בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טיקעטס צו פארן ראש השנה קיין אומאן
שלום, מוהרא"ש, אומאן ראש השנה, שול, קמחא דפסחא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט אויב דו זאלסט שוין יעצט חודש חשון קויפן טיקעטס צו פארן ראש השנה קיין אומאן הבא עלינו לטובה.


ניין, יעצט איז נאך פרי; וועסט קויפן מער נענטער, נאך יום טוב פסח. איך האב געהאט א מעשה ביי מוהרא"ש, איך האב געהאט די זכיה די לעצטע פאר יאר צו באצאלן מוהרא"ש'ס טיקעטס; סיי פאר מוהרא"ש, און אויך פאר זיינע זין, צו פארן ראש השנה קיין אומאן. איין יאר האב איך געפרעגט מוהרא"ש צווישן פורים און פסח אויב איך זאל שוין מאכן טיקעטס אויף אומאן פאר מוהרא"ש, און מוהרא"ש האט מיר געפרעגט: "יעצט?" מיט א לשון ווי איינער פארוואונדערט זיך, "יעצט איז נאך פרי"; איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש: "איך האב שוין די געלט", האט מוהרא"ש געזאגט: "ברענג מיר די געלט פאר קמחא דפסחא, יעצט דארף מען נאכנישט מאכן טיקעטס".


בנוגע די קידוש ביי ענק אין שול וכו'; מאך נישט קיין עסק פון די זאכן, מאך נישט פון עיקר - טפל און פון טפל – עיקר, דער עיקר זאל זיין ביי ענק ליבשאפט און שלום, מען זאל נישט שמועסן אין שול, מען זאל נישט קידוש מאכן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה אין שול; וואס טוט זיך אינדרויסן - דאס זאל דיר נישט אנגיין, דער עיקר אין שול זאל מען נישט שטערן דאס דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.