בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס זעט מיר אויס ווי עפעס שכל פעלט דיר, אז דיין שווער בעט דיר א טובה דו זאלסט אים נעמען מיט זיין קאר - זאגסטו אים אז דיין ראש ישיבה לאזט נישט גיין אין א קאר וואס האט אינטערנעט; אזוי רעדט מען צו א שווער? ביסט געפאלן אויפן קאפ? ווי קומט אריין מיין נאמען? און ווי קומט צו רעדן אזוי צו א שווער?
געב זיך אכטונג אז עס זאל נישט צעריסן ווערן דיין שלום בית, געב זיך אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיין שווער, רעד מיט כבוד און מיט הכנעה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.