בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער סוד פון הצלחה אין א שול איז די ליבשאפט און אחדות
מוסדות, אחדות, שול, גבאים, בית שמש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


משה ארי' נרו יאיר, בית שמש


יעצט ווען מיר גרייטן זיך צו בויען א שיינע גרויסע שול אין בית שמש, מיט א בנין פאר די מוסדות - וויל איך אוועק שטעלן גבאים פאר די בית שמש שול; ביטע מיר שרייבן די נעמען פון אלע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין בית שמש, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אוועק שטעלן גבאים, און אז מען וועט זיך ליב האבן - וועט זיין גאר א שטארקע הצלחה, ווייל דער סוד פון הצלחה אין א שול איז די ליבשאפט און די אחדות; די איינציגסטע זאך איז די אחדות און ליבשאפט.


אויך איז מען זוכה צו האבן אין שול דעם רבי'ן, ווייל אין א שול וואו מען האט זיך ליב - דארט איז דער רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.