייליגסטע זאך צו זיין א מאמע, אנגרייטן עסן, קליידער, ארויסבאגלייטן די קינדער צו גיין אין חדר און סקול און אפווארטן די קינדער.
די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", פרויען לערנען נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער וכו'"; זעט מען דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז א מאמע אין שטוב פאר די קינדער און א ווייב פארן מאן.
איר וועט פארן שפעטער אויף מקומות הקדושים, שפעטער ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וכו', יעצט פרייט זיך צו זיין אין שטוב מיט די קינדער, און גלייבט אז איר פארפאסט גארנישט, און ווען איר הערט פון אנדערע פרויען, משפחה, חבר'טעס זענען געפארן - זאלט איר נישט טראכטן אז איר פארפעלט עפעס, אדער איר פארפאסט עפעס, ווייל אלע הייליגקייטן איז אין שטוב ווען מען איז א מאמע פאר די קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.