בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי', תלמידת בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז איר שפירט אז איר דארפט הילף, איר דארפט טעראפי - זאלט איר גיין נעמען הילף און איר זאלט נישט אויסהערן די וואס זאגן אייך אז ביי אונז האלט מען נישט פון טעראפי; עס איז נישט וואר, ביי אונז רעדט מען אויך אז מען דארף האבן טעראפי, מיר זענען מחזק און מעודד דעם מענטש צו נעמען דעם הייליגן רבינ'ס טעראפי, מיר זענען מחזק און מעודד אז מען זאל נעמען דעם הייליגן רבינ'ס הילינג, טון דעם הייליגן רבינ'ס עצות פון גיין יעדן טאג אביסעלע שמועסן מיטן אייבערשטן, אים אויסדערציילן די גאנצע הארץ, אלע ווייטאג, אלעס וואס שטערט, אלעס וואס טוט וויי, און אז מען איז שטארק אין דעם, מען טוט דאס יעדן טאג - ווערט מען באמת אויסגעהיילט.
נאכאמאל, אז איר שפירט ביי זיך אז איר דארפט האבן טעראפי, זיך אויסרעדן פאר א טעראפיסט - זאלסט איר גיין צו טעראפי, און דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז איר זאלט זיין געזונט און שטארק, און זיין פרייליך און צופרידן.
אויך אז איר גייט צו טעראפי, זאלט איר נאכאלץ טון דעם הייליגן רבינ'ס עצה, און איר זאלט יעדן טאג רעדן אביסעלע צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעטס אים אויף א שטארקע אמונה, ווייל עס איז נישט קיין סתירה מיט טעראפי; מען קען גיין צו טעראפי און אויך טון די עצות פון צדיק און גיין אין די תורה וועג.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.